איש את רעהוזייער א שיינע הנהגה צו נישט טון גארנישט.
_________איש חזוןאיש את רעהוהבוקר כשיצא הבעלזער מביתו מרחוב היטלענד שב'סטאמפארד הילל
הגיע אחד עם מייק וספיקער גדול וצעק קולות וברקים בקול רעש גדול וחזק,
שיש דין ויש דיין ויזהר מיום הדין..
ופניו וכל החסידים שלו בכל העולם חפו,
ותהום כל העיר
לענ''ד דאס וואס דער רב האט אנגעהויבן דערנאך זינגען ''אשרי העם שככה לו'' (מלבד שזה היה קשור לפסוקים שהזכיר במהלך הדרשה)
די ליבאוויטשער רמ"מ האט אזוי געטון
אין בעלז איז עס א תמי'? אדער מען טוט כסדר אזוי ?
דו קענסט אויסגעפונען. פאר קיין ירושלים גיי אין גרויסן ביהמ"ד אין א שבת אדער יו"ט ווען ס'דא א גרויסער עולם. גיי ארויף אויף די בימה און רוף אויס כאטש א טייל פון די פערל ווערטער וואס דו האסט געברענגט דא. נאכדעם עמיר זעהן וואו דו וועסט עסן די שבת'דיגע אדער יו"ט'דיגע סעודה... זיצן אין סטעמפארד הלל ביים קאמפיוטער און פראדוצירן די טאנען שמוץ וואס דו האסט געטון, איז נישט קיין קונץ.
כ'האב אן עצה פאר דיר. ווען די רופסט אויס מיט'ן קול מחאה אז דער בעלזער רב איז א שייגעץ, א משכיל און א רעפארמער. כ'האב פארגעסן. א ציוני אויכעט, מוזסטו עס נישט זאגן בשם דיין אייגענעם נאמען. דו קענסט עס מאכן קאפי/פעיסט. אדער זאגן...מוריי ורבותיי, מיינע חברים/חזרים זאגן...וכו' וכו'...עמיר זעהן וויאזוי דו וועסט ארויסגיין פון ביהמ"ד. שטייענדיג (כנגד מידת שטייעדיגע תורה.) אדער ליגנדיג...! אדער אפשר וועט דער שלעכטער בעלזער רב אויסרופן אז מ'זאלל זיך איינהאלטן און גארנישט טון/ענטפערן...!
נ.ב.: אחראים,גבאים, מנהלים וסדרנים. איך געב רשות מעיקרא אז עטץ מעגטץ אויסמען מיין תגובה. איך וועל אינגאנצן נישט ברוגז זיין. כ'האב מיך נאר נישט געקענט גובר זיין אויפ'ן יצר... 😂 🙄