בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11470
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט זיך געלערנט פון דעם 30 יעריגע שנוק ר' רפאל בלום וואס האט געזאגט אויפ'ן דברי יואל זצ"ל אז ער איז מאכיל נבילותליטוואק פון בודאפעסט
ב. נישט ווייל איך האב עפעס געשריבען אין דער וועקער בין איך נישט קיין טראלל, נאר ווייל דא האב איך אויך געשריבען צו דער זאך. איש את רעהו האט מען שוין אין פארשידענע וועגען אפגעענטפערט. מיר האט קיינער ניטאמאל פראבירט.
איך כאפ נישט וואס ער זאגט
ויש לפרש כפשוטו, עמעזאן האט מיר פארטיידיגט אז איך בין א שרייבער אין דער וועקער און איך אויך איז נישט, דעריבער זאל ער מיר נישט אנרופען א טראלל (אזוי האב איך געמיינט). האב איך פארענטפערט אז איך דארף נישט מ'זאל מיר פארטיידיגען מיט דעם, נאר מיט דעם אליינס אז איך האב יא געפרעגט צו דער זאך צו די בעלזער חסידים און, ווי ער רופט עס אן, דער 'דזשאוקער' פון 'וואס פארשטייט א ליטוואק צו חסידות' איז נישט אויסגעהאלטען.
און איך בין נישט איש את רעהו וואס מ'האט שוין קלאר אפגעפרעגט, נאר ער פארשטייט נישט. מיר האט מען ניטאמאל פראבירט צו ענטפערען.
[ציטאט אראפגענומען]
אלס בעסער ווי צו זיין אין די סיקריקים קליקע מיט אזעלכע וואס האבן געהאלטן דעם רבי'ן זצ"ל פאר א מאכיל נבילות
אלנפאלס צוריק צו בעלזא דאס איז קלאר אז דאס וואס די סיקריקים טוען יעצט אין לאנדאן האט קיין שום תורה'דיגע האפט
ליטוואק פון בודאפעסטויש לפרש כפשוטו, עמעזאן האט מיר פארטיידיגט אז איך בין א שרייבער אין דער וועקער און איך אויך איז נישט, דעריבער זאל ער מיר נישט אנרופען א טראלל (אזוי האב איך געמיינט). האב איך פארענטפערט אז איך דארף נישט מ'זאל מיר פארטיידיגען מיט דעם, נאר מיט דעם אליינס אז איך האב יא געפרעגט צו דער זאך צו די בעלזער חסידים און, ווי ער רופט עס אן, דער 'דזשאוקער' פון 'וואס פארשטייט א ליטוואק צו חסידות' איז נישט אויסגעהאלטען.
און איך בין נישט איש את רעהו וואס מ'האט שוין קלאר אפגעפרעגט, נאר ער פארשטייט נישט. מיר האט מען ניטאמאל פראבירט צו ענטפערען.
וועל איך זיך גיין טענה'ן מיט להבדיל א גוי, איבער חסידות?
ס'איז היינו הך. דו ביסט אין א וועג א פרעמדע, און דו וועסט נישט תופס זיין וואס זיי טראכטען.
[ציטאט אראפגענומען]
And your point is?
דאס אליינס אז דו און אנדערע ווילען פארשווייגען איין מענטש, נישט צוליעב א טענה אויף וואס ער האט געזאגט, נאר צוליעב זיין אפשטאם, איז נישט אויסגעהאלטען לויט די גייסט פון דער פלאץ. יא, מ'מעג פרעגען אויף סיי וועמען און נאכפארשען זיין מהות און דעות, צו ער איז א חסיד ליטוואק ספרדי אדער גאר א גוי. דער וואס האט צו ענטפערען צו דער זאך, זאל עס טוהן, און אז נישט זאל ער גייען צו די פלעצער ווי ער האט יא וואס מוסיף צו זיין.
איך האב געזאגט מיין מיינונג אויף די נסיעה פון דער בעלזער קיין לאנדאן. האלטס'ט אנדערש, זיי מסביר. אבער איך האב פונקט אזא רעכט דאס צו פארדאמען ווי סמבטיון האט עס צו פארטיידיגען. אין קאוועשטיבעל איז יעדער ניק די זעלבע, צו ער האט געשריבען אין דער וועקער צו נישט, צו ער האלט ווי דיר צו נישט.
ליטוויקל דו מיססד די פוינט אינגאנצן. דו האסט א מידה מגונה מאוד פון אריינרעדן און טיילן 'ידענות' אין פיהל ענינים וואס דו האסט נישט דעם מינדענסטען און בלאסעסטן אהנונג ולו הקלוש ביותר, בנוסף ביסטו קיינמאל אבער קיינמאל נישט מודה על האמת.
געדענק עס איז דא א כלל ישן נושן 'דער וואס ווייסט אלעס דער ווייסט נישט גארנישט'.
זייער גוט. יעצט נעם איין סטעיטמענט וואס איך האב געשריבען אין דער אשכול און ווייז מיר וואס פארא מיסטעיק איך האב געמאכט. דאס וועסטו אבער נישט טוהן, ווייל דו האסט דער היימישער עצה פון רעדען פון ווי אפען מיין מאמע איז געגאנגען און וואס פאר א גענץ מיין זיידעס האבען געגעסען. רעדען פון מיין אפשטאם איז ביי דיר פונקט ווי רעדען צו דער זאך.
איך אויךליטוויקל דו מיססד די פוינט אינגאנצן. דו האסט א מידה מגונה מאוד פון אריינרעדן און טיילן 'ידענות' אין פיהל ענינים וואס דו האסט נישט דעם מינדענסטען און בלאסעסטן אהנונג ולו הקלוש ביותר, בנוסף ביסטו קיינמאל אבער קיינמאל נישט מודה על האמת.
געדענק עס איז דא א כלל ישן נושן 'דער וואס ווייסט אלעס דער ווייסט נישט גארנישט'.
ווען ער קומט אן אז ער קוקט נישט ארויף אויף קיינעם, שוין, אבער למען השם, מיט וועם האלט ער זיך גרויס? מיט איינער פון דער גרעסטע בעלי מחלוקה פונעם דור! א איד וואס האט געלעבט און געטראכט יעדן טאג מיט וועמען נאך ער קען זיך שלאגן.
ליטוואק פון בודאפעסטזייער גוט. יעצט נעם איין סטעיטמענט וואס איך האב געשריבען אין דער אשכול און ווייז מיר וואס פארא מיסטעיק איך האב געמאכט. דאס וועסטו אבער נישט טוהן, ווייל דו האסט דער היימישער עצה פון רעדען פון ווי אפען מיין מאמע איז געגאנגען און וואס פאר א גענץ מיין זיידעס האבען געגעסען. רעדען פון מיין אפשטאם איז ביי דיר פונקט ווי רעדען צו דער זאך.
גענז, נישט גענץ
כלל נישט. עס גייט מיר אן א הויקער ווי אזוי דיין מאמע גייט און וואס דו עסט. ביי אונז האט מען געלערנט צו גיין פאזיטיוו און אויך קודם זיך צו פאררעכטן בעפאר מען פראבירט צו פאררעכטן די וועלט.
אבער ווען איינער פארמיעסט דעם פלאץ דורך זיך אויפפירן מיט אלע סימנים פון א טראל מעג מען אויסרופן א וויי געשריי,והבוחר יבחר.
ווען איך בין א חסיד וואלט איך געמעגט בארעדן בעלזער רבי'ן, נישט אנדערש ווי א באבובער, סאטמארער, גערער, בעלז מאכנובקא, א היבש צאל בעלז בילגורייא, וויזניצער, ברסלבער, ועוד חסיד. נאר ווייל איך האב געגעסען קניידלעך נאך מה נשתנה איז מיין דעה פסול.
אקעי
איך ווייס אז די חכמים און חכמים בעיניהם דא אין קאווע שטיבל וועללן אוודאי זאגן. דו פראסטער בעל עגלה. גיי דיר צוריק צו דיינע פערד, שפאן זיי איין אין וואגן און געב זיי צו עסן גוטע האבער. און מיש דיך נישט אין אזעלכע זאכן וועלכע שטייען ברומו של עולם וואו נאר די עליטע, די סאמע שענסטע מסלתה ומשמנה פון דעם יהדות החרדית, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. די וועלכע טרינקען די ריינע וואסערן...!
אעפ"כ. טראץ דעם וועל איך מיר נעמען דאס רעכט ארויסצוזאגן מיין ארעמע מיינונג בענייני דיומא. לויט ווי ס'שיילט זיך ארויס דער מצב אין לאנדאן אז איינס פון די הויפט תירוצים פון די סיקריקים און זייערע סימפאטיזירער און נאכשלעפערס פאר ארומווילדעווען און גיסן קיתונות של שופכין אויף די בעלזער חסידים און זייער רבי'ן איז, דער פאקט אז די בעלזער קהילה אין לאנדאן סטראשענען לכאורה אז זיי וועללן ארויסגיין פון התאחדות הקהילות און מאכן אן אייגענע קהילה. איז אזוי. אויב זיי האבן די נאמבערס און זיי זענען ביכולת צו ארגאניזירן אן אייגענע קהילה האבן זיי א יעדע רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאלל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און דעם כבוד הראוי. און נישט לאזן א פאר פארשטינקענע צו ווילדעוועטע, קארופטירטע ברואים קאנטראלירן א יעדן מצב אין די שטאט. און אויב דער מצב קען זיך נישט טוישן לטובה זאללן זיי טאקע מקיים פסק זיין און גיין זיך מאכן אן אייגענע קהילה. דאס וועט אבער זיין א גאר שטארקער קלאפ אין די קעשענע פון די התאחדות הקהילות. פונקט אזוי ווי אין ארץ ישראל האט די עדה החרדית געטאנצן אויפ'ן קאפ פון בעלזא און געטון ככל העולה על רוחם. פארשטייצעך פארשלייערט אין קנאות און מיט כוונות לשם שמים. ביז דער בעלזער רב האט געוויזן אז ער קען מאכן אן אייגענע קהילה. האבן זיי טאקע געפייערט איבער דעם און געקריצט מיט די ציין. אבער זיי האבן גארנישט געקענט טון. דאס געלט פון די בעלזער חסידים איז גוט. אבער די קאנטראל בלייבט ביי די סיקריקים. אזא מצב קען נישט אנהאלטן.דאס מוז זיך טוישן. אויב די רבנים קענען נישט מאכן ארדענונג, דאמאלס זאללן זיי בלייבן מיט די גארבידזש...און ליידן דעם געלט שאדן...!
גאנצלאלנפאלס צוריק צו בעלזא דאס איז קלאר אז דאס וואס די סיקריקים טוען יעצט אין לאנדאן האט קיין שום תורהדיגע האפט
רבי שמואל שלמה האט אנגעהיצט דעם עולם, נאך אזא שארפע דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט מחאות
berlbalaguleh
דער פאקט אז די בעלזער קהילה אין לאנדאן סטראשענען לכאורה אז זיי וועללן ארויסגיין פון התאחדות הקהילות און מאכן אן אייגענע קהילה. איז אזוי. אויב זיי האבן די נאמבערס און זיי זענען ביכולת צו ארגאניזירן אן אייגענע קהילה האבן זיי א יעדע רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאלל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און דעם כבוד הראוי. און נישט לאזן א פאר פארשטינקענע צו ווילדעוועטע, קארופטירטע ברואים קאנטראלירן א יעדן מצב אין די שטאט. און אויב דער מצב קען זיך נישט טוישן לטובה זאללן זיי טאקע מקיים פסק זיין און גיין זיך מאכן אן אייגענע קהילה.
די תירוץ האבן די בעלזאים געניצט אין אלע מקומות צו אינטערברעכן כח הרבנות
די אלע תירוצים זענען אבי געזינט צו קענען צוברעכן די רבנישע כח
הרב ענטרוי'ס שחיטה איז פאר זיי ליבערשט ווי עס זאל זיין די רבנישע כח אין שטאט
די סקריקים נוצען נישט די קהלה פאר זייער מעשים. זיי טוהן עס על דעת עצמם.
בכלל, לאנדאן איז נישט ירושלים. ירושלים האט קיינמאל נישט געהאט קיין עמטליכע קהלה, ווי יוראפע'אישע שטעט האבן, און די בעלזער קהלה האט קיינעם נישט וויי געטוהן. אדרבא, וועמען האבן די עדה"ח געפרעגט ביים זיך אפטיילען פון דער וועד הכללי? אין לאנדאן איז די קהלה פאראייניגטקייט גאר א וויכטיגע זאך. ווען בעלזא גייט ארויס, וועט יעדער ליידן. אסאך פלעינע מענטשן וועלן ארויסגיין גענצליך פון סיי וועלכע קהלה און דער שליטה פון די קהלה וועט אינגאנצען פארלוירען גיין. אין א געזעלשאפט וואס איז צוגעוואוינט צו א קהלה, איז עס א הירוס הדת.
אמעריקא האט נישט אזא מושג בכלל. דער קר"י קהלה איז א גוטע זאך צו באשמוצען יענעם, אבער קיין עכטע זאך איז עס קיינמאל נישט געווען.
יא יא, די סיקריקים טוהן שלעכט, אבער די תורה ערלויבט נישט זיך נוקם זיין אין א גאנצע שטאט צוליב בארעכטיגטע טענות.
איש את רעהו
רבי שמואל שלמה האט אנגעהיצט דעם עולם, נאך אזא שארפע דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט מחאות
דער האט א שמואל שלמה פעטיש..
איש את רעהוberlbalaguleh
דער פאקט אז די בעלזער קהילה אין לאנדאן סטראשענען לכאורה אז זיי וועללן ארויסגיין פון התאחדות הקהילות און מאכן אן אייגענע קהילה. איז אזוי. אויב זיי האבן די נאמבערס און זיי זענען ביכולת צו ארגאניזירן אן אייגענע קהילה האבן זיי א יעדע רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאלל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און דעם כבוד הראוי. און נישט לאזן א פאר פארשטינקענע צו ווילדעוועטע, קארופטירטע ברואים קאנטראלירן א יעדן מצב אין די שטאט. און אויב דער מצב קען זיך נישט טוישן לטובה זאללן זיי טאקע מקיים פסק זיין און גיין זיך מאכן אן אייגענע קהילה.
די תירוץ האבן די בעלזאים געניצט אין אלע מקומות צו אינטערברעכן כח הרבנות
די אלע תירוצים זענען אבי געזינט צו קענען צוברעכן די רבנישע כח
הרב ענטרוי'ס שחיטה איז פאר זיי ליבערשט ווי עס זאל זיין די רבנישע כח אין שטאט
ויתירה מזו
האבן זיי ממש געצעגערט דעם רב רב פדווא ער זאל אלעס מיטהאלטן און שרייבן בריוו
למעשה זענען זיי מוכן צו אינטערברעכן דעם גאנצען קהילה'שער כח
עס קומט נישט אהער, אבער מענין לענין
אז מען קוקט וויאזוי די מתנגדי רב קוק האבן מיט אים פערזענליך געפירט קריג, זענען אויך געווען פארשידענארטיגע דעות וויאזוי צוצוגיין
קנאי ירושלים פרסמו מכתבי שטנה כנגד ספר נשגב זה ונגד הרב קוק,
אך רובם ככולם של גדולי ישראל התנגדו להתקפות האישיות על הרב קוק וגם לאחר פרסום "אורות" המשיכו לראות בו את אחד הגדולים, גם אם התנגדו בחריפות להשקפותיו. חלקם גם תמכו בדרכו ובדדבריו ב"אורות".
רק מיעוט מבין הרבנים, ובעיקר מהונגריה והמסתעף, פסל את הרב קוק בגלל דעותיו.
הרב גרינשפאן הביע זעזוע עמוק ממעשיהם הנלוזים של הקנאים. הוא שלח מכתב נרגש לעורך העיתון 'הדרך', בו הוא מוחה על מעשי הקנאים, ומבקש ממערכת העיתון שיפרסמו מאמר שכתב על ספר 'אורות' כתגובה לדברי הקנאים.
למעשה כהיום איז בכלל נישט שלעכט צום כלל ישראל דאס אז ער פערסענלי איז ביי א גרויס טייל גענצליך אראפ פונעם טיש.
סתם פאר נייגעריגקייט, איז אמת וואס איינער האט מיר געזאגט אז די א.ג. קנאים האבן געזאגט אויף זייער טעלעפאן ליין אז די לאנדענע יודנטום איז נישט בייגעשטאנען די נסיון, און ארויסגעלאפן לקראת מלך ישראל (נישט ממש דעי ווערטער פארשטייט זיך)?
איש חזון: ייש"כ. דעיס איז גוטע נייעס, ב"ה. נו, די טויזנטער אידן כ"י זענען דאך געקומען פון ערגעץ. על אפם ועל חמתם של הסיקריקים. ככתוב..."לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי"...!
אינטרעסאנט אז קיינער ברענגט נישט אראפ דער גאנצע וואזנער סומאטוכע. איך האב עס געהערט פון א בעלזער און א סאטמארער
<a class="postlink" href="http://www.standard.co.uk/news/london/astonishing-moment-police-move-in-as-row-between-rival-orthodox-north-london-jews-descends-into-a3540546.html">http://www.standard.co.uk/news/london/a ... 40546.html</a>
לכבוד ר' ליטוואק
📎 417C56DD-748A-450B-B112-E7DAB7D50F68.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט גראדע געשיקט א בריוו בחיים חיותו איבערבעטן.
ב. די ווערטער זענען ארויס גענומען פון קאנטעקסט, אם כי אפילו בקאנטעקסט מוטב שלא ייאמרו הדברים
וואס די בעלזער קענען אלס! זאג דיין חבר אז ער מעג זיך אביסל לערנען אויסלייג איידער ער שרייבט אזא צעטל. ווען א סאטמארער וואלט עס געשריבען, וואלט עס נישט געהאט די גרייזען.
די איבערבעטונג איז געווען מפורסם אין דער איד
און ער האט אים נאכאמאל איבערגעבעטן לאחר מותו ברבים
און דאס אלעס איז שוין לפנים משורת הדין
ווען איינער זאגט אויף רבינו זצ"ל אז ער איז געווען מאכיל נבילות קומט זיך אים מער ווי עפרע לפומי ס'קומט אים עטליסט דאס וואס מען האט געטון מיט'ן בעלזער פארגאנגענע וואך ספעציעיל ווען די גאנצע זאך איז געווען לקנתר א ראי' דערצו אז ביז תשל"ט איז אלעס גוט געווען
דעס איז נאר געווען אויסצוקלארן די וויכוח באלאנגט נישט אין די אשכול
ליטוואק פון בודאפעסטאינטרעסאנט אז קיינער ברענגט נישט אראפ דער גאנצע וואזנער סומאטוכע. איך האב עס געהערט פון א בעלזער און א סאטמארער
נו דערצייל.
איך בין א ליטוואק, איך מעג נישט אריינרעדן אין דער ענין.
ברענגסט מיך צו א נסיון דיר דן צו זיין לכף חובה אז דו ביסט יא א נארמאלע מענטש.
לאנדאן איז לכאורה די סאמע שטערקסטע קנאות'דיגע השקפה צענטער, די סאטמארע זענען שטערקער בדעתם אין לאנדאן
גאנצל'ס חברייא דארט איז שארף קעגן דעם בעלזער'ס התנהגות לדוגמא
דער קונטרס איז ביי זיי אלע אנגעקומען אין פאסט יעדער ווערט אויפגעברויזט
סע שטערט זיי פארוואס עפעס זייער רב דארף זיך טרעפן מיטן..
איש חזוןברענגסט מיך צו א נסיון דיר דן צו זיין לכף חובה אז דו ביסט יא א נארמאלע מענטש.
חלילה! אבער מיט דעם וועסטו מיר נישט סטראשען.
איש את רעהולאנדאן איז לכאורה די סאמע שטערקסטע קנאות'דיגע השקפה צענטער, די סאטמארע זענען שטערקער בדעתם אין לאנדאן
גאנצל'ס חברייא דארט איז שארף קעגן דעם בעלזער'ס התנהגות לדוגמא
דער קונטרס איז ביי זיי אלע אנגעקומען אין פאסט יעדער ווערט אויפגעברויזט
סע שטערט זיי פארוואס עפעס זייער רב דארף זיך טרעפן מיטן..
איך פארשטיי נישט מתחילה וויאזוי נעמט מען אויף א רב אן אייניקל פון ר' שמואל וואזנער.
(די קונטרס איז זייער שיין, א שאר נאר אז די גרעפיקס האט נישט משפיע געווען אויף די פוסטע נארישע תוכן)
נעמען הרב וואזנער אין סאטמאר איז כמעט ווי נעמען א ליטוואק. ער איז נישט קיין סאטמארער און ער פארשטייט נישט דערצו. זיין טאטע איז געווען אן איידעלע, האט ער געקענט אויסקומען מיט זיי. ער קען נישט.
באזוך פןן וואזנער ביים רב
📎 belz.jpg
איש את רעהואיש את רעהוberlbalaguleh
דער פאקט אז די בעלזער קהילה אין לאנדאן סטראשענען לכאורה אז זיי וועללן ארויסגיין פון התאחדות הקהילות און מאכן אן אייגענע קהילה. איז אזוי. אויב זיי האבן די נאמבערס און זיי זענען ביכולת צו ארגאניזירן אן אייגענע קהילה האבן זיי א יעדע רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאלל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און דעם כבוד הראוי. און נישט לאזן א פאר פארשטינקענע צו ווילדעוועטע, קארופטירטע ברואים קאנטראלירן א יעדן מצב אין די שטאט. און אויב דער מצב קען זיך נישט טוישן לטובה זאללן זיי טאקע מקיים פסק זיין און גיין זיך מאכן אן אייגענע קהילה.
די תירוץ האבן די בעלזאים געניצט אין אלע מקומות צו אינטערברעכן כח הרבנות
די אלע תירוצים זענען אבי געזינט צו קענען צוברעכן די רבנישע כח
הרב ענטרוי'ס שחיטה איז פאר זיי ליבערשט ווי עס זאל זיין די רבנישע כח אין שטאט
ויתירה מזו
האבן זיי ממש געצעגערט דעם רב רב פדווא ער זאל אלעס מיטהאלטן און שרייבן בריוו
למעשה זענען זיי מוכן צו אינטערברעכן דעם גאנצען קהילה'שער כח
איש את רעהו: אויב די בעלזער חסידים אין שטאט האבן טאקע אזא גרויסן כח דארף מען זיך ערשט רעכענען מיט זיי. מ'קען נישט (אפילו עטץ) טאנצן אויף ביידע חתונות. פון איין זייט איז מען זיי און זייער רבי'ן מבזה מיט די גרעסטע בזיונות. מ'מאכט זיין וויזיט כאילו להבדיל דער פויפסט וואלט געקומען קיין לאנדאן אויף א באזוך. און פון די צווייטע זייט איז אפילו דער מלאך רע יענה אמן בעל כורחו אז זיי האבן א כח. נו, ממה נפשך. אויב זיי האבן א כח, רעכן דיך מיט זיי און האלט זיי חשוב. און געב זיי אפ דעם כבוד הראוי פאר דיינע אייגענע אינטרעסן. אז זיי זאללן בלייבן מיט דיר אין איין קהילה. און דו און דיינע מעטשן זאללן האבן די עקסטרע הכנסה אין די קעשענעס...!
כ'וויל נישט לייגן דא די ליעק'ס וואס איז ארויסגערינען און ארומגעפארן אין די אימעיל'ס וויאזוי די חברה רעדן פינעם רב און די רבני לאנדאן
מען דארף נישט זיך איבעררייסען פאר חצופים
איש חזון
קנאים האבן געזאגט אויף זייער טעלעפאן ליין אז די לאנדענע יודנטום איז נישט בייגעשטאנען די נסיון, און ארויסגעלאפן לקראת מלך ישראל (נישט ממש דעי ווערטער פארשטייט זיך)?
מע פארציילט די טעראר וואס בעלז לייגט אויף די רבנים צו קומען
גאר א אינטערסאנטע שמועס פון א בעלזער משפיע וואס גרייט דעם אידנטום אין לאנדאן צום ביקור
זאגענדיג אז די רב איז איינער וואס
דירעקט פון הימל האט מען אים אלעס געלערנט, און
ווייסט גענוי מענטשליכע מחשבות, ער ווייסט צו
מען האט זיך יא אדער נישט געטובלט אין מקוה וכו' וכו'
בעלזע ווארט נאך אויף 1 בעלזער חסיד
המשחק הזה נמשך ובגדול, בבעלזא היו משוכנעים כי אליש אנגלנדר חוזר ללונדון ביום שני וביום שלישי יפגשו, אבל הוא שלח להודיע כי ברגע האחרון הוא נאלץ להשאר עד יום רביעי בישראל, והוא אמור לשוב הלילה ללונדון
בבעלזא הבינו את המשחק ויש מי שהציעו שם לטרפד אותו, לתת לו לשחק עד שישוב ללונדון ואז הרבי ידחה את שובו לישראל לאחרי שבת
על פי התכנית המקורית הרבי מבעלזא אמור לשוב ביום חמישי לישראל עתה לא ברור עוד מתי ישוב
יצויין כי רוב מי שהיו מקורביו של הרבי מבעלזא עד לפני ארבעים שנה שהם חסידי מחנובקה תושבי לונדון השתתפו ובאו ללחוץ את ידו של הרבי מבעלזא לאחר עשרות שנים שלא הסכימו לשהות במחיצתו
בעלזער רב האט היינט נאכט געהאלטן א הערליכע געזעגענונגס דרשה פאר צאן מרעיתו אין לאנדאן, גראדע האט ער אויך אריינגעווארפן א קליין שטיקל ראזשינקע-צימעס.
איך גלייב נישט ער האלט מיט אלע רידערייען, ער ליינט דען ק"ש
ער פארט שוין צוריק? אן זיך צו טרעפן מיט אליש?
ק/פ
הבוקר כשיצא הבעלזער מביתו מרחוב היטלענד שב'סטאמפארד הילל
הגיע אחד עם מייק וספיקער גדול וצעק קולות וברקים בקול רעש גדול וחזק,
שיש דין ויש דיין ויזהר מיום הדין..
ופניו וכל החסידים שלו בכל העולם חפו,
ותהום כל העיר
___
אויסצוג פון די נעכטיגע דרשה ווי הרב מ'בעלז פארענטפערט זיינע מעשים לבני קהילתו
חיים אנו בגלות, ולא רק בגלות בין גויים אלא גם בגלות בין יהודים, כ"ק אא"ז מרן מהר"ש זי"ע אמר שגלות בין יהודים יותר קשה מגלות בין גויים. ברם יש לדעת בבירור שכל אותם עסקנים נאמנים אינם פועלים על דעת עצמם כלל, כי אם מתייעצים ועושים הכל לפי הוראות גדולי התורה ועפ"י התורה ודי בזה. ב"ה איננו זזים כמלוא נימה מאידישקייט.
ישנם ב"ה אלפי כוללים, מאות ישיבות לאין שיעור, וכן תתי"ם ובתי חינוך לבנות על טהרת הקודש, שמוציאים ב"ה תלמידים ותלמידות לשם ולתפארת ולתהילה, אנו מובדלים ומופרדים מהחילונים ומהדתיים הלאומיים לגמרי ולחלוטין, לא באנו לכאן לתרץ עצמנו, אלא הנני מספר לכם את התמונה אמיתית והמשקפת
איך האב געשמועסט מיט איינעם וואס איז געפארען קיין לאנדאן וואס האט מיר געזאגט אז בעלזא האט געהאט אן אסיפה פאר די נסיעה און מחליט געווען אז מ'גייט גארנישט טוהן וועגען די מחאות, מ'גייט לאזען פאשקעווילען און הפגנות, אלס גייט בלייבען ווי ס'איז. ער טענה'ט אז נאר איין מאל האט א בעלזער זיך אויפגערעגט און אנגע'מקל'ט א בחור פאר'ן ווארפען פאשקעווילען, אבער ווען דער פאליציי איז אנגעקומען האט יענער בחור געכאפט אז קיין שידוך גייט ער נישט טרעפן טאמער ער קלאגט איהם אין געריכט, דעריבער האט ער אפגעלאזט.
איש את רעהוהבוקר כשיצא הבעלזער מביתו מרחוב היטלענד שב'סטאמפארד הילל
הגיע אחד עם מייק וספיקער גדול וצעק קולות וברקים בקול רעש גדול וחזק,
שיש דין ויש דיין ויזהר מיום הדין..
ופניו וכל החסידים שלו בכל העולם חפו,
ותהום כל העיר
טרייסט אייך ברידערלעך טרייסט אייך!
(אגב, דער בעלזער רב האט געזאגט אז מען דארף זיך לערנען פון די אנדערע קהילות אין שטאט וויאזוי די ווייבער גייען בצניעות, כאטש אין אנדערע ענינים שטייען מיר "טויזנט מאל בעסער פון זיי", דאך דארף מען זיך לערנען וואס מען קען. חבר אני לכל אשר יראוך. ע''כ. אזוי אויך זענען געווען נאך צימוקים.
לענ''ד דאס וואס דער רב האט אנגעהויבן דערנאך זינגען ''אשרי העם שככה לו'' (מלבד שזה היה קשור לפסוקים שהזכיר במהלך הדרשה) איז מעגליך געווען א מעסעדזש מען זאל נישט זיין פארנומען מיט ''אשרנו מה טוב חלקנו'' נאר מיט ''אשרי העם'').
ליטוויק, דער חלק איז אמת. מען האט פאר, אינמיטן און נעכטן נאכען וויזיט שטרענג אנגעזאגט אז בעלזער רב דארף נישט קיינער זאל זיך אננעמן פאר זיין כבוד. און נישט מיטן אלטן סאטמארן לאזונג 'דארט ליגט די אייער קיינער זאל נישט ווארפן' נאר דייקא אויף א וועג אז יעדער זאל פארשטיין אז עס גייט אונז באמת נישט אן אינעם לינקן אויער די מעשים פון אפאר חזרים.
אזוי ווייט, אז אפילו לגבי איין נטורי חרטא בשם ווייס וואס קומט אינעם נייעם הערליכן בעלזער מקוה, איז געווען א שמועס צו מען זאל עם ווייטער לאזן. נאכאמאל, מען רעדט נישט פונעם אלטן ק''י וועג פון ארויסשטעלן די מתנגדים ווי אדם הראשון פארען חטא אין א קאלטן ווינטער פארטאגס, נאר פשוט צוגיין שיין זאגן אז מען זוכט נישט אזעלכע כפוי טובה זאל ער זיך געזונטערהייט טרעפן א צווייטע מקוה, און אפילו אויף דעם האט נישט יעדער מסכים געווען.
זייער א שיינע הנהגה צו נישט טון גארנישט.
_________
איש חזוןאיש את רעהוהבוקר כשיצא הבעלזער מביתו מרחוב היטלענד שב'סטאמפארד הילל
הגיע אחד עם מייק וספיקער גדול וצעק קולות וברקים בקול רעש גדול וחזק,
שיש דין ויש דיין ויזהר מיום הדין..
ופניו וכל החסידים שלו בכל העולם חפו,
ותהום כל העיר
לענ''ד דאס וואס דער רב האט אנגעהויבן דערנאך זינגען ''אשרי העם שככה לו'' (מלבד שזה היה קשור לפסוקים שהזכיר במהלך הדרשה)
די ליבאוויטשער רמ"מ האט אזוי געטון
אין בעלז איז עס א תמי'? אדער מען טוט כסדר אזוי ?
איש את רעהוזייער א שיינע הנהגה צו נישט טון גארנישט.
אויך זייער קליג. ווייל צוריק טון רייצט נאר מער אן די שונא. יעצט הייסט ער א נרדף און די המון עם גלייכט אזא רבי