בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11470
@סמבטיוןדיין ארטיקל וועגן בעלזע רב איז זייער פיין געשריבן און כ'האב שטארק הנאה געהאט. כאטשיג איך בין מחולק מיט דיר איבער אסאך זאכן האסטי אבער ארויסגעברענגט אסאך אמת'ע און גוטע נקודות. איך מוז אבער זאגן אז מ'דערקענט די צימצום מיט וואס די ביסט אויפגעוואקסן ווי מ'האט דיך אריינגעפרעדיגט אז בעלז איז די געלונגענסטע, די בעסטע וכו'. למשל, די שרייבסט אז
יעדער קומט הערן די דעת פון בעלזע רב אבער ווען ליטוואק בעט דיך פאר עטליכע דוגמאות זאגסטי אז די דרייסט דיך נישט אין שטוב ווייסטי נישט. דאן אויף וואס האסטי געבעיסט דיין הנחה אז
יעדער שמועסט זיך דורך מיט אים?
סמבטיוןנאר ווי הייבט קירוב זיך אן?
די ענטפערסט נישט אויף די לינק וואס איז צוגעצייכענט,
מצד די חנפים לרשעים וואלטן זיי שוין באזיצט טויזענטער אין זייער נעץ טראץ די אלע טעלעוויזיע שטאנציאנען
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
דער שמועס איז אינטרעסאנט צוליעב נאך עפעס. רוב בעלזער וואס איך קען שעמען זיך עטוואס פון דער רבי, נאר האלטען אז בעלזא איז א זאך וטאס דארף אנגייען און זיי קוקען הצלחת בית בעלזא אלס זייער פערזענליכע הצלחה. איינער דא אין אישי האט איהם אנגערופען א נישט שיינע נאמען, צוזאמען מיט׳ן מטדה זיין אז ער איז א בעלזער מיט שיך און זאקען וכדו׳. דוכט זיך אז ווייניג אין בעלז האבען דער אהרוני געשטימטע מיינונג אויף זייער דאמינאנטישע מנהיג וכו׳.
איך געדענק טאקע אז איין מאל פאר א דיננער האט בעלזא אריינגעשטעלט א מאמר אין דער משפחה מאגאזין וועגען דער שייכות צווישען הרב שך און דער בעלזער, כאילו הרב שך פלעגט זיך דורכרעדען מיט איהם......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב געהערט די דרשה גענוג מאל און עד היום פארשטיי איך נישט די עוולה,
אהא, סא כלל ישראל האט געוויסט אז מען דארף אריינברענגן חינוך מיוחד און אונזערע קרייזן מע איז נאר געזיצן און געווארט אז איינער זאל עס טוהן און נאך דעם האט מען ארויסגענימען די גוטע חלקים, פנינים יקרים, איך האב דיר נישט וואס צו ענפערן איך בין שפראךלויז נאך אזעלכע טיעפע רעיונות.
עס איז ווייט נישט קיין סוד פרעג ארום ביי די מנהלים און ראשי המוסדות
גראדע איז מיין טאטע א בעלזע חסיד, אבער איך בין אנדערש אויפגעוואקסען ווי דיר עמעזאן מיט דיין כתה, מיין טאטע האט מיר געזאגט אז ר' יואל טייטלבוים איז געווען א הייליגע יוד א גאר גאר א דערהויבענע יוד, מיין טאטע פלעגט אסאך רעדן פון די סקווירא רבי ז"ל און ווי אויך אנדערע צדיקים, און איך פיר זיך און זיינע פוס טריט און איך האק נישט אויף קיין צדיקים קיינמאל, קענסט איבערגיין מיינע תגובות איינס ביי איינס, איך עגרי נישט מיט סאטמער , אמת, איך האלט עטס זענטס מעכב די גאולה , ספיציעל ר' זלמן לייבס פארטיי, אבער איך וועל קיינמאל נישט רעדן וויאזוי מען רעד אין סאטמער אויף אנדערע צדיקים
שמעון וואלף יישר כח פאר די קאמפלימענט, איך בין אויפגעוואקסן ב"ה און זעהר אן אויפגעקלערטע שטוב ווי אסאך צדיקים זענען געווען ביי אונז ארויף געקוקט, איך דריי זיך נישט ארויס, איך האב קלאר געזאגט אז איך וועל פרובירן צו מאכן ריסערדזש, און גלייב מיר אז איך וועל טרעפען,
בנוגע זיין די געלונגענסטע, ביטע ליין איבער מיין תגובה, איך האב דייקי נישט געשריבן אז אונז זעמער די בעסטע, איך האב אפאר מאל קלאר געמאכט אונז זעמער פון די שענסטע חסידותער היינט צו טאגס, איך קען ב"ה גענוג מעלות פון אנדערע פלעצער און איך שרייב עס ארויס ווען מען רעד פון דעם , יעצט רעד מען פון בעלזא האב איך גערעד פון בעלזא. פליז.. איך בין נישט קיין סקווירע... איך ווייס אז אנדערע זענען אויך גוט
סוף פסוק. דער בעלזער רב איז א העלד אשר נתקיים בו מאשפות ירים אביון. ער איז פיהל מיט חכמה ובינה, עצה וגבורה, דעת ויראת השם. וכל מלכי מערב ומזרח משכימים לפתחו. פון הרב שך מיט רב אלישיב ביז ר״ע יוסף רב שטיימאן און רב וואזנער. דער גאנצער מוצגה״ת פון אגודה ווארט צו הערן זיין חוות דעת און שכל הישר, און יא אין ארץ ישראל זענען זיינע מוסדות די פיהרער אין אינאוועטיוויטי.( אין אמעריקע זענען די חסידישע מוסדות סייויי צוריקגעבליבען וווייל אלץ פיהרט זיך אזוי ווי סאטמר וואס ווי מער צוריקגעבליבען איז מער אידיש.)
די צוויי סיגעטער קינדער פארשטייען נישט אפילו זיין שיחת חולין און זענען ליידער כפוף צו אפאר משוגענע קנאים אדער מאדיארישע גבירים וואס שטעלען אוועק זייער אגענדע. בעלזער רב כה לחי!
סטמער פוטערט זיין ברויט שוין זעכציג יאהר...
סמבטיוןאיך האב געהערט די דרשה גענוג מאל און עד היום פארשטיי איך נישט די עוולה,
די רב זזג פארשטייט לכה"פ צו גיין איבערבעטן
און ניטאמאל זעהסטו ווי דער יוד האט גערעדט דברי לעג וזלזול אין גדו"י ?
עטץ מיזט האבן פראפענישעל ברעינוואשינ"ג פראגראמען דאס אהערצושטעלן
ניין איך זעה נישט די עוולה פון רעדן פאר זיינע חסידים אין זיין בית מדרש זיין מיינונג. און אז דו האסט נישט וואס צו רעדן מיט מיר דעמאלטס קענסטו זיין שטיל טאקע.
קענסט עס מעתיק אפילו יעצט,
צו זיין דרשה איז געווען כבוד שמים איך גלייב אז יא, אבער נאכאמאל גייסט מיר יעצט אפיר האלטן אויף יעדע רער וואס ער האט געטוהן צו עס איז געווען כבוד שמים? איך האב געשריבן אז דאס איז געווען זיין גאול אלע יארן, מיט וואס פרעגסטו מיר דא אפ?
אנאנים, ר' לייבוש האט געהאט א פערזענליכע אגענדע, און חוץ פון דעם האט דער דברי יואל געהאט מיט אים לאנגע שמועסן, און איך גלייב אז עס איז אים נישט שווער געווען צו איבער דרייען,
[ציטאט אראפגענומען]
פשעווארסקער רבי
חברה, איך קים נישט אן צו ענפערן אויף יעדעמס פיילן, איך גיי מיר לייגן, איש קענסט יעצט אריינהאקן ווילאנג דו קענסט אי"ה מארגן וועל איך פרובירן צו ענפערן אחד אחד. האטס מיר א גוטע נאכט ליבע ברודער.
רבי לייבוש שליט"א האט נאך אזויפיל לשם שמים געמיינט ביי די דרשה, אפילו ווען ער בארירט די נקודה ווי בעלזע האלזדט רשעים רעדט ער איינגעהאלטען📎 פשעווארסק מוגה ווילנא.pdf
קאסט מיר א לאך ער איז א גדול בתורה, קלאר אזוי נישטא וואס צו רעדן, אבער אין חכמה? ווייט פון א חכם, און גאר א מאדנע מענטש אויב קענסטו אים פערזענליך, און כבוד שמים? וואס האט ער געטוהן פינקלעך פאר כבוד שמים?
משה אהרן שווארץ? סעריעסלי, וויפיהל יודן האט עטס חיות באבראכן די ביינער? פון די פראגראם אויף ליבאוויטש רעד איך שוין נישט, ווער מיר נישט אזא איידעלע נשמה אויף די עלטער
איש את רעהורבי לייבוש שליט"א האט נאך אזויפיל לשם שמים געמיינט ביי די דרשה, אפילו ווען ער בארירט די נקודה ווי בעלזע האלזדט רשעים רעדט ער איינגעהאלטען
📎 פשעווארסק מוגה ווילנא.pdf
📎 .pdf
דא איז די רעקארדינג <a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=0B3ueQD4itx0VdHhZMFBFY1dlcUxRZEJ1WURsbXlJZXZEdG44">https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... lJZXZEdG44</a>
סמבטיוןקאסט מיר א לאך ער איז א גדול בתורה, קלאר אזוי נישטא וואס צו רעדן, אבער אין חכמה? ווייט פון א חכם, און גאר א מאדנע מענטש אויב קענסטו אים פערזענליך, און כבוד שמים? וואס האט ער געטוהן פינקלעך פאר כבוד שמים?
נע וודאי אויב פארשטייט מען אז אפלאכן ברבים פון שרפי מעלה איז קיין עולה
נו ווער טוט נאך בכלל פאר כבוד שמים פון די וואס זענען נישט דורש אזלעכע מ"ב שטייעדיגע ד"ת
איש האסט עס שוין אראפ געברענגט 4 מאל , קענסט עס אראפ ברענגן א פיפטע מאל, איך האף נאר אז דו וועסט נישט כאפן קיין הארץ אטאקע ווען דו וועסט הערן איין שיינעם טאג אז ר' לייבוש האט שלום געמאכט מיט בעלזא.
סמבטיוןאיש האסט עס שוין אראפ געברענגט 4 מאל , קענסט עס אראפ ברענגן א פיפטע מאל, איך האף נאר אז דו וועסט נישט כאפן קיין הארץ אטאקע ווען דו וועסט הערן איין שיינעם טאג אז ר' לייבוש האט שלום געמאכט מיט בעלזא.
עטס ארבעט שווער אויף אים, העמיר זעהן ווי לאנג ס'וועט געדויערן
עניוועי כל זמן די דברי חירוף אויף גדו"י נ"ע בלייבט די רוטין ביי אייך, און ער איז נישט חוזר מדבריו, וועט דאס שטינק אים באגלייטען ווילאנג בעלז וועט זיין א ווינקל..
איך און נאך טויזענטער חסידים האבן שוין זוכה געווען צו הערן אסאך שענערס פון די מ"ב דרשה,
טאקע דארט שטעקט זיין חכמה, מיטן מאכן ר' זלמן לייב רבי...
די בעלזע ווינקעל בליעט ב"ה זיין שיין מיטן האבן די רוטין, און אז דו האסט הארץ עסעניש פאר א דרשה פון 30 יאהר צוריק , האב איך גרויס רחמנות אויף דיר, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פריער, געב אויף די מלחמה, קיינער קריגט זיך נישט מיט דיר שטייסט אליין מיט נאך אפאר זלונים אוןענק שלאגן זיך מיט א וואנט, קיינער גייט עס באמת נישט אהן, בעלזער רב וויל זיך גוט לעבן מיט אלע חצירןת, און גלייב מיר אויפן ווארט ער וועט ערפילן זיין וואונטש. קענסט בלייבן וויטער שעלטן אין זידן , עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפען.
האסט מבטיח געווען פריער צו גיין שלאפן
האלטיר איין ביז מארגן,
אנאנים, אויפטוהן לכבוד שמיים? ווי פינקליך? אין פראנקרייך? אדער אין מיאמי? עטס זענטס א באנדע מחרחרי ריב פונעם ערגסטן סארט ענקער רבי מעג זיך לערנען פון זיין ברידער, אויב איז דא א סאטמערע רבי וואס טוט אויף פאר יודישקייט איז עס ללא ספקר ר' אהרן.
זיי מסביר פליז, און פיר אויס, ווייל אויב ער וועט זיך רחמנא לצלן חברן מיטן בעלזער רב, וואס גייט געשען? די גאנצע ציונות פראפעגאנדע מאשין וואס האלט ענק ביזי די לעצטע 40 יאהר וועט אונטער גיין? פארדעם האט ער א פראבלעם? איך וויל באמת פארשטיין די חורבן וואס גייט געשען אויב ער גייט זיך טרעפן און עסן טרויבן צוזאמען און רעדן וועגן מנהגי בעלזא וסאטמער און זיך וואונטשן לחיים, און עס וועט הייסן אז די שנאה איז אריבער, רעד צו מיר ווי אן עדאלט, ערקלער מיר די פראבלעם דערמוט.
נישט דו, איש זיד עפעס געפערליך סיי דא און סיי און אישי.
סמבטיוןאיש האסט עס שוין אראפ געברענגט 4 מאל , קענסט עס אראפ ברענגן א פיפטע מאל, איך האף נאר אז דו וועסט נישט כאפן קיין הארץ אטאקע ווען דו וועסט הערן איין שיינעם טאג אז ר' לייבוש האט שלום געמאכט מיט בעלזא.
ר' לייבוש וויל גראדע שלום מאכן, אבער ער גייט עס נישט טון איידער רז"ל גייט שלום מאכן. ער וויל אים נישט וויי טון. א שטיק צייט צוריק, נאך איידער דעם בעלזער'ס איבערבעטונג פראצעדור, האט ר"ל געמוטשעט רז"ל שלום צו מאכן, רז"ל האט זיך שיין ארויסגעדרייט און מסביר געווען אז ער קען נישט מחמת כמה וכמה טעמים, אבער ער לאזט אים טון וואס ער וויל... ר' לייבוש האט בלויז געמיינט זיך אליין שפירנדיג גילטי אויף וואס ער האט אים אפגעטון די אלע יארן. יעדע מערכה אקעגן בעלז איז ר' לייבוש צו פארדאנקן, ווען נישט אים וואלט גארנישט געווען.
וואס גיוס אין קאפ אראן, ער זאל זיך נעמען איבער די לא נתקבל בחורים וועט ער מער אויפטוהן, דו האלטסט אז ער גייט עפעס אויף טוהן מיט די אלע פראטעסטן? עס האט נאך קיינמאל נישט געהאלפן און עס וועט קיינמאל נישט העלפן סך הכל קיפט ער ביזי אפאר טויזענט ליידיג גייערס אין ירשולים, וועסט נישט טרעפן קיין איין נארמאלע חסודישע יונגערמאן ביי די אלע פראטעסטאן נאר אויערבאךס חיות און ענק סאטמערע מפגרים.
ווילסט עס נישט ריפן מחרחר ריב דאן ריף עס האלט אן מחלוקות פאר גארנישט.
סמבטיוןזיי מסביר פליז, און פיר אויס, ווייל אויב ער וועט זיך רחמנא לצלן חברן מיטן בעלזער רב, וואס גייט געשען? די גאנצע ציונות פראפעגאנדע מאשין וואס האלט ענק ביזי די לעצטע 40 יאהר וועט אונטער גיין? פארדעם האט ער א פראבלעם? איך וויל באמת פארשטיין די חורבן וואס גייט געשען אויב ער גייט זיך טרעפן און עסן טרויבן צוזאמען און רעדן וועגן מנהגי בעלזא וסאטמער און זיך וואונטשן לחיים, און עס וועט הייסן אז די שנאה איז אריבער, רעד צו מיר ווי אן עדאלט, ערקלער מיר די פראבלעם דערמוט.
נישט דו, איש זיד עפעס געפערליך סיי דא און סיי און אישי.
אויב גייט זיך רז"ל טרעפן מיט אים, קומענדיגע יאר גייט ר' מענדל הגר פון וויזניץ זיך טרעפן מיט ביבי און די מיידלעך גייען אויפנעמען בנט אין מיידל שולע!! יא ער איז גערעכט מיטן אויסשרייען זיין הייזעריגע קול מחאה אויף דעם סאמע גרעסטן פורץ גדר אין היסטאריע פון אידישקייט. ער פארשטייט די אחריות וואס ליגט אויף אים.
סמבטיון
בעלזער רב וויל זיך גוט לעבן מיט אלע חצירןת, און גלייב מיר אויפן ווארט ער וועט ערפילן זיין וואונטש.
אז ער וויל אויפטון לשם שמים און זיך גוט לעבן מיט אלעמען למען כבוד שמו יתברך
איז דא אפאר געציילטע דיבורים וואס ער קען זיך אויפשטעלן ברבים און עס זאגן
פשעווארסק און מהרז"ל וועמען ער לויפט שוין זייער לאנג נאך צו שלום מאכן וועט בלי ספק אים אנטקעגן קומען.
אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט האבן די סיקריקים זיך געבעטן ביי ר' לייבוש ער זאל חתמנען ביי די לעצטיגע קול קורא , ר' לייבוש האט זיי קאטגאריש אפגעזאגט, איך זאג דיר אז די שלום וועט געשען איין טאג, און ווען נישט ר' זלמן לייב וואלט עס שוין לאנג געווען מסודר, און דאס איז מיין תשובה צו עמעזאן ווען ער פרעגט פארוואס ר' זלמן לייב איז בעל מחלוקות
איש את רעהוסמבטיון
בעלזער רב וויל זיך גוט לעבן מיט אלע חצירןת, און גלייב מיר אויפן ווארט ער וועט ערפילן זיין וואונטש.
אז ער וויל אויפטון לשם שמים און זיך גוט לעבן מיט אלעמען למען כבוד שמו יתברך
איז דא אפאר געציילטע דיבורים וואס ער קען זיך אויפשטעלן ברבים און עס זאגן
פשעווארסק און מהרז"ל וועמען ער לויפט שוין זייער לאנג נאך צו שלום מאכן וועט בלי ספק אים אנטקעגן קומען.
רז"ל גייט אים נישט טרעפן אפגערעדט וואס ער גייט זאגן ברבים אדער ביחיד, ער האט א שיטה און זהו. קען זיין אז זיין שיטה גייט זיך טוישן מיט די צייט, אבער נישט דאס רעדן ברבים גייט טוישן זיין מיינונג. עס איז בלויז א תירוץ כידוע ליודעי סאטמאר...
ניין ער האט קלאר נישט קיין פןינט, האלטסט נישט ווי אים געזונטערהייט ר' אהרן האלט אויך נישט ווי בעלזער רב, נו פארדעם קען מען נישט שלום מאכן? וועמען חישסטו? ממש ער פילט אז ער קען זיך נישט חברן מיט אטים? ענפער אויף מיין שאלה וואס וועט געישען אויב ער וועט זיך טרעפען מיטן בעלזער און דעירקלערן אז די שנאה איז פאראיבער
און פליז הער אויף צו באקן מעשיות דאס איז נישט דיין סטייל עמעזאן, קיינער פון די בעלזער חסידים האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע מהלכים און יודישקייט.
סמבטיוןאזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט האבן די סיקריקים זיך געבעטן ביי ר' לייבוש ער זאל חתמנען ביי די לעצטיגע קול קורא , ר' לייבוש האט זיי קאטגאריש אפגעזאגט
הייסטעס רבי לייבוש איז שוין מיט בעלז, פארוואס האט די פשעווארסקער רבי געבעטן ר' נפתלי אלימלך נישט גיין אין לאנדאן צו די גרויסע בעלזע צוזאמקומען ?
יתכן בעלז וועט נאך טערארזירען צו מאכן עפעס א צאמטרעףאיך טאר עס נישט זאגן הויעך אבער איך מיין אז די בעסטע באווייז אז @סמבטיון האט א פוינט
איז די ליידיגע תירוצים וואס מ'ענטפערט אים
מ'איז ביזי נאכאמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע דרשה
וואס היות ער האט געהאלטן אזא דרשה מילא איז פארטיג האט ער שוין נישט קיין קהלה האט ער שוין נישט קיין חסידות טיפיקל סיקריקים
איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע טענה פון @אנאנים צו בעלזא אז ער האט משנה געווען גייט ער און ער רעכנט אויס 3 זאכן פון זיין רבי'ן וואס אין אלע 3 האט ער משנה געווען פון זיין פעטער וואט עי זשאוק
אבער למען האמת מוז ארויסגעברענגט ווערן פאר @סמבטיון ביי חסידישע אידן און ביי חסידישע רבי'ס איז אל תטוש געווען פון די ערשטע יסודות
ביים בעלזע רב איז דעס די לעצטע זאך
אונז קען מיר אפשר נישט זעהן עין בעין וואס עס קומט ארויס שלעכט ביים אריינברענגן אין חנוך ניי געדאנקן אשר לא שערום אבותינו אבער אונז זען מיר מאמינים אז דאס איז נישט קיין גוטע זאך און אונז דארף מיר זיך האלטן מיט די מסורה
אבער דע סאיך דיר זאגן אלס איינער וואס סימפאטירט מיט א רבי'ן וואס אל תטוש שטייט אים פאר די אויגן תמיד אבער די סיקריקים וואס טוישן ווערסיעס יעדן טאג קודם 20 יאר האט מען אינגאנצן נישט געטארט האבן קיין רבי נאכדעם מעג מען יא אבער נאר א רבי וואס שמייכלט צו יעדעם.... און וואס שטייט ווייט פון קלויזנבארג קוטלער ווער געדענקט נאך ווען ר' אהרן איז די ערשטע מאל געגאנגען צו קוטלערוואס ער האט געכאפט דערפאר אבער הינט איז עס פון זיינע גרעסטע אויפטוען ביי די היפארקריטן
לסען היר מיין חבר @סמבטיון מיט די סיקריקים טענה דיך נישט זיי זענען גוט מיט וועם ס'קומט זיי אויס גוט זעהסט דאך זיי לעקן היינט אלע מזרחיסטן בעסט סאדי'ס מיט אויערבאך לאז דיך אפ פון זיי ווען דיין רב זאל איבערלאזן אפאר טאלער פאר אתרא קדישא וואלט ער אויך געווען א גרויסע צדיק
איש את רעהותורה ומדעזיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל.
ער איז נאר ממשיך זייער דרך.
ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע
וידיאו מ'בעלזביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש ? , עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל
די תמי' הנ"ל איז געווארן אנגעפרעגט צו א בעלזער חסיד עטליכע בלעטער צוריק, אנשטאט ענטפערן צום ענין, יא ! אדער ניין !
האט נאכגעפאלגט 4 בלעטער טעצער קללות און לאנגע הסברים איבער אלעס ארום
אבער דאס פשוטע אנטווארט קומט נישט.
פארגעסט א מינוט וועגן די סאטמארע מחלוקות מיט בעלזא, דער היינטיגער בעלזער רב זז״ג האט זיך יונגערהייט אויפגעפירט מאדנע און מיט חוצפה צו כמעט יעדער רבי וואס איז געוועהן עלטער ווי אים
איך קען אויסרעכענען א ליסט פון אפאר גדולי הדור ווי ער האט ממש חוזק געמאכט פון זיי אויף א נידערטרעכטיגער אופן...
1)דער סקלענער רבי זצ״ל
ער איז אים אמאל געקומען באזוכן און דער בעלזער האט אים געזאגט ״איך הער איר זענט א ׳בעל מנגן׳ זינגט מיר א שיין שטיקל פון אייערע ניגונים״...
ער איז געוועהן דאן א יונגערמאנטשיק און דער סקלענער וואלט געקענט זיין זיין זיידע, דער סקלענער מיט זיין גרויס עניות האט זיך איידעלערהייט אויפגעשטעלט פאראכטן די גארטל און אים געזינגען א סקלענער ניגון בשעת דער בעלזער זיצט אויסגעשפרייט און לאכט זיך אויס פון אים.
2)דער באובער רב ר׳ שלמה זצ״ל
ער האט אים ביי א באזוך אמאל פארגעלייגט א שווערע קצות out off the blue סתם צו חוזקן אז דער באבובער איז נישט קיין תלמיד חכם צי וואס...
3)פאפער רב זצ״ל
מ׳דארף אפילו פארציילן די מעשה???
ער האט געלאזט ווארטן 45 מינוט אינדורסן, ער וואלט געקענט זיין, זיין עלטער זיידע, פאפא זענען געוועהן שטארקע בעלזער חסידים אינדערהיים, סתם אזוי געטוהן צו ווייזן אז ער איז ״די זאך״...
4)די היינטיגע פאפא רב
א לאנגע מעשה, איין טאג...
5)ר׳ מאטעלע וויזניצער
ער איז געקומען קיין מאנסי גאנץ אנפאנג ווען סאיז נאך געוועהן א קליין דארף, און אים געפרעגט
״די פעטער האט מנין דא אין מאנסי״?
ר׳ מאטעלע האט אים גענטפערט ציניש איך האב אכט זוהן, מיט מיר און דער דיין (ר׳ אברהם ניסן ניימאן) איז 10...
ער האט אמאל געפרעגט ר׳ מאטעלע גלייך נאך וואס ר׳ חיים מאירל איז אוועק
״וויפל אידן האט איר אין די ימים נוראים״ ?, האט אים ר׳ מאטעלע גענטפערט אז געוונטליך ימים נוראים דאווענט ער פארן עמוד (ער שטייט צו מזרח) און ער דרייט זיך נישט אויס צוזעהן וויפל אידן סאיז דא אין ביהמ״ד.
6)טולנער רבי זצ״ל
איך בין דארט געוועהן ביי די מעשה:
דער בעלזער איז געקומען באזוכן דער טולנער רבי וואס האט דאן געוואוינט אין בית-וגן געגענט אין ירושלים, איך האב דעמאלסט געלערנט אין סאכאטשוב וואס איז אויך אין בית-וגן, בין איך מיט אפאר בחורים זיך אריבערגעכאפט צום טולנער רביס שטוב. אין א קליין צימערל האבן זיך אריינגעשטיפט אזא צוויי הונדערט אידן, דער טולנער איז געוועהן דאן נייציג, א אלמן, אפאר אידן האבן זיך אפגעגעבן מיט אים, ער האט געוויזן פארן בעלזער אפאר פון זיינע ״ירושה חפצים״ וואס ער האט פון די טולנע און טשערנאבילער הויפן, ״די טאביק פושקע פון די זיידע״, ״יענע בעכער פון יענע זיידע״, און אינמיטן האט מען אריינגעברענגט כיבוד פון די קיך, מ׳האט אראפגעלייגט א טעללער קעיג אויפן טיש פון פריזער:
דער בעלזער הייבט אויף א שטיקל קעיג און רופט זיך אן הויך בפני כל הקהל ועדה
״און פון וועלכע זיידע איז דאס״???
דער גאנצער עולם האט הויך אויסגעשאסן פאר געלעכטער...
סאיז דא נאך אסאך אזעלכע מעשיות וואס מקען פארציילן ווי ער האט אפגעשפעט און אפגעחוזקט פון יענעם כדאי זיך ״גרויס צומאכן״ און די ליסטע פון רבנים וואס ער האט באלעסטיגט איז זייער לאנג...
אמאל האט אים איינער נאכגעזאגט א ווארט פונעם צמח צדיק זצ״ל
און יענער זאגט ״דער רב׳ס זיידע דער ״צמח צדיק״
פרעגט אים די בעלזער, וויאזוי בין איך א אייניקל פון אים???, אה... דורך וויזניץ...?
דיסקלעימער: איך האב גארנישט פערזענליך אקעגן בעלזא, למעשה איז ער איידעם אין וויזניץ, און ר׳ חיים מאירל האט אים ליב געהאט, מיין טאטע זז״ג מיט מיין פעטער זענען געוועהן גיטע חברים מיט אים אלץ בחור, פון די אנדערע זייט ר׳ משה טובי גרינצווייג ז״ל איז געוועהן מיין עלטער פעטער.
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
אינטרעסאנט, ביי רוב אידען כולל א גרויסע פערצענט פון בעלזער חסידים, איז דער בעלזער רבי א גייסטישע קראנקע מענטש, מיט מעניק-דעפרעסיוו עפיזאדען. א קאלפיק אריינגעווארפען אין פייער א פלוצימע טויש אין טראגע צוליעב נאך נערישקייטען ועוד. רוב צייט זיצט ער באהאלטען און ווער ווייסט וואס ער טוט. ווען ער דרשנ׳ט הערט זיך עס ווי א פארביסענקייט און אן אפשיי פון לעבען. ווען מ׳גייט אריין צו איהם קען ער נאר שמייכלען ביים געבען א געזונטע שטאך ועוד. און ביי סמבטיון ווי פון אונטער די הרי החושך, איז ער גאר דער העלד צווישען אלע רבי׳ס!
אבער קיין תשובה האב איך נאך נישט באקומען. וויאזוי האט כבוד שמים געפאדערט אז בעלז זאל האבען קהלה אנשטאלטען? אחוץ אז דו וועסט ווידער איבערטייטשען די ווערטער און דער ווארט ׳שמים׳ מיינט גאר עפעס אנדערש, אזוי ווי ׳תורה׳ מיינט שוין עפעס אנדערש, כמבואר למעלה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נעכטן נאכט ביי חצות האב איך נישט כח געהאט אער יעצט מוז ארויסגעברענגט ווערן פאר ידידנו @סמבטיון
צו זאגן אז סאטמאר האט גארנישט אויפגעטון אויף די ועלט דארף דיין מח זין געמאכט פון ליים ביסט טאקע אינגאנצן ?
קודם ראשית די גאנצע זאך אז די אונגערישע אידנטום וואס האבן אימעגרירט קיין אמעריקא שטייט נאך אזוי ווי היינט אז ס'איז זיך גארנישט דא צו שעמען פון דער אלטער היים איז דאך סאטמאר
אלע עניני דת ווער איז דען געשטאנען בראש אז נישט סאטמאר
אויסער דעם האט ער געהאלפן יעדן איד בכלל ובכרט ער האט געהאלפן אויפבויען נישט נאר זיין אייגן קהלה און מוסד נאר וועם נישט ? די מעשה מיט ר' מאטעלע וויזניצער איז אייינס וואס עס איז באקאנט
ובכלל האט ער אהער געשטעלט דיינים מורי הוראות רבנים בעלי בתים ירא השם און דאס אז צדקה ליגט אין די בוזשעט פון יעדן איד איז דאך נאר א דאנק אים וכהנה וכהנה ואטי כי רוכלא
יעצט לגבי בעלזא 'עס איז זייער לייכט צו זגן אויף יעדע זאך אז ער האט דאס נאר געטון לכבוד שמים' אבער צו ס'איז אמת דאס דארף מען שוין טראכטן
לאמיר נעמען די נייע הכשר עס עי סעמפל פארוואס פונקט נאכדעם וואס אטמאר רב זצ"ל איז אוועק האט ער אויסגעפינען אז דער כבוד שמים ברויך א נייע הכשר און פארוואס האט דאס געברויכט קומען מיט א באגלייטונג מיט אזא האספולע דרשה מיי פרענד גיוו מי א ברעיק
זיינע אויפטוען אין די רחוקים איז טאקע שטארק אבער ווי זוי זיי קוקן אויס דארף איך נישט דא קיינעם פארציילן
אלענפאלס מיט דעם ביסטו גערעכט אז פון סאטמאר איז נעבעך ארויסגעקומען אזעלכע שפלים וואס די וועלט האט נאך נישט געזען און איך זאג עס מיט א ווייטאג ווייל איך בין דאך א סאקמירער אבער וואס איז אמת איז אמת
ס'איזטאקע א שטארקע קשיא ווי זוי פון אזא צדיק יסוד עולם זאל זיך ארויסשיילן אזעלכע מיאוסע שפלים ווי די סיקריקים/דאמב/נטורי קרתא און אזוי ווייטער
אין יעדע פרט קען איך ווען מאריך זיין מיט גאנצעטע שורות אבער די נקודה האב איך געמוזט ארויסברענגען
אבער בה אשר לא השבית לנו גואל שטייט היינט סאטמאר רב שליט"א מיט א הערליכע קהלה יראים ושלמים אפגעזונדערט פון די אלע שלעכטס און פארפוילקייט און פארקריפעלטע דיעות פון די נישט געזונטע יארן חסידים וואס רופן זיך סאטמאר
לאמיר פארשטיין איין מינוט, וואס איז די פראבלעם פונעם בעלזער? ער האט משנה געווען פונעם פעטער, אה, און פאר זיין פעטער האבן די סאטמארער אסאך דרך ארץ געהאט אוודאי כידוע,
ער האט גערעדט קעגן גדולים פון פאריגן דור? אה, ווייל אין סאטמאר איז מען אויסטערליש נזהר געווען אין דעם.
איך פארשטיי.
ליטוואק פון בודאפעסטקודם בין איך אומוויסענד, נאך דעם ווייסטו אליינס נישט. זע׳מיר ביידע אומוויסענד צוזאמען.
אגב, די אלע ׳דברי בלע׳ וואס מ׳זאגט נאך פון בעלזער רבי׳ן ווייס איך אויך נישט. דער געשטאפטע גענץ מימרא איז א נארישע קינדערישע היימישע באבע רעדעכץ, אבער קיין גרויסע בזיון איז עס נישט.
נאך איין שאלה. וואס וואלט כבוד שמים דערלייגט ווען ער מאכט נישט זיין ב"ד? ער האט מעגליך געהאט רעכט (איך קען זיך נישט פארשטעלען וואס דער הלכה׳דיגע שאלה איז אפילו געווען. דער וואס האט געלאזט דער עדה חרדית זיך גרינדען הוא יאמר לבעלז וידליק) אבער וואס האט עס אויסגעפעלט? אויף צו לערנען חסידות דארף מען א ב"ד? אויף צו בויען חדרים, מיידלעך שולע׳ס, טעלעוויזיע סטאנציעס און רייזעדיגע חסידים (פון ליטווישע אפשטאם) דארף מען דען אן אייגענעם קהלה ווערטשאפט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך ווייס נישט פארוואס, אבער ווען איך ליין נאר דיין תגובות, קען איך נישט כאפן וואס די זאגסט.. אפשר שרייב אין ענגליש?
ליטוואק פון בודאפעסט
כאילו הרב שך פלעגט זיך דורכרעדען מיט איהם......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי האבן געוואלט ארויסברענגען אז ער האט אפילו געהאט א קשר מיט מענטשן וואס זענען ליידער נישט געווען אויסגעארבעט אין מידות
I'm backליטוואק פון בודאפעסטקודם בין איך אומוויסענד, נאך דעם ווייסטו אליינס נישט. זע׳מיר ביידע אומוויסענד צוזאמען.
אגב, די אלע ׳דברי בלע׳ וואס מ׳זאגט נאך פון בעלזער רבי׳ן ווייס איך אויך נישט. דער געשטאפטע גענץ מימרא איז א נארישע קינדערישע היימישע באבע רעדעכץ, אבער קיין גרויסע בזיון איז עס נישט.
נאך איין שאלה. וואס וואלט כבוד שמים דערלייגט ווען ער מאכט נישט זיין ב"ד? ער האט מעגליך געהאט רעכט (איך קען זיך נישט פארשטעלען וואס דער הלכה׳דיגע שאלה איז אפילו געווען. דער וואס האט געלאזט דער עדה חרדית זיך גרינדען הוא יאמר לבעלז וידליק) אבער וואס האט עס אויסגעפעלט? אויף צו לערנען חסידות דארף מען א ב"ד? אויף צו בויען חדרים, מיידלעך שולע׳ס, טעלעוויזיע סטאנציעס און רייזעדיגע חסידים (פון ליטווישע אפשטאם) דארף מען דען אן אייגענעם קהלה ווערטשאפט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך ווייס נישט פארוואס, אבער ווען איך ליין נאר דיין תגובות, קען איך נישט כאפן וואס די זאגסט.. אפשר שרייב אין ענגליש?
.
ליטוואק איך האב דיר שוין געזאגט אפאר מאל, אז דו באלאנגסט נישט דא און דעם אשכול, דיין מיינונג איז נישט אינטערעסאנט פאר קיינעם, ווייל דיין ליטווישע צלם וואס דו טראגסט ארום אין הארץ לאזט דיר נישט פארשטיין עפעס וואס האט מיט חסידות, איך מיין נישט דוקא מיין רבי, איך מיין חסידות בכלל, דן ביזט זייער וועלקם צו לאזן הערן דיין מיינונג, אבער נישט דארט ווי די הייבסט נישט אן צו פארשטיין פון וואס מען רעד דא בכלל.
בדרך אגב איך וואלט געוואלט וויסן צו וועם דו באציעסט זיך ווען די זאגסט אז רוב כלל ישראל און א גרויס פראצענט פון בעלזע חסידים האלטן אים פאר א קראנקן מענטש?
און צו ידידי היקר גאנצעל, אוודאי האט סאטמער אויך ארויסגעגעבן גוטע פירות אוודאי האבן זיי אויפגעשטעלט מוסדות איבעראל און געפענט צענדליגע חסד אפאראטן וואס איז קיינמאל נישט געווען אזא מושג פאר דעם, איך האב אבער גערעד וואס נאך סאטמער האט פאברעצירט און זייער פעקטערי, און וואס זענען די תוצאות ביי ביידע , בעלזא וואס איז פארכאפט אין ציונות vs סאטמער וואס איז געבליבן תורה טרייע יודן.
גאנצעל, מקען מיינען וואס ער האט אלטס גערעד ביי די דרשה, האספול? איך פארשטיי אז עס האט ענק זייער וויי געטוהן וויאזוי ער האט גערעד, אבער האספול? גיוו מי א ברעיק מיי פרעינד, גיי הער אביסעל סאטמערע דרשות וואס זענען געזאגט געווארן און נאך דעם עמער דיסיידן וואס הייסט האספול.
ווי אויך האב איך נישט פארשטאנען וויאזוי די בעלי תשובה'ס פון בעלזא זעהן אויס וואס איז שלעכט מיט זיי? אפשר זאלסטו יא פארציילן, ווייל לויט וויפיהיל איך ווייס שטעלן זיי אויף דורות לשם ולתפארת,
איך מיין אז א חלק פון די וויכוחים דא נעמען זיך ווייל די שרייבערס פאונט אוו רעפערענץ זענען זי גדולים\מעשה ביכלעך צו וואס אונז זענען אלע צוגעוואוינט וואו דער רבי איז א מושלם און אלעס וואס קלאפט נישט האט אדער נישט פאסירט אדער מען קען עס אויסדרייען אדער 'העכערע זאכן' וכדומה.
לאמיך אנהייבן אז דער בעלזער רב, פונקט ווי אונז אלע, איז א flawed human being. איך וואלט געזאגט ער איז מן הסתם מער פגום'דיק און זיכער מער קאמפליצירט ווי אווערעדז וכל הגדו מחבירו יצרו גדול הימנו. ממילא וועל איך נישט פראבירן צו פארענטפערן די מעשות וואס מען שרייבט אויף אים און איך נעם אן אויף א סאך אז זיי זענען אמת. ער אליין ווייסט אויך זיינע פעלער והראיה אז עס זוכט זיך מיט יעדן איבערצובעטן. לאמיר זיך אבער נישט נארן אז ער איז דער איינציקסטער. דער צאנזער רב זאגט מען איז געווען violent, דער מנחת אלעזר האט געהאט א ווילדער מויל, דער בית ישראל איז איבעריג צו רעדן און דער ר' יואליש האט געזידלט יעדער וואס האט מיט אים נישט געהאלטן און פלעגט נוצן דער סטאפס פון עליות ביים ספר תורה פאר זיינע שטעכערייען. איך האב געהערט נאכזאגן אז ער האט אויסגעלאזט פאר א משולח, ויפצר בו ויקח וואס איז ווייניג געזאגט נישט קיין דרך כבוד. און לאמיר נישט אנהייבן מיט דער ברך משה וואס איז קוים עולה על שולחן מלכים. (אויב איר ווילט מיר ענטפערן אז איך בין מלעיב במלאכי אלקים, עפרא לפומיה וכו' וכו' איז פליז וועסט נישט אייערע צייט. איך וויל האבן א מאטשיור שמועס און טאמער קענט איר נישט איז שפרינגט איבער מיין פאסט.)
נאר וואס דען? דער בעלזער רב איז א מאדערנער רבי בשעת ווען די אויבן דערמאנטע זענען אלע געווען ריאקשענעריס (reactionaries) און דערפאר וועט מען אים גארנישט מוחל זיין. ער האט אויך פיינט ריאקשענעריס און ער חוזקט אפ באבע מעשות און משוגענע צודרייטע עם-הארצישע פרומקייטן וואס סאטמאר זענען דערפון די הויפט פאפוליזירער. איך בין מסכים אז א רעביסטעווע און א 'הויף' מוזן בעל כרחו זיך פארלאזן אויף אמאל און דאס איז נאך איינס פון גאר אסאך פון זיינע סתירות. (איך האב שוין געשריבן אז ער איז קאמפליצירט).
איך בין נישט אינטערסירט צו מעסטן ווער האט מער אויפגעטון און אנדערש פון @סמבטיון איז אפגערעדט אז ר' יואליש האט געהאט א ריזיגע איינפלוס איבער די פאויסט שואה יהדות החרדית סיי אין אמעריקע און סיי איבער דער וועלט. אבער לגופו של ענין פון דער רב, איז נישט דא וואס צו רעדן אז ער האט נישט זיין גלייכן אין דער וועלט אין יהדות החרדית פון שטריימל\בעקעשע אדמורים און קוים אפילו פראק\פעדורא גדולים וואס פארשטייט די טשאלענדזעס פון דער דור און נאך מער די נויטיגע סאלושענס. דער באבאבער רעדט זיך איין אז מען וועט איבערדרייען דעם דור מיט ווערן חניאקעס, ר' ישראל וויזניצער מיט נאך איסורים און אין קרית יואל רעדט מען נאך פון ציונים. משא"כ אין בעלזא רעדט מען דזאבס, מען קעמפט פאליטיש נישט אויף שבת און אנדערע זאכן וואס איז קיינעמס נישט ביזנעס נאר פאר דירות און לייכטער צו מאכן פאר משפחות אבער אין דער זעלבער צייט רעדט מען פון תורה און יר"ש. לענ"ד האט ער אויך נישט דער גאנצער ענטפער אבער נאר ער האט דער חזון צו זען סיי די צרות הדור און כאטש פראבירן זיי צו לעזן. און די אלע טפשותדיקע טענות איבער וועם ער טרעפט זיך זענען נישט ווערד א תשובה. סאטמאר מעג זיך חנפנען צו קאנגערס לייט, סענאטורן, פאליטישנס, מתגרה זיין באומות מיט זייערע שכינים, צאלען שוחד, גיין אין ערכאות, אויסנארן וועם מען קען נאר און זיך מאכן שונאים איבעראל נאר בעלז וויבאלד זיי זענען אין ארץ ישראל טארן נישט. געט א לייף. ארץ ישראל איז א מדינה ווי יעדער מדינה, ציונות איז שוין לאנג טויט און סך הכל ווילן זיי לעבן אין א מדינה ווי אלע בירגער.
דער נענסטער אים צו פארגלייכן איז מן הסתם דער ליובאוויטשער רבי כאטש איך האלט אז פון א חסידישער בליק איז דער רב א גרעסערער מוצלח. זיינע מוסדות זענען יידיש רעדנדיק, זיינע יונגעלייט זענען 'היימיש' לכל דבר, ער האט אנגעהאלטן דער לבוש און זיינע חידושים זענען גאנץ ווייניג קעגן דער ליובאוויטשער. אבער ווי דער ליובאוויטשער איז זיין פנים אויף פארווערט און נישט צוריק. ער דערשרעקט זיך נישט פון טשיינז און פארקערט ער נעמט ארויס פון דער מאדערנע וועלט וויפיל ער קען. ברענד דיזיין, קאמיוניקיישנס, פראפאגאנדע וכו' וכו'. עלים לתרופה האט זיך ביי אים אנגעהויבן, אור הצפון איז א פראפעשינעל און הויך אינטערסאנטע אויסגאבע, זיינע חסידים, פרידמאן (x2), רייזמאן, ר' שמאי גראס און אנדערע קלינגן איבער דער וועלט. אויך ווי דער ליובאוויטשער איז זיין בליק אויף יידישקייט בכלל און נישט נאר זיינע חסידים. ווען מען האט גערצח'נט לומדי תורה אין מרכז הרב איז דער חרדישע וועלט שטיל געבליבן ביז ער איז געגאנגן אויף דער לויה און אין שפיטאל. ער האט אין זין בעלי תשובות, ספרדישע יידן און יידן פון אלע סארט. נעכטן איז די תורה ביים טיש געווען נאר וועגן אחדות "נישט קיין חילוק וועלכע ישיבה אדער וועלכע חסידות" און צען מינוט האט דער שאטער נאכדעם געדונערט מיט הנה מה טוב ומה נעים.
אפשר איז ער נישט א ריז נאר די אנדערע רביס זענען מידזעטס אבער בין כך ובין כך איז ער א משכמו למעלה ביי אונז אין דור אין יעדער בר דעת וואס פארזוכט אויפצוטון גייט צו אים צום ערשט.
צום לעצט וועל איך אפפטרן דער עדה החרדית מערכה. כאטש ער האט איבערגעבעטן למען השלום איז קלאר אז ער האט נישט געהאט אויף וואס. ר' יואליש'ס דעה איז קיינעם נישט מחייב און ער איז גארנישט שולדיג געווען דער עדה החרדית. איך בין געווען ביי זיינע שטייעדיגע תורות פון די שטאפגענז און עס איז סתם נארישקייטן אז ער האט חוזק געמאכט פון דער חתם סופר. עס איז געווען נישט מער ווי אביסל rhetoric אויף אונגארישע פרעסערס און מיט א בעסערע קלאנג ווי פאסטראמי אדער אנדערע היינטיגע פרעסערייען. ער האט געזען אז מיט די ירושלימע משוגעים וואס זענען אונטערגעבויגן אונטער די סאטמארע חיות וועט ער נישט ארויסקריכן איז ער געגאנגן אליין און קוק וויאזוי ער שטייט און זיי שטיין.
מיר געפעלט נאר די גאנצע צייט ווי די סאטמערע קענען זיך נישט בארואיגן פון די האסליכע ווערטער וואס די רב האט געזאגט ביי די שטייעדיגע תורה, @וחליפהן, אפשר וואלט כדי געווען אראפצוברענגן אפאר דרשות פון סאטמער אדער אפאר שטעך ווערטלעך פון ר' יואל זצ"ל. היפאקראטיע!
נ.ב. מיין לייק פאר וחליפהן איז נאר פאר א חלק פון זיין תגובה, איך דיסעגרי מיט אים 80 פראצענט וויאזוי ער קוקט אן בעלזער רב.
אבי אוועקגעמאכט ר׳ ישראל וויזניצער, אונז האבן נאך אזעליכע כלים ווי בעלזא, סיי אין מאנסי סיי אין בני ברק, אונז האבן נאך אזעליכע בעלי בתים ווי ענק, אונז האבן נאך אזויפיל ניגודים ווי ענק, (פאר יעדע בעלזע עושר קען איך דיר אויסרעכענען 10 וויזניצע עשירים), אונזערע מוסדות שטיין נאך אזוי גיט ווי ענקער, אונז האבן אלעס וואס ענק האבן פלאוס א ״חשובע איד״ אלץ א רבי וואס פאקט איין דיין רבי מיט ״מידות טובות״ און ״יראת שמים״
נעקסט קעיס...
האט איינער דען גערעד פון ענק לטב אדער למוטב? יעדער ווייסט אז ר' ישראלטשע איז א בעל מידות און א אויסגעארבעטע יוד וואס איז דארעך געגאנגן שבעה מדורי גיהנם, ווער מאכט אים אוועק? זיין יראת שמים איז ברייט באקאנט, און ער איז געשעצט ביי זייער אסאך, און סתם אזוי אלטס רעאקציע צו דיינע מעלות וואס דו האסט אראפ געברענגט אויפן בעלזער רב, פארגעס נישט אז ר' ישראלטע האט זיך געדרייט און צוויי פלעצער די אלע יארן אין מאנסי און אין בעלזא, ווי מען האט אים מכבד געווען אלע יאהרן, ווען ער פלעגט קומען אויף שבת צו מיין היים שטאט אין יוראפ פלעגט ער באקומען א גאנצע עמוד וואס נאר דע רב פלעגט באקומען. בעלזע חסידים האבן אים געהאלפן אלע יארן און אים געשאפט געלט, , בעלזער רב האט אים מחזק געווען און מעודד געווען אלע יארן, סע פשוט ארויסגעפלויגן דע פרט פון דיין מח, אדער דו האלטסט אפשר אז בעלזא האט געהאט עפעס א פארבארגענע אגענדע אים צו העלפן? בעלזער רב איז שארף זייער שארף אבער נישט מער ווי אנדערע פריעדיגע צדיקים, און פון די אנדערע זייט האט א לב רחום וחנון וואס ווער עס ווייסט פארשטייט וואס אך מיין,
טענו בחטים והודו לזכר קדשו. איך האב אמאל גערעדט פון נגידים?
אבער אז דו דערמאנסט עס שוין איז דרך אגב שפילן נגידים א קלענערע ראלע אין בעלז. פארשטייט זיך אז מען דארף געלט און מען שפייט נישט אויף זיי אבער מכוח פון דער רב'ס כאראקטער וואס ער קען זיך נישט בייגן (רוף עס proud אז דו ווילסט) לויפט ער נישט צופיל נאך געלט און דאס פילטערט אראפ צום עולם אויך. אונז האבן נישט קעסטנבויםס און חיים משה פעלמאןס, פרישוואסערס וכדומה ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט ביי אונז באקומען דער סארט כבוד. אוודאי וועט מען זיי נישט אפזאגן און אונז וואלטן געקענט באשטיין און האסט עס געקענט זען שבת. מען האט מכבד געווען נגידים נאר נישט אווער דע טאפ. איך זאג עס נישט אלץ מעלה און מער צו פארשטיין זיין כאראקטער.
וחלופיהןטענו בחטים והודו לזכר קדשו. איך האב אמאל גערעדט פון נגידים?
אבער אז דו דערמאנסט עס שוין איז דרך אגב שפילן נגידים א קלענערע ראלע אין בעלז. פארשטייט זיך אז מען דארף געלט און מען שפייט נישט אויף זיי אבער מכוח פון דער רב'ס כאראקטער וואס ער קען זיך נישט בייגן (רוף עס proud אז דו ווילסט) לויפט ער נישט צופיל נאך געלט און דאס פילטערט אראפ צום עולם אויך. אונז האבן נישט קעסטנבויםס און חיים משה פעלמאןס, פרישוואסערס וכדומה ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט ביי אונז באקומען דער סארט כבוד. אוודאי וועט מען זיי נישט אפזאגן און אונז וואלטן געקענט באשטיין און האסט עס געקענט זען שבת. מען האט מכבד געווען נגידים נאר נישט אווער דע טאפ. איך זאג עס נישט אלץ מעלה און מער צו פארשטיין זיין כאראקטער.
איך וויל נישט אריינגיין אין קיין קינדערישע טענהרייען אבער נעם נישט ארויס איין קליינע חלק פון מיין תגובה און פארדריי די גאנצע קאנטעקסט.
נאכמאל:
האסט אוועק געמאכט ר׳ ישראל וויזניצער, און דו קלעימסט אז דיין ״בעלזא״ איז מעהר געלונגען און פראגרעסיוו.
האב איך געזאגט ביטע ווייז מיר וואס בעלזא האט און וויזניץ נישט?
זיי האבן מעהר
1) תלמידי חכמים
2)מרביצי תורה
3)דיינים
4)בעלי בתים
5)נגידים
6)זייערע מוסדות שטיין בעסער
וואס???
זאג, רעדט ספעציפישע זאכן, דיטעילס, איך זאל קענען הערן וואס דיין פוינט איז, דערווייל פארשטיי נאכנישט וואס דו זאגסט.
וחלופיהןאיך מיין אז א חלק פון די וויכוחים דא נעמען זיך ווייל די שרייבערס פאונט אוו רעפערענץ זענען זי גדולים\מעשה ביכלעך צו וואס אונז זענען אלע צוגעוואוינט וואו דער רבי איז א מושלם און אלעס וואס קלאפט נישט האט אדער נישט פאסירט אדער מען קען עס אויסדרייען אדער 'העכערע זאכן' וכדומה.
פול דיסקלאויזער: איך בין א בעלזער חסיד און איך בין געווען אין לאנדאן אויף שבת און אויף ל"ג בעומר.
לאמיך אנהייבן אז דער בעלזער רב, פונקט ווי אונז אלע, איז א flawed human being. איך וואלט געזאגט ער איז מן הסתם מער פגום'דיק און זיכער מער קאמפליצירט ווי אווערעדז וכל הגדו מחבירו יצרו גדול הימנו. ממילא וועל איך נישט פראבירן צו פארענטפערן די מעשות וואס מען שרייבט אויף אים און איך נעם אן אויף א סאך אז זיי זענען אמת. ער אליין ווייסט אויך זיינע פעלער והראיה אז עס זוכט זיך מיט יעדן איבערצובעטן. לאמיר זיך אבער נישט נארן אז ער איז דער איינציקסטער. דער צאנזער רב זאגט מען איז געווען violent, דער מנחת אלעזר האט געהאט א ווילדער מויל, דער בית ישראל איז איבעריג צו רעדן און דער ר' יואליש האט געזידלט יעדער וואס האט מיט אים נישט געהאלטן און פלעגט נוצן דער סטאפס פון עליות ביים ספר תורה פאר זיינע שטעכערייען. איך האב געהערט נאכזאגן אז ער האט אויסגעלאזט פאר א משולח, ויפצר בו ויקח וואס איז ווייניג געזאגט נישט קיין דרך כבוד. און לאמיר נישט אנהייבן מיט דער ברך משה וואס איז קוים עולה על שולחן מלכים. (אויב איר ווילט מיר ענטפערן אז איך בין מלעיב במלאכי אלקים, עפרא לפומיה וכו' וכו' איז פליז וועסט נישט אייערע צייט. איך וויל האבן א מאטשיור שמועס און טאמער קענט איר נישט איז שפרינגט איבער מיין פאסט.)
נאר וואס דען? דער בעלזער רב איז א מאדערנער רבי בשעת ווען די אויבן דערמאנטע זענען אלע געווען ריאקשענעריס (reactionaries) און דערפאר וועט מען אים גארנישט מוחל זיין. ער האט אויך פיינט ריאקשענעריס און ער חוזקט אפ באבע מעשות און משוגענע צודרייטע עם-הארצישע פרומקייטן וואס סאטמאר זענען דערפון די הויפט פאפוליזירער. איך בין מסכים אז א רעביסטעווע און א 'הויף' מוזן בעל כרחו זיך פארלאזן אויף אמאל און דאס איז נאך איינס פון גאר אסאך פון זיינע סתירות. (איך האב שוין געשריבן אז ער איז קאמפליצירט).
איך בין נישט אינטערסירט צו מעסטן ווער האט מער אויפגעטון און אנדערש פון @סמבטיון איז אפגערעדט אז ר' יואליש האט געהאט א ריזיגע איינפלוס איבער די פאויסט שואה יהדות החרדית סיי אין אמעריקע און סיי איבער דער וועלט. אבער לגופו של ענין פון דער רב, איז נישט דא וואס צו רעדן אז ער האט נישט זיין גלייכן אין דער וועלט אין יהדות החרדית פון שטריימל\בעקעשע אדמורים און קוים אפילו פראק\פעדורא גדולים וואס פארשטייט די טשאלענדזעס פון דער דור און נאך מער די נויטיגע סאלושענס. דער באבאבער רעדט זיך איין אז מען וועט איבערדרייען דעם דור מיט ווערן חניאקעס, ר' ישראל וויזניצער מיט נאך איסורים און אין קרית יואל רעדט מען נאך פון ציונים. משא"כ אין בעלזא רעדט מען דזאבס, מען קעמפט פאליטיש נישט אויף שבת און אנדערע זאכן וואס איז קיינעמס נישט ביזנעס נאר פאר דירות און לייכטער צו מאכן פאר משפחות אבער אין דער זעלבער צייט רעדט מען פון תורה און יר"ש. לענ"ד האט ער אויך נישט דער גאנצער ענטפער אבער נאר ער האט דער חזון צו זען סיי די צרות הדור און כאטש פראבירן זיי צו לעזן. און די אלע טפשותדיקע טענות איבער וועם ער טרעפט זיך זענען נישט ווערד א תשובה. סאטמאר מעג זיך חנפנען צו קאנגערס לייט, סענאטורן, פאליטישנס, מתגרה זיין באומות מיט זייערע שכינים, צאלען שוחד, גיין אין ערכאות, אויסנארן וועם מען קען נאר און זיך מאכן שונאים איבעראל נאר בעלז וויבאלד זיי זענען אין ארץ ישראל טארן נישט. געט א לייף. ארץ ישראל איז א מדינה ווי יעדער מדינה, ציונות איז שוין לאנג טויט און סך הכל ווילן זיי לעבן אין א מדינה ווי אלע בירגער.
דער נענסטער אים צו פארגלייכן איז מן הסתם דער ליובאוויטשער רבי כאטש איך האלט אז פון א חסידישער בליק איז דער רב א גרעסערער מוצלח. זיינע מוסדות זענען יידיש רעדנדיק, זיינע יונגעלייט זענען 'היימיש' לכל דבר, ער האט אנגעהאלטן דער לבוש און זיינע חידושים זענען גאנץ ווייניג קעגן דער ליובאוויטשער. אבער ווי דער ליובאוויטשער איז זיין פנים אויף פארווערט און נישט צוריק. ער דערשרעקט זיך נישט פון טשיינז און פארקערט ער נעמט ארויס פון דער מאדערנע וועלט וויפיל ער קען. ברענד דיזיין, קאמיוניקיישנס, פראפאגאנדע וכו' וכו'. עלים לתרופה האט זיך ביי אים אנגעהויבן, אור הצפון איז א פראפעשינעל און הויך אינטערסאנטע אויסגאבע, זיינע חסידים, פרידמאן (x2), רייזמאן, ר' שמאי גראס און אנדערע קלינגן איבער דער וועלט. אויך ווי דער ליובאוויטשער איז זיין בליק אויף יידישקייט בכלל און נישט נאר זיינע חסידים. ווען מען האט גערצח'נט לומדי תורה אין מרכז הרב איז דער חרדישע וועלט שטיל געבליבן ביז ער איז געגאנגן אויף דער לויה און אין שפיטאל. ער האט אין זין בעלי תשובות, ספרדישע יידן און יידן פון אלע סארט. נעכטן איז די תורה ביים טיש געווען נאר וועגן אחדות "נישט קיין חילוק וועלכע ישיבה אדער וועלכע חסידות" און צען מינוט האט דער שאטער נאכדעם געדונערט מיט הנה מה טוב ומה נעים.
אפשר איז ער נישט א ריז נאר די אנדערע רביס זענען מידזעטס אבער בין כך ובין כך איז ער א משכמו למעלה ביי אונז אין דור אין יעדער בר דעת וואס פארזוכט אויפצוטון גייט צו אים צום ערשט.
צום לעצט וועל איך אפפטרן דער עדה החרדית מערכה. כאטש ער האט איבערגעבעטן למען השלום איז קלאר אז ער האט נישט געהאט אויף וואס. ר' יואליש'ס דעה איז קיינעם נישט מחייב און ער איז גארנישט שולדיג געווען דער עדה החרדית. איך בין געווען ביי זיינע שטייעדיגע תורות פון די שטאפגענז און עס איז סתם נארישקייטן אז ער האט חוזק געמאכט פון דער חתם סופר. עס איז געווען נישט מער ווי אביסל rhetoric אויף אונגארישע פרעסערס און מיט א בעסערע קלאנג ווי פאסטראמי אדער אנדערע היינטיגע פרעסערייען. ער האט געזען אז מיט די ירושלימע משוגעים וואס זענען אונטערגעבויגן אונטער די סאטמארע חיות וועט ער נישט ארויסקריכן איז ער געגאנגן אליין און קוק וויאזוי ער שטייט און זיי שטיין.
אזוי צו מגשם זיין גאנץ יודישקייט מיט חסידות, קען נאר איינער מיט א מאדערנע חינוך.
.
תורה ומדע@שבת, וואס איז ווערט גאנץ וויזניץ מיט אללע קרעכצן אז זיי האבען ארויס געגעבען אזא נעביך 'דיגע אפיקורוס ווי דו. טו תשובה און נאכהער וועלען מיר שמועסן.
כהאב טאקע פארגעסן אז פרסטר און שטריימל בלאוגער זענען... ????
מקען דאך זאגן די זעלביגע מיט א פולע מויל אויף בעלזא, פעלט דען אטד״ס ביי ענק??? איך קען אפאר מנינים פון בעלזע אטד״ס, בעלזא האט בייגעשטייערט צו די אטד קאמיונטי פונקט ווי וויזניץ און לכאורה פראצענטאל אסאך מעהר.