☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים חדשים

ספרים חדשים

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #106
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:46 pm

· #762
ספרים חדשים
איך עפען דעם אשכול מיט א כוונה, מזכה צו זיין את הרבים, ווען איהר ווייסט פון א נייע ספר וואס איז נארוואס געדריקט געווארען, לאזט וויסען פאר די שותי הקאווע. אויב א שמועס איבער א ספר וועט זיך צוען אביסעל לענגער, בקשתי להמנהלים דאס צו איבערבייטען אלס א אשכול פאר זיך.

ובזה החלי:

באר משה עה"ת - ב' כרכים מהגה"ק רבי משה אליקים בריעה מקאזניץ זי"ע

עטרת ישעי' - רישומי דברים על התורה ומועדי השנה (מהדו"ק) מהרה"ג ר' ישעי' צבי פריעדמאן שליט"א מרביץ תורה ומעמיד תלמידים, וחובר חיבורים.

קונטרס פסקי ומנהגי חתם סופר החדש - בעניני פורים על סדר שולחן ערוך

טעמפא » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:49 pm

· #764
Re: ספרים חדשים
הרב דולה ומשקה. ישר כוח! אויב איר קענט צולייגן פרייזען און מספר עמודים, מה טוב ומה נעים.

איש האמת » מיטוואך מערץ 7, 2012 11:56 am

· #829
Re: ספרים חדשים
מגן אבות אוצר מנהגי שבת קודש לבית באבוב
גאר א שיינע ליקוט מיט פאני און אונטרעסאנטע עובדות ומעשיות וסיפרים
יוצא לאור על ידי מערכת בית צדיקים (מהרמ"ד)

לכבוד הרב טעמפא: און ביגעלאייזען פאר פוניף און צוואנציג, אייכלערס פוניף און צוואנציג דולער פופציג סענטס, אן די טעקס

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 12, 2012 9:18 pm

· #1233
Re: ספרים חדשים
נועם חיים - צעטיל קטן, הנהגות האדם עם פירש פניני שפע חיים עפ"י משנתו של הגה"ק מקלויזענבורג זי"ע, קפג עמודים, בערך $6
צום סוף קונטרס שטייט "השתטחותו של כ"ק מרן זי"ע על הציון הקדוש בליזענסק לפני המלחמה..."

איש האמת » דינסטאג מערץ 13, 2012 11:51 am

· #1291
Re: ספרים חדשים
וואס איז פשט מגעט א נאמען פון א ספר מיט א עגגלישע ווארט, "טשעק" בהלכה
איז עס נישט אונטרעסאנט??

אהבת חיים על מועדים ושמחות- חידושי תורה ודרשות מאת הגאון הצדיק רבי חיים יהודה דייטש זצ"ל דומ"צ דק"ק מאקאווא
זיין נאמען לפענ"ד וואלט געדארפט און פארדינט אן אשכול פאר זיך, מיט זיין פרעזענליכקייט, און אויפגעכאפטע שיינע חיבורים

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:21 pm

· #1576
Re: ספרים חדשים
ספר מלכות שבחסד - לעבנס ביאגראפיע פון העסקן ואיש החסד ר' מרדכי פריעדמאן ז"ל, וועלכע איז נפטר געווארען י"ב ניסן תש"ע, אין געווארען געדריקט לרגל שמחת בר מצוה של הב' שלמה ב"ר אברהם יעקב פריעדמאן.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 15, 2012 4:17 pm

· #4669
Re: ספרים חדשים
איש האמת
וואס איז פשט מגעט א נאמען פון א ספר מיט א עגגלישע ווארט, "טשעק" בהלכה
איז עס נישט אונטרעסאנט??

אין ישראל הייסט עס צ'ק בהלכה, די איצטיגע מהדורה איז "טשעק" כדי די סלתה ושמנה זאל אויך פארשטיין....

לאדיך אפ » דינסטאג מאי 8, 2012 7:02 pm

· #10801
[ציטאט אראפגענומען]

א מעכטיגע ספר פאר איימער וואס וויל קונה זיין אסאך ידיעות איבער ענינים שונים, בעיקר בנוגע ספרים וסופרים.

יידל » דינסטאג מאי 8, 2012 7:48 pm

· #10806
ספר הברת החסידים, פון הרב נפתלי צבי דעמביצער, לאנדאן, תשע"ב
ביאור הברת לשה"ק בפי יהודי מזרח אירופה, וסדר השתלשלות המבטא מימי קדם עד היום.

אין דעם ספר איז אויך דא "ספר כללי עברי" - כללי מבטא הנקודות למנהג בני מזרח אירופה באופן מושלם ביותר - וכן חקירות בתולדות המבטא בלשה"ק ובאנגלית.

גאנץ צום סוף פון ספר איז דא אן אפטיילונג אונטערן קעפל" הלכתא למשיחא", מבטא לשה"ק האמיתי עפ"י דקדוק, ווי עס ווערט מבואר די אריגענעלע פארם פון לשה"ק'דיגע אותיות און נקודות.

היסטאריקער » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 4:13 pm

· #31257
לב אהרן
📎 x9q2_LAPsuchim.jpg

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:08 pm

· #43325
מכון לשבתך - הרב חיים בן ציון ראזענבערג
אין די קומענדיגע וואך וועט אי״ה זיין צו באקומען די וואונדערבארע ספר ״מכון לשבתך״ על הלכות שבת ח״ג. מכון לשבתך איז מעשי ידו פון הרב חיים בן ציון ראזענבערג, א ארבעט וואס איז ממש א זעלטענהייט, סיי מיטן גראדן און געשמאקן דרך הלימוד, אזוי אויך דער פאקט אז ער גייט ביז אפאר יאר האבן אויף גאנץ הלכות שבת אין זיבן בענדער. דער ספר איז הערליך שיין צוטיילט אין דריי באזונדערע חלקים, א) חלק הפירושים - דארט איז דער מחבר מבאר מקורות און ביאורים אויפן שו״ע, ט״ז, מג״א. ב) חלק הביאורים - הרב ראז״ב צונעמט הערליך שיין די יסודות פון די הלכות אויסגעבויט פון די גמרא, ראשונים, אחרונים. ג) אליבא דהלכתא - כשמו כן הוא, א יעדן סעיף אין שו״ע ווערט צוגעשטעלט צום היינטיגן מציאות ווי דער מחבר איז מלבן די דינים מיט א אויסערגעוונליכע ברירות, ע״פ השו״ע ופוסקי זמנינו.
די ערשטע באנד איז ערשינען אלול תש״ע אויף די סימנים ש״א - שי״א, די צווייטע חלק איז ערשינען בערך א יאר צוריק אויף די סימנם שי״ב - שט״ז, הרב ראז״ב האלט יעצט ביים דריטן באנד וואס וועט אי״ה זיין אויף די סימנים שי״ז - ש״כ. די ספר איז הערליך שיין אויסגעשטעלט, שו״ע, מג״א, ט״ז אויפן דף ארום גענומען מיט די ארבעט פון די מחבר. עס איז א זעלטנהייט אז א ספר היינטיגע צייטן זאל זיין אזא חידוש פון א ארבעט, צי דאס איז די קלארקייט, צי דאס געשמאקן שפראך פון הרב ראז״ב.

אויס מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 11:46 am

· #44401
איך ווייס נישט אויב דא איז דער פלאץ
אדער זאל מען עפענען אן עקסטער אשכול פאר דעם:
ווען איך וויל וויסן אויב מען קען האבן א געוויסען ספר וועט מען עס דא שרייבן
ווער עס ווייסט זאל ביטע ארויס העלפן עד שידו מגעת
ספר אוצר החיים פון מנהגי הרה"ק מצאנז בעל דברי חיים
{נישט פון קלויזענבארג}

לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:39 pm

· #45679
[ציטאט אראפגענומען]

כולל דער חיוב גדול ונורא צו גלייבען אז די וועלט איז פלאך, די זון און אלע שטערן דרייען זיך ארום די וועלט, די לבנה איז א כוכב, און זיי דרייען זיך דורך גלגלים געמאכט פון גשם חמשי, און ווער ס'כופר אין דעם גלייבט ער נישט אי איבערשטען ווייל דער רמב"ם שרייבט דאס בפירוש אז מאיז מחוייב צי גלייבען אז זדר אייבשטער דרייט די גלגלים, נו, אז סנישט דא קיין גלגלים איז נישטא קיין אייברשטער, ממש פשוט לאגיש, און די גאנצע סייענס איז פשוט א קאנספיראציע אז אמעקיקא זאל געוואונען רוסלאנד, אנטשולדיג, אז מזאל אופהערען גלייבען אין הייליגן רמב"ם, און ווערען ח"ו ציונים, מיט שוואכע קשיות.
כמובן דאס וואס דער רב"ם שרייבט אליינס אז די חכמים און אפילו די נביאים האבן זיך טועה געווען אין די ענינים דאס טאר מען ח"ו נישט אננעמען ווואס ער זאגט ער האט עס נישט געמיינט כפשוטו וכו'.
[אגב קוק דאhttp://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=45031#p45031 וואס ר' יעקב קמנצקי האט געהאלטן איבערן רמב"ם לגבי די לבנה. ]

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:52 pm

· #46729
זה עתה יצא לאור
ספר הטעמים
למרן בעל החתם סופר זצוק"ל
טעמים ונימוקים
על מצוות, הלכות ומנהגים
כללים וענינים
שיצאו מפי כתבו של מרן בעל החתם סופר זי"ע
להשיג בכל בתי מסחר ספרים
ספר הטעמים.png

יידל » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:02 pm

· #46730
לעיקוואד
און די גאנצע סייענס איז פשוט א קאנספיראציע אז אמעקיקא זאל געוואונען רוסלאנד, אנטשולדיג, אז מזאל אופהערען גלייבען אין הייליגן רמב"ם, און ווערען ח"ו ציונים, מיט שוואכע קשיות.

וועסט נישט גלייבן אבער הרב בלאך איז אייגענטליך מקשר צווישן "אבולוציא" און "ציונות" אז ביידע זענען א קאנספיראציע אפצופארן מענטשן פון די ריינע אמונה.

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:08 pm

· #46731
שמואל הלוי
זה עתה יצא לאור
ספר הטעמים
למרן בעל החתם סופר זצוק"ל
טעמים ונימוקים
על מצוות, הלכות ומנהגים
כללים וענינים
שיצאו מפי כתבו של מרן בעל החתם סופר זי"ע
להשיג בכל בתי מסחר ספרים

ווער איז דער מוצ"ל?

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:20 pm

· #46733
הרב אהרן פערל - הוצאת ספרא.

לעיקוואד » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:39 pm

· #46739
יידל

וועסט נישט גלייבן אבער הרב בלאך איז אייגענטליך מקשר צווישן "אבולוציא" און "ציונות" אז ביידע זענען א קאנספיראציע אפצופארן מענטשן פון די ריינע אמונה.

Poe's law

יידל » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:40 pm

· #46740
לעיקוואד
יידל

וועסט נישט גלייבן אבער הרב בלאך איז אייגענטליך מקשר צווישן "אבולוציא" און "ציונות" אז ביידע זענען א קאנספיראציע אפצופארן מענטשן פון די ריינע אמונה.

en.wikipedia.org/wiki/Poe's_law

ער מיינט עס ערנסט.

יידל » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:24 pm

· #62169
אוצר פלאות התורה
אוצר פלאות התורה - בראשית, 641 עמודים, $17.00

א נייער ספר איז לעצטנס ארויסגעקומען "אוצר פלאות התורה" פון ר' וואלף זיכערמאן. דערווייל איז נאר דא איין באנד אויף בראשית, און עס איז צום האפן אז די בענדער וועלכע וועלן נאכפאלגן וועלן אויך זיין אזוי אינטערעסאנט ווי די באנד. די ספר טוט מלקט זיין כל מיני מאדנע און אינטערעסאנטע מדרשים און חידושים פון ספרים ווי דער לשון המחבר אויפן שער בלאט איז: "אוצר בלום מזן אל זן עם נפלאות מתורת ה', פלאי פלאים וחידושים עצומים, מפלאות תמים דעים, נורא תהלות עושה פלא".

דער ספר איז געאייגענט פאר יעדן וואס גלייכט קיריאזע און מאדנע חידושים און פשטים. א טיפישען ביישפיל צו די סארט חידושים וועלכע ערשיינען אינעם ספר איז די פאלגענדע דבר תורה אויף פרשת תולדות (איבערגעזעצט אויף אידיש):

אין תרגום יונתן בן עוזיאל שטייט אז עשו איז געבוירן געווארן אינגאנצן פערטיג, אריינגערעכנט מיט ציין. שטעלט זיך די פראגע אז אין פרשת ויחי אויפן פסוק ולבן שיניים מחלב זאגט יונתן בן עוזיאל אז א קינד'ס ציין קומט דורך די מילך וואס ער זייגט פון מאמען. אויב אזוי איז לכאורה שווער וויאזוי עשו האט שוין געקענט האבן ציין בעפאר ער האט געזייגט מילך? אויף דעם ברענגט דער מלקט פון ספר לב אריה אז אין מדרש אבכיר שטייט אז דעריבער איז עשו געווען אן אדמוני ווייל ווען ער איז געווען במעי אמו האט ער געטרינקען רבקה'ס דם נדה, און מיר ווייסן דאך אז חלב אם קומט פון דם נדה, "דם נעכר ונעשה חלב", קומט אויס אז עשו האט באקומען די ציין דורך טרונקען די דם נדה פון רבקה!

אין פרשת בראשית איז דער מחבר דן איבער דעם לשון "בזיעת אפיך תאכל לחם". פארוואס עפעס שוויץ פון די נאז? ברענגט די מחבר צוויי פשטים. דער חזקוני איז מסביר אז די נאז הייבט אן שוויצן בעפאר אלע אנדערע איברים. דער מחבר פון מחברת הערוך זאגט אבער אז די נאז שוויצט מער פון אלע אנדערע אברים.

אין פרשת וירא ברענגט ער די מדרש אין בראשית רבה אז ביז יצחק איז געבוירן זענען אלע קינדער געבוירן געווארן גרויס. יצחק איז געווען דער ערשטער צו ווערן געבוירן קליין, און ער איז טאקע געווען דאס ערשטער קינד צו ליגן אין א קינדער בעטל. ער ברענגט אבער א אנדערע פשט אין די מדרש פון ספר קרן אור פני משה ווי פאלגענד: אין זוהר שטייט אז דעריבער שאקלען זיך אידן ביים לערנען אבער גויים נישט, ווייל אידן האבן דאך א נשמה, און אויף די נשמה שטייט "נר ה' נשמת אדם", אז די נשמה איז ווי א ליכט, און פונקט ווי א ליכט צאנקעט, שאקלט זיך די נשמה, און דערפאר שאקלט מען זיך ווען מ'לערנט. און אין מסילת ישרים שטייט אז דערפאר שאקלט מען זיך ווייל די אויסערליכע תנועה טוט משפיע זיין אויף די פנימיות. לויט דעם זאגט דער בעל קרן אור פני משה אז פשט אין מדרש איז, אז אברהם אבינו האט ערפינדן א שאקעלדיגע קינדער בעטל און יצחק איז געווען דער ערשטער קינד צו ליגן אין אזא בעטל. די סיבה דערצו איז ווייל אברהם האט געוואלט מחנך זיין יצחק פון זיין יוגנט צו דעם יסוד פון התנועה החיצונית מעורר את הפנימית. לויט דעם וויל ער זאגן אז די גאנצע זאך פון שאקלען קינדער ווען זיי וויינען קומט בעצם פון די אידן, און די אידן האבן דאס געטון ווייל זיי האבן געוואלט מחנך זיין זייער קינדער כנ"ל, און ווען די גויים האבן געזען די אידן שאקלען די קינדער האבן זיי נאכגעמאכט, און די גויים האבן געמיינט אז די אידן טוען דאס צו בארואיגן די קינדער, און צוליב די קישוי הגלות האבן די אידן פארגעסן דעם אריגינעלן טעם, און זיי שאקלען שוין אויך צוליב די טעות'דיגע סיבה וואס די גויים האבן זיך איינגערעדט. כהנה וכהנה איז דער ספר מלא וגדוש מיט אזעלכע סארט תורה'לעך, חידושים און מדרשים.

אן אינטרעסאנטער מנהג (טוב?) האט דער מחבר, אז יעדעס מאל ער דערמאנט די נאמען פון א גדול אדער זיין ספר שרייבט ער אונטן אין די הערות א קורצע ביאגראפיע. פון איין זייט איז דאס גאר אן אינטערעסאנטע ספר, און די וואס גלייכן נאכצוזאגן אזעלכע סארט דברי תורה וועלן דערפון שטארק הנאה האבן. פון צווייטן זייט איז דאס א ליקוט פון בלויז קוריאזע און מאדנע ענינים, און לענ"ד איז עס א שטיקל זלזול אין די אלע גדולים פון וועם די ספר ברענגט נאך מטעמים המובנים.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:17 pm

· #63009
יידל
אין פרשת וירא ברענגט ער די מדרש אין בראשית רבה אז ביז יצחק איז געבוירן זענען אלע קינדער געבוירן געווארן גרויס.


איך האב אלץ געוואוסט אז אדם הראשון איז געבוירן גרויס.
איך האב עס געזעהן אזוי אין "א הילף פארן קינד" בילדער

יידל » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:23 pm

· #63053
[ציטאט אראפגענומען]


מיין ספק איז צו ס'איז א גוטער זאך אז ער ברענגט די ביאגראפיע פון גדולי ישראל פון וועם ער ברענגט נאך דברי תורה, אדער איז עס נישט קיין גוטער זאך ווייל רוב לייענער זענען סיי ווי נישט אינטערעסירט דערין אדער ווייסן סיי ווי די קורצע ביאגראפישע שטריכן וואס דער מחבר ברענגט, און עס מאכט נאר דעם ספר דיקער און טוט באמיטשענען דעם ליינער.

לגבי הרב מייזעלס' ספרים זענט איר נישט גערעכט. הרב מייזעלס איז טאקע מלקט אסאך ענינים וועלכע קוקן אויס מאדנע היינט צו טאגס, אבער זיי זענען נישט בעצם קוריאז, נאר פאר איינעם וואס קען די היינטיגע וויסנשאפטליכע מציאות קען עס אפט אויסקוקן קוריאז. אן אנדערע קריטיק וועלכע איך האב אויף הרב מייזלעס' "מטבע שטבעו חכמים" איז די אבסורד פון מלקט זיין ידיעות און "פאקטן" וועלכע זענען שוין לאנג אפגעפרעגט געווארן בלויז וויבאלד זיי ווערן געברענגט אין אידישע ספרים בשם חכמי האומות (פון זייערע צייטן) און דערנאך שרייבן אז מ'קען זען פון די אלע פלעצער גודל חכמת חכמי ישראל אשר כל רז לא אניס להו. און נישט נאר דאס, נאר הרב מייזעלס שענקט אין זיין הקדמה אפאר פאראגראפן אוועקצומאכן אלע ידיעות פון חכמי אומה"ע, "כלל גדול נקוט בידך, אמיתות חוקי הטבע תלוי בהוכחות מן התורה כי התורה אמת והמדע שקר"! די אבסורדיטעט שרייט עד לב השמים.

שמעקעדיג
יידל
אין פרשת וירא ברענגט ער די מדרש אין בראשית רבה אז ביז יצחק איז געבוירן זענען אלע קינדער געבוירן געווארן גרויס.


איך האב אלץ געוואוסט אז אדם הראשון איז געבוירן גרויס.
איך האב עס געזעהן אזוי אין "א הילף פארן קינד" בילדער


אויף דעם שטייט דאך שוין אין גמרא אז אדם הראשון בקומתו נברא, און ווי טייל לערנען מיינט דאס טאקע דאס. אבער די חידוש דא איז אז מבטן אמם זענען אלע מענטשן ביז יצחק ארויסגעקומען גרויס ווי ערוואקסענע.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:19 pm

· #63087
דער פראבלעם איז אז רוב היימישע יודען כאפען ניטאמאל נישט אז די סארט זאכען זענען מאדנע. מען זעהט עס אלץ א שיינע ווארט. מהאט זייער וייניג בקורת און שכל צו זאגען כלפי אזעלכע זאכען אז סאיז פשוט שטותים מיט לאקשען. [סיי לגבי דברי תורה און סיי לגבי ענינים מציאותיים וואס מברענגט.]
נאך א ספר וואס ליידט פון דער פראבלעם איז מגדים חדשים, וואס הגם ער וייזט אסאך בקיאות אין פארשידענע פארווארפענע ענינים און ספרים, וייזט עס זייער וייניג שכל אן ער מאכט גאנצע בערג פלפולים קשיות ותירוצים והשוואת וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:08 pm

· #63961
לאז עס ווערן אלט טויזנט יאר דערנאך בוסטו א שוטה און אפיקורס פארן נישט גלייבן און די זאכן כפשטו.

יידל » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:00 pm

· #64200
נולד מאוחר
לאז עס ווערן אלט טויזנט יאר דערנאך בוסטו א שוטה און אפיקורס פארן נישט גלייבן און די זאכן כפשטו.

מען דארף נישט ווארטן טויזענט יאר. עס איז שוין יעצט אזוי.

נולד מאוחר » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 2:32 pm

· #64216
סאיז למעשה נישט אנדערש ווי די מחלוקה פון די שטיינער אונטער יעקב'ס קאפ.

יידל » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 12:16 pm

· #67172
הרב אברהם ישראל רוזנטל, עורך ראשי פון דעם "משפחה" מאגאזין אין עברית, און מח"ס כמוצא שלל רב עה"ת און אויף נ"ך, האט ארויסגעגעבן א נייע באנד אין די כמוצא שלל רב סעריע. די ספר הייסט "ורפואה קרובה לבוא" און פארמאגט "פניני הלכה ואגדה אמרות והדרכות דברי חיזוק ועידוד עובדות והנהגות מאוצרם והליכות חייהם של גדולי הדורות בענייני רפואה". דער ספר איז געשריבן אויף דעם זעלבן פארמאט ווי די אנדערע ספרי כמוצא שלל רב, און פארמאגט אויך אן אפטיילונג איבער סגולות און פאר ספעציעלע תפילות על החולה.

ורפואה קרובה לבוא, ירושלים כסליו תשע"ג, תמ"ח עמודים. $19.00

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 6:43 pm

· #67358
יידל
הרב אברהם ישראל רוזנטל, עורך ראשי פון דעם "משפחה" מאגאזין אין עברית, און מח"ס כמוצא שלל רב עה"ת און אויף נ"ך, האט ארויסגעגעבן א נייע באנד אין די כמוצא שלל רב סעריע. די ספר הייסט "ורפואה קרובה לבוא" און פארמאגט "פניני הלכה ואגדה אמרות והדרכות דברי חיזוק ועידוד עובדות והנהגות מאוצרם והליכות חייהם של גדולי הדורות בענייני רפואה". דער ספר איז געשריבן אויף דעם זעלבן פארמאט ווי די אנדערע ספרי כמוצא שלל רב, און פארמאגט אויך אן אפטיילונג איבער סגולות און פאר ספעציעלע תפילות על החולה.

ורפואה קרובה לבוא, ירושלים כסליו תשע"ג, תמ"ח עמודים. $19.00

ער האט אבער נאכנישט געענדיגט די '' ושלל לא יחסר'' סעריע

יידל » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 8:53 pm

· #67363
[ציטאט אראפגענומען]

יא, קוק וואס כ'האב געשריבן
יידל
און נ"ך

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:19 am

· #67435
יידל
אוצר פלאות התורה - בראשית, 641 עמודים, $17.00

יידל, דו דערמאנסט גארנישט אז ער איז דיין קאמפעטישן... אין פרשת בראשית האט ער א שטיקל אריכות בנוגע כדוריות העולם.

עכ"פ בלעטערנדיג האב איך געזעהן ווי בתוך הבליו מוטשעט ער זיך ארום ווי אזוי אלכסנדר מוקדון האט געקענט פליען אזוי הויך צו זעהן אז די וועלט איז רונדיג, שרייבט ער אונטן אין די הערות אז מען קען זאגן נאך א מהלך, אז ער איז געפלויגן מיט שמות הק', איי פון וואו האט ער געהאט די שמות? אולי י"ל אז שמעון הצדיק האט עס איהם געגעבן במתנה אלץ הכרת הטוב אז ער האט נישט חרוב געמאכט דעם בהמ"ק... ווערט דאך אבער שווער ווי אזוי האט שמעון הצדיק געמעגט איבערגעבן פאר א גוי שמות הק'? וכו' וכו' ואין קץ לדברי רוח.

דער כח פון א בעל-בתישער קאפ...

זר זהב » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 12:41 am

· #67817
ס'ארויס א שיינער ספר "באמונה שלימה". נישטא קיין דעטאלן

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 3:25 am

· #67853
זר זהב, כ'מיין דער ספר הייסט "אמונה פשוטה על דרך אבותינו ורבותינו זצקללללה" דער גאנצער ספר באשטייט פון הסכמות מיט הקדמות, אן קיין דעטאלן.

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 10:46 am

· #67890
לכם יהיה לאכלה
אן אינטערעסאנטע ספר האב איך זיך נעכטן איינגעהאנדלט. די ספר הייסט "לכם יהיה לאכלה - בירור להלכה בסוגיית חרקים במזון" פון הרב איתם שמעון הענקין בן הג"ר יהודה הערצל הענקין. דער ספר איז שוין ארויסגעקומען א יאר צוריק, און פארמאגט הסכמות פון - צווישן אנדערע - זיין טאטע הרב הענקין, הג"ר מאיר מאזוז און הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ'. דער ספר גיבט א פרישע בליק איבער דעם איסור אויף תולעים אין עסן וועלכע ווערט ערגער און הארבער פון יאר צו יאר. דער מחבר איז יורד לעומקה של הלכה, און צעלייגט די מקורות פונעם איסור אויף טעלערלעך אזוי אז עס ווערט אויסגעקלארט וואס זענען די עיקרי הדין און וואס זענען די חידושים און חומרות פון די גדולי הפוסקים. דער ספר האט אויך צוויי פרקים הלכה למעשה אויף סטראבעריס (וועלכע ער איז גענצליך מתיר) און קארן (corn on the cob) וועלכע ער טוט מתיר זיין אבער נישט געהעריג. איך בין נאכנישט אנגעקומען מעיין צו זיין וואס זיין היתר איז און צו די זעלבע היתר וועט זיין נוגע אויך אויף די אמעריקאנע סטראבעריס.

דער מחבר שרייבט קלאר אין די הקדמה אז "נתתי ליבי ללכת בדרך שלימדנו המהרש"א", און ער ברענגט אראפ די מהרש"א וואס זאגט אז א פוסק וואס האט נישט מורא מיקל צו זיין (כמובן ע"פ תורה) איז זוכה צו ביידע וועלטן. און ער שרייבט אז אינעם ספר זוכט ער צו ס'דא א מקום להקל און נישט בלויז ווי א דעה יחידאה נאר צו מ'קען רואיגערהייט אננעמען אז די מעיקר הדין קען מען מיקל זיין און די אוסרין זענען מחמיר לפנים משורת הדין. ווי געשריבן, איז זיין מסקנא אז אסאך הנחות פון די פוסקים אויף תולעים (ווי הרב משה ויא און נאך) זענען באזירט אויף הנחות מחמירות וואס מ'קען בעצם מיקל זיין אין זיי.

לכם יהיה לאכלה, הרב איתם הנקין, 167 עמ', $15.00

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 10:58 am

· #67898
הרב נח אייזיק אלבוים איז ארויסגעקומען מיט א פרישע באנד שו"ת מנחת חן.
ער איז באקאנט אלץ א מומחה אין עניני פוריה ורביה, און האט טאקע אסאך תשובות וועגן דעם.

מיינע הייליגע אויגן האבן גלייך געצויגען צו א תשובה, בענין שני מיטות בחדר ההורים.
ער זאגט עפ"י הלכה איז קיין פראבלעם נישטא. אבער לויט ווי ר' מאיר בראנסדארפער וכו', און דברי יואל וכו', איז נישט אזוי גלייך.

איך וועל נישט מאריך זיין בענין מחוץ לאחורי.
אבער איך וואונדער זיך פשוט: וועגן דעם ביסטו א רב אין קווינס? קומסט דאך צו צו די זעלבע מסקנה ווי בנה ביתך וחבריא שלו!
טו דיך אן א טלית ביי מנחה ערב שבת.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 12:56 pm

· #67930
הייסט ער דארף דיר פרעגן וועלכע מסקנות להלכה דו לאזט עם צוקומען און וועלכע נישט.

בכל אופן האב איך הנאה אז דו האסט הייליגע אויגן.

לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:34 pm

· #69358
איז ארויס א נייע בוך ״דאס אידישע פאלק״ איינער פון קר״י בלי שם מיטק הסכמות פון רבנים ובתוכם הרב ווב״ג פון מאונט קיסקא

די בוך באשרייבט און באצייכנט יידישע היסטאריע מימי הביניים עד קרוב לימינו מיט וועלט מאפעס און טיים טעיבלס

לעמיל » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:12 pm

· #69960
אויף אייוועלט זעי איך אז דו וועלט אויפגעכאפטע מאסף "הפעמון" גרייט זיך ארויס צו קומען מיט צלצול החמישי
מיר ווארטען מיט שפאנונג
יהא בשעה טובה ומצלחת

smartinof » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 3:23 pm

· #74112
פון מרכז שזר איז ארויסגעקומען א בוך "דורש טוב לעמו" דארט ווערט גוט ארפגעלייגט בעלי דרשנים און זייערע דרשות, עס איז פארהאנען אפאר קאנטערוויסיאלע מאמרים, אבער זייער אינטרעסאנט איז דער מאמר ההומור בשירות הדרשה, דארט ווערט גוט צולייגט די דרשות פון רבי עובדיה, רבי שלום שבדרון און נאך.

יידל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 1:37 pm

· #78592
לימודים לדעת, הרב שרגא פליישמאן, מאנסי תשע"ג שמ"ו עמודים - $23.00

הרב שרגא פליישמאן, יועץ נפשי און משפיע בעיר התורה מאנסי האט ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען "לימודים לדעת - עונג הנפש בעבודת ה'". דער ספר איז א סינטעזע פון חסידות, פילאזאפיע און פסיכאלאגיע, און שטעלט אוועק יסודות בהבנת הנפש הישראלית און וויאזוי מ'קען נוצן די הבנה זיך צו פארבעסערן. דער ספר איז צעטיילט אין דריי שערים יעדע שער 5 פרקים. שער ראשון - הכשרת הדעת, וואו עס ווערן ערקלערט די יסודות פון א מענטשן'ס נפש באופן כללי. שער שני - התעלות הדעת וואו הרב פליישמאן קריכט אריין מער בפנימיות אין דעם נפש בכל פרטיה ודקדוקיה און ווי הרב פליישמאן שרייבט אינעם "פתח דבר" איז דער שער "עיקר נקודת החיבור ופנימיותו". שער שלישי - חובת הדעת, וואו עס ווערן ערקלערט וויאזוי די אלע ידיעות און הבנות העלפן ארויס א מענטש למעשה.

דער ספר איז געשריבן אין א הערליכן לשון קודש, און איז געשריבן קורץ אין שארף, צום פונקט. אנדערש ווי רוב ספרים בזמנינו וועלכע זענען נישט מער ווי ליקוטים אדער סיפורי מעשיות איז דער ספר א יחיד במינה, עס ענטהאלט חידושים אין פרישע הבנות בתורת הנפש ובחובת הלבבות. די לעצטע צוויי עמודים פונעם ספר זענען געווידמעט פאר א ליסטע און אן איבערזעצונג פון די נייע טערמינען און מושגים מיט וואס הרב פליישמאן באניצט זיך במשך דעם ספר.

בדחן » פרייטאג יאנואר 11, 2013 9:48 am

· #79203
דיין ריוויא אויפן ספר גיט מיר א חשק צו קויפן די ספר, איך וויל וויסען בעפאר ווער עס איז הרב שרגא פליישמאן (אזא סארט ספר דארף מען אויך וויסען עטוואס איבערן מחבר בעפאר מען קויפט עס)

יידל » פרייטאג יאנואר 11, 2013 9:59 am

· #79204
אזוי ווי כ'האב געשריבן, הרב פליישמאן איז א יועץ נפשי און א משפיע אין מאנסי. ער איז - דוכט זיך - א קארלינע חסיד און איז א ערליכער דורכגעווייקטער חסידישער איז.

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:14 am

· #79362
אפיציעל איז ער א סלונים'ער, אבער ער האט אסאך געהארעוועט אין חב"ד, ברסלב וכו'.

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 11:15 am

· #80976
יידל
אן אינטערעסאנטע ספר האב איך זיך נעכטן איינגעהאנדלט. די ספר הייסט "לכם יהיה לאכלה - בירור להלכה בסוגיית חרקים במזון" פון הרב איתם שמעון הענקין בן הג"ר יהודה הערצל הענקין. דער ספר איז שוין ארויסגעקומען א יאר צוריק, און פארמאגט הסכמות פון - צווישן אנדערע - זיין טאטע הרב הענקין, הג"ר מאיר מאזוז און הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ'. דער ספר גיבט א פרישע בליק איבער דעם איסור אויף תולעים אין עסן וועלכע ווערט ערגער און הארבער פון יאר צו יאר. דער מחבר איז יורד לעומקה של הלכה, און צעלייגט די מקורות פונעם איסור אויף טעלערלעך אזוי אז עס ווערט אויסגעקלארט וואס זענען די עיקרי הדין און וואס זענען די חידושים און חומרות פון די גדולי הפוסקים. דער ספר האט אויך צוויי פרקים הלכה למעשה אויף סטראבעריס (וועלכע ער איז גענצליך מתיר) און קארן (corn on the cob) וועלכע ער טוט מתיר זיין אבער נישט געהעריג. איך בין נאכנישט אנגעקומען מעיין צו זיין וואס זיין היתר איז און צו די זעלבע היתר וועט זיין נוגע אויך אויף די אמעריקאנע סטראבעריס.

דער מחבר שרייבט קלאר אין די הקדמה אז "נתתי ליבי ללכת בדרך שלימדנו המהרש"א", און ער ברענגט אראפ די מהרש"א וואס זאגט אז א פוסק וואס האט נישט מורא מיקל צו זיין (כמובן ע"פ תורה) איז זוכה צו ביידע וועלטן. און ער שרייבט אז אינעם ספר זוכט ער צו ס'דא א מקום להקל און נישט בלויז ווי א דעה יחידאה נאר צו מ'קען רואיגערהייט אננעמען אז די מעיקר הדין קען מען מיקל זיין און די אוסרין זענען מחמיר לפנים משורת הדין. ווי געשריבן, איז זיין מסקנא אז אסאך הנחות פון די פוסקים אויף תולעים (ווי הרב משה ויא און נאך) זענען באזירט אויף הנחות מחמירות וואס מ'קען בעצם מיקל זיין אין זיי.

לכם יהיה לאכלה, הרב איתם הנקין, 167 עמ', $15.00



מ'קען יעצט באקומען די ספר בחנם אין PDF פארם דא. קרעדיט: משכיל

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 11:25 am

· #80980
איך האב לעצטענסט איינגעהאנדעלט א ספר "הלכה בימינו - מורשתה, לימודה, הוראתה ויישומה" הוצאת מכון התורה והארץ, תש"ע.
דער מחבר איז הרב יעקב אריאלי
ס'איז מלא ידיעות, זייער אינטערסאנט.
דעם שבת, האב איך הנאה געהאט צו זעהן ווי ער איז כמעט ווי מיך מצטט דא צום סוף ווי פאלטש מ'קען אפלערנען היסטוריה.
ער נוצט ווערטער וואס מיין חדר-רבי האט מיט נישט אויסגעלערנט. ע"כ האב איך מחליט געווען אים צו מכתיר זיין פאר מיין רבי, אויף דערווייל.
האט איינער שוין געזעהן דעם ספר?

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:53 pm

· #81040
אט איז וואס מלך שפירא שרייבט איבער אים און איבער דעם ספר אין א לעצטיגע פאוסט אויף ספרים בלאג:

The issue of deciding matters of hashkafah in a halakhic fashion has also recently been discussed by R. Yaakov Ariel in his new book Halakhah be-Yameinu, pp. 18ff. I have to say that the more I read by Ariel the more impressed I am, as everything he writes is carefully formulated and full of insight. He strikes me as very open-minded with a good grasp of Jewish philosophy. He is, of course, also an outstanding posek. I now understand why it was so important for the haredim, under R. Elyashiv’s lead, to prevent him from being elected Ashkenazic Chief Rabbi of the State of Israel. What the haredim wanted, and were successful in this, was to destroy the Chief Rabbinate as a force to be reckoned with. The way to do this was to make sure that its occupant would be nothing but a “crown rabbi”. That is, they wanted to appoint a chief rabbi who is a figurehead, who interacts with the government on behalf of the haredi leadership, who goes around the world speaking about Jewish topics to the masses, and who can deal with non-Jews. What they absolutely did not want in a chief rabbi was a figure who had any rabbinic standing and who could thus challenge haredi Daas Torah.
At a time when much of the right wing religious Zionist world appears to have gone off the deep end, R. Ariel stands as a voice of sanity. Be it his attack on Torat ha-Melekh (a book which I still plan on discussing) or his strong rejection (together with R. Aharon Lichtenstein and R. Nachum Rabinovitch) of the outrageous letter written by Rabbis Tau, Aviner and others in support of Moshe Katzav, or his defense of women voting (arguing that today R. Kook would not be opposed; Halakhah be-Yameinu, p. 189) he shows that right wing religious Zionism need not be identified with the craziness we have been accustomed to see in recent years.

שפירא בהמשך דארט איז דן אין די ווערטער פון הרב אריאל אז דער רמב"ם האט יא גע'פסק'נט אין השקפה און אין אמונה כאטש דער רמב"ם שרייבט אז א פסק איז נאר שייך אין הלכה.

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:37 pm

· #81102
עס איז ארויסגעקומען א קונטרס דורך דעם סאטמארער דיין אין אנטווערפן (שמו שכחתי) לכאורה לכבוד די נסיעה קיין ארץ ישראל, וואו ער איז מברר וויפיל איסורים מ'קען עובר זיין ביים באזוכן ארץ ישראל. למשל, ער שרייבט אז 99 פראצענט שאלות וואס די ציונים פרעגן ביים אויפשטייגן אויפ'ן עראפלאן איז כדי צו ארויסבאקומען אויב מען האט חיבת הארץ, ממילא קען מען זייער גרינג נכשל ווערן ביים זאגן אזא קלייניקייט ווי 'ס'איז גוט צו זיין אין ישראל' אן איסור וואס איז, לויט אים, ביהרג ואל יעבור, און שפעטער גייען זיי זיך בארימען אז אפילו א סאטמארער איד האלט אז די מדינה איז גוט. אויך ווען מען איז דארט און מען זאגט 'ס'שפירט זיך אזוי היימיש דא' ווערט דאס אויטאמאטיש א מרידה באומות והעברה על ג' שבועות והודאה למלכות המינות וואס די אלע זאכן זענען עטליכע מאל יהרג ואל יעבור.

איך אויך » זונטאג יאנואר 20, 2013 8:28 pm

· #81134
לאמיר אלע זינגן צוזאמען: ווען משוגע וואלט געמאכט קליין וואלט ער געזיצן אויף א קאלא דעקל און געשאקעלט די פיס.

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 8:30 pm

· #81135
אביסל דרך ארץ, מען רעדט דא פון א מורה הוראה.

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 8:45 pm

· #81138
יא, אבער ס'איז א מורה הוראה פון אן *אנדערע* קרייז.

משה געציל » זונטאג יאנואר 20, 2013 9:18 pm

· #81150
יאיר
עס איז ארויסגעקומען א קונטרס דורך דעם סאטמארער דיין אין אנטווערפן (שמו שכחתי) לכאורה לכבוד די נסיעה קיין ארץ ישראל, וואו ער איז מברר וויפיל איסורים מ'קען עובר זיין ביים באזוכן ארץ ישראל. למשל, ער שרייבט אז 99 פראצענט שאלות וואס די ציונים פרעגן ביים אויפשטייגן אויפ'ן עראפלאן איז כדי צו ארויסבאקומען אויב מען האט חיבת הארץ, ממילא קען מען זייער גרינג נכשל ווערן ביים זאגן אזא קלייניקייט ווי 'ס'איז גוט צו זיין אין ישראל' אן איסור וואס איז, לויט אים, ביהרג ואל יעבור, און שפעטער גייען זיי זיך בארימען אז אפילו א סאטמארער איד האלט אז די מדינה איז גוט. אויך ווען מען איז דארט און מען זאגט 'ס'שפירט זיך אזוי היימיש דא' ווערט דאס אויטאמאטיש א מרידה באומות והעברה על ג' שבועות והודאה למלכות המינות וואס די אלע זאכן זענען עטליכע מאל יהרג ואל יעבור.

הרב חיד״א ווייס?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7