ספרים חדשים
339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #106
[ציטאט אראפגענומען]
ביז דערווייל איז נישט דא קיין אלטערנאטיוו!
חלקים פין די פראבלעם איז, אז די מאגעזינען נעמען גרויס געלטער פאר אדווערדייזמענס.
וואס גייט אריין און וואס פאלט ארויס איז געוואדען אין געלט.
אין אויב א פראפעסער זאגט עפעס וואס איז נישט פאליטיקלי קארעקט קען ער באצאלן א טייערע פרייז.
גאר א שוואכע ספר'ל אויף הרב אברהם חיים שפיצער זצ"ל איז ערשינען דורך בני המשפחה, הוצאות מאירות, פראבירט נאכצומאכן די היינטיגע פענצי תולדות ספרים, ס'האט קוים תוכן. כאטש זאל עס זיין אזוי דיק ווי די תולדות הרה"ק בעל משמחי לב זי"ע
א נייע "ויגד משה" הגדה של פסח. דאסמאל נישט פון די באקאנטע רבנישע כ"ץ פאמיליע, נאר פון א רב פון די איסט סייד, הרב פיינשטיין.
חסידות על העליונה!אוצר שיחות וסיפורי חסידות וגדולי ליטא בעניני "חסידים ומתנגדים".
Re: ספרים חדשים
ס'איז שוין דא אין געשעפטען? ס'איז געווידמעט קעגען הרב אליאך?
דער נאמען הערט זיך אזוי נעריש, אז ס'רייצט שוין אריינצוקוקען!
פון וועמען האט אליאך געקריגן הוראה?
Re: ספרים חדשים
פונ'ם הייבען די בלוט דרוק פון אזויפיל בהמות.
Re: ספרים חדשים
עס איז יעצט געדרוקט געווארן א ספר "ליקוטי מישרים מגיד" וואס איז חלקים פון א ספר וואס ר' יצחק צבי בערנפעלד ז"ל אב"ד חוג חת"ס האט געשריבן וואס ער האט געהערט פון א מגיד א מלאך!!!
Re: ספרים חדשים
א דוגמא וואס איז געדרוקט געווארן אין א גליון
<a class="postlink" href="https://www.google.co.il/url?sa=t&source=web&rct=j&url=http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_52827_160.pdf&ved=0CCEQFjADahUKEwjErfONpeDGAhXMthQKHe3pA7c&usg=AFQjCNFqgG-MQn088Ur2ESIVXgLKiigM6Q">https://www.google.co.il/url?sa=t&sourc ... XgLKiigM6Q</a>
דער מענטש האט דען נישט קיין קינדער, יורשים עפעס איינער וואס זארגט זיך פאר זיין בזיונות איהם נישט מבייש זיין ברבים מיט זיין דמיונות?
נייע ספר "הלכה למשה" ארויסגעגעבן דורך די בעלזא רעביצען תליט"א
אויף הלכות שבת, געשריבן מיט א לייכטע און קורצע מאדערענע לשון הקודש, דורך א בעלזא דיין, אויפן פארלאנג פון די רעביציען לע"נ איר טאטע, ר' משה'לע זצוקללה"ה, וואס פלעגט אמאל פארלענערן הלכות שבת.
די ספר האט הסכמות פון איר מאן, די בעלזא רב, אירע ברודער די וויזניצע רעבעס אין בני ברק. אבער נישט פון די סאטמער און סקווירא שוואגערס.
די גרעסטע נגידים אין בעלזא האבן זיך געלאזט קאסטן צו מנדב זיין די הוצאות.
ס'כדאי צוצולייגען - אז די ספר איז נישט געדרוקט מיט די הדסה/ארטסקרול/בעלזא פונט.
מאדערנע לשון קודש?
קאווע טרינקער
ס'כדאי צוצולייגען - אז די ספר איז נישט געדרוקט מיט די הדסה/ארטסקרול/בעלזא פונט.
👍
Re: ספרים חדשים
ס'איז ארויסגעקומען לכבוד די יומא הילולא קדישא כ"ו אב?
דא האט איהר א לינק צום ספר. איך האב אן אלטע דרוק אויף מיין קאמפיוטער, וואס איך האב באקומען אויפ'ן אינטערנט, אבער לע"ע טרעף איך עס נישט אנליין.
ספרים חדשים
דאס איז די דריטע מהדורה פונ׳ם ספר און דאס מאל האבן זיי צוגעלייגט צום סוף א גאנצע קונטרס פון בריוון, און סזעט אויס וואו אסאך זענען מופיע לראשונה ,קודם וועגן ענין המדינה , ובכללם ,פאפע רב , ר׳ איציקל פשעווארסקער , ועוד , וואו אויך בריוון פון די גדולי ישראל וואס האבן געשטיצט די חובבי ציון ובכללם היטב לב וואס אין ויו״מ שרייבט ער אז ער האט זיך מתנגד געווען צו דעם .
איך מיין עס איז ארויסגעקומן נגד רצונו, כך שמעתי.
(נישט אז ער האט עס נישט געשריבן)
ספרים חדשים
סאיז שוין די דריטע מהדורה און כגלייב אז ער איז שוין אינדערצווישען געוואר געווארן, און אז מגעט עס נאך ארויס מן הסתם איז עס מרצונו.
און כזעע אז די חומת הקדושה אין מאנסי שטייט אסאך העכער ווי אין ב.פ. , ווארום אין ב.פ. קען מען עס קויפן בריש גלי.
הרב מוטה פראנק מיט זיין נייע
ספר

פיינע נייעס. שכוח פאר די לינק.
זעהט אויס זייער שיין אין עיצוב, תוכן, און השתלשלות העניינים.
כ'בין זיכער ס'גייט זיין א הייסע אייטעם אין ענגליש.
א גיבט א שכוח פאר די חבריא קדישא בערמאנט, כולל w..
שנעל דורכגעקוקט, ער מאכט א קוגל ווי קיינער בעפאר... דברים נפלאים מר' משה בער בעק... עזריאל טויבער... לייבל מינצבורג...
א היינטיגע טרענד פון שרייבן די פולע נאמען פון גדולי ישראל וואס זענען בכלל נישט באקאנט אזוי, ר' אליהו קרמר... (ווילנא גאון) ר' צדוק רובינשטיין... (ר' צדוק הכהן מלובלין) ר' מאיר לייבוש ווייזער..(מלבים) פונקט דעם חפץ חיים און ר' מאיר שמחה האבן נישט קיין משפחה נאמען...
חזון איש ברענגט ער כמה פעמים אלץ ר' ישעיה קרליץ... אנע "אברהם". מיאוסע טעות.
אין ברסלבער חדר לערנט מען נישט קיין עברי? וואס איז דער שגעון פון געפינטלט איך האב געמיינט אז נאר מהרא"ש קונטרסים זעזנען אזוי עפען איך ר' מוטה זעה איך די זעלבע שגעון.
Re: ספרים חדשים
Re: ספרים חדשים
📎 ImageUploadedByTapatalk1441755905.875519.jpg
Re: ספרים חדשים
איינער האט עפעס אינפאו אויפן מחבר ?
צאנז-קרעניצע רב פון וויליאמסבורג, א זוהן פון צאנז-גריבובע רב פון בארא פארק, האט מו"ל געווען "דברי חיים" המבואר, ד.ה. דריי שורות דברי חיים אויבן, און 18 שורות פון "ביאורים" אונטער דעם, און נאך 30 שורות עיונים פון אונטען, אזוי אז חב"ד זאל זיך נישט איינרעדן אז נאר זייערע ספרים דארפן ביאורים און מ"מ, דברי חיים דארף אויך.
אויף דערווייל איז נאר דא אויף בראשית.
אגב, דער "חק" וואס דער צאנז קרעניץ רב האט ארויסגעגעבן, איז אויך נאר אויף בראשית.
Re: ספרים חדשים
כהאב עס געזען פאר צוויי יאר אויף דברי חיים חנוכה , דוכט זיך די באורים איז פון ר׳ מיכל זילבער.
ספר 'עולם התורה' מהרב מיכל שטרן (בעמ"ח אוצר הידיעות), צוויי כרכים, כרך א' איז אויף תולדות הראשונים ואחרונים, כרך ב' איז אויף עולם הישיבות ועולם החסידות (מ'קען קויפן יעדע באנד באזונדער) באשרייבט אין קורצן די ביאגראפיע פון די ראשונים ואחרונים ווי אויך היסטארישע פאקטן און מער, אלס בלשון צח ובהיר. (אגב ליטוואק, טאמער קויפסטו עולם הישיבות איז נכלל אינעם באנד עולם החסידות)
Re: ספרים חדשים
פרישע ספר פון ר' שלום רובשקין ערשינען. געשריבן אין
תפיסה
Re: ספרים חדשים
Re: ספרים חדשים
וואו! פארוואס ווילען זיי אויסגראבען שאנדפולע אלטע היסטוריא? סיידענס אז מ'וויל דא עפעס ריינוואשען. בית רבי האט שוין געטוהן די ארבעט מיט זיין 'מקור נאמן'!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: ספרים חדשים
פארוואס איז אנאנים אויפן פראנט קאווער?
Re: ספרים חדשים
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז לכאורה גערעכט אבער טענות קען ער נאר האבן צום רייצ וסיעתו פארן פרובירן צו כשרן די מעשה און דאס האט געברענגט די אלע קאנטער אטאקעס
רבינו הקדוש מהארנסטייפל
📎 רבינו הקדוש מהארנסטייפל.jpg
ר' אלחנן האלפערין האט געזאגט אז ער וואונדערט זיך ווער איז געווען די שדכן פון ר' מאטעלע הארנסטייפלער, אזא אינטרעסאנטע שידוך, צאמגעפארט טשערנאביל פון אוקריינא מיט צאנז ? ס'האט זיכער געמוזט זיין עפעס גאר א גוטע שדכן...
פרשת מרדכי - חידושים ושיעורים על מס' בבא מציעא, מהגאון הגדול רבי מרדכי בעק שליט"א
הערליך אויפגעזעצט, און ס'זעהט אויס ווי פיינע סחורה.
אין זיין הקדמה, שרייבט רב בעק אז ער איז נתחנך געווארן אין נייטרא, לעיקוואוד, און בריסק - דערנאך לאזט זיך דער גאון ארויס מיט דיבורים יתרים איבער די געוואלדיגע קנאות פון סאטמערע רבי, און פון די געפערליכקייט פון ציונות.
Re: ספרים חדשים
לערנען האלט ער דאכט זיך אז בריסקער רב האט בעסער געקענט
טמירלערנען האלט ער דאכט זיך אז בריסקער רב האט בעסער געקענט
ער טענה'ט אז די סיבה פארוואס "בריסק" איז "עובר לסוחר", איז ווייל בריסקע רב האט געזוכט דעם אמת.... און אמת פארקויפט זיך גוט.
ספר המזוזה,
הלכות און בירורים,
האב זלמן אייזען, דער באקאנטער הסופר ד16נטע עוו.
א ברודער פונעם וואויל באקאנטן פאזנע רב!
נייע אויף
<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/55232">http://hebrewbooks.org/55232</a>
ותשקט הארץ, זאכליכע טענות אויף די שייטל-האקערס.
גאנץ אינטערסאנט.
די ספר פון ר' חיים ליב כץ קעגן בוני עולם
Re: ספרים חדשים
חוקר וסקרןדי ספר פון ר' חיים ליב כץ קעגן בוני עולם
📎 IMG_20170101_181634.jpgאיך פארשטיי אז הרב חייים לייב שליט"א מיינט עס ערענסט, ער שרייבט וואס ער האלט איז די הלכה אפילו אנעדערע האלטן פארקערט.
אבער עס באדערט מיר פארוואס מען האט באהאנגען אלע גאסן מיט צעטלעך דערוועגן,
דאס ווייזט אז עס איז נישט סתם זיין שיטה נאר א גאנצע קאמפיין.
Re: ספרים חדשים
איך האב דורך געבליקט דער ספר און עס זעהט מיר אויס גאנץ איידל כלפי די אנדערע צד
Re: ספרים חדשים
יהושע חיים, דו ביסט דאך למדן דא אין ק"ש, ער האט עפעס שטארקע טענות וואס איז שווער זיך צו קריגן?
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
אויף וועמענס אחריות איז דאס אז בחורים וועלן דאס דורך ליינען?
Re: ספרים חדשים
[ציטאט אראפגענומען]
ער אסר'ט נישט, פינטל
נאר זיי האבן עפעס מורא פאר עהם און בארעדן עהם (נישט אפציעל אבער צווישן זיך קוקן זיי עהם אן ווי דער ס"מ אליין) ווייל ער האט געקוועסטשענט די הייליגקייט פון דער ארגענעזאציע
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
Re: ספרים חדשים
טמיריהושע חיים, דו ביסט דאך למדן דא אין ק"ש, ער האט עפעס שטארקע טענות וואס איז שווער זיך צו קריגן?
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
בכלל נישט ער זאגט נאר עס איז נישט אזוי היתר גמור וויאזוי זיי מאכן עס און מען דארף מתיר זיין מיט א כובד ראש יעדער פאל עקסטער (אזאך וואס אסאך האלטן אזוי)