☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים חדשים

ספרים חדשים

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #106
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 9:22 pm

· #123799
ר' משה בראנסדארפער האט מו"ל'געווען א ספר, א ליקוט פון הוראות און תשובות וואס זענען אנגעפרעגט געווארן אין זיין "היכל הוראה".
כ'האב גראדע הנאה געהאט פון דעם נייעם מהלך, וואס אלע גייען פון היינט נאכמאכן.
דהיינו?
די רבנים מוטשען זיך כסדר, ווען איינער פרעגט זיי א שאלה, איז אזוי, גיין שרייבן א תשובה פאר יעדע שאלה איז דאך נישט שייך, קורצע תשובות וועט אויסקוקען מאדנע, איז נאר געבליבן צו שרייבן הערות על סדר השלחן ערוך, אבער דאן קען מען נישט אויסלאזן גאנצעטע סימנים, מ'וועט דאך זעהן אז קיינער האט אייך נישט געפרעגט אין הלכות בית הכנסת אדער הלכות כתובה.
די עצה וואס הרב הנ"ל האט געטוהן איז פיין. ער רופט נישט זיינע סימנים "תשובות" נאר "הוראות", הוראה א': נשאלתי מאחד..... והשבתי.... עיין שו"ת.... וכבר כתב...... ולפי זה נראה.... על כן..... הדבר אסור. רשמתי, משה בראנסדארפער. אמאל איז דא לענגערע "הוראות" און אמאל קורצערע.
צו באמערקן אז ער האט אן הסכמה פון זיין עלטערע ברודער, הרב שמואל, די רב פון ק"ק ברסלב אין בית שמש.
די ערשטע הסכמה איז פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. - א שנעלע גוגל-סערטש ווייסט אן, לכאורה, אז ער וויל נישט חלילה דערמאנען די נאמען "שמואל יעקב קאהן". (כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס, ער איז דאך א תוא"י חסיד?)

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 9:24 pm

· #123801
דער מחבר פון "השקדן" האט מו"ל'געווען א 3'טע באנד.

ביים סוף ספר, איז ער מסביר פארוואס ער האט זיך געיאגט ארויסצוגעבן די ערשטע צוויי בענדער נאך בחייו פון רב אלישיב.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 11:36 pm

· #123828
ס'האט אים געבאדערט אז מענטשען ווייסען נישט די גדלות פון רב אלישיב.
ער ברענגט א בריוו וואס בעל חפץ חיים האט געשריבען בנוגע א באשרייבינג אויף אים זעלבסט, בחייו.

אויס מענטש » דינסטאג יוני 11, 2013 3:50 pm

· #124012
ווייסט איינער וועגן דעם ספר מאמרי חינוך והוראה פון פרופ' משה ארמנד איז דאס אינטרעסאנט ?
כ'האב געטראפן דעם ספר און עס זעהט מיר אויס אינטרעסאנט איך ואלט זייער געוואלט וויסן מער איבער דעם מענטש.
יישר כוח

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 21, 2013 3:04 pm

· #127106
"הגיבורים" אין אידיש
עפעס א נייע מוסר-ספר פאר בחורים צו לערנען נאך פלייסיגער.
נאך נישט גע'העריג בייטראכט.

מאראנצןזאפט » פרייטאג יוני 21, 2013 7:14 pm

· #127148
ס'נישט קיין מוסר ספר, א קובץ מאמרים פון מחנכים פאר בחורים.
ס'קאסט נאר 4 דאלער ממילא האב איך עס געקויפט. דאכט זיך מיר אז דער ארויסגעבער איז דער זעלבער פון מה יפו פעמיך - א שיינע סעריע אוף ימים טובים, דורך א סטוטשינער יונגערמאן וואס גיט ארויס שיינע זאכן.
ס'האט א מאמר פון קאסובער רבי, רב ראזנבולם, רב גרין, און נאך. און סתם שמועסן, עצות, ליקוטים, וכו', עניני קעמפ ובין אדם לחבירו, פאר בחורים.
די גרעפיקס איז הערליך. אלעס איז אויף אידיש. איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען אזא פראיעקט באצאלן מיט 4 דאלער.

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 21, 2013 7:21 pm

· #127152
מהדורת בערקאוויטש / משכן יחזקאל

פארוואס זאלן בחורים נישט ליינען א לייכטע לשון קודש?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:46 pm

· #128584
לא מה שחשבת - בנימין חינקיס
מ'האט שוין געשריבן דא איבער דעם unique המודיע שרייבער, וואס איז נישט נאר א שריפטשטעלער, נאר אויך אן אויפטרעפער פון טעמע'ס, בנימין חינקיס. אין דעם דערמאנטן לינק, ווערט אויסגעשמועסט די טעיות וואס ווערן געשאפן ווען (אונזערע) צייטונגען זענען מוריק מכלי אל כלי.
מיט זיין ספר/בוך "שקוף" האב איך זיך שוין פון לאנג משתעשע געווען. יעצט איז מיר אונטערגעקומען נאך צוויי פון זיינע ביכער.
איינס מיטן נאמען "לא מה שחשבת"
📎 20130627_123141.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:50 pm

· #128585
אין דברים כאלה - בנימין חינקיס
די צווייטע
איך האב נאך נישט געליינט קיין איינס פון די צוויי, אי"ה איבער שבת און תשעה באב.
📎 20130627_123146.jpg

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:38 pm

· #128602
דער נאמען איז אבער נישט קיין אריגינעלער אויסטרעף.
ס'איז אמאל געווען א טי.ווי. שאוי אין ישראל מיט דעם נאמען 'אין דברים כאלה'.

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 3, 2013 11:35 pm

· #138121
ס'איז ארויסגעקומען דער פיפטער חלק פונעם שטארק אויפגעכאפטן ספר 'זכר צדיק לברכה'. דאס זענען סיפורי מעשיות/הנהגות אד"ג אויף רביה"ק מסאטמאר זי"ע ממקור ראשון וואס איז געלאפן וועכענטליך אין 'איד' די לעצטע 2 יאר און געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם דוד גליק ז"ל.

אין אנדערע גוטע נייעס ווערט איבערגעגעבן אז די קינדער וועלן ממשיך זיין דעם קאלום "זכר צדיק לברכה" אין איד.

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 4:04 pm

· #140269
OU מעלדט איבער א נייע חומש "מסורת הרב" וועט מופיע זיין אויף בראשית.
ונזכה ונחיה ונראה.

טרופ תלמיד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:27 am

· #140362
ונבנתה העיר
'מענה חכם', א ביאור פון ר' יואל כהן אויפ'ן ספר ויואל משה, אנצווייזן ווי מען האט עס פארדרייט אין סאטמאר, און א בריוו וואס ר' יואל האט געשריבן צו ר' מענדל וועכטער צו פארענטפערן זיינע קושיות אויף חב"ד קוקענדיג מיט סאטמאר'ע אויגן.

די גאנצע מעשה געפעלט מיר נישט, עס איז לכאורה געדרוקט געווארן קעגן דעם רצון פון איהר מחבר, ר' יואל האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן נאכדעם וואס ער האט עס אריינגעשיקט צום ליובאוויטש'ער רבי'ן ז"ל און קיינמאל צוריק-באקומען, דער דרוקער שטעלט זיך פאר נאר מיט אן אימעיל אדרעס, און סך הכל האט ער עס אראפ-גענומען פון דעם אינטערנעט אזוי ווי עס שטייט און גייט מיט אלע טעותי הדפוס, ארויפגעווארפן א פעקל מוגזם'דיגע טיטול'ן אויף ר' יואל, און לאזט עס פארקויפן פאר 18 דאלער אין אייכלערס.


ווי קען מען באקומען די ספר?

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:45 am

· #140368
אין ספרים געשעפטן.

טרופ תלמיד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:57 am

· #140370
קאווע טרינקער
אין ספרים געשעפטן.


וועלעכע? נישט דא צו באקומען אויפ'ן וועב?

דעת תורה » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:02 am

· #140428
עס איז יא דא. זוך עס אויף.

טרופ תלמיד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:33 pm

· #140488
דעת תורה
עס איז יא דא. זוך עס אויף.


פריי פון אפצאל? אפשר טוט איר א טובה און ברענגט א לינק.

דעת תורה » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:38 pm

· #140622
קען זיין עס איז אפילו דא אויף קאווע שטיבל אויך, אז נישט זוך אין די איזראעלי פארומ'ס.

איבעית אימא, לייג אריין אין גוגל "מענה חכם להורדה". קוק וואס ער גיט דיר.

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:31 pm

· #140658
ר' טרופ, אין דעם שטיקל וואס דו האסט געקוואוט פון מיר איז דא צוויי לינקס צו ביידע חלקים פון דעם ספר.

טרופ תלמיד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:39 pm

· #140782
ונבנתה העיר
ר' טרופ, אין דעם שטיקל וואס דו האסט געקוואוט פון מיר איז דא צוויי לינקס צו ביידע חלקים פון דעם ספר.


יישר כח אייך,

די עיקר וואס איך דארף איז די ביאור אויפ'ן ספר ויואל משה, און צו קענען דאונלאודען דארף מען זיין א מעמבער ביי סקריבד. איך זוך לכתחלה איינס וואס איז פריי פון אפצאל, ווייל אז נישט קען איך אריינגיין צו אייכלערס און קויפן איינס פאר 18 טאללער.

דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:04 am

· #140821
עס קאסט נישט קיין געלט צו ווערן א מעמבער ביי סקריבד.

smartinof » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:08 pm

· #145459
ער האט לכאורה א שותפות מיט פינטערס פון בורו פארק, ער קוואליפצירט אים מיט שמות...

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:04 pm

· #145912
געזעהן אין געשעפט. זעהט עפעס אויס מחודש'דיג
ערשטע מאל אין היסטוריה, א ירחון אן א נאמען פון א עורך. (ער האט הסכמות אז ער איז "בן להגה"צ.... און חתן הגה"צ.... ונכד הרה"צ המפור'...")
ועוד, ס'איז א "ירחון" וואס אלע תורה'לעך זענען פון איין מענטש.

שפיצער פון סוטשעין, דער וואס מאכט fifty ספרים פון gray , עדווערטייזט דארט אלע זיינע קונטרסים.
מן הסתם וועט ער נעקסטע חודש האבן עדווערטייזט תהילים כולל און ספרי הגה"צ פרידמאן פון בערזאן..

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 2:39 pm

· #147402
יעצט געזעהן און די געשעפטן א נייעם קונטרס העיון במועדים דאס איז בעסיקלי א קונטרס מיט בויך סברות וואס עטליכע יונגעלייט וואס זוכן סיפוק האבן ארויסגעגעבן

סאו וואט » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 2:43 pm

· #147405
קאווע טרינקער
מן הסתם וועט ער נעקסטע חודש האבן עדווערטייזט ספרי הגה"צ פרידמאן פון בערזאן..


וואס איז שלעכט פון ספרי הגה"ץ פריעדמאן פון בערזאן? כ'האב גראדע ליב זיינע זאכען, ספרי שיח צדיקים?
איין קאמפלעין אז זיינע דזשאוקס זאלן זיין מער פעפעריג, אבער בדרך כלל, איז עס גאנץ גוט.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 12:57 pm

· #148238
דרך נשר - משה לאקס
באקומען א טעקסט פון מיין חבר אז ער האט געזעהן א ספר מיטן נאמען "דרך נשר", עפעס אויף רמב"ם, און דער מחבר פון דעם ספר איז משה לאקס.

כ'האב נאך נישט געזעהן דעם ספר, און גוגל האט מיר נישט געהאלפן איר טרעפן, אבער דער מחבר איז יא באקאנט פאר מיר.

משה לאקס איז א זוהן פון ר' חיים לאקס ע"ה, פון וומ"ס. באקאנטע בעל חסד ורודף שלום.
דא האט איר זיין בלאג ער איז א שותף אין ביזנעס מיט איוואן'קע טראמפ (זהירות! שקר החן והבל...) א טאכטער פון דעם באקאנטען נגיד דאנעלד.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:08 pm

· #150785
LEADING WITH LOVE
ארטסקרול האט ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען LEADING WITH LOVE
תוכו רצוף... פארשטייט זיך "אהבה".

דער בוך באשטייט פון עובדות והנהגות מענין חינוך ועוד פון דער היינטיגען "מרן", הרב שטיינמאן, זאל דערלעבן משיח'ן.
דא זעהט איר א קליפ, וואו מ'ווייזט דעם ראש ישיבה דעם בוך, און דער ראש ישיבה פרעגט ווער ס'דער מענטש אויף דעם דעקל.

ס'כדאי צו כאפן א בליק, וואו ער זיצט אויף זיין בעט, און די בענקל (פאר זיין רוקן) איז ארומגעוויקעלט מיט אן האנטוך, ס'זאל נישט זיין אזוי הארט.

מאראנצןזאפט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:54 pm

· #151778
"לאורו" נסע ונלך
לעצטנס איז ארויסגעקומען א נייעם ביכל מיט'ן נאמען "לאורו" - דאס לעבן און שאפן פון חזון איש אויף לשון קודש.
א שיינע ארבעט פאר יונגע קינדער, געבויעט בעיקר אויף די 5 בענדער פון פאר הדור, מיט פארשידנארטיגע הוספות.

צוויי הערות:
1. ווען ער באשרייבן דאס לעבן פון חזו"א אין דער שטאט כוויידאן אלס יונגערמאן, גיט ער א רוק אריין די סומאטוכע וואס דער חזון איש האט אנגעווערטשאפט אינעם ירחון "הפלס", אינטערן פעננאמען אי"ש מקוסובה, בענין קביעת זמן המעודים, און ברענגט ארויס אז שוין אין א יונגען עלטער פון 22 יאר האט דער חזון איש געשריבן בנוגע ענינים מסובכים, ונתקבלה דעתו בעולם התורה וכו'.
דאס איז גרייזיג, ווייל ווי רפאל הלפרין שטעלט קלאר אין "במחיצת חזון איש" האט דער חזו"א חתונה געהאט אין יאר תרס"ו, אין עלטער פון 27 יאר. אזוי קומט אויך אויס לויט דער דאטום פון א בריוו אין קוב"א ח"ג.
קומט אויס אז ווען דער חזו"א האט געשריבן פאר'ן הפלס אין עלטער פון 22 יאר איז ער געווען אן אלטער איינזאמער ליטווישער בחור, אן אומגעזונטער, וואס לערנט אפילו נישט אין א ישיבה, און לאזט זיך הערן אין א טיפער אומבאקאנטער נושא, - זייער א שיינע נקודה, אבער מיט די יארן אין כוויידאן נאך דער חתונה האט עס נישט קיין שייכות.

2. ער פארציילט עפעס א מעשה פון א חסידישן עלטערן איד וואס איז געקומען צום חזו"א מיט א קוויטל פארציילנדיג פאר'ן חזון איש אז ווען הגה"ק דער ישמח משה פון אלכסנדר איז אוועק האט מען געוואלט אויפנעמען הגאון רבי יהושע מקוטנא פאר רבי הגם ער איז נישט געווען מעדת חסידים.
זאל ער מיר אנטשולדיגן, אבער דער ישמח משה האט געוואוינט אין אוהעל, און מן הסתם מיינט ער דעם ישמח ישראל פון אלכסנדר. אזוי זעט אויס ווען א ליטוואק פארציילט א חסידישע מעשה.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:32 pm

· #166121
שו"ת שבט הלוי חלק י"א
זכה הרב וואזנער, און אין זיין הויכען עלטער, זעהט ער זיין 11'טע חלק אין די שו"ת סעריע "שבט הלוי".

סלינקי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:55 pm

· #175109
יידיש - השפה הקדושה
א ספר מיט מקורות פאר יידישע שפריכווערטער
זעה דא


מאראנצןזאפט » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:02 pm

· #179091
איך האב דעם נייעם קובץ נאכנישט געזען אבער ווי איך פארשטיי רעדט מען דא פון א קובץ וואו דאס מערסטנסטייל ווערט צוזאמגעשטעלט פון מאמרים וואס מחנכים שיקן אריין, האסט א שיינער מאמר איבער קדושה, שיק אריין!
אלס מחנך וואלט איך אבער נישט אויסגעוועלט צו רעדן בכתב איבער קדושה אין א קובץ, ווייל דאס איז געווידמעט צו אלע סארטן בחורים און אלע סארטן מצבים, און עס האט נישט קיין זין צו רעדן צו א דרייצן יעריגער בחור א שפראך וואס ער הייבט נישט אן צו פארשטיין און וועט אים בלויז עפענען די אויגן. כ'געדענק ווען ר' זלמן לייב פילאפ איז געקומען רעדן צו אונז אין ישיבה איבער [...] און איך האב אים אנגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס ער וויל.
לויט ווי איך פארשטיי רעדט רבי יצחק אלעזר פון א פשוט'ער נושא אז בחורים זאלן נישט אדרעסירן צווישן זיך ענינים שהצניעות יפה להם והכל יודעים כו', און ער ניצט אן איינגעהאלטענעם שפראך מטעמים הנ"ל. איך גלייב נישט אז ער מיינט ממש צו זאגן בשם אחד מצדיקי הדור אז א בחור טאר נישט פארציילן אז מ'האט מיך אנגעטראגן צו ווערן אן איידעם ביים מגיד שיעור.

קאווע טרינקער » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:12 pm

· #179093
@סלינקי, דאס איז נישט קיין נייע ספר.
איך האב דאס שוין געזעהן אין ספרים געשפעט פאר 7 יאר צוריק, לכה"פ.

פישלע העררינג » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:52 pm

· #179099
לכאורה.

פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:16 pm

· #182678
מה בין אנציקלופדיה למיקרופדיה?

יאיר » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:45 pm

· #188232
עס איז ארויסגעקומען שו"ת תורה לשמה פריש איבערגעזעצט און איבערגעארבעט מיט הערות. אנהויב איז דא גאר א שיינע הקדמה אויפצואווייזן מיט ראיות ברורות ומוכרחות אז טראץ דעם וואס דער בן איש חי האט דאס געדרוקט אונטער'ן נאמען יחזקאל כחלי איז דער מחבר נישט קיין אנדערער ווי ער אליין, להוציא מלבן פון די פאר פאר'עקשנ'טע ספרדים וואס קריגן זיך נאך דערמיט.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 3, 2014 10:35 pm

· #188301
הרב יצחק זלמן גיפס, געוועזענע ראש הכולל ספינקא, רב פון ברכת ???? וויען, איז ארויס מיט א ספר "קערות כסף" אויף יו"ד חלק א.

סאו וואט » מאנטאג מערץ 3, 2014 11:25 pm

· #188305
ברכת אברהם.
מח"ס מלבושי כבוד. שמו נאה לו ושמו יאה לו.

גנדי » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:07 am

· #188323
איך וויל ארויס געבן אזא ספר.

חמוקי ירכיך

ביאור מקיף בהלכות
שוק באשה ערוה

תוכן העניינים.
סימן א. דין קריעת שמע נגד שוק האשה
סימן ב. דין לבישת גרביים לאשה נשואה.
סימן ג. לבישת גרביים לקטנות בפרי 1 A
סימן ד. דיני צבע הגרביים.
סימן ה. דיני עובי הגרביים.
סימן ו. דיני סימס על גבי הגרביים.
סימן ז. בירור מקור צבע חום לגרביים יסודתו בהררי קודש.
סימן ח. דיני גרביים הנקראים גרביים דקל.
סימן ט. דיני גערטל. ומחזיקי הגרביים.
סימן י. דיני גרביים ספורט לבניים על גבי גרביים כשרים.
סימן יא. דיני מגפיים לחורף שגם הם צריכים סימס.
סימן יב. דיני גרביים לאלו הסובלים מוורידים בולטות.
סימן יג. איסור לבישת גרביים של רשת דגים.
סימן יד. דיני לבישת גרביים בשעת שינה לפי שיטת כת הלברנץ.
סימן טו. איסור לבישת גרביים של אשה על כף של איש אפילו לצורך הוראה.
סימן טז. דיני לבישת גרביים על הפנים לשודדי בנקים.
סימן יז. איסור השתמשות במצביעי צפרניים אפילו לצורך סתימת נקב בגרביים.
סימן חי. איסור לבישת גרביים בלי כף הרגל הנקרא לעגינגס.

נספח. דרוש בסמיכת המדרש. יש לך נקב בגרביים. הה״ד בורא פרי העץ.
נספח. דרוש בענין השם דקל לגרביים. רמז להוראת כף היד. הנקרא בלע״ז פאל״ם.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:38 am

· #188338
חמוקי ירכיך כמו פלאים מעשה ידי גנדי!
אפשר גיבסטו א נאמען "כולם לדבר אחד נתכוונו"?

איש עברי » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:49 am

· #188339
עסט לאכן ס'איז דא א ספר שוקיו עמודי שש, וואס רעדט בערך איבער די נושאים

פארוואס? » מאנטאג מערץ 17, 2014 8:28 pm

· #190984
איך וואלט געזאגט אזוי ווי - להבדיל 10^10 הבדלות - דער חילוק צווישן א dictionary און Wikipedia.

יידל » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:35 pm

· #192286
נישט געזען אין ערגעץ, ריכטיג. וואו קען מען דאס באקומען אין די היימישע געגנטער פון ניו יארק?

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:05 pm

· #192309
דא.

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 5:48 pm

· #193134
ס'ליגט ביים טיר.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 9:51 pm

· #193175
אויפ'ן אנגלא אידישן מארק איז נארוואס ערשינען דעם נייעם ספר the path to the tree of life, א חיבור אויף ליקוטי אמרים, באזירט אויף די באקאנטע תניא שיעורים פון רבי מאטל זילבער וואס זענען יארן לאנג פארגעלערנט געווארן פאר בחורים.

דער פארפאסער און ארויסגעבער איז הרב זאב רייכמאן
📎 zreichman_lp[1].jpg
א מאדערן ארטאדאקסישער רב פון איסטהילל שול אין ענגלוואד ניו זשערסי, און א דירעקטאר אין ישיבה יוניווערסיטי; א געוועזענער תלמיד אין חסידות פון הרב משה וואלפסאן, און כהיום פון זיין איידעם רבי מאטל. דער ספר קומט באקרוינט מיט ווארעמע הסכמות פון רבי מאטל זעלבסט און פון זיין שווער הרב וואלפסאן.

צוליב וואס דער מחבר איז א פרעמדער און געהערט צו מזרח'ישע קרייזן, האט ער בחפץ לבו איבערגעגעבן דעם ספר פאר א שטאב מגיהים פון מכון תולדות יהודה וואס זענען באהאוונט אין דער ענגלישער שפראך, אריינגערעכנט הרב משה זילבער, אן עלטערער ברודער פון רבי מאטל, זיי זאלן רעדאגירן סיי וועלכע ציטאט אדער רעפרענץ צו ציונות, עס זאל שטימען מיט די אנשויאונגען פון ק"ק סטוטשין.
מיט דעם אלעם טרעפט מען אין די ערשטע בלעטער פונעם ספר ווי עס פארפיגט פראמינענט א הנצחה פאר צבא הגנה לישראל וואס איז בטעות אדורכגעלאזט געווארן, און ווערט שטארק באדויערט דורך ק"ק סטוטשין, וואס זענען מער קנאיש געשטימט, און אפילו אפיליאירט סאטמאר.


א בילד פון דעם מחבר פורים אין סטוטשין.
📎 000222.jpg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:00 pm

· #193176
איך האב אים טאקע געזעהן קאכן אין סטוטשין פורים, א איידלקייט פון א מענטש, און א שיינער ת"ח און ידען.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:19 pm

· #193180
א חסידישע שמועס אויף פסח פאר א YU קלאס, דורך הרב רייכמאן.
<a class="postlink" href="http://www.yutorah.org/lectures/lecture.cfm/743877/Rabbi_Zev_Reichman/Passover">http://www.yutorah.org/lectures/lecture ... n/Passover</a>

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:51 am

· #193202
דאס אז ער האט איינגעזעהן אין סוטשינע חסידות איז זיין שטארקע זייט. ווידער, דאס אז ער געהערט צום מזרחי איז זיין שוואכע זייט.
או אינו, אפשר פארקערט?

מאראנצןזאפט » מאנטאג מערץ 31, 2014 5:40 pm

· #193839
ניין.
עס איז מיר א פלא, ווייל כאטש רבי מאטל'ס שיעורים אויף תניא זענען אוצרות אדירים אויף מושגי חסידות און זענען בשעתו געווען גאר פאפולער ביי בחורי חמד מבקשי ה', האט מען נאך גארנישט געטון דערמיט לעת עתה, און עס איז יעצט פרעזענטירט דורך א פרעמדן, בלויז פאר אן ענגלישן רעדנדער קליענטעל.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מערץ 31, 2014 5:52 pm

· #193841
יא, ער איז אן איידעם פון הרב בעק.
ער איז אויך דער פארפאסער פון תורת אמת, א ספר איבער דעם חומר הענין פון לערנען חידושי תורה פון אומאויסגעהאלטענע מחברים און אפילו פון דרוקן וואס פאררופן זיך אויף פערזענליכקייטן מיט דעות נפסדות.
דער ספר קומט באקרוינט מיט א שיינעם צאל הסכמות, צווישן אנדערע פונעם מהרנ"ץ מבאבוב, וועלכער האט ווי באקאנט געהאט קנאישע אנשויאונגען פון זיינע יארן אין סלאנים.
דער מחבר איז אן אינטערעסאנטער פערזענליכקייט, ער איז א קענער; ער דינט אלס נאכט וועכטער אין א ישיבה אין מאנסי, און לערנט א גאנצע נאכט נ"ך מיט מלבי"ם וכו'.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7