☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים חדשים

ספרים חדשים

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #106
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 12:42 pm

· #101981
קאווע טרינקער
אין דער בלאט, אינעם אוצר החכמה AD איז דאס בראשי תיבות "מה"ק")

דאס איז דער עד פון אוצר החכמה, אזוי ערשיינט עס אין אלע צייטונגען.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 1:48 pm

· #102017
שקר.
אין המודיע שטייט דאס מפורש.

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 2:04 pm

· #102030
אה סארי. אבער איך זעה עס אין ''די צייטונג'' אויך אזוי. מסתם איז עס אזוי אין אלע ''אידישע'' שפראך צייטונגען

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:00 pm

· #103353

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:37 pm

· #103386
יידל, מיר ווארטן אויף א וועזעציע, ראציע, ראצווע, כ'דענק שוין נישט פונקטליך.

וואלפה » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:08 pm

· #103405
ווי אזוי קען ספירה אויסקומען אין עשי"ת
ווי אזוי קען ספירה אויסקומען אום עשרת ימי תשובה?
איינער טויב פון וויזניץ האט ארויסגעגבן א סידור "אמרי אבות".
זאגענדיג אזוי ספירה אין דעם זעה איך אז ביי קדיש יתום נאך ספירה שטייט לעילא מן כל... -און איינגערינגעלט " ובעשי"ת אומרים: לעילא ולעילא"...

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:46 pm

· #103426
[ציטאט אראפגענומען]


כמה נקודות משם:
- דברי כפירה ברמב"ן. (וידוע פרשת פירוש התורה לר' יהודה החסיד שלדעת ר' משה תלמיד טועה כתבו, וכעת נראה שגם ברמב"ן שהיה מקובל ומצוי בבכל הדורות מצא ר' משה דברי כפירה לפי דעתו.
ללמדך, שלא כל מי שבקי בהוויות דאביי ברבא בקי בכלל בסוגיות האמונה ויסודות התורה לפי דעת הראשונים.





וכאן, כדי לאזן, כותב שלא הכל אפיקורסות:


אבל גם בפירוש הרשב"ם מצא "טעות גמור, אע"פ שאולי אינו אפיקורסות". למותר לציין שאין כל קשר בין הכותרת לפנים, שהרי גם הרשב"ם אינו פירוש חדש שנמצא מכת"י.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:10 pm

· #103438
דארטן דא נאךכעין זה לגבי א שטיקל ספורנו, און אויך לגבי מעשי-רב (הנהגות הגר"א). אינטערעסטינג.
מיר זעהן זיין דרך איז געווען - ווען ער האט עפעס נישט פארשטאנען אדער נישט מסכים געווען האט ער דאס תולה געווען *כנראה, באמת ובלבב שלם* אין א תלמיד טועה.

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:13 pm

· #103440
היימישער ליטוואק
דארטן דא נאךכעין זה לגבי א שטיקל ספורנו, און אויך לגבי מעשי-רב (הנהגות הגר"א). אינטערעסטינג.
.

נא לציין מספר עמוד אם אפשר ואצלמנו לטובת הציבור.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:26 pm

· #103455
כד, תקז

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:43 pm

· #103467


קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:45 am

· #103810
Artscroll
האט א טעות געמאכט מיטן נייע בוך '' שלומי'', ביוגרפיה פונעם עושר שלמה גראסס. דאס בוך גייט אריין אין סעריע פון ביכער: ר' משה, רב אלישיב וכו'

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:28 pm

· #103988
עמ' תקכב- תקכג

תקז

תקצ

תקצא

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 11:44 am

· #104496
איך זיך א לינק צום מאמר פון חיים סאלוויציק אויפן פרופ' פישמאן'ס בוך.
ביטע.
כ'הער זי האט א בלאג אויף צוריק.
ייש"כ למפרע

הציץ ונפגע » זונטאג אפריל 14, 2013 11:50 am

· #104501
<a class="postlink" href="http://www.jewishreviewofbooks.com/about_us/login.asp?url=http%3A%2F%2Fwww%2Ejewishreviewofbooks%2Ecom%2Fpublications%2Fdetail%2Fthe-people-of-the-book-since-when">http://www.jewishreviewofbooks.com/abou ... since-when</a>

הציץ ונפגע » זונטאג אפריל 14, 2013 11:52 am

· #104502
<a class="postlink" href="http://www.algemeiner.com/2012/12/14/haym-soloveitchik-demolishes-talya-fishmans-thesis/">http://www.algemeiner.com/2012/12/14/ha ... ns-thesis/</a>

גימפל » זונטאג אפריל 14, 2013 12:34 pm

· #104509
קאווע טרינקער
איך זיך א לינק צום מאמר פון חיים סאלוויציק אויפן פרופ' פישמאן'ס בוך.
ביטע.
כ'הער זי האט א בלאג אויף צוריק.
ייש"כ למפרע


וועט הרב פראנקפורטר (מי סמכו להרב?) פון די עמי אויך ציצייכנען פרופ' פישמאן'ס תשובה, אדער דאס שוין נישט?

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 12:40 pm

· #104512
לא די ער האט זיך דערמאנט היבש שפעיט, איז ער גוטע משוגענער. לעצטע וואך האקט ער אויף YU, און די וואך נעמט ער זיך אן.
מעיק אפ יור מיינד (איף יו העוו וואן).

גימפל » זונטאג אפריל 14, 2013 12:54 pm

· #104517
מיך שטערט נישט אזוי ווייט אז ער שרייבט הוידעל בוידעל, ווי ווייט זיך דערקלערען אלס 'ראביי'. ווילסט שרייבען שטיות פיין, אבער פארוף דיך נישט א ראביי.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 1:29 pm

· #104529
פאר אזא תלמיד מובהק פון ר' דוד מבריסק, עד כדי כך אז זיין ראש ישיבה האט אים ממש געלאזט רופן ער זאל עולה זיין קיין ישראל צו איבערגעבן דורך אים זיין מיינונג איבער די גזירה פון קיצוץ תמיכה לבני הישיבות, פאסט זיך די טיטול ראביי.

יונה כהן » זונטאג אפריל 14, 2013 5:58 pm

· #104668
לכאורה פאר מיינע אומגעלערנטע אויגען טוט ר' חיים איר מאכען צו שפאט און מיט זיין שארפער פעדער מאכט ער פון איר לעג וקלס

דא זענען די לינקס
<a class="postlink" href="http://www.jewishreviewofbooks.com/about_us/login.asp?url=http%3A%2F%2Fwww%2Ejewishreviewofbooks%2Ecom%2Fpublications%2Fdetail%2Fthe%2Dpeople%2Dof%2Dthe%2Dbook%2Dsince%2Dwhen">http://www.jewishreviewofbooks.com/abou ... nce%2Dwhen</a>
דא איז איר ענטפער
אין דא איז ר' חיים'ס מענה למענתה

נ.ב. איך האב אמאל געליינט א ריזיקע מאמר פון ר' חיים איבער דאס אריינדרינגען אין דעם חרדי'שען ציבור דער ענין פון חומרות שלא שערום אבותינו אין אויך דאס צונישט מאכען פון מנהגים וואס מיר אלע האבען מקבל געווען פון אונזערע עלטערן. און איך בין ממש ארויס פון התפעלות איבער זיין געוואלדיגען גאונות אין געלערנטקייט ער איז א גיבור במלחמתה של תורה בבחינת שור נגח ברברבותא.

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 9:17 pm

· #112430
מסכת של תפילה
"מסכת של תפילה".

יידל » מאנטאג מאי 6, 2013 9:27 pm

· #112437
יונה כהן
איך האב אמאל געליינט א ריזיקע מאמר פון ר' חיים איבער דאס אריינדרינגען אין דעם חרדי'שען ציבור דער ענין פון חומרות שלא שערום אבותינו אין אויך דאס צונישט מאכען פון מנהגים וואס מיר אלע האבען מקבל געווען פון אונזערע עלטערן. און איך בין ממש ארויס פון התפעלות איבער זיין געוואלדיגען גאונות אין געלערנטקייט ער איז א גיבור במלחמתה של תורה בבחינת שור נגח ברברבותא.

יישר כוח ר' יונה פאר די לינקס.

איבער ר' חיים'ס מאמר האט מען גערעדט אביסל דא אין שטיבל <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/77960">viewtopic.php?p=77960#p77960</a><!-- l -->, און דארט איז געווען א לינק צום מאמר.

יידל » מאנטאג מאי 6, 2013 9:29 pm

· #112439
א נייער ספר "אשריכם ישראל" אויף הל' נדה פון הרב יוסף יפה. עס איז א שיינער חיבור/ליקוט אבער כ'זע בכלל נישט מה בא לחדש, סך הכל נאך א פיינער ליקוט אויף אן ענין און וועלכע ס'דא א גרעסערע מאס ספרי ליקוטי הל' נדה פוןן אייגענטליכע הלכות נדה.

smartinof » דינסטאג מאי 7, 2013 6:58 pm

· #112826
יידל
א נייער ספר "אשריכם ישראל" אויף הל' נדה פון הרב יוסף יפה. עס איז א שיינער חיבור/ליקוט אבער כ'זע בכלל נישט מה בא לחדש, סך הכל נאך א פיינער ליקוט אויף אן ענין און וועלכע ס'דא א גרעסערע מאס ספרי ליקוטי הל' נדה פוןן אייגענטליכע הלכות נדה.

דער זעלבער פון אשרי יולדתו?? [וואס דער אשרי יולדתו ליגט שוין און מיין שמות באקס א לאנגע צייט, שטעלט צו זאם ענינים מיט הלכות וכו'

יידל » דינסטאג מאי 7, 2013 7:40 pm

· #112836
יא, דער זעלבער.

smartinof » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:48 pm

· #113575
נייע ספר קונטרס המוקצה,ביאור אויפ'ן קונטרס המוקצה פון מרן הגדול החזון איש, [און הל' שבת האט דער חזון איש א באזונדערע סימן מיט'ן נאמען קונטרס המוקצה] זייער גוט מברר די שיטות פון חזון איש, ווי באקאנט איז דא אסאך חידושים און מוקצה פונ'ם חזון איש, און דער מחבר מערקט אן אסאך חידושים אויף יסודות און מוקצה וואס עס איז ננישט באקאנט
📎 muksa1.pdf

smartinof » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:55 pm

· #113580
א נייע סייענס בוך פון פרופ' משה טרופ, מכריח צו זיין אז דער דארווין תיאוריה שטימט נישט מיט סייענס, גייט דורך די גאנצע נושא זייער קלאר, ער שרייבט אז די סיבה פון דער ארויסקום פון דער בוך, איז נאך דעם וואס און תשמ"ג איז געווען דער ערשטער כנס מדעי און ישראל און דער נושא איז געווען "מוצא החיים והתפתחותם", וואס די משתתפים זענען געווען פון די גרעסטע סייענטיסט'ן פון איבער די וועלט, [אז איינער קען מיך טרעפן עפעס מער פון דעם כינוס וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין] און ווען אפאר יחידים האבן מעורר געווען ספיקות און אמונת הדארווין האבן זיי געכאפט און קאפ, וואס פארא כופרים רח"ל זיי לייקענען און די היילגע אמונה, און דעם מחבר האט מען דארט פערזענליך פארשעמט און באשריגען, און ער טענה'ט, אז עד היום דער וואס דערוואגט זיך צו רעדן קעגן דעם דארווין תיאוריה, ווי זיין שפראך, כאפן זיי פון אלע זייטן פון די חברה וואס פירען א "מלחמת קודש" פאר דעם דארווין תיאוריה, און ער מערקט אן אז אזא סארט התנהגות איז בכלל נישט א מדע'נישער התנהגות, און דער ספר איז כאילו א קורא תיגר אויף דער גאנצער אבולוציה תיאוריה, און אויך איז מסביר פארוואס די חברה ווערן אזוי ווילד ווען מען רירט אן די יסודות פון זייער הייליגער אמונה.
אינטרסנט איז אויך זיין הקדמה, וואס ער ברענגט דארט א אינטרעסאנטע מעשה פון קלויזענבורג'ר רב, חוה"מ סוכות תשכ"ח נאך די מלחמת ששת הימים איז דער שר הבטחון של אותו הדור, משה דיין, געקומען צום קלויזענבורגער רב, אינמיטן דעם שמועס איז אויסגעקומען פון קלויזענבורגר רב צו פרעגן דיין צו ער גלייבט און השגחה פרטית, און ווי פארשטענדליך האט אים דיין גענטפערט, ניין, און דער שמועס האט זיך ווייטער געצויגן און דיין האט געבעטן דעם קלויזנבוג'ר רב אז ער זאל בעטן ביי זיינע חסידים פון אמריקה און יורפ זאלן ארויפקומען קיין ישראל זיך באזעצען און די שטחים וואס די צה"ל האט איינגענומען און ער האט צוגעזאגט אז די מדינה וועט געבן גרויסע געלטער צו קענען בויען ת"ת ישיבות וכו', האט אים דער קלויזנבורגר גענטפערט, דריי מיר נישט קיין קאפ אז די מיינסט צו טון טובות פאר די אלע יידן, די מיינסט נאר דיינע אייגענע אינטערעסע, און די טובה פון די ממשלה, דהיינו, טראכט אריין, די סכום יידן וואס וואוינען יעצט און ישראל איז אפשר דריי מיליאן, לעומת זה זענען מיר ארומגענומען מיט איבער זיבעציג מיליאן שונאים, וואס ווילן אונז אויסהארגענן און אונז פארטרייבן פונם לאנד, אונז זעמער ממש גארנישט קעגן זיי, טאקע יעצט האבן מיר געהאט א שטיקל הצלחה, אבער וואס וועט זיין און אפאר יאר ארום, איך ווייס נישט צו און פופצן צוואנציג אדער פופציג יארו וועט נישט נאכאמאל אוסברעכן א מלחמה קעגן אונז, און נער דיך נישט אז די אראבער וועלן אלעמאל בלייבן אזוי פרימטיוו און צוריקגעבליבן ווי זיי זענען יעצט, די גאנצע וועלט ווערט מער פארגשריטן סיי און וויסענשאפט און סיי און טכנלוגיה, אפילו און די פרימאטיוע לענדער ווי אפריקה וכו', די אראבער אויך וועלן איין טאג ווערן פארגעשריטן, און בנוסף וואס זיי פאמפן אריין כח און געלט אלס נאר צו ארויסטרייבן די יידן פונ'ם לאנד, און די אראבער האבן נישט קיין פראבלעם מקריב צו זיין מיליאנען אראבער אלס נאר צו געווינען דעם קריג, און נישט אזוי ווי אונז וואס מען באוויינט יעדן נערישן סאלדאט, און די קומנדיגע מלחמה וועלן זיי נוצען פארגעשריטענערע כלי זין ווי ביי די פריערדיגע, בדרך הטבע זע איך נישט קיין סוף צו די קייט פון מלחמות און דער סוף וויל איך נישט זאגען... איך פארשטיי נישט וויאזוי די דערוואגסט זיך מיר צוזאגען אז איך זאל גיין בעטן ביי אמריקנ'ר אדער יורופעישע יידן אז זיי זאלען איבר לאזן זייער מקום מנוחה און קומען וואוינען און דעם מקום סכנה, אלס נאר כדי צו צופרידען שטעלן די מדינה און דיר געבן סיפוק מיט דיין אמט אלס שר הבטחון, איי וועסטו פרעגן נו אויב אזוי פארוואס וואוין איך דא, און פארוואס בוי איך אויף א קריה און נתניה, מעג איך דאס טון צו לייגען און א סכנה מיינע בני הקהלה, נאר איך שפיר זיך זיכער דווקא דא און ישראל, גאט וואס האט מיך געראטעוועט פון די לאגערן כדי איך זאל זיך קענען באזעצן אינם לאנד, פארלאז איך זיך אויף אים אז ער וועט מיך ווייטער ראטעווען, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט בהר ציון תהיה פליטה, הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל וכו', איך בין נישט באזארגט, אבער די וואס די גלייבסט נישט און השגחה פרטית ווי אזוי האסטו די חוצפה צו פארלאנגען צו קומען וואוינען אויף מקום סכנה במקום שאין לך על מי להשען
האט אים דיין גענטפערט, וואס הייסט נצח ישראל לא ישקר, אבער דער קלויזנבורגר האט נישט נאכגלאזט זאגענדיג, אז דער קוד וואז די זאגסט מיר יעצט האט נישט קיין שום פשט, ווער און וואס איז דער נצח ישראל די טאנקען די מיסילס, פון די אלע האבן די גוים אפשר אפילו מער ווי די "נצח ישראל", נאר דאס מיינט אז גאט זאגט צו אז דער יידישער פאלק וועט בלייבען לעולם, והא ראי' אז פון גרויסע פעלקער איז נישט געבליבען קיין זכר, און דער קליינער אומבהאלפענער פאלק יידן זענען אלעמאל געבליבן, און איך האב נישט קיין ספק אז די אליינס גלליבסט אויך און דעם אמת'ן נצח ישראל, והא ראי' אז ווען איך האב דיך געקארנערט האסטו מיר גענפערט דאס, נאר האסט עס מורא זאגן ווייל דאס וועט דיך מחייב זיין מיט שמירת התורה והמצוות וכו',
משה דיין איז שטיל געבליבן אפאר מינוט און ער האט זיך אנגערופן רבי, ס'קען זיין איר זענט גערעכט, און דער שמועס האט זיך גענדיגט, און דער קלויזנבורגר רב האט נאכדעם געזאגט, אז ס'איז מיר גענוג אז ער האט מיר גענטפערט אז ס'קען זיין איך בין גערעכט און ער האט מיר נישט גענפערט ווי ביים אנפאנג שמועס מיט אזא שארפן ניין, אזוי האט ער כאטש אביסל געטראכט פון אמונה בה',
דער פראפעסער וויל עפעס צאמשטעלן די מעשה מיט די סיבה פארן ארויסגעבן זיין בוך, כ'ווייס נאך נישט פונקטליך ווי אזוי, אבער די מעשה איז גאנץ אן אינטרעסאנטער.
ס'איז בדעתי צו ציטירען אפאר וויכטיגע שטיקלעך פון דעם בוך, מיט אפאר גוטע בילדערפון דארט האפענטליך בקרוב
📎 Doc2.pdf

smartinof » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:13 pm

· #113590
וויאזוי מאך איך אז מען זאל קענען זען די עטעטשמענט, און נישט אז מען זאל דארפן אריינגען אינ'ם פייל, [ס'איז אפשר שלא מן ענין האשכול, אבל ידוע הפתגם מהמשורר "עת לעשות...הפרו..."]

smartinof » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:20 pm

· #113595
די גאנצע פשעטל פונ'ם קלויזנבורגר רב, איז גאנץ ענדליך צו דעם סטעיטמעינט פון סטמר רב "עס וועט קומען א צייט אז קיין יוד וועט נישט קענען וואוינען אן אר"י", אבער ווי פארשטענדליך לאו מטעמו, און בנוסף דער קלויזנבורגר רב כשלעצמו האט געהאלטן אז מקען יא דארטן גיין וואוינען עי' בהנ"ל, און נאך א שוני איז צווישען דעם סטמערע אינ'ם קלויזנבורג'ר, דער סטמר רב האט געהאלטען אז דער אראבער איז א געלעמטער טערק [כמדומה דכך ביטא בהנשא תורה, תשפרו את לשוני אם שגיתי] משא"כ דער קלויזנבורג'ר עי' בהנ"ל, און די סטמערע פערדן זינגען נאך נאך דעם ניגון, און גרויסען זיך דער רעבע איז געווען חוץ געווען א קדוש א חכם מחוכם, במקום איינער וואס קוקט אביסעל און די וועלט זעט ממש להיפך פארקערט, אפשר זענן זיי אביסל נישט מסודר, אבער געלעמט, מאן דכר שמיה...

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:30 pm

· #113603
דער סאטמארער רב האט נישט געזאגט קיין רוח הקודש, ער האט דערציילט אז אזוי פלעגט מען זאגן אינדערהיים. און די כוונה איז געווען אז זיי זענען שוואך און צוריקגעשטאנען אין פארגלייך צו די מערב וועלט, נישט אז זיי קענען זיך נישט רירן.

smartinof » פרייטאג מאי 10, 2013 10:55 am

· #113799
דעת תורה
דער סאטמארער רב האט נישט געזאגט קיין רוח הקודש, ער האט דערציילט אז אזוי פלעגט מען זאגן אינדערהיים. און די כוונה איז געווען אז זיי זענען שוואך און צוריקגעשטאנען אין פארגלייך צו די מערב וועלט, נישט אז זיי קענען זיך נישט רירן.

זיי מיר ניש חושד אז כ'האב אנגענומען געלעמט כפשוטו, נאר אפילו וי די ביסט עס מסביר מיין איך אז היינט איז עס נישט אזוי,

אביגדור » פרייטאג מאי 10, 2013 11:14 am

· #113811
יא?

יידל » פרייטאג מאי 10, 2013 11:44 am

· #113832
smartinof
וויאזוי מאך איך אז מען זאל קענען זען די עטעטשמענט, און נישט אז מען זאל דארפן אריינגען אינ'ם פייל, [ס'איז אפשר שלא מן ענין האשכול, אבל ידוע הפתגם מהמשורר "עת לעשות...הפרו..."]

אז דו לאודסט עס ארויף אלץ בילד און נישט אלץ פידיעף.
📎 tropp.jpg

smartinof » פרייטאג מאי 10, 2013 11:46 am

· #113834
יודל'ה, תודה מהלב

מאיר » מאנטאג מאי 13, 2013 12:50 pm

· #114631
ספר פרי העץ - במדבר, להג"ר יהודה מודרן מסיגוט זצ"ל. אינטערסאנטע רעיונות ודרושים. אויך דא פילפולים אויף דבר הלכה.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 21, 2013 7:03 pm

· #116567
געווען אין די גוסטע צו קויפן א נייע ספר, אבער ביגעלאייזן איז פארשלאסען צוליב חסידות איינגעלעגנהייטן.

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 7:40 pm

· #116579
וועלכע ספר?

משה געציל » דינסטאג מאי 21, 2013 10:05 pm

· #116615
קאווע טרינקער
געווען אין די גוסטע צו קויפן א נייע ספר, אבער ביגעלאייזן איז פארשלאסען צוליב חסידות איינגעלעגנהייטן.

הפרו תורתיך משום עת לעשות, ווען גדי פאללאק קומט ארויס מיט זיין משניות אויף ברכות וועט ער לכאורה אריינלייגן א בילד פון א פארשפארטע ביגעלאייזן מיט פארענטשעס...

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 27, 2013 11:52 pm

· #118717
'מענה חכם', א ביאור פון ר' יואל כהן אויפ'ן ספר ויואל משה, אנצווייזן ווי מען האט עס פארדרייט אין סאטמאר, און א בריוו וואס ר' יואל האט געשריבן צו ר' מענדל וועכטער צו פארענטפערן זיינע קושיות אויף חב"ד קוקענדיג מיט סאטמאר'ע אויגן.

די גאנצע מעשה געפעלט מיר נישט, עס איז לכאורה געדרוקט געווארן קעגן דעם רצון פון איהר מחבר, ר' יואל האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן נאכדעם וואס ער האט עס אריינגעשיקט צום ליובאוויטש'ער רבי'ן ז"ל און קיינמאל צוריק-באקומען, דער דרוקער שטעלט זיך פאר נאר מיט אן אימעיל אדרעס, און סך הכל האט ער עס אראפ-גענומען פון דעם אינטערנעט אזוי ווי עס שטייט און גייט מיט אלע טעותי הדפוס, ארויפגעווארפן א פעקל מוגזם'דיגע טיטול'ן אויף ר' יואל, און לאזט עס פארקויפן פאר 18 דאלער אין אייכלערס.

דעת תורה » דינסטאג מאי 28, 2013 12:01 am

· #118720
וויאזוי האט דער קונטרס געמאכט איר וועג פונעם ליובאוויטשן רבי'נס פריוואטן צימער צו די אינטערנעט?

יאיר » דינסטאג מאי 28, 2013 12:08 am

· #118723
עס איז ארויסגעקומען א פרישע ספר דורך אסתר פרבשטיין מיט'ן נאמען בסתר המדרגה וואס באשרייבט די היסטאריע פון יהדות הונגריה ורבניה בנוגע די וועלט מלחמה. פרבשטיין האט זיך שוין ברימט געמאכט מיט איר פריערדיגער ספר 'בסתר רעם' אויף הלכה והגות בעניני מלחמחת העולם השניה, א גאר אינטערעסאנטע און תוכנ'דיגע היסטאריע בוך. יעצט האט זי זיך ווידעראמאל קאנצענטרירט אויף אן ענליכע ארבעט בלויז אויף יהדות הונגריה. נאכ'ן מעיין זיין אין דעם ספר איבער א שעה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אינטערעסאנט און היבש אביעקטיוו, כאטש אלס פרומע שרייבערין זוכט זי, ווי פארשטענדליך, צו זוכן פאזיטיווע חלקים לגבי די חרדים אין אונגארן. פונדעסטוועגן האב איך זיך נישט געקענט פועל'ן ארויסצונעמען פון טאש די קרוב צו $40 וואס עס האט געקאסט, איז עס געבליבן אויף די פאליצע ווארטן אויף א גואל.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 28, 2013 10:40 am

· #118796
יואל vs יואל

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 28, 2013 11:51 am

· #118817
קאווע טרינקער
יואל vs יואל

כ"ד מחבר ספר יואל (הבדוי)

קינות גירושין » דינסטאג מאי 28, 2013 1:17 pm

· #118845
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
יואל vs יואל

כ"ד מחבר ספר יואל (הבדוי)

אני הקטן יואלי מעיד על כל הנ״ל

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 4, 2013 9:11 pm

· #121480
געזען דעם ספר, ס'האט אויך א הקדמה פונעם מוציא לאור וואו ער באציעט זיך נישט מיט איבריג רעספעקט צום ראשקעבע.
צום סוף האט ער צוויי נספחים, א כתב יד פון רבי מרדכי מבילגורייא צום סקווירער רבי'ן ווי ער זאגט נאך לשון קדשו פון זיין ברודער אז די ממשלה אין א"י איז א ישועה פאר כלל ישראל, און צוויי בריוון פון גאב"ד קוממיות וואו ער ברענגט צווישן אנדערע א נימוק בשם החזו"א פארוואס מ'מעג יא זיך איינשווערן אלס חבר הכנסת געבויעט אויף א פסק פון רמ"א אז א מילתא דמשתמא לתרי אנפא הייסט נישט קיין דברי כפירה.
אין אנדערע נייעס ווערט איבערגעגעבן דורך נאמני ביתו פון הגאון בעל מענה לאגרות שליט"א אז דער ספר מענה למענה איז שוין אט אט גרייט לדפוס און וועט באקרוינט ווערן מיט ווארעמע הסכמות פון גדולי דורינו א שטייגער ווי גאב"ד טשאטה ושפיטיווקא ועוד און וועט פארטיילט ווערן ביים גרויסארטיגן דינער לטובת מוסגות חמלה ואמונה פאר די אלע וואס זענען זיך משתתף מיט א סכום פון 360$ און העכער.
בקיצור, דער ספר האט אויפגעוועקט אן אלט איינגעשלאפענע פולמוס, און איך גלויב ס'עט יעצט צוריק ווערן לעבעדיג מיט פינקען פייער און אפשר אפילו א חרם און א פולמסא דנורא.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 4, 2013 9:15 pm

· #121481
נאך א נקודה וואס ווערט דארט שטארק ערווענט איז אז ידי זרים שלטו בספה"ק ויואל משה א טענה וואס איז שוין כמה וכמה פעמין גענוצט געווארן מער אזוי מחמת דרך ארץ, א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל ווייל דער מחבר איז געווען געזונט און פריש לאנגע יארן דערנאך וואס דער ספר איז ארויסגעקומען, וויאויך איז דא צו באקומען די ערשטע דרוק ממילא איז די טענה אבסורד און פערדיש.

דעת תורה » דינסטאג יוני 4, 2013 9:17 pm

· #121482
עס איז שוין לאנג דא א מאמר צו מיישב זיין די השגות פונעם ספר מענה חכם, דוכט זיך פון די לבלרי (טייל רופן זיי מסלפים) גינת ורדים.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 4, 2013 9:20 pm

· #121485
איך האב גענומען דעם ספר הענט אריין, די ערשטע בלאט וואו די השגחה האט צוגעפירט איך זאל אויפמישען, האט זיך געליינט "וזה נגד הרמב"ם, ואיך יתכן שיחלק איש על הרמב"ם, וכבר כתב רבינו שליט"א (אגרת קודש נ"ו, ס"ט י, יא 7) שהרמב"ם הוא הפוסק...
אזעלכע טענה'רייען רעדט נישט צו מיר, והחזרתי המענה על מקומו.

זר זהב » מיטוואך יוני 5, 2013 2:22 am

· #121564
סיז ארויס א ספר ''אחישנו'' פון פמורנץ איבער חבלי משיח

א הערליכן דעקל. לויפטס און קויפטס
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7