☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים חדשים

ספרים חדשים

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #106
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

יין שרף » מאנטאג מערץ 31, 2014 6:22 pm

· #193845
פיין, וועל איך טוהן ווי
מאראנצןזאפט
ער איז אויך דער פארפאסער פון תורת אמת, א ספר איבער דעם חומר הענין פון לערנען חידושי תורה פון אומאויסגעהאלטענע מחברים און אפילו פון דרוקן וואס פאררופן זיך אויף פערזענליכקייטן מיט דעות נפסדות.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:36 pm

· #194717
א נייע ספר, "עין תחת עין", פון א חב"ד'סקע חסיד, ערשטער פרק איז ווען דער רמב"ם, און דער צווייטער פרק איז א תגובה אויף דוד אסף מחקר אין נאחז בסבך איבער דעם משה, דער זוהן פונעם בעל התניא. אסף ווייזט אויף אז משה האט זיך געשמד'ט, און דער טענה'ט להד"ם.
נישט געהאט קיין געלעגנהייט דורכצוטוהן, און קיין געלט צו קויפן.

ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 7, 2014 10:43 pm

· #195145
'ויאמר הנני', 639 זייטן איבער הגאון האדיר, עיניו למעלה ולבו למטה, מו"ר, ר' אברהם גנחובסקי זצ"ל.
📎 א.jpg 📎 ב.jpg

יאיר » דינסטאג אפריל 8, 2014 1:32 am

· #195162
זייענדיג אין ירושלים אויף א באזוך האב איך געהאט די געלעגנהייט צו הערן א שיעור פון ר' אברהם ז"ל. די צורה פון דעם מעיין המתגבר וואס אויף יעדן אדער זיינעם איז אויסגעקריצט ש"ס ופוסקים וועט מיר קיינמאל נישט ארויסגיין פון זכרון.

איש עברי » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:25 pm

· #195240
פון די מאדנע נאמען פון די ספר זעהט מען דעם שווערן פראבלעם אז מען לויפט אויס פון נעמען פאר די אלע הירוגראפיעס אויף די גדולי ישראל, מער ווייניגער זענען אלע גוטע נעמען שוין אקופירט, פאר הדור, רבן של ישראל, שר התורה, אוצר היראה, רבא דעמיה...
איך מיין אז צום סוף וועט מען מוזן נוצן די אפציע וואס מען טוט ביי אימעיל אדרעסן, און עס וועלן ארויס קומען ספרים ווי פאר הדור23 אדער מושיען של ישראל11..

הוגה » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:40 pm

· #195242
איש עברי

איך מיין אז צום סוף וועט מען מוזן נוצן די אפציע וואס מען טוט ביי אימעיל אדרעסן, און עס וועלן ארויס קומען ספרים ווי פאר הדור23 אדער מושיען של ישראל11..

"פאר_הדור69" אדער "ווילי_רבן_של_ישראל".

פארוואס? » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:43 pm

· #195243
[ציטאט אראפגענומען]

ער טוהט למשל ערקלערן פארוואס די צעהן מכות איז נישט קיין התגרות באומות ח"ו?

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 20, 2014 4:21 pm

· #196590
נייע ספר אוצר הזהב פון בורשטינע רבי אויף מסכת אבות.
מעשה'לעך, אלטע און נייע, ארויפגעלייגט אויף די משנה - בערך ווי אונזער באליבטע @פישל'ע העררינג האט געטראפן א רמז אין די הגדה צו אלע גוטע ארטיקלן פון קאווע שטיבל... (מעשה ברבי = ברסלב)
אויסער הנצחות און מפתחות איז איבערגעבליבען עטליכע עמודים פאר די מעשה'ס גופא.

ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 20, 2014 4:42 pm

· #196593
קאווע טרינקער
(מעשה ברבי = ברסלב)

באמת וואלט מען געדארפט א 'רבינו', 'רבי' איז שוין א שטיקל בדיעבד.

נאך גוט עס שטייט נישט אין די הגדה 'וירבו: פרינו ורבינו', עפעס אזא אק"סי-מר"ן...

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 23, 2014 12:10 am

· #196640
"מכירת חמץ על פי שיטת רבינו הזקן".

היסטאריקער » דאנערשטאג מאי 8, 2014 5:01 pm

· #199638
מאורות פארקויפט עס יא

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מאי 8, 2014 5:58 pm

· #199648
וואו איז "מאורות"?

ממרום שלח אש » פרייטאג מאי 9, 2014 1:17 am

· #199735
וויפיל קאסט עס? און איז טאקע דא עפעס חידושים וואס ווערן נישט דערמאנט ערגעץ אנדערש?
ר' יצחק לעבאוויטש זז"ג האט מיר אמאל פארשפראכן אז אלע אמונה ספקות וועלן ווערן פארענפערט אין זיין מחותן'ס ספר.

אפטעמיסט » מיטוואך מאי 14, 2014 6:42 pm

· #200523
א נייער ספר ערשינען: "גימטריאות באידיש".

אפטעמיסט » מיטוואך מאי 14, 2014 6:56 pm

· #200526
אויסער דעם וואס איך פארשטיי נישט צו וועם דער ספר צילט און ווער ס'איז אינטערעסירט אין גימטריאות פון אידיש'ע ווערטער און שורות (א שטייגער ווי "א שטריימעל") איז א פחד אריין צו קוקן אין דעם ספר'ל. ס'איז ממש נישט דא קיין איין ווארט גוט אויסגעלייגט, ("די האסט א לאנגער נאמען", "א גוט גבנטשט יאר").

יין שרף » מיטוואך מאי 14, 2014 7:11 pm

· #200529
אפטעמיסט
ס'איז ממש נישט דא קיין איין ווארט גוט אויסגעלייגט, ("די האסט א לאנגער נאמען", "א גוט גבנטשט יאר").

די גמטריאות האבן דאך געדאראפט שטימען...

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 14, 2014 7:20 pm

· #200533
א נייע ספר "במסילה נעלה", צוויי בענדער, לפי סדר פרשיות התורה
מחבר: הרב דוב בערל וויין

כוכב » מאנטאג יולי 7, 2014 11:53 am

· #210504
ראובן ס'איז ארויסגעקומען א פרישע אויפלאגע פון זכור לדוד לר' דוד פרענקל.
אפשר קענסטו דאס דעקן?

תמים » מאנטאג יולי 7, 2014 1:00 pm

· #210520
[ציטאט אראפגענומען]

איז עס בעסער אויפגעארבעט געווארן?? די ערשטע באנד איז גווען ממש א שאד די פאר דאלער, צאמגעהאקט אפאר אויסגעדראשענע
ענינים אהן קיין שום מהלך.
אגב האט איינער א אהנונג וואס טוט זיך מיט די הפעמון?? ווען עס קומט נאכאמאל ארויס? איך קען שוין קוים ווארטן עס שלעפט זיך יארן פון איין באנד צום צווייטן.

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 1:31 pm

· #210527
[ציטאט אראפגענומען]

בעיני ראיתי די הסכמה, איך בין געווען ביי אים און וואודרידזש, האב גערעדט מיט א לאנגע צייט איבער דעם ענין פון בתורתו פון מורינו רבי גדליה, האט ער מיר געוןוזיען די הסכמה, אבער עס געווען, צוויי דריי מאל אזוי לאנג ווי עס איז און ספר, כהאב געפסוקט דעם זוהן פארן צענזירען

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 1:32 pm

· #210528
[ציטאט אראפגענומען]

ניין הרב שווארץ האט קשר מיט יעדן ייד וואס פאארמאגט עפעס חכמה און זיך, ער האט בריוו פון הגר"י שילת, אויב איך געדעק ריכטיג פון אבינר אויך, און נאך אינטרעסאנטע, ואין הספרים תח"י כעת

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 1:35 pm

· #210529
[ציטאט אראפגענומען]

אבער איך האב געמיינט אז עס גייט עטוואס א בסערע ארבייט השקפה גערעדט, ער איז בעיקר פארנומען זיך צו שטעלן אויף דיוקים און לשונות, סאיז א בלשנות'דיגע ארבייט אבער נישט אוועקצומאכן, מי יתן לנו את תמרתו של האי גאון וחכם, חבל על דאבדין דלא משתכחין, די אנדערע ארבייט וואס ער האט געפלאנט ארויסצוגעבן וועט קיינער אויפ'ן כדור קענען ריפלעיסין

תמים » מאנטאג יולי 7, 2014 1:43 pm

· #210531
smartinof
[ציטאט אראפגענומען]

ניין הרב שווארץ האט קשר מיט יעדן ייד וואס פאארמאגט עפעס חכמה און זיך, ער האט בריוו פון הגר"י שילת, אויב איך געדעק ריכטיג פון אבינר אויך, און נאך אינטרעסאנטע, ואין הספרים תח"י כעת

זיי זענען דוכט זיך געווען פערזענליך זייער נאנט
אגב אפשר קענט איר מער מאריך זיין איבער דעים הרב שווארץ ער זעהט אויס צי זיין גאר א אינטערעסאנטער פיגור, מה טיבו, ווי געהערט ער, האלט ער עפעס א פאזיציע צי איז ער אזוי ווי הרב פאל בסוף ימיו בינו לבין קונו?

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 1:49 pm

· #210533
תמים
smartinof
[ציטאט אראפגענומען]

ניין הרב שווארץ האט קשר מיט יעדן ייד וואס פאארמאגט עפעס חכמה און זיך, ער האט בריוו פון הגר"י שילת, אויב איך געדעק ריכטיג פון אבינר אויך, און נאך אינטרעסאנטע, ואין הספרים תח"י כעת

זיי זענען דוכט זיך געווען פערזענליך זייער נאנט
אגב אפשר קענט איר מער מאריך זיין איבער דעים הרב שווארץ ער זעהט אויס צי זיין גאר א אינטערעסאנטער פיגור, מה טיבו, ווי געהערט ער, האלט ער עפעס א פאזיציע צי איז ער אזוי ווי הרב פאל בסוף ימיו בינו לבין קונו?

ווער רבי גדלי' מיט שווארץ? כוועל מבבר זיין
יא, הרב שווארץ פאדערט אן אשכול פאר זיך, אז כוועל האבען אן עקסטרע מינוט וועל איך עס מאכען
א פאזיציע? ער האט א בית מדרש און בארא פארק, ווער דאווענט דארט? כל צרי וזב, ער האט אבער אסאך אלטוועלטליכע אנהענגער, וואס רעדן זיך מיט אים דורך, אבער אזוי הרב פאל, במחילת כבודו פון הרב שווארץ, וועט ער קיינמאל נישט צוקומען, רב פאל'ס אהבת התורה איז אומבשרייבליך, הרב פאל איז געווען א שטיקעל אדם השלם

תמים » מאנטאג יולי 7, 2014 2:00 pm

· #210536
ניין איך האב געמיינט ר' אליעזר דוד מיט הרב שווארץ.

מיר קענען קוים ווארטן אויף דיין באשרייבונג אויף הרב שווארץ.
אבער מיר האט זיך געדאכט אז אויף הרב פאל איז שוין דא א אשכול האב איך מיך פארגעשטעלט אז די לייגסט אים דארט אביסל אראפ, אבער זוכענדיג יעצט זעה איך אז ער איז סך הכל געווען א קליין שמועס וועגן אים ווען ער איז אוועק , איז פארצייל אונז אביסל מער אויף דעים אדם גדול.
און זיינע ספרים איז זעהט מען לאו דוקא זיין גרויסקייט, עס איז זייער לעומק הפשט מיט א אמת אבער קיין גרויסע חידושים לענ"ד

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 2:12 pm

· #210539

עס איז דא אמאל וואס סאיז דא חידושים אויך, אבער יא, זיין עיקר חידוש איז געווען אז ווען ער האט מחליט געווען אויף א פשט א געוויסע זאך, איז געווען נאכן אויסחשבנון, אויף אלע וועגן, ער האט געקענט לערנען א רשב"א פיר פינעף שעה ברציפות, וכמדומה, איז ער טאקע געווען זייער פארקאכט און די רשב"א, איך מיין כהאב אמאל געהערט פון אים אז די רשב"א איז די טיפסטע אדער די שווערסטע ראשון כוועל דארפען איבער פרעגן, אבער עכ"פ זיין רבי רבי גדלי' זצ"ל, איז אויך געווען אזוי, און מערקוועדיג איז, אז מען זאגט אויף רבי גדליה, אז ער האט אמאל נאכן וואכען לערנען א געוויסע סוגיא, די תלמידים האבען געמיינט, אז מאיז שוין ענדליך פערטיג, האט ער זיך אנגערופען, יעצט וועלן מיר גיין זעהן וואס רבי חיים זאגט אויף די סוגיא, סהאט אים גענומען אן ערך פון צוואנציג פינעף און צוואנציג טעג, צו לערנען דעם רבי חיים, עס פאדערט זיך פארדעם עפעס א אומנאמאלער כוחות הנפש דאס צו קענען דערהייבען,פארשטייט זיך אז אלעס האט זיך אנגעהויבען, ביים חוזה אלוקי מרן החזון איש

תמים » מאנטאג יולי 7, 2014 2:26 pm

· #210545

יא, א חברותא זיינער האט מיר פארציילט ווי ער פלעגט זיך קענען מוטשענען שעות צי פארשטיין יעדע ווארט און גמרא, און ווען דער חברותא האט איינמאל פארגעלייגט א געוויסע פשט אין גמרא, האט אים רא"ד געזאגט אין גמרא קען זיין אז מען זאל אריינלערנען עפעס, און עס פעלט א ווארט צוויי און גמרא לויט אונזער הבנה און עס קען נאך זיין אמת, אבער מען זאל לערנען א פשט וואס לויט דעים שטייט א איבריגע אות אין גמרא קען נישט זיין אז מען האט גוט געלערנט ודו"ק.

תמים » מאנטאג יולי 7, 2014 3:46 pm

· #210577
[ציטאט אראפגענומען]

סאיז דא אויף סדר בראשית א חיבור אויף חומש על פי דרכו, עס האט א שיינע הסכמה פון הגה"צ הרב ראזענבלום ראש ישיבת שערי יושר שליט"א

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 11, 2014 9:02 am

· #211402
איך מיין דאס געהערט אין די "זאכן וואס מיר צושטארעמט פאר געלעכטער".
אויס-והדר וואס האט פוגע געווען אינעם כבוד פונעם משנה ברורה, און אנשטאט זי זאל זיין א ספר צו לערנען שנעל הלכות, האט זי איר פארוואנדעלט אין א ש"ס, און נישט סתם א ש"ס, נאר אזא מתיבתא ש"ס.... זענען זיי יעצט ארויסגעקומען מיט א "קיצור משנה ברורה"!!! ווי עפעס א בני ברק'ע מלקט האט בורר געווען אוכל מתוך אוכל און געמאכט א קיצור.

אפשר זאל א בני יואל ארויסגעקומען מיט א עיקול, אז היתכן מ'איז משנה די משנה ברורה וואס איז מקובל אין כלל ישראל שוין פון 2000 יאר

אויליגער » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:23 pm

· #212422
ספר קנה חכמה יצא לאור ע"י ר' אהרן נפתלי פאללמאן שליט"א לרגל זיין אייניקעלס חתונה

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:31 pm

· #212426
אויליגער
ספר קנה חכמה יצא לאור ע"י ר' אהרן נפתלי פאללמאן שליט"א לרגל זיין אייניקעלס חתונה

אויף?

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:00 pm

· #231365
[ציטאט אראפגענומען]

פון א שנעלע בליק אין געשעפט האט מיר אויסגעזעהן אז די ארויסגעבער זענען חסידי חב"ד, הגם עס איז נישט אפיציעל פון קה"ת.

אחד העם » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:32 pm

· #231446
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט שוין מרמז געווען און פריערדיגע ספר אז ער פלאנט אויף נאך מחקרים תנועת המוסר איז שוין אביסעל אויסגעדראשען איך ווארט אויף זיין מחקר אויף סאטמער, און קדושה בחצרות גור.

קאסטנער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:08 pm

· #231553
ונבנתה העיר
[ציטאט אראפגענומען]

פון א שנעלע בליק אין געשעפט האט מיר אויסגעזעהן אז די ארויסגעבער זענען חסידי חב"ד, הגם עס איז נישט אפיציעל פון קה"ת.

די מכון האט אין די לעצטרע יארן שוין איבערגעדריקט פילע ספרים בעיקר אין חסידית זיי שרייבן איך מיין אין די הקדמה איבער זייערע צוקופדיגע פלענער צווישן אנדערע נועם אלימלך

אגב איז דא וואס האסן ליב צי לערנען מיט די נקודות? איך נישט סאיז מיר אינטערסאנט ווער יא

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:18 pm

· #234252
סופה וסערה חלק ד'
"סופה וסערה" חלק ד'.

יונה כהן » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:13 am

· #239516
פישל'ע העררינג
"סופה וסערה" חלק ד'.

איך האב שוין כמעט א דורך געטוהן דעם ספר און וגם אנכי מצטרף לומר אז עס איז א מיינסטער ווערק.

הגם דא אין דארט האב איך קליינע הערות דאך איז ר' חנוך טוביאס אין א בחינה פון אין כדוגמתו.

זיין חכמה איז מער אז ער קען גיין צווישען די טראפּען און עכ"פ פאר מיר קומט פאר אז אפילו זיינע שתיקות ברענגען ארויס מחשבות ביים ליינער אז יש דברים וואס ער וויל זאגען אבער ער קען נישט מפני כבודם של האישים וגם די הוכחות זענען נישט קלאר, בלייבט עס ביי; ודי לחכימא מעיק אפּ יאר אָן מיינד יורסעלף .. איך באצי מיך דא צו דער מאשין מצה פולמוס. ווי ער לייגט אראפ ווי אזוי די שוואגערס רי"ש און רמ"ז האבען אין זייער יוגענט ארויס געגעבען "צוזאם" פול ספרים כ"מפרשי הים" ועוד.

אבער צווישען די שורות לייען איך א סובּ-טעקסט אז דער צירוף פון רמ"ז אלס שתוף אין די חיבור הספרים קומט אין א ספק, און אז אפשר גאר האט רי"ש נאר דעם שוואגער געוואלט צוליבּ טוהן, אז ער זאל אויך האבען דעם כבוד אלס מחבר. דער כותב זאגט עס נישט בפירוש; אבער איך מיין אז ער איז דאס מרמז. און צו דערלאנגען אזא "רמז", דיפלאמאטיש, מיט גענוג דעקונג עס צו לייקענען, אז א מיינסטערשאפט.

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:35 am

· #239519
איז דאס די עכטע-פסעוודאנים יונה כהן, אדער א פאלשע-פסעוודאנים יונה כהן?

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:23 am

· #239527
נישט געוועהן בנמצא.

יונה כהן » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:03 pm

· #239569
ישראל קאפקע
איז דאס די עכטע-פסעוודאנים יונה כהן, אדער א פאלשע-פסעוודאנים יונה כהן?

איר דערשרעקט מיך. קאווע שטיבּל קען מען האַקען? האט איינער גע'היידזעקט מיין ניק?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:18 pm

· #239572
ישראל קאפקע
איז דאס די עכטע-פסעוודאנים יונה כהן, אדער א פאלשע-פסעוודאנים יונה כהן?

דאס ווארט פסעוודא אליינס איז טייטש "פאלש"/נישט עכט.
צו זאגן "פאלשע פסעוודאנים" איז נישט אפעראטיוו, ווייל ס'איז א טאפלט-נעגאטיוו.
ווען דאס וואלט געווען א מאטעמאישע עקוועישן וואלט דער רעזולטאט געווען "פאזיטיוו". אזא אינטעלעקטואל ווי דו, וואלט שוין געדארפט צו וויסן אט די כללים...!

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 12:57 pm

· #239585
כ'האב געזען א נייע ספר ארויסגעקומען אויף עניני תשמיש המיטה [!] כ'געדענק נישט דער נאמען, מ'קען עס קויפען ביי מדריכים. (ש'כח, געב מיך כאטש א נאמען, וויאזוי דארף איך צו וויסען פון וואס די רעדסט.. ) ( אה''נ, באט כ'בין זיכער אז איינער העט יא געדענקען וביני לביני יצא דבר שלם)

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:37 pm

· #239591
יונה כהן
ישראל קאפקע
איז דאס די עכטע-פסעוודאנים יונה כהן, אדער א פאלשע-פסעוודאנים יונה כהן?

איר דערשרעקט מיך. קאווע שטיבּל קען מען האַקען? האט איינער גע'היידזעקט מיין ניק?

@יונה כהן
איך וויל וויסן אויב איר זענט לכתחילה הרב ר****ט, המכונה יונה כהן, דער וואס רעדט אויף קול מבשר.
אויב זענט איר טאקע ער, האב איך אייך צו פרעגן א גרויסע פראגע בנוגע צו די יסוד פון די געלט סופליי אין די פאראייניגטע שטאטן, (און אינאמתן אויך אין כמעט יעדן אנדערע עקאנאמיע).

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:08 pm

· #239594
לכאורה נישט אים. ער האט נאך דריי סטארס אין זיין נאמען...

כוכב » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:24 pm

· #239601
יא, סאיז ער, שוין כמה פעמים פעסטגעשטעלט דא.
קאפקע קענסט פרעגן.

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 2:58 pm

· #239936
אה, שכח.
און מ'קען רופען א האטליין וואו ער זאגט פרטים וואו עס צו קרוגען:011972-57-319-0094

ראשון לציון » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:14 pm

· #242178
נזר הקדש על מדרש רבה ע"י מכון זכרון אהרן
תמונה.JPG

מוזיקאנט » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:50 pm

· #251003
THE CHALLENGE OF JEWISH HISTORY - הרב אלכסנדר הול
א נייע ספר אויף ענגליש, משהו מיוחד.

📎 IMAG2134_1.jpg

The Challenge of Jewish History
The Bible, The Greeks, and The Missing 168 Years

הרב הול פערענטפערט גאר קריעיטיוו אויף א אייגנארטיגע שטייגער אלע דיסקרעפענסיעס צווישען דער גריכישע אנגענומענע דעה פון דער אסטראנאם און היסטאריען קלאדעיוס פטולעמי מיט די חז"ל.

אינאיינוועגס דעקט ער אויף די ריכטיגע אידענטיטי פון אחשוורוש, נישט עקסערעקסוס. ער'ס אויך מסביר וואס עקסערעקסוס מיינט - כעין פרעה אין מצרים.

רב בעלסקי שרייבט א לענגערע הסכמה.

גרינגע ליינבארע ענגליש.

דענקער » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 10:46 pm

· #251021
וואס זענען די פעלנדע 168 יאר פון וואס ער רעדט?

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:50 pm

· #251185
דענקער
וואס זענען די פעלנדע 168 יאר פון וואס ער רעדט?

השנים החסרות בכרונולוגיה המקראית והמסורתית הוא מונח המתייחס לפער של כ-165 שנים בין המסורת היהודית לבין המחקר ההיסטורי המודרני.
הספר סדר עולם רבה התקבל כחלק מהמסורת היהודית לכרונולוגיה של האנושות, ועליו מבוסס מניין השנים בלוח העברי. מקריאת הספר עולה בעיה כרונולוגית. לפי סדר עולם, בית המקדש השני עמד על תלו במשך 420 שנה. חורבן בית שני אירע בשנת 70 לסה"נ, ומכאן שהבית השני הוקם ב-350 לפסה"נ. כיוון שלפי המסורת, גלות בבל נמשכה 70 שנה, הרי שחורבן בית ראשון אירע בשנת 420 לפסה"נ. ואולם, לפי הכרונולוגיה המדעית, מלכות בבל, שלפי התנ"ך החריבה את בית המקדש, נעלמה מן העולם קרוב למאה ועשרים שנה קודם לכן (הכיבוש הפרסי היה בשנת 539 לפנה"ס). התיארוך המקובל בקרב היסטוריונים לחורבן הבית הראשון הוא 586 לפנה"ס. נוצר אפוא פער של כ-166 שנה בין הכרונולוגיות השונות[2]. הבעיה הוטלה לחיקה של האימפריה הפרסית, שלפי הכרונולוגיה המקובלת התקיימה למעלה ממאתים שנה (539 -331 לפנה"ס), ולפי סדר עולם - 52 שנה בלבד. המדרש מתארך את התקופה הפרסית באופן מינימליסטי, לפי מלכי פרס המוזכרים במקרא בלבד. כמו כן, בהתאם לברייתא המובאת בתלמוד בבלי, מסכת ראש השנה, דף ג', עמוד ב', מניח המדרש שכורש דריווש וארתחשסתא הם שלושה שמות של מלך אחד.
בספר דניאל (ט, כו-כז) המנבא את גזירות אנטיוכוס שהחלו בשנת 167 לפנה"ס, אומר שאחרי 441 שנה מנבואת ירמיהו על חורבן בית ראשון יושבתו הקרבנות בעת הגזירות[דרוש מקור].
לפי הפרשנות שנבואה זו נתקיימה בימי החשמונאים חשבון זה מתאים יותר עם תיארוך חורבן בית ראשון לשנת 586 לפנה"ס, 419 שנה לפני גזירות אנטיוכוס, ותיארוך התקופה הפרסית למעל 200 שנה. ואינו מתאים עם דעת סדר עולם רבה שהחורבן אירע בשנת 420 לפנה"ס, רק 253 שנה לפני גזירות אנטיוכוס.
רבי עזריה מן האדומים, בספרו מאור עיניים (1573), היה היהודי הראשון שטען כי התארוך לפי המסורת היהודית אינו מדויק מבחינה היסטורית לגבי השנים שלפני בית המקדש השני.
חיים חפץ כתב מאמר בו הוא טוען שהכרונולוגיה של חז"ל היא הנכונה ושהתיארוך המחקרי נובע מהסבר שגוי של המקורות הקדומים והממצאים הארכאולוגים. כמו כן, הרב יחיאל היילפרין בספרו סדר הדורות מסביר שהאימפריה הפרסית שלטה בכל העולם 52 שנה, והתארוך המקובל שמדבר על למעלה ממאתים שנה לאימפריה הפרסית - מתייחס למלכי פרס ששלטו בעיקר בפרס עצמה ולא בכל העולם[3].

פון דא

chusid » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:53 am

· #255100
ביאור בחירה חופשית
א נייע ספר איז ארויסגעקומען וואס דארף אנגעבליך מסביר זיין וויאזוי בחירה ארבעט, האט עס איינער געליינט?
📎 7127_1.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7