פרשת מענדעל וועכטער
132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1444
משכילר"א טייטעלבוים האט דער רבי שעשיקט ארבעטן אין דיימענדס, י
מען פארדרייט היינט היסטארי אומגלויבליך,י
איז וואס? הלואי זאלן די היינטיגע מגידי שיעור און מרביצי תורה (כ'וואלט ווען געשריבן העכערע פון די, נאר לאמיר עס לאזן אזוי) זאלן זיין אזעלעכע ירא שמים ווי דער דיימאנד שלייפער ר' אהרן זצ"ל.
דעס ברויך אן עקסטערע אשכול איבער סאטמאר רב'ס צוגאנג איבער כולל און איבער זיצן פארקוועטשט אין א בית המדרש'ל און לערנען.
צוריק צום ענין פון ר' מענדל
גאלד פונקט פארקערט, דער איינער לייטישער מענטש אין ליבאוויטש קומט פון א סאטמארע חינוך,
אוי איך בעט דיך גיוו מי עי ברעיק חב"ד איז פול מיט געלונגענע מענטשען, מוח מענשטען בעלי משפיעים, זייערע משפיעים קענען רעדן מלא טעם ארויס האבן אן ענין מיט א הערליכקייט און ברייט קייט, זינגען מיט התעוררות און געגועים.
זיי דארפן נישט אנקומען צו געוועזענע סאטמארע.
מילא משכיל רעדט שטותים פיין, אבער די וואס איז מיט דיר?
אלבערטדי ווייטאג מיט אים איז אז ער רעדט עיברית אבער אזוי צעהאקט ממש ווי א סאטמארער פופציג יעריגער וואס פרובירט צו טעקסטן... זיין אקצענט און צעבראכענע לשון קודש איז געפערליך.
דערמאנסט מיר א מעשה, איך בין אמאל געזעסן ביי זיינס א דרשה אין ארץ ישראל, דארט איז געווען חסיד'ישע יונגעלייט און איזרעיליס.
די יונגעלייט האבן געשריגן ער זאל רעדן יודיש, און די איזרעיליס האבן געשריגן ער זאל רעדן עברית.
רופט ער זיך אן, ס'מאכט נישט אויס איך וועל רעדן עברית. העברית שלי כולם מבינים!! 😂
אויס מענטש !י
איי טענק יא פאר די בעק הענדעד קאמפלימענט
משכיל זיין ניק שטימט זייער גוט, מזאגט נאך א ווארט מהאט אמאל געפרעגט איינעם וויאזוי רעדסטו אויף יענעם, ענטפערט ער, יענער? ער איז דאך א פערד!, אויס קודם מאכט מען אים אויס מענטש און נאכדעם קען מען האקן, וד"ל
האט איינער דא געליינט אמאהל דעם בוכל "הכנסת חתן" פון מאיר בראון?
אויס מענטשנעוואדע גייען זיי מיט הויזן, וואס האסטו געוואלט,זיי זאלן גיין הויזנלאז?
וואס האט דאס מיט חב"ד?
וויאזוי האט יענער געזאגט "איך האנדל מיט זאקן, וואס דען, יעדעס מאל איך האנדל זאל איך אויסטון די זאקן..."
שוטה טעכטר 😲
a1b2אויס מענטשנעוואדע גייען זיי מיט הויזן, וואס האסטו געוואלט,זיי זאלן גיין הויזנלאז?
וואס האט דאס מיט חב"ד?
וויאזוי האט יענער געזאגט "איך האנדל מיט זאקן, וואס דען, יעדעס מאל איך האנדל זאל איך אויסטון די זאקן..."
שוטה טעכטר 😲
אה ב"ה האסט מיר בארואיגט...
איך האב אבער א פראבלעם אז זיינע טעכטער גייען נישט מיט הויזן.
האב איך עס געשריבן בדרך זה והמשכיל מבין
איך האף נאר אז גלייבסט נישט טאקע אז זיינע טעכטער גייען מיט הויזן.
און אזוי אויך איז די רעבעצין פון חב"ד הרבנית חי' מושקא אויך נישט געגאנגען מיט הויזן.
איך האף ביסט נישט דיסעפוינטעט, און טאמער יא איי קענט העלפ יא.
.
איך האב גרעט צי איינער וואס האט עס גזעהן
אז ווילסט שטארק קען איך דיר טרייען צי שאפען א בילד
משכילהאט איינער דא געליינט אמאהל דעם בוכל "הכנסת חתן" פון מאיר בראון?
וואס שטייט דארט?
a1b2איך האב גרעט צי איינער וואס האט עס גזעהן
אז ווילסט שטארק קען איך דיר טרייען צי שאפען א בילד
צאנזעררב פלעגט זאגן {געדרוקט אין דרכי חיים} אז א חסיד זאגט אז ער האט געהערט איז לא הי' דברין מעולם אז ער האט געזעהן איז אפשר האט ער געהערט
יעצט שטעל דיך פאר די האסט געהערט פון איינעם וואס האט געזעהן .... 😛
אייעם סארי טא דיסעפוינט יא
איך בין זיין קרוב און איך קען אלע זיינע קינדער קיין טאכטער גייט נישט מיט קיין הויזן
סגארנישט נישט די ערשטע קאנספיראציע אויף א שאטמארע שונא וואס איז נישט אמת
ר' מענדעל וועכטער
ר' חיים לייב כ"ץ
ר' יצחק לעבאוויטש
לעמילמשכילהאט איינער דא געליינט אמאהל דעם בוכל "הכנסת חתן" פון מאיר בראון?
וואס שטייט דארט?
ער דערציילט ווי ער איז געקומען קיין ווילי אין די אלטע צייטן נאך געלט ווען ער איז געווען א חתן, איטס עי מאסט ריד
ער האט אויך געשריבען א בוך וואס הייסט "המקוה הלוהט" ווי ער לייגט אראפ ירושלים פאר 50 יאהר צוריק, זייער פאני
אויף אידיש? ווי קען מען עס באקומען?
לשון קודש, נישט עברית,
ער ברענגט דארט א קוואט פון ר' סענדער דייטש, וואס ער האט איהם געזאגט אויף זיך אז זיין אויפגאבע איז "להלעיט את העם בכמיות גדולות של זבל" עיי"ש
<a class="postlink" href="http://simania.co.il/bookdetails.php?item_id=32446">http://simania.co.il/bookdetails.php?item_id=32446</a>
עס איז דא אויף היברא בוקס?
ניין דאס איז נישט קיין ספר,י
פאר דעם בוך הכנסת חתן
<a class="postlink" href="http://www.robinson.co.il/BookDetails.aspx">http://www.robinson.co.il/BookDetails.aspx</a>
משכיל וואס מיינט די דריי נעמען
משכילר' מענדעל וועכטער
ר' חיים לייב כ"ץ
ר' יצחק לעבאוויטש
אה ב"ה האסט מיר בארואיגט...
איך האב אבער א פראבלעם אז זיינע טעכטער גייען נישט מיט הויזן.
האב איך עס געשריבן בדרך זה והמשכיל מבין
איך האף נאר אז גלייבסט נישט טאקע אז זיינע טעכטער גייען מיט הויזן.
און אזוי אויך איז די רעבעצין פון חב"ד הרבנית חי' מושקא אויך נישט געגאנגען מיט הויזן.
איך האף ביסט נישט דיסעפוינטעט, און טאמער יא איי קענט העלפ יא.
בד"וו
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער פראבלעם פון פרויען גיין מוט הויזן?
לא תלבש איז נאר ווען מ'וויל דורך דעם אריין קומען אין מענער שוהל
ועוד, ס'איז געווארן דער דרך העולם, ס'איז נארמאל.
ועוד, והוא העיקר, ס'איז דא באזונדערע הויזן פאר מענער און פאר פרויען
אויס מענטשמשכיל וואס מיינט די דריי נעמען
משכילר' מענדעל וועכטער
ר' חיים לייב כ"ץ
ר' יצחק לעבאוויטש
טרעף א צד השוה צווישען די 3 מען קען צו לייגען נאך נעמען
ר' יצחק לעבאוויטש האט סאטמאר נישט געפירט קיין מערכה מיט אים אויב עפעס האט ער געפירט מיט זיי,
מיט ר' חיים לייב און מענדל וועכטער יא
בד"וו
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער פראבלעם פון פרויען גיין מוט הויזן?
לא תלבש איז נאר ווען מ'וויל דורך דעם אריין קומען אין מענער שוהל
ועוד, ס'איז געווארן דער דרך העולם, ס'איז נארמאל.
ועוד, והוא העיקר, ס'איז דא באזונדערע הויזן פאר מענער און פאר פרויען
ביי א פרוי איז אסור צו זעהן אירע איברי הגוף וואס קען מעורר זיין מחשבות און הרהורים
פארדעם איז אויך נישט גוט אויסגעהאלטן צו גיין געפאסטע קליידער
איך האלט אז פרויען זאלן ענדערש גיין הויזן
די גאנצע אנגעטועכטס פון א אידישע פרוי היינטיגע צייטן איז מעורר מחשבות
שוין בעסער זיי זאלן אויסזעהן ווי מענער.
ר' מענדל וועכטער
שלום> איך קען א איד וואס דער קלוזענבורגער האט געשטעלט צי זיין שומר אויף ווער עס גייט קיין סאטמער , און ער איז אליינס געגאנגן צום סוף.
אויס מענטש
בד"וו
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער פראבלעם פון פרויען גיין מוט הויזן?
לא תלבש איז נאר ווען מ'וויל דורך דעם אריין קומען אין מענער שוהל
ועוד, ס'איז געווארן דער דרך העולם, ס'איז נארמאל.
ועוד, והוא העיקר, ס'איז דא באזונדערע הויזן פאר מענער און פאר פרויען
ביי א פרוי איז אסור צו זעהן אירע איברי הגוף וואס קען מעורר זיין מחשבות און הרהורים
פארדעם איז אויך נישט גוט אויסגעהאלטן צו גיין געפאסטע קליידער
נא, ווער רעדט פון שמאלע געפאסטע הויזן? וואס איז מיט ברייטע הויזן?
איך האב אמאל געזען א תשובה, געדענק נישט פון וועם, א היינטיגע, אז א פרוי וואס גייט מיט מיני סקורטס זאל ענדערש גיין מיט הויזן.
אויס מענטש
בד"וו
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער פראבלעם פון פרויען גיין מוט הויזן?
לא תלבש איז נאר ווען מ'וויל דורך דעם אריין קומען אין מענער שוהל
ועוד, ס'איז געווארן דער דרך העולם, ס'איז נארמאל.
ועוד, והוא העיקר, ס'איז דא באזונדערע הויזן פאר מענער און פאר פרויען
ביי א פרוי איז אסור צו זעהן אירע איברי הגוף וואס קען מעורר זיין מחשבות און הרהורים
פארדעם איז אויך נישט גוט אויסגעהאלטן צו גיין געפאסטע קליידער
זר זהבאיך האלט אז פרויען זאלן ענדערש גיין הויזן
די גאנצע אנגעטועכטס פון א אידישע פרוי היינטיגע צייטן איז מעורר מחשבות
שוין בעסער זיי זאלן אויסזעהן ווי מענער.
דא איז נישט דער פלאץ דערפאר.
אבער אז מען רעדט שוין, דער עיקר פראבלעם פון די הויזן איז ביים אויבערשטן חלק פון די פוס.
די אונטערשטע חלק איז דאך שטרימפ מער געפאסט ווי הויזן.
איך מיין אז הויזן גייט אריין אים גדר פון "לא תלבש". נישט זיכער.
אבער אז מען רעדט שוין, דער עיקר פראבלעם פון די הויזן איז ביים אויבערשטן חלק פון די פוס.
fatish?
שמועה שמעתי אז נחמי' וועבערמאן איז געווען פון מענדל וועכטער'ס בארד שניידער, קען עס איינער באשטעטיגן?
נישט אמת, כהאב גרעדט צו מענטשען וואס זענען געווען דארט
עיין מה שכתב הרב שאולזאן
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/03/blog-post_8090.html">http://bshch.blogspot.com/2013/03/blog-post_8090.html</a>
אן אריינצוגיין אין אלע פרטים פון די מענדל וועכטער מעשה.
דאס איז קלאר, א מענטש וואס נעמט אינגע קינדער וואס די טאטעס האבן אים געצאלט טאפ דאלער שכר לימוד און ער ברעינוואשט זיי אקעגן די עלטערנס שיטה, א גונב איש ומכרו, איז א גענגסטער!
די זעלבע איז מיט יואלי ראטה ודומיהן.
די שיטה וואס זיי פארקויפן, איז בכלל נישט רעלעוואנט, מעגסט האבן די בעסטע שיטה (אוודאי איז נישטא אזא באגריף, אלעס איז רעלאטיוו און געוואנדן אין פערספעקטיוו) אז די ביזט א גונב נפשות, ביזטו שוין ראנג, ערגער ווי א הונט.
אין אויב איינער וויל מאכן מער האמווארק איבער די סארט מענטשן וועט ער זיך איבערצייגן אז זיי ליידן אלע אויף עגאמעניע (
Egomania)
וואלסטו געזאגט דאס זעלבע לגבי מאכן פון נוטראלע בחורים "הייסע" חסידים?
לגבי מאכן פון האלבע פרייע - פרומע חרדים?
היימישער ליטוואקלגבי מאכן פון האלבע פרייע - פרומע חרדים?
וואס וואלסטו געזאגט לגבי מאכן האלבע פרייע, פרומע חידים?
וואספארא פארגלייך ?
לאמיר עס צולייגן, למשל
טאמער א טאטע שיקט זיין זון לערנען אין א מוסד וואס האט א רבי, און איז בנשיאות הוד כ"ק מרן וכו', אין ערו וערט דארט א הייסע חסיד, קען דער טאטע איינעם בלעמען ?
און די זעלבע זאך, לגבי מאכן פון פרייע פרומע, ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען, סתם אזוי געטראפן אין די גאס, אדער דער טאטע האט אים געשיקט צו עפעס א קורס, אדער דער בחור איז געגאנגען מרצונו הטוב צו עפעס א שיעור.
א בריוו וואס ר' יואל כהן האט געשריבן פאר ר' מענדל בתחילת דרכו, בנוגע זיינע שאלות אויף חב"ד.
ונבנתה העירא בריוו וואס ר' יואל כהן האט געשריבן פאר ר' מענדל בתחילת דרכו, בנוגע זיינע שאלות אויף חב"ד.
למעשה זעה איך נישט דעם בריוו אין דעם לינק
ווי קען איך עס ליינען?
והתירוץ פשוט מאד. חב"ד וויל פרעמדע, סאטמאר נישט.
אנאנים, עס פארלאנגט זיך אן אריכות צו ענטפערן דיין לאנגע תגובה (ס'מיינט נאך נישט אז ווייל עס איז לאנג איז דאס אטאמאטיש גערעכט וד"ל), אבער בקיצור נמרץ, עס זענען געווען נאך פילע גדולים נאך די מלחמה וואס האבן בכלל נישט צוגעצויגן קיין עולם, קלויזנבורגער רב ועוד יוכיחו וואס אדרבה מען איז פון איבעראל געלאפן צו סאטמאר, און אלע רבנים זענען אויך מיט זיי געלאפן צו סאטמאר.
בלי גוזמא, איז מער ווי האלב פון סאטמארע עולם געווען מענטשן וואס האבן אינדערהיים קיינמאל נישט געזעהן דעם פרצוף פון סאטמאר רב, סאו פארקויף נישט אז זיין עולם האט אים געקענט, האלבע עולם איז געווען מונקאטשע חסידים, די אנדערע האלב קאסונע חסידים, אנדערע גאר פוילישע חסידים, אנדערע גאלאנטע תלמידים וכדומה, וואס האבן נישט אומזינסט אפגעמאכט צו לויפן צו דעם אור קדוש ונורא הרה"ק מסאטמאר זי"ע, נישט אומזינסט האבן זיי זיך אטאמאטיש צוגעצויגן צו אים און נישט צו אנדערע גאר וואוילע אידן א שטייגער ווי קראסנא רב פאפא רב ועוד ועוד,
וכנ"ל די תשובה איז בקיצור נמרץ ועוד יש להאריך ולא עת עתה
אויס מענטשa1b2איך האב גרעט צי איינער וואס האט עס גזעהן
אז ווילסט שטארק קען איך דיר טרייען צי שאפען א בילד
צאנזעררב פלעגט זאגן {געדרוקט אין דרכי חיים} אז א חסיד זאגט אז ער האט געהערט איז לא הי' דברין מעולם אז ער האט געזעהן איז אפשר האט ער געהערט
יעצט שטעל דיך פאר די האסט געהערט פון איינעם וואס האט געזעהן .... 😛
אייעם סארי טא דיסעפוינט יא
איך בין זיין קרוב און איך קען אלע זיינע קינדער קיין טאכטער גייט נישט מיט קיין הויזן
סגארנישט נישט די ערשטע קאנספיראציע אויף א שאטמארע שונא וואס איז נישט אמת
הונדערט פראצענט גערעכט, מיין ווייב איז געווען ביי א חתונה אין קראונהייט'ס ווי אלע וועכטער'ס זענען דארט געווען (אי אפשר לפרט הפרטים כמובן משום גילוי...) און קיינער גייט נישט מיט קיין הויזן,
פונקט פארקערט זיי גייען אלע אנגעטוהן צניעות'דיג און באשיידן, אזוי ווי אלע ליבאוויטשע וואס גייען צניעות'דיג חוץ אין דעם פרט פון לאנגע שייטלעך (וואס דער רבי האט פארלאנגט מען זאל גיין כדי מען זאל נישט גיין מיט לאנגע האר, די זעלבע סיבה פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט אזוי געהאלטן דרשות אין סאטמאר ואכמ"ל)
Re: פרשת מענדעל וועכטער
אמת דער חבדסקער רבי האט פארקויפט אסאך און נישט סתם מארקעטינג אבער עס איז נאריש צו פארלייקענען אז מיסיאנערישע ארבייט איז א אפיציעלע טייל פון חבד נאך פון זיין שווער ווען ער האט געשיקט שלוחים קיין בעלז
און דאס זעלבע מיט מענדעל וועכטער וואס האט געפיהלט פאר וויכטיג צו איבעררעדן בחורים קעגן וואס זייער עלטערן האלטן דער רחמיטריווקערס זון איז אויך נישט געווארען פון זיך אליין א חבדסקער
לדעתי קומט עס פון א געוויסע שמאלקייט אז איך בין דער איינציגסטער וואס האט א בעלות אויפן אמת און מען פארשטייט נישט אז אנדערע האלטן אנדערש
Re: פרשת מענדעל וועכטער
אויך די אמעריקאנע פרעזידענט קאנדידאטן ליידן פון די שמאלקייט…
אינטערסאנטער
הונדערט פראצענט גערעכט, מיין ווייב איז געווען ביי א חתונה אין קראונהייט'ס ווי אלע וועכטער'ס זענען דארט געווען (אי אפשר לפרט הפרטים כמובן משום גילוי...) און קיינער גייט נישט מיט קיין הויזן,
פונקט פארקערט זיי גייען אלע אנגעטוהן צניעות'דיג און באשיידן, אזוי ווי אלע ליבאוויטשע וואס גייען צניעות'דיג חוץ אין דעם פרט פון לאנגע שייטלעך (וואס דער רבי האט פארלאנגט מען זאל גיין כדי מען זאל נישט גיין מיט לאנגע האר, די זעלבע סיבה פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט אזוי געהאלטן דרשות אין סאטמאר ואכמ"ל)
סתם להבהרת הענין, ער האט
נישט פארלאנגט
לאנגע שייטלעך, נאר אז מען זאל גייען שייטלעך און נישט מיט טיכלעך [כמובן טעמו ווייל ביי זיי שערט מען זעך נישט]
Re: פרשת מענדעל וועכטער
דאכט זיך אז ער פלעגט זאגן אז טיכלעך קענען זיין שרייעדיגע קאלירן
ער האט געזאגט 'וואס לענגער און וואס שענער כדי די שכנ'טע זאל אויך וועלן גייען'. איך האב קיין פראבלעם נישט מיט דעם, אבער דאס איז דער אמת
[ציטאט אראפגענומען]
אז מזינגט אזא שיינע פארוואס ניגון איז דאך זיכער אז לאורך די 50 יאר און סאטמאר האט זיך געטאן א כסדרדיגע אויסוואנדערונג קיין חב"ד.
ני זאל אפשר דער "אומפארטייאישער" שש מזשר פרובירען אויפציקומען מיט איין נאמען וואס האט קאנווערטעט קיין חב"ד בחייו פון האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל.
אין אפילו שוין לאחר פטירתו קומט מיר נישט אויפן געדאנק אז פון די אלפים סאטמורים זאל איינער קאנווערטן אויסער ר"מ וועכטער און די אינגע תלמידים זיינע וואס ער האט אזוי פארברעכעריש איבערגעמאכט.
ווי אויך איז די סטעיטמענט פון דעם "אומפארטייאישען" שש מזשר אז דער סאטמארער ציבור באשטייט בעיקר פון די אונגארישע וואס האבן נישט געהאט ווי ציגיין, איז כלל נישט אויסגעהאלטען. געווען א שיינע צאל גאליציאנער און פולישע (רוסישע נישט אויסער אויב מרעכט די מלאכים) וואס האבן קאנווערטעט צום סאטמארען אינגארישען רבין נאכן קריג. געווען אמאל אן אשכול אויף אייוועלט דערוועגען.
און לגבי חב"ד איז אפשר געווען א קקליינע צאל ארגינעלע חבדסקער בשעת דער ריי"ץ איז אוועק. אבער שפעטער במשך פון די יארן זענען כסדר ארויסגעקומען נאך און נאך פון די סאוויעט יוניאן. דא היינט און חב"ד מיט די אלע מיסיאנערישע מעשיות א שיינער חלק רוסישע אפשטאמיגע.
לידיעה בעלמא, איך קען פערזענליך זעקס סאטמערע וואס זענען היינט ביי ליובאוויטש (מיטן סאטמערע לבוש שטייצעך) וואס האבן קיין שייכות מיט מענדל וועכטער געהאט.
איך רעד נישט פון היינט
איך רעד ביז תשנ"ד ווער דער חבדסקער איז נפטר געווארן
פיר פון זיי זענען שוין דארט געווען בחייו
איך האב מיר געקלערט, מחליט געווען, זיך איבער גערעכענט אז מ'דארף אמאל פראבירען אן אנדערען מהלך און שרייבען בתכלית הקיצור כדוגמת אחינו הגאליציאנער'ס דא אין שטיבל, ולא אסתייעא מלתא.
דאס זוכען דער אמת ביז מ'טרעפט עס, איז פאר אברהם אבינו. אונז זוכען אביסל, אבער אז מ'זאל זאגען אז אלע דרכים זענען אייניג צו די מבקשים, און פאר עפעס א סבה גייען מער צו חב"ד ווי סאטמאר, איז ווילענדיג פארמאכט די אויגען.
חב"ד האט וואס צו פארקויפען, אזוי ווי פיל אנדערע. נאר באבוב האט קיינמאל נישט געשיקט זייער בחורים צום פאפא'נער ישיבה צו לערנען מיט די בחורים דארט זייער אייגענארטיגע מהלך (ס'איז מיר שווער צו שרייבען פון געלעכטער אויף אזא הו"א, אבער שוין). סאטמאר האט נישט קיין סיסטעם פון מסדר זיין שיעורים אין ויוא"מ יומי אין לעיקוואוד. ר' נתן יוסף איז נישט געפארען קיין סט. פאלסבערג איין מאל א וואך איבערצוגעבען די ריינע אמת פונ'ם שיטה"ק.
חב"ד אבער האט עס יא געטוהן. נמצא (מסברא, נישט מידיעה) אז א בחור צו א יונגערמאן וואס זוכט עפעס אנדעריש פון זיין געבורט'ס ארט, האט עס גרייט פאר איהם אין חב"ד, ווארום ר' יואל איז דאך דא סייווי איינמאל א וואך. יא, ער פלעגט גייען קיין לעיקוואוד און סט. פאלסבערג, און יעדער בחור וואס האט געוואלט זיין אנדעריש ווי אנדערע, איז אהין געגאנגען, אזוי ווי איך בין געגאנגען קיין וואודרידזש פון סט. פאלסבערג. מאנכע זענען פארכאפט געווארען אינגאנצן אין חב"ד.
איך ווייס ניטאמאל ווי מ'קען זיך דינגען אויף אזא פשוט'ער זאך.