☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

411 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #890
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 7:54 pm

· #18468
די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט
ס'קומען פאר וואלן קומענדיגען דינסטאג פאר ניו יארק'ס 7'טה קאנגרעס זיץ וואס נעמט (איצט) אויך אריין וויליאמסבורג. ביז היינט האט די 7'טע קאנגרעס זיץ נישט אריינגענומען קיין שום חלק פון וויליאמסבורג, וויליאמסבורג איז פארטרעטן דורך די 10'טע דיסטריקט (קאנגרעססמאן עד טאונס) , נאר צוליב רידיסטריקינג האט זיך עס אביסל ארומגעטוישט און וויליאמסבורג איז אריין אינעם 7'טן דיסטריקט.

פאר די לעצטע 20 יאר איז די 12'טע דיסטריקט (וואס רירט א משהו אן אין וויליאמסבורג) פארטרעטן געווארן דורך א ספאנישע פרוי ניידיע וועלעזקעוועז. איר דיסטריקט איז אויך געטוישט געווארן צוליב'ן צענסוס און זי לויפט יעצט פאר די 7'טע דיסטריקט, נעמליך וויליאמסבורג.

ס'לויפ'ן נאך 3 קאנדידאטן אין די וואלן פאר דעי זיץ, הלא הם קאנסילמאן עריק דיללאן פון ברוקלין, עקאנאמיסט דעניעל א'קאננער פון מאנהעטטען, אקויפיי וואל סטריט אקטאוויסט דזשורדזש מארטינעז פון ברוקלין.

-----------------

(פאר איך שרייב ווייטער וויל איך זאגן אז איך גיי מיך איינהאלטן און נישט שרייבן אדער רעדן אויף קיינעם, איך וויל נאר ארויסברענגען די פאקטן און די רעאליטעטן וואס מ'זאל געדענקען א טאג נאך די וואלן וואס ס'וועט צוניצקומען {פאר דעי וואס זוכן דעם אמת} בשעת מ'וועט אייך ווארפן זאמד אין די אויגן.)

ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס וואלן אין וויליאמסבורג ווערט א פאליטיק שפיל וואס איין מינאריטעט קרייז פירט אן קעגן אלע קהילות און מוסדות התורה, דאס דינט אויך אלץ א נקמה קעגן די אנפירער פון די UJO פאר'ן בלויזן חטא (העי!) פון נישט דינען די רבי/קולט פירער פון יענע קרייז.

אלע קהילות/מוסדות און ערליכע עסקנים זאגן אז דער אידישער וויליאמסבורג האט נישט נאר קיינמאל גארנישט געהאט פון ניידיע וועלעזקעוועז נאר זי האט געשטערט און געלייגט שטרויכלונגען ביי די בראדוועי טרייענגעל - ביליגע דירות וואו זי און מארטי נידעלמאן האבן גע'טענה'ט אז ס'וועט נישט גיין פאר די ספאנישע אא"וו. עריק דילאן - זאגן די עסקנים - האט אן אפענעם אויער פאר די אידישע איינוואוינער, דעריבער זענען זיי אלע פה אחד ארויסגעקומען אין שטיצע פאר עריק דיללאן.

זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.

נאר דאס איינע מיז מען ארויסברענגען.

וואס איז דאס קאנגרעציאנאלע וואלן?

קאנגרעס וואלן איז טאקע מער לאקאל ווי א פרעזידענט אדער סענאט וואלן, אבער ס'דאך נישט עכט לאקאל. ס'דא בלויז 535 קאנגרעס זיצן איבער די גאנצע USA, און איין קאנגערסמאן/פרוי קען פארטרעטן קרוב צו א מיליאן רעזידענטן! ד.מ. אז מ'רעדט דא פון הונדערטער טויזענעטער שטימען אין איין קאנגרעס זיץ.

ניידיע וועלעזקעוועז האט ביז היינט זייער שטארק געווינען אין די גענעראלע וואלן (קיין פריימערי קעגנער האט זי קיינמאל נישט געהאט!) אין '08 למשל ווען אבאמא איז געלאפן און אסאך זענען ארויס שטימען האט זי באקומען 120,000 שטימען, אזוי אויך ביי אלע וואלן געווינט זי מיט א ריזיגן מערהייט. דאס ווייזט אז זי איז זייער פאפולער און זי האט "נעים רעקאגנישען". יעצט ווען זי לויפט אין א פריימערי און זי האט טאקע 3 פריימערי קעגנער איז נאך אלץ שווער צו גלייבן אז איר שטערקסטער קעגנער עריק דיללאן וועט איר קענען באזיגן (און דאס שוין מיט די אנדערע 2 קאנדידאטן וואס זיי וועלן אויך אראפצופען עפעס שטימען פון וועלעזקעוועז) ---- עריק דיללאן האט נישט די נעים רעקאגנישען און ער האט נישט די געלט וואס ניידיע וועלעזקעוועז האט.

און קוקטס וואס נאך ניידיע וועלעזקעוועז האט.

פרעזידענט אבאמא!

סענעטאר שומער!

דזשערי נאדלער!

ניו יארק טיימס!

ניו יארק דעילי ניוז!

ניו יארק פאוסט!

עד קאטש!

און נאך און נאך. -- אלע האבן זיי אינדארסט ניידיע וועלעזקעוועז!

וויפיל טשענס האט עריק דילאן ? אפילו וויליאמסבורג וועט וואוטען אין א בלאק וואוט, לאמיר זאגן ער וועט באקומען 6-7000 וואוטס אין ווילי (אקעגן 1000 פאר חסידי מהר"א און די ספאנישע איינוואונער) , איז עס גענוג אין וואלן וואו איבער 100,000 גייען וואוטען ?

אפשר יא, מסתם נישט.

מיין עיקר פוינט - די פאקט און רעאליטי

אבער פליז! ווען ניידיע וועלעזקעוועז גייט געווינען גלייבטס נישט אלע ליגיונות וואס די איינציגע קרייז גייען דיך פארקויפן! ווייל אפילו מיט א ריזיגע צאל שטימען פאר עריק דיללאן אין וויליאמסבורג איז אויך זייער שווער צו גלייבן אז ער קען איר באזיגן! און די שטימען פון די איינציגסטע קליינע קרייז אין ווילי וועט נישט מעלה און נישט מוריד זיין אין א ניידיע וועלעזקעוועז געווינס!!

און מיינט נישט אז די עסקנים און קהילות ווייסן נישט דאס אלעס, זיי גייט דאס נישט אן! די פרינציפ איז אלץ געווען צו געבן די אינדארסמענט פאר דעי וואס זיי האלטן דעזערווען עס און נישט פאר דעי וואס שטיייט העכער אין די פאולס. און ווען וועלקעוועז וועט זעהן אז 90 פראצענט אין ווילי האבן געשטימט פאר עריק דיללאן וועט זי זעהן אז ס'נישט קיין מאנקי ביזנעס. (אין דיעפ דאון טוען דאס די פאליטישאנס רעספעקטירן)

אשר על כן פארוואס זאג איך אייך דאס ? ווייל א טאג נאך די וואלן וועלן די יעניגע טאקע שאלן און יוביליר'ן כאילו זיי האבן געווינען..... טאקע וועגן דעם האב איך דא אפגעשריבן אזא לאנגס און ברייטס כדי איר זאלט זעהן אז מ'רעדט נישט דא פון א 'דיסטריקט ליעדער' אדער 'סיטי קאונסיל' עלעקשאנס וואו 500 שטימען ארויף און אראפ דעצעדירט די רעזאלטס. און אפילו מיט 90% וויליאמסבורגע שטימען פאר עריק דיללאן איז נישט מסתבר אז ער זאל איר געווינען ווען זי האט "נעים רעקאגנישען", "געלט", "אלע צייטונג אינדאסירונגען", "אלע גרויסע פאליטישאנס".

און צום ענד, אזוי ווי איך האב פריער געשריבען איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די וואלן, מילא האט קיינער נישט קיין רעכט (איך וועל עס שטרענג פארסירן...) צו זיין בייז אויף מיר פאר'ן בלויז (ניין, נישט חטא) צולייגן די פאקטן כשולחן הערוך (און אין די זעלבע צייט אויפצוקראכן א פאטענציאלע באלון וואס גייט זיך אויפבלאזן א טאג נאך די וואלן)

ביי ביי

אוהב ספרים » מאנטאג יוני 18, 2012 8:09 pm

· #18470
זר זהב
זייט אייך נישט טועה
אויב מיינט איר אז איך קאמפיין דא פאר עריק דילאן האט איר א ריזיגען טעות. על אף וואס איך בין נישט א עובד מהר"א בין איך נישט א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק כאילו איך בין סאדדענלי א גאנצער עקספערט צי ניידיע וועלעזקעוועז איז טאקע אזוי שלעכט און דיללאן אזוי גוט... (הגם איך גלייב אז די עסקנים ווייסן וואס זיי רעדן, פארט ווער איך נישט היציג) פון מיין זייט זאל יעדער וואוטען פאר וועם ער וויל לויט ווי יעדער פארשטייט.

איך פארשטיי, דאס אנרופען מהר"א א קולט פירער איז נישט זייענדיג א ראבאט וואס נעמט גלייך א שטעלונג אין פאליטיק וכו' 😉

זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:13 pm

· #18471
אוהב ספרים

גלייך ? די סאטמארע פאליטיק האט זיך אנגעהובן 13 יאר צוריק.

אין 13 יאר פון יעצט וועל איך מסתם יא קענען זאגן מיין אפיניאן אויף ניידיע וועלעקעוועז.

שמיטה » מאנטאג יוני 18, 2012 8:28 pm

· #18474
זר זהב:
איך בין בכלל בכלל בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע ענינים. עס אינטרעסירט מיר אין די לינקע פאה.

אט איז וואס איך ליין צווישן דיינע געשריבענע שורות (אויב האב איך א טעות מיט זיי מיר מוחל):
-האסט פיינט צד מהר"א. ביזט פארקויפט פאר צד מהרז"ל עד הסוף.
-דו וואלסט געצאלט גרויס געלט אז דיין פארטייס קאנדידאט זאל געווינען. (נישט ווייל דו האסט סיי וואסערע נגיעה, פשוט ווייל דו גלייבסט די עסקנים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן).
-דו האלטסט נישט אויס אז מ'זאגט פאר א זיג פאר די קעגנערישע קאנדידאט ווע... (סארי, איך קען נישט ספעלן די נאמען).
-כדי צו מינימיזירן דיין ווייטאג ממחרת הוואלן, פראבירסטו מקדים זיין באריכות רפואה למכה, מיט דיינע תירוצים וביאורים.

אגב, עקספערטן זאגן, ווען איינער גרייט זיך צו א אנקומענדע קאטאסטראפע, האט ער מער שאנסן אז עס זאל איהם נישט אזוי שטארק אנגרייפן גייסטיש.

נאך איינמאל, קענסט נאכקוקן מיין היסטאריע, ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך ריר אן אזא סארט טעמע. ואת אשר הבנתי כתבתי.

זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:36 pm

· #18476
[[b]quote="שמיטה"]זר זהב:
איך בין בכלל בכלל בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע ענינים. עס אינטרעסירט מיר אין די לינקע פאה.

אט איז וואס איך ליין צווישן דיינע געשריבענע שורות (אויב האב איך א טעות מיט זיי מיר מוחל):
-האסט פיינט צד מהר"א. --איך האב נישט פיינט קיין שום איד!!-- ביזט פארקויפט פאר צד מהרז"ל עד הסוף. --ליגענט!--

-דו וואלסט געצאלט גרויס געלט אז דיין פארטייס קאנדידאט זאל געווינען. -- אפשר איין דאללער --(נישט ווייל דו האסט סיי וואסערע נגיעה, פשוט ווייל דו גלייבסט די עסקנים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן).
-דו האלטסט נישט אויס אז מ'זאגט פאר א זיג פאר די קעגנערישע קאנדידאט ווע... (סארי, איך קען נישט ספעלן די נאמען). -- ווער זאגט פאר ? אלעס וואס איך האב געשריבען האב איך אליינס געלערענט נאכ'ן דורכ'טון דעם ענין אן קיינעם'ס הילף --
-כדי צו מינימיזירן דיין ווייטאג ממחרת הוואלן, פראבירסטו מקדים זיין באריכות רפואה למכה, מיט דיינע תירוצים וביאורים. -- דא זעה איך טאקע אז דיין ערשטע 11 ווערטער פון דיין תגובה איז טאקע אמת ויציב! מ'קען דיר נישט מסביר זיין א פשוטע שטיקעל פאליטיק --

זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:40 pm

· #18477
[ציטאט אראפגענומען]

30 % וועט נישט מיינען אז ס'איז אידישע שטימען. ס'וואוינען זייער זייער אסאך ספאנישע אין די היימישע וויליאמסבורג! און זיי וועלן וואוטען אין א בלאק וואוט פאר וועלקעוועז.

זר זהב » מאנטאג יוני 18, 2012 8:51 pm

· #18479
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס די ארוינים שטעלן זיך ארויס צו שטיצן די קאנדידאט וואס לויפט קעגן די UJO/אלע קהילות קאנדידאט. דא קענסטע דאגן אז ס'די קעמפס אבער רוב מאל איז עס בלויז ווייל ס'די אנטי UJO קאנדידאט.

ברוין » מאנטאג יוני 18, 2012 10:48 pm

· #18493
זר זהב. דיין אגענדע שרייט פון יעדעס ווארט דיינע אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט.

גיב מיר א נאמבער וואס דאס גייט "יא" הייסן א זיג און מיר וועלן זיך טרעפן אי"ה קומענדע וואך.

אגב, ס'ערווארטעט אזא שיינע ארטיקל פון דיר איבער קוראפטירטן פעשליכן וויטא לאפאז. צולייג אביסל זיין אהבת ישראל

זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 12:51 am

· #18515
ברוין
זר זהב. דיין אגענדע שרייט פון יעדעס ווארט דיינע אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט.

גיב מיר א נאמבער וואס דאס גייט "יא" הייסן א זיג און מיר וועלן זיך טרעפן אי"ה קומענדע וואך.

אגב, ס'ערווארטעט אזא שיינע ארטיקל פון דיר איבער קוראפטירטן פעשליכן וויטא לאפאז. צולייג אביסל זיין אהבת ישראל

מיין אגענדע איז צו לעכערן דיין באלאן וואס דו האסט אנגעגרייט. 🙄

איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויז איז עס ליגענט ווייז עס אויף)

איש חסיד » דינסטאג יוני 19, 2012 4:24 am

· #18551
ביי די פאריגע וואלן אין וויליאמסבורג האט צד מהר"א אנגעצויגן אונטער 2 טויזענט שטומען און צד מהרי"י קרוב צו 4 טויזענט (ווי איך שטעל מיך פאר וועלן די נומערען יעצט זיין אסאך העכער ווייל ס'קוקט אויס מער היציג ביי אלע צדדים).

אהן נעמען א שטעלע וועט אבער יעדער מודה זיין אז נעקסטע וואך וועט מען נישט קענען ארויס גיין אויפן גאס פון קולות וואס די טראקס מיט הויעך-הילכער'ס וועלן ארויס געבן...

דעינעש » דינסטאג יוני 19, 2012 9:33 am

· #18567
זר זהב
איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויב איז עס ליגענט ווייז עס אויף)

מאכסט מיר לאכן,

קענסט די מעשה ל"ע, דיין טאכטער האט מזנה געווען ... ?!

ברוין » דינסטאג יוני 19, 2012 9:47 am

· #18572
איך האב לכתחילה געקלערט אז איך וועל באקומען א אויפריכטיגע ענפער פון דיר אזוי אז איך זאל נישט ברויכן צוריק קומען שרייבן ביז קומענדע וואך נאך די וואלן. אבער דאס איז נישט געשען.
לכאורה וועלן מיר בלייבן ביי דעם

קאמפיאטער » דינסטאג יוני 19, 2012 9:55 am

· #18574
געהערט פין קראנטע מקורת אין אזוי ווי מען קען שוין טאקע זעהן ביז איצט. דא גייט טאקע זיין א היציגע וויילן אין יא ביידע גייען ארויס ברענגען גאר גרויסע נומערן פין שטימעס, אבער דעס וואס מען זאגט אז אויף די גאסן גייט מען נישט קענען ארויס גיין וועגן די קולות פין די מייקס, האב איך געהערט אז חסידי מהר"א שיקן יעצט ארויס בריוון אין קאלן ארים אפן טעלפאן אנציגרייטן דעם עולם פארוועם מען זאל שטימען אין זיי פארשפרעכן אז אין די טאג פין די וואלן גייען זיי אי"ה נישט איבער דרייען די גאסן,
זיי זאגן עס טיט נישט אויף עס מאכט נאר אז דער עולם זאל נישט ארויס גיין שטימען אין אפשר פאר אויף די מינוט זעהט אויס אז דאס (די מייקס) טיען אויף אבער אין די לאנג ראן מאכט עס שאדן אין ווי מען קען זעהן זייער מהלך איז נישט אראפ צירייסן די צווייטע אין יא/נאר בויען זיך, משא"כ אין חסידי מהר"זל לאגער וועלן ווארשיינלעך יא איבער דרייען אזוי ווי זיי האבן שוין געטין די לעצטע טאג ווען מען האט זיך געקענט רעגעסטרירן. (עס איז א מחלוקה אין די מהלך)
אינז בלייבט נאר איבער צי ווארטן אין זעהן ימים ידברו.

זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 10:08 am

· #18576
דעינעש
זר זהב
איך קען נישט וויטא לאפעז, איך ווייס גארנישט וועגן אים, און איך האב נישט קיין שלעכט ווארט געזאגט אויף וועלקעוועז (אחוץ וואס די עסקנים זאגן אז זי האט געשטערט די בליגע דירות פראדזשעקט, אויב איז עס ליגענט ווייז עס אויף)

מאכסט מיר לאכן,

קענסט די מעשה ל"ע, דיין טאכטער האט מזנה געווען ... ?!

דעיניש, דא קענסטע קלאר זעהן ווי יענעמ'ס טאכטער (וועלקעוועז) איז מזנה.
<a class="postlink" href="http://brooklyn.ny1.com/content/top_stories/154021/residents-celebrate-legal-victory-over-mayor-s-housing-plan-for--broadway-triangle-">http://brooklyn.ny1.com/content/top_sto ... -triangle-</a>

און נעקסט טיים ווען איך מאך דיר לאכן געב מיר א "לייק".

דעינעש » דינסטאג יוני 19, 2012 10:32 am

· #18583
זי האט פארטרעטן מער שפאנישע, און קוים וומ"ס, האט זי לכאורה מיט רעכט ג'ארבעט לטובתם,

ווי אויך, מיינעך אז עפעס סיבות איז געווען אז נישט אלע וומ"ס'ער איינוואוינער זענען געווען פאר די פראדזשעקט, איז אפשר האט זי זיי צופרידן געשטעלט.

איש חסיד » דינסטאג יוני 19, 2012 2:55 pm

· #18648
[ציטאט אראפגענומען]

שטעל דיך אליינס פאר, וואספארא אינטערעסע זאל א פאפא'נער\קלויזענבורג'ער יונגערמאן האבן ארויס צו גיין שטומען..? פיין און וואויל דער שוואונג גייט ווייטער אז יעדער שטייט מיט מיט יו.דזשעי. או., אבער א גרויס חלק פון זיי וואלטן אפילו געשטימט (און שטימען גאר) קעגן צד מהרי"י צוליב מחלוקת'ער ווי דער עירוב וכדו', אפילו זיי וואלטן יא געשטימט גלייב איך נישט אז ס'וואלט אויסגעמאכט מערסטענס עטליכע הונדערט שטימען - פארצענטועל וויפיל מענטשען קומען ארויס שטימען

אגב די נאמבערס פון א דריטעל האט זיך שוין קלאר געשטעלט מערערע מאל, וו.צ.ב.ש. ביי די מוסדות נאכן טיילונג און אזוי אויך אין ישיבה גדולה וכו'

למען הקלארקייט האב איך נישט ארויס גענומען קיין מארגעטש ביי קיין איינע פון זיי.. (און פארשטייט זיך אז זיי האבן אויך נישט גענומען ביי מיר..)

דאס שרייבן דא ווענדט זיך אין צייט און ארבעט ווי פארשטענדליך.

בן תמליון » דינסטאג יוני 19, 2012 3:22 pm

· #18652
זר זהב איך וואלט מחולק געווען מיט אייער פעסעמיסטישן אויסקוק פאר דילאן ראשית כל נישט ווי ביים אבאמא עלעקשאן ווען מיליאנען זענען געגאנגען נאטס ביים וואלן יעצט איז א שטילן וואל טאג נישט-אידן וועלן נישט גיין וואוטן אין די מאסן איך וואלט געזאגט די גאנצע דיסטריקט וועט נישט ארויסברענגען קיין 25000 וויליאמסבורגס 7-8000 קען גרינג בייגן דעם וואגשאל פאר דילאן. נעמט אינאכט וויטא לאפעז האט צופאטשקעט איר דיסטריקט נישט אין איר איטערעס און ער האט א רעקארד ביים ארויסברענגען זיינע שאף. אויך איז מעגליך דער יאפי מארטינעז וועט אנציען שטארק ביי די יאפיס.

אלס איינער וואס איז געגאנגען וועלן ביי יעדן פריימערי זייט די 18 און איך האב אייביק געמאכט מיין אייגן באשלוס אפגעזען וואס די מייקס זאגן מיין איך עס איז א שאנדע פאר אידן צו וועלן פאר וועלעסקוועז וואז האט אנגערופן די איזראעליס נאציס און האט אלץ געהאט וויכטיקע דאגות זיך צו אננעמען פאר די באקריוועדע פאלאסטינער מערדער. זי איז אלס געווען אנטקעגן חסידים זי איז א פארשטינקענע אנטיסעמיט פארוואס זאל איך איר געבן מיין שטימע?

זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 5:43 pm

· #18685
א דאנק אייך בן תמליון.

איך זאג נישט אז דיללאן "קען נישט" געווינען, איך קלער אז ס'איז זייער שווער פאר אים צו געווינען, מעיבי איים ראנג, כ'בין נישט אן עקספערט. און אויב איז אמת אז זי האט אנגעריפן די איזרעליס נאציס (ערגעץ האביך דאכט זיך טאקע אזוי געליינט) איז דאס טאקע א גוטע סיבה נישט צו וואטען פאר איר, שטעלט זיך אבער די פראגע וויזוי האבן אזויפיל "אידישע" פאליטישאנס איר געקענט אינדארסן ?

און אפשר וועלן געוויסע סאטמארע אידן טאקע יא שטימען פאר איר טאקע ווייל זי רופט די ציונים "נאציס" ?....

יואליש » דינסטאג יוני 19, 2012 6:01 pm

· #18688
יאפ, אידישע געדאנק איז פארשפארט. קאווע שטיבל האט ברייטע ארעמעס.

זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 6:04 pm

· #18689
איך האב געשריבן א טריקענער אנאליז מיט אביסל ספייס אבער נאך אלץ פאקטועל אקוראט, מיין ציהל איז נישט געווען צו סטירען פאליטיק'ס. אויב זעהט עס יעדער אנדערש זאלן עס די מנהלים פארמעקן.

יואליש » דינסטאג יוני 19, 2012 6:09 pm

· #18691
כ'האב נישט קיין טענות. פאליטיקס איז נישט מיין טינג, אבער די דערקלערסט זיג פארן זיג און ספינען פארן ספין און ביסט מסביר זיין פארוואס ס'הייסט יא א זיג און נישט א זיג. דאס איז קלאסיש היידפארק. אויך קוקט אויס אז די ביסט אן עהרליכער קאנסומער פון די פי אר פארשפרייט בעפאר די וואלן. האסט אן עמאציאנעל צוגאנג צו פאליטיקס. קענסט די פאליטישע דיינעמיקס אין ברוקלין? האסט געהאט א הוה מינה אז זי גייט נישט זיין אנטי חסידים און אנטי האוזינג? דאס איז טיפיקעל פאליטישע רעטאריק. נעם דיך נישט צום הארצן. מענטשן באקומען באצאלט דיך אנצודרייען די געפילן.

דרך אגב, כ'בין זיכער אז די "שפאנישע" קאנדידאטקע צלם'ט זיך טעגליך און בעט אז קרייסט זאל שטראפן די אידן. איז זי נישט פערצופאל פאר תועבה אויך? אדער איר קעגנער איז אויף פאר תועבה ממילא מיז מען איר מאכן פאר אן אנטיסעמיטקע?

זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 7:25 pm

· #18708
יואליש

איך מיין דו דארפסט מאכן חזרה אויף מיין תגובה, לייען עס שטאטעלעך.

בן תמליון » מיטוואך יוני 20, 2012 8:53 am

· #18824
יואליש
כ'האב נישט קיין טענות. פאליטיקס איז נישט מיין טינג, אבער די דערקלערסט זיג פארן זיג און ספינען פארן ספין און ביסט מסביר זיין פארוואס ס'הייסט יא א זיג און נישט א זיג. דאס איז קלאסיש היידפארק. אויך קוקט אויס אז די ביסט אן עהרליכער קאנסומער פון די פי אר פארשפרייט בעפאר די וואלן. האסט אן עמאציאנעל צוגאנג צו פאליטיקס. קענסט די פאליטישע דיינעמיקס אין ברוקלין? האסט געהאט א הוה מינה אז זי גייט נישט זיין אנטי חסידים און אנטי האוזינג? דאס איז טיפיקעל פאליטישע רעטאריק. נעם דיך נישט צום הארצן. מענטשן באקומען באצאלט דיך אנצודרייען די געפילן.

דרך אגב, כ'בין זיכער אז די "שפאנישע" קאנדידאטקע צלם'ט זיך טעגליך און בעט אז קרייסט זאל שטראפן די אידן. איז זי נישט פערצופאל פאר תועבה אויך? אדער איר קעגנער איז אויף פאר תועבה ממילא מיז מען איר מאכן פאר אן אנטיסעמיטקע?

יואליש א פאליטישן אין ברוקלין ניו יארק אנצוריפן איזרעל נאציס איז אלעס אויסער פאליטישע דיינעמיקס אין ברוקלין. עס ווייזט אידילאגישע האס און דריטע וועלט מענטאליטעט.

בן תמליון » מיטוואך יוני 20, 2012 8:56 am

· #18826
זר זהב
א דאנק אייך בן תמליון.

איך זאג נישט אז דיללאן "קען נישט" געווינען, איך קלער אז ס'איז זייער שווער פאר אים צו געווינען, מעיבי איים ראנג, כ'בין נישט אן עקספערט. און אויב איז אמת אז זי האט אנגעריפן די איזרעליס נאציס (ערגעץ האביך דאכט זיך טאקע אזוי געליינט) איז דאס טאקע א גוטע סיבה נישט צו וואטען פאר איר, שטעלט זיך אבער די פראגע וויזוי האבן אזויפיל "אידישע" פאליטישאנס איר געקענט אינדארסן ?

און אפשר וועלן געוויסע סאטמארע אידן טאקע יא שטימען פאר איר טאקע ווייל זי רופט די ציונים "נאציס" ?....

באקאנט וואס סאטמאר ר' יואליש האט אמאל געזאגט א גוי וואס איז אנטי מדינת ישראל איז א פשוטער אנטיסעמיט פארוואס דען איז ער קעגן?

לעמיל » מיטוואך יוני 20, 2012 9:57 am

· #18836
ווען איז די וואלען? קימדיגע וואך דינסטאג?

זר זהב » מיטוואך יוני 20, 2012 10:03 am

· #18845
בן תמליון
זר זהב
א דאנק אייך בן תמליון.

איך זאג נישט אז דיללאן "קען נישט" געווינען, איך קלער אז ס'איז זייער שווער פאר אים צו געווינען, מעיבי איים ראנג, כ'בין נישט אן עקספערט. און אויב איז אמת אז זי האט אנגעריפן די איזרעליס נאציס (ערגעץ האביך דאכט זיך טאקע אזוי געליינט) איז דאס טאקע א גוטע סיבה נישט צו וואטען פאר איר, שטעלט זיך אבער די פראגע וויזוי האבן אזויפיל "אידישע" פאליטישאנס איר געקענט אינדארסן ?

און אפשר וועלן געוויסע סאטמארע אידן טאקע יא שטימען פאר איר טאקע ווייל זי רופט די ציונים "נאציס" ?....

באקאנט וואס סאטמאר ר' יואליש האט אמאל געזאגט א גוי וואס איז אנטי מדינת ישראל איז א פשוטער אנטיסעמיט פארוואס דען איז ער קעגן?

גיי זיי עס מסביר די נעטירע קארטע'ניקעס

קאמפיאטער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 1:25 pm

· #19117
א טוויט פין יוסי געשטעטנער
Yossi Gestetner (YossiGestetner): Pls. Dilan didnt fight 4 school vouchers; and Velazquez didnt fight 4 Rubashkin. The crap from both sides in NY7 is amazing

יואליש » דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:30 pm

· #19136
בן תמליון
זר זהב
א דאנק אייך בן תמליון.

איך זאג נישט אז דיללאן "קען נישט" געווינען, איך קלער אז ס'איז זייער שווער פאר אים צו געווינען, מעיבי איים ראנג, כ'בין נישט אן עקספערט. און אויב איז אמת אז זי האט אנגעריפן די איזרעליס נאציס (ערגעץ האביך דאכט זיך טאקע אזוי געליינט) איז דאס טאקע א גוטע סיבה נישט צו וואטען פאר איר, שטעלט זיך אבער די פראגע וויזוי האבן אזויפיל "אידישע" פאליטישאנס איר געקענט אינדארסן ?

און אפשר וועלן געוויסע סאטמארע אידן טאקע יא שטימען פאר איר טאקע ווייל זי רופט די ציונים "נאציס" ?....

באקאנט וואס סאטמאר ר' יואליש האט אמאל געזאגט א גוי וואס איז אנטי מדינת ישראל איז א פשוטער אנטיסעמיט פארוואס דען איז ער קעגן?

לאמיר זעהן פארוואס א פאליטיקאנט זאל זיין אינטי ישראל אן דעם וואס ס'זאל מיינען אז ער/זי איז אן אנטיסעמיט?..... האסט שוין געהערט אמאל אזא זאך ווי pandering to constituents? ווען א פאליטיקאנט קישט אן די הענט פון די אדמורי"ם, מיינט דאס אז דער פאליטיקאנט האט ליעב חסידים?

כ'ווייס נישט וואס ווילעזקעז האט געזאגט אדער נישט געזאגט, כ'רעדט אין אלגעמיין. א פאליטיקאנט קען זיין אנטי ישראל ווייל זיינע וויילער זענען אנטי ישראל.

קאמפיאטער » פרייטאג יוני 22, 2012 2:05 pm

· #19368
עס זעהט אויס ווי די AT&T פייט מיט ווערייזאן ווי איינער איז געווען ביזי אראפ רייסען דעם צווייטן. וואלט נישט ליבערשט געווען די קאמפיין ווען מען בויעט זיך?
📎 pop.jpg 📎 popup.jpg

לעמיל » פרייטאג יוני 22, 2012 2:38 pm

· #19381
זאג זיי אז פון מאכען יענעם ווערט מען נישט גרויס.......

ל.רוזן » פרייטאג יוני 22, 2012 2:46 pm

· #19383
Re: די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט
ווייסט איינער וויפעל נייע וואטערס איז צוגעקומען ביי די יעצדיגע קאמפעין?
צד מהר'יי שרייבען אז זיי אליינס האבען גערעטשעסטערט נאנט צו 5 טיוזענט נייע וואויטערס. ווייסט איינער דעם טאטעל ?

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 3:12 pm

· #19384
ס'איז זייער גרינג צו פארקויפן לאקשן פאר אומוויסענדע. די קאנרעסיענאלע דיסטריקט איז פיהל טיפער אריין אין די יודישע געגענט ווי די אסעמבלי/סענאט אדער אנדערע דיסטריקטס, קומט אויס אז מער יודן קענען וואוטן פאר דעם זעלבן קאנדידאט, אלזא אפילו "אויב" ס'גייען זיין 3000 וויילער מער ווי אין די פארגאנגענהייט מיינט דאס נישט 3000 פרישע רעגיסטראציעס, נאר נאך 10 פרישע גאסן מיט וויילער אינאיינעם מיט עטליכע הונדערט/טויזענט רעגיסטראציעס.

ל.רוזן » פרייטאג יוני 22, 2012 3:18 pm

· #19385
Re: די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט
איז דא ערגץ ווי איך קען זעהן וויפיל נייע רעטשיסטערט וואטערס זענען יעצט צוגעקומען?

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

זר זהב » פרייטאג יוני 22, 2012 3:22 pm

· #19388
איך זעה יעצט אין "די וואך" איינע פון די פרישע עדס פאר וועלעסקעז איז א קאפיע פון מיין תגובה לגבי ווער ס'האט איר אלץ אידארסט.

גוד פאר דעהם!!

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 3:23 pm

· #19389
אין די יוד/בלאט. אויב ווילסטו עס זעהן קראנט, דאן קוק אויף די פאקטישע ציפערן פון די וואס זענען ארויסגעקומען שטומען, און לייג צו אביסל דערצו. ערגעץ אנדערש קען מען דאס נישט זעהן.

ניו יארק » פרייטאג יוני 22, 2012 4:59 pm

· #19402
מיין חבר וואס דארף צו וויסען האט מיר געזאגט אז פון די באורד אוו עלעקשענס האב איך געהערט אז עס האבן זיך פריש רעגעסטרירט בערך 2400 מענשען (עס זענען אריינגעקומען מער נאר אסאך האט מען געפסל'ט)

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 5:08 pm

· #19405
2400 פון ביידע זייטן צוזאמען לייגט זיך אויפן שכל.

ל.רוזן » פרייטאג יוני 22, 2012 6:45 pm

· #19410
Re: די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט
איז דא א וועג ווי דאס צו טשעקן?

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

גדעון » מוצ"ש יוני 23, 2012 10:16 pm

· #19427
דיבאטע צווישן די קאנדידאטן

מ'רייסט זיך ארום ווער ס'וועט צישטעלן סעקשאן 8 פארן היימישע עולם.... קידדינג מרעדט ניטאמאל פון אונז, כאטש וויטא לאפעז איז יא אויפן טיש,

זר זהב » מוצ"ש יוני 23, 2012 11:16 pm

· #19434
איז זי אן אמעריקאנער ? ס'זעהט נישט אויס.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 24, 2012 9:20 am

· #19489
ווי אזוי זעט אויס אן אמעריקאנער?

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 10:14 am

· #19491
מיין פוילישע גויטע וועלכער איז געקומען דא בלויז 5 יאר רעדט א נארמאלער'ן אקצענט ענגליש. וועלסקעז ברעכט זיך אירע ציינער.

יידל » זונטאג יוני 24, 2012 10:33 am

· #19498
צוויי קליינע נקודות:
וואלעסקעז האט יא געשריבן א בריוו לטובת שלום רובאשקין. די עסקנים ווייסן אבער אז מ'קען אונז איינרעדן וואס מ'וויל האבן זיי געשריבן אז וואלעסקעז האט גארנישט געטון פאר שלום, און נאך צוגעלייגט א לינק צו שלום'ס סייט אז "מ'קען אליין נאכקוקן און זען אז זי האט גארנישט געטון פאר רובאשקין". נו, כ'האב נאכגעקוקט און קוק וואס כ'געטראפן: <a class="postlink" href="http://justiceforsholom.org/wp-content/uploads/2012/06/Letter-from-Congresswoman-Nydia-Velazquez.pdf">http://justiceforsholom.org/wp-content/ ... azquez.pdf</a>

יא יא, מ'אסר'ט דעם אינטערנעט און נאכדעם מיינען זיי אז מ'קען אונז שוין פארקויפן לאקשן. ווער קען אהער ברענגן די דבר יום ביומו ווי עס איז געשטאנען די לינק מטעם די זאלוינים אז מ'קען אליין נאכקוקן און זען אז זי האט גארנישט געטון פאר רובאשקין?

די צווייטע נקודה: א חבר מיינע האט מיך געשקיט א בילד ווי אין פאפא ביהמ"ד אין ווילימאסבורג האט מען אויפגעהאנגען א קאפיע פון א בריוו וואס וואלעסקעז האט געשיקט א צייט צוריק צו שתד'לן פאר פאפא'ס העד סטארט. און דא האב איך געמיינט אז זי האט קיינמאל נישט געטון קיין טובות פאר אידן.

גדעון » זונטאג יוני 24, 2012 10:38 am

· #19499
די עסקנים שרייבן אז וואלעסקועז (וואס האט פארטרעטן טייל אידן) האט גארנישט געטון דעמאלטס ווען 50 קאנגרעסלייט אריינגערעכנט עריק דילאן (נישט פארטרעטן קיין אידן) האבן אינטערגעשריבן א פאטיציע לטובת רובאשקין, זי האט זיך בלויז דערמאנט יעצט פאר די וואלן,
די דעיט פון וואלעסקועז'ס בריעוו איז: June 5, 2012
קנאפע 3 וואכן צוריק

יידל » זונטאג יוני 24, 2012 10:41 am

· #19500
📎 YG1.PNG

📎 YG2.PNG

יידל » זונטאג יוני 24, 2012 10:45 am

· #19501
גדעון
די עסקנים שרייבן אז וואלעסקועז (וואס האט פארטרעטן טייל אידן) האט גארנישט געטון דעמאלטס ווען 50 קאנגרעסלייט אריינגערעכנט עריק דילאן (נישט פארטרעטן קיין אידן) האבן אינטערגעשריבן א פאטיציע לטובת רובאשקין, זי האט זיך בלויז דערמאנט יעצט פאר די וואלן,
די דעיט פון וואלעסקועז'ס בריעוו איז: June 5, 2012
קנאפע 3 וואכן צוריק

א. ניין דאס איז נישט וואס די עסקנים שרייבן. דאס איז וואס דו וואלסט ווען געוואלט וואס די עסקנים זאלן שרייבן. ליידער האבן די עסקנים געשריבן ליגנט.
ב. דו מיינסט אז דילאן מיינט לשם שמים און וואלעסקעז לשם הוואלן? איך נישט. ביידע זענען די זעלבע פאליטיקאנטן און ווילאנג וואלעסקעז זיכט אונז צו חנפ'ן איז מיר גוט.
ג. וויפיל בלאקס אידן זענען געווען אין איר דיסטריקט?

גדעון » זונטאג יוני 24, 2012 11:00 am

· #19506
יידל
גדעון
די עסקנים שרייבן אז וואלעסקועז (וואס האט פארטרעטן טייל אידן) האט גארנישט געטון דעמאלטס ווען 50 קאנגרעסלייט אריינגערעכנט עריק דילאן (נישט פארטרעטן קיין אידן) האבן אינטערגעשריבן א פאטיציע לטובת רובאשקין, זי האט זיך בלויז דערמאנט יעצט פאר די וואלן,
די דעיט פון וואלעסקועז'ס בריעוו איז: June 5, 2012
קנאפע 3 וואכן צוריק

א. ניין דאס איז נישט וואס די עסקנים שרייבן. דאס איז וואס דו וואלסט ווען געוואלט וואס די עסקנים זאלן שרייבן. ליידער האבן די עסקנים געשריבן ליגנט.

דו קענסט ליינען?
📎 rsz_311.jpg

יידל » זונטאג יוני 24, 2012 11:24 am

· #19509
גדעון
יידל
גדעון
די עסקנים שרייבן אז וואלעסקועז (וואס האט פארטרעטן טייל אידן) האט גארנישט געטון דעמאלטס ווען 50 קאנגרעסלייט אריינגערעכנט עריק דילאן (נישט פארטרעטן קיין אידן) האבן אינטערגעשריבן א פאטיציע לטובת רובאשקין, זי האט זיך בלויז דערמאנט יעצט פאר די וואלן,
די דעיט פון וואלעסקועז'ס בריעוו איז: June 5, 2012
קנאפע 3 וואכן צוריק

א. ניין דאס איז נישט וואס די עסקנים שרייבן. דאס איז וואס דו וואלסט ווען געוואלט וואס די עסקנים זאלן שרייבן. ליידער האבן די עסקנים געשריבן ליגנט.

דו קענסט ליינען?

איך האב מורא אז דו ביזט דער וואס קען נישט ליינען. "נידיע וואלעסקעז האט זיך אפילו נישט פארגינען צו שרייבן א בריוו לטובתו". איז "האט זי זיך דערמאנט פון אונז" בגימטריא "יא געשריבן א בריוו"?

יידל » זונטאג יוני 24, 2012 11:26 am

· #19510
די עיקר חוצפה איז די הוספה "איר קענט זען די בריוון אויף <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.justiceforsholom.org">www.justiceforsholom.org</a><!-- w -->", כאילו דארט וועט מען איבערצייגט ווערן אז וואלעסקעז האט נישט געשריבן קיין בריוו. די זלזול אין אונזער אינטעליגענץ איז הימל-שרייענד.

גדעון » זונטאג יוני 24, 2012 11:39 am

· #19511
איך וועל ברענגן די תוכן פונעם "עד המפורש" לכבוד יידל:

"ווי איז געווען וואלעזקועז ווען 50 קאנגרעסלייט האבן זיך ארויסגעשטעלט לטובת רובאשקין (מיט פארשידענארטיגע הילף), וועלעזקואז האט דאן אפילו נישט געשריבן קיין בריוו. (דאס מינעמום)
נאר איצט האט זי זיך דערמאנט!"

דאס ברענגט דער עד ארויס, און וועס ס'וויל זעהן - זעהט, און ווער ס'פארשטייט - פארשטייט

און די לינק איז טאקע דאס, גיי און קוק ווען זי האט זיך דערמאנט צו שרייבן, קיינער איז חלילה נישט מזלזל קיין זוז כל שהו און יידלס אינטעליגענץ ....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9