☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בלויז פארן "חטא"

בלויז פארן "חטא"

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #875

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 12:12 pm

· #18225
בלויז פארן "חטא"
נאך איינמאל איך זעה דעם אויבנדארמאנטן אויסדרוק - אינטער א בילד וואו אר"י אינגעלייט ווערן ארעסטירט דורך די פאליציי דארט - גיי איך מאכן אזאנע קולות אז ס'וועט טויב מאכן אלע "איד" ארבעטערס און איך וועל עס אויפהערן צו קויפן!!! סיריעסלע אלעס האט א גבול!!!

איך קען נישט מסביר זיין פארוואס דעי אויסדרוק גרוילט מיך און ס'קריכט שוין פון די נאז, אפשר איינער וואס קען לייענען מיינע פילינגס זאל מער מרחיב בדיבור זיין ביטע. כ'מיין עס ערענסט, עפעס א געפערליכע איבל קומט מיר לעצטענס ארויף ווען איך זעה דעם אויסדרוק. איין זאך ווייסיך קלאר: דעי אויסדרוק האט שוין אויפגעהערט דינען זיין ציהל!!

אינאף איז אינאף

דעינעש » זונטאג יוני 17, 2012 12:58 pm

· #18234
קום ארויף מיט א גוטע ריפלעיסמעמט ווארט, אפשר וועלין די שרייבער אייך מכיר טובה זיין,

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 1:04 pm

· #18236
איך וואלט געשריבן: "אינגעלייט ווערן ארעסטירט דורך די ציוניסטישע פאליציי פארן וועלן מקיים זיין מצוות מחאה/וביערת הרע", וכדומה.

"בלויז פארן חטא" איז שוין מער נישט "קיוט" סאררי.

דעינעש » זונטאג יוני 17, 2012 1:06 pm

· #18237
אראפ מיטן 'חטא'

משכיל » זונטאג יוני 17, 2012 1:23 pm

· #18238
עס איז דיין שולד ליין נישט די צייטונגען, זיי האבען א אגענדע, און זיי ברעין וואשען דעם עולם, דאס איז די פרייז פון די וואס ליינען די צייטונגען זייערע, און הערען קול מבשר הנקרא [די געקאלערטע וואסער], י

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 1:27 pm

· #18240
משכיל
עס איז דיין שולד ליין נישט די צייטונגען, זיי האבען א אגענדע, און זיי ברעין וואשען דעם עולם, דאס איז די פרייז פון די וואס ליינען די צייטונגען זייערע, און הערען קול מבשר הנקרא [די געקאלערטע וואסער], י

זיי ברעינוואשן מיר כלל נישט. איך בין פאאלי אין אגריעמענט מיט וואס דער איד שרייבט, איך קריג נאר אויף די אופן וויאזוי זיי שרייבן עס. ----- יעדע SAYING האט אן עקספירעישען דעיט. די פראז "בלויז פארן חטא" איז אויך אמאל גיט געווען, מ'דארף עס שוין אבער רעטייערן.

קול מבשר הער איך קיינמאל נישט אויס.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 17, 2012 3:05 pm

· #18275
און מיר למשל, גרוילט שוין צו הערן דעם אויסדרוק "שמעלץ טאפ" צו יעדע איינציגע מאל וואס ער דערמאנט נאר צה"ל.

פזמון: סיריעסלי, אלעס האט א גבול...........

פזמון: יעדע SAYING האט אן עקספיירעישען דעיט

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 17, 2012 3:08 pm

· #18276
איך פארשטיי נישט וואס עס איז אנדערש ווי "ווילאמסבורג איז נאך אונטערן דערהויבענעם רושם" וכו'.

עס איז א וועג וויאזוי די אידישע צייטונגען זעהן אויס. צייטונגען זענען נישט געמאכט געווארן צו שרייבן מיט די זעלבע שפראך וואס מען באנוצט אין פארומס.

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 4:22 pm

· #18285
יו אר מיססינג די פוינט. ס'דא גענוג אויסדרוקן אין צייטונגען וואס קומט שוין אזוי און קיינער נעמט עס אפילו נישט אינאכט. מיר באדערט נאר אזא אויסדרוק וואס וויל ארויסרופן סימפאטיע ביי די לייענערס "בלויז פארן חטא" .... אוי אזוי נעבעכדיג 😢 😢 -- ס'גוט געווען פאר 10 יאר, יעצט הייבט עס שוין אן צו בעקפייערן!

יעדעס מאל איך זעה "בלויז פארן חטא" טראכט איך צו מיר: "פיין זאל ער זיצן א טאג אין דזשעיל פארן בלויזן חטא.... גענוג געווען!!!

שימעלע » זונטאג יוני 17, 2012 11:22 pm

· #18334
מיך רעגט עס ווייל עס איז פשוט ליגענט.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 16, 2012 5:44 pm

· #24743
שמעקעדיג
און מיר למשל, גרוילט שוין צו הערן דעם אויסדרוק "שמעלץ טאפ" צו יעדע איינציגע מאל וואס ער דערמאנט נאר צה"ל.

פזמון: סיריעסלי, אלעס האט א גבול...........

פזמון: יעדע SAYING האט אן עקספיירעישען דעיט


איינער פון די רעדאקציע לייענט דא אין קאווע שטיבל, און די וואך האט ער אריינגעשטעלט א "תירוץ" מ'כלומר'שט פון א בריוו צום איד....
📎 Shmeltz Tup.jpg

זר זהב » מאנטאג יולי 16, 2012 5:49 pm

· #24746
איך מיין אז "שמעלץ טאפ" איז א לשון נקיה פאר "געמישטע הייראטן". ניין?

zamel » מאנטאג יולי 16, 2012 10:40 pm

· #24841
זר זהב
איך מיין אז "שמעלץ טאפ" איז א לשון נקיה פאר "געמישטע הייראטן". ניין?


זר לויט דיר וועט די סלאגאן פארן בלויזען חטא מיינען די חטא וואס סאטמאר רב האט געווינט שובבים ביי של"ס

וואס אגב פארציילט מען א מעשה אז איינע פון די גליק ברודערס האבן אמאל געזאגט פאר סאטמאר רב אז יעדער איינער ווייסט אז די חטא הידועה וואס ער פלעגט אזוי צאמוויינען מיינט מען די ציונים ודפח"ח

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 17, 2012 12:28 pm

· #25053
zamel
זר זהב
איך מיין אז "שמעלץ טאפ" איז א לשון נקיה פאר "געמישטע הייראטן". ניין?


זר לויט דיר וועט די סלאגאן פארן בלויזען חטא מיינען די חטא וואס סאטמאר רב האט געווינט שובבים ביי של"ס

וואס אגב פארציילט מען א מעשה אז איינע פון די גליק ברודערס האבן אמאל געזאגט פאר סאטמאר רב אז יעדער איינער ווייסט אז די חטא הידועה וואס ער פלעגט אזוי צאמוויינען מיינט מען די ציונים ודפח"ח


כ'האב געהערט אז רבי יענקלע פשעווארסקער האט זיך געזאלט אזוי אויס דריקען, אז ער האט לאנגע יארען געמיינט אז דער חטא הידוע מיינט ציונים.
דער קשיא איז נאר געוועהן פארוואס צוויינט זיך דער רבי מער בימי השובבי"ם וואס פאר א שייכות האט דאס מער מיט ציונות, אולי וייל ציונות איז גורם לירידה עמוקה ביז... וואס אויף דעם איז טאקע שובבי"ם מסוגל לתשובה.

טעפל » דינסטאג יולי 17, 2012 1:51 pm

· #25087
ערנסט???