☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

411 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #890
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

יונגערמאנטשיק » זונטאג יוני 24, 2012 12:49 pm

· #19531
יידל, א שאד די טענה'ריי, די יודן גייען מיט די קאפ אין וואנט אריין! וויל אפילו אויב האט זי נישט געשריבן קיין בריוון בכלל פאר רובאשקין, און דילאן האט יא געשריבן. (איך ווייס נישט ווי, אבער אזוי זאגן זיי) דאס אז זי האט געהאלפן פאפא מיט העד סטארט, דאס הייסט נישט געהאלפן קיין יודן, ווייל נאר סאטמאר זענען יודן.

גדעון » מאנטאג יוני 25, 2012 11:46 am

· #19790
In Yiddish, it's Getting Real Nasty Against her

אידן, מדארף ניצן אביסך שכל!

זר זהב » דינסטאג יוני 26, 2012 3:05 am

· #20015
היום יהיה האות הזה!!

איך זאג פאר א וועלעסקעז זיג, אבער נישט אין וויליאמסבורג. און איך האף אז טשארלס בארראן וועט מיאוס פארלירן צו האקים דזשעפריס.

בן תמליון » דינסטאג יוני 26, 2012 8:25 am

· #20020
זר זהב
היום יהיה האות הזה!!

איך זאג פאר א וועלעסקעז זיג, אבער נישט אין וויליאמסבורג. און איך האף אז טשארלס בארראן וועט מיאוס פארלירן צו האקים דזשעפריס.

איך זאג פאר א זייער קלאוס רעיס היינט נאכט צווישן וועלעסקוועז דילאן מ'וועט מוזן ווארטן אויף די עבסענטי בעלאטס וואס ביידע זייטן האבן קאלעקטעד אין די שווערע הונדערטער.

יואליש » דינסטאג יוני 26, 2012 8:45 am

· #20022
בן תמליון
זר זהב
היום יהיה האות הזה!!

איך זאג פאר א וועלעסקעז זיג, אבער נישט אין וויליאמסבורג. און איך האף אז טשארלס בארראן וועט מיאוס פארלירן צו האקים דזשעפריס.

איך זאג פאר א זייער קלאוס רעיס היינט נאכט צווישן וועלעסקוועז דילאן מ'וועט מוזן ווארטן אויף די עבסענטי בעלאטס וואס ביידע זייטן האבן קאלעקטעד אין די שווערע הונדערטער.

באזירט אויף וואס?

בן תמליון » דינסטאג יוני 26, 2012 8:59 am

· #20026
יואליש
בן תמליון
זר זהב
היום יהיה האות הזה!!

איך זאג פאר א וועלעסקעז זיג, אבער נישט אין וויליאמסבורג. און איך האף אז טשארלס בארראן וועט מיאוס פארלירן צו האקים דזשעפריס.

איך זאג פאר א זייער קלאוס רעיס היינט נאכט צווישן וועלעסקוועז דילאן מ'וועט מוזן ווארטן אויף די עבסענטי בעלאטס וואס ביידע זייטן האבן קאלעקטעד אין די שווערע הונדערטער.

באזירט אויף וואס?

איך בין אביסל באקאנט דאס איז מיין מיינונג נאכן אבזערווירן דעם גאנצן רינגס און ארום. ונזכה ונחיה היינט נאכט.

אבי גערעדט » דינסטאג יוני 26, 2012 9:37 am

· #20031
א גאר שיינעם דאנק קומט זיך פאר צד וואלעסקאז אממ.. כ'מיין צו זאגן צד מהר"א פאר'ן עלימינירן דאס שרעקליכע טעראר אויף אומשילדיגע תושבי וומ"ס, אין אויפגעהערט מיט די שרעקליכע לאודספיקערס-טראקס אין טאג פון די וואלן, אין רעזולטאט פון דעם האט צד נהרס"ל וואס וויל דאך אוודאי נישט טראגן א טעראריסטיש פנים, אויך געמאלדן היינט אז זיי עלימינירן דעם טעראר

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יוני 26, 2012 10:30 am

· #20047
איך ווייס נישט ווער בן תמליון איז, אבער ער שרייבט וואס די PR קאמפאני פון UJO זאגט, זיי ווילן אז ס'זאל הייסן א נאנטע פארמעסט, ווייל אויב נישט וועלן מענטשן נישט ארויסגיין וואוטן פאר דילאן, ווייל פון נאטור אויס ווילן מענטשן נישט וואוטן פאר א פארלירער.

אויף ווי ווייט איך ווייס, און איך האב נעכטן געהערט אויף CBS זאגן "וואלעסקעז איז ערווארטעד צו געווינען די רעיס". קען זיין אז זאכן האבן זיך געטוישט אין די לעצטע טאג צוויי, איך גלייב אבער נישט גארנישט וואס איך הער פון וויליאמסבורג, פשוט ווייל די PR איז ריזיג!

נעכטן האט געהאנגן א צעטל אין לי גארדענס שוהל איבער א אנקעטע פון א געוויסע פירמע וואס האט געזאלט פארזאגן א ענגע פארמעסט, א זוך אויף גוגל ווייסט נישט פון אזא אנקעטע צו זאגן. און די זעלבע איז געווען די שמועה אז מעיאר בלומבערג האט אינדארסירט דילאן, א זאך וואס גוגל ווייסט נישט דערפון.

גדעון » דינסטאג יוני 26, 2012 10:49 am

· #20054
אבי גערעדט
א גאר שיינעם דאנק קומט זיך פאר צד וואלעסקאז אממ.. כ'מיין צו זאגן צד מהר"א פאר'ן עלימינירן דאס שרעקליכע טעראר אויף אומשילדיגע תושבי וומ"ס, אין אויפגעהערט מיט די שרעקליכע לאודספיקערס-טראקס אין טאג פון די וואלן, אין רעזולטאט פון דעם האט צד נהרס"ל וואס וויל דאך אוודאי נישט טראגן א טעראריסטיש פנים, אויך געמאלדן היינט אז זיי עלימינירן דעם טעראר

די זאך איז שוין געווארן אפגעשמועסט פאר עטליכע וואכן צוריק

קאמפיאטער » דינסטאג יוני 26, 2012 11:16 am

· #20061
אפאר קליינע אינטערסאנטע זאכן וואס איך האב געזען.
איך האב שוין ב"ה אפגעגעבען מיין שטימע פאר וועם מיין קהלה האט געהייסן גיין, אויף די גאסן האב איך געזען ארים פארן א טראק אנגעפילט מיט סיינס וואס הייסט גיין שטימען פאר דילאן, טיט עס עפעס אויף? עס האט נישט קיין מייקס.
אויף די סאט דריי פלאץ האב איך נישט געזען קיין איינע פין די קהלות'ער שטיין מיט צעטלעך.
אויך איינע פין די פלעצער האב איך געזען ווי די צוויי גוים איינער מיט אן ארענדזשע העמעדל וואס ריפט וואטען פאר דילאן מיט א צווייטער וואס ריפט וואטען פאר וועלאסקעז שמיסען אזוי איינגענעם איך ביי קים א צעטעל פין איינעם די צווייטער פרעגט מיר מיט א שמייכעל די דארפסט אויך מיין צעטל??
איך האלט אז די מענטשען וואס טיילן צעטלעך איז אויסגעווארפן די געלט אין גארביטש.
פאר איך פארגעס די מיט די ארענדזשע העמעדעל איז געווען א שווארצער מיט גרויסע האר אויף דעם א קאפל מיט באבי פינס....

גדעון » דינסטאג יוני 26, 2012 11:21 am

· #20062
פארשפרייט אין די ספאנישע געגענטער
📎 605979701.jpeg

outspoken » דינסטאג יוני 26, 2012 12:39 pm

· #20079
היינט צופרי טרעף איך מיין שכן אינם עלעוועטער, זאגט ער אז ער גייט שטימען, זאג איך פיין עמער גיין צוזאמען, אזוי שפאצירענדיג רעדט מען זיך אויס ווי שווער פרנסה איז, מ'האט אונז ביידע פארשפארט די געז, ביידען סטראשעט די מענעדזמענט אז מ'גייט לייגען א ליען וכ'ו וכ''ו, פרעג איך אים ווער וואלט געווען די בעסטע קאנדידאט פאר אונז? קוקט ער מיר אן מיט אזא אויגן וואס פרעגט 'קומסט יעצט פון די לבנה'? איך שטים פאר די קאנדידאט וואס וועט העלפען מיין רבין זאל באקומען די בילדינגס און נכסים פון זיין ברודער.
שטיי איך אזוי און שפיר ווי א טרערעל פאלט אראפ פון מיין בעקעלעך, עד היכן הגיענו ווי ווייט האט מען זיך דערקייקעלט, צווי ברודערס האבן איבער גענומען א 'חסידות' אנשטאטס צו גיין צו א די''ת אדער פארהאנדלען ווי אנשטענדיגע מענטשען, זיצען זיי אין ערכאות ר''ל און זענען מחלל שם שמים מסוף העולם ועד סופו, אויב האט די גוי פארשטאנען אז אין רעליגיעזע אנגעלהייטען מישען זיי זיך נישט אריין, אנשטאטס צו פארשטיין אז די גוי'אישע געריכט פארשטייט אויך אז מ'דארף גיין צו א אידישע די''ת שלעפט מען אריין די פאלעטישאן'ס אין די טינופת, אין א צייט וואס אידן מיטשען זיך אויף פרנסה, אידן זיצן אין תפיסות אין אנדערע עקען וועלט וואס יעדע מינוט איז א סכנה, ועוד ועוד

קוקען מיר נישט אויס ווי די אידן וואס זענן געגאנגען קיין אוישוויטץ, און אויפן באן האט מען זיך געקריקט וועגן חסידות....

קאמפיאטער » דינסטאג יוני 26, 2012 1:08 pm

· #20083

מענער, פרויען, דער עולם שטימט אין גרויסן ב"ה...

יואליש » דינסטאג יוני 26, 2012 1:17 pm

· #20084
ווען מ'זאל דא גיין חוה"מ האלטן וואלט שוין געווען מחאות דערקעגן, אבער יעצט איז עס פאר די אינטערעסע פון די אדמורי"ם, איז אלעס פיין אין וואויל.

העמיר ווארטן צו הערן דער גאלאנטער זאל זאגן וויפיל גיטין האבן פאסירט א דאנק מכשולות אין די וואלן בודקעס.

קאמפיאטער » דינסטאג יוני 26, 2012 4:28 pm

· #20162
Yossi Gestetner (YossiGestetner): #NY7 - "shame on you. Shame on you," Councilman Steve Levin. This is what voters yelled now Marcy/Heyward. He fled.
וואס איז געווען? איינער ווייסט?

פריינדליך » דינסטאג יוני 26, 2012 4:55 pm

· #20168
קאמפיאטער
Yossi Gestetner (YossiGestetner): #NY7 - "shame on you. Shame on you," Councilman Steve Levin. This is what voters yelled now Marcy/Heyward. He fled.
וואס איז געווען? איינער ווייסט?

???

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 26, 2012 5:00 pm

· #20169
עס טוט זיך עס לעבט זיך, אינג און אלט, מאן און ווייב אלע לויפן צום בודקע, ציעהן ארינטער דעם גרויסן קנאפ און א שווערער שטיין עס גייט אראפ פון קאפ.
אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז א טאג נאך די וואלן וועט ujo אנהייבן טיילן דירות, פון צוויי פעק פאטעטעס לכבוד פסח וועט ווערן פיר און אלע פראזשעק'ס וועלן אויסגעליידיגט ווערן פון כולארעס.
ביינונז אין שוהל האט א שליח פון ujo געדינערט אויפ'ן באלעמער, "היום תאמצינו" עס איז א גורל'דיגע טאג, מען דארף זיי ווייזען איינמאל פאר אלעמאל. וועם מען דארף ווייזען ווייס איך נישט אבער מיין זיידע איז אהיים געקומען דערציטערט און געהייסען די באבע גיבן פרישטאג וואס פריער ווייל "היינט גייט מען וועלען" ער ווייסט נישט פון חכמות, מען טאר נישט לאזן די רשעים זאגט ער. לאזן ווי? איך ווייס נישט, די חברה אין בית מדרש זאגן אז דער גורל פונעם עתיד איז ממש געוואנדען אין היום תאמצינו.
אוי נעבעך ווי אונזערע פירער פארפירן אונז אין באד אריין

פריינדליך » דינסטאג יוני 26, 2012 5:10 pm

· #20174
ויהי ממחרת, א טאג נאך די וואלען, וואס גייען מיר פארדינענן? דריי מאל גארנישט, סאו וואס ווילען די עסקנים?

אוהב ספרים » דינסטאג יוני 26, 2012 10:02 pm

· #20207
<a class="postlink" href="http://core.talkingpointsmemo.com/election/results/new-york-us-house-7-d">http://core.talkingpointsmemo.com/elect ... -house-7-d</a>

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 26, 2012 10:52 pm

· #20217
כ'האב זיך אראפ געלייגט אביסל נאך די ארבייט און יעצט אויפגעשטאנען. נאך 10 אזייגער. מען קען נאך גיין שטימען?
הויעך הילכערס, טראמפייטערס, ווי זענט איר היינט געווען? הא?
אלע יארן ווען עס איז געווען מער ווייגער איין פאן טראגער אין וויליאמסבורג איז געווען אזוינע טומלענישן אז מען האט געקענט א מת מחי' מתים זיין. היינט איז געווען שא שטיל.
קוקט וואס אביסל קומפעטישן קען אויפטוען

ניו יארק » דינסטאג יוני 26, 2012 11:30 pm

· #20224
.
📎 June_26_2012.jpg

משה געציל » מיטוואך יוני 27, 2012 12:02 am

· #20230
ציקער זיס ווי מען קען דעם עם הנבחר פראגראמירען ווי ראבאטאן וואס פירען אויס די פינקציעס ווי אזוי דער פראגרעמער וואס קאנטראלירט זיי וויל, אן דעם מינדערסטע רצון צו פרובירען ניצען דעם אייגענעם שכל.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 27, 2012 12:10 am

· #20232
משה געציל. פארוואס זאגסטו אזוי? קודם כל תמימות איז א הייליגע מדה ביי כלל ישראל, און מען טאר נישט אפלאכן דערפון. אבער צווייטענס, והוא העיקר, נישט אלץ קען מען אזוי פארפירן דעם עם חכם ונבון, אבער ביי די נושא פון עסקנות. אין וועלכע דער פשוט׳ער עמך איד האט נישט צופיל ידיעות, דאן מוז ער זיך פארלאזן און גלייבן וואס די ראשי העסקנים זאגן. ופשוט הוא.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 12:12 am

· #20233
ב"ה טשארלס בארראן האט מיאוס פארלוירן.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 12:20 am

· #20235
ווילסאן: וועלעסקעז, 553. -- דיללאן, 884.

דיוויזשאן: וועלעסקעז, 262. -- דיללאן, 404.

טעילאר: וועלעסקעז, 695.-- דיללאן, 1035.

ראבלינג: וועלעסקעז, 129 -- דיללאן, 155.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 12:24 am

· #20238
דאס האב איך באקומען, מער ווייס איך נישט.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 12:26 am

· #20239
אינטערעסאנט דער דיללאן האט ניט אמאל געהאט א טשאנס אין העלל צו געווינען, איך האב געמיינט סעט זיין אביסל שמאלער. האב איך יא גוט פאראויסגעזאגט אז ס'איז שווער ארויסצוזעהן אזא שטארקן אינקאמבענט, עטסעטרע

from FOX

Most political handicappers expected Velázquez to cruise to victory due to an endorsement from President Obama and each of New York City’s three major newspapers

משה געציל » מיטוואך יוני 27, 2012 12:28 am

· #20241
שמעקעדיג
משה געציל. פארוואס זאגסטו אזוי? קודם כל תמימות איז א הייליגע מדה ביי כלל ישראל, און מען טאר נישט אפלאכן דערפון. אבער צווייטענס, והוא העיקר, נישט אלץ קען מען אזוי פארפירן דעם עם חכם ונבון, אבער ביי די נושא פון עסקנות. אין וועלכע דער פשוט׳ער עמך איד האט נישט צופיל ידיעות, דאן מוז ער זיך פארלאזן און גלייבן וואס די ראשי העסקנים זאגן. ופשוט הוא.

ווען די רעדע איז עסקנות, כל הכבוד. די מעשה איז נאר אז עסקנים שרייען שוין יארען אז מען זאל גיין וואטען און גאר א קליינער מינארעטעט האט געשפירט פאר וויכטיג זיך צו צוהערען צו די געטרייע עסקנים, ממילא עסקנות אין די זייט געלייגט. נאר וואזשע דען? פאליטיק, נא אויף פאליטיק האב איך פולע רעכטען צו שטיין אינדערזייט און אבזעווירען ווי ראבאטיש מענטשן פירען זיך אויף.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 27, 2012 12:38 am

· #20244
איך וויל בעטן די אלע געלונגע ניקס וואס זענען געקימען דא מיטיילן מיט עולם די וויכטיקייט פין יא אדער נישט וואטען,ז
אלן זיך נישט אפטראגן יעצט נאכן וואלן, עטס זענטס לכוראה מענשטן וואס פארקויפן עפעס .
פאר די וואס האבן נישט וואס האבן נישט עפעס ציפארקויפן חוץ וואלן,
זיי וואלט איך יא געווינשטען זיך צי ווידער זען ביי די נעקסטע וואלן. אין פליס סעוו אלעס וואס די האסט געשריבען יעצט, כדי זאלסט נישט דארפן איבערטייפן אלעס סעקשען 8, וואטשרס, מציצה, נידערמאן, ארוינים,וועסט טוישן די קאנדידאטס נאמען אין דריקן 'שיק'

אבי גערעדט » מיטוואך יוני 27, 2012 12:43 am

· #20245
צד מהר"א האט אפגעהאלטן אן היסטארישן אין אומגלויבליכן געווינס אין וויליאמסבורג, אנגעהויבן מיטן געווינס פון זייער קאנדידאט וואלעסקאז, אין נאכפאלגענדיג מיטן גאר שטארקן בלאק וואוט פון 4,445 וואוטס.
דאס איז דאפלט פון זייער גרעסטער נומער וואס זיי האבן ביי ווען געהאט אין וומ"ס
צד מהרז"ל אינאיינעם מיט די אנדערע וויליאמסבורגע קהלות אין אינאיינעם מיט די ספאנישע וואוטערס האבן אריינגעברעגט 5,715 בערך

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 12:45 am

· #20247
אבי גערעדט
צד מהר"א האט אפגעהאלטן אן היסטארישן אין אומגלויבליכן געווינס אין וויליאמסבורג, אנגעהויבן מיטן געווינס פון זייער קאנדידאט וואלעסקאז, אין נאכפאלגענדיג מיטן גאר שטארקן בלאק וואוט פון 4,445 וואוטס.
דאס איז דאפלט פון זייער גרעסטער נומער וואס זיי האבן ביי ווען געהאט אין וומ"ס
צד מהרז"ל אינאיינעם מיט די אנדערע וויליאמסבורגע קהלות אין אינאיינעם מיט די ספאנישע וואוטערס האבן אריינגעברעגט 5,715 בערך

די ספאנישע האבן געוואוט פאר דיללאן ?

אבי גערעדט » מיטוואך יוני 27, 2012 12:48 am

· #20249
אינהאלטסרייכע אנאליז פון יוסי געשטעטנער איבער די אויסגאנג פון די היינט נאכטיגע וואלן
<a class="postlink" href="http://t.co/bg2vkJr3">http://t.co/bg2vkJr3</a>
איך ציטיר נאר איין שטיקל דא:
Make no Mistake. The Zaloynim still have votes. They are still a power to be reckoned with in Brooklyn. But the days of giving only lip service and half backed attention to the Aroynem is over.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 12:49 am

· #20250
[ציטאט אראפגענומען]

ביזט 100 אחוז גערעכט

אבי גערעדט » מיטוואך יוני 27, 2012 12:49 am

· #20251
[ציטאט אראפגענומען]

די וויליאמסבורג'ע ספאנישע וואס באקומען דירות אין די פראדשעקס אין אלע זייערע אנדערע געברויכן פון לאפעז, האבן געשטימט פאר זיין קאנדידאט

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 12:58 am

· #20253
זאגט מיר יעצט א חסיד פאפא אז די וואלן זענען געפעלשט, די רבי האט קלאר געזאגט אז דילאן גייט געוואונען.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 1:02 am

· #20254
???
SatmarHQ: Thanks all Anash who came out to vote for the Achim LeDeiah candidat, Eric Dilan won Williamsburg with a landslide 2-1-- ,5952 to 3027

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יוני 27, 2012 1:14 am

· #20261
זר זהב
SatmarHQ: Thanks all Anash who came out to vote for the Achim LeDeiah candidat, Eric Dilan won Williamsburg with a landslide 2-1-- ,5952 to 3027

אז מ'איז נישט צופרידן פון די עכטע רעזולטאטן, שרייבט מען פאלטשע.

וואס איז געווארן מיט די ענגע פארמעסט? די פאולס וואס מ'האט נעכטן פארקויפט?

וועגן ספאנישע, יעדע גייט יעצט שרייען אז די ספאנישע האבן געוואוט פארן אנדערן. די ארונים גייען שרייען אז זיי זענען זיכער געגאנגען מיט וויטא לאפעז און די זאליס גייען שרייען אז זיי זענען געגאנגען מיט וואלעסקעז. די אמת גייט מען קיינמאל נישט וויסן.

אונטערשטע שורה, וואלעסקעז האט געווינען דעם פארמעסט. די זאלונים האבן געווינען וויליאמסבורג, די ארונים האבן געווינען אנערקענונג אלס בלאק וואוט, און וויטא לאפעז האט פארלוירן זיין איינפלוס אויף די ספאנישע איבער דעם גאנצן דיסטריקט. (ספעציעל לויט די זאליס ווערסיע אז אין וויליאמסבורג זענען די ספאנישע געגאנגען צו וועלעסקעז)

אוהב ספרים » מיטוואך יוני 27, 2012 8:19 am

· #20288
איין נקודה וואס קיינער ברענגט נישט ארויס דא, אז צווישען ביידע קאנדידאטען איז מער פון העלפט פינעם היימישער ציבור משני הצדדים בכלל נישט געגאנגען וואוטען

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 9:07 am

· #20289
ווער עס האט געזעהן די דבר יום ביומו היינט. איך האב נישט א סקעננער. דארט שרייבט א מודעה מצד הגז"ל מסאטמאר אז זיי האבן געווינען מיט 6000 אקעגען "קנאפע" 3000 צד שכנגד (מהר"א).
what a joke? צו לעבט מען היינט אין די 19ט סענטרי? וועם וויל מען דא איינרעדן מעשיות? די נומערען פון סאטמאר מהר"א איז כמעט 4,500 טויזענט
איך בין נישט א סאטמערער, ביי אונז אין ביהמ"ד האבן אלע געוואוט ווי די איחוד הקהלות פאר דילאן.
איז אויב די סאטמאר (מהר"א) האט ארויסגעברענגט כמעט 4500 טויזענט שטימען אקעגן צד הגז"ל ואתו עמו אלע אנדערע קהלות. הייב איך דעם היטל פאר זיי.

יואליש » מיטוואך יוני 27, 2012 9:42 am

· #20291
בן תמליון
יואליש
בן תמליון
זר זהב
היום יהיה האות הזה!!

איך זאג פאר א וועלעסקעז זיג, אבער נישט אין וויליאמסבורג. און איך האף אז טשארלס בארראן וועט מיאוס פארלירן צו האקים דזשעפריס.

איך זאג פאר א זייער קלאוס רעיס היינט נאכט צווישן וועלעסקוועז דילאן מ'וועט מוזן ווארטן אויף די עבסענטי בעלאטס וואס ביידע זייטן האבן קאלעקטעד אין די שווערע הונדערטער.

באזירט אויף וואס?

איך בין אביסל באקאנט דאס איז מיין מיינונג נאכן אבזערווירן דעם גאנצן רינגס און ארום. ונזכה ונחיה היינט נאכט.

בן תמליון כ'גלייך זייער דיין שרייבן אין אלגעמיין, אבער האלטסט נישט אז דיינע פאליטישע אינסטינקטס ברויך א ריעליטי טשעק? ווען דו ביסט ווען אן עמך קול מבשר' איד וואס פלוידערט נאך פון 'דבר יום ביומו', מילא. אבער קען דען דאס זיין אז איינער וואס איז "באקאנט" און "נאכן אבזערווירן דעם גאצן רינגס און ארום" זאל זיך אזוי טועה זיין מיט עפעס וואס כמעט יעדער שמויגער אין וומ"ס האט געוויסט אז ס'איז נישט אזוי?

פארצייכען זיך ווען משיח וועט קומען זאלסטו ברענגן א פר העלם דבר של ציבור.

בן תמליון » מיטוואך יוני 27, 2012 10:34 am

· #20328
יואליש
[

בן תמליון כ'גלייך זייער דיין שרייבן אין אלגעמיין, אבער האלטסט נישט אז דיינע פאליטישע אינסטינקטס ברויך א ריעליטי טשעק? ווען דו ביסט ווען אן עמך קול מבשר' איד וואס פלוידערט נאך פון 'דבר יום ביומו', מילא. אבער קען דען דאס זיין אז איינער וואס איז "באקאנט" און "נאכן אבזערווירן דעם גאצן רינגס און ארום" זאל זיך אזוי טועה זיין מיט עפעס וואס כמעט יעדער שמויגער אין וומ"ס האט געוויסט אז ס'איז נישט אזוי?

פארצייכען זיך ווען משיח וועט קומען זאלסטו ברענגן א פר העלם דבר של ציבור.

יאפס ר' יואליש ס'איז מיר געווען א היפשער סורפרייז נעכטן מיינע חשבונות האב איך באזירט אויפן חשבון אז ביי די נישט אידן וועט זיין א נאנטערער פארמעסט נאך וואס לאפעז האט איינגעלייגט וועלטן פאר איר למעשה האט זי זייער שטארק אנגעצויגן. צד מהר"א האט שטארק אנגעצויגן נעכטן און מרז"ל האט געליטן א היפשער דורכפאל נאכן אריינלייגן אזויפיל כוחות. לאמיר האפן אז זיי וועלן זיך לערנען נישט צו טשעפען מענטשן מיט סעלפאנס וכדומה זיין עולם זעט נישט ממש אויס צו זיין בלינדע שאף זאל ער זיי בעסער באהאנדלען מיט זיידענע הענטשיך.

נאר צו אויסקלארן איך געהער צו קיינעם איך בין מיין אייגענער מענטש ב"ה מיינע מיינונגען זענען אייביק מיינע. ווען משיח וועט קומען יא האב איך שוין א לאנגע ליסט פון קרבנות אקסן שעפסן לעמעלעך בני שנה און נאך וואס איך בין שולדיק אבער זאל ער שוין קומען מיטן אייזעלע כ'האף ער'ט נישט ווייזן אויף מיר מיטן פינגער אנה השם מלטה נפשי.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 10:35 am

· #20329
אבי גערעדט
אינהאלטסרייכע אנאליז פון יוסי געשטעטנער איבער די אויסגאנג פון די היינט נאכטיגע וואלן
<a class="postlink" href="http://t.co/bg2vkJr3">http://t.co/bg2vkJr3</a>
איך ציטיר נאר איין שטיקל דא:
Make no Mistake. The Zaloynim still have votes. They are still a power to be reckoned with in Brooklyn. But the days of giving only lip service and half backed attention to the Aroynem is over.

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/06/yossi-can-we-have-numbers.html">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012 ... mbers.html</a>

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יוני 27, 2012 11:58 am

· #20352
איך בין נייגעריג צו זעהן צו יאסי געשטעטנער גייט אננעמען דעם טשאלענדזש.

דער אמת איז אז ס'ווענד זיך וועלעכע פאול פלעצער מ'ציילט, אבער ביידע וועגן זענען ביידע נישט גערעכט.

די ארונים האבן געהאט ערגעץ צווישן 41-44 פראצענט, געוואנדן אין וואס מ'ציילט.

די פאקט אז די זאלונים שרייבן פאלטשע נאמבערס ווייזט אז זיי זענען נישט צופרידן פון די עכטע רעזולטאטן.

יידל » מיטוואך יוני 27, 2012 12:05 pm

· #20354
דאס וואס ארטאקאס פונדיט שרייבט אז "it's mainly due to being out-organized by the Aranites" איז שקר וכזב. די זאלונים האבן שוין אנגעהויבן מיט זייער "אחים לדעה" קאמפיין וואכן בעפאר די ארונים האבן זיך דערמאנט צו מאכן א "בלאק וואוט" קאמפיין. און די זאלונים האבן געארבעט פלייסיגער, אהיימשיקענדיג רעגיסטראציע צעלעך צו די מאמעס, אויסטיילענדיג רעגיסטראציע צעטלעך פאר די מענער בעת די ארונים האבן ווייט נישט אזוי פלייסיג געארבעט.

יואליש » מיטוואך יוני 27, 2012 12:45 pm

· #20363
יידל
דאס וואס ארטאקאס פונדיט שרייבט אז "it's mainly due to being out-organized by the Aranites" איז שקר וכזב. די זאלונים האבן שוין אנגעהויבן מיט זייער "אחים לדעה" קאמפיין וואכן בעפאר די ארונים האבן זיך דערמאנט צו מאכן א "בלאק וואוט" קאמפיין. און די זאלונים האבן געארבעט פלייסיגער, אהיימשיקענדיג רעגיסטראציע צעלעך צו די מאמעס, אויסטיילענדיג רעגיסטראציע צעטלעך פאר די מענער בעת די ארונים האבן ווייט נישט אזוי פלייסיג געארבעט.

ס'הייסט אז די רעגיסטראציע דרייוו האבן די זאלונים דעליווערט א מעכטיגע זשאב. אבער מיט די "געט אוט די וואויט" קאמפעין האבן די ארונים דערלאנגט א נאק אוט פאונטש.

לכאורה ביי די נעקסטע וואלן וועלן שוין ביידע זייטן זיין אזוי העכסט סאפיסטיקירט. רבנים האבן מתיר געווען אלע אינטערנעט דעווייסעס בכגון דא, ווייל עת לעשות. ביידע לערנען זיך פון ק"י ווי די וואלן איז די גרעסטע אינוועסטמענט.

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יוני 27, 2012 1:05 pm

· #20371
ביי די יעצטיגע רעגיסטראציע דרייוו האבן די ארוינים רעגיסטרירט מער ווי די זאלוינים, ווייל די זאלוינים האבן געהאט מער רעגיסטרירטע פון פארדעם. און די ארוינים האבן נישט דעליווערט קיין "נאק אוט" פאנטש, ס"ה האבן זיי געוואונען א בלאק וואוט. ס'איז א שטארקע געווינס, אבער די זאלוינים האבן געווינען "אין ווילאמסבורג". זיי האבן געהאט 1635 מער ווי די ארונים.

איין תירוץ וואס די ארונים האבן יא, זייער אסאך ערשטע מאל רעגיסטרירטע האבן פראבלעמען ביים שטומען, און זיי האבן א ריזיגע צאל עפידעווידס. דאס וועט מען זעהן ביי די נעקסטע עלעקשן צו זיי זענען גערעכט צו נישט. (אדער אויב מ'וועט ציילן אלע עפידעיווידס)

נס קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 1:07 pm

· #20372
ווייסט איינער ווי מ'קען זיהן די ריזאלטס שווארץ אויף ווייס, און אין וועלכע געגנט, אדער דארף איך גלייבן יעדעם מיט זיינע נגיעות?

גאלד » מיטוואך יוני 27, 2012 1:09 pm

· #20373
ארונים האבן ארויסגעברענגט בערך 4500 שטימען, לעצטע מאל האבן זיי געהאט בערך 1,800

די ארונים וועלן אלס האבן א שווערע פראבלעם מיט די אנדערע חסידות'ן, ופאפא בראש, וואס ווילן זיך ענדערש האלטן מיט ר' משה דוד נידערמאן און די זאליס וואס זיי האבן שוין א אלטע בונד, כידוע

אויך די אלע גוים/ספאנישע פון די פראדשעקטס זענען פארנאטישע שטיצער פון מר. וויטא לאפעז יר"ה כידוע

וואס דאס מאכט מיך קלערן אז יתכן אויב זאל מען זיך בלויז זיך קאנצעטרירן אויף "סאטמארע" פנימי שטימען, איז שטארק יתכן אז די ארונים זענען מעגליך האלב אדער אפשר דער רוב,

דאס אמאל זיכער אז די נעכטיגע וואלן האט דראסטיש געטוישט די בילד וויזוי די ארונים ווערן אפגעשאצט בעיני הפאליטישנס,

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יוני 27, 2012 1:20 pm

· #20376
גאלד

די עכטע נאמבער איז נישט 4500, ס'איז 4078. און די טענה פון אנדערע מוסדות ביסטו גערעכט, אבער ספאנישע גייט מען קיינמאל נישט וויסן, יעדער גייט טענהן אז זיי זענען געגאנגען צום אנדערן, ווי געשריבן.)

און דאס אז די ארונים'ס בילד האט זיך געטוישט איז אמת. זיי האבן ביז היינט געהאט בערך 1800 און יעצט 4000, איבער דאפעלט! און דאס אז לאפעז האט געכאפט א זעץ איז אויך אמת, אבער דאס האט נישט אזויפיהל צו טוהן "נאר" מיט די ארונים, ער האט געכאפט א זעץ פונדרויסן אויך.

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 1:22 pm

· #20377
אינגערמאנטשיק, די זלונים האבן נישט געהאט 1635 מער שטימען ווי די ארונים
די איחוד הקהלות ווי פאפא סקווירא סקולען ועוד און אלע וואס די פיקטשער פון זייערע רבי'ס האט פיגורט אויף אלע ווענט און וויליאמסבורג. הכל בכל מכל איז געווען 1635 מער ווי דער שה אחד בן שבעים זאבים ארונים, וואס האבן ארויסגעברענגט גאנצע "4479" טויזענט שטימען. "נישט 4078"
עס איז פאר זיי א מעכטיגע זיג וואס הילעכט אפ זייער ווייט
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9