☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

411 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #890
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

פאנדיט » דינסטאג יולי 3, 2012 12:38 am

· #21414
ס'פאלט מיר נישט ביי

ר' יוסף געשטעטנער מעלדט היינט אז עס איז נאך פרי צו געבן אן ענדגילטיגע שאצונג איבער די וואלן, און מ'דארף ווארטן אויף די עבסענטיס און אפידוועיטס. איך האף אז דעמאלט וועט ער עס ארויפלייגן אויף א בעסערן וועג. אז נישט וועל איך דעמאלט זען.

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יולי 3, 2012 1:47 am

· #21419
פאנדיט, איך קען נישט זעהן די נאמבערס אויף דיין סייט, אפשר מאכסטו א פרינט סקרין פון דיין סייט און דו לייגסט עס ארויף דא?

קלאר » דינסטאג יולי 3, 2012 11:52 am

· #21443
אלבערט
ביים רעסטלער איז צו ערווארטן א פרישער העפטיגער קאמפיין, און דארט וועט מען בעסער און קלארער וויסן די ציפערן צוליב דעם וואס עס איז בלויז אינעם וויליאמסבורגער דיסטריקט.

פין ווי ביז ווי לויפט זיין דיסטריקט?

זר זהב » דינסטאג יולי 3, 2012 12:01 pm

· #21445
ווילי, פארט גרין, גרינפוינט
קוק די מאפע
<a class="postlink" href="http://www.flickr.com/photos/fort-greene/4975064288/">http://www.flickr.com/photos/fort-greene/4975064288/</a>

קלאר » מיטוואך יולי 4, 2012 10:59 am

· #21616
זר זהב
קוק די מאפע
<a class="postlink" href="http://www.flickr.com/photos/fort-greene/4975064288/">http://www.flickr.com/photos/fort-greene/4975064288/</a>

דער דיסטריקט לידער לויפט אינעם זעלבן אסעמבלי דיסטריקט?

זר זהב » מיטוואך יולי 4, 2012 11:31 am

· #21620
50טן אסעמלי דיסטריקט

פריינדליך » מיטוואך יולי 4, 2012 3:03 pm

· #21673
זר זהב
פליז, סטאפט'ס מיט די קינדערישע אטאקעס.

איך וויל מיר דא אנעמען {אומגעבעטן } פאר דעם ארוני, און בארעכטיגען זיינע אטאקעס,

פאנדיט פירט אן מיט א סייט ווי ער האט פרי עמטיוו געפענט פייער קעגן די קעגענער פון נידערמאן, ער האט זיי כסדר פראבירט צו שטעלן אויף די שלעכטע זייט פינעם בילד, מיטען ברענגן אומגינסטיגע נייעס קעגן יענע צד, איין מאל האט געשריבען אז זיי שטעלן צו אומזינסטע ריידס אא"וו אלעס זיי אראפצומאלען לעיני הגוים שלעכט,

די קעגענער פון נידערמאן האבן די רעכטס צו פארלאנגען ענטפערס פון פאנדיט, פינטל,
דער געשלאגענער האט די רעכט זיך צו פארטיידיגען, בפרט אז דער שלעגער האט דא אנגעהויבן א פייט על לא דבר, זאל זיך פאנדיט פרייען אז זיי טיען עס נישט אויפן זעלבען אויפן ווי ער טוט און זיי שרייבען נישט קעגן אים לעיני כל הגוים, פאנדיט איז דא געווען - ער איז נאך אלץ דא - מען האט אים דא אנגעפרעגט דערועגען און ער האט עס איגנארירט און זיך נישט וויסענדיג געמאכט, עס איז אקעי, אבער די צד השני מעג צירוק פייטען,

איך עקל מיר פון די אטעקעס און מחלוקות, די וועלט וואלט געווען א בעסער פלאטץ אן די גארביטש, אבער יושר מעג נאך אלץ זיין, אויב מען פרעגט איינעם איבער וואס ער האט געשריבען נעגאטיוו האט יענער די חיוב צו ענטפערן אדער זאל ער זיין צופרידען ווי אזוי די צד השני רעאגירט דערצו,

די זעלבע זאך גייט אויך אן מיט די OTD חברה, זיי מעגן שרייבען ביכער אויפטרעטען אויך טעלעוויזע ראדיא בלאגס אד"ג קען דעם ערליכען ציבור,
אבער ווען איינער עפענט זיך דאס מויל קעגן זיי מיט די ריכטיגע אמת'ע טיטלען וואס עס קימט זיי, ווערן זיי גאנצטע רחמנות אז מען רודפט זיי מען טשעפעט זיי אד"ג, זיי דארפן פארשטיין, ווילסט זיי א עוכר ישראל? גיי געזינטערהייט, ווילסט אונז באשמיצען? זיי גערישט אויף אונזער רעאקציע, באשמיצען גייט ביידע וועגען,

זר זהב » מיטוואך יולי 4, 2012 5:48 pm

· #21743
איך האב מיר באצויגן צו "ברוין'ס" בעיבישע פליק.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:25 am

· #21826
אין "די צייטונג" איז דא א באריכט ערגעץ אין די לעצטע זייטן (כ'דענק נישט וואו. כאבעס געלייענט אין גראסערי, גראסעריי! אקעי) אז בעיסט אויף די וואלן רעזאלטס פון פארגאנגענעם וואך איז לינקאלן רעסטלער אויף געהאקטע צרות אין די קומענדיגע דיסטריקט ליעדער וואלן וואו ס'גייט לויפן עפעס א פוילישער וואס איז גאנץ פאפולער.

די צייטונג ווייסט אפילו צו פארציילן אז רעסטלער, זעענדיג כי כלתה אליו הרעה, האט זיך אנגעהויבן לעקן צו קאונסילמאן סטיוו לעווין מיט א חנופה/צוזאג אז ער (רעסטלער) וועט נישט לויפן קעגן לעווין אין די סיטי קאונסיל רעיס אויב וועט לעווין און לאופעז נישט ארויסשטעלן/בעקן איינעם צו לויפן קעגן אים אין די 'דיסטריקט ליעדער' וואלן; צו וואס לעווין האט זיך בכלל "נישט" צוגעכאפט...

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:46 am

· #21831
רעסטלער זאגט דא אז 2 דריטל פון דילאן'ס שטימען אווער-אלל איז געקומען פון ראביי נידערמאן. -- ד.מ. אז נידערמאן האט דעליווערט 6000 שטימען פאר דילאן.

פריינדליך » דאנערשטאג יולי 5, 2012 2:14 am

· #21833
לינקלן רעסטלער איז א קליין פויערעל אויפן שאך ברעט. ער באמת נישט אינטערסאנט צי פארברענגן צייט אויף אים,

ביי די קימענדיגע וואלען דארפן די ארונים אנציען עטוועס שטארקער ווי יעצט און עס וועט זיין א געווינס פאר זיי. מאכט נישט קיין טעות רעסטלער גייט קלאר פארלירען ביי די קימענדיגע וואלען אבער גייט לכאורה מיטנעמען א שטיקעל נידערמאן מיט זיך. נידערמאן ענד קא איז נישט זאליס אליינס, עס איז טאקע די גרעסערע רוב זאליס אנער עס איז אינאיינעם מיט אסאך קלענערע קהילות, נאך יעדע זיג וואס די קעגענער האבן פאלן אוועק שטיקלעך פון די נידערמאן קאליציע, אזאלכע בריווען ווי פאפא און די בלאט גייט ווערען לכאורה מער אפט און די זאכען האבן א השפעה, עס איז זייער גרינג אנצורייצען מענטשן אז מען ניצט זיי נאר אויס,

עס איז שטארק מעגליך אז די רעסטלער פארליסט וועט אויך זיין א נידערמאן פארליסט, איינמאל די קעגענער האבן ערגעץ צווישען 3800 וואטס און נידערמאן האט נאר ביז 5000 וואטס איז נידערמאן א פארלירער. מיין חשבון איז - מעגליך איך האב א טעות - נידערמאן האט שוין יעצט געהאט זיין מאקסימום ער קען נישט גיין העכער 5000, זיינע קעגענער הייבן ערשט יעצט אן זיי האבן נאך היבש ווי צו ווערען גרעסער,

פיינע קאווע » דאנערשטאג יולי 5, 2012 9:08 am

· #21841
וויאזוי קענסטו זאגן אז נידערמאן האט נישט קיין 5000 וואוטס
ביי די גענעראל פארזאמלונג אין ראדני האט דער ראש הקהל געזאגט קליפ און קלאר אז מען האט שוין רעגעסטרירט איבער 4 טויזענט נייע שטומען !!

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 10:38 am

· #21853
זר זהב
רעסטלער זאגט דא אז 2 דריטל פון דילאן'ס שטימען אווער-אלל איז געקומען פון ראביי נידערמאן. -- ד.מ. אז נידערמאן האט דעליווערט 6000 שטימען פאר דילאן.

ער זאגט אויך אז אינדרויסן פין ווילימאסבורג האט דילאן אנגעצויגן בלויז 3000 שטומען,
עפעס מאכט נישט קיין סענס ווייל לפי ידעתי האט דילאן נישט געהאט קיין גאנצע 9000 שטומען
אלא מאי וועלן מיר מוזן זאגען אז דער גוי לא דק בלשונו

ער לייגט דארט גראדע צו א אינטערסאנטע נקודה
אז טראץ וואס די 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט נעמט אריין אין זיך די סיטי קאנסול דיסטריקט פין עריק דילאן, אין די אסעמבלי דיסטריקט פין מארטין דילאן אין די אסעמבלי דיסטריקט פין לאפאז, האט דילאן פארט נישט אנגעצויגן מער ווי 3000 שטומען חוץ וויליאמסבורג

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 10:59 am

· #21858
קלאר
זר זהב
רעסטלער זאגט דא אז 2 דריטל פון דילאן'ס שטימען אווער-אלל איז געקומען פון ראביי נידערמאן. -- ד.מ. אז נידערמאן האט דעליווערט 6000 שטימען פאר דילאן.

ער זאגט אויך אז אינדרויסן פין ווילימאסבורג האט דילאן אנגעצויגן בלויז 3000 שטומען,
עפעס מאכט נישט קיין סענס ווייל לפי ידעתי האט דילאן נישט געהאט קיין גאנצע 9000 שטומען
אלא מאי וועלן מיר מוזן זאגען אז דער גוי לא דק בלשונו

ער לייגט דארט גראדע צו א אינטערסאנטע נקודה
אז טראץ וואס די 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט נעמט אריין אין זיך די סיטי קאנסול דיסטריקט פין עריק דילאן, אין די אסעמבלי דיסטריקט פין מארטין דילאן און די אסעמבלי דיסטריקט פין לאפאז, האט דילאן פארט נישט אנגעצויגן מער ווי 3000 שטומען חוץ וויליאמסבורג

נו פיר אויס! דאס גיבט נאר נאך מער האפט צו די וואס זאגן אז די ווילי וואוטס פאר דילאן זענען אידישע וואוטס און נישט ספאנישע! טינק אבאוט איט.

לויט די יעצטיגע קאונט האט דילאן געהאט 8600 וואוטס און דאס נאך פאר'ן ציילן אלע בעלאטס אד"ג. מילא איז מעגליך ער האט יא ארום 9000 שטימען.

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:05 am

· #21862

איך זעה נישט פארוואס די מאכסט אזעלכע מסקנות
אפשר זענען די אנדערע 3000 וואוטס פינדרויסן פין וויליאמסבורג אויך אידישע וואוטס? קאם אן!
פארוואס זאל דער ספאנישע גוי פין די פראזשעקס נישט מכיר טובה זיין פאר וויטא לאפעז וועלכע האט אים ערלעדיגט זיין דירה?

עס קען זיין אז דילאן וועט צום סוף האבען אפילו 10 טויזענט שטומען, אבער דערווייל האט ער ניטעמאל 9
סוי ווען די ברענגסט א ווידיא פין רעסטלער קענסטו נישט קויפן איין זאך אין לייקענען די צווייטע זאך

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:10 am

· #21863
די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט
דרך אגב
איך זעה אז פאנדיט האט אטעקירט די ארונים אויף זיין איין זייטיגע בלאג - ווי ער זיכט אראפצומאלען די ארונים אויפן שטייגער ווי דער איד
צווישען אנדערע איין זייטיגע אטאקעס שרייבט ער אז זיי האבען צוגעשטעלט ריידס פאר די קינדער זאלען שלעפן די עלטערן צו שטומען
ער מאכט זיך ווי ער ווייסט ניטעמאל אז די זאליס האבען צוגעשטעלט קארטלעך צו קענען אריינגיין ממחרת די וואלען צו א מתנות חלוקה אין זאל פין קאנקארד פלאזא
איך האב די קארטל אין באזוץ

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:11 am

· #21864
דו זאגסט אז לאופעז האט נישט געקענט ארויסשלעפן מער פון 3000 וואטס פאר דילאן אין די גויעשע געגענט, פארוואס פונקט אין ווילי זאל אים יא געלונגען ארויסשלעפן גויעשע וואוטס פאר דילאן ? עם איי מיסינג סאמטינג הער ?

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:16 am

· #21866
אז די וועסט קוקן אויף וואוטינג פלעצער ארום וויליאמסבורג
ווי עס האבען לשיטכם געוואוט גאר א קליינע פראצענט אידן
וועסטו כמעט איבעראל זעהן אז דילאן האט געהאט רוב

איך וועל מוזן קומען צו די מסקנא אז די לאקאלע ספאנישע געמיינדעס זענען געטריי פאר לאפעז, ווי מען האט געזעהן ביי די לעווין וואלען
ווען איינער וועט ארויסווארפען א ספאנישע פין זיין דירה אין וועט עס געבן פאר מיר וועל איך איך אים אויך מכיר טובה זיין
נישט נאר איך נאר אלע מיינע ארומיגע

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:32 am

· #21871
אהא, דו קומסט אויך צו מסקנות. פיין וויט מי.

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:39 am

· #21875
זר זהב
אהא, דו קומסט אויך צו מסקנות. פיין וויט מי.

איך האב נישט קיין פראבלעם צו זאגען ווי דיר אויב זעה איך איין אז די ביסט גערעכט
אבער דערווייל שטום איך גארנישט מיט דיר

די האטס נישט קיין שום באווייז אז די וויליאמסבורגע ספאנישע האבען געוואוט פאר וועלעסקעז
אין די האסט נישט קיין ענטפער פארוואס אזעלכע פאלינג סייטס ווי קענט, מאנטראוז אין קוק סט' ווי עס וואוטען לשיטתם כמעט נישט קיין אידן
אין דאך האבען רוב ספאנישע געוואוט פאר דילאן
וואס צייגט קלאר אז די 'לאקאלע' ספאנישע זענען פאר לאפעז - א באקאנטע זאך וואס איז נישט כדי צו לייקענען

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:41 am

· #21877
אין איד פון פאריגע וואך האב איך געזען אפאר פאוליג סייטס וואו וועלסקעז איז געווען שטערקער.

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:41 am

· #21878
די עד וואס פאנדיט ווייסט נישט דערפון
📎 001 - Copy.jpg

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:52 am

· #21889
זר זהב
אין איד פון פאריגע וואך האב איך געזען אפאר פאוליג סייטס וואו וועלסקעז איז געווען שטערקער.

זיי נישט ברוגז
אבער אויב וועסטו קוקען די נומבערס
נאר אויף סאוט 3 איז זי שטערקער

שמעלקא » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:08 pm

· #21895
דערווייל ווארט מיר אויס אויף די בארד אוו עלעקשאנס ארויס צו געבן די פולע רעזולטאטן, ביז דען קען יעדער שיסן וויפיל ציפערן ס'שמעקט אים.

אפגעזעען וועמענס ציפערן מען נעמט אן אלץ ריכטיג זענען אלע מודה אז די נידערמאן לאגער שטייט העכער ווי די הופער לאגער.

די פראגע איז וויפיל די ארוינים האבן זיך ארויף גערוקט, און נאכן דאס באשטעטיגן קומט ווייטער די פראגע צו וועלן זיי קענען אנהאלטן זייער מאמענטום עס ארויף צו ברענגן נאך העכער אדער עס וועט צוריק פאלן.

אויב פאלן זיי אביסל צוריק אדער רוקן זיך נישט ווייטער ארויף בלייבט ווייטער נידערמאן נומער 1 און זיי נומער 2, טאקע א בעסערע נומער 2 ווי אין די פארגאנגענהייט אבער פארט 2 און נישט 1.

אויב אבער גייען זיי אויף פארקערט און רוקן זיך ווייטער ארויף דאן דארף די נידערמאן לאגער ארויס נעמען א תהילימיל.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:11 pm

· #21899
קלאר
זר זהב
אין איד פון פאריגע וואך האב איך געזען אפאר פאוליג סייטס וואו וועלסקעז איז געווען שטערקער.

זיי נישט ברוגז
אבער אויב וועסטו קוקען די נומבערס
נאר אויף סאוט 3 איז זי שטערקער

אמת זי איז טאקע נאר שטערקער דארט. אבער אין אפאר פלעצער קומט זי זייער זייער נאנט ס'רירט ממש אן צו דילאן'ס ציפערן.

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:22 pm

· #21909
זר זהב
קלאר
זר זהב
אין איד פון פאריגע וואך האב איך געזען אפאר פאוליג סייטס וואו וועלסקעז איז געווען שטערקער.

זיי נישט ברוגז
אבער אויב וועסטו קוקען די נומבערס
נאר אויף סאוט 3 איז זי שטערקער

אמת זי איז טאקע נאר שטערקער דארט. אבער אין אפאר פלעצער קומט זי זייער זייער נאנט ס'רירט ממש אן צו דילאן'ס ציפערן.

דעמאלסט זאג די מיר וואס איז פשט
אז א קליינע מערהייט פין וויליאמסבורגע ספאנישע האבען געשטימט פאר דילאן אינצייט וואס פין די 'נישט וויליאמסבורגע' ספאנישע האבען בלויט 3000 געשטימט פאר אים?

(חוץ אז די וועסט מיר מודה זיין אז רוב וואוטס פין אלע 11 וויליאמסבורגע פאולינג סייטס זענען געווען אידן, ווי יעדער האט זיך אליין איבערצייגט דינסטוג בשעת'ן שטומען וואס דאן איז דיין גאנצע געביידע ממ''נ ציווארפען)

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:24 pm

· #21910
וואס מיינט "בלויז" ? דו מיינסט אז אלע וואוטערס אינעם 7טן דיסטריקט זענען ספאנישע? 3000 איז א שיינער נומבער אין אזא קליינעם טוירנאוט.

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:26 pm

· #21912
זר זהב
וואס מיינט "בלויז" ? דו מיינסט אז אלע וואוטערס אינעם 7טן דיסטריקט זענען ספאנישע? 3000 איז א שיינער נומבער אין אזא קליינעם טוירנאוט.

גיט, נישט 'בלויז', טאקע א שיינע נומבער, (די פראבלעם איז נאר אז זיין קעגנער האט געווינען מיט א לענדסלייד)
מיר רעדן אבער דא פין וויליאמסבורג'ס וואוטס
פארקריך נישט פין די נושא

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:29 pm

· #21913
קוק מיין פתיחה פון דעים אשכול, לייען עס שטאט מיט פאליטישע ריינע אויגן העסטע פארשטיין פארוואס זי האט געווינען מיט א לענדסלייד.

אין א נאטשעל: לאופעז אינישט שטערקער פון ימ'ן מיט געלט און פון אבאמא, שומער, סיללווער, טיימס, פאוסט, ניוס, סיניארעטי. און נאך און נאך.

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:36 pm

· #21915
זר זהב
קוק מיין פתיחה פון דעים אשכול, לייען עס שטאט מיט פאליטישע ריינע אויגן העסטע פארשטיין פארוואס זי האט געווינען מיט א לענדסלייד.

אין א נאטשעל: לאופעז אינישט שטערקער פון ימ'ן מיט געלט און פון אבאמא, שומער, סיללווער, טיימס, פאוסט, ניוס, סיניארעטי. און נאך און נאך.

איך האב עס געליינט עס איז א קאפי פין דער איד
געשריבן דורך די אחים לדעה שרייבער
בלויז פאליטיק
איך האב נישט צייט אין געדילט אפצוענטפרן יעדע ליגענט

וועגן דיין נאטשעל
דאס איז בלויז נחמות, ווען מען האט געטוישט די ניגון נאך די וואלען
דאס אז די אלע האבען די ערשטע מאל געוויזן די רוקן פאר לאפעז איז טאקע געווען זיין ערשטע פליק
פין דארט אין ווייטער איז נאר געווען די פאול נעטווארק אנקעטע

זר זהב » דאנערשטאג יולי 5, 2012 12:40 pm

· #21917
אנטשולדיגט! דאס איז געשריבן געווארן מער ווי א וואך פאר די וואלן. א ריין פאקטועלע אנאליז. ס'געפעלט דיר נישט דארפסטע נאך נישט פארדרייען פאקטן מיט נחמות אדער נאכשרייבעריי. איך האב קיינעם נישט נאכגעשריבן און קיינעם נישט מנחם געווען.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:11 pm

· #21936
זר זהב
רעסטלער זאגט דא אז 2 דריטל פון דילאן'ס שטימען אווער-אלל איז געקומען פון ראביי נידערמאן. -- ד.מ. אז נידערמאן האט דעליווערט 6000 שטימען פאר דילאן.

ער איז גערעכט, ער זאגט אמת. רעכן אויס, דילאן האט געהאט 8600 שטימען. (דערווייל געציילטע) אין וויליאמסבורג האט דילאן געהאט 5713, אז דו וועסט דאס אויסרעכענען איז דאס בערך צוויי דריטל. און רעסטלער גייט נישט אריין וויפיל ספאנישע אדער אנדערע מוסדות'ער זענען געווען. ער קוקט דאס אן די וועג וויזוי א יעדע פאלעטישן קוקט דאס אן. די זאליס האבן געהאט בערך 59-55 די ארוינים האבן געהאט 41-45.

און דערמאן נישט נאכאמאל דיין "פאקטליכע" תגובה - די ערשטע אין דעם אשכול, ווייל מ'האט שוין גערעדט פון די "פאקטליכקייט" דערפון. וויזוי זענען נאר געווען דיינע נאמבערס? 6-7000 די זאליס, און 1000 ארונים.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:29 pm

· #21942
זר זהב
אין "די צייטונג" איז דא א באריכט ערגעץ אין די לעצטע זייטן (כ'דענק נישט וואו. כאבעס געלייענט אין גראסערי, גראסעריי! אקעי) אז בעיסט אויף די וואלן רעזאלטס פון פארגאנגענעם וואך איז לינקאלן רעסטלער אויף געהאקטע צרות אין די קומענדיגע דיסטריקט ליעדער וואלן וואו ס'גייט לויפן עפעס א פוילישער וואס איז גאנץ פאפולער.

די צייטונג ווייסט אפילו צו פארציילן אז רעסטלער, זעענדיג כי כלתה אליו הרעה, האט זיך אנגעהויבן לעקן צו קאונסילמאן סטיוו לעווין מיט א חנופה/צוזאג אז ער (רעסטלער) וועט נישט לויפן קעגן לעווין אין די סיטי קאונסיל רעיס אויב וועט לעווין און לאופעז נישט ארויסשטעלן/בעקן איינעם צו לויפן קעגן אים אין די 'דיסטריקט ליעדער' וואלן; צו וואס לעווין האט זיך בכלל "נישט" צוגעכאפט...

זר, וואס דענקסטו? איז אלבערט א באגלייבטער דזשורנאליסט אדער איינער וואס זוכט אפיר זאכן אז ס'זאל שטומען לויט וויזוי עם שמעקט?

נייתי תגובה של זר ונחזה.

זר זהב

ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.

און אז איך שרייב שוין. נישט פארגעסן חלילה אז גאור וואלט געווען פרעזידענט ווען מ'ציילט ווען ווייטער אין פלארידע.

אט אזוי! דער אלבערט זאל מיר געזונט זיין איז אן אלטער פריינט מיט די ברוקלינע דעמעקראטן, זיי שלינגען נאכנישט אראפ אז רעסטלער האט באזיגט קאהן, א זוהן פון זייער באליבטער סטיוו קאהן, דעריבער האפן זיי אז רעסטלער גייט פארלירן.

איך זאג נישט אז ער איז נישט גערעכט, מעגליך אז רעסטלער גייט טאקע פארלירן, אבער פון אלבערט קען מען קיין ראיות נישט ברענגען.

שמעלקא » דאנערשטאג יולי 5, 2012 3:47 pm

· #21968
לאפעז: איך האב נישט געהייסן עריק דילאן לויפן.

Brooklyn Democratic boss Vito Lopez offered Crain's a rationale for why Councilman Erik Dilan, who Lopez hoped would unseat Rep. Nydia Velázquez, got pummeled in last month's Democratic primary. "A candidate with insufficient funds and no union support … lends himself to be ineffective," Lopez said. Dilan got 31% of the vote to Velázquez's 58% in a four-way race. "Nydia is a 20-year incumbent. She had more money than what's-his-name." To be clear, Lopez added: "I didn't tell him to run."

קלאר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 3:55 pm

· #21972
זר זהב
אנטשולדיגט! דאס איז געשריבן געווארן מער ווי א וואך פאר די וואלן. א ריין פאקטועלע אנאליז. ס'געפעלט דיר נישט דארפסטע נאך נישט פארדרייען פאקטן מיט נחמות אדער נאכשרייבעריי. איך האב קיינעם נישט נאכגעשריבן און קיינעם נישט מנחם געווען.

זיי נישט ברוגז
אבער וואס איז אז די האסט געשריבן פאר די וואלען?
די ביזט געווארען א זאלי הערשט נאך די וואלען?
די שרייבסט נאך די פראפאגאנע פין דער איד ''פין פאר די וואלען'' דוק ותשכח

פאנדיט » דאנערשטאג יולי 5, 2012 5:38 pm

· #21997
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט צו וואסן פאקטן, דא האט עטץ נאך איינעם וואס גייט דורך די רעזולטאטן.

<a class="postlink" href="http://hasidicbrooklyn.tumblr.com/post/26449780760/velazquez-dilan-election-results">http://hasidicbrooklyn.tumblr.com/post/ ... on-results</a>

דער קוקט אויס געשטימט קעגן לאפעז.

אלבערט » דאנערשטאג יולי 5, 2012 6:12 pm

· #22014
ווער קען אויסקלארן וואס האט פאסירט מיט רעסטלער, עפעס האב איך געהערט אז לאפעז האט ארויסגעשניטן זיין הויז פונעם דיסטריקט אז ער זאל נישט קענען לויפן אלס לידער, למעשה האט רעסטלער זיך אריבערגעצויגן זיין דירה צו אן אנדערע געגענט.

פריינדליך » דאנערשטאג יולי 5, 2012 6:23 pm

· #22017
פאנדיט
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט צו וואסן פאקטן, דא האט עטץ נאך איינעם וואס גייט דורך די רעזולטאטן.

דא האט איר אנדערע פאקטן, עס איז אייביג גוט צו וויסען ווער עס שיקט ווי

קלאר
די עד וואס פאנדיט ווייסט נישט דערפון
📎 001 - Copy.jpg
📎 pandit.jpg

פריינדליך » דאנערשטאג יולי 5, 2012 6:25 pm

· #22018
פריינדליך
זר זהב
פליז, סטאפט'ס מיט די קינדערישע אטאקעס.

איך וויל מיר דא אנעמען {אומגעבעטן } פאר דעם ארוני, און בארעכטיגען זיינע אטאקעס,

פאנדיט פירט אן מיט א סייט ווי ער האט פרי עמטיוו געפענט פייער קעגן די קעגענער פון נידערמאן, ער האט זיי כסדר פראבירט צו שטעלן אויף די שלעכטע זייט פינעם בילד, מיטען ברענגן אומגינסטיגע נייעס קעגן יענע צד, איין מאל האט געשריבען אז זיי שטעלן צו אומזינסטע ריידס אא"וו אלעס זיי אראפצומאלען לעיני הגוים שלעכט,

די קעגענער פון נידערמאן האבן די רעכטס צו פארלאנגען ענטפערס פון פאנדיט, פינטל,
דער געשלאגענער האט די רעכט זיך צו פארטיידיגען, בפרט אז דער שלעגער האט דא אנגעהויבן א פייט על לא דבר, זאל זיך פאנדיט פרייען אז זיי טיען עס נישט אויפן זעלבען אויפן ווי ער טוט און זיי שרייבען נישט קעגן אים לעיני כל הגוים, פאנדיט איז דא געווען - ער איז נאך אלץ דא - מען האט אים דא אנגעפרעגט דערועגען און ער האט עס איגנארירט און זיך נישט וויסענדיג געמאכט, עס איז אקעי, אבער די צד השני מעג צירוק פייטען,

איך עקל מיר פון די אטעקעס און מחלוקות, די וועלט וואלט געווען א בעסער פלאטץ אן די גארביטש, אבער יושר מעג נאך אלץ זיין, אויב מען פרעגט איינעם איבער וואס ער האט געשריבען נעגאטיוו האט יענער די חיוב צו ענטפערן אדער זאל ער זיין צופרידען ווי אזוי די צד השני רעאגירט דערצו,

די זעלבע זאך גייט אויך אן מיט די OTD חברה, זיי מעגן שרייבען ביכער אויפטרעטען אויך טעלעוויזע ראדיא בלאגס אד"ג קען דעם ערליכען ציבור,
אבער ווען איינער עפענט זיך דאס מויל קעגן זיי מיט די ריכטיגע אמת'ע טיטלען וואס עס קימט זיי, ווערן זיי גאנצטע רחמנות אז מען רודפט זיי מען טשעפעט זיי אד"ג, זיי דארפן פארשטיין, ווילסט זיי א עוכר ישראל? גיי געזינטערהייט, ווילסט אונז באשמיצען? זיי גערישט אויף אונזער רעאקציע, באשמיצען גייט ביידע וועגען,

איינער געדענקט נאך ווען פאנדיט האט פאריגע וואך געוויינט אז יאסי געשטעטנער איגנארירט אים???
איינער האט די לינק ווי ער וויינט דערוועגן?

פאנדיט » דאנערשטאג יולי 5, 2012 8:02 pm

· #22046
מיינסט די לינק?

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/06/yossi-i-have-numbers.html">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012 ... mbers.html</a>
אויב דו האסט געליינט וויינעדיג האב איך געוויינט.

ענק וועלן רעדן פון אלעס, אבי נישט פון די נומערן.

טיילן מתנות איז נישט קיין נייע זאך, און ריידס יא. איך שרייב נייעס וואס איז אינטרעסאנט.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יולי 6, 2012 2:35 am

· #22087
פאנדיט
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט צו וואסן פאקטן, דא האט עטץ נאך איינעם וואס גייט דורך די רעזולטאטן.

<a class="postlink" href="http://hasidicbrooklyn.tumblr.com/post/26449780760/velazquez-dilan-election-results">http://hasidicbrooklyn.tumblr.com/post/ ... on-results</a>

דער קוקט אויס געשטימט קעגן לאפעז.

קוקט אויס ווי דו ווייסט נישט די באדייט פון די ווארט 'פאקט'.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יולי 6, 2012 2:45 am

· #22088
פאנדיט
מיינסט די לינק?

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/06/yossi-i-have-numbers.html">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012 ... mbers.html</a>
אויב דו האסט געליינט וויינעדיג האב איך געוויינט.

ענק וועלן רעדן פון אלעס, אבי נישט פון די נומערן.

טיילן מתנות איז נישט קיין נייע זאך, און ריידס יא. איך שרייב נייעס וואס איז אינטרעסאנט.

ווער איז די ענק וואס וויל נישט רעדן פון נומערן? די ארונים ווילן דווקא יא רעדן פון נומערן, אבער נישט פון קיין געפעלטשטע אדער פאבריצירטע נומערן, נאר די נומערן וואס זענען ארויסגעקומען פון די פאול וואטשערס ביים ציילן. (און פון וואס די באורד אוו עלעקשן וועט ארויסגיבן.)

ריידס איז א נייע זאך און טיילן מתנות איז א אלטע זאך, נו איז וואס? דאס מיינט אבער נאך אלץ אז ביידע האבן געטוהן וואס זיי קענען ארויסצוברענגען די מאקסימום שטומען יעדער אויף זיין שטייגער. די זאליס מיטן ברענגען עבסענטי בעלעטס קיין אשל אדער מיטן גיבן מתנות, שיקן צעטלעך, קאלן, און די ארוינים האבן געמאכט ריידס, געשיקט צעטלעך, גע'קאלט.

פאנדיט » פרייטאג יולי 6, 2012 10:03 am

· #22110
אגב, דא איז א לינק צו א ניו יארק טיימס וועגן די נושא. עס קוקט אויס ווי צוזאמענגעשטעלט איד מיט בלאט צוזאמען און געמאכט א קיצור. ער ברענגט ביידע צדדים כמו שהוא.

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2012/07/06/nyregion/satmar-rift-complicates-politics-of-brooklyn-hasidim.html?_r=3">http://www.nytimes.com/2012/07/06/nyreg ... .html?_r=3</a>

שמעלקא » פרייטאג יולי 6, 2012 11:07 am

· #22128
פאנדיט
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט צו וואסן פאקטן, דא האט עטץ נאך איינעם וואס גייט דורך די רעזולטאטן.

<a class="postlink" href="http://hasidicbrooklyn.tumblr.com/post/26449780760/velazquez-dilan-election-results">http://hasidicbrooklyn.tumblr.com/post/ ... on-results</a>

דער קוקט אויס געשטימט קעגן לאפעז.

אפשר קען איינער קוואוטן וואס דארט שטייט מיין פילטער לאזט מיך נישט אריין אהין.

פאנדיט

טיילן מתנות איז נישט קיין נייע זאך, און ריידס יא. איך שרייב נייעס וואס איז אינטרעסאנט.

איך האבן קינדער נישט פון היינט אין די מוסדות איך געדענק נישט א פאל ביז היינט וואס מ'זאל אנבאטן מתנות.

גאלד » פרייטאג יולי 6, 2012 3:16 pm

· #22235
דער עולם קריגט זיך דא איבער נומבערס ארויף, נומבערס אראפ, עכטע נומבערס פאלשע נומבערס, וויפיל פראצענט פון וומ"ב וויילער זענען "חסידים", וויפיל "סאטמאר", וויפיל להבדיל ספאנישע, אדער סתם גויים, כהנה וכהנה,

לפענ"ד איז עס קיין שום נפק"מ, להלכה למעשה, חוץ פארטייאישע מאראל געפילן, גארנישט מער,

און איך וועל דא ציגיין גראד צום פוינט,

(די פאלגענדע אינפארמאציע האב איך גענומען פון די דרשות ביי די אהרוני גענעראל פארזאמלונג, בעיקר די דרשות פון הירש און פריינד)

כידוע איז געווען א גרויסע קארט קעיס אין סאטמאר, מי בראש, דער ענדגילטיגער פסק איז געווען אז דאס קען נישט אנטשידן ווערן און א סעקולערער געריכט און ביידע זענען די זעלבע מחותנים,

לכתחלה האט עס יעדער, וגם אני בתוכם, אנגענומען ווי א פולקומער געווינס פאר די זאליס, איך האב עס באטראכט פונקט ווי דער קאורט זאל קלאר געבן בעלות פאר די זאליס,

למעשה האבן די זאלי אדוואקטן יא איינגעזען אז דא קען זיין פראבלעמען, און זיי זענען נאכאמאל אריין אין געריכט פארלאנגען א קלארשטעלונג אז זיי זענען די איינציגע אטאריזירט צו פארפיגן אלס קהל יטב לב, למעשה האבן זיי זיך נאכמער פארפלאנטערט דערמיט און דער דשאדש "אמבראזיא" האט קלארגעשטעלט ברחל בתך, אז ביידע זענען די זעלבע מחותנים און ביידע האבן די זעלבע רעכטן, (דער פסק איז באשטעטיגט געווארן אין אפעלאט)

אגב: לפענ"ד איז דער שריט געווען דער גרעסטער טעות פון די זאליס, צו גיין צו דעם אמבראזיא, דאס האט זיי ממש אוועקגעהארגעט, איך האב געוויינט און געיאמערט אויף דעם, נאכן אלבעני פסק זענען זיי געווען גינגאלד, זיי האבן געדארפט אנהאלטן די געווינס אין לויפן דערמיט, וואס פאר א שווארץ יאר האט אויסגעפעלט די נאכפאלגענדע קעיסעס, זיי האבן זיך סתם פארפאטשקעט, פרעג פארוואס

למשל די קעמפ איבערקערניש, טראץ וואס אויף היי יאר האט מען אין די לעצטע מינוט עס געשאנקען פאר די זאליס, ווייסט נאך קיינער וואס עס גייט זיין נעקסטע יאר, בקיצור ס'איז גרויסע צרות מיט די קעמפס,

מיט דעם אלעם זענען די אהרונים געווען (און זענען נאכאלס און א געוויסן זין) און א שווערע פאזיציע, אן קיין בנינים, אן קיין הויזן, אן קיין גארנישט,

דא קום איך צו צים פוינט,

די אהרונים אין וומ"ב טענה'ן, אז זייט זיי האבן זיך אפגעטיילט, האט נידערמאן מיט UJO זיי געטריט ווי צווייטע קלאס סיטיזנס, נישט נאר דאס, נאר ער האט גאר פארארבעט און אויסגעניצט זיינע פאליטישע פארבינדונגען צו שטערן אלע זייערע אקטיוויטעטן,

בקיצור נידערמאן האט געארבעט מיט א עקסטרעמע זאלונישע פאליסי אז די אהרונים זענען נישט אזוי ווי נאך א קהלה אין וומ"ב, נאר דער שונא פון וומ"ב אין מדארף זיי באקעמפן אזוי ווי די ארטיסטן וכדומה,

טענהן ווייטער די ארונים איז דער עיקר שטעקן וואס נידערמאן האט געניצט, אז ער האט סוקסעספולי איבערצייגט אלע פאליטיקאנטן אז ער פאטרעט ווייטער גאנץ וומ"ב, און די ארונים זענען אפאר טראבלמעקערס ממש א נישטיגער גארנישט, ולמלך אין שוה להניחם, ס'העט נישט זיין קיין קאנצעקווענצן אויב מ'ציטרעט זיי, זייערע חסידים וואוינען נאר און אפסטעיט, און זיי באסן שטענדיג אריין זייערע חסידים פון אראנדש קאונטי קיין ברוקלין, און די פאליטקאנטן האבן עס מקבל געווען

דאס האט געמאכט 2 גרויסע פראבלעמען פאר די ארונים,

ערשטנס, אז היות זיי שטעלן אהער פרישע מוסדות אין בנינים מוזן זיי שטארק אנקומען צו פאליטישע הילף פאר פערמיטס אין פראגראמען וכדומה,

צווייטנס, איז וואס איך האב אנגעהויבן, אז היות די סאטמארע קהלה איז אין לימבאו, תלוי ועומד, איז האט זיך שוין אפאר ארויסגעשטעלט אז געוויסן שטרייטן איבער אלטע בנינים זענען געשליכטעט ווערן דורך פאליטישע אינטערווענצן נישט אין געריכט, ווי למשל די ראס בילדינג, מצה בעקעריי, קעמפס וכדומה

לעינינו,

די אהרונים האבן די איין ציל מיט זייער בלאק-וואוט קאמפיין, צו אויפבויען א זעלבסטשטענדיגע בלאק וואט פון בערך 5000 שטימען און מיט דעם באקומען א כח צו האבן א אפענע טיר ביי פאליטיקאנטן, און פאליטיקאנטן זאלן זיך נישט פארגליסטן זיך צו פארטשעפען מיט זיי,

זיי האבן לגמרי נישט געצילט צי זיין מער ווי א צווייטן, טראץ וואס זיי זוכן זיכער אנציקומען אהין, זיי האלטן אז אויפן מאמענט פעלט עס נישט אויס, דאס איז נישט דער תכלית הנרצה, זיי ווילן בלויז אויפבויען א זעלבסטשטענדיגע גרויסע בלאק-וואוט,

לשיטתם האלטן זיי אז א בלאק וואוט וואס גרייכט צו דער ציפער 3,000 - (דאס איז זייער מעדשיק נומבער פארוואס ווייס איך נישט) ברעכט אלע טירן און עפענט אלע אויערן,

איי נידערמאן האט א גרעסערע בלאק וואוט, איז צוויי זאכן,

איינס זיי האבן נישט קיין פראבלעם אז נידערמאן שתל'ד פאר די זאליס אויף ענינים וואס איז נישט קעגן די ארונים, פונקט ווי ער שתלט פאר פאפא צו ווער, אזוי לאנג ער האט מער נישט די כח צו "שטערן" די אהרונים זאל ער געזונטערהייט זיין פארבינדן מיט פאליטישנס

צווייטענס, והוא העיקר, דער פאליטישן וועט מער קיינמאל זיך וואגן זיך צו פארטשעפען נישט מיט די זאליס און נישט די ארונים, ממילא ווען ס'וועט אונטערקומען נאכאמאל אזא מין סומאטכע ווי די קעמפס וועט דער פאליטישן שטיין טויזנט מייל אוועק דערפין, וואס דאס בעניפיטירט אינגאנצן די ארונים, אדער וועט ער זיין פשרה'דיג, וואס דאס בעניפטירט אויך די ארונים,

די ארונים האלטן אז אויב די אלע פאליטישנס וואלטן נישט געווען איבערצייגט אז מ'קען ציקוועטשן און ציטרעטן די ארונים און ס'נישטא קיין קאנצעקווענצן, וואלטן זיי קיינמאל נישט געשתדל'ט פאר די זאליס,

וויטא לאפעז האט עס מודה געווען צו די פרעסע ער האט געזאגט בזה"ל, אז ער שתדלט פאר די זאליס ווייל ער האלט אז ס'איז א גוטע פאליטישע שריט ווייל די זאליס זענען 80%,

די אינטערשטע שורה, די ארונים ווילן אויפבויען א זעלבסטשטענדיגע פאליטישע כח, און דאס אז די נידערמאן קאאליציע האט אביסל מער איז פאר די מאמענט קיין שום שטער, זיי האבן קיינמאל נישט ערוואטעט ביי די יעצטיגע וואלן צו אים איבערשטייגן,

כל זה, פון די ארונישע גענעראל פארזאמלונג

זר זהב » פרייטאג יולי 6, 2012 5:24 pm

· #22247
איך וויל וויסן וואו און פאר וועם און צי מ.ד. נידערמאן האב אמאל געפראפיילט איינעם בעיסט אויף פארטייאישע אפיליאציע ?

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יולי 6, 2012 5:56 pm

· #22248
גאלד, הערליך ארויסגעברענגט דאס ענין.

זר זהב
איך וויל וויסן וואו און פאר וועם און צי מ.ד. נידערמאן האב אמאל געפראפיילט איינעם בעיסט אויף פארטייאישע אפיליאציע ?

וואלסט געקענט באשטיין איבערצופרעגן קלארער? ווייל איך פארשטיי נישט דיין פראגע.

גאלד » פרייטאג יולי 6, 2012 5:57 pm

· #22249
זר זהב
איך וויל וויסן וואו און פאר וועם און צי מ.ד. נידערמאן האב אמאל געפראפיילט איינעם בעיסט אויף פארטייאישע אפיליאציע ?

איך האף און און איך שטעל אים בחזקת כשרות אז אזא ראסיסט איז ער נישט, צו דיסקרימינירן קעגן פריוואטע אינדיווידועלע אידן,

אבער לגבי שתדלנות פאר קהלישע אנגעלעגענהייטן פאר די 2 סאטמארס, האט ער גענומען א עקסטרעמע זאלוינישע ליניע, אזוי עכ"פ טענה'ן די ארונים,

זר זהב » פרייטאג יולי 6, 2012 6:05 pm

· #22250
פון די טיימס באריכט זעהט עס אויס אביסל אנדערש.

גאלד » פרייטאג יולי 6, 2012 6:19 pm

· #22252
פון א פאוסט באריכט אים אקטאובער 2010 זעהט עס אביסל יא אזוי אויס,

דער פאוסט האט געקוואט א ניו יארק סיטי קאונסילמאן, ווי ער האט לפי תומו מגלה סוד געווען ווי נידערמאן פארארבעט שטענדיג קעגן די ארונים:

He did not want me to befriend UJ Care, he [Neiderman] talked about them all the time," the councilmember said".

אידיש איבערזעצונג:

"ער [נידערמאן] האט נישט געוואלט איך זאל מיך באפריינדן מיט יו.דשעי קעיר, ער רעדט שטענדיג פון זיי" האט דער קאונסילמאן געזאגט.

פון זיין קעמפ שריט קוקט אויך אזוי אויס,

דער טיימס איז וואס די זאליס קלעימען, אדער יא אדער נישט,
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9