☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

411 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #890
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

גאלד » מיטוואך יוני 27, 2012 2:01 pm

· #20384
יונגערמאנטשיק, דאס ביסטו לכאורה שטארק גערעכט אז לאפעז האט ענדערש גאכאפט די זעץ פון אינדרויסן,

אן די סאטמר-מהרז"ל שטימען וואלט דילאן ווען געווען ממש א ליצי לצנות ער וואלט מעגליך געפאלן צו דריט, דאס ווייזט אז אינדרויסן פון וומ"ב איז קיינער מער נישט נייגעריק אויף לאפעז,

איך מיין אז לכאורה, עסקני מהרז"ל, און אפשר גאר די דעמאקראטישע פארטיי גייען דא איינזעהן אז די צייט פון וויטא לאפעז איז ביים ענדע, און ער קען שוין גיין רעטייערן,

ס'איז פשוט א שלעכט מזל אז אויפן מאמענט זענען די זאליס פאראייניקט מיט א פאליטישן וואס איז שוין אפגעדינט, 5 - 10 יאר צוריק איז לאפעז געווען אן ארטיקל, יעצט איז צייט צו זיכן נייע באציאונגען מיט פרישע לאקאלע פאליטישנס

יואליש » מיטוואך יוני 27, 2012 2:55 pm

· #20390
גאלד

היינטיגע פארלירערס זענען מארגענדיגע געווינערס. וויטא לאפעז שטייט בעסער פון צוויי יאר צוריק. אמת, ער האט געכאפט א מעכטיגע פליק נעכטן, אזש ווען נישט די זאלונים וואלט ער אין ערגעץ נישט געשטאנען. אבער דער אמת איז אז וויטא האט זיך אריינגעלייגט אין א רעיס וואס יעדער (אריינגערעכענט ער) האט געוויסט אז ער גייט עס נישט געווינען. און ער האט זיך לכאורה נאר אריינגעלייגט דערין ווייל ער האט געוויסט אז די זאלונים וועלן אים דעליווערן אסך שטימען. און די זאלונים זענען אים געווען גאר שטאק שולדיג זענען זיי אריין אין א סועסייד מישאן אלס הכרת הטוב צו וויטא. און למעשה האבן די זאלונים אים אביסעל דיסעפאונטעט אבער וויטא איז ווייט פון א פאפירענע טייגער. כ'וואלט געזאגט ער איז נאך גאר גאר שטארק. נישט לאנג צוריק האט ער געווינען א גיטע רעיס און ער האט נאך אסך מוסעל. ער איז די דע פאקטא באסס אין ברוקלין פאליטיקס.

גאלד » מיטוואך יוני 27, 2012 3:23 pm

· #20393
אמת אמת האסט א פוינט,

און לפי האמת, קען זיין אז דער נידיע וואלעזקאס איז פערצופאל א כאריזמאטישע פערזענליכקייט (אפי' מיט איר שווערע ספאנישע אקצענט) און איז זייער באליבט ביי די איינוואוינער, און קעגן איר, בנוסף צו די אלע אינדארסמענטס, האט דער עולם ענדערש געוואלט זי זאל בלייבן אין קאנגרעס, אבער מוז לעולם נישט זיין אז וויטא לאפעס איז "פארפיינטעט" ביים המון, ווי די ארונים ווילן אראפלייגן,

נאך אזאך, אינעם באשיצונג פון צד מהז"ל, זיי האבן למעשה אויך געהאט א מעכטיגע טורנאוט - מיט 2500 מער ווי די לעצטע וואלן - נאך אלס מיט 2000 שטימען מער ווי די ארונים, אפי' אויב זאל מיר זאגן אז דאס איז נאר מיט פאפא ושאר קהלות, איז קיין שום נפק"מ פאר די פאליטישאנס,

נאר וואס דען, ביז איצט איז די עיקר אויבערהאנט וואס די זאליס האבן געהאט אין ברוקלין איבער די ארונים איז נישט נאר געווען זייער רוב הציבור, נאר די שוואכקייט פון די ארונים אז די ארונים זענען "גארנישט", אט דער קאנצעפט אז די ארונים זענען "גארנישט" איז נעכטן נאכט לכאורה געשטארבן,

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 4:43 pm

· #20406
גאלד, די וויטא לאופעז / צד מהרז"ל מסאטמאר האט נישט געהאט קיין טורינאייט מיט 2500 מער ווי פאריגע מאל. זיי האבן געהאט תושבי וויליאמסבורג וואס האבן געזעהן א בילד פון זייער רבי'ן אנווינטשען הצלחה פאר דילאן. עס איז געווען א געלונגענער טריק.
בדרך אגב וועל איך דיר מיט טיילן וואס איך האב געהערט פון א ארבעטער ביי אשל אברהם, איינער א קנאקער וואס הייסט ווייזער פון די צד הזאלונים האבן גענומען אלע תושבי האש"ל אינטערשרייבן עבסענטי בעלעט'ס.

היסטאריקער » מיטוואך יוני 27, 2012 4:53 pm

· #20407
נאך אזאך, אינעם באשיצונג פון צד מהז"ל, זיי האבן למעשה אויך געהאט א מעכטיגע טורנאוט - מיט 2500 מער ווי די לעצטע וואלן - נאך אלס מיט 2000 שטימען מער ווי די ארונים, אפי' אויב זאל מיר זאגן אז דאס איז נאר מיט פאפא ושאר קהלות, איז קיין שום נפק"מ פאר די פאליטישאנס,

אמת אז פאר די פאליטישען׳ס איז נישט קיין נפק״מ, אבער צווישן אונז ווייזט עס אז עס איז א קליינע אינטערשייד צווישען די צוויי פראקציעס.

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 5:22 pm

· #20413
די נומבער איז ווייט נישט קיין 2500 - אויסער אויב דו ארבייטס פאר די דבר יום ביומו.
עס רעדט זיך פאר קארגע טויזענט שטימען א דיפרענץ.

זר זהב » מיטוואך יוני 27, 2012 11:23 pm

· #20505
באקומען אין אימעיל
Response to Yossi Geshtetner's bogus analysis. Wed, Jun 27, 2012 12:47 PM Without disparaging Yossi Gestetner personally, it must be noted that as a paid consultant for Aroinim he is still doing a poor job.

Spinning with facts that are not possible to backup will most surely backfire and destroy whatever credibility he might still have. Can he name that "one voting location of younger Hasidic voters, the split is 49-51". There is none.

In fact the most pure voting location in Williamsburg is the IS171 on Heyward Street, it covers approximately the Williamsburg area north of the BQE to Heyward Street, an area populated 99% with only hasidic families.

It also happens to be the largest Williamsburg voting site with a total vote turnout of over 2,600 votes. The breakdown was 1,672 for Dilan versus 947 for Velasquaz. Each and every voting site in Hasidic Williamsburg had at least 61% for Dilan.

When the numbers are analyzed it shows that the voting sites south of the BQE where there are more elderly Jewish families the Dilan numbers dropped off a bit (Still above 61%) and that's because of the succesful Absentee drive by the Zalman (Dilan) people of the elderly population, there are approximately 700 absentee ballots to be read and 90% will be for Dilan. Its true that chaos reigned in Hasidic Williamsburg.

People who registered recently were not on the voter books, peoples names were missing from the books en masse, 100's of people left the voting sites instead of spending the time to do affidavit ballots after standing inline for 90 minutes or longer. Its also true that the Aroinim had a very sophisiticated and intimidating presence at the voting sites.

They had youngsters with blackberrys acting as poll watchers, emailing each name as a person obtained their ballot and they had a very targeted GOTV operation, knew everyone that voted and got the remainders out. This operation probably gave them an extra 3-4 points by succesfully pulling their people to the polls with way greater accuracy than the Zalmen operation who didn't do a targeted GOTV, but in the end it was still very close to 2-1 for Dilan against Velasquez and these numbers won't change anytime soon.

If someone will take the time and analyze the election results for Williamsburg over the past 12 years since the break up of Satmar, beginning with the very first race of Fisher/Markowitz for Boro President in 2001, the consistency of 65/35 split is a constant with very little varaiation. Turnout skyrocketed but the percentage split is a constant. Yossies analysis is bogus and can't be supported by facts, its just wishful thinking.

Sent via BlackBerry by AT&T

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 11:40 pm

· #20508
זר זהב, ספין אהער צו אהין. ברענג נישט קיין נארישע אימעיל'ס, יוסי געשטעטנער איז נישט די אישו.
ליין אלע אפעציעלע צייטונגען און גויאישע פאליטישע בלאג'ס. צד מהר"א האט באוויזען איינס און א גיט'ס. די 65/35 איז שוין לאנג פארטיג
ווילסט דיך טרייסטן מיט נארישע דמיונות בלעקבערי אינגן וכדו'. דאס לאז איבער פאר די כלומר'שטע בריוולעך וואס "דער איד" גייט האבן די קומענדיגע וואכן צו פארענפערן א דורכפאל. ווי שטענדיג

זר זהב » דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:34 am

· #20515
איך טרייסט מיך ? איך האב ניטאמאל אפגעלייענט געהעריג דאס אימעיל!

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:17 am

· #20522
זר, קאנגראטולאציע פאר דיין טויזענט'סטע תגובה.

ס'איז באמת נישט קיין גרויסע חילוק וויפיל פראצענט די ארוינים זענען געווען, די מציאות איז אז ביז היינט זענען זיי געווען זייער שוואך, און דאס מאל האבן זיי געוויזן אז זיי זענען אויך דא צום טיש. פאלעטישענס פלעגן זיך נישט קיין סאך קימערן מיט זיי, חוץ ווען מ'האט גערעדט פון ב"פ און ק"י ווי זיי זענען א שטארקע בלאק וואוט. אצינד גייט מען זיך רעכענען מיט זיי אין וויליאמסבורג אויך.

ווי געשריבן די ארוינים האבן פארלוירן וויליאמסבורג, אבער זיי זענען ארויסגעקומען געווינער נעכטן נאכט, והא ראי, די זאליס האבן ארויסגעשיקט פאלושע נאמבערס, ווען די עכטע נאמבערס וואלטן גוט געווען, וואלטן זיי נישט געשיקט קיין פאלטשע.

וויטא לאפעז האט שוין א שטיק צייט צוריק פארלוירן אביסל כח, אנגעפאנגן ווען זיין אינערליכע רינג האט אנגעפאנען צו צופאלן, מארטי קאנאר איז געווען זיין ערשטע דורכפאל, און זינט דאן האט ער פארלוירן א שיינע פאר פארמעסטן, סיי אין אונזערע געגענטער, און סיי אינדרויסן. ביי די יעצטיגע וועלעסקעז פארמעסט האט ער זיך ארויסגעשטעלט וויסענדיג אז זי גייט געווינען, אבער האפענדיג אז ער וועט עס קענען מאכן גענוג נאנט אז זי זאל ציטערן פון עם. און ער האט דעם פארמעסט גענומען זייער פערסענאל, ער האט אליין אויפגעזוכט א קאנדידאט וואס ער האט געהאלטן וועט זיין א גוטע קעגנער, ער האט געזוכט שטיצע פאר אים, און געהאפט אז די אלע נו יארקע פאלעטישענס וואס פלעגן זיך אלעמאל רעכענען מיט עם וועלן דאס מאל אויך שטיין מיט עם.

דערווייל האט ער פארלוירן נאך פאר די וואוטס, ווען אלע נו יארקע פאלעטישענס האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן עם, אנגעפאנגען ביי קאנגערסמאן נאדלער, און געענדיגט ביים גאווערנער און צוויי סענעטארס, און אפילו אסעמבלי ספיעקער סילווער האט אויך זיך אריינגעפיפן און אינדארסד וואלעסקעז, כאטשיק אלע האבן געוויסט, די גאנצע מידיע איז געווען פארנומען צו רעדן אז די פארמעסט איז מער צווישן וואלעסקעז און לאפעז, דאך זענען זיי נישט געבליבן שטיל, זיי האבן זיך ארויסגעטעלט איר צו שטיצן! ס'איז שוין געגאנגען אזוי ווייט אז איינע פון די נו יארקע צייטונגען האט געשריבן אז איינע פון די סיבות פארוואס זיי שטיצן וואלעסקעז איז ווייל לאפעס שטיצט דילאן.

נעכטן נאכט האט ער געכאפט נאך א שטערקערע זעץ, ער האט געזעהן אז ער האט פארלוירן קאנטראלל אויף די ספאנישע וואוטערס, דילאן האט געהאט ס"ה 8,000 וואוטערס, דאס מיינט אז בערך 2,300 ספאנישע האבן געוואוט פאר דילאן, און דאס דארף מען צוטיילן צווישן דילאן'ס אייגענע פריינט און שטיצער, זיין טאטן'ס פריינט און שטיצער און לאפעז'ס פריינט און שטיצער.

און פון די אנדערע זייט האבן זיך זיינע גרעסטע שונאים, וואס זענען אמאל געווען אין די מייזן לעכער, געהויבן דעם קאפ, דייענע רעינע און לינקלאן רעסטלער שארפן זיך שוין די ציין, רעסטלער קלערט פון לויפן קעגן לעווין, און רייעינע קלערט פון לויפן קעגן לאפעז אליין! די "אנטי וויטא" מאוומענט איז געווארן זייער פאפולער, און האבן אויפגעטריבן אסאך שטיצע ביי אסאך גרויסע אנגעזעהענע פאלעטישענס.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:34 am

· #20523
איך ווייס נישט וועלכע נומער'ן זענען פאלש. מ'וועט דארפן ווארטן פאר אן אקוראטן ברעיקדאון פון אלע שטים בודקעס.

אה.. און א דאנק פאר'ן קאנגרעדזשעלעשען. איך האב עס נישט באמערקט, און ס'באדערט מיר אז מיין 1000'סטע תגובה האב איך ניטאמאל "געשריבען", בלויז גע'פעיסט'. און נאכדערצו אין ענגליש... וכדי בזיון וקצף!

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:58 am

· #20528
זר, בהמשך צו אונזער שמיעס אין דעם אשכול, און דיין ערשטע תגובה אין די אשכול וואס מיר שמיעסן יעצט, אז מ'קוקט צוריק וואס די עקספעקטעישענס זענען געווען, זעהט מען ווער ס'האט געווינען.

דו אליין האסט געשריבן אז "למשל די זאליס גייען האבן 6-7,000 וואוטס און די ארונים 1000." דו האסט געשריבן אז אלע מוסדות זענען מיט UJO. אין די אנדערע אשכול וואס איך האב געברענגט וואונדערסטו דיך פארוואס די ארונים פראבירן נאך אפילו, זיי האבן שוין געוויזן אז זייער מאקסימום איז 1800 אריינגערעכענט ספאנישע. (וואס איך האלט איז נישט אמת, די לאקאלע ספאנישע וואוטן ענדערש פאר די לאפעז קאנדידאט, ער דעליווערט זיי וואס ס'פעהלט אויס.) יעצט קוק צוריק, האבן די ארונים געהאט אויף וואס צו ארבייטן? א פראגע?! זענען זיי קארגע 10-30 פראצענט? אויסדריקלעך ניין! צווישן אלע קהילות זענען זיי לכה"פ פערציג פראצענט, (ווענצעך וואס מ'רעכענט אריין, ערגעץ צווישן 41.6 ביז 44.5)

איך ווייס אז יעצט גייט זיך אנהייבן די "ספינען" געים, די ארונים האבן גענוצט מענטשן ביי די פאולס צו "אינטימידעיטן". א דזשאוק! זאג מיר איין מענטש וואס איז אוועק ווייל א ליבאוויטשער בחור האט אריינגעלייגט אין זיין בלעקבערי זיין נאמען?! זאג מיר איין מענטש וואס האט געוואלט וואוטן פאר דילאן, אבער האט געטוישט ווייל די פאול וואטשער האט עם דערשראקן? פארדעם האט מען געשריגן אז מ'גייט געווינען ווייל מ'איז מעכטיג, די זאליס האבן געארבייט גוט מיט עבסענטי בעלאטס אין אשל וכד', די זאליס האבן געהאט א פיינע סיסטעם. (מעגליך אז די ארונים האבן געהאט בעסער, איך ווייס נישט) יעצט נאכדעם וואס די ארוינים האבן געוויזן אז זיי זענען אויך דא, שרייט מען אז די ארוינים זענען געווען מער ארגענייזד, די זאליס זענען נישט געווען, נישט יעדער פון די זאליס איז ארויסגעקומען.

פאר די וואלען האט מען געשריבן (נישט דו, אנדערע האבן עס געשריבן דא, און אין לי גארדענס שוהל האט געהאט א צעטל) אז די פארמעסט איז טייט, און וויליאמסבורג גייט מאכן די דיפרענס, יעצט שרייבט מען אז אינדרויסן איז ער גארנישט, אבער אין ווילי האט ער געווינען.

אנפאנג שרייבט איינער אז די זאליס האבן גע'רעדזשיסטערט 5000 וואוטס, ווי זענען די אלע וואוטערס?

"לאז מיך שוין זעהן איין מאל אז די סטעיטמענט פאר און נאך די וואלן זאלן זיין די זעלבע".

פארדעם זאגט מען ליגענט איין וועג - ווי גוט מ'שטייט, און נאכדעם זאגט מען ליגענט פארקערט - ווי שלעכט מ'איז געשטאנען פון אנפאנג.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:53 am

· #20533
איך האב זיכער איבערגעטריבען מיט'ן שרייבן אז די ארוינים וועלן האבן 1000 וואוטס ווען אין א מער רואיגערן קאמפיין פון 3 יאר צוריק האבן זיי שוין געהאט 1800. קען אבער זיין אז זיי האבן יא באוויזן עפעס וואס איך וואלט נישט געקענט פארזאגן.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:09 am

· #20535
איך האב פארשטאנען אז די טויזענט איז נישט קיין פאקט, נאר א משל, (טראצדעם וואס דו האסט דאס אנגערופן פאקטן.) אבער איך האב הנאה אז דו האסט געכאפט מיין נקידה. די ארונים האבן שאקירט יעדן איינעם, מיט זייער הערליכע טוירנאוט, וואס כאטשיק די זאליס האבן געהאט א בעסערע, איז די רעדע איבעראל די ארונים'ס סוקסעס, און פארדעם מוזן די זאליס שיקן פאלטשע מעסידזשעס. ווייל די אמת טוט וויי!

זר זהב » דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:13 am

· #20598
אין די 13'טע דיסטריקט ווי ס'הייסט אז טשארלי רענגעל האט געווינען, איז יעצט געווארן היבש טייט! ער איז בלויז העכער מיט 1000 שטימען און נאר 94% וואוטס קאונטעד. סלאו דאון...

רענגעל: 16,916

אדריאנא עספעילאט: 15,884

אבי גערעדט » פרייטאג יוני 29, 2012 2:19 pm

· #20833
אינטערעסאנטע ארטיקל אין ענגליש איבער די הויפט געווינער און פארלירער פון די פארלאפענע וואך, אין רעזולטאט פון די אפגעהאלטענע פריימערי וואלן

<a class="postlink" href="http://t.co/rOsdteTR">http://t.co/rOsdteTR</a>

זר זהב » פרייטאג יוני 29, 2012 2:22 pm

· #20835
Der Yid, the neighborhood’s largest Yiddish language newspaper

האב איך שוין עפעס אן איידיע פאר מיין "צייטונג צירקולאציע" אשכול

אבי גערעדט » פרייטאג יוני 29, 2012 2:24 pm

· #20836
ביי די פארלירער שרייבט ער ווי פאלגנד:
Vito Lopez – The powerful Brooklyn Democratic Party chairman can rest knowing that he punched out an old rival, Rep. Ed Towns, and helped pave the way for Hakeem Jeffries’s victory, but he badly miscalculated challenging Rep. Nydia Velazquez, who trounced Councilman Erik Dilan by a nearly two-to-one margin. Two years is an eternity in politics, but Dilan may be questioning another run in 2014 based on those results. And Velazquez’s progressive allies are smelling blood. Now they’re going after Dilan’s father, state Sen. Martin Dilan, in September, which could force Lopez to spend more resources on what he likely considered a safe seat. But as Shakespeare wrote in King Lear, “Come not between the dragon and his wrath.”

Rabbi David Niederman – The most influential rabbi inWilliamsburg’s Hasidic community tried everything to get his Satmar faction to put Erik Dilan in Congress. He urged residents to vote in columns in Der Yid, the neighborhood’s largest Yiddish language newspaper, sent hundreds of Orthodox Jews to staff the polls during primary day, and even helped convince yeshivas to extend their school year. But he was unable to pull enough votes for Dilan among the Satmar Zalmanite community to counteract Velazquez’s support throughout the congressional district. Niederman remains the top political maven in the Zalmanite community, but politicians who visit South Williamsburg now must also meet with his bitter rivals, the Aronites, whose power continues to grow with each election cycle.

זר זהב » זונטאג יולי 1, 2012 1:29 am

· #20904
It is over 60 hours since I asked Yossi Gestetner for his numbers on the growing Aranite power, but he is still mum and vague on the issue. Instead the Aranites put out a misleading press release, with clearly fabricate results .

So, I will put out the numbers that I have received from the Board of Elections, showing that the Zalanite power haven't changed much in the current election cycle

Below are the Board of Election results of Assembly district 50 - where the overwhelming majority of the Williamsburg Hasidim vote - printed out in the morning after the elections.

The Aranites claim that the Zalanites had a slim 47/43 margin (no explanation where the other 10 percent went...). Fact of the matter is that the Dilan won this district even stronger than his own, receiving 5,252 votes, 57.14 percent; against Velasquez's 3,854 votes, or 41.93 percent.

It's important to note that the district is not Super-Jewish, and Velazquez ran very strong in the rest of the district and even won in the neighboring 53rd Assembly District, represented by Lopez. Velazquez was definitely much stronger with the non-Jewish voters, thus the Satmars broke for Dilan much stronger than the 57.14 that he won in the district as a whole.

Steve Levin's primary is often a reference point to the Satmar's strength in the neighborhood. Mr. Levin, backed by the Zalanites, won 52.65 percent of the district's vote - 3,879 votes; and Issac Abraham, who ran with support of the Aranites, pulled in 24.8 percent, or 1,830 votes. There were a couple of other strong candidates. Abraham received 92.87 percent of his total votes from the district, which shows that his votes were almost exclusively Hasidic, while Levin only received 72.58 percent of his total vote from Williamsburg, meaning that he had a lot of support in the non-Jewish community as well. That means that a larger part of his vote have to be credited to the non-Jewish versus Abraham's, while currently Velazquez fared much better with the non-Jewish.

To really assess the gains and losses of each side, will require breaking down the EDs, which is too time consuming and complicated. Also, I don't have the Levin breakdowns by EDs. But talking of a significant gain for the aranites and a 47/43 split, is laughable and show how trust-worthy they are. It's clear that the Zalanites did considerably better than the some 57 percent that Dilan won in the whole district, and it's quite possible that they even gained percentage-wise on the Levin votes.

Note: I'm told, and it looks like, that the Velazquez number in ED 47, where it shows 500, is a mistake, and added a zero to her total. My analysis took the report as is, but if this mistake is true, that would lower Velazquez' percentage to 38.9 percent, versus 60 percent for Dilan, meaning that the zalanites definitely gained on previous elections, given her strength in the districts outside the Jewish community.

And with over 5,000 votes brought out in an off-primary for a non-exciting candidate, I don't know of any other Jewish group that vote as strong and in-mass as the Williamsburg zalanites. They are a real voting powerhouse, but they have to catch up on the PR side...

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/06/yossi-i-have-numbers.html">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012 ... mbers.html</a>

ל.רוזן » זונטאג יולי 1, 2012 3:12 am

· #20922
Re: די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט
סא ס'איז א מחלוקת הפוסקים צו די אהרונים האבען געהאט 46 צו 42 %, 42 איז אויך א ריזיג געווינס פאר די אהרונים, (נישט ווי דער יוד שרייבט 6000 אקעגן 3000 אינקלאטעד ספאנישעא), ואיכמ'ל

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

פריינדליך » זונטאג יולי 1, 2012 11:06 pm

· #21060
זר זהב
It is over 60 hours since I asked Yossi Gestetner for his numbers on the growing Aranite power, but he is still mum and vague on the issue. Instead the Aranites put out a misleading press release, with clearly fabricate results

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012</a> ... mbers.html
.

ווער פירט די סייט?

ער האט אנגהויבן א נייטראלע סייט, ביי די לעצטע וואלען האט ער גענימען זייער א שטארקע שטעלונג פאר משה דוד נידערמאן זייט, יעצט פארלאנגט ער עטליכע מאל אז יאסי זאל זיך פארהערען מיט אים,

עס איז גארנישט ראנג אז איינער איז בייעס פאר איין זייט, כמעט יעדער וואס ריפארט נייעס האט א מיינוג לכאן או לכאן, ער דארף אבער פארשטיין אז דאס איז גארנישט מחייב א צווייטען,

פאנדיט » זונטאג יולי 1, 2012 11:52 pm

· #21072
פריינדליך:

וועלכע לעצטע וואלן? דאס איז די ערשטע וואלן וואס די סייט עקזיסטירט.

ווען איינער שרייבט ציפערן, און רופט זיך מכלומר'שט א נייעס זאגער, מעג מען פארלאנגן ער זאל געבן עפעס פאקטן.

גארנישט איז קיינעם מחייב, אבער מ'מעג ארויסברענגן יענעם'ס היפאקריטישקייט.

וואס איך האב געברענגט איז דא פאקטן.

ל. רוזון: וואו זעסט 42 אדער 46. די איינציגסטע אויסער זיי אליין, וואס זאגן מער ווי 38, איז נידיע וואלעזקועז'ס קאמפיין, וואס האט געזאגט פערציג.

קוקט אויס דו האסט נאר געליינט א האלבע ארבעט...

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 2, 2012 12:03 am

· #21075
זר זהב

And with over 5,000 votes brought out in an off-primary for a non-exciting candidate, I don't know of any other Jewish group that vote as strong and in-mass as the Williamsburg zalanites. They are a real voting powerhouse, but they have to catch up on the PR side...

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/06/yossi-i-have-numbers.html">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012 ... mbers.html</a>

יא! איך האלט אויף אזוי, מר. פאנדיט מאכט א שוואכע דזשאב, די זאליס דארפן טרעפן א בעסערן PR מענטש.

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 12:14 am

· #21076
פאנדיט
פריינדליך:
וועלכע לעצטע וואלן? דאס איז די ערשטע וואלן וואס די סייט עקזיסטירט.
ווען איינער שרייבט ציפערן, און רופט זיך מכלומר'שט א נייעס זאגער, מעג מען פארלאנגן ער זאל געבן עפעס פאקטן.
גארנישט איז קיינעם מחייב, אבער מ'מעג ארויסברענגן יענעם'ס היפאקריטישקייט.
וואס איך האב געברענגט איז דא פאקטן.

ל. רוזון: וואו זעסט 42 אדער 46. די איינציגסטע אויסער זיי אליין, וואס זאגן מער ווי 38, איז נידיע וואלעזקועז'ס קאמפיין, וואס האט געזאגט פערציג.קוקט אויס דו האסט נאר געליינט א האלבע ארבעט...

לאמיר עס געהעריג אויסשמיעסן, איז דיין בלאג געווען בייעס ביי די פריימעיס פאר נידערמאן? יא, האטס געהאט די רעכט דערצו? יא! עס איז דיין בלאג און דו האסט די רעכט צו שרייבען דארט ווי אזוי די פארשטייסט,

אבער ביטע פארשטיי, ווען מען איז בייעס אויף איין זייט בעפאר די וואלען, זענענן דיינע נומבערס נאך די וואלען אינגאנצן נישט מאסגעבענד, עס איז נישט שייך אפצופרעגן, און עס איז ניטאמאל אינטערסאנט אפצופרעגן, איינער וואס נעמט א צד איז נישט באגלייבט אויף נומבערס, פינקט ווי מען גייט נישט אפ'פרעגן להבדיל די האפינגטאן פאוסט אויף זייערע נומבערס אדער די וואשינגטאן פאוסט אויף זייערע נומבערס, די זעלבע זאך איז דא אויך,

פארשטיי גוט! עס איז אקעי אז מען נעמט א צד בעפאר די וואלען פאר איין זייט, מען קען אבער נישט קימען נאך די וואלען ווי א בת היענה און שרייבען נומבערס, ווייל פון א פארטיי'ישער מענטש קויפט מען נישט אפ קיין נומבערס, און מען ווענט אים נישט אפ ווייל עס איז אירעליווענט, א פארטיי'ישער מענטש וועט אייביג דרייען די נומבערס לויט זיין געשמאק,

איך האף אז די פארשטייסט אז נישט פרעג איבער,

{איך שרייב נישט לקנטר, איך האב נישט קיין צד דא איז בין לגמרי נישט און סאטמערע פאליטיק איך שרייב נאר ווי איך זע עס אלץ נייטראלער און אדרבה מען מחולק זיין מיט מיר}

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 2, 2012 12:16 am

· #21077
פאנדיט
פריינדליך:

וועלכע לעצטע וואלן? דאס איז די ערשטע וואלן וואס די סייט עקזיסטירט.

ווען איינער שרייבט ציפערן, און רופט זיך מכלומר'שט א נייעס זאגער, מעג מען פארלאנגן ער זאל געבן עפעס פאקטן.

גארנישט איז קיינעם מחייב, אבער מ'מעג ארויסברענגן יענעם'ס היפאקריטישקייט.

וואס איך האב געברענגט איז דא פאקטן.

ל. רוזון: וואו זעסט 42 אדער 46. די איינציגסטע אויסער זיי אליין, וואס זאגן מער ווי 38, איז נידיע וואלעזקועז'ס קאמפיין, וואס האט געזאגט פערציג.

קוקט אויס דו האסט נאר געליינט א האלבע ארבעט...

און וואס טוט זיך מיט דיינע פאקטן, דאס טאר מען נישט פארלאנגען צו זעהן? וואו זענען די נאמבערס פון די "באורד אוו עלעקשן" וואס דו ברענגסט אראפ?

די נומערן וואס אלע האבן ארומגעשיקט בשעת'ן ציילן זענען 41.6 ביז 46, געוואנדן וועלעכע פלאץ מ'ציילט, די זאליס האבן געווארט אפאר שעה ביז זיי האבן ארויסגעשיקט די ליגענט נאמבערס פון 6-3000.

און איך וועל דיר זאגן נאך איין זאך, די זאליס האבן פארקויפט א טאג פאר די וואלן א פאול פון א קאמפאני "גאלף ריסוירטש" (ס'עקזיסטירט נישט אזא פאולסטער) אז די פארמעסט איז גאר טייט, למעשה האט דאך יעדער געזעהן ווי טייט ס'איז געווען. אלזא די זאליס האבן (צום וויפיל'טן מאל) פארלוירן זייער נאמנות!

די טענה אז קיינער אויסער די ארונים און וועלעסקעז'ס אפיס זאגט נישט אז די ארונים האבן געהאט 4000 + וואוטס, געפעלט מיר מורא'דיג, וואס האסטע געוואלט, ווער זאל עס זאגן? פרעזידענט אבאמא אדער גאר וולאדמיר פוטין? וואס הייסט קיינער? ווי געזאגט פריער, אלע פאול וואטשערס וואס זענען געווען ביים ציילן האבן געשיקט בערך די נאמבערס וואס די בלאט שרייבט, אלע צייטונגען פון ניו יארק שרייבן אזוי און די וועלעסקעז קאמפיין זאגט אזוי. ווער זאגט פארקערט? וואס הייסט ווער? דער יוד און די דבר יום ביומו, און יעצט האט מען שוין פאנדיט אויך!

איך קלער אז די שריט פון יאסי געשטעטנער דיך "ניטאמאל צו איגנארירן" איז געוואלדיג!

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 12:28 am

· #21081
בכלל איז א שאד אז די בלאג פון פאנדיט איז געווארען פארטיי'יעש, איך פלעג גלייכען די בלאג, איך האב עס געהאט און מיינע פעווערטיס, איך האלט אז עס וואלט געקענט ווערען א ארקענטע בלאג, עס איז ממש א שאד אריינצוקריכען און ביליגע מחלוקות, יעדער האט עס פיינט,

הייב אן שרייבען נייטראל, איך קען זיין אז די בלאג זאל עווענטעול שטארק מצליח זיין,

פאנדיט » מאנטאג יולי 2, 2012 12:38 am

· #21084
וואו האט וואלעזקועז געזאגט 4,000 וואוטס?

איר קאמפיין האט געזאגט 40 פראצענט פון די שטימען,
Velaquez’s campaign estimated a 60-40 split in favor of Dilan.
<a class="postlink" href="http://www.cityandstateny.com/split-satmar-community-helped-velazquez-prevail/">http://www.cityandstateny.com/split-sat ... z-prevail/</a>

און דא האסטו וואס עס זאגט אלבערט פריעדמאן
<a class="postlink" href="http://www.r8ny.com/blog/gatemouth/the_gateway_race_aroni_edition.html">http://www.r8ny.com/blog/gatemouth/the_ ... ition.html</a>

און א בלאגער פונדרויסן וואס קען גוט די פאליטיק.
The Aroni spin on their own strength is full of flat out lies and exaggerations, most of which Colin catches in the attached link.

ער איז נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט מיר אויך נישט.

אפשר קענסטו מיר זאגן פון וואו יוסי'ס נאמבערס קומען? איין פלאץ וואס ער האט ארויסגעלייגט איז העיווארד, וואו ער איז קלאר מודה אז עס איז פיל א גרעסערער חילוק. פארוואס לייגט ער נישט ארויס די אנדערע ברעיקדאונס.

דער בלאט האט בלויז א באלי, אן קיין שום נומער אויף וואס עס איז באזירט, פון וועלכע געגנט זיי רעדן וכו'.

די נומערן פון די באורד אוו עלעקשאנס נעמט א היפשע ווייל ביז עס גייט אויף זייער סייט, אבער מ'קען עס באקומען.

איך האב נישט געשריבן די פאול וואס דו ברענגסט.
כ'גלייב נישט אז כ'האב מיך מער וואס צו טענה'ן.

איך האב גראדע געשריבן אז אקנאר איז אפשר שטערקער פון דילאן, פארוואס אנדערע האבן חוזק געמאכט פון מיר.

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/04/surprising-poll-dilan-comes-in-close.html">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012 ... close.html</a>
איך גלייב אז יוסי איז אריינגענארט געווארן, און אין די ענדע וועט ער עפנטליך טרעפן א וועג ארויס עס צו פאררעכטן, אויב ער וויל בלייבן מיט זיין אימעזש.

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 12:48 am

· #21087
פאנדיט

און א בלאגער פונדרויסן וואס קען גוט די פאליטיק.
The Aroni spin on their own strength is full of flat out lies and exaggerations, most of which Colin catches in the attached link.

קאם אן, וואס שרייבסטע דא? יענער צייכענט דאך צו א לינק צו דיין בלאג, און דיין בלאג איז דאך יעצט און קוועשען, מעגליך ביסט גערעכט מעגליך נישט?!
די ברענגסט א ריאה צו דיינע ווערטער אז די ביסט גערעכט פון איינעם ווואס שרייבט אזוי ווי דיר, און יענער נעמט די ווערטער פון דיר??!!

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 12:50 am

· #21088
פאנדיט
און דא האסטו וואס עס זאגט אלבערט פריעדמאן
<a class="postlink" href="http://www.r8ny.com/blog/gatemouth/the_">http://www.r8ny.com/blog/gatemouth/the_</a> ... ition.html

קוואט אים אהער דא, איך האב נישט געטראפן זיינע ווערטער,

פאנדיט » מאנטאג יולי 2, 2012 12:55 am

· #21090
Orthodox Pundit is right that the Aroni Satmar are exaggerating their strength within the Williamsburg community-- but not by as much as OP (and Albert Friedman of the independent Satmar paper Der Tzitung, who made similar observations to me on the phone right before Shabbos and in another conversation earlier this week) say.

פאנדיט » מאנטאג יולי 2, 2012 12:57 am

· #21091
פריינדליך
פאנדיט

און א בלאגער פונדרויסן וואס קען גוט די פאליטיק.
The Aroni spin on their own strength is full of flat out lies and exaggerations, most of which Colin catches in the attached link.

קאם אן, וואס שרייבסטע דא? יענער צייכענט דאך צו א לינק צו דיין בלאג, און דיין בלאג איז דאך יעצט און קוועשען, מעגליך ביסט גערעכט מעגליך נישט?!
די ברענגסט א ריאה צו דיינע ווערטער אז די ביסט גערעכט פון איינעם ווואס שרייבט אזוי ווי דיר, און יענער נעמט די ווערטער פון דיר??!!

יענער גיט מיר נישט אינגאנצן גערעכט...

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 1:01 am

· #21093
שכוח,

באדעם ליין האט מסתם יוסי איבער געשאצט, און פאנדיט האט אינטער געשאצט,
עס איז אבער אירעלעווענט, ווייל ווען מען קיקט אויפן גרעסערען בילד האבן ביידע זייטען א בלאק וואוט, און איין פאליטישען גייט נישט איגנארירען קיין איין צד,
ביידע זייטען האבן געווינענן {אפשר האט נידערמאן גאר פארלוירען ווייל ער האט גאר באקימען קאמפיטישען א בלאק וואוט, נישט קיין נפ"מ ווי גרויס}

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 2, 2012 1:10 am

· #21095
פאנדיט
וואו האט וואלעזקועז געזאגט 4,000 וואוטס?

איר קאמפיין האט געזאגט 40 פראצענט פון די שטימען,
Velaquez’s campaign estimated a 60-40 split in favor of Dilan.
<a class="postlink" href="http://www.cityandstateny.com/split-satmar-community-helped-velazquez-prevail/">http://www.cityandstateny.com/split-sat ... z-prevail/</a>

און דא האסטו וואס עס זאגט אלבערט פריעדמאן
<a class="postlink" href="http://www.r8ny.com/blog/gatemouth/the_gateway_race_aroni_edition.html">http://www.r8ny.com/blog/gatemouth/the_ ... ition.html</a>

און א בלאגער פונדרויסן וואס קען גוט די פאליטיק.
The Aroni spin on their own strength is full of flat out lies and exaggerations, most of which Colin catches in the attached link.

ער איז נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט מיר אויך נישט.

אפשר קענסטו מיר זאגן פון וואו יוסי'ס נאמבערס קומען? איין פלאץ וואס ער האט ארויסגעלייגט איז העיווארד, וואו ער איז קלאר מודה אז עס איז פיל א גרעסערער חילוק. פארוואס לייגט ער נישט ארויס די אנדערע ברעיקדאונס.

דער בלאט האט בלויז א באלי, אן קיין שום נומער אויף וואס עס איז באזירט, פון וועלכע געגנט זיי רעדן וכו'.

די נומערן פון די באורד אוו עלעקשאנס נעמט א היפשע ווייל ביז עס גייט אויף זייער סייט, אבער מ'קען עס באקומען.

איך האב נישט געשריבן די פאול וואס דו ברענגסט.
כ'גלייב נישט אז כ'האב מיך מער וואס צו טענה'ן.

איך האב גראדע געשריבן אז אקנאר איז אפשר שטערקער פון דילאן, פארוואס אנדערע האבן חוזק געמאכט פון מיר.

<a class="postlink" href="http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/04/surprising-poll-dilan-comes-in-close.html">http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012 ... close.html</a>
איך גלייב אז יוסי איז אריינגענארט געווארן, און אין די ענדע וועט ער עפנטליך טרעפן א וועג ארויס עס צו פאררעכטן, אויב ער וויל בלייבן מיט זיין אימעזש.

לאמער גיין צושטייטעלעך. א צייטונג "סיטי ענד סטעיט" שרייבט וואס איך און אסאך אנדערע שרייבן דא אז וויטא לאפעז איז די גרעסטע לוזער, דאס ווילסטו נישט אפקויפן! דו האלטסט אז נישט. און זיי שרייבן ווייטער אז די וועלעסקעז קאמפיין שרייבט בערך 60/40, וואס מיינט דאס? לאמער א קוק טוהן אין די נעקסטע לינק פון דעם אנדערן בלאגער, ער שרייבט אביסל מער דעטאלן, ער שרייבט אז די וועלעסקעז קאמפיין שאצט אז אין די חסידיק קאמיוניטי איז געווען א 41-58 ספליט. לאמער שנעל נעמען א 'קאלקעלעטער' און רעכענען, ס'איז געווען בערך 10,000 וואוטס, און די ארונים האבן געהאט (לויט די ווערסיע) בערך 41 פראצענט, דאס קומט אויס לויט מיין חשבון איבער 4,000 וואוטס!

יעצט לאמער זעהן די זאלי נאמבער, די זאליס אפעציעלע נאמבער איז 6000-3000, דאס איז שקר און ניטאמאל נאנט צום אמת! יאסי געשטעטנער'ס נאמבערס זענען סאך נענטער צום אמת ווי דאס. (יאסי האט לכוראה אריינגערעכענט די סאוט 3 און מאנטראז וואל ערטער)

די פאקט אז דער בלאגער פיהלט נישט פאר וויכטיג צו דערמאנען די זאלי ליגענט, בלויז די ארונים'ס ליגענט ווייזט ווי 'אומפארטייאיש' ער איז. און וואס ענטפערסטו צו דעם אז דיינע נאמבערס שטומען נישט מיט זיינע?

און ווייטער ווילסטו וויסן פון ווי יאסי נעמט זיינע נאמבערס, איך ווייס נישט, אבער איך שטעל מיך פאר אז ער האט דאס גענומען פון די מענטשן וואס האבן געשיקט די רעזולטאטן בשעתן ציילן, אבער דו, פון וואו נעמסטו דיינע נאמבערס? דו האסט די נומערן פון די באורד אוו אילעקשן? לייג עס ביטע ארויס. ווייז א קאפי, א לינק, עפעס?

וועגן די פאול, איך האב דיך נישט באשולדיגט אינעם ארויסלייגן די פאול, איך האב נאר געזאגט אז די זאליס זענען נישט באגלייבט ווען ס'קומט צו נאמבערס.

און א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב פארגעסן, דיין לעצטע שורה האט מיר געקאסט א אויספלאץ, די ארונים האבן א גוטע PR און די זאליס נישט? זאג עס ביטע איבער אז יעדער זאל הערן. און גראד נאכדעם שרייב אז יאסי געשטעטנער איז איינזייטיג.

פאנדיט » מאנטאג יולי 2, 2012 9:28 am

· #21110
יונגערמאנטשיק
פאנדיט
פריינדליך:

וועלכע לעצטע וואלן? דאס איז די ערשטע וואלן וואס די סייט עקזיסטירט.

ווען איינער שרייבט ציפערן, און רופט זיך מכלומר'שט א נייעס זאגער, מעג מען פארלאנגן ער זאל געבן עפעס פאקטן.

גארנישט איז קיינעם מחייב, אבער מ'מעג ארויסברענגן יענעם'ס היפאקריטישקייט.

וואס איך האב געברענגט איז דא פאקטן.

ל. רוזון: וואו זעסט 42 אדער 46. די איינציגסטע אויסער זיי אליין, וואס זאגן מער ווי 38, איז נידיע וואלעזקועז'ס קאמפיין, וואס האט געזאגט פערציג.

קוקט אויס דו האסט נאר געליינט א האלבע ארבעט...

און וואס טוט זיך מיט דיינע פאקטן, דאס טאר מען נישט פארלאנגען צו זעהן? וואו זענען די נאמבערס פון די "באורד אוו עלעקשן" וואס דו ברענגסט אראפ?

די נומערן וואס אלע האבן ארומגעשיקט בשעת'ן ציילן זענען 41.6 ביז 46, געוואנדן וועלעכע פלאץ מ'ציילט, די זאליס האבן געווארט אפאר שעה ביז זיי האבן ארויסגעשיקט די ליגענט נאמבערס פון 6-3000.

און איך וועל דיר זאגן נאך איין זאך, די זאליס האבן פארקויפט א טאג פאר די וואלן א פאול פון א קאמפאני "גאלף ריסוירטש" (ס'עקזיסטירט נישט אזא פאולסטער) אז די פארמעסט איז גאר טייט, למעשה האט דאך יעדער געזעהן ווי טייט ס'איז געווען. אלזא די זאליס האבן (צום וויפיל'טן מאל) פארלוירן זייער נאמנות!

די טענה אז קיינער אויסער די ארונים און וועלעסקעז'ס אפיס זאגט נישט אז די ארונים האבן געהאט 4000 + וואוטס, געפעלט מיר מורא'דיג, וואס האסטע געוואלט, ווער זאל עס זאגן? פרעזידענט אבאמא אדער גאר וולאדמיר פוטין? וואס הייסט קיינער? ווי געזאגט פריער, אלע פאול וואטשערס וואס זענען געווען ביים ציילן האבן געשיקט בערך די נאמבערס וואס די בלאט שרייבט, אלע צייטונגען פון ניו יארק שרייבן אזוי און די וועלעסקעז קאמפיין זאגט אזוי. ווער זאגט פארקערט? וואס הייסט ווער? דער יוד און די דבר יום ביומו, און יעצט האט מען שוין פאנדיט אויך!

איך קלער אז די שריט פון יאסי געשטעטנער דיך "ניטאמאל צו איגנארירן" איז געוואלדיג!

נאכאמאל: די נומערן וואס אלע האבן ארומגעשיקט בשעת'ן ציילן זענען 41.6 ביז 46, געוואנדן וועלעכע פלאץ מ'ציילט, די זאליס האבן געווארט אפאר שעה ביז זיי האבן ארויסגעשיקט די ליגענט נאמבערס פון 6-3000.
קוק וואס דא שטייט:

<a class="postlink" href="http://www.cityandstateny.com/split-satmar-community-helped-velazquez-prevail/">http://www.cityandstateny.com/split-sat ... z-prevail/</a>

At IS 71 on Heyward Street, perhaps the busiest poll site in the district where 2,619 voters cast their ballots, Velazquez received 947 votes and Dilan recorded 1,622 votes.

נעם ארויס א קאלקולעיטאר וועסטו זען אז דאס איז 61.93 פראצענט קעגן 35.1 פראצענט.

עס נעמט א שטיק צייט ביז די באורד אוו עלעקשאן לייגט ארויס רעזולטאטן, אבער מ'קען עס ארויסבאקומען, איבערהויפט די קאנדידאטן. יוסי געשטעטנער דארף נאר בעטן פון זיינע קאנטאקטן וועלכע האבן אים דעליווערט 'אינפא' אין טאג פון די וואלן, זיי זאלן אים איבערגעבן די פרינט-אוטס. עס קען זיין אבער ער האט זיך שוין אפגעבריעט פון זייערע פאנטאזיעס, דעריבער געטרויעט ער זיי שוין נישט מיט גארנישט.

shlomyg » מאנטאג יולי 2, 2012 10:05 am

· #21114
פריינדליך
בכלל איז א שאד אז די בלאג פון פאנדיט איז געווארען פארטיי'יעש, איך פלעג גלייכען די בלאג, איך האב עס געהאט און מיינע פעווערטיס, איך האלט אז עס וואלט געקענט ווערען א ארקענטע בלאג, עס איז ממש א שאד אריינצוקריכען און ביליגע מחלוקות, יעדער האט עס פיינט,

הייב אן שרייבען נייטראל, איך קען זיין אז די בלאג זאל עווענטעול שטארק מצליח זיין,

גם אני בתוכם. איך גיי בל"נ מער נישט צי זיין בלאג

שמעלקא » מאנטאג יולי 2, 2012 11:01 am

· #21137
די יעצטיגע טענה'רייען וויפיל עס איז אריין געקומען פאר יעדע זייט איז נישט שייך צו באשטעטיגן, אין די קומענדיגע וואכן וועט די BOE ארויס געבן די רעזולטאטן און דאן וועט אלעס זיין קלאר אויסער פאר די וואס זענען פארטייאיש געשטימט און באשלוסן אז רוב וויילער פאר איין קאנדידאט זענען גוים און נישט קיין אידן.

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 2, 2012 11:03 am

· #21138
פאנדיט
יונגערמאנטשיק
פאנדיט
פריינדליך:

וועלכע לעצטע וואלן? דאס איז די ערשטע וואלן וואס די סייט עקזיסטירט.

ווען איינער שרייבט ציפערן, און רופט זיך מכלומר'שט א נייעס זאגער, מעג מען פארלאנגן ער זאל געבן עפעס פאקטן.

גארנישט איז קיינעם מחייב, אבער מ'מעג ארויסברענגן יענעם'ס היפאקריטישקייט.

וואס איך האב געברענגט איז דא פאקטן.

ל. רוזון: וואו זעסט 42 אדער 46. די איינציגסטע אויסער זיי אליין, וואס זאגן מער ווי 38, איז נידיע וואלעזקועז'ס קאמפיין, וואס האט געזאגט פערציג.

קוקט אויס דו האסט נאר געליינט א האלבע ארבעט...

און וואס טוט זיך מיט דיינע פאקטן, דאס טאר מען נישט פארלאנגען צו זעהן? וואו זענען די נאמבערס פון די "באורד אוו עלעקשן" וואס דו ברענגסט אראפ?

די נומערן וואס אלע האבן ארומגעשיקט בשעת'ן ציילן זענען 41.6 ביז 46, געוואנדן וועלעכע פלאץ מ'ציילט, די זאליס האבן געווארט אפאר שעה ביז זיי האבן ארויסגעשיקט די ליגענט נאמבערס פון 6-3000.

און איך וועל דיר זאגן נאך איין זאך, די זאליס האבן פארקויפט א טאג פאר די וואלן א פאול פון א קאמפאני "גאלף ריסוירטש" (ס'עקזיסטירט נישט אזא פאולסטער) אז די פארמעסט איז גאר טייט, למעשה האט דאך יעדער געזעהן ווי טייט ס'איז געווען. אלזא די זאליס האבן (צום וויפיל'טן מאל) פארלוירן זייער נאמנות!

די טענה אז קיינער אויסער די ארונים און וועלעסקעז'ס אפיס זאגט נישט אז די ארונים האבן געהאט 4000 + וואוטס, געפעלט מיר מורא'דיג, וואס האסטע געוואלט, ווער זאל עס זאגן? פרעזידענט אבאמא אדער גאר וולאדמיר פוטין? וואס הייסט קיינער? ווי געזאגט פריער, אלע פאול וואטשערס וואס זענען געווען ביים ציילן האבן געשיקט בערך די נאמבערס וואס די בלאט שרייבט, אלע צייטונגען פון ניו יארק שרייבן אזוי און די וועלעסקעז קאמפיין זאגט אזוי. ווער זאגט פארקערט? וואס הייסט ווער? דער יוד און די דבר יום ביומו, און יעצט האט מען שוין פאנדיט אויך!

איך קלער אז די שריט פון יאסי געשטעטנער דיך "ניטאמאל צו איגנארירן" איז געוואלדיג!

נאכאמאל: די נומערן וואס אלע האבן ארומגעשיקט בשעת'ן ציילן זענען 41.6 ביז 46, געוואנדן וועלעכע פלאץ מ'ציילט, די זאליס האבן געווארט אפאר שעה ביז זיי האבן ארויסגעשיקט די ליגענט נאמבערס פון 6-3000.
קוק וואס דא שטייט:

<a class="postlink" href="http://www.cityandstateny.com/split-satmar-community-helped-velazquez-prevail/">http://www.cityandstateny.com/split-sat ... z-prevail/</a>

At IS 71 on Heyward Street, perhaps the busiest poll site in the district where 2,619 voters cast their ballots, Velazquez received 947 votes and Dilan recorded 1,622 votes.

נעם ארויס א קאלקולעיטאר וועסטו זען אז דאס איז 61.93 פראצענט קעגן 35.1 פראצענט.

עס נעמט א שטיק צייט ביז די באורד אוו עלעקשאן לייגט ארויס רעזולטאטן, אבער מ'קען עס ארויסבאקומען, איבערהויפט די קאנדידאטן. יוסי געשטעטנער דארף נאר בעטן פון זיינע קאנטאקטן וועלכע האבן אים דעליווערט 'אינפא' אין טאג פון די וואלן, זיי זאלן אים איבערגעבן די פרינט-אוטס. עס קען זיין אבער ער האט זיך שוין אפגעבריעט פון זייערע פאנטאזיעס, דעריבער געטרויעט ער זיי שוין נישט מיט גארנישט.

דו ברענגסט איין פאולינג פלאץ, און דו ווילסט קומען צו אן החלטה אויף די גאנצע דיסטריקט? נייס טריי.

און ווידער פראבירסטו צו ספינען. יאסי געשטעטנער איז נישטא! קענסט עם בעטן זיינע נאמבערס, איך רעד נישט פאר עם. דו ביסט יא דא, דו האסט געשריבן רעזולטאטן און דו האסט געשריבן אז די נאמבערס זענען פון די באורד אוו עלעקשן. ווייז דיינע נאמבערס???

און ווידער אמאל ברענגסטו פון סיטי ענד סטעיט, די וועבסייט וואס שרייבט אז וויטא לאפעז און מד"נ זענען די גרעסטע לוזערס!

פאנדיט » מאנטאג יולי 2, 2012 12:14 pm

· #21166
דו האסט געשריבן א רעינדזש פון 41.6 ביז 46, געוואנדן לויט וועלכע פלאץ מ'ציילט.
איך האב דיר אויפגעוויזן אז דיין רעינדזש איז נישט ריכטיג.
אז דו ווילסט סתם פארדרייען, טו וואס דו ווילסט.

יישר כח פאר יאנקעלע'ס קאמפלימענט

וואס איך שרייב האט דעקונג. איך פארקויף נישט קיינעם'ס ספין, און איך בין זיכער אז די זאליס זענען נישט צופרידן פון מיינע נומערן, ווייל עס גייט זיי נישט קיין 66 פראצענט.

כ'האב געוויזן מיינע נומערן. עס נעמט א שטיק צייט ביז די בארד אוו עלעקשאנס סערטיפייד עס און לייגט עס ארויס אויף זייער סייט.

כ'האב געוויזן די נומערן פון העיווארד. אז דו ווילסט משוגע מאכן, קענסטו שרייען ביזן בוידעם.

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 2, 2012 12:21 pm

· #21169
פאנדיט
דו האסט געשריבן א רעינדזש פון 41.6 ביז 46, געוואנדן לויט וועלכע פלאץ מ'ציילט.
איך האב דיר אויפגעוויזן אז דיין רעינדזש איז נישט ריכטיג.
אז דו ווילסט סתם פארדרייען, טו וואס דו ווילסט.

יישר כח פאר יאנקעלע'ס קאמפלימענט

וואס איך שרייב האט דעקונג. איך פארקויף נישט קיינעם'ס ספין, און איך בין זיכער אז די זאליס זענען נישט צופרידן פון מיינע נומערן, ווייל עס גייט זיי נישט קיין 66 פראצענט.

קוקט אויס אז יענקל איז גערעכט! ענגליש קענסטו אבער אידיש נישט! איך האב געשריבן צווישן 41.6 און 46 געוואנדן לויט וועלעכע פלאץ מ'ציילט. דאס מיינט אין אידיש אזוי. ווילאמסבורגע יודן וואוטן אויף 11-12 פלעצער, אבער נאר 9 זענען רוב יודן, די איבעריגע זענען א געמישעכטס פון יודן און גוים. ס'דא וואס רעכענען נאר 9 וואוטינג פלעצער, ס'דא וואס רעכענען 10, 11 און 12. (די נאמבער 9-12 איז נאר א משל, מעגליך אז ס'דא 8 אדער 15)

און ווייטער זאגסטו אז דו האסט דעקונג, איך קען דאס זעהן? פון יאסי געשטעטנער בעטסטו דעקונג, דא שטייען אפאר יודן און בעטן דיך מר. פאנדיט, דעקונג ביטע???

פאנדיט » מאנטאג יולי 2, 2012 1:30 pm

· #21195
ס'דאכט זיך מיר טאקע אז העיווארד סטריט איז א היספאנישער וואל פלאץ. דאס איז די 12'טע, וואס מ'רעכנט בלויז בדוחק גמור.
איך הייב הענט - נצחתני.

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 1:44 pm

· #21200
פאנדיט, לו יהא אז די ארונים האבן נאר געהאט ערגעץ ביי 37%

איז עס נישט געווינס פאר זיי? אז די ערשטע מאל נאכען זיך ארגענעזירען האבן זיי שוין 37% און דאס אן א קלענערע קהילות?
מיינט דאס נישט אז אז זיי ווערע א ערענסטע קאמפעטישען פאר נידערמאן? ביי די נעקסטע וואלען וועט עס לכאורה וואקסן, און אפיךו עס וועט אלץ בלייבען 40% 60% איז א ערענסטע קלאפ פאר נידערמאן, ווייל 40% איז זייער א שטארקע בלאקוואוט

און דאס ווילסטע האסטע נישט געשריבען, פארוואס?

גאלד » מאנטאג יולי 2, 2012 1:53 pm

· #21212
לפענ"ד איז די טענה'רייען דא, קומט מיר פאר ווי 2 אידן זאלן זיך ארומרייסן איבער א פערד, און דער פערד איז שוין לאנג ארויסגעלאפן פון שטאל, אין להשיב,

פארוואס,

ווייל דער ציל פון די ארונים איז דא געווען, אז די נאכט פון די וואלן זאל זיין א ווינט אין די פאליטישע וועלט אז די ארונים האבן דא סורפרייזט יעדן אז זיי האבן ארויסגעברענגט א אומערווארטע גרויסע צאל שטימען 3 מאל אזויפיל ווי אין די פארגאנגענהייט, און זיי זענען אויפן וועג זיך צו פארמעסטן מיטן אלטגיזעסענעם נידערמאן'ען,

דאס פונקטליך האבן זיי ערייכט אין די נאכט פון די וואלן, לית מאן דפליג, און עס קומט זיך שטארק צו פארדאנקען געשטעטנער'ן פאר דעם ערייכונג, די ניגון אין די פאליטישע וועלט איז אז די ארונים האבן א וואקסענדע מאכט, מיט א שטארקע מאמענטום,

צו ס'איז ממש אזוי, לפענ"ד זיכער נישט, אבער דאס איז די פי אר הצלחה וואס די ארונים האבן געהאט יענעם נאכט,

יעצט הארכטס מיך צו מיינע טייערע ברודער און שוועסטער:
איינמאל די נאכט פון די וואלן איז פאריבער, איז די אלע אינערליכע חסידישע פארטייאישע קריגערייען ווי מ'רייסט זיך איבער נישטיגע פראצענטן ארויף, פראצענטן אראפ, האט שוין נישט די עטענשן פון די מידיע, עכ"פ ווייט נישט ווי די נאכט פון די וואלן, עס איז דערנאך, דער פערד איז שוין ארויס פון שטאל,

די איינציגע וועג וואס די זאליס קענען צוריקדרייען דעם ניגון איז ווארטן אויף די קומענדיגע וואלן, וואס איז נישט צו ווייט אוועק, דעם קומנדיגען סעפ. נאך זומער גייט זיין "דיסטריקט לידער" וואלן, ווי לינקאלן רעסטלער לויפט

אלבערט » מאנטאג יולי 2, 2012 2:01 pm

· #21215
ביים רעסטלער איז צו ערווארטן א פרישער העפטיגער קאמפיין, און דארט וועט מען בעסער און קלארער וויסן די ציפערן צוליב דעם וואס עס איז בלויז אינעם וויליאמסבורגער דיסטריקט.

פיינע קאווע » מאנטאג יולי 2, 2012 2:20 pm

· #21222
גאלד שרייבט
דאס פונקטליך האבן זיי ערייכט אין די נאכט פון די וואלן, לית מאן דפליג, וגו' , די ניגון אין די פאליטישע וועלט איז אז די ארונים האבן א וואקסענדע מאכט, מיט א שטארקע מאמענטום,

און פארענדיגט
צו ס'איז ממש אזוי, לפענ"ד זיכער נישט

אנשטאט לפענ"ד דארפטו שרייבן "איך וואלט נישט געוואלט דאס זאל זיין דאס מציאות"

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 2:25 pm

· #21224
עס איז א נייע וועלט היינט, יעדער גלייבט נאר דאס וואס ער וויל גלייבען, עס איז ביים גוי פינקט ווי ביים איד, עס איז ביי א ארוני פינקט ווי ביי א זאלי, און עס איז ביי וויזניץ פינקט ווי ביי קז"ב,

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 2, 2012 3:44 pm

· #21252
פאנדיט
ס'דאכט זיך מיר טאקע אז העיווארד סטריט איז א היספאנישער וואל פלאץ. דאס איז די 12'טע, וואס מ'רעכנט בלויז בדוחק גמור.
איך הייב הענט - נצחתני.

איך בין ערענסט מסופק צו דו שטעלסט אן א פנים כאילו דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געשריבן, און אזוי ארום וועסטו נישט דארפן ענטפערן אויף מיין בקשה צו ווייזן פון וואו דו נעמסט דיינע נאמבערס.

מר. פאנדיט, איך לייגט פאר דיר די זעלבע טשאלענדזש וואס דו האסט געלייגט פאר יאסי געשטעטנער, דו האסט געשריבן אז דיינע נאמבערס קומען פון די BOE, ביטע ברענג א לינק אדער א קאפי פון א צעטל/אימעיל פון דיינע נאמבערס.

פאנדיט » מאנטאג יולי 2, 2012 6:18 pm

· #21299
אפשר ווייסט איינער וואס ער וויל.

אויף מיין בלאג ליגט די פרינטאוטס פון באורד אוו עלעקשאנס.

זאל איך דיר געבן א צעטל אין די הענט?

אפשר ביזטו געבלאקט פון סקריבד?

וואס ווילסטו?

ברוין » מאנטאג יולי 2, 2012 8:27 pm

· #21340
פאנדיט מיר פארשטייען אייער ווייטאג. צו בויען א בלאג רעפוטאציע נעמט צייט. איין טאג וועט איר זיין אזוי גרויס ווי יוסי. דערווייל נישט. סארי

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 8:31 pm

· #21343
פליז, סטאפט'ס מיט די קינדערישע אטאקעס.

שמעלקא » מאנטאג יולי 2, 2012 10:32 pm

· #21383
פאנדיט
אפשר ווייסט איינער וואס ער וויל.

אויף מיין בלאג ליגט די פרינטאוטס פון באורד אוו עלעקשאנס.

זאל איך דיר געבן א צעטל אין די הענט?

אפשר ביזטו געבלאקט פון סקריבד?

וואס ווילסטו?

פערצופאל בין איך געבלאקט פון סקריבד אויב האסטו אן אנדערע וועג עס צו ווייזן וואלט איך דיר מכיר טובה געווען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9