☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

די וואלן אין ניו יארק'ס 7th קאנגרעסיאנעל דיסטריקט

411 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #890
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 4:38 pm

· #22734
קלאר
זר זהב
'דער איד' מאכט ב"ה קיינעם נישט צו נער. זייער היי-סטענדערט וועג פון שרייבן (אפילו אין פאליטיק) לאזט זיי פשוט נישט צונאר צולייגן זייערע מער-ווייניגער אינטעליגענטע לייענער. דאס איז דער חילוק צווישן די 2. א זאלי ווערט נישט העפי ווען ער זעהט עפעס געדרוקט אין א צייטונג ווען דאס געדריקטע איז הוילע בלאף אדער ספין. אן ארויני נעבעך יא.

דער איד פין די וואך איז די בעסטע סעמפל, די 8 פעיזשעס אטאקע קעגן די בלאט אין יוסי געשטעטנער אין די ראי'ס פין פאנדיס אין צוגאב צו די גאלף אנקעטע מיט 2 נערישע בריוון בשם פאפא אא''וו
נאר וואס דען די וועסט פאר אלע געלטער האלטן אין איין איבערזאגען ווי הייליג דער איד איז, ווייל די האטס א שטארקע ווארעמקייט פאר איינעם וועם די ביזט אזוי אנגעוויזן
סוי, איך מיין מען זאל אויפהערן רעדן פין די סובזשעקט אין זיך האלטן צו די וואלען

אטאקעס?? ניין! בלויז דעם אמת אין פנים אריין!

דער איד סערווירט אסאך לייענערס, נישט אלע פארשטייען צו פאליטיק, נישט אלע ווייסן וואס דא איז פארגעקומען, נישט אלע פארשטייען אז ווען ארוינים יובילירן מיט א געווינס איז עס באמת פאלש. און די לייענער האבן רוב געוואוט פאר דילאן דארף מען מאכן זיכער אז זיי ווייסן ווי שטארק זייער קאאנדיאט האט אנגעצויגן אין וויליאמסבורג. דער איד האט עס שיין ארויסגעשריבן ברחל בתך, און דער אמת האט אטאקירט דיין 'מזל טוב' פון א וואך בעפאר. איי קענט העלפ יו.

שרייבער » מאנטאג יולי 9, 2012 4:41 pm

· #22735
זר זהב
ביודעי ובמכירי. איך האב א פעטער אין וויליאמסבורג אן ארויני וועלכער האט געוואוט אין די קר"י וואלן. און ער האט דארט נישט קיין זומער היים. און דאס נאך מיט די פאקט אז אלע בחורים פון ישיבה וואוטען דארטן אפילו זיי וואוינען נישט אין קר"י.-- מ'האט יא געטראפן געניג פראוד ווי טויטע מענטשן האבן געוואוט און נאך. און למעשה האבן די ארוינים נישט צו שטארק געווינען.

זר, די ישיבה איז ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, ווען מען קען זיי באשמיצן זאגט מען קוים 300 בחורים, ביי די וואלן איבער 1000 בחורים

די ישיבה פארמאגט בערך 700 בחורים, כמעט צוויי הונדערט בחורים זענען נאכנישט קיין אכצן, ס'איז דא מער ווי הונדערט בחורים וואס זענען בכלל נישט קיין סיטיזענס, צו ווער ס'קומט פון אויסלאנד, צו אפילו וואס וואוינען דא
נו האסטו קנאפע 400 בחורים, זענען די וואלן געווען א חילוק פון 400?

יעצט וויפיל באסעס זענען געקומען פון קווינס ישיבה אין די טאג פון די וואלן? וואס איך האב אליין געזען, ס'האט זיך געדרייט בילדער דעמאלטס אויך, בני יואל און זאלונים זענען נישט קינדערלאז.

אגב ווי אזוי האט דיין פעטער געקענט וואטן ווען ער האט נישט קיין זומער היים אין קרית יואל?

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 4:44 pm

· #22737
שרייבער

האב איך דען געזאגט א נומער פון בחורים אין ישיבה? און מיט וויפיל וואוטס האט ווידער טאקע געוואונען? איינער געדענקט? -- וויאזוי מיין פעטער האט געוואוט, דאס איז דער מיליאן דאלאר פראגע, איך קען נישט פרעגן ברייטבארט ווייל ער לעבט שוין נישט.

גאלד » מאנטאג יולי 9, 2012 4:47 pm

· #22740
דער ס"ה אויב הייבט מען אן מיט קאנספירעסי טיעריס, אין תירוצים, איז אין לדבר סוף,

מ'קען מיר נאר גיין מיט פאקטן,

דער פאקט איז אז קרית יואל איז א סאטמארע שטעטל, און וומ"ב נישט,
אזוי לאנג עס וואוטן אין וומ"ב אנדערע קהלות מיט להבדיל גויים, איז עס נישט קיין פנימי וואלן,
די זאליס האבן זיכער א גרעסערע קאאליציע ווי די ארונים אין וומ"ב,
אבער ס'קיין שום באווייז אז ריין סאטמאר זענען די זאליס מער ווי די ארונים,
אדרבא, די ארונים וואס האבן נישט קיין שום קאאליציע, זיי זענען עם לבדד ישכון, און זענען לכו"ע 38%,
38% פון וומ"ב איז שטארק מעגליך דער גרעסטער קהלה

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 4:53 pm

· #22742
די ארוינים האבן געהאט 11 יאר צוריק א ברירה צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען די רוב אין וויליאמסבורג. די זאליס האבן פארלאנגט וואלן זיי האבן אראפגעברענגט אן אינדעפענדענט פראפעשענעל עלעשקאן קאמפעני מיט אבזערווערס, זיי האבן געלאזט די ארוינים פארלאנגען וואס זיי ווילן. די ארוינים האבן נישט געוואלט וואלן... ווייל זיי האבן געוואוסט עפעס וואס "גאלד" ווייסט נישט.

קלאר » מאנטאג יולי 9, 2012 5:10 pm

· #22748
זר זהב
די ארוינים האבן געהאט 11 יאר צוריק א ברירה צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען די רוב אין וויליאמסבורג. די זאליס האבן פארלאנגט וואלן זיי האבן אראפגעברענגט אן אינדעפענדענט פראפעשענעל עלעשקאן קאמפעני מיט אבזערווערס, זיי האבן געלאזט די ארוינים פארלאנגען וואס זיי ווילן. די ארוינים האבן נישט געוואלט וואלן... ווייל זיי האבן געוואוסט עפעס וואס "גאלד" ווייסט נישט.

די ארונים האבען אויך פארלאנגט וואלען
זיי האבען טאקע געמאכט 2 מאל וואלען זייט די פאליטיק
אין דאך קום איך נישט ווי א היפאקריט אין שרייט פארוואס די זאלונים האבען נישט געוואוט ביי די ארונישע וואלען

גאלד » מאנטאג יולי 9, 2012 5:44 pm

· #22764
זר זהב
די ארוינים האבן געהאט 11 יאר צוריק א ברירה צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען די רוב אין וויליאמסבורג. די זאליס האבן פארלאנגט וואלן זיי האבן אראפגעברענגט אן אינדעפענדענט פראפעשענעל עלעשקאן קאמפעני מיט אבזערווערס, זיי האבן געלאזט די ארוינים פארלאנגען וואס זיי ווילן. די ארוינים האבן נישט געוואלט וואלן... ווייל זיי האבן געוואוסט עפעס וואס "גאלד" ווייסט נישט.

אודה ולא אבוש, איך ווייס טאקע נישט פון אזא זאך, וואס איז געווען די דיל? ווער ס'איז רוב באקומט אלעס?
ווי ווייט איך דענק האבן די זאלי דיינים געפסקנט אז די ארונים זענען א קשר בוגדין ואינם מן המנין, לפי זה איז נישט שייך קיין וואלן,

שרייבער » מאנטאג יולי 9, 2012 5:50 pm

· #22766
גאלד, ס'גארנישט, דו האסט געלערנט אין איין חדר מיט זר זהב, ער איז נישט צופיל עלטער פון דיר וויפיל איך זע פון זיין רעדן

קיינער האט נישט געמאכט קיין שום תנאים לויט וויפיל איך געדענק, די זאליס האבן פראלאמירט וואלן, און די ארונים האבן פונקט אזוי פראקלאמירט, די זאליס האבן געהאט א נומער און די ארונים האבן געהאט א נומער, אויפגעטון האט עס גארנישט, די דזשאוק אויף די טאון איז דאן געווען מיט א חתימה פון א קאמישענער אוו דיד, ווער עס געדענקט מער פון דעם זאל ביטע אפשרייבן, צופיל וואסערן האבן שוין געפלאסן זייט דעמאלטס איך זאל געדענקן יעדע דיטעיל

גאלד » מאנטאג יולי 9, 2012 5:59 pm

· #22770

די וואלן גראדע געדענק איך זייער גוט ווי יעדער האט זיך געמאכט זיינע אייגענע וואלן, אבער פון זר_זהב קוקט אויס ווי ס'געווען עפעס א אגרימענט, וואס קוקט מיר אויס זייער פאני ווייל דורכאויס די גאנצע מחלוקה געדענק איך נישט אז די צדדים זאלן קענען עגריען צו ס'איז ליכטיג אדער טינקל אינדרויסן, און דא קומט ער מיט א מעשה אז מ'איז גרייט געווען צו מאכן וואלן,

אלעס קען זיין, מוז נישט זיין אז איך ווייס אלעס

זלמן זאפיר » מאנטאג יולי 9, 2012 6:06 pm

· #22775
ווער איז טאקע די גאלף ריסערטש ? האט מען טאקע געקענט חוזק מאכן פין די גאנצע זאלוינישע פארטיי ?
אין די זאלי'ס ווילן מיר איינרעדן אז שמואל ווידער מאכט חוזק פין די אהרונים אין דער צייט ווען קען זיי איינרעדן א קאץ אין בויך

די וואך אין דער איד איז ער מסביר אז זיי האבן גאר געוואסט אז דילאן גייט נישט געווינען נאר מען האט אים אינדראסירט אלץ הכרת הטוב
איך פארשטיי נישט א טאג פאר די וואלן האט דער גאלף ריסערטש פאול געוויזן אז דער פארמעסט איז זייער טייט
אין וויאזוי קען זיי נאך דעם פארקויפן אז זיי האבן עכט יא געוואסט אז ער האט נישט קיין שאנס

פריינדליך » מאנטאג יולי 9, 2012 8:07 pm

· #22791
און אמריקע זאגט מען אז די וואלען פאר פרעזידענט הייבט זיך א טאג נאכדעם וואס מען ענדיגט וואטען פארען פריערדיגען קאנדידאט,

די וואלען פאר רעסטלער און זיין קעגענער האט זיך שוין אנגעהויבען, לאמיר זען וואס זענענן אייער הצעות, וואס דארף יעדע זייט טיען ארויסצוברענגען די מאקסימום שטימען,

איך טראכט אז נידערמאן גייט זיך אליינס ארויסשטעלן אלץ קאנדידאט, עס האט מעלות און עס האט חסרונות,

די מעלה איז, אז ער ווערט זייער זייער מאכטפול ווען ער געווינט, ער וועט זיין סיי דיסטריקט לידער און סיי ער האט א בלאק וואוט, די ארונים וועלן קענענן מופן קיין יהופיץ, זיי וועלן ווערען א נאן פעקטער און ווילי סיי און מאראל און סיי ביי פאליטישענעס,

די חסרון איז אז וויבאלד אזא אקט ווען זיין שאך-מאט פאר די ארונים, קען מען זיין זיכער אז זיי וועלן עס נישט פארשווייגען, און עס וועט פובלצירט ווערען ארטיקלען און למשל די ני יארק פאוסט קעגן משה דוד נידערמאן א שטייגער ווי אנדערע האבען געטיען קעגן די ארונים עסקנים ארי לייב גלאנץ און בעריש פרייליך, אסאך מאל לוינט זיך נישט צו גיין צו א צי שטארקע עקסטרעם,

אבער משה דוד קען שטעלן עני אנדערע עסקן פון UJO צי לויפען,

די ארונים מוזען זיך אויך אהער נעמען אויב זיי ווילען נאר חלום'ען פון האבן עפעס א ממשות'דיגע געווינס,
עס איז צייט אויפצובויען א געהעריגע ארגענאזציע, סיי מיטען האבן גיטע עסקנים, סיי מיטען פראבירען אויסצוהעלפן אנדערע, און סיי מיטען אויפבויען א עפעקטיוו גיט אוט די וואוט און רעגעסטראציע דריוו,

גאלד » מאנטאג יולי 9, 2012 9:31 pm

· #22808
א חסיד וועט נאר האבן די חסידישע וואוטס, בדוק ומנוסה, מיט בלויז חסידישע וואוטס קען מען נישט געווינען אינעם 50'סטן אסעמבלי דיסטריקט, אפי' ער זאל האבן 100% פון די חסידים

גאלד » מאנטאג יולי 9, 2012 9:52 pm

· #22815
די ארונים זענען נאך זייער ווייט פון קאנקורירן מיט UJO, ס'מאכט זיך נישט איבער נאכט א ארגעניזאציע וואס איז אלט 50 יאר,

די ארונים ברויכן איין זאך: אביסעלע געדולד, און טאן פונקטליך וואס זיי האבן געטאן אין די לעצטע וואלן,
זיך נישט צוטאן מאכן פון גארנישט, נישט קוקן וויפיל נידערמאן האט, אדער וואס די זאליס זאגן, זיך בלויז קאנצעטרירן אויף זייער אייגענע וואוטערס,

זיי זאלן איינפעדעמען א סיסטעם ווי אין קרית יואל ווי מ'טרעינט איין די מענטשן אז וואוטן איז ממש א רעליגיע, חק ולא יעבור,
אויב און די נעקסטע 2-3 יאר קענען די ארונים ארויס ברענגען קאנסיסטענטלי צווישן 4,500 און 5,000 מענטשן זענען זיי און גאר גוטע שעיפ,
אויב אבער פאלן זיי צוריק, איז די לעצטיגע וואלן אינגאנצן לריק,

פריינדליך » מאנטאג יולי 9, 2012 10:18 pm

· #22821
גאלד
א חסיד וועט נאר האבן די חסידישע וואוטס, בדוק ומנוסה, מיט בלויז חסידישע וואוטס קען מען נישט געווינען אינעם 50'סטן אסעמבלי דיסטריקט, אפי' ער זאל האבן 100% פון די חסידים

עפעס האט די צייטונג געשריבען אז וויטא לאפאז האט דירעקט ארויסגעשניטען פון רעסטלערס דיסטריקט עטליכע גאסען זיכער צי מאכען אז ער פארלירט,

ברוך » מאנטאג יולי 9, 2012 10:49 pm

· #22844
סטאפט ענק צו קריגען ווי קליינע קינדער. ביידע זייטען אין סאטמאר זענען. גרויס. שטארק. עס איז בערך א 50 50 ספליט. אדער העכטסענס א 45 55. אין די גאנצע וועלט. אבער וואס איז די נפק״מ איין נומבער ארויף אדער אראפ

פריינדליך » מאנטאג יולי 9, 2012 10:52 pm

· #22847
ווי לאנג גיט נעמען פון ווען די שפילסט נייטראל ביז די גייסט זיך מגלה זיין מיט וועלכע זייט די שטייסט,
שיק מיר אריין אין אישי די אינפערמאציע אזוי איך זאל מיר קענענן איינשפארען די איבריגע טרחה

גאלד » מאנטאג יולי 9, 2012 11:24 pm

· #22856
פריינדליך
גאלד
א חסיד וועט נאר האבן די חסידישע וואוטס, בדוק ומנוסה, מיט בלויז חסידישע וואוטס קען מען נישט געווינען אינעם 50'סטן אסעמבלי דיסטריקט, אפי' ער זאל האבן 100% פון די חסידים

עפעס האט די צייטונג געשריבען אז וויטא לאפאז האט דירעקט ארויסגעשניטען פון רעסטלערס דיסטריקט עטליכע גאסען זיכער צי מאכען אז ער פארלירט,

נישט דאס, ער האט אויסגעשניטן די גאס ווי רעסטעלער וואוינט אזוי אז רעסטעלער וואוינט מער נישט אין דעם דיסטריקט, רעסטלער האט אבער געמופט צוריק אריין אונעם דיסטריקט,

ער האט געטאן די זעלבע דשאוק מיט נידיע וועלעזקעס,

פריינדליך » מאנטאג יולי 9, 2012 11:26 pm

· #22857
חוץ מזה האט אוועק געשניטען אסאך גאסען אזוי אז רעסטלער זאל נישט קענענן געווינענן

ברוך » דינסטאג יולי 10, 2012 12:05 am

· #22861
פריינדליך
ווי לאנג גיט נעמען פון ווען די שפילסט נייטראל ביז די גייסט זיך מגלה זיין מיט וועלכע זייט די שטייסט,
שיק מיר אריין אין אישי די אינפערמאציע אזוי איך זאל מיר קענענן איינשפארען די איבריגע טרחה

וואס איז א חילוק וועלכע זייט איך בין עס טוישט ממילא נישט וואס איך האב געשריבען

גאלד » דינסטאג יולי 10, 2012 1:03 am

· #22880
פריינדליך
חוץ מזה האט אוועק געשניטען אסאך גאסען אזוי אז רעסטלער זאל נישט קענענן געווינענן

ס'נישט שייך ער זאל נישט "קענען" געווינען, מיינסט זאל זיין שווערער,

קען אויך זייער מעגליך זיין,

ער האט דאך אריין גענומען וומ"ב אינעם 7 'טן קאנגרעס דיסטריקט אויך צו מאכן וועלאזקעז שווערער,

פריינדליך » דינסטאג יולי 10, 2012 1:17 am

· #22884
לאמיר עס קלאר שטעלן, לויט ווי אזוי די צייטונג שרייבט האט ער אים איבערגעלאזט מיט כמעט נאר וומסב״ג,
אויב יענער שרייבט איז אינפאמירט מיט די ריכטיגע פאקטן און ער זאגט אמת. איז טייטש אז רעסטלער קען נישט געווינענן. פינטל

לויט סיי וועלכע וועג מען וועט רעכענענן די פאריגע וואלען זענענן די ארונים זענענן נאך נישט קיין 51 פראצענט, צו געווינענן וואלען און די סיטי דארף מען האבן איין שטימער מער ווי 50 פראצענט, ( און קר״י דארף נישט, דארט געווינענן די ארונים כסדר אפילו זיי זענענן די קלענערע פראצענט, איר גלייבט מיר נישט? ליינט די ״דער איד״ וועט איר זיך איבערצייגען ) למעשה זענן די ארונים און וומסב״ג נישט די רוב. מעגליך אז צווישען סאטמער האבן זיי מער מענטשן ווי די זאלונים, אבער ווען מען רעכט אריין אלע קלענערע קהילות אינאיינעם וואס שטעלן זיך צו משה דוד נידערמאן, האט משה דוד מער,

קלאר?

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 1:24 am

· #22887
די זאליס, די בנ"י, צוזאמען מיט אלע אנדערע מהר"א קעגענרס זענען מער פון 50% קר"י.

גאלד » דינסטאג יולי 10, 2012 1:42 am

· #22899
פריינדליך
לאמיר עס קלאר שטעלן, לויט ווי אזוי די צייטונג שרייבט האט ער אים איבערגעלאזט מיט כמעט נאר וומסב״ג,
אויב יענער שרייבט איז אינפאמירט מיט די ריכטיגע פאקטן און ער זאגט אמת. איז טייטש אז רעסטלער קען נישט געווינענן. פינטל

לויט סיי וועלכע וועג מען וועט רעכענענן די פאריגע וואלען זענענן די ארונים זענענן נאך נישט קיין 51 פראצענט, צו געווינענן וואלען און די סיטי דארף מען האבן איין שטימער מער ווי 50 פראצענט, ( און קר״י דארף נישט, דארט געווינענן די ארונים כסדר אפילו זיי זענענן די קלענערע פראצענט, איר גלייבט מיר נישט? ליינט די ״דער איד״ וועט איר זיך איבערצייגען ) למעשה זענן די ארונים און וומסב״ג נישט די רוב. מעגליך אז צווישען סאטמער האבן זיי מער מענטשן ווי די זאלונים, אבער ווען מען רעכט אריין אלע קלענערע קהילות אינאיינעם וואס שטעלן זיך צו משה דוד נידערמאן, האט משה דוד מער,

קלאר?

בין איך אייך מודיע, אהובי וידידי, אז דער דיסטריקט לידער פאזיציע איז אויסדריקליך נישט בלויז וומ"ב, דאס איז דער גאנצער 50'סטער אסעמבלי דיסטריקט, עס נעמט אריין גרינפוינט, ווילי, פארט גרין , קאבל הילל, קעראל גארדנס, ועוד

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 1:48 am

· #22901
קאבל הילל, קעראל גארדנס זענען אין אסעמבלי דיסטריקט 52

גאלד » דינסטאג יולי 10, 2012 1:58 am

· #22902
ביסט גערעכט, איך האב יעצט נאכגעקוקט, ס'איז, גרינפוינט, וומ"ב, קלינטאן היל, און פארט גרין,

אלנספאל איז עס נישט בלויז וומ"ב נאר דער גאנצער אסעמבלי דיסטריקט

פיינע קאווע » דינסטאג יולי 10, 2012 9:13 am

· #22916
זר זהב
"די זאליס, די בנ"י, צוזאמען מיט אלע אנדערע מהר"א קעגענרס זענען מער פון 50% קר"י."
און מיט דעם אלעם געווינט סאטמאר אייביג די וואלן, פאר מעיאר, ווילעדש, סקול דיסטריקט און אלע זייערע אינדארסירטע קאנדידאטן געוואונען אייביג אייביג. ??? הפלא ופלא
עס איז צום שטוינען וואס ברעין וואשונג "דער איד" קען אלץ אנמאכן

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 9:14 am

· #22917
נישט יעדער קר"י איינווואינער שטימט!

גאלד » דינסטאג יולי 10, 2012 9:40 am

· #22922
פיינע קאווע
זר זהב
"די זאליס, די בנ"י, צוזאמען מיט אלע אנדערע מהר"א קעגענרס זענען מער פון 50% קר"י."
און מיט דעם אלעם געווינט סאטמאר אייביג די וואלן, פאר מעיאר, ווילעדש, סקול דיסטריקט און אלע זייערע אינדארסירטע קאנדידאטן געוואונען אייביג אייביג. ??? הפלא ופלא
עס איז צום שטוינען וואס ברעין וואשונג "דער איד" קען אלץ אנמאכן

לאז געמאך, לאמיר נישט גיין אהין יעצט, דו גייסט איהם נישט איבערמאכן, ס'איז א לאסט קעיס,

פיינע קאווע » דינסטאג יולי 10, 2012 10:07 am

· #22930
נישט יעדער שטימט???? אין וועלכע וועלט לעבסטו???? הייסט נאר די ארוינים שטימען? הפלא ופלא
יעדער בנ"י און זאלי קומט שטימען הוא וכל הנלוים אליו. ר' ישעי יעקב שטויבער וכל משפחתו מיטן גארטל... זיי ברענגן ארויס דאס מערסטע וואס קען נאר זיין. דרייען איבער גאנץ קרית יואל מיט יעדע שטיקל און דריידל צו האבן די מאקסומים וואוטס
סוי האק נישט אין טשייניק

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 10:51 am

· #22940
אלע זאליס שטימען, אבער נישט אלע בנ"י

קלאר » דינסטאג יולי 10, 2012 11:00 am

· #22945
זר זהב
אלע זאליס שטימען, אבער נישט אלע בנ"י

אין ערגעץ שטומט נישט ממש יעדער

נאר ביי 'בני יואל אין די זאליס' וועט מען זעהן אפי' מענטשן וואס האלטן זיך פאאר שיינע יודן גייען שטומען
אין ווען מען זיכט תירוצים זאגט מען אז זיי גייען נישט, אין צייט וואס ביי בני יואל/זאלי איז די בחירות א חוב קדוש אין קומט טיילמאל מיט קול קורא'ס פין זייערע רבנים מען זאל שטומען

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 11:01 am

· #22946
די שיינע אידן פון בנ"י יא, די פארביסענע בנ"י נישט!

קלאר » דינסטאג יולי 10, 2012 11:09 am

· #22948
זר זהב
די שיינע אידן פון בנ"י יא, די פארביסענע בנ"י נישט!

איך ווייס נישט פין איין בני יואל וואס זאל בלייבן אינדערהיים
אבער שרייבן קאסט דאך נישט קיין געלט

נאר זיי מסביר לאגיש פארוואס זאל א פארביסענער בלייבן אינדערהיים? ער דארף דאך זיכער גיין שטומען?
ער וויל הערשט ארויסוואוטען דעם מעיאר אין זיינע טראסטי אדער די סקול דיסטריקט בארד

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 11:12 am

· #22949
די פארביסענע גלייכן ביידע פארטייען אייניג, פרעג דיר נאך. און געוויסע האלטן גאר אז ס'טאר נישט זיין קיין מלוכה פאר משיח קומט. לאך נישט, ס'אמת.

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יולי 10, 2012 11:19 am

· #22951
איך שטיי און איך שטוין וויזוי דער זר נעמט ענק אויף א רייד. ער פיהרט אזוי אוועק דעם שמיעס, און מ'טענהט זיך שוין אויף זאכן וואס מאכן נישט אויס. לאמער אים נאכגיבן, א חלק פון בני יואל גייט נישט שטומען. מסכים! גאנץ בני יואל באשטייט פון וויפיל משפחות? און א חלק קומען דאך וואוטן, די חלק וואס קומט נישט זיי וואלטן געמאכט א חילוק אין די וואלן, זיי זענען די 1500 וואוטס וואס ס'ספעהלט פאר די זאליס/בני יואל איבערצוקומען די ארוינים?! וואס טענהט מען זיך אפילו דערויף?

קלאר » דינסטאג יולי 10, 2012 11:25 am

· #22955
זר זהב
די פארביסענע גלייכן ביידע פארטייען אייניג, פרעג דיר נאך. און געוויסע האלטן גאר אז ס'טאר נישט זיין קיין מלוכה פאר משיח קומט. לאך נישט, ס'אמת.

פין וויפיל מענטשן רעדסטו?
2 אדער 3?
ס'איז די זעלבע פאר מענטשן וואס גייען מיט משה בער בעק צו איראן
מאך עס נישט פאר א ''טייל פין בני יואל''

פיינע קאווע » דינסטאג יולי 10, 2012 12:32 pm

· #22976
אינטערסאנט
אין קרית יואל ווי סאטמאר געווינט אייביג איז עס פשוט ווייל צד הגז"ל און בנ"י גייען נישט שטימען. אין אמת'ן זענען די קעגנער'ס די מערהייט
אין וויליאמסבורג ווי דער צד ווי סאטמאר האט געשיקט שטימען האט געווינען און לאופעז / צד הגז"ל האט פארלוירן איז אבער סאטמאר / מהר"א ווייטער פארלירער.
what a world we live in

קלאר » דינסטאג יולי 10, 2012 4:23 pm

· #23059
קלאר
עס איז אינטערסאנט צו מערקן אין דער איד די וואך
ווי זיי לאזען זיך אראפ צו אטאקירן יוסי געשטעטנער פאר זיין אנאליז אין די נאכט פין די וואלען, אויפן זעלבן שטייגער ווי זיי אטאקירן דער בלאט
אין זיי ברענגן זיך ראי' פין אינזער קאלעגע פאנדיט (א היידפארק שרייבער וואס האט א בלאג...) קעגן יוסי

באקומען א טיילווייזע בילד פין די הויכע סטאנדארט אטאקע קעגן יוסי געשטעטנער אין איד צווישן די ערטשע 8 זייטן אין א ספעצעילע באקס
📎 612472423.jpg

שרייבער » דינסטאג יולי 10, 2012 5:23 pm

· #23085
קלאר
קלאר
עס איז אינטערסאנט צו מערקן אין דער איד די וואך
ווי זיי לאזען זיך אראפ צו אטאקירן יוסי געשטעטנער פאר זיין אנאליז אין די נאכט פין די וואלען, אויפן זעלבן שטייגער ווי זיי אטאקירן דער בלאט
אין זיי ברענגן זיך ראי' פין אינזער קאלעגע פאנדיט (א היידפארק שרייבער וואס האט א בלאג...) קעגן יוסי

באקומען א טיילווייזע בילד פין די הויכע סטאנדארט אטאקע קעגן יוסי געשטעטנער אין איד צווישן די ערטשע 8 זייטן אין א ספעצעילע באקס

נעבעך
אפגערעדט פון דעם אז דער יאסי באלאנגט בכלל נישט ביי די ארונים

נפתלי » דינסטאג יולי 10, 2012 5:34 pm

· #23088
דזשאסט טשעקינג.
מ'רעדט נאך פון די וואלן? איך שטים פאר נומער 3

גאלד » דינסטאג יולי 10, 2012 10:28 pm

· #23171
זר זהב
די פארביסענע גלייכן ביידע פארטייען אייניג, פרעג דיר נאך. און געוויסע האלטן גאר אז ס'טאר נישט זיין קיין מלוכה פאר משיח קומט. לאך נישט, ס'אמת.

אויב זענען זיי טאקע אזוי "פארביסן", נו וואס ביסטו אזא ברייטער מחותן און די נעמסטיך אט די אלע "פארביסענע", אויף די זאלי קרעדיט,
האסטע געהערט אזאנס?
זאגסטאך אז זיי גלייכן קיין איינע, נו זענען דאך די ארונים די זעלבע מחותנים דא,
אדרבא זעסטאך אז זיי זענען זיך מונע צו שטימען, אל אף וואס לשיטתך געבט דאס די מלוכה פאר ר' אהרן אומדירעקט, קענען זיי דאך נישט צו קיין גרויסע געגנער פון ר' אהרן,
ווער ווייסט, אויב וואלט מען געלייגט א ביקס צו זייער קאפ אז זיי מוזן שטימען, וואלטן זיי געווען אזוי פארביסן, אז זיי וואלטן גאר געשטימט פאר ר' אהרן,
פארגעס נישט דאס זענען "פארביסענע" מענטשן מיט זיי קען מען זיך קיינמאל אויסרעכענען

נ.ב. כל זה רק על דרך "עם עקש" ולפי האמת אין כאן פארביס"ן פארשמיס"ן

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 10:30 pm

· #23172
נע, אויב לייגסטע א ביקס צו זייער קאפ וואלטן זיי געשטימט קעגן רעבארען, דאס איז מיין פוינט!

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 10:31 pm

· #23176
איך האב נישט געשריבן ריכטיג. זיי גלייכן טאקע נישט ביידע, אבער דאך נישט אייניג. סארי פאר מיין מיסטעיק.

גאלד » דינסטאג יולי 10, 2012 10:58 pm

· #23188
נאכאמאל אויב שטימען זיי נישט צוליב א אידילאגישע סיבה, איז דאס "נישט" שטימען זייער שטימע, ד"ה זיי ווילן במכוון אז קיינער זאל זיי רעכענען אלס זייערע חסידים, ממילא זענען זיי אינן מן המנין, און קענסט זיי נישט רעכענען אויף קיינעם'ס חשבון

נישט אזוי?

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 10:59 pm

· #23191
יא אזוי! און דו האסט געווינען! 😢

ברוך » מיטוואך יולי 11, 2012 2:56 am

· #23256
וויפיל משפחות וואוינען אין קרית יואל?

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 3:00 am

· #23258
איך מיין צווישן 3500 און 4000

קלאר » דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:49 am

· #23720
קלאר
עז מען רעדט שוין פין די ציפערן
איז אינטערסאנט צו מערקן
די נאכט פין די וואלן האט די גרעסטע זאלונישע טוויטער גרופ ארויסגעשיקט
Thanks all Anash who came out to vote for the Achim LeDeiah candidat, Eric Dilan won Williamsburg with a landslide 2-1, 5952 to 3027 votes

אין פרייטוג האבען זיי ארויסגעשיקט
Dilan gained 430 votes more the
Reported on Elect night, &Velsq lost 230. Total # 4AD50 r: Dilan 5682, Velsq 3615.

קען מיר איינער מסביר זיין די סתירה צווישן די 2 מעסעזשעס?

אז מען לייגט צו 430 צו 5952 איז 6382
אין אז מען נעמט אראפ 230 פין 3027 איז 2797

נאכמער, די נומבערס וואס זיי האבען געגבן פאר יוסי געשטענער זענען אינגאנצען אנדערש
פאר אים האבען זיי געזאגט בלויז אז וועלעזקעז האט פארלוירן 450 שטומען אין AD50 לויט די אויפגעדעקט טעות

אחים לדעה/דער איד האט די וואך אנאנסירט פרישע ציפערן,
די 'ציפערן' איז א מין געוויקס מען גיסט טאבלעטן אין עס וואקסט
שטעלטס ענק פאר נעקסטע וואך וועט עס האלטען ביי 8000 בליעה''ר כ''י

זר זהב » דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:57 am

· #23721
דאס איז דערפאר ווייל די BOE האט די וואך אנאנסירט פרישע ציפערן, דער איד באריכט עס.

קלאר » דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:17 am

· #23724
זר זהב
דאס איז דערפאר ווייל די BOE האט די וואך אנאנסירט פרישע ציפערן, דער איד באריכט עס.

רעכן מיר ביטע אויס פינקטליך ווען די פרישע ציפערן זענען באריכטעד געווארען פין די בארד אוו עלקאשאן'ס
עס קוקט אויס ווי זיי טוישן אין דיסטריקט #7 די ציפערן יעדע שני וחמישי....

צווישן די ערשטע מעסעזש פין סאטמער העדקוואדערס ליל הבחירות אין דער איד פ' חוקת
צווישן דער איד פ' חוקת אין דער איד פ' בלק
צווישן דער איד פ' בלק אין דער צווייטער מעסעזש פין סאטמאר הדקוואדערס
צווישן די צווייטע מעסעזש אין די צייטונג
אא''וו
אין וואס וועט זיין די תירוץ נאך די נעקסטע ציפער קומענדיגע וואך אין דער איד?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9