☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8781
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:00 pm

· #271422
חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ווי באקאנט האט יעדע חסידות איר אייגנארטיגקייט, איר מהלך אין עבודת השם, אירע שיטות און הדרכות וואס מאכט איר אנדערש פון אנדערע חסידות'ן. יעדע פלאץ האט זיך אירע יסודות און פרינציפן, אויף אזוי ווייט אז אין געוויסע פלעצער שפירט זיך אז דארט ליגט דער סאמע יסוד אין חסידות און נישט ערגעץ אנדערש.

פאראן חברים דא וואס ווילן ארויסהאבן די יסודות פון חסידות סקווירא, אויף וועלכע גרינטן איז זי געבויט? - וואס מיינט דאס א סקווירא חסיד און ווי אזוי ווערט מען א חסיד פון סקווירא? - אזוי אויך, מיט וואס איז סקווירא חשוב'ער און בעסער פון אלע אנדערע פלעצער, וואס מאכט איר וויכטיגער און מיט וואס שטייגט זי איבער די גאנצע חסידי'שע וועלט?

מיר ווילן דא איינלאדענען מנשה, זאל אונז קומען געבן א הסבר איבער חסידות סקווירא, ארויסברענגען איר שיינקייט, אירע יסודות און הדרכה, מיט א ברירות און פונקטליכקייט, כדי אויך די אנדערע חברים אויפן שטיבל זאלן קענען זוכה זיין צו נהנה זיין מעץ הדעת ומעץ החיים, שפירן אביסל מנועם זיו קדושת סקווירא, זאל מען כאטש וויסן וואס סקווירא פארמאגט (כבחינת די גוים וואס האבן טועם געווען פון די בהמות וואס האבן געגעסן די איבערלייבענישן פונעם מן, כמדרש הידוע...).

זאלן די לייקס אויף דעם אשכול באטראכט ווערן ווי א פעטיציע צו מנשה, מיט א פארלאנג אז ער זאל אונז אביסל שרייבן איבער סקווירא און איר קדושה. אז דער עולם וועט לייקן, וועט דאס דינען אלס רוף פאר מנשה, ער זאל זען וויפיל מענטשן ווילן דאס באמת וויסן און ליינען, אז ער זאל קומען און באשרייבן דעם שיינעם נאבעלן ארט.

בקידה ובהשתחוואה.
חקרן

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm

· #271448
אז איך בין דארט איז נישט גענוג? תן לחכם ויחכם עוד.. חחחחחח

יאיר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:32 pm

· #271454
פאר דעם קען מען ליינען שלום דין'ס כל באיה לא ישובון.

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:56 pm

· #271464
אז מנשה רעדט נאכנישט וועל איך נעמען דאס ווארט. ס'איז באוויסט אז ביי אונגערישער חסידים איז געווען אנגענומען צו האבן מער פון איין רבי, און ווי מ'האט נאר געזען אן ערליכער יוד איז מען געגיינגען הערן פון עם. אט דא האט זיך אנגעהויבן די יסוד היסודות אין סקווירא. רבי משה ניישלאס אבד"ק ור"י סערדאהעל, האט געזען אן ערליכער יוד ווי סקווערער רבי זצ"ל, האט ער זיך מקשר געווען צו נעם. און אפילו מיטגעשלעפט זיין גאנצע ישיבה. אט דאס איז סקווירא.

(ס'איז א שאד צו רעדן פון סקווירא אינדערהיים, ווייל אן סערדאהעלער רב וואלט ממילא גארנישט געווען חוץ פון א רבי)

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:59 pm

· #271484
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
טאקע אזוי געווען? ער מיט זיין ישיבה זענען געווען די ערשטע אים אויף צו פיקן? אין וועלכע יאר איז דאס געווען? דער סקווערער רבי האט פארמאגט א שיינער עולם אנהענגער אין וויליאמסבורג פיל בעפארן גרינדן דאס שטעטל, און רוב רובם פון זיי זענען פארבליבן אין וויליאמסבורג און עווענטועל פאר'סאטמארט געווארן אזוי אז זייערע קינדער ווער רעדט נאך אייניקלעך ווייסן שוין נאר פון די געשפאנטקייט וואס האט געהערשט מיט סאטמאר רב.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:24 pm

· #271494
לדעתי קען סקווירא שטאלצירן מיט זייער שטעטל. אמת, מ'ברעינוואשט די מאסן און מ'טערעראזירט די וואס גייען נישט אין שפאן אבער פאר איינער וואס וויל נישט טראכטן אויסערן באקס און וויל בלייבן תמימותדיג, איז עס ממש א גן עדן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:25 pm

· #271496
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב שוין געפלאצט פאר געלעכטער ליינענדיג דעם צווייטן פאראגראף... 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:30 pm

· #271500
בן אדם
אז מנשה רעדט נאכנישט וועל איך נעמען דאס ווארט. ס'איז באוויסט אז ביי אונגערישער חסידים איז געווען אנגענומען צו האבן מער פון איין רבי, און ווי מ'האט נאר געזען אן ערליכער יוד איז מען געגיינגען הערן פון עם. אט דא האט זיך אנגעהויבן די יסוד היסודות אין סקווירא. רבי משה ניישלאס אבד"ק ור"י סערדאהעל, האט געזען אן ערליכער יוד ווי סקווערער רבי זצ"ל, האט ער זיך מקשר געווען צו נעם. און אפילו מיטגעשלעפט זיין גאנצע ישיבה. אט דאס איז סקווירא.

(ס'איז א שאד צו רעדן פון סקווירא אינדערהיים, ווייל אן סערדאהעלער רב וואלט ממילא גארנישט געווען חוץ פון א רבי)

בן אדם: ייש"כ. יעצט פארשטעי איך שוין. איך האבמיך אייביג געוואונדערט וויאזוי קומען אונגערישע חסידים צו א רוסישן רעבין. (מ'רעדט נישט פון דעם פאוני וואס ער זאגט ,טאאאטע" מיט א רוסישן/מאלדאווישן עקסענט. כאילו ער איז נעכטן אראפגעקומען פון די שיף...!
ס'איז פונקט אזוי (פאני) אויב די פאפא רעבע וואלט געהאט רוסישע אידן פאר חסידים... 😂 🙄

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:35 pm

· #271503
הו הו רבותי... כאפט נישט קיין הייסע לאקשן...

דא באהאנדלט מען די יסודות און די עיקרים פון סקווירא, וואס עס מיינט צו זיין א סקווירא חסיד, און וואס זענען די יסודות פון דעם פלאץ, וואס שטייגט ארויס פון אנדערע פלעצער. מען רעדט נישט דא אויב ער וואלט יא געווען גרויס צי נישט... מיר דארפן א ריינער סקווירער חסיד, מיט א לויטערע לופט וואס איז נאכנישט פאפעסטעט געווארן פון אנדערע, אזא מנשה לוסטיג וכדו', וואס זאל קומען און ערקלערן באנפין נהירין וואס דאס איז סקווירא.

איז דען דאס נישט יושר?
אויף קאצק - איז פיל געשריבן געווארן!
אויף חב"ד - פיל געשריבן געווארן!
אויף ברסלב - פיל געשריבן געווארן!
אויף צאנז - פיל געשריבן געווארן!
ואתי כי רוכלי ניזל ונחשב?

פיל יסודות'דיגע חסידות'ן זענען שוין באשריבן געווארן, וואס עס באדייט קאצק, וואס עס באדייט חב"ד, וואס עס זענען זייערע יסודות בעבודה וכו'... פארוואס זאל סקווירא נישט זוכה זיין צו א מקיפ'דיגע באשרייבונג, ארומנעמענדיג דעם גאנצן נושא?!

מנשה, מיר ווארטן.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:56 pm

· #271514
וואס עס שטייט אין מאור עינים, דאס איז חסידות, און דאס סקווירא - א המשך פונעם הייליגער בעל שם

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:56 pm

· #271515
פארשטיי אליין, מיר קענען נישט דורכלערנען גאנץ מאור עינים על רגל אחת, ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז חב"ד איז דאס וואס עס שטייט אין תניא... יענער איז גערעכט, אבער כדי להמחיש לאוזן, דארף מען זאגן עפעס אין קורצערע ווערטער, אראפלייגן אין איין ארטיקל וואס עס זענען די יסודות פון חב"ד.

וכן הוא סקווירא.

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:21 pm

· #271523
וואס ווילסטו פונקליך ער זאל שרייבן? אז דארט דינט מען מיט א פלאם פייער'דיגע עבודה...?

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:27 pm

· #271525
אין חב"ד איז מען מסביר אז דארט דינט מען דעם אויבערשטן מיט מח און מחשבה, ברסלב ערקלערט אז זיי קלעבן אין שמחה און אין התבודדות, קאצק קלעבט צו שארפקייט און צו אמת, צאנז צו לומדות און קנאות. יעדע חסידות קען אוועקשטעלן און ערקלערן זייער אייגנארטיגקייט אין עבודה.

צו וואס קלעבט סקווירא?
פארוואס זאל סקווירא נישט ארויסהייבן זייער אייגנארטיגקייט?












(נ.ב. דאס וואס מנשה טוט איז זיין נישט שיין, אנטלויפט פון געבן א געהעריגע אנאליז, קודם שרייבט ער אז די גדלות פון סקווירא איז דאס אז ער איז דארט, דערנאך גיבט ער א פטר אפ אז מען זאל לערנען מאור עינים... כ'מיין, דאס הייסט אנטלאפן פון זיך באציען צו א פראגע. מיר ווארטן אויף מנשה.)

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:29 pm

· #271527
חקרן
פארשטיי אליין, מיר קענען נישט דורכלערנען גאנץ מאור עינים על רגל אחת, ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז חב"ד איז דאס וואס עס שטייט אין תניא... יענער איז גערעכט, אבער כדי להמחיש לאוזן, דארף מען זאגן עפעס אין קורצערע ווערטער, אראפלייגן אין איין ארטיקל וואס עס זענען די יסודות פון חב"ד.

וכן הוא סקווירא.

חב''ד איז טאקע דאס, ח'כמה ב'ינה ד'עת.
סקווירא איז א המשך פון טשערנאביל, וואס דער הייליגער רבי מנחם נחום זצוק''ל האט מקבל געווען פונעם בעל שם אויף ווייטער, אז מ'זאל דינען אויפן שטייגער פון חג''ת נהי''מ = חסד גבורה תפארת ניצוח וכו'
אז ס'דארף זיין ווייניגער גערעדט, מער געטון, נישט צופיל העכער'ס רעדן, מער פאקטיש טון, ס'זאל נישט זיין חכמתו מרובה ממעשיו.

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:32 pm

· #271531
די לעצטע זאך זענען זיי ערליך מקיים...

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:32 pm

· #271532
מנשה לוסטיג

אז ס'דארף זיין ווייניגער גערעדט, מער געטון, נישט צופיל העכער'ס רעדן, מער פאקטיש טון, ס'זאל נישט זיין חכמתו מרובה ממעשיו.


טון וואס?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:35 pm

· #271533
זיכוך המידות

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:37 pm

· #271534
דאס הייסט אז אין אנדערע פלעצער ארבעט מען נישט אין זיכוך המידות, נאר אין סקווירא?

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:45 pm

· #271539
איך מיין ערנסט, איז דער אייגנארטיגקייט פון סקווירא, אז דארט איז מען מזכך די מידות? - אין אנדערע פלעצער נישט?

אויך, לאמיר קלארער פארשטיין, לפי דבריך איז סקווירא דער דירעקטער און איינציגסטער ממשיך פון דרך הבעל שם טוב. דאס מיינט אז דער חידוש פונעם בעל שם טוב איז געווען זיכוך המידות - א זאך וואס איז נישט געווען פארן בעל-שם-טוב, און דאס איז מען ממשיך אין סקווירא.

איז דאס וואס דו זאגסט, מנשה?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:54 pm

· #271542
אה! האסט געוואלט בקיצור, האב איך דיר געזאגט בקיצור, ווילסטו פארשטיין, ווילסטו קונה זיין דעת, לערן מאור עינים, דארט שטייט אלעס, און אפילו נאר זאגן די ווערטער, וועט אריינלייגן אין דיין מוח די ריכטיגע דעת, אז זאלסט נישט לעבן אויף דברים שמה בכך

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:59 pm

· #271543
זייער פיין געענטפערט!

אבער מיין שאלה איז, פארוואס יעדע אנדערע חסידות - פון די וואס איך האב אויסגערעכנט, קען אין א סענטנס אדער צוויי ערקלערן זייער אייגנארטיגע מהלך ווי אזוי זיי דינען דעם אויבערשטן, אבער סקווירא קען נישט?! - דאס בעסטע וואס מען קען זאגן איז 'זיכוך המידות', א זאך וואס יעדער איז עוסק...

ס'איז בערך ווי דו זאלסט מיר ענטפערן אז אין סקווירא גלויבט מען אין באשעפער - כ'מיין, איבעראל גלויבט מען... וכן הוא לענין זיכוך המידות - בקיצור, וואס איז סקווירא אנדערש פון אנדערע פלעצער? (ערקלער אין צוויי אדער מער סענטענסעס).

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:03 pm

· #271546
מיסודו וואס "סקווירא" אדער "טשערנאבל" איז מיוסד ווייס איך נישט. אבער ווען סקווירא רבי זצ"ל האט פון פריש אויפגעשטעלט די הויף האט ער קלאר געוואלט "עבודה" און בין אדם לחבירו", ווי ער האט כמה פעמים געזאגט ס'זאל זיין ווי איין גרויסע משפחה, מיט אהבת חברים און אחדות. די סיבה פארוואס ער האט נאר געוואלט איין מנין אין שטעטל שבת איז אויך נאר וועגן דעם "עס זאל נישט זיין פילוג לבבות"!

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:19 pm

· #271550
יין שרף
מיסודו וואס "סקווירא" אדער "טשערנאבל" איז מיוסד ווייס איך נישט. אבער ווען סקווירא רבי זצ"ל האט פון פריש אויפגעשטעלט די הויף האט ער קלאר געוואלט "עבודה" און בין אדם לחבירו", ווי ער האט כמה פעמים געזאגט ס'זאל זיין ווי איין גרויסע משפחה, מיט אהבת חברים און אחדות. די סיבה פארוואס ער האט נאר געוואלט איין מנין אין שטעטל שבת איז אויך נאר וועגן דעם "עס זאל נישט זיין פילוג לבבות"!

מיסודו וואס סקווירא נישט אדער, נאר 'און' טשערנאביל איז, קענסטו נאך יעצט לויפן כאפן א מאור עינים, און לערנען, און שוין שפירן א טעם רוחני בלי גבול.
ווען ער האט אויפגעשטעלט זיין שטעטל האט ער קלאר געזאגט, אז ווער ס'געהערט נישט דארט, וועט ווערן אויסגעשפיגן ווי ביי תיבת נח, און די סיבה פארוואס ער האט געוואלט איין מנין, האט ער דיר געזאגט?
כ'מיין אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט.
און ס'האט אין דעם א העכערע טעם, וואס נאך צדיקים האבן עס געוואלט איינפירן.

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:24 pm

· #271552
סא מנשה, דו דינגסט דיר מיט יין שרף? - דו האלסט אז די יסוד פון סקווירא אין אמעריקע איז נישט עבודה אין בין אדם לחבירו?

אגב, איך וויל שטארק הערן א תשובה אויך מיין פאריגע שאלה, צי עס איז שייך אראפצוגעבן אין עטליכע זאצן אין קורצן, די מהלך אין עבודה פון סקווירא...

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:45 pm

· #271554
חסד, יעדע אהבה זאל זיין ריכטיג, גבורה יעדע שארפע זאך זאל זיין ריכטיג, תפארת יעדע התפעלות זאל זיין אויף ריכטיג, נצח יעדע אויספיר זאל זיין ריכטיג, הוד יעדע שיינהייט זאל זיין אויפריכטיג, יסוד יעדע זאך זאל זיין באזירט אויף די ריכטיגקיט, מלכות אלעס זאל זיין מיטן ציל צו דינען דעם ריכטיגע ציל.

בן אדם » פרייטאג מאי 1, 2015 12:17 am

· #271570
וואס לאזט מען זיך נער'ן דא. קען דען א גרויסע חסידות בלייבן שטעקן ביי דעם חסידיש ספר'ל ? אדער גאר ביי עפעס אן עבודה פון בין אדם לחבירו ? קאם אן...

איז אזוי, די מהלך פון סקווירא איז געבויט אויף דעם פסוק פון לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל. אבער מיט אסאך א טיפערע טייטש דערין. דהיינו, אז יעדער מנהג וואס מ'האט זיך שוין געפירט, ווערט ווי א חוק קדוש. און דער וואס איז עובר אויף דעם איז א פורץ גדר. און דאס איז נישט נאר ביי אלטע מנהגים, נאר ביי יעדער איינגעפירטע תקנה, אפילו ס'איז געווארן אזוי בטעות, אדער נאר מיט א טעמפארערי סיבה, וויבאלד ס'איז אזוי געווארן מוז עס שוין בלייבן. ס'איז א בחינה פון גדר לגדרים פאר יודישקייט.

דער פראבלעם איז נאר, אז נישט סקווירא זענען די וואס זענען אויפגעקומען מיט דער מהלך. נאר דאס האט דער סקווערער רבי ז"ל גירש'נט פון זיין עלטער שווער דער פריערדיגער בעלזער רב. דארט האט ער מקבל געווען רובו ככולו פון זיין דרך החיים און עס אריבער געברענגט דא צו דעם טרייפענעם אמעריקע, און פון דא אריין אין דעם הייליגן שטעטל.

לדאבוננו האט דער סקווערער רבי ז"ל נישט צופיל געדענקט פון דערהיים. נאך דער אלע מאורעות קשות וואס איז דארט געווען, און בפרט נאכן פאריתומ'ט ווערן ביי די פופצען יאר האט ער נאך געדענקט אפאר סיפורים מיט אביסל מנהגים פון סקווירא, און דער עיקר האט ער גענומען פון בעלז.

אבער, דער וואס וויל דאך וויסן וואס סקווירא איז געווען אין דערהיים, קען כאפן א שטיקל בליק דורך דעם ספר "לעבדך באמת" תולדות הרה"ק ממאחנובקא זצ"ל. זיין טאטע איז געווען דער בכור פון'ם בכור פון דעם ערשטן סקווערער רבי'ן. און ער איז געווען אן עכטער סקווערער טיפ. אויך ווערט דארט שיין באשריבן זיינע עלטערן.

דעת תורה » פרייטאג מאי 1, 2015 12:31 am

· #271575
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
זייער ריכטיג ארויס געברענגט. די מעשה איז אביסל מער, אין בעלז זענען די קפידות יהרוג ואל יעבר, אבער ס'איז -כמעט - נישטא קיין קפידות מער ווי עס שטייט אין שו"ע.

אין טשערנאבל איז פארהאנען קפידות איבערן קאפ, אבער אן די (צירי) סגול אויף די פ... דאס הייסט אז א ענין איז נישט עק וועלט.

דער סקווערער רבי זצ"ל האט ממזג געווען די 2 זאכן, א ים מיט ענינים וואס אלעס איז ביהרג ואל יעבור מיטן אלטן בעלזער שארפקייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 1, 2015 12:40 am

· #271579
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
איך האב געוואלט שרייבען, נאר בן אדם האט מיר ארויסגעכאפט מיט רוב נקודות. מ'טרעפט אסאך מאל ביי יתומים דער ענין פון כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה. אויפ'ן טויט'ן טאטע'ן קען מען ארויפלייגען זאכען אן צו האבען דער גאנצע בילד, און ווייל ס'נאגט פון אינעווייניג, ער ווייסט אז ס'איז למעשה נישט אין גאנצ'ן וואר, ממילא טרייבט מען עס איבער.
דער אלטע סקווערער רבי איז געווען א קאכעדיגע חסידיש'ע איד, אבער כפי הנראה, נישט קיין וועלט'ס חכם. ווען ער האט געגרינד'ט דער ערשטען אפציע ארויסצומופען פון שטאט אויף א חסידיש'ן ערליכ'ן אופן, האבען תמימותדיגע אונגארישע אידען זיך צוגעכאפט דערצו. זיי זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים מער ווי ווינער אידען זענען געווען ר' יונתן'ס חסידים. נאר למעשה איז ער געווען רעבע.
אבער א ווייב האט ער געהאט אזוינ'ס און אזעלעכענ'ס, און זי האט פארוואנדל'ט דעם שטעטל אויפ'ן היינטיג'ן שטייגער. בויען דער שוואנצעריי אז יעדער קינד מוז לעבען מיט'ן הויף שטותים טאג און נאכט, געבויט א טיפשותדיגע גלויבונג אין איינער וואס אויפ'ן בעסטען אופן איז א פלעינער מענטש, נישט קיין גרויס'ן חכם, נישט קיין גרויס'ן בעל מדות און נישט קיין גרויס'ן עובד ה'.
סקווער היינט האי פון די מערסטע און ערגסטע א.ט.ד. פון אלע היימישע קרייזען. דער גראבקייט און פויערישקייט שיינט פון זייערע פנימ'ער. אן עקסטרעמער אומ'צניעות'דיגע באציאונג אין דער גאס, יעדער מוז הערען און זען דער גרויסע כי בא סוס, נאך מער ווי אלע אנדערע רבי'ס. תלמידי חכמים גאנץ שוואך. מיט זייערע גאנצע מרכז הכוללים איז זייער ראב''ד א שוואכ'ן מו''צ אין אנדערע שטעט, עיין זיין תשובה ספר וועסטו זען וואס פארא ת''ק ער איז.
בקיצור, דער auto da fe איז פון זייער שוואכער פראבלעמען.

דעת תורה » פרייטאג מאי 1, 2015 12:51 am

· #271582
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
די סקווערע או טי די'ס זענען גראבער און מער פויעריש ווי די או טי די'ס פון אנדערע מקומות? ווייל איך גלייב נישט אז דו מיינסט צו זאגן אז די רעגולערע סקווערע זענען גרעבער און פויערישער ווי אנדערע, ווייל דאס וואלט געווען הכחשת שמש בצהרים.

בן אדם » פרייטאג מאי 1, 2015 12:54 am

· #271583
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען די אלע מעשיות זייער גוט. און ס'איז פשוט א מענטשליכער נאטור אז ווען יענער איז מקפיד אויף יענעמ'ס זאכן דארף מען שוין מקפיד זיין אויף די אייגענע זאכן. נאכדערצו איינער מיט אזא עקשנות ווי סקווערער רבי ז"ל כידוע דרכו בקודש. און אדרבה, ברענג נאך א ראיה אז אין סקווירא אינדערהיים איז "בכלל" געווען אזא זאך ווי קפידות (אחוץ פון די דריי פיר זאכן וואס איז מקובל מפי אליהו, און אקעי... קץ מיט תהילים שבת וואס קומט נאך פון די טשערנאבלער מגיד).

שבת אחים » פרייטאג מאי 1, 2015 1:56 am

· #271590
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז די מעשה מיט די מאדנע סקווירא לבוש פון ווי שטאַמט די פּיאות אויפן אויער די ציצת וואס דערשטיקט דעם האַלץ און די פייערלעשער שטיוועל , ס׳איז דא וואס זאגן אז די שטיוועל קומט פון רוסלאנד וויל ס׳געוועהן גאר קאלט און שניי און ס׳דא וואס זאגן אז אינדערהעים אין סקווירא איז געוועהן זייער בלאָטיק וועלכע פון די לענגעדע׳ס איז אמת ?

מבקר » פרייטאג מאי 1, 2015 2:35 am

· #271593
שבת אחים
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז די מעשה מיט די מאדנע סקווירא לבוש פון ווי שטאַמט די פּיאות אויפן אויער די ציצת וואס דערשטיקט דעם האַלץ און די פייערלעשער שטיוועל , ס׳איז דא וואס זאגן אז די שטיוועל קומט פון רוסלאנד וויל ס׳געוועהן גאר קאלט און שניי און ס׳דא וואס זאגן אז אינדערהעים אין סקווירא איז געוועהן זייער בלאָטיק וועלכע פון די לענגעדע׳ס איז אמת ?

הטלית קטן היא בשיטת הרב-הבעל התניא, וכן נוהגים גם בחב"ד.

ואודות הפאות, בכתבי האר"י מובא שאם שערות הפאות גדלו כל כך עד שהגיע לקצה הזקן היה האר"י קוצצם.

והיות שיש אומרים לא לגזוז הפאות ע"כ נוהגים בסקווירא לקשור הפאות למעלה מקצה העליון של הזקן.

חאצקעל שניידער » פרייטאג מאי 1, 2015 2:41 am

· #271594
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
די שטיוול האב איך געהערט איז וועגן די בעלזער האבן אים גע׳רודפ׳ט וועגן די לאנגע הויזן(ער איז געזעסן קעסט אין בעלזא) (וכמדומה ששמעתי אז מהאט עם געשניטען די הויזן)און שיך און זאקן האט ער נישט געוואלט אנטוען לכבודו פון זיין עלטערע ברודער וואס איז געגאנגען לאנגע הויזן,ווען און וואו זוי סאיז געווארן איינגעפירט ביי די חסידים דארף מען פרעגן די סקווערע

מבקר » פרייטאג מאי 1, 2015 2:45 am

· #271595
ביי סקווירא חסידים איז עס געווארן איינגעפירט מיט אפאר יאר צוריק דורך ר' י.מ.ד.

לכתחילה האט ער געטרייט עס איינצופירן אויך אין די וואכן טעג אבער דא איז עס עם ב"ה שוין נישט געלונגען.

חאצקעל שניידער » פרייטאג מאי 1, 2015 2:46 am

· #271596
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
אפאר יאר צוריק ? וויפל יאר?

מבקר » פרייטאג מאי 1, 2015 2:48 am

· #271598
בערך 25 30 יאר צוריק. דאס מיינט אז פאר די ערשטע 25 יאר איז קיינער נישט געגאנגען אזוי.

חאצקעל שניידער » פרייטאג מאי 1, 2015 2:56 am

· #271600
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
וואו!! דאס איז מיר א חידוש , דאס הייסט אז פארן רבין ז׳׳ל איז בכלל נישט איינגעפאלן אז די חסידים וועלן זיך דאס אנטוען ,
אבער זיין זון למשל איז יא געגאנגען?

מבקר » פרייטאג מאי 1, 2015 3:02 am

· #271601
יא אוודאי!

וואס איך בין נישט קלאר איז וויאזוי ער'ז געגאנגען אלס בחור.

diff » פרייטאג מאי 1, 2015 7:44 am

· #271608
[ציטאט אראפגענומען]

diff » פרייטאג מאי 1, 2015 7:49 am

· #271609
די ליטווישע האבן נישט א.ט.ד. , זיי ווערן אויס ליטוויש

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 1, 2015 7:54 am

· #271610
דעת תורה
די סקווערע או טי די'ס זענען גראבער און מער פויעריש ווי די או טי די'ס פון אנדערע מקומות? ווייל איך גלייב נישט אז דו מיינסט צו זאגן אז די רעגולערע סקווערע זענען גרעבער און פויערישער ווי אנדערע, ווייל דאס וואלט געווען הכחשת שמש בצהרים.


אפשר האבען מיר אן אנדערע זין, אבער ווען מ'הייבט אויף שמועסן מיט א סקווערער חסיד טראפקעט ארויס דער גראבקייט. קיין שום דרך ארץ פאר א צוויטע'ן, א קינד'ס גראבער פארשטאנד פון דער וועלט, און אן אבסעסי"א מיט קטנות קלייניקייטען אן די מידנעסטע אנערקענשאפט אז דער צווייטע איז אויך א מענטש. די מקורות און ראיות פאר זייער זאכען זענען אויך אזוי גראב און האלבזיניג, נאר דאס ווארט פויעריש גילט.
און פאר דער וואס האט עס נישט געזען במו עיניו, קוק אין דער קונטרס פון לונדון און זיך לערנען וואס מיינט א פויער

diff » פרייטאג מאי 1, 2015 8:15 am

· #271611
דער ספר גייט אויפן דרך פון ספר חפץ חיים

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 1, 2015 9:00 am

· #271613
diff
דער ספר גייט אויפן דרך פון ספר חפץ חיים


למשל אזא תגובה, וואס פאר א אידיאט דארף מען זיין פאר אזעלכע טפשות?

דעת תורה » פרייטאג מאי 1, 2015 9:16 am

· #271614
אזוי ווי דו זאגסט, מיר האבן א אנדערע זין, כאטש מען קען בדרך דרש (וואס דו האסט אזוי פיינט...) אריינלייגן דיינע פשטים אויך אין די ווערטער גראב און פויעריש.

לגבי דעם ספר, עס איז דא צו באקומען אין ענגליש מער ווייניגער מילה במילה, בעיקר אין די קאנסערוואטיווע סאוטערן סטעיטס, עס איז לאו דוקא פראבלעמאטיש, ס'איז פשוט אלד סקול. דו האסט דיך שוין 'מואווד אן' ווי מ'זאגט, בעת אנדערע מער טראדיציאנאלע 'לאו ענד ארדער' מענטשן זענען געבליבן שטעקן אין די פארגאנגענהייט. בכל אופן איז דאס גוט פאר סאטמאר למשל פונקט ווי פאר סקווער, אפשר דער חלק פון ארבעטן אויף לוקסוס איז נישט קיין סאטמארע אישו, דאס איז מער א רוסישער מהלך (און ווען דו וואלסט ווען געווען א ליטוואק פון ליטא וואלסטו זיך אויך אידענטיפיצירט דערמיט...).

diff » פרייטאג מאי 1, 2015 9:33 am

· #271617
ליטוואק ,אז דו הייבסט שוין אן מיט די ווילדע ליטווישע שפראך, זעט אויס דו האסט נישט א ענטפער
זייט דער חפץ חיים איז אנגענומען זיכט אים יעדער נאכצומאכן

פריש וואסער » פרייטאג מאי 1, 2015 9:54 am

· #271620
לדעתי הענייה, מיט דעם שטייט ארויס סקווירה פון צווישן אלע אנדערע, אז דער רבי איז דער צענטער פון יעדע זאך ממש, יעדע מחשבה, דיבור ומעשה. אז מען דאווענט, דאווענט מען אויסגעדריידט צום רבי'ן, אז מ'שאקלט לולב, שאקלט מען צום רבי'ן, און אז מ'מאכט חתונה א קינד, שטעלט מען אויף נאך א סקווירא משפחה.
אין א געוויסן זינען, קען מען נעמען א בילד פון א לעבען פון א ערליכע איד, ארויסנעמען דעם רבש"ע, און אריינלייגען דעם רבי'ן, און די תוצאה: א סקווירא חסיד.
דאס מיינט נישט אז מ'קען חלילה פארגלייכן סקווירא צו נצרות ח"ו. דאס מיינט נאר אז סקווירא האט גענומען דאס ענין פונעם "הצדיק אמצעי בין האדם ובוראו", און עם אויפגעבלאזן כאילו דאס איז גאנץ אידישקייט.

לכבוד שבת קודש » פרייטאג מאי 1, 2015 10:28 am

· #271627
מבקר
ביי סקווירא חסידים איז עס געווארן איינגעפירט מיט אפאר יאר צוריק דורך ר' י.מ.ד.

לכתחילה האט ער געטרייט עס איינצופירן אויך אין די וואכן טעג אבער דא איז עס עם ב"ה שוין נישט געלונגען.



איך האב אמאל געהערט פון ר' אברהם דוב טווערסקי, ברודער פון רחמסטריבקער רבי שליט"א, אז ער פלעגט אלס יונגערמאן פיל שמועסן מיט סקווירער רבי, און איינע פון די פראבלעמען וואס דער רבי האט געהאט איז געווען, פארוואס מען דערקענט נישט אויף א סקווירער חסיד אז ער איז א סקווירער, דהיינו אויף א בעלזער דערקענט מען עס, א גורער דערקענט מען, א באבוב'ער דערקענט מען, אבער סקווירא דערקענט מען נישט, זיי זענען עפעס צו פשוט... ער האט געזוכט א לייזונג דערויף, אז מען זאל דערקענען און ס'זאל ארויסשטייגן דאס סקווירא'קייט פון זיינע חסידים.

עני-וועי, צוריק צום נושא.

diff » פרייטאג מאי 1, 2015 10:56 am

· #271635
אזוי ווי דו

פריש וואסער, זייער גוט באשריבן חסידות
און נצרות מיינט ארויסגעבן א גלויבן בוך

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 11:42 am

· #271647
אין דעם אשכול, שרייבט פרישער בתוך התגובה:

פרישער
איינעם אין אלט סקווער איז איינגעפאלען אז מען מיז האבען שטיוועיל, אולי ווייל אין סיביר איז געוועין קאלט, אין האט זיך אנגעטין שטיוול כדי די בלייבן מיט רגלים לדבר, ומי ראה את הרבי בשטיוול אין איז נישט מסכים אן ציטיען, עס איז דאך פערציג אינטערן נול, אבער מחמת סיבת שונות ווען מען האט גולה געוועין פין סיביר, האט מען אלעס דינג איבערגעלאזט חיץ די שטיוועל אין מען איז מוסר נפש אויף דערוף, אפילו דער באשעפער איז מוציא חמה מינרטיקה קען מען נישט מוותר זיין על בוצתו.


רעדנדיג אזוי, שרייבט ער דארט אויך איבער די רבינו תם אונטערהויזן:
פרישער
ווען דער רבינו תם האט מתקן געוועין די גאטשעס, קען איך פארשטיין אז ער האט נישט געגליכן קיין טייטיס, אבער ווער קען מיר מסביר זיין פארוואס איז עס נישטא אין אלע קאלירן, איך גלייך שטארק פערפל, אין אז איך שפאציר אריין מארגען אין די מקוה, מיט א לאנגע ברייטע אויסגעהאלטענע גאטשע פין תכלת וועט דאך יעדער אן אויסנאם קיקען אין בודק זיין מיין ווי מ'טארניש, צי זעין צי איך א כשר לבוא בקהל, אדער א נולד מהיל. אדער א נולד מאוחר.


@אנאנים

לכבוד שבת קודש
עני-וועי, צוריק צום נושא.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 1, 2015 1:23 pm

· #271685
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
דעת תורה
אזוי ווי דו זאגסט, מיר האבן א אנדערע זין, כאטש מען קען בדרך דרש (וואס דו האסט אזוי פיינט...) אריינלייגן דיינע פשטים אויך אין די ווערטער גראב און פויעריש.

לגבי דעם ספר, עס איז דא צו באקומען אין ענגליש מער ווייניגער מילה במילה, בעיקר אין די קאנסערוואטיווע סאוטערן סטעיטס, עס איז לאו דוקא פראבלעמאטיש, ס'איז פשוט אלד סקול. דו האסט דיך שוין 'מואווד אן' ווי מ'זאגט, בעת אנדערע מער טראדיציאנאלע 'לאו ענד ארדער' מענטשן זענען געבליבן שטעקן אין די פארגאנגענהייט. בכל אופן איז דאס גוט פאר סאטמאר למשל פונקט ווי פאר סקווער, אפשר דער חלק פון ארבעטן אויף לוקסוס איז נישט קיין סאטמארע אישו, דאס איז מער א רוסישער מהלך (און ווען דו וואלסט ווען געווען א ליטוואק פון ליטא וואלסטו זיך אויך אידענטיפיצירט דערמיט...).

דאס אז אזוי האט מען אמאל געהאלטען איז שקר. דו מיינסט טאקע אז אמאל איז דער גאנצע וועלט געווען קליינקעפיגע רשעים. די חברה האבען פאבריצירט א היסטאריא פאר זייערע אייגענעם צוועק. אמאל האט מען געהאלטען אז קינדער דארף מען מחנך זיין נישט צו פארשטייען? גייען קאפ אין וואנט? איך ווייס פון כמה מקורות אז ס'איז נישט אזוי. ר' חיים בריסקער האט מכיר טובה פאר זיין מלמד פאר'ן עפענען זיין קאפ צו הבנת התורה. אין 'פון וואלאזין ביז ירושלים' ברענגט מאיר בר אילן פון זיין טאטע אז נישט אומער דארף מען זיך בייגען פאר'ן מלמד. ס'איז דא א ביכעל, א העכט'ס אינטרעסאנטע פון א פרוי ווי זי האט איבערגעלעבט דער קריג אין בודאפעסט the scent of snowflowers. זי דערמאנט דארט די פעדאגאגישער יסודות וואס די ווייבער אין דארף האבען ארומגעשמועס'ט. גארנישט אזוי קאפ אין וואנט. מ'קען עס היינט ליינען אין בינה מאגאזין פון עפעס א הויכגעשעצטע רעבעצין פון בולטימור צו וואס.
און ממקום שבאת. דאס ווארט אין פארצייטישע אידיש צו באשרייבען געוויסע מענטשען פון רוסלאנד מיט'ן נאמען 'פויערים', אויף ענגליש רופט מען זיי rednecks, די חברה פון די סאוט''ה וואס האלטען שטארק צו רעליגי''ע מיט ביקסען. אז סקווער איז אזוי ווי זיי, האסטו אויפגעוויזען אז איך בין גערעכט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7