☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8781
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

מבקר » מאנטאג מאי 4, 2015 12:02 pm

· #272338
יא!!

עס לאנג דו ביסט נאנט צו אן ערליכע איד און טרייסט צו טוהן דיין בעסט.

גאלד » מאנטאג מאי 4, 2015 12:04 pm

· #272340
און עס לאנג דו האסט פייער אינשורענס און א סעקיוריטי גארד

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 4, 2015 12:05 pm

· #272341
גאלד
לאמיר ציקומען צום פוינט:

קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן

א וואדאי נישט!

דאס איז פונקט אזוי ווי איינער וואס זאגט אז ער איז...

א איד אבער ער גלייבט נישט אין דער באשעפער.

אדער להבדיל א קריסט וואס גלייבט נישט אין יאשקא, ימ"ש

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 4, 2015 12:43 pm

· #272354
גאלד
לאמיר ציקומען צום פוינט:

קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן

זייער פיין ארויסגעברענגט דער נקודה. ווען ס'וואלט געווען א מהללך אין עבודת ה' און דער רבי איז דער וואס פיהרט און איז מחנך דער עולם אין אט דער עבודה, וואלט געווען דער תשובה יא. אבער וויבאלד ס'איז פארקערט, די מצוות און עבודות זענען אלס געווידמעט צום רבי'ן און זענען גארנישט ווערט אן דער רבי'ן, ווי מ'זעט טאקע אז אן עם הארץ וואס איז נכנע צון רבי'ן איז ווערט מער ווי א ת"ח וואס האט דער רבי אין בוידעם, איז דאס א ראיה אז עבודת ה' איז נישט דער זאך.

diff » מאנטאג מאי 4, 2015 2:16 pm

· #272399
לאמיר ציקומען צום פוינט:

קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 4, 2015 2:34 pm

· #272406
diff
לאמיר ציקומען צום פוינט:

קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה

דאס איז דער מחלוקת צווישען די דוגלי השיטה און מתנגדיה. אבער בכל אופן איז דאס א שיטה, נישט קיין געוועלבעל.

diff » מאנטאג מאי 4, 2015 2:39 pm

· #272407
גאלד
און עס לאנג דו האסט פייער אינשורענס און א סעקיוריטי גארד

ס'העלפט געגן ענק אויך?

גאלד » מאנטאג מאי 4, 2015 4:10 pm

· #272432
גראדע ביינינז איז נעבעך דא א פארקערטע פראבלעם אז מאנכע ל"ע האלטן אז כדי צו זיין א סאטמארער חסיד מוז מען כופר זיין אין ר' אהרן והברך משה אנע דעם קען מען זיך נישט רופן קיין סאטמארע, זייער אסאך סאטמארע אידן זענען נעבעך געשלאגן מיט דעם איינרעדעניש

גאנצל » מאנטאג מאי 4, 2015 4:22 pm

· #272438
גאלד
לאמיר ציקומען צום פוינט:

קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן

די קשיא קענסטו פרעגן אויף יעדע חסידות. נאר ביי יעדע חסידות אנדערש למשל אין סאטמאר קענסטו זיין א סאטמארע חסיד אן צו האלטן מיט די שיטה ? (קען זיין אז יא איך בין א סאטמארע חסיד מיט אלעם אויסער מיט די שיטה 😉 )

צו זיין א סקווירא חסיד מוזטו האלטן פון א רבי'ן דאס איז געבינדן איינס מיט'ן צווייטן לויט ווי זוי ר' יעקב יוסף פון סקווירא (קרעדיט ליפא שמעלצער בארד נגון ) האט אפגעלערנט דרך החסידות

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 4, 2015 4:57 pm

· #272453
מנשה לוסטיג
דו האסט גערעדט אויף סענדער דייטש, און ר' שלום פויגל, גיי מיט א מנין על קברו און בעט עהם איבער, אז נישט ביסטו מוחרם מטעם החפץ חיים, פארן באשמוצן א נפטר בחינם

מנשה: דו האסט געענטפערט שלא מן העניין. אויף דעם וואס דו זאגסט יעצט וועל איך דיר ענטפערן, אבער נישט יעצט. אצינדער דארפסטו פארענטפערן די קשיא וואס איך האב געפרעגט איבער דעם פארגלייך (אדער אומ-פארגלייך) צווישן די גרויסע חסידות'ן, סאטמאר און בעלזא, וואס ביי זיי איז דער מצב נישט אזוי ווי אין שטעטל, כדאמרן. טאטע לעבן זיי מוחל ענטפער מיר א טערעץ...! ביטע זאג מיר, ווען דער סקווירא רבי שליט"א האט זיך אריינגעמישט אז מ'זאל סטאפן דעם טעראר און רדיפות איבער יחידים וועלכע זענען פערצופאל נישט געגאנגען 100% אין שפאן.

איך גיי דיר נאר ברענגען א דוגמא אחד מני אלף, וואס איך האב אליינס צוגעזעהן, בעיני ראיתי, ביי די קבלת פנים פון איינס פון די זוהן'ען פון הרה"צ ר' אהרן מענדל האט מען במזיד געשפריצט סאדע (מ'האט גוט אויפגעשאקלט דעם באטל אז ס'זאל זיין א סאך געז) און מ'האט געשפריצט אויף הרה"ח ר' י.י.פ. און זיין זון וועלכע זענען געזיצן נעבן מיר. אזוי אז איך האב אויך ב"ה געהאט די זכייה צו כאפן א פאר שפריצעס (נישט שפרינצעס).

איי וועסטו מיר וועלן זאגן אז דאס איז בעיבישע זאכן. אין הכי נמי. לגבי די אנדערע מעשי גזילה וואס מ'האט געטון צו דעם איד איז עס טאקע כאפס וכאין... איך האב נאך שטעינדלעך אין די קעשענע, נאר ס'פאסט נישט אלעס אויסצופאקן דא ברבים...!

נ.ב.: איך בין נישט קיין סקווערע חסיד. נאר איך האב ליעב צו גיין זעהן ביי רעבישע שמחות...!

חקרן » מאנטאג מאי 4, 2015 6:54 pm

· #272508
און אויב איך בין אנגעבינדן מיט סקווירא בארא-פארק, קען איך זיין א סקווירא?

חקרן » מאנטאג מאי 4, 2015 7:07 pm

· #272518
מנשה לוסטיג
טייערע חקרן, דאס בעסטע וואלט געווען ווען מיר רעדן פנים אל פנים, אויב דו ווילסט באמת הערן דברים נכוחים

העי, פארוואס?

פארוואס זאלסטו נישט קענען אראפברענגען א באשרייבונג להרוות צמאי חברינו היקרים, וואס ווילן ארויסהאבן וואס דאס איז סקווירא? - פארוואס דוקא נאר פנים אל פנים? - ניין, איך בין חושש אויף גילוי, איך האלט זיך נישט ביים טרעפן מיט דיר, אבער איך וויל פארט ארויסהאבן וואס דאס איז סקווירא און וואס אירע יסודות און גרונטן זענען. קענסט עס נישט אראפשרייבן? עס פעלט דיר אין הסברה?

דאס אליין, אז מיר מישן שוין אצינד זעקס בלעטער צום גוטן, און קיין קלארע מהלך ודרך איז אינטערעסאנט פאר זיך, אבער וואו זענען די אנדערע סקווירע חסידים? - אפשר קען איינער קומען און ארויסהעלפן מנשה'ן? - קען אונז איינער קומען מסביר זיין און אויפקלערן וואס דאס איז סקווירא?

איך געדענק ווען איינער האט אמאל געעפנט אן אשכול און באשריבן פאפא (מיט א פינק פון לצנות...), האבן זיך דעמאלס געיאוועט עטליכע ניקס מטעם פאפא, זיי האבן שיין ערקלערט אלע תמוהות און קושיות, שיין פארענטפערט יעדע שאלה וואס מען האט זיי געפרעגט, גוט ארויסגעברענגט די מאטיוון פון די קהילה, און מען קען זאגן אז זיי האבן איבערגעלאזט דאן גאנץ א פאזעטיווער רושם אויף די ליינער. לדעתי איז דאס געווען אן אחריות'דיגער און פאזעטיווער שריט, וואס האט געשטעלט זייער קהילה אונטער א פאזעטיווער ליכט.

פארוואס זאלן נישט אפירקומען עטליכע ניקס פון סקווירא (איך בין זיכער אז עס איז פאראן צווישן זיי וואס דרייען זיך דא) און ארויסברענגען וואס דאס איז סקווירא, וואס דער דרך איז און וואס זיי טוען. אויב מנשה קען זיך נישט באפאסן דערמיט, זאלן קומען אנדערע און דאס קלארשטעלן.

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 4, 2015 9:15 pm

· #272542
חקרן, פון אלע זעקס בלעטער האב איך דיר דן געווען לכף זכות, אז אולי ווילסטו טאקע וויסן, הערן פון מיר, צו בכלל אויסקלארן עטליכע שוועריגקייטן וואס דיר עגבערט אינעם חקרן קאפ.
אבער כ'האב צוזאמגענומען יעצט דיינע אויסדרוקן, און 'לייקס' און צילן, ווילסטו סתם מייכענען און לייענען אז ס'זאל דיר בעסער אויסגיין, און בכלל האסטו א פראבלעם פון גילוי, ווי כאילו דער 'מלא כל הארץ כבודו זעט דיר נישט און דיינע כוונות.
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט סקווער, און אז דו יא, סיי טאמער ביסטו אמאל געווען משלנו, סיי טאמער ביסטו קיינמאל נישט געווען, שמעק דיר אויס דיין חלק, און בעט טישוס ווען ביסט פיניש.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 4, 2015 9:29 pm

· #272545

דאס איז גערעדט זייער בעביש און געענטפערט שלא מן הענין. דו האסט נאכאלץ נישט מסביר געווען די הויפט נקודה...."פון וואס באשטייט חסידות סקווירא..."? חוץ מן הדברים הידועים...!

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 4, 2015 9:41 pm

· #272550
היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.

נופת צופים » מאנטאג מאי 4, 2015 9:59 pm

· #272558
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
כ'בין געקומען צו דער מסקנא אז מנשה איז סתם א לץ שבלצים וואס האט גאנץ סקווער פארפאקט אין לינקע טאש. ער טרייבט סתם ליצנות אויף אונזער און אויף סקווער'ס חשבון. ס'מוז זיין, איי מין, האו סטופיד קען יו ביקאם?

ווער איז מסכים מיט מיר?

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 5, 2015 12:06 am

· #272596
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מנשה לוסטיג
היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.

ברכת אילנות היינט ? אין סקווער שפראצן די ביימער שפעטער?

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 5, 2015 12:50 am

· #272600
קיינער מאכט נישט קיין ברכה פארן רבי'ן

חקרן » דינסטאג מאי 5, 2015 1:48 am

· #272616
סא, מנשה, דאס איז דיין ענטפער אויף די שאלה פון דעם אשכול?

חקרן » דינסטאג מאי 5, 2015 11:13 am

· #272658
מנשה לוסטיג
היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=83133">http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=83133</a>

diff » דינסטאג מאי 5, 2015 11:42 am

· #272667
ליטוואק פון בודאפעסט
diff
לאמיר ציקומען צום פוינט:

קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה

דאס איז דער מחלוקת צווישען די דוגלי השיטה און מתנגדיה. אבער בכל אופן איז דאס א שיטה, נישט קיין געוועלבעל.

איז ער א בעל מדות, בויט זיך נישט אויף יענעם. כאטש אינדרויסן פון שטעטל איז יעדער כשר

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 12:04 pm

· #272673
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
טענו בחיטין והודה לו לזכר קדשו

diff » דינסטאג מאי 5, 2015 12:11 pm

· #272674
I disagree
גאלד קום מיט א ענטפער
קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 1:23 pm

· #272683
מנשה לוסטיג
היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.

און וואס איז מיט די אידן וועלכע ווילן לערנען ויואל משה און דברי יואל על התורה...זיי געבן טאקע תיקון און לחיים... 😂 🙄

איך אויך » דינסטאג מאי 5, 2015 2:40 pm

· #272697
יונגעלע ,וואס איז דע מעשה מיט די געווער? עס סאונד אינטרעסאנט.

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 3:38 pm

· #272709
ביסט טאקע געוואגט, און כה לחי,און טאקע צוליב דעם מיין איך אז דו קענסט יא ענטפערן געהעריג (לאפוקי..), אונז ווילן עכט וויסן (איך האב גארנישט קעגן סקווירא) וואס איז די מהלך אין עבודת ה' פון סקווירא, א דאנק, יישר כח פאר זיך אנרופן אין די שמועס.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 3:53 pm

· #272713
מנשה לוסטיג
קיינער מאכט נישט קיין ברכה פארן רבי'ן

די גאנצע שטעטל ווארט אויפ'ן רעבין מיט ברכת אשר יצר אויך...?... 😂 🙄

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 4:24 pm

· #272723
מיילע מיט די ברכה, מיט ארויס גיין וויאזוי פירט מען זיך?

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 4:35 pm

· #272727
געוואלדיג
מיילע מיט די ברכה, מיט ארויס גיין וויאזוי פירט מען זיך?

געוואלדיג: הוא אשר כיוונתי. ס'איז דא א פורים תורה אויף דעם... פון וואו איז א ראיה אז אין שושן הבירה איז נאר געווען איין ביה"כ...? ווייל ס'שטייט אין די מגילה ..."ויצא מרדכי, ויתאפק המן"... 😂

שבת אחים » דינסטאג מאי 5, 2015 4:38 pm

· #272729
וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? 😕 😮

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט 😂 😃 🙂 😛

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 4:45 pm

· #272731
שבת, עס איז גארנישט, דולה האט געכאפט די קדחות און ער האט אויפגעוועקט אלע סקווירא אשכולות און עס באוואסערט...

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 5, 2015 6:51 pm

· #272757
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מנשה לוסטיג
קיינער מאכט נישט קיין ברכה פארן רבי'ן

און אויפן רבין פרעגט מען נישט קיין קשיות , זייער שיין פארענטפערט.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 5, 2015 7:05 pm

· #272758
מנשה לוסטיג
היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.

דעס איז טאקע די נקודה פון 'סקווירא' גיי קוק וויאזוי א אינגערמאן אין סקווירא זאגט נאך א מאור עינים
קוק וויאזוי די שוחטים פון סקווירא זענען
כאפ א בליק אויף זייער צענטער פונקט די שטעטל זייערע די הויפט ארבעט אין סקווירא איז אז כאטש אין זייער קהילה זיצן אסאך לייט אויף די נעט, זענען נאך פארהאן א שיינע צאל אינגעלייט וואס ענדלען צו די זמנים ווען מען האט זיך געווייקט ביי חסידישע רביים אין די יארן ווען בערל בעל עגלה האט געהאט פרנסה מיט זיין פערד און וואגען

דאס איז זייער א קלארע אפטייטש אויף די וועג וויאזוי מען דינט אין סקווירא דעם אייבערשטען
נישט אין חב''ד
נישט אין ברסלב און נישט אין ערגעץ געפינט מען די נקודה

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 5, 2015 7:54 pm

· #272769
שבת אחים
וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? 😕 😮

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט 😂 😃 🙂 😛

איך שפיר פארשעמט פון דיינע ווערטער, איך בין דיר נישט מוחל! סיידן דו וועסט מיר איבערבעטן.

יין שרף » דינסטאג מאי 5, 2015 8:04 pm

· #272772
איך בין אויך מוחה פונקט ווי דיר.
א טיפיקל סקווירא?? איך האב אסאך סקווירא קרובים און ידידים און קיינער רעדט נישט מיט אזא אראגאנץ און פאר(בא)מאכטקייט ווי אונזער ידיד מנשה.
קענסט איבערבעטן רוב סקווירא!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 8:20 pm

· #272774
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
אזוי איש את רעהו? דער פארצייטישע ווייקען ביי א רעבע האט געמיינט זיך פארתמ'ען דער קאפ? לא מיניה ולא מקצתיה. דאס איז שקר פון נאכ'ן מאכען א פארטיי פון גאנץ עבודת ה'. אדרבה קוק נאך וואס ס'האט געמיינט. א איד א ת''ח אן עובד ה' וואס האט געזוכט זיך אויסצו'ארבעטען און פארבעסערען, האט געזוכט א רעבע וואס ער פארשטייט און פארשטייט איהם, מיט הדרכה און אן עינא פקיחא מיט אן עמקות. דאס מאכען א רעבע פאר א מנהיג און דער וואס פיהרט איין מנהגים וכהנה שטותים איז אן ערשיינונג נאכ'ן נשתכחה. און טאקע דעריבער קענען זיי בילען און קרעכצען אז ביי אונז איז נישט נשתכחה, נאר פונקט וואס מ'האט נישט פארגעסען געדענקט מען שוין נישט.
און די אלע תלמידי חכמים דארט, איך בעט דיר. זייער ראב''ד און דער וואס זיי רעכענען אלס זייער גרעסטע ת''ח האט ספרים וואס א פשוט'ער יונגערמאן אין לעיקוואוד וואלט זיך געשעמט צו לייגען זיין נאמען דערויף. און דאס איז זייער מזרח וואנט, נישט די פלעינער יונגעלייט! פון די אלע פארהערעכצער און פארטאגס'ן וכהנה, למעשה קומט עס אויס מיט גאנץ ווייניג. אוודאי איז יעדער לערנען א מצוה, אבער זיי אויסצורימען מיט זייער חדר לערנען, אפילו מיט פארהער'ס און סיומים, איז א קליינקעפיגע קוק. קיין איין ר' קאפל שווארץ איז נישט דא דארט, נישט קיין איין ר' יהודה לעווענבערג, מ'טרעפט נישט קיין ר' אברמ'ל ברומברג און נישט קיין ר' אליה בער וואכטפויגעל'ס. ליקוטים פון מנהגי אכילת דגים פרייטיג צו נאכט'ס מיט יסודות פונ'ם ענין פון געבען געלט צו א צדיק, צוזאמען מיט א געפינטעלטע בת עין און נאך אזעלכע וויכטיגע ערשיינונג'ס.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 5, 2015 8:38 pm

· #272776
היינט נאכט הייבט זיך אן די יום שכולו תורה, לעילו נשמת הקדוש רבי פנחס בהרה''ק רבי מרדכי מאויסטילא השם ינקום דמו זצוק''ל.
פונעם זמן מעריב ביז מארגן זמן מעריב וועט זיין 72 יונגעלייט וואס וועלן לערנען אין משמורות, במו''מ יששכר זבולון, זאל מען פועל'ן אלעס גוטס.

בן אדם » דינסטאג מאי 5, 2015 8:46 pm

· #272779
חקרן
יאיר:

עס איז זייער שיין וואס דו זאגסט, אבער לויט ווי מיר ליינען פון מנשה טאג איין טאג אויס, זעען מיר אז דארט איז עפעס אנדערש, ס'איז דא עפעס א דרך, א מהלך וואס נאר זיי טראגן און זיי זענען די פאן טרעגער דערפון. איך פראביר צו דערגיין דעם דאזיגן דרך פון וואס מנשה רעדט. ס'איז שוין אריבער פיר בלעטער, יעדער קראצט אבער קיינער קומט נישט אפיר מיט דעם דרך פון וואס מנשה פארקויפט, אז נאר אין סקווירא געפינט זיך עס.

אגב, סאטמאר פארמאגט א מהלך, געבויט על דרך הקנאות והתנגדות לציונות וכל דברים חדשים - באבוב פאררופט זיך אלס די פאן טרעגער פון צאנז וואס טראגט אן אייגנארטיגער מהלך. ווידער פאפא, צעהלים און וויען דערקלערן זיך אפיציעל אלס קהילה און נישט אלס חסידות מיט א דרך אין עבודת-השם.

חקרן, דיין צווייטע פערעגראף - צו וואס איך בין הערשט אנגעקומען צו לייענען - האט מיר געמאכט טראכטן. אולי בזכות אווירא דארץ ישראל.

דאכט זיך אז ס'איז נישט דא נאך א חסידות וואס זענען אזוי הוקט אפ צו ספרי תלמידי בע"ש. זיי האבן פארשידענע שיעורים אין ספרי חסידות, און מיט פארשידענע פראגראמען. אוודאי מיינט דאס נישט אז זיי זענען פאקטיש מקיים וואס שטייט דארט, אבער דאך מיט דעם לעבן זיי. מ'קען עס אפשר פארשטיין טאקע מיט א מימרא פונעם רבי'ן ז"ל אליינס (קדוש יעקב ? Hope it's the same I'm taking about... ) אויף די הלכה אז מ'טאר נישט לאזן א מעסער אויפ'ן טיש ביים בענטשען, לויט'ן טעם אז ביי ובני ירושלים עט'ם נישט גוט ווערן. האט ער געפרעגט, ממילא אינעם צייט פון'ם חורבן, אבער איז דען דא היינט נאך אזא איינער וואס קלאגט נאך אויף אזא אויפ'ן? נאר וואס דען, מ'זאל וויסען אז ס'איז נאך אמאל געווען אזא מושג, ממילא מאכט מען א זכר מיט'ן מעסער. פארשטייסט? די זעלבע זאך איז דא אויך ביי ספרי חסידות, ס'איז נאר א זכר אז ס'איז געווען יודען וואס האבן געהאלטן דערביי.

ס'מיז נישט זיין אז דאס גייט דעך צופרידען שטעלען. און אויב טאקע נישט, איז אפשר גיי קלער זיי אויף אז דאס איז נישט קיין געהעריגע דרך. והא ראיה- סאטמאר, גור, וכו'. (אפשר לעבן זיי טאקע אויף ניסים בזכות רבינו הקדוש דוד שליט"א...)

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 8:49 pm

· #272781
מנשה לוסטיג
שבת אחים
וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? 😕 😮

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט 😂 😃 🙂 😛

איך שפיר פארשעמט פון דיינע ווערטער, איך בין דיר נישט מוחל! סיידן דו וועסט מיר איבערבעטן.

הכל לפי המבייש והמתבייש. דעם מבייש ווייסן מיר נאכנישט. אבער דעם מתבייש קענמען בקרית חוצות...וואספארא ---- ער איז. נאר איין זאך. טו א טובה נעם דיר א בענקל, ווייל דו וועסט מיד ווערן שטייענדיק און ווארטן אז ער זאלל דיר איבערבעטן...לאל...!

איש את רעהו » דינסטאג מאי 5, 2015 10:18 pm

· #272804
ליטוואק פון בודאפעסט
אזוי איש את רעהו? דער פארצייטישע ווייקען ביי א רעבע האט געמיינט זיך פארתמ'ען דער קאפ? לא מיניה ולא מקצתיה. דאס איז שקר פון נאכ'ן מאכען א פארטיי פון גאנץ עבודת ה'. אדרבה קוק נאך וואס ס'האט געמיינט. א איד א ת''ח אן עובד ה' וואס האט געזוכט זיך אויסצו'ארבעטען און פארבעסערען, האט געזוכט א רעבע וואס ער פארשטייט און פארשטייט איהם, מיט הדרכה און אן עינא פקיחא מיט אן עמקות. דאס מאכען א רעבע פאר א מנהיג און דער וואס פיהרט איין מנהגים וכהנה שטותים איז אן ערשיינונג נאכ'ן נשתכחה. און טאקע דעריבער קענען זיי בילען און קרעכצען אז ביי אונז איז נישט נשתכחה, נאר פונקט וואס מ'האט נישט פארגעסען געדענקט מען שוין נישט.

.

וואס פארשטייט א ליטוואק בכלל צו חסידות?
אבער צא ובדוק זייערע שוחטים זענען יראי ד' אמיתיים, מען טרעפט זעלטן אזוינס, עס באדייט עפעס אויף די חסידות קרייז פון ווי זיי קומען, מען זעהט ביי זיי א שטייפע עקשנות'דיגע שטאנד ביי אידישע יסודות'דיגע זאכן ווי לדוגמא שחיטה כדין ועוד
און בכלל קענען די ליטווישע טמאי נפש וואס זינקען אין טומאה בנשימה אחת מיט רעדן טיפע השגות אין קצות ונתיבות זיך פארשטעקן פאר שאנדע אקעגן די ערליכקייט און ריינע תורה וואס א חסידישע אינגערמאן מיטשעט זיך אויף תורה בטהרה

און יא ליטוואק איינע פון די סיבות פארן דחיית הקץ קומט פון אזא ריבוי טומאה וואס שפירט זיך אין חצרות וואס די כאפסט שטארק התפעלות פון זיי

חקרן » דינסטאג מאי 5, 2015 10:34 pm

· #272810
געוואגטער יונגל:

איך האב זייער שטארק הנאה געהאט ווי אזוי דו האסט אראפגעלייגט די 'קהילה קדושה' סקווירא. אבי עס איז פאראן כאטש איינער וואס טוט צו דער זאך, נעמט די מיה און שרייבט א שיינע פאזעטיווע ארטיקל, אראפברענגענדיג דעם ליכטיגן צד, און עס איז טאקע ליכטיג. אני הקטן האט שוין אויך געוויילט שבתים אין סקווירא, עס איז באמת א פארגעניגן אז איינער קומט און שרייבט פאזעטיוו.

פארט, איז די שאלה פון דעם אשכול נאכנישט פארענטפערט געווארן. אייער באשרייבונג מאכט סקווירא פאר א 'קהילה קדושה', א הערליכע אוועקגעשטעלטע נעץ פון מוסדות, אבער איר האט גאנישט ארויסגעברענגט איבער דער 'דרך' וואס מנשה פארקויפט אונז. אונזער חבר געוואלדיג, האט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל, אט איז וואס ער שרייבט.

געוואלדיג
ביסט טאקע געוואגט, און כה לחי,און טאקע צוליב דעם מיין איך אז דו קענסט יא ענטפערן געהעריג (לאפוקי..), אונז ווילן עכט וויסן (איך האב גארנישט קעגן סקווירא) וואס איז די מהלך אין עבודת ה' פון סקווירא, א דאנק, יישר כח פאר זיך אנרופן אין די שמועס.

די בעסטע אויף די פראגע האט נאך געענטפערט ידידנו בן אדם, אז עס איז טאקע נישטא קיין באזינדערע דרך, עס איז אבער אזא סארט זכר, מען וויל קלעבן צו די אבות, מען לערנט ספרי בעל שם און מען פראבירט נאכצומאכן, אן קיין אייגנארטיגע מהלך. דאס זענען ווערטער וואס זענען שטארק דערהערבאר און מסתבר. ריכטיג, דאס מאכט סקווירא אביסל שוואך אין דעם ענין פון חסידות, דהיינו אז זיי האבן טאקע נישט קיין אויסגעטראטענע דרך אין עבודת השם, אזוי ווי ידידנו הנכבד מורינו ר' יאיר שליט"א האט שוין ערווענט פריער, אז סקווירא איז נישט קיין חסידות און דרך, נאר גוטע אידן האבן געקלעבט צום בעל קדוש יעקב (?) זצוק"ל, וועלנדיג זיך אנשמעקן בחנות בושם של זה. פארט מאכט דאס דער מערסטע סענס צו זאגן, מער ווי אלע אנדערע הסברים ביז אהער (אויסער אויב עס וועט אפירקומען איינער און מסביר זיין אנדערש).

דעריבער קענען מיר זאגן מיט א שמחה, ברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה, ענדליך נאך זיבן פילע בלעטער פון דיסקאסיעס, נאכן זיך מוטשענען און זיך פארטיפן אין די פארפלאנטערטע סוגיא, זענען מיר ארויסגעקומען מיט עטוואס א קלארקייט, אז סקווירא איז נישט קיין דרך, נאר א מאוומענט וואו מען פלאנצט אריין אין די יוגנט, אז מען זאל וועלן לערנען חסידי'שע ספרים און וועלן קלעבן צו זיי. נישט קיין 'טון מער ווי געזאגט' דרכים, נישט קיין ז' מידות און נישט קיין זיכוך המידות, נאר פשוט זיך קלאמערן צו תלמידי בעל-שם.

פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז אויסער דעם וואס סקווירא איז א הערליכע קהילה בישראל, א נעץ פון צענדליגע מוסדות וואו עס ווערן נתחנך טויזנטע תלמידים ותלמידות לתורה ולמידות און מען פלאנצט דארט איין מידות טובות, אבער דאס האט דאך באמת נישט קיין שייכות צו אונזער שמועס, עס איז נאר אזוי בדרך אגב אויסגעשמועסט געווארן, ותיתי ליה לחברינו ר' געוואגטער יונגל, וואס האט זיך גענומען די מיה ספעציעל פאר די חברי השטיבל און דאס אזוי שיין אראפגעברענגט פאר אונז (פארוואס האט ער דערווייל אזוי ווייניג לייקס דערויף?), אבער דער ענין פון חסידות אין סקווירא, איז גאר עפעס אנדערש.

בקיצור, סקווירא פארמאגט נישט קיין 'דרך', עס איז נישט קיין 'המשכה' פון בעל-שם-טוב, עס איז פשוט אז מען לערנט דארט חסידי'שע ספרים און מען איז זיך מקשר מיט חסידי'שע רבי'ס לדורותיהם (כמובן אז דאס איז אויף דערווייל, חוץ אויב איינער וועט קומען און אפפרעגן די השערה און אויפקלערן אז בעצם פארמאגט סקווירא יא א דרך).

ענדליך, נאך זיבן בלעטער זיך מוטשענען, האבן מיר דערווישט דעם סוד!

איש את רעהו » דינסטאג מאי 5, 2015 10:36 pm

· #272812
הייבסט אן עפעס צו דערשנאפען
אבער ביסט עס נאכנישט דערגאנגען בשלימות

שבת אחים » דינסטאג מאי 5, 2015 10:53 pm

· #272817
מנשה לוסטיג
שבת אחים
וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? 😕 😮

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט 😂 😃 🙂 😛

איך שפיר פארשעמט פון דיינע ווערטער, איך בין דיר נישט מוחל! סיידן דו וועסט מיר איבערבעטן.

מנשה, איך האב דיר פארשעמט? דיינע אייגענע תגובות פארשעמען דיר! דיין באַרעכטיגן מיתות בי"ד סקילה שריפה אין די היינטיגע טעג פאר איינעם וואס וויל דאווענען מיט א אנדערע מנין פון דיין געטשקע!!! דיינע געשרייבאַכץ דא אויף קאווע שטיבל איז לדעתי איין שטיק גרויל און א עקל!

גיי צוריק צו די קליפּס ווי דו מאכסטוך נעריש וועסטו אסאך מעהר אויפטוהן, און אפשר וועסטו נאך לייזן פון דעם אפאר גראָשן אין דער זייט אויך, אבער מיטן זיך אָנעמען בלינדערהייט פאר דיין קולט און פאר זייער פירער דער צאָדיק וואס וועיסט קעינמאל גארנישט און בארעכטיגן רציחה פאר נערישקייטן איז אין מיינע אויגן גאר נאַאיוו און מיט דעם פארשעמסטו דיין רבי'ן און זיינע חסידים און ס'א שאָד די צייט מיט דיר צו שטיין אין ווארט, דו ביסט איין שטיק צמצום און דו לעבסט אין א באָבל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 11:20 pm

· #272830
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מיט וואס איז א סקווערער שוחט א גרעסערע יר''ש ווי א צווייטען? ווייל ער טרוקענט זיך נישט אין מקוה? ווייל ער איז מער קרעציג ווי א צווייטען? ווען ער זעט אן עוולה ערגעץ איז ער מוחה נישט קוקענדיג אויף די תוצאות פאר זיך? צו ער פארמאכט זיין מויל ווייל אזוי האט דער רעבע געהעיסען?
ס'גייט ווייניגער אן דער חסידות פון סקווער ווי די פארדרייטע יוצרות. יר''ש מיינט קרעציגקייט. ת''ח מיינט ליקוטים. עבודת ה' מיינט פראגראמען. חסד מיינט ארגאניזאציעס. וכהנה שקרים על גבי שקרים וואס שפראצען טעגליך פונ'ם פארטייאישער וועלט.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 5, 2015 11:25 pm

· #272832

העי העי

רואיג

צא ובדוק זיי זענען פשוטו כמשמעו מערער דחילי חטאין, כאפ א קוק

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 11:27 pm

· #272834
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
איך זאל זיי פראבירען מיט אן עבירה? וויאזוי האסטו זיך איבערגעצייגט צו זייער יר''ש?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 11:27 pm

· #272835
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
און אז מ'רעדט שוין פון רואיגקייט.........

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 5, 2015 11:28 pm

· #272836
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
כמיין סאיז ווייל זייער שווארצע פלעטיק גלעזער ווארפט אן א שרעק פאר ווער סקוקט זיי אן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 11:30 pm

· #272837
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מיינסטו אז א צווייטער האט מורא פאר זיי, נישט וואס זיי האבען מורא פונ'ם אייביגען גאט?

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 5, 2015 11:48 pm

· #272844
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נו וראו כל עמי הארץ גו׳
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7