☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8781
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

יאיר » מיטוואך מאי 6, 2015 12:20 am

· #272851
חקרן, במח"כ קריכסטו סתם אויף גראדע ווענט. אויסער אויב דיין ציל איז פשוט צו געווינען א דעבאטע מיט מנשהן.

חקרן » מיטוואך מאי 6, 2015 12:29 am

· #272858
חלילה. וואס האב איך פון געוואונען? - איך וויל באמת פארשטיין וואס סקווירא פארקויפט. איך מיין אז איך האב עס שוין ארויס, און דו וועסט באמערקן אז זינט מיין פאריגע תגובה האב איך זיך נישט אריינגעמישט. איך לאז די אלע חברה זיך אויסקריגן צווישן זיך.

פארשטייט זיך אז אויב וועט קומען איינער און אויפקלערן אז מיין מסקנה איז נישט ריכטיג, וועלן מיר ווייטער ממשיך זיין דעם שמועס.

diff » מיטוואך מאי 6, 2015 8:53 am

· #272881
גאלד
גראדע ביינינז איז נעבעך דא א פארקערטע פראבלעם אז מאנכע ל"ע האלטן אז כדי צו זיין א סאטמארער חסיד מוז מען כופר זיין אין ר' אהרן והברך משה אנע דעם קען מען זיך נישט רופן קיין סאטמארע, זייער אסאך סאטמארע אידן זענען נעבעך געשלאגן מיט דעם איינרעדעניש

הייסט, די גוואלדטאטן ביי ענק קומט סתם פון שוואילטאג

diff » מיטוואך מאי 6, 2015 11:32 am

· #272907
ליטוואק דו זאגסט מעשה שהיה, אדער רשע היורד לחיים

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 6, 2015 11:37 am

· #272908
זיי ביטע מסביר. אויף וועלכע מעשה רעדסטו?

diff » מיטוואך מאי 6, 2015 11:42 am

· #272909
דער שחיטה

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 6, 2015 12:00 pm

· #272914
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
איך האב געשריבען א מעשה? איך האב געפרעגט ווי האסטו געזען אויסנאמליכע יר''ש אויף סקווערער שוחטים מער ווי אנדערע שוחטים? מ'האט דער שאלה נאך נישט גע'ענטפערט און איך בין שטארק חושד אז ס'האט מיט זאכען וואס האבען גארנישט מיט יר''ש, ענדליך צו די 'חומרא' פון נאר גייען תפילין פון א סופר וואס גייט נישט צו יא אין בחירות.

חקרן » מיטוואך מאי 6, 2015 12:37 pm

· #272920
[ציטאט אראפגענומען]


יישר כח פאר דיינע דברי עידוד והבהרה. אלס בשר ודם האב איך ליב א קאמפלעמענט. איך וועל דיר נאר וואונטשן א ברכה, זעענדיג ווי דו שרייבסט:
[ציטאט אראפגענומען]

זעה איך דערפון אז דיין וואונטש, האפענונג און שטרעבן איז, צו קענען זיצן אויבן אין הימל און פארברענגען אין קאווע שטיבל, דאס זאל זיין דיין גן-עדן. באמת וואונטש איך דיר אסאך מער פון דעם, אבער אז דו ווילסט אזוי שטארק, וועל איך דיר צואוואונטשן אז ווען דו וועסט ארויפקומען דארט נאך לאנגע געזונטע יארן, זאל דארט אויך זיין עקסעס צו קאווע שטיבל און זאלסט קענען פיין פארברענגען (מאחורי הפרגוד דארפסטו אויך דארט?).

moshav zekeinim » מיטוואך מאי 6, 2015 3:50 pm

· #272956
חסידות סקווירא היא החסידות הכי טהורה והכי קרובה לדרך הבעל שם טוב

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 6, 2015 4:18 pm

· #272974
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
באשטעטיגט.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:29 pm

· #273286
היינט איז פארגעקומען א 'לקדש שם שמים' מארטש, אין די הייליגע גאסן פונעם סקווערן שטעטל, וואס די הויכפונקט איז געווען ביים גרייכן צום שוהל און דארט האט דער דיין הגאון הצדיק הרב אייזנבערגער אנגעצינדן דעם הדלקה, צו די ריין הייליגע געזאנגן פון די תינוקות של בית רבן, וואס האבן דערביי געפייערט דעם אש של קדושה וטהרה בזכות אדונינו בר יוחאי.

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:33 pm

· #273289
וועלעכע יאר האט מען אנגעהיובן די מנהג?
ביי דער פאריגע סקווירא רבי זצ"ל האט מען אויך אזוי געעטוהן אדער נישט? (איך זאמל פשוט וויסנשאפט).
א דאנק

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:37 pm

· #273291
וועלכע מנהג? פון א קבלה טובה?
מ'איז מקיים דעם טיהר את עיר טברי'ה עשה אותה נקי'.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:55 pm

· #273297
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
וויאזוי האט מען מקדש שם שמים געווען? מיט באלעמוטשען קינדער? דאס איז נישט קיין קבלה טובה, נישט קיין מנהג אונזערע און נישט קיין טריט אין עבודת ה'. נאר גענומען גוטע האלץ און פארברענט צו אש, ותו לא.
אז מ'זוכט א קבלה טובה זאל מען דאווענען וותיקין אדער אין בין אדם לחבירו, מחזק זיין די מאלעסטעישע''ן וויקטימ''ס אין דער פנת יקרת

בונדל » דאנערשטאג מאי 7, 2015 6:37 pm

· #273318
אנטשולדיגט מיר, ליטוואק, אבער דער מנהג פון פראווענען הדלקות מיט די תשב"ר איז איינגעפירט אין יעדע חדר. סקווירא איז נישט די ערשטע אנצוהייבן מיט דעם. אויב האט איר א פראבלעם דערמיט, דארפט איר מעורר זיין יעדן און נישט אנהייבן מיט סקווירא

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 6:56 pm

· #273323
ר' מנשה, איך האב גארנישט געמיינט, איך פרעג ווען מען האט אנגעהויבן די קבלה טובה/מנהג פון מאכן א הדלקה פאר די קינדער אין סקווירא.

בונדל » דאנערשטאג מאי 7, 2015 7:03 pm

· #273324
מיט קרוב צו צען יאר צוריק איז עס איין געפירט געווארן פאר די קינדער אין חדר, און אויב געדענק איך גוט - דורך א מנהל ר' וועלוועל האלצלער און א מלמד ר' וועלוועל שמעלצער. קודם פלעגן עלטערע אידן עס אנצינדען. שפעטער האט זיך עס געטוישט צו עלטערע מלמדים. יעצט איז עס געריקט געווארן צו דעם שוהל געגנט, אנגעפירט דורך די 'לטהר' וואס ארבעטען קעגן טעכענאלגיע, און דער דיין האט עס אנגעצינדן.
עס איז געווען א שיינער מארש פון די חדר צו דעם מעמד הדלקה.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 7:08 pm

· #273325
יעצט גייט זיין די טיש

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מאי 7, 2015 7:46 pm

· #273330
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
יש שידור?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 7, 2015 7:54 pm

· #273331
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
גערעכט, דער טענה איז טאקע אויף יעדער חדר, כולל מיין קינדער'ס חדר. אבער קיינער האט נישט די חוצפה און טפשות דאס אנצורופען א קידוש ה'. מ'קוקט עס אן ווי א ביליגער ענטערטעימענט פאר די קינדער, נישט מער.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 8:40 pm

· #273343
איך שעם זיך אפילו, אבער מיין יונגעל זאגט מיר פריער, אז ער האט אונטערגעשריבן די קבלות טובות, וואס מ'האט געטיילט פארן מארטש, נישט צוצורירן די טעכנאלאגישע כלים וואס זענען אסור.
מער וויל איך נישט ניצן מיין זון פאר מיינע אקטיוויטעטן, זאל ער זיין א גוטע יודעלע אמן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 7, 2015 9:10 pm

· #273348
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מ'הייסט קינדער חתמנ'ען?! קאללעקטיוו מאלעסטעישען?! און דאס איז נאך דער קידוש ה'?!
און דאס נישט וויסען קיין חילוק צווישען אן איסור, א חומרא, א גדר וסייג און א הנהגה טובה איז א מקור פאר אסאך פראבלעמען וכמו''ש רבינו יונה. ובפרט בחינוך הבנים כמובן לכל בר דעת.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 9:24 pm

· #273353
חאצקעל שניידער
יש שידור?

די געווענליכע נומער, אוואו מ'קען אלעס מיטהאלטן = פארווער ס'קען נישט קומען צום טיש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 7, 2015 9:43 pm

· #273355
מנשה לוסטיג
חאצקעל שניידער
יש שידור?

די געווענליכע נומער, אוואו מ'קען אלעס מיטהאלטן = פארווער ס'קען נישט קומען צום טיש.

און פאר ווער ס'אינטרעסירט, כמובן... 😂 🙄

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מאי 7, 2015 10:05 pm

· #273358
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
וואס איז די געווענליכע נומער?
מנשה קאם אן וואלסט שוין געמעקט מאכן אויף צום זען אויך ,מזאל קענען זען די צורה פונ׳ם העיליגין רבי , וואו ער עסט וואו ער וועינט דאס אלס געיט נישט אריבער אויפן טעלעפאן.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 11:35 pm

· #273374
אה, ס'קומט דעם שבת די הילולא רבתי פונעם קודש הקדשים מרן המגיד הקדוש מצ'רנוביל זצוקללה''ה זי''ע ועכ''י.
מוצאי שבת וועט זיין דאס היסטארישע מעמד פון התחלת לימוד מאור עינים בעיון רב.

חקרן » דאנערשטאג מאי 7, 2015 11:36 pm

· #273375
איר האט נישט ארויס די טענה פון לוטוואק. ער פרעגט היתכן אז מען מאכט א הדלקה לכבוד 'רבי שמעון' אין הייליגן שטעטל, בשעת דער רבי איז דארט. מ'העט דאס ווען געדארפט מאכן לכבוד דעם רבי'ן. איז רבי שמעון העכער פונעם רבי'ן?

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מאי 7, 2015 11:53 pm

· #273377
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מנשה לוסטיג
חאצקעל שניידער
יש שידור?

די געווענליכע נומער, אוואו מ'קען אלעס מיטהאלטן = פארווער ס'קען נישט קומען צום טיש.

כזעע כבאקום נישט די נומער מן הסתם ווייל כוואלטעך געקענט קומען וואוזוי ווייסטע אפשר האב איך ניטש געקענט קומען?[emoji39][emoji39][emoji39][emoji39][emoji39][emoji39]

מנשה לוסטיג » פרייטאג מאי 8, 2015 12:01 am

· #273380
יעצט קומט פאר די 'גורל', דורך דעם רבי'ן זז''ג.
עמער זען וואס א מסכתא כ'וועל באקומען...

חקרן » פרייטאג מאי 8, 2015 12:09 am

· #273384
כ'קען זיך נישט סטאפן צו פרייען.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 8, 2015 4:57 am

· #273408
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
חקרן
איר האט נישט ארויס די טענה פון לוטוואק. ער פרעגט היתכן אז מען מאכט א הדלקה לכבוד 'רבי שמעון' אין הייליגן שטעטל, בשעת דער רבי איז דארט. מ'העט דאס ווען געדארפט מאכן לכבוד דעם רבי'ן. איז רבי שמעון העכער פונעם רבי'ן?

דו האסט יא ארויס צו נישט? דו פרעגסט צו דו ענטפערסט?

diff » פרייטאג מאי 8, 2015 7:05 am

· #273413
ער פוסטעוועט דא אויף ק"ש ותבן, אבער טיילט איין אנדערע וואס צוטון מיט צייט

diff » פרייטאג מאי 8, 2015 7:13 am

· #273414
מסתם ברויגזטו בכלל אויף דער חשיבות פון חסידישע שחיטה. נאר שעמסטך ארויפצוברענגען וויזוי ספלעג זיין

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 8, 2015 7:41 am

· #273415
טאקע ווי פלעגט עס זיין? לאמיר הערען. און ווען פלעגט דאס זיין? פאר מ'האט גע'עפענט דער סקווערער שחיטה? הייסט'ס סאטמארער שוחטים טויגען נישט? ווער איז יורד לחיי חבירו?

diff » פרייטאג מאי 8, 2015 7:52 am

· #273416
ליטוואק פון בודאפעסט
טענו בחיטין והודה לו לזכר קדשו

דער פתגם פאסט מער דא

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 8, 2015 8:09 am

· #273417
מ'האלט שוין אין די ניינטער בלאט פון די אשכול און ביזדערווייל ווייסט מען פון א גורל וואס דער רבי וועט פיהרען (שאלה לחדודי, ווער נאך אין נ"ך האט געמאכט א גורל?), עפעס אן אומקלארער זיכוך המדות און א פארוואלקענטע מסורה פון בע"ש, מיט אן אויסשטעל פון שוחטים וואס האבען א יראת שמים וואס קיינער קען נישט אדער וויל נישט ערקלערען מיט וואס ס'שטייט. איך פארשטיי אז ס'איז נישט דא קיין סאך סקווערער חסידים דא אין שטיבל, זיי פאסען טאקע אריין מער אין אייוועלט, אבער יעצט וואס מ'האבען מיר דער זכייה צו א נייער טרינקער אשר בשם @בונדל יכונה, אפשר קען מען האפען פאר א נייער גייסט ווי מ'וועלען איין מאל פאר אלעמאל זיך דערוויסען די יסודות פון חסידות סקווער.

diff » פרייטאג מאי 8, 2015 8:18 am

· #273418
זיי פאסען טאקע אריין מער אין וועלט,

איר שימפט שוין זעקס און צוואנציג בלאט אויף סקווער. מוייסט נאכאלס נישט פארוואס. אבער שימפט ווייטער

בונדל » פרייטאג מאי 8, 2015 1:29 pm

· #273475
שכויעך ר' ליטוואק פאר אייער ברוך הבא. איך וואוין טאקע אין סקווירא, אבער איך בין א נייטראלער. פרעג מיר נישט די הייקעלע פראגעס, איך בין נישט פון די פארשטייער. איך גיי אין שפאן, וואס מען הייסט - דאס טוה איך.
מוצאי שבת וועט זיין א צענטראלער שמועס דורכ'ן רבי'ן, לכבוד דער יארצייט פון דער טשערנאבילער מגיד. מאכט זיך נישט יעדן טאג אזא שמועס.
שטארקע מעגליכקייט אז דער רבי וועט אויך דערמאנען איבער די מייל ארום סקווירא, אז מען זאל נישט קויפן דארט קיין הייזער. און אז מען זאל טון נאר היימישע שידוכים.

געוואלדיג » פרייטאג מאי 8, 2015 1:40 pm

· #273479
ועל זה אמרינן

- וועלעכע חסיד ביסטו?
- פאפא, האסט א פראבלעם?

- וועלעכע חסיד ביסטו?
- סקווירא, אבער צו מיר קענטו רעדן.... 😂 😂

בונדל » פרייטאג מאי 8, 2015 1:41 pm

· #273480
ניין. איך בין נישט פון די מיטלמעסיגע. צו מיר קענסטו נישט רעדן... נאר שרייבן...

איך קען דיר נישט זאגן קיין הסברים, און פאר ענטפערען. איך קען נאר זאגן פאקטן.

בונדל » פרייטאג מאי 8, 2015 2:04 pm

· #273490
דער בארימטער גמ"ח אין סקווירא מאכט א דינער קומענדיגע וואך, און ר' גבריאל ששון - וואס האט פארלוירען זיבען קינדער ר'ח ניסן, וועט קומען דארט רעדען.

מנשה לוסטיג » פרייטאג מאי 8, 2015 3:48 pm

· #273519
diff
זעט אויס אז זיי זענען דאס עכטע ממשיכי דרך חסידות. אז דער ליטפיק קען נישט קומען צו זיך

ר' עקיבא האט געזאגט, אז ווען ער איז געווען א עם הארץ, האט ער געזען א תלמיד חכם, האט ער עהם געוואלט צורייסן ווי א פיש.

א איד » פרייטאג מאי 8, 2015 4:43 pm

· #273537
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
איך מיין אז מען קען שוין טוישן די נאמען פונעם אשכול אויף נייעס מחצר הקודש דחסידי סקווירא והמסתעף.

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 12:15 am

· #273613
אין עטליכע מינוט ארום וועט מען קענען הערן איבער "חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם", ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט זאגן דברות קודש און כולל זיין אלע ענינים וואס פעלן זיך אויס צו זיין סקווערער חסידים.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 10, 2015 12:21 am

· #273614
אז די באמפסט אריין אין מנשה, שיק אים א גריס.

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 12:27 am

· #273615
אין סקווירא הייבט מען אן לערנען דעם ספר מאור עינים, מיט בחינות בעיון.

אנטשולדיגט אז איך קען נישט געבן דעם באמפ אין מנשה, אלס חשש גילוי.

געוואלדיג » זונטאג מאי 10, 2015 12:43 am

· #273623
איך האף אז נאך די שמועס פונעם רבי'ן שליט"א וועסטו קומען דא אונז איבער געבן וואס די מהלך איז, א דאנק.

חקרן » זונטאג מאי 10, 2015 12:45 am

· #273626
בונדל, וואס האט דער רבי געזאגט? - מיר ווארטן אויף א באריכט.

בן אדם » זונטאג מאי 10, 2015 2:39 am

· #273655
חקרן
בונדל, וואס האט דער רבי געזאגט? - מיר ווארטן אויף א באריכט.

אפשר האט דער רבי בתוך הדברים אויך געאסר'ט צו גיין אויף קאווע שטיבל

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 3:32 pm

· #273747
דער רבי האט מעורר געווען איבער דעם ענין פון תפילה. דאווענען אויפן קול און לויטן נוסח. אנהויבן פון קרבנות, זיך נישט מיטכאפן. דער קאפ זאל זיין דערביי. דער שמועס איז געווען צוטיילט אין דרייען. ערשטע חלק איז געווען איבער די גרויסקייט פון לערנען מאו'ע, צווייטע האלב איז געווען איבער די חשיבות פון תפילה, דריטע האלב איז געווען א "סימנא מילתא" (אזוי רופט עס דע רבי). ער טייטש איין די גאצנע שמועס אין די ערשטע פאר פסוקים פון די וואכדיגע פרשה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7