☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8781
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

petergrifin » זונטאג מאי 10, 2015 3:47 pm

· #273750
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
דריטע האלב?

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 3:54 pm

· #273752
לייען איבער נאכאמאל.

איך אויך » זונטאג מאי 10, 2015 3:56 pm

· #273753
ער מיינט צו זאגן אז דו האסט נישט געלערנט קיין מעטה אין חדר.

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 4:24 pm

· #273763
און איך זאג נאכאמאל. הסברים און ויכוחים, וועל איך איבער לאזען פאר אונזער קאלעגע מנשה ליסטיג, וועלכע איז מער באקאנט ווי מיר אין די זאכען. אויך איז ער נאנט מיט די הויכע פענסטער, די אייניקלעך און די הייסע חסידים, און נאך. איך קען נאר שרייבען די פאקטען.

מנשה טוט א גוטע ארבעט און איך וועל עס לאזען ביי אים

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 4:32 pm

· #273768
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
אוודאי. אסאך מענטשען וואס האבען אנגעקוקט סקווער אזוי ווי איך האבען אינגאנצען געטוישט זייער מיינונג נאכ'ן ליינען מנשה'ס קלארער יסודות וועגען זיכוך המדות און דער מסורה פונ'ם בעל שם טוב דורך די שלשלת היתומים. אפשר דארף מען טאקע עפענען א נייעם שטעטעל פאר די אלע פרישער סקווערער חסידים. קאווע-סקווער, נתייסדה ע''י ר' מנשה, בנשיאות כ''ק אדמו''ר שליט''א.

געוואלדיג » זונטאג מאי 10, 2015 4:52 pm

· #273774
בונדל


מנשה טוט א גוטע ארבעט און איך וועל עס לאזען ביי אים


אז דו ווילסט נישט מבאר פאר אונז סקווירא, ביסטו טאקע נישט מחויב, אבער פליז די ווערטער וועגן מנשה איז איבערהויפט נישט ריכטיג, איך בין באקאנט מיט סקווירא פון אפאר אופנים און עס איז אויסדריקליך נישט וויאזוי מנשה לייגט דאס אראפ, אויב עפעס פארמיאוס'ט ער סקווירא, און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי לאזט מען איהם אפילו שרייבן דא איך האב נאך נישט אנגעטראפן קיין איין סקווירא חסיד אפילו פון די וואס האבן זיך אפגעזאגט פון די סקווירא חסידות וואס באשמוצן אזוי שטארק סקווירא ווי אונזער ליבער מנשה'לע, אשאד.

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 5:04 pm

· #273779
איך מוז טוישן מיינע פריער דיגע ווערטער. מנשה טוט א גוטע ארבעט מיטן שטיין גרייט אפצושלאגען יעדע אטאקע. ער שלאפט נישט איין. אבער אויף וואס ער זאגט, בין איך שוין נישט אחריות.

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 5:05 pm

· #273781
איך וועל מתקן זיין מיינע ווערטער:
בונדל
און איך זאג נאכאמאל. הסברים און ויכוחים, וועל איך איבער לאזען פאר אונזער קאלעגע מנשה ליסטיג, וועלכע איז מער באקאנט ווי מיר אין די זאכען. אויך איז ער נאנט מיט די הויכע פענסטער, די אייניקלעך און די הייסע חסידים, און נאך. איך קען נאר שרייבען די פאקטען.

מנשה האט זיך אונטערגענומען די ארבעט און איך וועל עס לאזען ביי אים

איש את רעהו » זונטאג מאי 10, 2015 6:12 pm

· #273813
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געשריבען א מעשה? איך האב געפרעגט ווי האסטו געזען אויסנאמליכע יר''ש אויף סקווערער שוחטים מער ווי אנדערע שוחטים? מ'האט דער שאלה נאך נישט גע'ענטפערט און איך בין שטארק חושד אז ס'האט מיט זאכען וואס האבען גארנישט מיט יר''ש, ענדליך צו די 'חומרא' פון נאר גייען תפילין פון א סופר וואס גייט נישט צו יא אין בחירות.



ליטוואק ביסט ממש אראפ פון די שינעס,

אין שו''ע ווערט דערמאנט איינע פון די הויפט סימנים פאר א פאסיגער שוחט איינער וואסי א ''ירא שמים מרבים''
יעצט גענוי ווי די שו''ע שטעלט אהער א צוים צווישען איינער וואסי בכלל נישט בגדר ירא חטא, און דערנאך סתם א ירא חטא, און ס'פאראן אויך א גדר פון א יר''ש 'מרבים'
יעצט צא ובדוק די ליטפישע פארזינקענע בחטא וואס זענען ניטאמאל בגדר יר''ש, און קוק אן די יראי שמים מרבים די סקווירא שוחטים וויאזוי זיי גייען צו מיט אנערסקיינט צו א מצות שחיטה וכו' אטע דאס איז די הבדל צווישען יענקי אנגעפרעסענע ליטוואקען און אינגעלייט גרויסע יראי ד'פון חסידי סקווירא

צו פרעגן פון ווי מע דערקענט איז א שאלת תם אדער א פארזינקענער און ליטפישע בלאטע וואס ווייסט ניט בכלל וואסי דאס יר''ש

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 6:17 pm

· #273816
וואס האסטו אזוי מורא פון א פאקט? וועלכע עבירה טוט דער ליטווישע שוחט וואס דו קענסט און וועלכע מצוה טוט דער סקווערער שוחט וואס דו קענסט? וויאזוי האסטו געמאסטען דער יראת שמים און וואס איז דער מקור פאר דיין קנה מדה?
יעצט איז דער שאלה גאר אן אנדערע. ווען מ'וויל עפעס זאגען און מ'היט זיך אזוי שטארק פון אן עכטע ראיה, וואס באהאלט מען דארט? ווען אלס איז אין דער ארדענונג וואלט מען נישט אזוי מורא געהאט פון זאגען איין אמת'ער קלארער פאקט.

איש את רעהו » זונטאג מאי 10, 2015 6:27 pm

· #273822
גיי קוק די הלוך ילך פון א ערליכע שוחט פון סקווירא
און גיי קוק די טומאה אין וואס א ליטפישער טינקט זיך מיט אלע רמ''ח ושס''ה

האסט געטראפען א אנדערע קנה מדה וויאזוי די שו''ע מעסט א ירא שמים מרבים??
פארגעס א מינוט פון די נושא דא וויאזוי הא מען געמאסטען בימי השו''ע וחז''ל א ירא שמים מרבים??
מען קוקט אביסל יענעמ'ס הלוך ילך אינעם טאג, וזהו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 6:33 pm

· #273828
דאס איז ביי דיר א פאקט? אקע"י.
און אגב דו האסט צוגעשטעלט א ליטוואק מיט א סקווערער שוחט. שטעל צו די צווי שוחטים אדער די צוויי פשוט'ער מענטשען. אדער לאמיר צושטעלען די לעבענשטייגער פון א ליטווישער ראש ישיבה מיט די לעבענשטייגער פון דער סקווערער רעבע. ווער פאטשקעט זיין צייט מיט נעריש'ע הנהגה'לעך און שוי-שפילען, מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אפענער הלכות אין שו"ע ווייל אזוי פאדערט דער פארטיי, און איז מחנך זיין קינדער צו התנשאות און עמהארצות. און לעומת זה ווער וויילט זיין צייט מיט'ן לערנען און זיך פלאגען מיט די הייליגע תורה, קוקט אין תורה צו וויסען וויאזוי מ'דארף זיך פיהרען נישט אין באבע מעשה'ס און אלטער טראדיציע"ס, איז מחנך זיין קינדער לתורה ולתעודה און איז סובל אנדערע שלא ע"מ לקבל פרס אן קיין כבוד און טאראראם.
ווען דער גמרא זאגט 'שייף עייל ושייף נפיק', גילט עס אויפ'ן סקווערער רעבע צו ר' ישראל ניומאן? ווען מ'רעדט פון 'גריס באורייתא תדירא', מיינט עס פארציילען מעשה'ס און לעגענדע'ס אדער זיך פלאגען אויף א רמב"ם צו א קצות?

חקרן » זונטאג מאי 10, 2015 6:35 pm

· #273829
לימוד תורה שלא בטהרה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 6:42 pm

· #273833
האסט טאקע בודק געווען יענעמ'ס טהרה און יענעמ'ס טהרה? פון וואנעט ווייסטו, הן ביי דער רעבע מיט'ן ראשי ישיבה, הן ביים דורכשניטליכע אידען פון ביידע ערטער, הן ביי די ביידע שוחטים?

ס'איז טאקע אביסל אינטרעסאנט ווי מ'האלט שוין. אין סקווער זענען זיי חסידים פונ'ם ויבחר בדוד עבדו, וואס ער איז דער מבחר האנושי. אבער ווען מ'וויל ווייזען פאר א צווייטען וואס זיי האבען, דארף מען אנקומען צום שוחט. איז ווער איז רעבע אין סקווער; דער שוחט צו הרב טווערסקי? פארוואס גיבט מען נישט קוויטלעך גלייך צום שוחט?

איש את רעהו » זונטאג מאי 10, 2015 6:45 pm

· #273835
די שוחט האב איך דיר געגעבן א דוגמא, ווייל ביים קצב טרעף איך זיך אסאך מיט ביידע סארטן, אבער עס איז ה''ה די אנדערע שיכטען פון פאלק

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 6:48 pm

· #273837
האסט געזען א ליטווישע שוחט צוגייען צום שחיטה מיט א לייכטזיניקייט? וועלכע שוחט און ווי האסטו איהם געזען? און די פאקטען וואס איך האב דיר געוויזען וועגען דער הויכע שיכטען פון די סקווערער פאלק מיט'ן חילוק צווישען אליטווישע ראש ישיבה און דער סקווערער רעבע האסטו בכל נישט געליינט.

איש את רעהו » זונטאג מאי 10, 2015 6:51 pm

· #273839
די הבדל זעט זיך אן ביים ציבור הנלווים אחריהם, אויף די פאזיציעס זיצן היינט על פי רוב די וואס האבן געהאט די זכיי' צו ירשנענן דעם באבענס ירושה

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 10, 2015 6:53 pm

· #273843
מ'טאר נישט רעדן אקעגן די ליטווישע חוגים, אבער טאמער מ'רעדט פון אמת, זעסטו דאך שוין וואספארא פנים דער ליטוואק פון בודאפעסט לייגט אונז פאר. ער איז דאך אויסגעפרעסן מיט שנאת ישראל
מיר איז בכלל א ספק צו ער האט זיך געוואשן די הענט נאך צרכים די לעצטע שמיטה יארן...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 6:55 pm

· #273844
איך וויל אנשטעלען מיין זייגער. ווען גייט מען אפיר ברענגען איין פאקט? איין מעלה וואס מ'קען זען אויפ'ן סקווערער ציבור וואס מ'זעט נישט אין אנדערע פלעצער?

איש את רעהו » זונטאג מאי 10, 2015 7:02 pm

· #273847
מנשה האט אין זיין לעצעטע שורה אין זיין לעצטע תגובה אנגערירט א שטארקע פוינט
א פאקט
גיי איבערצייג דיר עס אין יעדע אידישע קיבוץ פון ליטפיקעס
קיין טראפ טהרה, אוודאי לא על הכלל כולו יצא אבער מערווייניגער איז דעס די צושטאנד ר''ל

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 7:16 pm

· #273851
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
וואס איז דער מיסטעריאוזער 'טהרה' פון וואס דו רעדסט? ווי קען מען עס 'דערקענען'? איינער וואס פיהרט א מוסד און היט זיך פון נעמען רעגירונג'ס געלט כדי צו זיין ריין פון שקר? א שטייגער ווי הרב מאיר שטרן ראש ישיבת פאסעיק? וואס האסטו געזען און פארוואס האסטו מורא דאס ארויסצושרייבען?

דולה ומשקה » זונטאג מאי 10, 2015 7:26 pm

· #273854
א גאנצע עמוד בילדער אין "די וואך" - דער רבי שטייט אויף א סטעידש, פארענט פון זוך האט דער רבי א שטענדער, א טייערע פרכות איר, ועל ראשי איז דא לעקטער, דער גאנצע שטאט קומט צו זעהן (ראבאטיש מיטהאלטן) אנשים נשים וטף, בחורות וגם בתולות, זסקנים עם נערנים, מיטהאלטן ווי דער רבי גייט ארויף די סטעפס מיט א גראבע סידור, - דער סאך הכל פון דער גאנצע פראפאגאנדע צערעמאניע צו מאכען א ברכה אויף א בוים...

...צוריק אהיים מיטן מיט ניעעם מאדערנע קעדילעק... נענסטע דור צום בעל שם [נו, ח"ו - אסור לומר: 'טוב'...]

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 10, 2015 7:39 pm

· #273856
נו לשון הרע!

diff » זונטאג מאי 10, 2015 8:20 pm

· #273863
ער האט זיבן ראשי ישיבה פאר יעדע מדה אן אנדערן. אבער אין אמת האט ער קיין איינס נישט

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 8:21 pm

· #273864
סקווערער חסידים זענען איידעלע, איינגעהאלטענע, האלטען זיך קליין און קאכען נישט אין פאליטיק

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 8:22 pm

· #273865
זיי פאלגען וואס מען זאגט זיי, זענען מקיים דעם לא תסור לימין או שמאל אן די הוראה פון זייער מנהיג. א זאך וואס איז זייער וויכטיג אינעם היינטיגען דור.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 8:56 pm

· #273878
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
וויכטיג אהין וויכטיג אהער, תורה איז דאס נישט. ס'איז נישט דא קיין שום מקור פאר'ן מצוה פון פאלגען א מנהיג.

בונדל » זונטאג מאי 10, 2015 9:05 pm

· #273883
אין די היינטיגע טעג ווען אזויפיל פאלען אוועק, זענען מנהיגים גאר וויכטיג פארן דור.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 9:52 pm

· #273901
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מנהיגים האלטען צוריק פון אוועקפאלען? אפילו מנהיגי שקר עמי הארץ פוסטע בעלי גאווה? מהיכי תיתי? איך זעי דאס נישט. און דער תורה אנערקענט עס נישט.
ווען מ'רעדט פון אידישע מעלות איז פאלגען א מנהיג נישט קיין מעלה

berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2015 9:55 pm

· #273902
מנשה לוסטיג
מ'טאר נישט רעדן אקעגן די ליטווישע חוגים, אבער טאמער מ'רעדט פון אמת, זעסטו דאך שוין וואספארא פנים דער ליטוואק פון בודאפעסט לייגט אונז פאר. ער איז דאך אויסגעפרעסן מיט שנאת ישראל
מיר איז בכלל א ספק צו ער האט זיך געוואשן די הענט נאך צרכים די לעצטע שמיטה יארן...

און צו ער האט אפגעגאסן נעגל וואסער... 🙄

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 10, 2015 10:08 pm

· #273905
באמאכט איז ער...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 10:55 pm

· #273919
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ס'איז טאקע נאר ווייל ס'איז שווער צוצוקוקען ווי די טייערע ברידער וואוילע אידען וואס ווילען טוהן גוטס ווערען אזוי געדרייט א קאפ פונ'ם סקווערער קטנות און עמהארצות, וועגען דעם מאכט מיר סקווער נערוועז. א איד וועט מקריב זיין זיין לעבען פאר עפעס, זאל כאטש זיין עפעס וויכטיג, נישט נערישקייטען און אום-תורה'דיגע מושגים פון וואס יעדער קען ליינען אין דער בחצר הקודש זייערע דער אומ-ווערדיגקייט דערפון.

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 10, 2015 11:06 pm

· #273922
וואס ס'זאל נאר זיין, מעג מען רעדן לשון הרע?

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 11, 2015 12:02 am

· #273937
עפעס טוט אים וויי, כ'וועיס נישט וואס. <a class="postlink" href="https://youtu.be/9Ui2585xuqc">https://youtu.be/9Ui2585xuqc</a>

diff » מאנטאג מאי 11, 2015 5:24 am

· #273965
ער האט נאך גארנישט געזאגט. חוץ דעם באגראבענע קורח'ס טענה ומדוע תתנשאו

חקרן » מאנטאג מאי 11, 2015 3:59 pm

· #274085
בונדל
אין די היינטיגע טעג ווען אזויפיל פאלען אוועק, זענען מנהיגים גאר וויכטיג פארן דור.


און פאר דעם פאלן פון סקווירא אזוי ווייניג אוועק...

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 11, 2015 4:38 pm

· #274103
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=9Ui2585xuqc&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=9Ui2585 ... e=youtu.be</a>

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 7:13 pm

· #274140
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
זייער שיין די עולם זאגט צוזאמען וואו אין א כאר.

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 11, 2015 7:44 pm

· #274163
דער וויינעריי דארט קוקט מיר אויס ווי כאילו עס זאל שטיין אין סידור "כאן נהגים לבכות".
מיט געפיל אדער מיטן אמת - האט דאס וויינען נישט קיין שייכות.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 7:45 pm

· #274165
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ראו מה ביני לבינך מברויך קוקען אויפן גוטע חלק.[emoji38][emoji5]️[emoji39]

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 11, 2015 7:47 pm

· #274167
חאצקעל שניידער
ראו מה ביני לבינך מברויך קוקען אויפן גוטע חלק.[emoji38][emoji5]️[emoji39]

ראו מה ביני לבינך, איך פראביר נישט צו רעדן לשון הרע, אוודאי נישט נאכן מעורר זיין, וויאזוי שעמט זיך נישט א יוד עובר צוזיין אויף א בינטל לאווין אין די תורה.

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 11, 2015 7:51 pm

· #274168
ווען די מנשה זאלסט זיך אזוי אנעמען אויף דער איסור לשון הרע פון סיי אימער, החרשתי.
נאר דו ביסט מוחה ווען דער מדובר איז ר' דוד'ל טווערסקי החונה בשכון סקווירא ספינגוואלי, אה, דיין יוזל, קומט אויס דו מיינסט עס אויך בכלל נישט מיט קיין אמת, כרבו כבהמתו.

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 11, 2015 8:00 pm

· #274173
פארוואס רעדסטו אויף מיר? ביסט עובר בשאט נפש אויף א איסור דאורייתא, איך בין נישט מסכים

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 8:10 pm

· #274176
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
דער כשר חזיר פיס'ל....
ווען דו רעדסט פון מיין ביה''כ מנהגים האסטו נישט קיין פראבלעם מיט לה''ר. ווען דו רעדסט פון הרב ח''א רט''ב האסטו נישט קיין פראבלעם מיט לה''ר (אז דו ווילסט זאגען אז ער איז נישט בכלל עמיתך, ווייז אויף דעם א פסק ב''ד). נאר וועגען דער ד''ט רעדט דער תורה? עפ''י דין איז גארנישט הארבער דער רעדען לה''ר אויף איהם ווי אויף א מענטש אין גאס. (אדרבה. אין חזו''א שטייט אז אויף א מנהיג איז נישט דא קיין איסור לה''ר)
איך האב זיך נישט באליידיגט. אדרבה, איך האב הנאה אז ווען מ'בעט קראנטע פאקטען וועגען די אויסגעצייכענטקייט פון דער עם הנבחר האסטו נישט בעסער וואס צו ברענגען ווי מיין פיהראכץ אין ביה''כ, ווייזט אויס אז איך בין גערעכט געווען. אבער דו האסט זיך ערלויבט מיר צו פראקען מיט דיין שמוציגע קינדישע וויצלעך און נאך דעם פראווען פרום וועגען דער איסור לה''ר.

שיח ושיג » מאנטאג מאי 11, 2015 8:13 pm

· #274177
ווייסט איינער פארוואס דער ער וויינט אזוי ביי ספירת העומר? ממש ער קען נישט קומען צום ווארט! איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מען דארף וויינען דעמאלס

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 8:22 pm

· #274184
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מי יעמד בסוד קדושים...

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 8:24 pm

· #274189
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ליטוואק פון בודאפעסט
דער כשר חזיר פיס'ל....
(אדרבה. אין חזו''א שטייט אז אויף א מנהיג איז נישט דא קיין איסור לה''ר)
.

איך זוך שוין לאנג דעם חזו״א ווייסט אפשר וואו סשטייט?

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 11, 2015 8:34 pm

· #274194
און אז איך טו א עבירה מעגסטו שוין? איך האב תשובה געטון. טו דו אויך תשובה

בונדל » מאנטאג מאי 11, 2015 8:41 pm

· #274201
שיח ושיג
ווייסט איינער פארוואס דער ער וויינט אזוי ביי ספירת העומר? ממש ער קען נישט קומען צום ווארט! איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מען דארף וויינען דעמאלס


אין סקווירא איז דער דרך געווען מיט וויינען. ר' יו'ט ערליך זינגט שוין "אין טיפע קרעכצן ביי דעם סקווערן"

דער רבי וויינט זייער שטארק ביי: התרת נדרים ערב ראש השנה - די למנצח פאר די תקיעות - די פיר קאפיטלעך תהלים יום כיפור ביינאכט - די הושענות - שמחת תורה ביי די הקפות - מצלאין מוצאי קלאטשן טיש - הלל יעדע יום טוב [צווייטע טעג, אדער שבועות ביידע] - חנוכה ליכט צינדן - ביי די הגדה און בעיקר ביי נשמת - ספירה - אקדמות - און נאך.
יעדע שבת וויינט דער רבי זייער שטארק ביי רעווא דרעווין - יצוה, קל מסתתר

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 8:45 pm

· #274203
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ס'איז אין אגרות ח''ב קל''ג.
מנשה, א חזיר רעדט אויך אזוי. אז דו טוסט תשובה, טו א תשובת המשקל. טאמער דו האסט געזינדיגט פאר סקווער, טו תשובה און אנטלויף פון סקווער, כמבואר בשו''ע חו''מ ל''ד
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7