חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8781
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
אודאי אזוי. ווען דו ביסט געווען א קינד האסטו נישט געהערט אומצאליגע מאל אז מען דארף פאלגן אפילו מען פארשטייט נישט? און אז עלטערן / מחנכים דארפן זיך נישט מסביר זיין פאר א קינד.
לגבי דאס נישט פארשטיין דאס געלערנטע מאטריאל נאר אננעמען אזוי ווייל כך גזרה חכמתו ית', דאס איז שוין טאקע א חידוש עצום פונעם מחבר, איך געדענק נישט אזאלכע זאכן פון אלס קינד, אדרבה מען האט אלס פרובירט אויף וויפיל ס'איז שייך יא צו פארשטיין און לערנען כפי שכלו פונעם קינד, און אלע חרדי'שע מוסדות היינט לייגן א שטארקן דגוש דערויף, אריין גערעכנט סקווירא מוסדות אויך, ווי דער מחבר איז זיך טאקע מתמרמר אז ס'כאפט זיך אריין ביים היימישן עולם דאס.
(דער מחבר הספר איז כאמור שטארק סטאק אין די פעסט, און בענקט זיך געפערליך צו די גוד אלד דעיס, האט ער אבער א פראבלעם אז די חדר סיסטעם האט היבש געסאקט נישט זייענדיג מסודר געהעריג, און בכלל האט מען אמאל געלייגט א קנאפע דגוש אויף לערנען מיט א ריכטיגע הבנה, איז ער אויפגעקומען מיט א חידוש אז אזוי ברויך עס טאקע צו זיין והא ראיה אין די גוטע צייטן האט מען אזוי געטון...)
בכלל פארשטיי איך נישט וואס עפעס דו נעמסט א קונטרס וואס א אינדיווידועל האט געשריבן - מיט די הסכמות פון פרעמדע רבנים וואס האבן קנאפ מיט סקווירא - און דו מאכסט דאס ווי א סקווירא שיטה. כאילו דער סקווירא'ר רבי האלט אזוי טאקע און מען טוט אזוי בפועל אין די מוסדות.
לגבי די פשעטל איבער פויערן און די סאוטערן קאובוי'ס, מיט דעם זענען זיי - און דאס גאנצע חרדי'זם וואס איז געבויט אויף אנטי מאדערניזאציע - טאקע גלייך מיט די פונדאמענטאליסטן און עקסטרעמיסטן פון אנדערע רעליגיעס להבדיל א"א הבדלות, מ'קען ליינען בערך די זעלבע מושגים אויף אנדערע שפראכן ביי אלע טראדיציאנאליסטן רעספעקטיוולי. אבער דאס איז נאר ווייל די איבריגע וועלט האט זיך גערוקט פאראויס. אבער אוודאי איז אמאל אזוי געווען איבעראל. דייטשלאנד, די פאן טרעגער פון מאדערניזאציע בימים ההם איז דוקא אויך געווען א סימבאל פאר א טאף, שטייפע קאלטע ערציאונג. אקעי יעצט וועסטו קומען זאגן אז די סקווערע זענען נאצי'ס... ווייל די דייטשן פלעגן האבן אזא חינוך. נו שוין מילא
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
שוין ווידער מיט די פעסט. ס'איז נישט מער ווי דמיונות. איך געדענק סכסוכים מיט מלמדים און ס'איז מיר געווען קלאר אז מיין עלטער'ן האלט'ן ווי מיר. אמת, אפשר האבען מיין עלטער'ן אויך נישט גענוג שכל געהאט, אבער היינט מעג מען אויך נישט זאגען פאר א קינד אז דער מלמד איז נישט גערעכט. פראביר נאר, אוי וועסטו כאפען א פארצי''ע פון די הנהלה. זיי האבען דער מאכט.
און דער שטותים זיינער איז קלאר דער סקווערער שטייגער. מ'קען נישט ברענגען קיין ראיה פון איין קונטרס, אבער דער וואס קען זיי, איז דאס טיפיקע''ל.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב זאגן קץ איז אזא שטארקע זאך אין א קהילה, ווי קומט אריין מידות?
אלא מאי, אז מהאט פארשטיינער צלפחד פארן מקושש עצים זיין, ווי זענען געווען זייערע מידות?
גראדע איז דא א סיפור פונעם הייליגן קדוש יעקב זי''ע, אז ער האט געזאגט אויף אזא געשעעניש, אויב יענער וויל נישט זאגן 'קץ', דארף מען עהם נישט ארויסשיקן, נאר די מנין זאל ארויסגיין פון דארט, וועט ער ממילא נישט האבן וואס קיין קדיש צו זאגן. און אזוי וואלט מען ווען געברויכט טאהן, אבער ליידער איז מעשים בכל יום הרבה פעמים, אז כמעט וואס מ'מאכט נישט קיין בראטל פון דעם, כאטש מ'וואלט יא געברויכט לויטן רצון פונעם מייסד המקום, און ווען ס'געפונט זיך דארט איינער וואס קימערט זיך יא, טוט יענער טאקע מעורר זיין, אבער דאס ווארט קולות וואס דו שילדערסט, פארשטיי איך אז פון זאגן בלחש דערהערט יענער גארנישט אז ער מוז זאגן קץ, נאר אז גוערין בו, ווי איינער וואס איז משנה ממטבע שטבעו חכמים, איז ממילא קולות. און אזוי קומט עס, ביי יענעם אין דיינינגרום פירט מען זיך אויף ווי דער בעל הבית וויל. און סקווירא שטעטל איז דעם רבינס דיינינגרום.
דער הייליגער קדוש יעקב זצוקלל''ה האט געזאגט.
מיר וואלט אויך געקאנט אויסלערנען די בחורים וואס צוריק צוענטפערן.. מיר האבן ניט קיין צייט פאר די זאכן, אין די צייט וועלן מיר זיי אויסלערנען, וויאזוי צו לערענען און דאווענען.
און אז ר' ניסן קרעמער זז''ג האט געהאלטן ביים אוועקפארן פאר זיין חתונה, האט ער געזאגט צו איהם.
ניסן, אז מ'וועט דיר אוודאי פרעגן אין די וועלט, וואס איז דאס סקווער?
זאלסטו נאר דאס ענטפערן.
אין סקווירא לערנט מען, אין סקווירא דאווענט מען, און פון עפעס אנדערש וועיסט מען ניט!!
און דער צדיק האט דאס איבערגעזאגט צוויי מאל, הערסטו ניסן? מ'וועט דיר אוודאי פרעגן אין די וועלט, וואס איז דאס סקווער?
זאלסטו נאר דאס ענטפערן.
אין סקווירא לערנט מען, אין סקווירא דאווענט מען, און פון עפעס אנדערש וועיסט מען ניט!!
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
איך האב נישט געהערט אין מיין לעבען אזעלכע דברי בלע אויף איינער וואס הייסט גאנץ א וואוילע איד ווי וואס מ'הערט פון סקווערער חסידים אויפ'ן קאלאראשער רבי ז''ל. און אויב מ'איז זיך און די קינדער מחנך אז דאס הייסט מדות, דאס הייסט וואויל, דאס הייסט עבודת ה' איז דאס א דאפעלטע פארברעך.
און אגב, דער אריז''ל רעכענט אויס צען ווערטער פון בעלמא ביז משיחיה, און נוסח אשכנז וואס זאגט נישט ויצמח רעכענט ער עס פון יתגדל. אלזא, אדער דארף מען זאגען ויקרב קץ אדער ויקרב משיחיה, נישט ביידער. מה גם אז כפשוטו שטימט עס אויך נישט. 'דער ענד פון משיח', דער ביטערע סוף פון משיח בן יוסף? מ'דאווענט ביי לישועתך קויתי ה' אז ער זאל נישט שטארבען?
אויב איר פרעגט מיך פערזענליך וועגן סקווירא בכללות, וואלט איך נישט געווען כשר לעדות אלץ א אייגענער, און כ'בין דאך דארט געבוירן און אויפגעצויגן געווארן, ממילא חן המקום על יושביה, האב איך עס סתם אזוי ליב.
אבער איך בין נישט קיין קליינע חקרן, און כ'האב געוואוינט זיבן יאר אין די וועלט, און כ'האב מיך שוין געדרייעט אין אסאך לענדער, און כ'בין געקומען צום החלטה, אז סיי די מהות פונעם חסידות, און סיי די מקום, איז א יקר המציאות אינעם היינטיגער עולם הזה, פאר ווער ס'זוכט רוחניות.
באמת, איך שפיר מיך ווי א יוון אין די סוכה, אקעגן די פוהלע הונדערטע תלמידי חכמים ואנשי מעשה - וואס זענען צוויי דריטל פון די תושבי עיר הקודש שיכון סקווירא, וואס ווייסן ממש נישט וואס טוט זיך אויסער די ד' אמות של הלכה.
ממילא פון מיר קענט איר פרעגן שאלות, און כ'קען ענטפערן וואס איך ווייס, אבער מבינות פון א קאלט פרעמדער קענט איר נישט ערווארטן פון מיר.
ס'קומט א היסטארישער מעמד דעם קומענדיגע מוצאי שבת - יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגער טשערנאבלער מגיד זיעועכ''י, ווען כלל חסידי סקווירא וועלן אנהייבן לערנען מאור עינים בעיון.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
.
אינטרעסאנט, אפילו ס'איז ריכטיג וואס פריש וואסער זאגט וועגען דער עבודת ה' זייערע, מ"מ ער איז נישט מסביר דער געפערליכע תאווה פאר אטענטשע"ן וואס ס'טוט זיך דארט, מער ווי אלע אנדערע חסידות'ער. מיט בערך אכט און א האלב יאר צוריק איז דער רעבע געקומען קיין לעיקוואוד. דא אין לעיקוואוד האט מען נישט קיין סאך געקימערט מיט דער באשיינונג. ס'קומען רעבע'ס יעדער שטיק צייט, און דער וואס אינטערסירט זיך קומט. אבער סקווער איז געווען עפעס אנדעריש. זיי האבען געבעטען אלס, ניין געמאנט אלס, אלעס באלאנגט צו זיי. מ'האט געפאדערט אז דער ישיבה זאל מאכען א קבלת פנים, שטערען טויזענטער יונגעלייט פון לערנען פאר'ן פראפאגאנדע. די יונגעלייט זענען בכלל נישט געווען אינטרעסירט, נאר מ'האט געמאכט פרעשו"ר און געמוטשעט. די ראש ישיבות האבען געזאגט פאר דער רעבע זייערע "אז דו ווילסט, קענסטו זאגען א שיעור אין ביהמ"ד, אפילו א שמועס אין דיינינ"ג רו"ם, (ווי אסאך גדולים וטובים האבען דוין גערעדט, ובתוכם גאב"ד ירושלים שליט"א), אבער א טיש מיט א חלוקת לקח איז נישט אונזער זאך". און זיי האבען געקוויטשעט און געמוטשעט, אבער די ראש ישיבות האבען זיך נישט געלאזט. צום סוף איז ער געקומען צום ראש ישיבות אפי"ס און דער וואס האט געוואלט איז אריינגעקומען. דער צאל 'וועלער'ס' האט געהויערט ארום זער"א, האבען זיי געבעטען יעדער יונגערמאן וואס איז אריבער אויפ'ן וועג צום ביה"כ אדער דער אוצר ער זאל אריינקומען לכבוד דער גרויסע עבודה פון כאפען בילדע פונ'ם רעבע'ן אין א פולע צימער, און אזוי קענען זיי זיך איינרעדען אז א קבלת פנים איז פארגעקומען אין ישיבה. דאס איז א תלמיד פון בלעם, וואס מלא ביתו כסף וזהב איז נישט גענוג. און נאך דעם האבען זיי טענות אז איינער היט נישט זייערע מנהגים! דו ווילסט קערען וועלטען אין א פרעמדע שטאט פאר א נערשקייט, אבער יעדער מוז פאלגען דיין מנהגים וואס זענען קעגען ראשונים, קעגען אריז"ל און קעגען דער שכל.
און ווער רעדט וועגען די שאלעשידעס טיש. די ראש ישיבות פון ב.מ.ג גייען פאר יעדער דינער אדער קבלת פנים וואס מ'רופט זיי. זיי זענען נישט מפלא בין דם לדם, און גיבען אויס אסאך צייט און מיה פאר די זאכען. אבער צו א טיש גייען זיי געווענליך ניטש, אפילו פון רעבע'ס מיט וועמען זיי האבען א שייכות און א כבוד אהדדי אזוי ווי דער ראכאמסטריווקא (וואס איז א תלמיד פון זייער זיידע ר' איסר זלמן מלצר) אדער דער סקולענער. מוצ"ש אין מיט'ן שלעשידעס טיש איז ש.ב. פישעל געקומען צום שטוב פון הרב מלכיאל און געפאדערט ער זאל קומען צום טיש. ער האט נישט געוואלט זאגענדיג אז ער גייט קיינמאל נישט צו טישען, ער דארף באלד זאגען א שיעור וכדו'. ש.ב. פישעל האט געזאגט אז דאס הייסט מאכען א מחלוקת צווישען סקווער און לעיקוואוד. ר' מלכיאל איז א שוואכער אין די זאכען און ער האט זיך געלאזט און געשלעפט ר' מתתיהו סאלאמאן אויך מיט איהם. אגאנצע צייט האט מען אפיציעל נישט געלאזט קיין בילדער ווייל ס'איז נאך שבת, אבער פאר די צען מינוט וואס די צוויי שבויים זענען געזעסען דארט האט געפלאקערט די בילדער נאכאנאנד, און פארשטייט זיך דאס איז נישט פון לעיקוואוד מענטשען וואס זענען כמעט נישט דארט געווען (די פארענטשע"ס זענען פיל געווען מיט'ן ארבע מאות איש וואס ער האט מיטגעברענגט), נאר פון געדינגענע פאטאגראפיער"ס צו קענען ווייזען פאר'ן וועלט אז דער סקווערע עקזיסטירט.
ווידער האט ער געבעטען אז די חדר זאל ארויסקומען איהם מקבל פנים זיין. דער וועד פונ'ם חדר האט נישט געוואלט, די עלטערען זענען נישט געווען אינטרעסירט, כמעט וואס מ'ווייסט נישט אז אזא באשעפעניש ווי סקווערער רעבע עגזיסטירט (אפשר וועגען דעם האט ער זיך אזוי איינגע'אקשענט!), און מ'האט נישט געהאלטען ביים שטערען די קינדער פאר אזעלכע נערישקייט. איך האב דעמאלס געפרעגט א מנהל פון א קליינרע חסידיש'ער חדר, וואס האט איהם יא אריינגעלאזט (נעתר לבקשתינו!) פארוואס ער האט עס געטוהן. זאגט ער מיר "קאושער ענטערטעינמענ"ט", נישט מער.
ער האט געפאדערט מ'זאל זיך באנוצען מיט רעגירונג'ס קשרים צו פארמאכען די הויבט גאס וואס גייט דורך לעיקוואוד (Route 9) פאר א פארא"ד ווי ער גייט אהיים פון שאלעשידעס. די עסקנים האבען נישט געוואלט. מ'דארף האלטען די קשרים פאר עכט וויכטיגע זאכען. מ'האט אויך געזאגט אז אין א ביהמ"ד דארט בשכינות וועט מען דעמאלס פיהרען 'אבות ובנים', און מ'וויל נישט שטערען דער לערנען פאר פאראדע"ן.
ווען מ'ליינט טאקע וועגען סקווער אינדערהיים, ווי דער רעגירונג האט נישט געלאזט די רעבע'ס ארויספארען פון זייערע שטעט, און זיי זאגען ווייל מ'האט מורא געהאט זיי וועלען צושפרייטען אידישקייט. דו מיינסט טאקע ס'איז אזוי געווען? זיי האבען נישט געפיהרט מהומות דארט אויך, געצווינגען די לאקאלע רבנים און מענטשען זייך בייגען פאר זייערע פארטיי און שלעגער'ס? קוק אין די
חצר הקודש פון די וואך למשל וועסטו זען ווי זיי באשרייבען די א.ג. 'רדיפות' וואס זיי האבען געליטען. דער חלק פון סקווער האט מען נאך נישט באשריבען דא צו פארשטייען די 'אייגענארטיגקייט פון דער סקווערע מהלך'.
שפעטער האבען זיי זיך אפגערעדט אז 'לעיקוואוד איז אזא שווערע שטאט'. ווייל מ'האט איהם נישט געגעבען די אטענשע"ן וואס ס'גליסט איהם אזוי שטארק!
א ציטיר פונ'ם וואכעדיגע 'בחצר הקודש' אין א שמועס צווישען ראכאמסטריווקא רבי פון ירושלים מיט'ן רעבע ר' דוד'ל קץ משיחיה שליט"א:
אדמו"ר שליט"א: ס'איז אינטערעסאנט פארוואס דער טאטע ז"ל האט עס מיר געזאגט, כ'ווייס נישט מיט וואספארא כוונה ער האט עס מיר געזאגט - אבער דער טאטע ז"ל האט מיר געזאגט אז דער טאלנער זי"ע איז אמאל געקומען אין א שטאט וואס מ'האט גארנישט געוואוסט פון איהם, און ער האט זיך אומגעקוקט און נאכדעם האט ער אריינגערופן דעם בעל הבית און מיט זיין פשטות האט ער איהם געזאגט: "כ'מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך אז מ'זאל מאכן גראטעס אויף די פענסטערס, און ביי די טיר און ביי די טרעפ זאל מען אויך באפעסטיגן מיט אייזענעס". ער האט געהייסן מאכן אפאר באווארענישן אז ס'זאל זיך האלטן, און דער בעל הבית האט נישט פארשטאנען וואס ער וויל פון איהם: ס'געווען א מקום וואס מ'האט נישט אזוי געוואוסט פון איהם...
ביני לביני זענען די וואס האבן יא געוואוסט פונעם טאלנער געוואויר געווארן אז ער געפונט זיך דארט און ס'איז געקומען אזא אנלויפעניש - אז דער בעל הבית האט געזאגט אז ווען נישט דאס וואלט מען חרוב געמאכט די הויז אז ס'וואלט גארנישט געבליבן... ס'איז געווען נישט קיין געוואלדיגע הויז און די גראטעס מיט די אייזענעס האבן עס פשוט אנגעהאלטן און געראטעוועט דעם הויז..!
אזוי גאר?! און דאס איז דער חינוך דער גלויבונג די מדות טובות און די היסטאריא זייערע.
א שרעק אין דער וועלט
מבקרשבת אחיםאפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז די סקווירא לבוש די פּיאות אויפן אויער די ציצת ביים האַלץ און די שטיוועל , ס׳איז דא וואס זאגן אז די שטיוועל קומט פון רוסלאנד
הטלית קטן היא בשיטת הרב-הבעל התניא, וכן נוהגים גם בחב"ד.
ואודות הפאות, בכתבי האר"י מובא שאם שערות הפאות גדלו כל כך עד שהגיע לקצה הזקן היה האר"י קוצצם.
והיות שיש אומרים לא לגזוז הפאות ע"כ נוהגים בסקווירא לקשור הפאות למעלה מקצה העליון של הזקן.
די ציצית איז אויך אנדערש אין סקווירא - טשערנאביל ווי אין חב''ד, און די פיאות האט מען אויך אין חב''ד נישט געלאזט הענגן, אגב, אויך די גארטל לאזט מען נישט הענגן, נאר מ'דרייעט עס אריין.
געהערט פון הרה"ג וואודרידזשע רב שליט"א
אמאל איז דער אידישער באקליידונג געווען געצילט אפצושיידען צווישען א איד און א גוי. היינט איז דאס אויף אפצושיידען צווישען איין איד און אן אנדערע'ן.
ודפח"ח
מנשה לוסטיגאון אזוי קומט עס, ביי יענעם אין דיינינגרום פירט מען זיך אויף ווי דער בעל הבית וויל.
איז פארוואס ווען עטץ קומטס אין מיין דיינינגרו"ם און איך וויל נישט עטץ זאלסט זאגן קץ אין מיין דיינינגרו"ם זאגט מען עניווע"י
מיין אפיניאן האב איך שוין כמ"פ איבערגע'חזר'ט אינעם שטיבל, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, לכה"פ בקוצר אמרים,
איז אזוי, יעדער פלאץ אויף דער וועלט, אן אויסנאם, האט מעלות און חסרונות. מען קען קוקן אויף די האלב פולע אדער האלב ליידיגע גלאז, געוואנדן אין אייער נאטור און אייער פרעספעקטיוו (כ'בין מודה איך האב א שוואכקייט צו טרעפן גוטע חלקים).
לענינינו, עס קומט מיר אויס פון צייט צו צייט זיך צו דרייען אין סקווירא מחמת סיבות שונות, אדער צו האנדלען מיט סקווירא מענטשן סיי אין ביזנעס און סיי אנדערע אנגעלעגנהייטן, און איך האב פיל מאל א געלעגנהייט צו באטראכטן די סקווירא אידן.
טראץ וואס איך בין שטארק אנטקעגן די איינגעריסענע אמונה טפילה אינעם רבי'ן, ווי ער איז ביי מאנכע (אבער נישט אלע!) ממש אן אפגאט, מען ציטערט פונעם רבי'ן מער ווי פונעם מלאך המות און אודאי פונעם באשעפער, ווי אויך ווייס איך דער פאקט אז פילע אוועקגעפאלענע קומען פון דארט, ווי אויך געוויסע רשעות וואס ווערט אפגעטון שטילערהייט דורך מאנכע פאר די וועלכע גייען נישט 100% אין שפאן וואס די מעשים האט שוין פארטריבן גדולים וטובים פון דעם שטעטל; פארט קען איך נישט אוועקמאכן די אויסטערלישע מעלות מיט וואס איך באגעגן זיך נאכאנאנד, און איך בין פשוט דזשעלעס! בעיקר אין די 2 ענינים, תמימות אין (זייער) אידישקייט, און חסד פאר א צווייטן איד. ווי געשריבן, מאכט זיך ביי יעדע פלאץ אן אויסנאם, מען קען נעמען דעם שפיצער און ארויפשמירן מיט זיינע מעשים א נאסן ליילעך אויף גאנץ סקווירא. אבער דאס איז באמת א נאנ-סענס און דורכאויס פאלש.
זייער חסד (און חסד שטובער) אין שפיטעלער איז ברייט-באקאנט אין די ניו יארק מעטראפאליען עריע; מנדב זיין נירן פאר ווילד-פרעמדע אידן? זענען די מערסטע פון סקווירא שטעטל; הכנסת אורחים דארט אין שטעטל איז וואונדערבאר; אסאך משפחות אטעמען חסד, מיט א געוואלד מיני גמ"ח'ן אוועילעבל פאר אידן וואס דארפן אנקומען דערצו בעת צרה ח"ו אדער בעת שמחה; און נאך אנדערע מעשי חסד דורך סקווירא אידן וואס ווערן געטון מיט א אומגלויבליכע געטריישאפט (וואס איך קען נישט דא שרייבן צוליב גילוי),עס איז זיכער מרפסין איגרא.
און זייער אידישקייט איז אויך מיט אזא אינערליכע תמימות, זיי פילן א טעם אין אידישקייט וואס אסאך פון אונז וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן, זייער זאגן תהלים שבת, לערנען מאור עינים און אוה"ח הק', וויפיל אידן זיצן שעות ארוכות מעוטר בטו"ת און לערנען, פאר א דוגמא איז באקאנט די אויסגאבע "הליכות החיים" וואס קומט פון סקווירא, און אידן באלעקן זיך דערמיט בכל מקומות מושבותיהם יעדן צווייטן שבת, און נאך פילע ספרים וואס זענען שוין ערשינען פון דארטן, וואס איז בכלל נישט אוועקצומאכן (ליטוואק, כ'רעד נישט צו דיר).
ווען מען קומט אריין אין שטעטל, און מען זעהט די אלטמאדישקייט דארט, ווי מענער און פרויען גייען אנדערע זייטן פון גאס, און נאך א.ג. "פארקוועטשטע" מנהגים, קען מען מיינען אז די אידן קענען נישט ציילן קיין צוויי. אבער ווען מען זאל זעהן וואספארא הערליכע אימפעריע זיי האבן זיך געבויעט, "רפואה העלט צענטער" וועלכע איז ברייט בארימט נישט נאר אין שטעטל דארט נאר אין גאנץ מאנסי (און האט שוין געעפנט א באזונדערע עקסטענשאן אין מאנסי), און זומער אויף די בערג אין די מאביל'ס, די הערליכע "אם בישראל" קינפעטארין היים וואו הונדערטער היימישע פרויען קומען פון איבעראל זיך מחי' זיין, און נאך הערליכע שאפינג צענטערס מיט גאר געשמאקע בעקערייען, ווי אויך אייגענע פאטראלן און א פארגעשריטענע געטרייע חברה הצלה א.א.וו. ווייזט אויף זייער שעפערישקייט און געלונגענקייט, דאס אלעס אין דעם שטעטעלע וואס איז אפאר צענדליג יאר צוריק געווען אן ארץ לא זרועה. און ווי שוין פריער געשריבן, פאר די מענטשן וואס לעבן זיך דארט אין זייער א.ג. "באקס" לעבן אין א גן עדן התחתון, אלעס צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות.
אגב, איך מיין אז נישט דאס איז נישט געווען די כוונה פונעם פותח האשכול, וועלכע האט געוואלט אויסשמועסן די יסודות פון די חסידות, אויף וואס עס איז מבוסס, און מען איז פארפארן אויסצושמועסן די מעלות וחסרונות פונעם היינטיגן שטעטל. אבער אז מען האט שוין געהאקט און חוזק געמאכט, פיל איך פאר א שטיקל פליכט צו זאגן מיין פרעספעקטיוו.
מיין לייק איז פאר דעם לעצטן שטיקל און פאר דיין גוטהארציגקייט.
אבער דערווייל האט נאך קיינער נישט געקענט ענטפערן אויף מיין פראגע אנהויב אשכול.
דאס הייסט א חסידות?
מנשה לוסטיגיין שרףמיסודו וואס "סקווירא" אדער "טשערנאבל" איז מיוסד ווייס איך נישט. אבער ווען סקווירא רבי זצ"ל האט פון פריש אויפגעשטעלט די הויף האט ער קלאר געוואלט "עבודה" און בין אדם לחבירו", ווי ער האט כמה פעמים געזאגט ס'זאל זיין ווי איין גרויסע משפחה, מיט אהבת חברים און אחדות. די סיבה פארוואס ער האט נאר געוואלט איין מנין אין שטעטל שבת איז אויך נאר וועגן דעם "עס זאל נישט זיין פילוג לבבות"!
מיסודו וואס סקווירא נישט אדער, נאר 'און' טשערנאביל איז, קענסטו נאך יעצט לויפן כאפן א מאור עינים, און לערנען, און שוין שפירן א טעם רוחני בלי גבול.
ווען ער האט אויפגעשטעלט זיין שטעטל האט ער קלאר געזאגט, אז ווער ס'געהערט נישט דארט, וועט ווערן אויסגעשפיגן ווי ביי תיבת נח, און די סיבה פארוואס ער האט געוואלט איין מנין, האט ער דיר געזאגט?
כ'מיין אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט.
און ס'האט אין דעם א העכערע טעם, וואס נאך צדיקים האבן עס געוואלט איינפירן.
העכערע זאכן?
האסטו נישט נארוואס געזאגט אז אין סקווער ארבייט מען אז ס'זאל נישט זיין חכמתו מרובה ממעשיו?
כ'מיין אז די העכערע זאכן זענען הקנאה התאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם... זעיער הויך, ווייט אוועק אין די הימילישע ספערן...
דער פראבלעם איז אז דו מישט אלעס צאם צו מאכן איין קוגל, און ס'איז דיר שווער צו פאנאנדערשיידן בין טוב לרע, דער טוב מוז עפעס זיין א קאווער-אפ פארן רע? אפשר איז עס 2 באזונדערע חלקים? אפשר זענען עס אנדערע מענטשן? עס זענען דא רודפים, עס זענען פאראן מאלעסטאר'ס, אבער עס זענען אויך פאראן מענטשן מיט א הארץ ריין-גאלד, וואס וועלן זיך אויסטאן דאס העמד פאר יענעם.
דו קענסט אייגענטליך טרעפן אין כמעט יעדע חסידות פארשידענע חזיר'יי און רדיפות, און עכ"ז פאמפען זיי אסאך צדקה וחסד און פארמאגן אנדערע מעלות.
כאמאס איז חיזבאללאה זענען מיוסד אויף רציחה און כל כולו רע, דעריבער באהאלטן זיי זיך אונטער א רעליגיעזן שלייער צו מאכן א שיין פנים, אבער להבדיל ביי אידן איז עס נישט אזוי. און אז עס האט פאסירט א אחת היתה ופירסמה הכתוב מיט א שריפה מיינט נאך נישט אז זיי זענען כולו רציחה. מיינסט אז סאטמאר אדער בעלזא אדער גור וכדו' האט זיך וואס צו שעמען מיט זייערע רדיפות אקעגן סקווירא? דו קענסטאך אביסל היסטארי... לאמיר נישט עפענען קענ'ס פון ווערים.
איין זאך פארשטיי איך נישט מנשה, רעדנדיג פונעם באקאנטן שריפה. דער רבי בכבודו ובעצמו האט דאך מוחה געווען דערויף און געזאגט אז דאס איז נישט דער דרך פון סקווירא (הגם קיינער דא האט נאכנישט געקענט ערקלערן וואס איז דאס "דער דרך פון סקווירא" - אויב ס'איז דא אזא זאך), אבער פארברענען איז נישט דער דרך. דער רבי האט דאס מגנה געווען, פשט איז אז דאס וואס מען האט דארט געטאן, אפגעזען וועלכע ווערסיע פון די מעשה איז ריכטיג, האט מען נישט גוט געטאן.
ווי אזוי קומט אזא מנשה און רעדט קעגן דעם רבי'ן, זאגנדיג אז שפיצער האט געהאנדלט ריכטיג, בשעת דער רבי בכבודו ובעצמו האט געזאגט אז נישט? - אין סקווירא איז אפילו ארגאניזירט געווארן א יום-תפילה לרפואת ר' חיים אהרן ראטנבערג, א זאך וואס ווייזט קלאר אז אין סקווירא שפירט מען סימפאטיע מיט אים, האלטנדיג קעגן די דרכים פון שפיצער. הלזאת יקרא חסיד? - מנשה שעמט זיך נישט צו שרייען און פארפירן קעגן דעם רבי'ן, און נאך דערקלערן אז שפיצער האלט נאך אלס אז ער האט גוט געטאן? - וואו זענען די סקווירא חסידים ארויסצואווארפן מנשה'ן פון שטעטל? - 'קץ' זאגן איז דער פראבלעם? - דא איז פאראן א מנשה לוסטיג וואס רעדט אפן קעגן דעם רבי'ן... ואין פוצה פה ומצפצף.
מנשה, ענטפער מיר ביטע: ווי אזוי פארטיידיגסטו די מעשה, בשעת דיין רבי האלט קלאר פארקערט, און זאגט אז דאס איז נישט דער דרך פון סקווירא?
חקרןזייער פיין געענטפערט!
אבער מיין שאלה איז, פארוואס יעדע אנדערע חסידות - פון די וואס איך האב אויסגערעכנט, קען אין א סענטנס אדער צוויי ערקלערן זייער אייגנארטיגע מהלך ווי אזוי זיי דינען דעם אויבערשטן, אבער סקווירא קען נישט?! - דאס בעסטע וואס מען קען זאגן איז 'זיכוך המידות', א זאך וואס יעדער איז עוסק...
ס'איז בערך ווי דו זאלסט מיר ענטפערן אז אין סקווירא גלויבט מען אין באשעפער - כ'מיין, איבעראל גלויבט מען... וכן הוא לענין זיכוך המידות - בקיצור, וואס איז סקווירא אנדערש פון אנדערע פלעצער? (ערקלער אין צוויי אדער מער סענטענסעס).
עס איז באקאנט די מעשה פונעם הייליגן בארדיטשובער זיעועכי"א, אלס אינגערמאן איז ער געפארן דאכט זיך צום הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע (אדער ביים ר"ר שמעלקא פון ניקלשבורג, אדער ר"ר אלימלך זי"ע) און ער האט זיך אויפגעהאלטן דארטן ניין וואכן, ווען ער איז אהיים געקומען האט עם זיין שווער, וואס ער איז געווען א גרויסע מתנגד לדרך החסידות, עם געפרעגט, וואס האסטו זיך געלערנט דארטן ביים רבין אז דו ביזט דארט געווען ניין וואכן? ענטפערט ר' לוי יצחק, איך האב זיך געלערנט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
זיין שווער רופט אריין די דינסט און פרעגט איר ווער האט באשאפן די וועלט, ענטפערט זי וואס הייסט דער הייליגער באשעפער, ווער פיהרט די וועלט, זי ענטפערט אוודאי דער הייליגער באשעפער, דרייט זיך דער שווער אויס צום קדושת לוי, נו פארדעם האסטו געדארפט פארן צו דיין רבין, און זיך אויפהאלטן דארט ניין וואכן, קוק אפילו דו דינסט ווייסט דאס.
האט דער הייליגער קדושת לוי גענטפערט, זו זאגט דאס, און איך ווייס עס.
אפשר דאס האט מנשה געמיינט צו זאגן און זיינע גאר קורצע סתום'דיגע דיבורים, איבעראל זאגט מען אז מען דארף זיך מזכך זיין די מידות, אבער אין סקווירא ווייסט מען דאס, און מען טוט דאס.
ודפח"ח
א איד... 😃
חקרןאיין זאך פארשטיי איך נישט מנשה, רעדנדיג פונעם באקאנטן שריפה. דער רבי בכבודו ובעצמו האט דאך מוחה געווען דערויף און געזאגט אז דאס איז נישט דער דרך פון סקווירא (הגם קיינער דא האט נאכנישט געקענט ערקלערן וואס איז דאס "דער דרך פון סקווירא" - אויב ס'איז דא אזא זאך), אבער פארברענען איז נישט דער דרך. דער רבי האט דאס מגנה געווען, פשט איז אז דאס וואס מען האט דארט געטאן, אפגעזען וועלכע ווערסיע פון די מעשה איז ריכטיג, האט מען נישט גוט געטאן.
ווי אזוי קומט אזא מנשה און רעדט קעגן דעם רבי'ן, זאגנדיג אז שפיצער האט געהאנדלט ריכטיג, בשעת דער רבי בכבודו ובעצמו האט געזאגט אז נישט? - אין סקווירא איז אפילו ארגאניזירט געווארן א יום-תפילה לרפואת ר' חיים אהרן ראטנבערג, א זאך וואס ווייזט קלאר אז אין סקווירא שפירט מען סימפאטיע מיט אים, האלטנדיג קעגן די דרכים פון שפיצער. הלזאת יקרא חסיד? - מנשה שעמט זיך נישט צו שרייען און פארפירן קעגן דעם רבי'ן, און נאך דערקלערן אז שפיצער האלט נאך אלס אז ער האט גוט געטאן? - וואו זענען די סקווירא חסידים ארויסצואווארפן מנשה'ן פון שטעטל? - 'קץ' זאגן איז דער פראבלעם? - דא איז פאראן א מנשה לוסטיג וואס רעדט אפן קעגן דעם רבי'ן... ואין פוצה פה ומצפצף.
מנשה, ענטפער מיר ביטע: ווי אזוי פארטיידיגסטו די מעשה, בשעת דיין רבי האלט קלאר פארקערט, און זאגט אז דאס איז נישט דער דרך פון סקווירא?
ווען מ'פרעגט מיר דיירעקט, פיר איך זיך צו ענטפערן, כאטש כ'וואלט נישט געדארפט ענטפערן לויט די דרך חוצפה וויאזוי איר פרעגט מיר דעם שאלה, און איך בין מקפיד אויף מיין כבוד.
על ראשון ראשון - ווי א חכם..
דו פארשטייסט נישט מנשה, נישט געפערליך, וועלקום טא דע קלוב..
דער רבי האט מוחה געווען, דער רבי האלט אין איין רעדן און פאדערן, ער איז נישט 'מוחה'.. סארי, מוחה קענסטו ניצן ביי אנדערע, אונזער הייליגע רבי טוט נישט מוחה זיין, ער בעט און פאדערט, און אלץ זאגט ער און האט נאכנישט משנה געווען קיינמאל, אז ביי אונז הייבט מען נישט קיין הענט, אבער ס'איז ארויסגעקומען א פאשקעוויל פון אכט בלעטער, וואס די ארויסגעבער האבן שוין באקומען זייער לוין.. און די סוף פונעם פאשקעוויל איז געשטאנען, אז כאטש דער רבי זאגט נישט, ווייסן די חסידים וואס מ'דארף טון, ממילא ווען ער זאגט יא, ווייסן מיר אוודאי וואס מ'האט צוטון, ער האט געזאגט אז מ'טאר נישט הייבן קיין הענט, מ'טאר נישט מזיק זיין קיין רכוש און קיין נפש ישראל אוודאי נישט.
מיר פאלגן דעם רבי'ן צו לערנען שלחן ערוך הרב, און דארט שטייט אז א מסור איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל. דארט שטייט אז ער הייסט נישט 'עמך' בכלל, זיין פארמעגן איז הפקר, און זיין בלוט איז סתם לחלוחית בעלמא.
ביזוי תלמידי חכמים, און מסירה און נאך א באנדש גוטע מעשים, וואלט ווען יעדע ירא את דבר השם, געדארפט שרייען, מי לה' אלי, מיר וועלן חלילה זיך נישט מיטפרייען ווען דער רשע מאכט העדליינס אין די טריפנ'ע בלעטער, אזויווי ר' מענדל האגער פון גיבערס האט געטון דעמאלט, אויסגעקלאפט אין ישיבה דארט, אז מיר דארפן וויינען נישט זאגן מיינונגען, אונז דארף ווייטאגן אז די רשעים ווערן ערקלערט בעיני הגוים והמתחברים אליהם ווי יוסטיץ גערעכטע.
אז מ'רעדט שוין, מיסטער חקרן, כ'מיין אז לויט די פערל רייד וואס אייניגע בעלי פעור דא לאזן ארונטער, וואלט ווידער געדארפט געטוישט ווערן דעם קעפל, ס'זאל הייסן ''סקווער און די מהלך פון אירע שונאים''.
אירע שונאים וואס א טייל האבן מיטן שם הקודש סקווירא נישט קיין שייכות עט אלל, און די וואס יא, איז דאך זייער מצב הבריאות הנפש מעיד וואס זיי פעלט באמת..
שונאים וואס זיצן ווי ביבערס און וויינען, און ריקן זיך נישט אוועק פונעם מקום וואס שיינט פון קדושה וטהרה און דאס עקלט זיי די שונאים און ווערן צעשפרונגען ווי א סוטה ביים שלונגען מים המאררים פונעם כיור.
איך פרעג דיר צוריק א פראגע, פארוואס טאקע ווארפט מען נישט ארויס מנשה לוסטיג פון סקווירא?
קיינער ווארפט נישט, ווער ס'איז אויסגעשפיגן איז אויסגעשפיגן, אז איינער איז קראנק פירט מען עהם ארויס פונעם געזעמל, מ'לאזט עהם כאפן דעם אטעם מיט זויערשטאף פון ערגעץ אנדערש = אויב ס'וועט עהם אזוי בעסער זיין.
נישטא היינטיגע צייטן, אזא געזעמל פון יודען יראים ושלמים, וואס זענען דאס שפיגעלע פונעם עם הנבחר, דאס וואונטש פונעם הייליגן בעל שם, אזוי סאך באיכות, ווי אינעם פינת יקרת שיכון סקווירא.
ס'נישטא א מקום מיט אזויפיל חסד, מיט אזויפיל תורה מיט אזויפיל פרישות מיט אזויפיל אמונה וביטחון און איבערגעגעבנקייט פאר א צווייטן, און ווער ס'זאגט אז ער איז געווען אינעם שטעטל און האט געזען פארקערט, זאג איך עהם אין פנים, ליגענט איז נישט קיין זינד ביים עהם, ווייל לשון הרע רכילות און מוציא שם רע אויף א קהילה שלמה, איז קיין זינד ביי עהם, ווייל.. ער האט דעם בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ אויך אין תהום זיינע.
מ'זעט אז איינער זאגט אלץ גוטס, און ווען איינער איז עובר א עבירה איז ער נישט באקוועם, ווייסט מען אז ווען ער קריטיקירט איז עס כאטש גאנץ אמת'דיג.
אויב אבער אז ווי מ'זאגט א ווארט קעגן א גדול בישראל איז יענער קופץ בראש און און מטיח דברים כלפי מעלה אן קיין געפיל פון פחד, אפשר זינדיג איך מיטן צונג אפשר האב איך עס ארויסגעזויגן פון מיין אייגענע פינגער, וואס האט גארנישט קיין בעקינג פון קיין דעת תורה בימינו, אבער ניין, ער איז א כופר בעיקר, האט ער ממילא נישט קיין פראבלעם מיט קיין ברית הלשון, ואין כוחו אלא בהתרזה, פון אלע זייטן.
והבן כי קצרתי... חחח
פארפאלן, אז מ'איז געבוירן מיט וואס מ'איז געבוירן, פארלירט מען עס קיינמאל.
מנשה, דיין לעצטע שורה מאכט מיר טראכטן אז די גאנצע תגובה איז געווען א דזשאוק.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מאכט מיר טראכטן אז ער האט געענטפערט וואס ער האט געדארפט ענטפערן מיט א ריתחא דאורייתא, אין יעצט קען מען ווייטער שמועסן פון אלס אין אלעמען מיט א רואיגע געמוט
ווער ס'וויל באמת רעדן מיט מיר ערנסט, דארף רעדן פנים אל פנים, ס'מיר שווער אינעם געשריבענעם ווארט, צו רעדן הייקעלע זאכן קורץ און שארף, ס'בעסער פנים אל פנים.
אבער אויף סתם צו סקריבלען, איז אט די דאזיגע טוילעט שטיבל פונקט גוט..
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
מנשה לוסטיג אויף סתם צו סקריבלען, איז אט די דאזיגע טוילעט שטיבל פונקט גוט..
וואו איז מיין דיסלייק קנעפל?
חקרן, דו פרעגסט א מיינונגסלאזע שאלה. ווילסט וויסן וואס איז די מהלך אין עבודת ה' אין סקווירא? אט וועל איך דיר זאגן. געווען א וואוילער איד א בנש"ק און יודע ספר מיט'ן נאמען ר' יעקב יוסף טווערסקי. נאך די מלחמה ווען אסאך פון די פריערדיגע יודע ספרים און בנש"ק'לעך זענען ליידער אומגעקומען, איז ענטשאנען א שטיקל וואקום, און אזוי האט ר' יעקב יוסף געפינען א מקום להתגדר בו. היות ער איז געווען מער א תמימות'דיגער און איידעלער סארט איד, האבן זיך געקלאמערט ארום אים אנדערע וואוילע און איידעלע אידן, לאו דוקא די גרעסטע שפיץ קעפ, וועלכע האבן זיך דערקלערט אלס זיינע חסידים. נאכדעם האט ער געגרינדעט א שטעטל וואו זיינע אנהענגער האבן זיך אהינגעצויגן און וואו זיי וואוינען ביז'ן היינטיגן טאג, זיי פירן זיך לויט די מנהגים פון סקווירא, זיי לערנען די ספרים פון די זיידעס פון זייער פארשטארבענעם רבי'ן, און זיי האלטן איין די תקנות, וואס אימער דאס זאל נאר זיין, פון זייער פארשטארבענעם רבי'נס זון.
דאס איז דער מהלך אין עבודת ה' פון סקווירא, ודון מינה ואוקי בסאטמאר בעלז פאפא צעהלים וויען באבוב.
ויפשיטו את יוסף
יאיר כ'זעה עס עקזיסטירט א היפשע געפ אין דיינע ידיעות. די ווארימע אידן וועם די רעכנסט אויס זענען א גרויס חלק געווען בעלזער חסידים וואס האבען עם געזוכט מחזק צו זיין און זיך אליינס אנווארימען.
עס איז טרויעריג באקאנט אז ווען דער היינטיגער האט איבערגענומען האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א טעראר אקציע צו מאכן סקווער בעלזאריין (און בעצם נישט נאר בעלזא נאר אפילו זיין אייגענע גאר חשובע שוואגער מראכמסטריווקא האט מען אויסגעציפט צרות ביז ער האט אפגטראגן) און נאר ווער עס האט געשוואוירן בלינדע טריישאפט צום אדמור האט מען פארשוינט ,טאקע דא היבש משפחות דארט וואס שטאמן במקורו פון בעלזא.
חסידישע פאליטיק איז נישט מיין עקספערטיז. אבער כ'זע נישט ווי אזוי דאס טוישט דעם בילד. דער מאמר חז"ל "בא היטלער ובלבל כל החסידים" איז נישט געזאגט געווארן בלויז אויף סקווירא.
מה הקשר?
יאיר:
עס איז זייער שיין וואס דו זאגסט, אבער לויט ווי מיר ליינען פון מנשה טאג איין טאג אויס, זעען מיר אז דארט איז עפעס אנדערש, ס'איז דא עפעס א דרך, א מהלך וואס נאר זיי טראגן און זיי זענען די פאן טרעגער דערפון. איך פראביר צו דערגיין דעם דאזיגן דרך פון וואס מנשה רעדט. ס'איז שוין אריבער פיר בלעטער, יעדער קראצט אבער קיינער קומט נישט אפיר מיט דעם דרך פון וואס מנשה פארקויפט, אז נאר אין סקווירא געפינט זיך עס.
אגב, סאטמאר פארמאגט א מהלך, געבויט על דרך הקנאות והתנגדות לציונות וכל דברים חדשים - באבוב פאררופט זיך אלס די פאן טרעגער פון צאנז וואס טראגט אן אייגנארטיגער מהלך. ווידער פאפא, צעהלים און וויען דערקלערן זיך אפיציעל אלס קהילה און נישט אלס חסידות מיט א דרך אין עבודת-השם.
מנשה לוסטיגויפשיטו את יוסף
כ׳האב מיר געוואונדערט פארוואס דו רופסט אים כסדר די ״קדוש יעקב״...
חקרןיאיר:
עס איז זייער שיין וואס דו זאגסט, אבער לויט ווי מיר ליינען פון מנשה טאג איין טאג אויס, זעען מיר אז דארט איז עפעס אנדערש, ס'איז דא עפעס א דרך, א מהלך וואס נאר זיי טראגן און זיי זענען די פאן טרעגער דערפון. איך פראביר צו דערגיין דעם דאזיגן דרך פון וואס מנשה רעדט. ס'איז שוין אריבער פיר בלעטער, יעדער קראצט אבער קיינער קומט נישט אפיר מיט דעם דרך פון וואס מנשה פארקויפט, אז נאר אין סקווירא געפינט זיך עס.
אגב, סאטמאר פארמאגט א מהלך, געבויט על דרך הקנאות והתנגדות לציונות וכל דברים חדשים - באבוב פאררופט זיך אלס די פאן טרעגער פון צאנז וואס טראגט אן אייגנארטיגער מהלך. ווידער פאפא, צעהלים און וויען דערקלערן זיך אפיציעל אלס קהילה און נישט אלס חסידות מיט א דרך אין עבודת-השם.
סאטמאר קענסטו אפשר זאגן אז זיי שטעלן זיך ארויס אלס מכלומר'שטע קנאים (באמת איז דאס שוין היינט אויך גארנישט מיט נישט, קיינער קימערט זיך נישט וועגן די ציונים דארט) אבער וואס גענוי איז די אייגנארטיגע מהלך פון באבוב? אפשר אז זיי גייען צו דין תורה ווען מען קריגט זיך?
וואס מנשה'ס דרך איז האט ער שוין מסביר געווען. עפעס וועגן שבע מידות און מאור עינים. אפשר אין די כאריזמאטישע מאמוארן ח"ב וועט שטיין מער באריכות.
טייערע חקרן, דאס בעסטע וואלט געווען ווען מיר רעדן פנים אל פנים, אויב דו ווילסט באמת הערן דברים נכוחים, אבער אויב דו ווילסט סתם דא דרייען בלעטער, וועסטו אוודאי נישט קומען צו מיר הערן.
איז פרעג אויף קליין געלט, וועל איך דיר ענטפערן קליין געלט.
אונזער רבי איז די נענטסטע אייניקל בדור הזה צום בעל שם, דער זיבעטער דור, און ער האט נישט פארגעסן דעם דרך הבעל שם ווי אין סאטמאר, ער האט נישט אריינגעשטעקט די נאז און געדרייעט מחלוקת מיט קיינעם, אדרבה, ער איז אין א משפחה וואס איז זייער זייער שווער, נאך היינט, נישט צו ווערן אינוואלווד אין מחלוקת, און ער האנדעלט עס זייער זייער שיין, ער איז פאקטיש נישט צושלאגן מיט 'קיינעם'.
ס'נישטא קיין איין קהילה וואס קען זאגן אז סקווירא איז אפציעל אין א קריג מיט זיי.
מיר האבן א מסורה וואס איז ריין און גלייך פונעם בעל שם אליין, און מיר זענען נישט גרייט עס צו פארטוישן פאר דעת בעל הבית.
יא מיר זענען אויטענטיש און נישט שתי פנים, ביי אונזער רבי אין שטוב קען יעדע יודישע נשמה אריינקומען, אויסער א מסור, און א מסרב לבית דין.
וועסט ווייניג הערן א סקווערער זאל רעדן וועגן יענעמס גארביטש, און וועסט אלץ הערן פרעמדע שלעכטע אויגן קרומען ווי היטלער אויף דעם אדמת קודש ויושביה, וואס בליהט ווי א הערליכע בלום על אפם וחמתם כי רבה היא
שמעקעדיג: אויף דיין צווייטן מאמר, אין ענטפער צו "אנאנים". דער חילוק פון סקווירא און אנדערע מקומות. למשל סאטמאר. ווען דער סאטמאר'ע רבי הרה"צ ר' יואל טייטלבוים זצ"ל איז נאך געווען בתוקפו איז נישט געווען קיין שום ענליכע זאכן צו סקווירא. ערשטנס האט מען איהם נישט פארגעטערט. (די פארגעטערונג האט זיך אנגעהויבן נאך זיין סטראוק. ווען הרב סענדער דער דייטש און זיין פראפאגאנדע מאשין האבן מחליט געווען אז מ'דארף ארויפארבעטן די גדלות פונ'ם רבי'ן מכח כמה טעמים הכמוסים עמו.). אויך האט ער מיטגעהאלטן אלע עניינים פון דער נאנט. ער האט זיך נישט געמאכט ווי ער פליעט אין הימל. נאר ער איז טאג-טעגליך געווען אין נאנטן קאנטאקט מיט די בעלי בתים אין ביהמ"ד און מיט די בחורים אין די ישיבה און ת"ת. און אויב מ'האט געדארפט מאכן ארדענונג האט ער גאנץ גוט געוואוסט וויאזוי צו מאכן סדר. אפילו מיט שרייען און בייזערן זיך און געבן פסקים. אודאי און אודאי האט מען נישט אפגעטון כל מיני רשעות אין זיין נאמען, און אויב מ'האט איהם דערציילט דערפון האט ער זיך געמאכט תמ'עוואטע...אז "ער וועיס נישט"..!
און מ'האט אויכעט נישט אויסגעלאשן די לייטס ביי קידוש לבנה און געזונגען א פסוק...רבינו יואל מלך ישראל חי וקיים...!
ביי בעלזא איז געווען א לאנגיעריגער גבאי ר' שלום פויגל ז"ל וועלכער האט זיך נישט געלאזט שפייען אין די קאשע. און ער האט מסדר געווען וועמען מ'האט געדארפט. אבער דער בעלזער רב זצ"ל איז געווען אויסגעטון פון די וועלט און ער האט זיכער נישט געשיקט אדער געהעיסן (אנטשולדיגט.) פאר זיינע לאבוסעס אז זיי זאללן מאכן טעראר. ס'איז אפשר געווען טעראר. אבער ס'איז זיכער נישט געקומען פונ'ם רב...משא"כ....איך לאז א יעדן אויספיהרן...כ'האב גארנישט געזאגט. ממילא וועל איך נישט דארפן גארנישט מעקן...!
דו האסט גערעדט אויף סענדער דייטש, און ר' שלום פויגל, גיי מיט א מנין על קברו און בעט עהם איבער, אז נישט ביסטו מוחרם מטעם החפץ חיים, פארן באשמוצן א נפטר בחינם
יאיר...
איך האב נישט געזאגט אז באבוב האט א מהלך, נאר אז זיי שטאמען פון צאנז, וואס צאנז האט אויסדריקליך א מהלך. ואת"ל האט באבוב אויך א מהלך, טאקע א בעל-בתיש'ער, עס איז מער ווייניגער געבויט אויף שלום, זינגען, זיך נישט צופיל אנשטרענגען, מאכן עקסערסייז און לייגן א דגש אויף בעל-בתיש'קייט. ווערטלעך אין א זייט, באבוב איז כלומר'שט דער פאן טרעגער פון שלום און איידלקייט, און דאס איז וואס זיי פארקויפן. ס'איז א סארט מהלך, טאקע זייער בעל-בתיש און אפשר אפילו פלאטשיג, אבער פארט א דרך...
אבער סקווירא... נאך פינף בלעטער מישן דעם טאפ און זיך נאכפרעגן, קומען מיר ארויס אז דער דרך אין סקווירא איז צו זאגן מער ווי טון, וליתר ביאור מיינט דאס ארבעטן אויף די ז' מידות און סקווירא איז אנדערש פון אנדערע מקומות, דערמיט וואס מען דארף טון יעדע מידה מיט א שטארקקייט, חסד מיט א שטארקקייט (?), גבירה מיט א שטארקקייט, תפארת (וואס מיינט דאס?) מיט א שטארקקייט, און אזוי ווייטער אלע מידות. דאס איז דער דרך פון סקווירא.
האמנם?
...
מנשה מיטן בעל עגלה האקן, אבער איך מוז שוין לויפן. ביינאכט וועלן מיר ליינען וואס זיי שרייבן און ענטפערן.
הצלחה.
האב איך דיר נישט געזאגט חקרן גדול, אז מיר האבן גארנישט צוגעלייגט, אלעס שטייט שוין געשריבן אינעם הייליגן ספר מאור עינים. אז דו ביסט פויל צו עפענען און לערנען וואס מיינט תפארת, מאך נישט חוזק פון דעם מידה, און טראכט אז איך בין מיסטער תפארת. עקסקיוז מי! הייב דיך אויף, און לערן אויס א שטיקל מאור עינים, און פארצייל מיר אז דו פארשטייסט נישט וואס דארט שטייט, וועסטו שוין זען אז איך רעדט זייער קלאר, נאר דו ווילסט עפעס אנדערש הערן, עפעס וואס שטייט נישט אין מאור עינים, נאר אין די היינטיגע בלעטערלעך וואס זענען ביזי מיט אלעס אויסער די עיקר, אויסער די אור החסידות די קיום פונעם עם הנבחר בקץ הגאולה.
מנשה לוסטיגדו האסט גערעדט אויף סענדער דייטש, און ר' שלום פויגל, גיי מיט א מנין על קברו און בעט עהם איבער, אז נישט ביסטו מוחרם מטעם החפץ חיים, פארן באשמוצן א נפטר בחינם
😂 🙄 😂 🙄 😂 )(וויאזוי מאכט מען גרויסע סמייליס...?)
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
פארפאלן, אז מ'איז געבוירן מיט וואס מ'איז געבוירן, פארלירט מען עס קיינמאל.
ביז מ'באקומט יסורין, עי' לעיל
מנשה לוסטיג
אונזער רבי איז די נענטסטע אייניקל בדור הזה צום בעל שם, דער זיבעטער דור, און ער האט נישט פארגעסן דעם דרך הבעל שם ווי אין סאטמאר, ער האט נישט אריינגעשטעקט די נאז און געדרייעט מחלוקת מיט קיינעם, אדרבה, ער איז אין א משפחה וואס איז זייער זייער שווער, נאך היינט, נישט צו ווערן אינוואלווד אין מחלוקת, און ער האנדעלט עס זייער זייער שיין, ער איז פאקטיש נישט צושלאגן מיט 'קיינעם'.
ס'נישטא קיין איין קהילה וואס קען זאגן אז סקווירא איז אפציעל אין א קריג מיט זיי.
מיר האבן א מסורה וואס איז ריין און גלייך פונעם בעל שם אליין, און מיר זענען נישט גרייט עס צו פארטוישן פאר דעת בעל הבית.
יא מיר זענען אויטענטיש און נישט שתי פנים, ביי אונזער רבי אין שטוב קען יעדע יודישע נשמה אריינקומען, אויסער א מסור, און א מסרב לבית דין.
וועסט ווייניג הערן א סקווערער זאל רעדן וועגן יענעמס גארביטש, און וועסט אלץ הערן פרעמדע שלעכטע אויגן קרומען ווי היטלער אויף דעם אדמת קודש ויושביה, וואס בליהט ווי א הערליכע בלום על אפם וחמתם כי רבה היא
און ממילא?
לאמיר דיר פרעגן מנשה, איין שנעלע שאלה:
איז סקווירא די איינציגסטע וואס האט דער דרך הבעל-שם-טוב? אלע אנדערע חסידות'ן (אויסער סאטמאר) האבן נישט ארויס דעם דרך הבעל שם אזוי ווי אין סקווירא? - דו האסט געשריבן אז סקווירא איז דער טרוים פון דעם בעל-שם-טוב! - מיינט דאס אז ביים בעל-שם-טוב אין בית-המדרש האט אויסגעקוקט אזוי ווי אין סקווירא?
חקרןלאמיר דיר פרעגן מנשה, איין שנעלע שאלה:
איז סקווירא די איינציגסטע וואס האט דער דרך הבעל-שם-טוב? אלע אנדערע חסידות'ן (אויסער סאטמאר) האבן נישט ארויס דעם דרך הבעל שם אזוי ווי אין סקווירא? - דו האסט געשריבן אז סקווירא איז דער טרוים פון דעם בעל-שם-טוב! - מיינט דאס אז ביים בעל-שם-טוב אין בית-המדרש האט אויסגעקוקט אזוי ווי אין סקווירא?
חקרן:... 😂 🙄 😛 😂
די שאלה איז איז א ערנסטע שאלה, ר' מנשה לאמיר פארשטיין דייין רבי איז די נענטסטע אייניקל צום בעש"ט, און מהאי טעמא איז וואס, איך בין נישט דא לקנטר אבער דער בעש"ט האט געהאט שישים גבורים האבן זיי נישט געקענט זיין דרך האבן זיי דאס נישט איבער געגעבן פאר זייערע אייניקלעך? איז דער תולדות, מאור ושמש און קדושת לוי און בוצינא קדישא, אלע די זעלבע וועג אין חסידות? ניין אלע זענען חסידות אבער יעדער מיט זיין וועג און כאטש זיי אלע האבן מקבל געווען פון הבעש"ט ותלמידיו, סא פשוט זיי אונז מסביר אדער סיי וער זאל מסביר זיין מיט וואס איז די סקווירא מהלך אנדערש פון די בארדיטשובער און די פשיסחא מהלך וכדו',
א דאנק.
זעט אויס אז זיי זענען דאס עכטע ממשיכי דרך חסידות. אז דער ליטפיק קען נישט קומען צו זיך
מ'רעדט און רעדט פון בע"ש, אז ביי אונז איז נישט נשתכחה און מ'געדענקט עס נאך, אבער למעשה וואס איז דער דרך קען איינער זאגען? אז דו האסט עס נישט פארגעסען, זאג שוין. און אז מ'קען קוקען אין מאור עינים (ער איז דאך נישט געווען דער נענסטע תלמיד צו אייניקעל, ט'פון ווי האט ער דער משפט הבכורה מער ווי דער תולדות צו תניא צו ליקוטי מוהר"ן?) וואס איז דער נאנטער מסורה וויכטיג? און אגב, נארמאל א נאנטע אייניקעל הייסט'ס אז ס'איז דא א פאר בן זקונים'ס דארט, וואס געדענקען נישט קיין סאך פון די מסורה זייערע, א שטייגער ווי דער קאלאראשער רבי זצ"ל וואס איז פאריתומ'ט געווארען אלס יונגער בחור נאכ'ן זיין א שטיק צייט אפגעשיידען פון טאטע'ן און הויף, און קיין סאך קען נישט האבען געהאט געזייגט פונ'ם מסורה זייערע. ממילא איז דער נאנטשאפט סתם עפעס צו רעדען דערוועגען, אבער נישט קיין פראקטישע נושא.
און דער נישט מישען אין פאליטיק קען אמאל זיין א סתירה צו דעם אז א מסרב לבא לבי"ד מעג נישט אריינקומען ביי איהם אין שטוב. ווי איז ער מיישב דער סתירה?
אן אינטרעסאנטע צושטעל צווישען סאטמאר און סקווער. ווען סאטמאר וויל אויפווייזען אז זייער רעבע איז דער גרעסטע וכדו', און זיי ווייסען אז זיי קענען עס נישט אויפווייזען, וואס טוט מען? מ'דרייט אזא שמועה אז 'דער רעבע זי"ע איז געווען איינץ אין דער וועלט אין שמירת הברית'. גיי לייקען עס. דו ווייסט דען וואס א צווייטער איז? דו ווייסט דען וואס טוט זיך ביי איינעם אונטער'ן קאלדערע? אזוי אויך ווען מנשה וויל זאגען אז די סקווערע זענען די עם הנבחר ממש, זאגט ער וועגען אמונה און בטחון. פון וואנעט ווייסט מען וואס טוט זיך ביי יענעם אין הארצן? ווער זאגט דיר אז אין א צווייטע ארט איז דאס אנדעריש?
סקווירא איז בשלום מיט יעדער איינער, פרעג דער אומאן'ער ברעסלעבער אויב ס'איז אמת?..
סקווירא לערנט מאור עינים, פשיהא, כאילו זיי האבען קאפירייט דערויף, און נאר זיי פארשטייען עס, ווטאס שטייט דארט, אז אויב לערנען המחליף פרה בחמור איז גרויס, אודאי עס אויסצופירען בפועל על דרך התורה זעכער גרויס, יא, דאס טוט טאקע דו סקווירא רבי בפועל, א מחליף פון פרות און חמורות.
דער דרך פון סקווירא לדעתי, פון מיין בליק ווי אזוי איך האב עס ארויס, איז דא האט דער רבי געקאכעט, דא האט ער געברענט, דא האט ער עס 'מורא' צו זאגען נאר דער ר' זושא זאגט עס שוין, דא האט ער זיך אויסגעדריקט, דא האט ער גערעד אפילו ער איז נישט געוועהן א רעדנער, דא וויל ער כלל נישט זאגען ווייל זיין טאטע האט עס נישט געזאגט, און ער ב"ה נעמט אפ גריסען פון איבער דער גאנצע וועלט, און ווי האט ער געפארצט?
און דער דרך הבעש"ט איז: סטעידזש ביי ברכת החמה, שריפת חמץ, תשליך, און יעדער צודרייטע מעמד,
דער חסידות בה"א הידועה וואס לאזט זיך קאסטען דאס מערסטע פאר ברעינוואש, שרייבערס, דו וואך און דו בליק, פראפעגאנדע, אדרבא מאכטס א ריסערטש.
אה, זיי האבען א באזונדערע דיילאג מיט אליהו הנביא..
ס'איז לכאורה דאס איינציגסטע חסידות וואס האט נישט עפעס וואס צו פארקויפען. חוץ פלאטשיקייט און אמונת צדיקים.
זייער זלזול און תורה, כבוד התורה, תלמידי חכמים איז אויף עפעס אן עקעלדיגע פארנעם מאז היתה ישראל לגוי, אז ווי א גרויסע ת"ח מען זאל זיין, דארף מען זיך מכניע זיין צו זייער אפגעטער, א פחד, מיט התדבקות ביטול היש. א פחד ווי מ'קען דארט צו קוקען א עלבון התורה.
חקרןחסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
צוקוקענדיג ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, בין איך נישט אזוי זיכער אז זיי האבען בכלל א מהלך אין עבודת השם. זענען זיי אינטעריסירט אין דער באשעפער? ער איז דאך נישט דער רבי
לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן