☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #8689

אשכול אן א טיטל #8689

275 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8689
בלאט: 1 2 3 4 5 6

געוואלדיג » מיטוואך יולי 8, 2015 9:48 pm

· #288263
כוכב
שש, שש, איך שריי, איך טו מיך אויס נישט נאר דעם דאשיק פאר דיר, נאר אויך דעם שניפסל,

וויפיל וועט ער דארפן שרייבן זאלסט אויסטוהן די העמעד אויך... 😂

געוואלדיג » מיטוואך יולי 8, 2015 9:48 pm

· #288264
יישר כח ר' שש פון טיפן הארצן.

בן אדם » מיטוואך יולי 8, 2015 9:52 pm

· #288266
פון הרב ר' אנאנים שליט"א

ירח בן יומו » דאנערשטאג יולי 9, 2015 10:53 am

· #288377
אין די חסדישע בית החיים אין טברי'.
וועלעכע מעשה מיט וועלעכע פליגער?

לית דין בר נש » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:12 am

· #288380
שש איך בין מוחה מען קען נישט אויסרעכנען אלע די נעמען קופיץ מאנדלבוים וכו' און אויסלאזן אליחאמיש וואס שטייט ביים בימה

לית דין בר נש » דאנערשטאג יולי 9, 2015 4:45 pm

· #288475
[ציטאט אראפגענומען]

אוי וויפיל ציגארעטלעך איך האב שוין אויסגערייכערט אין דער ביהמ"ד דוירט אין די בעק אויף די רעכטע זייט. וואס נאך זאל איך דיר פארציילן?

בן אדם » דאנערשטאג יולי 9, 2015 4:58 pm

· #288479
[ציטאט אראפגענומען]

אויס צו זען ווי א בן אדם ? אהממ..... אקעי כ'וועל פרובירן. כווייס נאר נישט וואס א סארט צו פון די עובדים אדער פון די שלעפערס...
שוין איך קום אניוועי...

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 9, 2015 8:07 pm

· #288539
אונז ווארטן נאך שבת אויף א באריכט, בן אדם.

petergrifin » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:18 pm

· #288579
.

לית דין בר נש » מאנטאג יולי 20, 2015 2:51 pm

· #290238
@אנאנים זייער גוט אראפגעלייגט ר' שלמה קופיץ ע"ה
און בכלל פאר דער וואס קען די אלע אידן איז עס מוראדיג גוט אראפגעלייגט ווי ר' מאיר מאנדלבוים ענטפערט אים צריק וכו'
איך האב באמת מוראדיג הנאה געהאט פון די לעצטע פאר קאפיטלעך ווי די רעדסט פון ר' איציקל און זיין ביהמ"ד
די האסט א open checkbook ביי מיר וויפיל לייקסט די ווילסט פאר דעם!

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 20, 2015 8:09 pm

· #290387
ס'אשכול האלט שוין ביי 12 בלעטער מלא תוכן, און מ'האט נאך נישט בארירט דעם אשכול'ס קעפל..
#אמשינוב

לית דין בר נש » מאנטאג יולי 20, 2015 11:31 pm

· #290461
@אנאנים דאכט זיך מיר ער איז נסתלק געווארן דאנערשטאג נאכט און די לוי' איז גיוועהן ערש"ק
די ארון איז הערשט ארויסגעפארן פון אמעריקא מאנטאג אינערפרי צוליב די שניי וואס איז דעמאלס גיוועהן
און די לוי' אין אר"י איז גיוועהן דינסטאג אינדערפרי. (לפי זכרוני)

ירח בן יומו » מאנטאג יולי 20, 2015 11:52 pm

· #290474
ריכטיג, די מטה איז געליגן אין די בית מדרש אין די הייעך (ערז"נ) א גאנץ שבת.

סביב העולם » דינסטאג יולי 21, 2015 2:46 am

· #290521
[ציטאט אראפגענומען]

ער ליגט באגראבן אין דער איד?

ירא שמים » דינסטאג יולי 21, 2015 10:41 am

· #290552
אויף טפעטאלק זעט מען די איד און אויפן בלויע בלעטל זעט מען דעם ציון ,
ר׳ שש אויב דו געדענקסט איז עס שוין די צווייטע מאל וואס אזא זאך פאסירט.

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 2:24 pm

· #292081
[ציטאט אראפגענומען]

רוסישער » מאנטאג יולי 27, 2015 3:15 pm

· #292100
@אנאנים, כ'וועל סוף סוף זיך אפשעמען און פרעגן וואס איז אן 'ערעב'..

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 6:03 pm

· #292145
רוסישער
@אנאנים, כ'וועל סוף סוף זיך אפשעמען און פרעגן וואס איז אן 'ערעב'..
גיי זיי מסביר פאר א רוסקי א טעם און א גוולאש צו לעטשאו

בן אדם » מאנטאג יולי 27, 2015 6:29 pm

· #292153
די רוסישער פארשטייען אלץ אויסער אן אונגערישער joke...

פישערער רבי » דינסטאג יולי 28, 2015 8:27 am

· #292330
בן אדם
די רוסישער פארשטייען אלץ אויסער אן אונגערישער joke...

בעסער אזוי -
די רוסישער פארשטייען אלץ אויסער אן אונגנארישער joke.......

פישערער רבי » דינסטאג יולי 28, 2015 8:54 am

· #292334
להרב הסופר המובהק לשונו עט סופר דבר דבור על אפנו כמים קרים לנפש עייפה רבינו אנאנים שליט"א.

שהשלום שלו ישים על רבינו ברכה ושלום.
שיינע און אינטערסאנטע ארטיקלן ווי הרב אנאנים שליט"א האב איך נאכנישט געטראפן אין קאווע שטיבל.

מיר קענען שוין מער נישט ווארטן
שוין ברענג אהער דער נעקסטער ארטיקל
זיי מהנה דעם עולם.... ביטע.... ביטע.....
ראטעוועט אונז פון נודאטע און שרייב אהער שוין דער עיקר'סטע ארטיקל - דער ארטיקל אויף דער היינטיקער אמשינובער רבי פון ארץ ישראל.

חקרן » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 3:40 am

· #293710
[ציטאט אראפגענומען]


היינט די יארצייט.

ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 3:42 pm

· #293777
ירח בן יומו
איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:

איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.

האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,

אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

אביסל ענדליך צו דעם איז דא די וואך אין ישמח ישראל

📎 ישמח ישראל.PNG

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 7:23 pm

· #293807
יישר כח ר' שש, קוים געקענט איוסווארטן.

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:19 pm

· #294861
סדא א בילד פון רש״ש מיט א ווייסע בעקישע , ער איז אזוי געגאנגען פארן קריג ?
( כווייס דו האסט נישט ליב צו שמועסן וועגן בעקישע קאלירן … אבער דאך )

רימון » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 8:33 am

· #294912
עס דארף באטאנט ווערן די אומגעהויערע התמדה עצומה פון רש''ש. ווי איך האב געהערט האט ער געלערנט תורה בעמידה און איז געשטאנען ביים שטענדער אכצן שעה א טאג אין ליטעראלן זין פון ווארט.

קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 4:04 pm

· #295833
איינער קען ביטע מאכן א פידיעף פון אלעס ביז אהער?

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:57 pm

· #296097
איך בין דא ! און כבין אינטערעסירט ! וואוזוי זאל איך ארויסווייזען אינטערעסע ?! אויב כהאב פארפעלט ערגעץ צו לייקן זיי מיר מעורר , כזאל מחבר זיין א שיר לכבוד דעם ?! כקען נישט ! , איז וואס נאך קען איך טוען ארויסצואווייזען אינטערעסע ?!

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:59 pm

· #296099
און כבין זייער געשפאנט פאר די קומענדיגע ארטיקלען , ווי מקומט שוין אט אט צו דעם רבין .

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:15 pm

· #296102
כגיי דיר נישט איינטיילען וואס צו טוען , און דו זאלסט שרייבן וואוזוי פאר דיר איז בעסער , אבער כפארשטיי אז ביישרייבן אלע ביזן רבין קומט פארן רבין הן על פי סדר הדברים און הן מזאל וויסען די גאנצע רקע פונ׳ם רבין , אבער די אנדערע פארוואס קען עס נישט אויסווארטן אויף נאכן באשרייבן דעם רבין , כפרעג נאר .

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:47 pm

· #296111
ר' שש, איך וועל דיר זאגן אזוי ווי אדם הראשון האט געזאגט פאר קוב"ה אכלתי ואוכל עוד, לייקתי ואלייק עוד, נאר לאז שוין אויף וואס, איך האב דאך שוין נישט וואס צו לייקן, את הכל לייקתי יפה בעתו. 🙄

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:51 pm

· #296162
איך טרינק דיינע ווערטער מיט דארשט. וו"י וואנ"ט מא"ר.

לית דין בר נש » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:53 pm

· #296383
שש אויב איר קענט מסביר זיין איך פארשטיי אז די ליטוואקעס זענען באגאנגען א עולה מיטן וועלן פארכאפן אלע וויזעס אבער פארוואס האט ר' שמעון'לע געהאלטן אז עס קומט זיך פאר זיי קודם? איך פארשטיי אז ער האט נישט געוואלט אז זיי זאלן אלעס פארכאפן אבער ער וואלט געדארפט גיין פרי און כאטש מאכן א חצי חצי ניין?

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:00 am

· #297489
די צורה קוקט מיר אויס צו זיין גאנץ ענדליך צום היינטיגן רבין , בפרט די בילד פון דאס בענטשען.

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:05 am

· #297491
ליין דא וואס שש"ט דערציילט וועגן דעם. על סמך מ'קען אים גלייבן].
דא האט געדארפט זיין א לינק ?

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:09 am

· #297493
ירא שמים
סדא א בילד פון רש״ש מיט א ווייסע בעקישע , ער איז אזוי געגאנגען פארן קריג ?
( כווייס דו האסט נישט ליב צו שמועסן וועגן בעקישע קאלירן … אבער דאך )



דו קענסט דעם בילד ?

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:12 am

· #297495
דו האסט געשריבען וועגן זיין השתתפות ביים ווארשעווע אסיפת רבנים ?

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:16 am

· #297498
📎 ImageUploadedByTapatalk1440397011.026370.jpg

מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 8:55 pm

· #298220
וואס הייסט ס'נישט געווען קיין פלאץ? מ'האט דאך נאך שפעטער דארט קובר געווען ר' מאיר'ל און ר' איציק'ל וכן האדמו"ר מסטוטשין?

בכלל, הערט מען עפעס צופיל מאל די סארט מעשיות פון קודם נישט טרעפן וכו', קען זיין בדרך אפשר אז די ח"ק האבן א מנהג עפ"י "קבלה" אז לכתחילה טרעפט מען נישט ורק אח"כ ע"י "נתינה" באווייזט מען וואונדער, וצ"ע.

מפוזרי » זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:40 am

· #298460
טעיתי לגבי ר' מאיר'ל. איך בין שוין נישט געווען דארט פאר אסאך יארן, אבער כ'האב געדענקט אז ס'ליגען דארט נאך מבני המשפחה. כ'דערמאן זיך יעצט אז דער סעקערנעוויטשער ליגט אויך דארט דערנעבן. ער איז נפטר געווארן אפאר יאר נאכ'ן אמשינובער, אפשר האסטו א בילד פון די געגנט דארט? פון ר' מאיר'ל האסטו נישט קיין ראיה וויבאלד ער איז נפטר געווארן אין ירושלים, פון וואו מ'פירט נישט ארויס כידוע (וה''ט דבעלזער רב). ר' איציק'ל כמדומני ליגט נישט מער ווי אפאר טריט אפגערוקט פון דארט - רוף עס ניי צי אלט - מ'וואלט עס געקענט ניצן פאר ר' שימעלע וואלט עס אויסגעפעלט.

בנוגע די "נתינה" - נישט אז אז איך ווייס עפעס, ס'בלויז א לופט סברא - דארף מען געדענקען אז ר' מאיר'ל איז דאן ארויפגעקומען פון אמעריקע, אין יענע יארן אין ארץ ישראל בשנות הצנע, וואלט דער גרעסטער אמעריקאנער שלעפער געהייסן א גביר.

אלענפאלס, לאמיר דא זאגן אפאר זאכן וועגן די טבריה'ר ביה"ק וואס איך ווייס יא.

א יאר צוויי נאך ר' שימעלע האט מען געלייגט הרה"ק ר' יוחנן סטאלינער אינעם אלטן חלקה און טאקע הארט נעבן דעם רבי'ן ר' מענדל'ע זי"ע. די סטאלינערס דערציילן טאקע אויך די זעלבע מעשה, מ'האט געזוכט און נישט געטראפן און נאכאמאל געזוכט וכו' ביז צו אלעמענס וואונדער איז פלוצלינג געווארן פלאץ. און דאס איז נאר געווען א קליין רינגעל אין די לאנגע קייט פון אפענע ניסים וואס זענען דעמאלט פערגעגאנגען בריש גלי פאר יעדעם צו באוואונדערן.

איך האב אמאל גערעדט צו עטליכע פון די אלטע טבריאנער וואס זענען אליינס געווען פון די חברה קדישא. איך האב זיי געפרעגט איבער די סטאלינער מעשה, (איבער אמשינוב האב איך נישט געוואוסט אז ס'דא וואס צו פרעגן) וכה ספרו לי: די ביה"ק איז עטליכע מאל געווארן פארשוועמט דורך די יארן, ספעציעל איז אין די תר''צ יארן איינמאל פארגעקומען אזא "שבר ענן" וואס האט פארפלייצט די ביה"ק און פארשוועמט רוב מציבות, עד כדי כך אז אפילו די ציונים פון ר' מענדל'ע און דער קאליסקער זענען נישט הונדערט פראצענט אויפן ריכטיגען ארט.
פון דער ליידיגער פלאץ נעבן ר' מענדל'ע האט מען אלץ געוויסט, נאר מ'האט אויך געוויסט אז ס'באמת נישט ליידיג און אז איינער ליגט דארט זיכער. דערפאר האט מען קיינעם נישט געוואלט לייגן דארט. (אפגעזען אז מ'האט זיך נישט דערוואגט אהינצולייגן ואכהמ''ל).
הכלל, אין טבריה האבן זיך קיין קברים נישט גערוקט און קיינער האט זיך נישט געוואונדערט. מ'האט נישט געוואלט לייגן אבער אז מ'האט זיך גע'עקשנ'ט האט מען געקענט.

מפוזרי » זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:45 am

· #298463
[ציטאט אראפגענומען]

דאס האב איך דא געטראפן וואס דו שרייבסט איבער די מקום מנוחה פון ר' איציק'ל

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:17 pm

· #298556
@מפוזרי, @אנאנים איז גירעכט ר איציקל ליגט אין די נייע און ר' שימעלע אין די אלטע איך בין דוירט גיוועהן אסאך מאל ביי ביידע פון זיי.

מפוזרי » זונטאג אוגוסט 30, 2015 5:58 pm

· #298581
איך האב נישט געזאגט אז ער ליגט דווקא אין די אלטע חלקה, נאר אז ס'איז גענוג נאנט צו רש''ב אטוואצקער'ס קבר אז ס'זאל קלעקן אויך פאר ר' שמעו'לע, אן צו דארפן רוקן קברים. וואס בפשטות איז דאס געווען די סיבה וואס ער האט געוואלט ליגן דארט, נישט דווקא אלס אלטע חלקה. אם משום איזה טעם כמוס היה רצונו דווקא להיות בחלקה הישנה בלי קשר לקירבה לרש''ב אז לא אמרתי כלום. גם במקרה הזה האלט איך אז ס'נישט געווען קיין נס, ווי כ'האב שוין געשריבן לגבי קארלין, אז ס'געווען גענוג ליידיגע פלעצער נאר מ'האט נישט געוויסט צי ס'איז טאקע ליידיג, וממילא לא היה מקום לחיפושים והפתעות.

דא האסט ווואס איך האב געשריבן:
 ר' איציק'ל כמדומני ליגט נישט מער ווי אפאר טריט אפגערוקט פון דארט - רוף עס ניי צי אלט - מ'וואלט עס געקענט ניצן פאר ר' שימעלע וואלט עס אויסגעפעלט. 

אדרבא, כ'בין שוין לאנג נישט געווען דארט, איז עס טאקע מער ווי אפאר טריט אפגערוקט? און וואו ליגט דער סעקערנעוויטשער?

ירא שמים » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 6:24 pm

· #299010
ווען קומט אבער א אפדעיט ?

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 4:16 am

· #299649
Sweet

לית דין בר נש » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 4:51 pm

· #300103
@אנאנים די הערסט אויף
איך מיין אין די היסטורי' פון קאווע שטיבל האט נאך קיין ניק נישט צוזאם געקליבן אזויפיל לייקס אין אזא קורצע צייט! די עולם גייט בענענעס פאר דיר
איך לעצמי האב געלייקט יעדע איינציגע ארטיקל אין דער אשכול אבער זאג נישט אז די עולם איז נישט אינטערסירט אין דעם ווייל ווען די עולם איז נישט אינטערסירט אין דיין ווערק באקומסטו נישט היינט די טיטל אמשינובאתא
יעצט שאר ארויף די ארבל אין בלאז אריין א רוח החיים דא אט אין די אשכול

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 5:52 pm

· #300124
סתם להעמיד על האמת, איך פאר דיר עפל און נישט בענענעס.

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 6:14 pm

· #300129
און איך גיי פייגן
ניין. איים סארי, נאר יעצט פאר ראש השנה....

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 6:46 pm

· #300143
ר' שש, פליז זיך דיך נישט קיין תירוצים זיך ארויסצודרייען, כ'האב ס"ה געמיינט צו זאגן אז דיינע ארטיקלען פארדינען זיך יעדעס מאל א שהחיינו - דאס ז זעלבע וואס מ'מאכט ר"ה אויפן פייג.

און ביטע זיי מיר נישט אזוי נעגאטיוו יעצט פאר די הייליגע טעג, כ'בעטעך...

לית דין בר נש » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 4:56 pm

· #300350
כה לחי קיפ איט קאמינג 👍
בלאט: 1 2 3 4 5 6