☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #8689

אשכול אן א טיטל #8689

275 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8689
בלאט: 1 2 3 4 5 6

— » זונטאג אפריל 19, 2015 7:58 pm

· #267540

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 19, 2015 8:43 pm

· #267568
פארגעס נישט צוצולייגען א דבר תורה / אדער נעם אראפ דעם גאון טיטול.

א איד » זונטאג אפריל 19, 2015 8:47 pm

· #267571
קוקט אויס אז עס קומט דא איינס און א גוטס, מיר ווארטן מיט שפאנונג

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 19, 2015 9:13 pm

· #267586
אינטערסאנט אז אויף רב אלישיב האט קיינער נישט עדות געזאגט.

יין שרף » זונטאג אפריל 19, 2015 9:20 pm

· #267588
נו, פרעג געוויסע חסידים וועסטו הערן אז ער האט טאקע נישט געקענט...

איך אויך » זונטאג אפריל 19, 2015 9:21 pm

· #267591
טרינקער ווי ציהלסטו? לעב און לאז לעבן.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 19, 2015 11:26 pm

· #267643
פון נישט זיין אן עם הארץ ביז ווערן באטיטולט גאון איז דא א לאנגע וועג. און ניין, איך פלאן נישט צו גיין פארהערן דעם רבין, סך הכל פרעג איך דיר, וואס שטעלט זיך אהער ווי באקאנט אין דעם הויף, זאל דעקן דעם טיטול גאון.
עד כאן - מער רעדט איך נישט, צוליב די ניקים בגלוי ובאישי וואס מיינען אז כ'מיין חלילה צו טשעפענען און בייסן אונזער ידיד שש'ן

פלאוויוס » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:46 am

· #268062
א דאנק אנאנים. ס'איז זייער אינטערעסאנט.

כ'האב אויך פערזענליכע זאכן צו דערציילן וועגן דעם אמשינובער רבין, אבער כ'וויל עס נישט טון צוליב פריוואטע סיבות. ער איז א טייערער מענטש, פון די בעסטע נשמות וואס כ'האב נאר אמאל געזען און באקענט.

חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:05 am

· #268068
ואני בעניי פארשטיי איך נישט וואס עפעס שלמה המלך.
ב. כהאב אלעמאל געוויסט אז איד דארף נישט אויספירן.
ג. איז דען נישט ר׳ מענדעלע וארקער געווען דער שתוק ?הפנים אז שרייען האט ער נישט געקענט אויף די חסידים(תגובה עמש״כ שהי׳ השארפער)

חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:14 am

· #268071
פשי יא , ענדליך עפעס צום זאך אין קאווע שטיבל , גם אני זכיתי קצת להסתופף בצל קדשו ולהנות ממנו עצה ותושי׳ ובקשתי שטוחה אז ווען דו ענדיגסט נעם עס צאם אין א pdf אדערePub פארמאט יש״כ.

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:12 pm

· #268205
ר' שש, כה לחי זייער אינטרעסאנט און באלערנד.

smart » דינסטאג אפריל 21, 2015 11:04 pm

· #268408
ש ש WOOOOOOW

כשמך כן אתה!!! ש שומשזר מלא תוכן

נהיינת ומחכה לעוד.

חאצקעל שניידער » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:47 am

· #268439
כבין געקומען יעצט אהער כהאב געקלערט אז דו שרייבסט די צייט און סגייט ווערן יעצט אפדעיטעד , זאג מיר וואו אפט גייסטו אפדעטן האסט עפעס א סדר?

חאצקעל שניידער » מיטוואך אפריל 22, 2015 11:14 am

· #268526
יצא קום הייסט די קוים פון חסד וגבורה, כהאב גוט פארשטאנען?

מפוזרי » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:57 pm

· #268756
אפאר הערות:
1)ר' מענדל'ע האט מען גערופן דעם יונגען וואורקער. דער טיטל האמצעי איז נאר געווען ביי די חסידים פון זיין זון ר' בונימ'ל, זייענדיג אן אומגעלונגענר פרואוו אראפצומאלן כאילו די דינאסטיע ציט זיך ווייטער אין וואורקע.
2)ר' מענדל'ע האט גענומען נישט נאר די גרעסערע חלק נאר די גאנצע מעשה, אמשינוב איז בלויז געווען אן אופ-שוט.
3)נישט ריכטיג אז ר' מענדל'ס הנהגה איז געווען א שארפע. ער איז טאקע געפארן קיין קאצק, און ווייל ער האט ווייניג גערעדט האט ממילא יעדעס ווארט געהאט אין זיך חריפות און טיפקייט, אבער ער איז געווען רצוף אהבה, ער האט נישט נאר נישט געשריגען אויף די חסידים, נאר ער האט זיי געצויגען מיט א מורא'דיגע ליבשאפט. דאס וואס חסידים דערציילן אלץ פון די גרויסע ליבשאפט וואס האט געפלאקערט אין וואורקע איז בעיקר פון זיין תקופה. אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.

מפוזרי » מיטוואך אפריל 22, 2015 9:06 pm

· #268758
והעיקר שכחתי, שרייב וואס לענגער און ברייטער, איך בין זיך מחיה.

בן אדם » מיטוואך אפריל 22, 2015 9:07 pm

· #268760
מפוזרי
, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.

יא יא!

רוסישער » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:53 am

· #268852
נפלא!

מפוזרי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:57 am

· #268883
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין נישט נאר דעם אטוואצקער וואס ביי אים איז עס געווען באופן קיצוני עד מאוד. דער גאנצער וואורקער חדר, ככלל, האט פון ביאלע און ווייטער גענומען א שארפע נייגונג אויף רעכטס, און פון פרייליכע לוסטיגע הולטייעס זענען זיי געווארן פארפרומטע און אלט מאדישע און אינגאצן פארלוירן די וואורקער גוט-מוטיקייט.

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:27 am

· #268899
ווער איז דער ביאלע ? ר' מענדעלע האט געהאט נאך זון חוץ פון דער אוטבוצקער ?

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:40 pm

· #269086
אה, איר מיינט מסתם רבי בעריש ביאלער

א איד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:05 pm

· #269094
@אנאנים האסט אונז נישט אנטוישט, איין טאג נישט דא געווען, און איך קום צוריק און עס איז דא וואס צו ליינען.
איך וועל דיר זאגן דאז איז די ערשטע מאל וואס איך לייג זיך אריין אינעם נושא פון אמשינוב, אוודאי האט מען שוין געהערט דערפון אבער יעצט הייב איך אן צו לעבן דערין.
אבער מצד שני (באקלאפ מיר נישט די ביינער) האט עס א נעגאטיווע זייט אויך? איך זעה ווי יעדער רעדט נאר נוסח אמשינוב - פאזיטיוו, בין איך נייגעריג צו עס האט א צד שני?

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 1:00 am

· #269272
איך בין זיך מחיה צו זעהן אז דו האסט געטראפן צייט אינעם היינטיגן טאג צו שרייבן אויך ענינים וואס זענען מחיה אידן...

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 1:08 am

· #269276
מהאשכול של פלאוויוס הבנתי דעתך וכוונתך ועכ"ז דעתי שאין לכתוב כ"כ הרבה נגד מפלגה מסוימת כי סוכ"ס לולי הם היו כל ישראל נוהרים אחרי הרעיון הציוני באופן מבהיל וכמו שביאר הליטוואק מבודאפעסט, ואכן כתבתי רק דעתי אע"פ שהיו אחרים שנהנו כיון שהיו היום כמה וכמה אשכולות מאותו ענין שדוף ואגב חורפם יצאו מגדר דיבור לענין עיי"ש.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 1:21 am

· #269281
עמקות כוונת כתיבתי היתה שהבנתי את דעתך מלייקך לדברי שכתבתי, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר, וכך נראה לפי עניות דעת רבי. ודו"ק.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 1:48 am

· #269287
אודה ולא אבוש שזמני מאוד מצומצם ובכל פעם שאני נכנס לכאן אין אני מספיק ללמוד את כל האשכולות ואגב מהירותי לפעמים אין עתי בידי ללייק כרצוני, ועתה אתקן עוותתי זאת.

דובר משרים » פרייטאג אפריל 24, 2015 2:55 am

· #269294
.

חאצקעל שניידער » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:36 am

· #269941
ווי וואנט מאר !!

רוסישער » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:16 am

· #269962
קען עמעצער מיר געבן צו פארשטיין וואס איז דער עומק הסוד פון לייקים ווואס איז דער תועלת פון דערויף און פארוואס וועט א מענטש פאר דעפ בעטן
בכל אופן דער עולם חלש'ט אויף דער המשך המאמרים, ובפרט איבער דעם היינטיק'ן שליט"א

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:33 am

· #269969
ר' שש ווילסט אז יעדער זאל שרייבן נאר לויט לייקים, אויב יא וואלט איך שוין לאנג געסטאפט פון שרייבן דא, מען שרייבט וואס מען זעהט פאר ריכטיג און שוין, ווען דו שמועסט מיט איינעם פא"פ רעדסטו אויך נישט ביז יענער גיבט א פולע הסכמה?, זיי ממשיך וסוף הכבוד לבוא, ועוד יותר וודאי יודע אתה הא דאיתא בשו"ע על התובע בפה ואכמ"ל.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:51 am

· #269977
נו אוודאי קיינער וויל נישט אריינהאקן אינמיטן דיינע ווערטער, קום נאר אן צום היינטיגן און וועסט זעהן וואס עס וועט געשעהן.

חאצקעל שניידער » מאנטאג אפריל 27, 2015 2:11 am

· #269985
ביי די ערשטע פרקים האב איך געהאט וואס מעיר צו זיין האב איך געפרעגט אז כהא נישט און אלס איז קלאר , אה כהאזעך דערמאנט איין הערה דו נוצט דעם אויסדרוק כבוד הבריות , כמיין אז דאס נוצט מען פאר גוים אדער פאר בעלי חיים , אהבת ישראל וואלט געפאסט בעסער, אה נאך עפעס קענסט אפשר מסביר זיין דעם ספעציעלקייט פון אמשינוב אין דעם ענין וואו למשל דער בארדיטשעווער וואו אויך אנדערע צדיקים זי״ע וואס האבן אוועקגעגעבן זייער ביסן פון מויל און זייער העמד פון זייער לייב פאר אידנס וועגן איז די ווארט ווייל זיי האבן זיך געהאלטן מער איינס מיט די חסידים , ס׳נישט געווען אזוי ווייט די מורא רבך ,אדער סתם אזוי ס׳געווען א גלוי אהבה מער וואו אנדערע חסידישע הויפן.

בן אדם » מאנטאג אפריל 27, 2015 2:34 am

· #269987
גם אני בחלומי. אנא תמשיך כבר... וסוף הכבוד לבוא. אמן

חאצקעל שניידער » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:26 pm

· #270214
מקרב זיין אידן וואס זענען נישט עושה מעשה עמך איז נכלל אין אהבת ישראל
ב. אהבת ישראל איז נישט נאר א ענין פון קבלת עול ווייל די תורה האט אזוי געהייסען נאר ווייל זיי זענען בני קל חי , זיי האבן א נשמה וואס איז א חלק אלוק ממעל

פלאוויוס » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:38 pm

· #270218
@אנאנים, גם אני מצטרף אל המבקשים. איך שלינג מיט דורשט דיינע באשרייבונגען. דו האסט ידיעות + טאלאנט.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:55 pm

· #270229
[ציטאט אראפגענומען]


דערמיט ווילן מיר אויסדריקן א דאנק פון טיפן הארצן פאר כל חברי ורבני השטיבל וואס האבן צוגעהאלפן בגופם ובידם צו צוקומען צו די געפאדערטע מאס לייקס און דורכדעם ערמעגליכט צו ווייטער אנהאלטן די טייערע שמועסן פון אונזר חבר 6 איינגעדרייט.

חאצקעל שניידער » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:51 pm

· #270274
שש: עי׳ בס׳ לק״א פ׳ ל״ב ותמצא נחת בביאור ואהבת לרעך כמוך דהאהבה הוא מצד הטוב שנמצא בכ״א מישראל באיזה מצב שיהיה ומצוה לשנאותו היינו מצד חלק הרע , וצ״ע בעכו״ם שהם משלש קלי׳ הטמאות למה יש ענין לאהוב אותם כמש״כ בשערי קדושה למהרח״ו שיאהב כל אדם אפי׳ גוים ואולי יוכל מעכ״ת לבאר הענין.
ב. כשאני אומר שאינו רק בקבלת עול אין הפי׳ שמכוון הטעם בשעת קיומה אלא שגם הוא מרגיש מחמת אהבתו לה׳כל׳ אהבה לחלק, וגם שאהבה הוא מדה והיאך שייך מצוה על מדה כידוע הקי׳ על ואהבת את ה׳ אלקיך.

א איד » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:32 pm

· #270293
@אנאנים איך גלייב נישט אז דו האסט מיר געמיינט מיט דעם אז דו זעהסט נישט קיין אינטרעסירונג, פונדעסטוועגן וויל איך נשיט זיין קיין פורש מן הציבור, אנא אל תלכו מזה, און לאז אונז נישט ווי א דארף אן א הונט, און לייג ארויף דעם קומענדיגן ארטיקל.
הכו״ח א איד וואס האט ליב אלע אידן און רעדט בשם אלע אידן

חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:54 am

· #270332
סזעט אויס ס׳קומט א גוטס כהאב עם געשריבן א תגובה פאר ארום 2 שעה צוריק און ער האט נאכנישט מגיב געווען איטס נאט לייק הים.[emoji1][emoji1]

מרדכי » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:26 am

· #270339
@שש אפילו משרייבט נישט איז ווייל מהאט נישט וואס צו צולייגען.
אבער איך שלינג מיט דארשט דיינע ווערטער. איך געדענק נישט ווען איך בין געווען אזוי אינטרעסירט אין היסטערי פין א חסידות

מפוזרי » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:27 pm

· #270697
ר' חאצקעל; ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נישט געכאפט וואס ר' שש האט דיר געשריבן. אין וואורקע האט מען ליב געהאט א צווייטען נישט ווייל מען דארף, נאר ווייל מ'האט אים טאקע פשוט ליב געהאט. מ'האט נישט 'מקרב' געווען דעם פראסטן איד, מ'האט זיך טאקע געשפירט אייניג מיט אים.
און דאס איז טאקע די תכלית המצווה פון ואהבת לרעך כמוך, נאטורליך ליב האבן דער צווייטער. ווייל ליבשאפט קען נאר זיין נאטורליך.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:30 pm

· #270757
יין שרף
נו, פרעג געוויסע חסידים וועסטו הערן אז ער האט טאקע נישט געקענט...

אבער זיי זענען נישט געווען גרייט זיך פארהערן מיט איהם אדער צו שמועסן אין לערנען. דער גרויסער גאון און חסיד הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל האט בשעתו געשריבן אויף הרב אלישיב אז ...מ'האט זיך געבעטן ביי איהם אז ער זאלל נישט גיין לערנען אין "היכל שלמה"...דער הרב דייטש האט פארשטאנען אז זיין תורה איז פון די סיטרא אחרא....ער איז געווען פסול ביי איהם ווייל ער איז געווען א ציוני... 😂 🙄

חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:48 pm

· #270766
[ציטאט אראפגענומען]

מפוזרי
ר' חאצקעל; ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נישט געכאפט וואס ר' שש האט דיר געשריבן. אין וואורקע האט מען ליב געהאט א צווייטען נישט ווייל מען דארף, נאר ווייל מ'האט אים טאקע פשוט ליב געהאט. מ'האט נישט 'מקרב' געווען דעם פראסטן איד, מ'האט זיך טאקע געשפירט אייניג מיט אים.
און דאס איז טאקע די תכלית המצווה פון ואהבת לרעך כמוך, נאטורליך ליב האבן דער צווייטער. ווייל ליבשאפט קען נאר זיין נאטורליך.

סעיף ב׳ פון מיין פריעדיגע תגובה באצו איך זיך צו דאס וואס ר׳ שש האט מיר מחלק געווען צעווישען אהבת ישראל צו אהבת הבריות אז אהבת ישראל איז ווייל די תורה האט געהייסען און מאיז עס מקיים געצוואונדענעהייט וואס וואו ר׳ מפוזרי איז אזוי שיין מסביר איז נישט דא קאזא זאך , נאר מכח וואס מהאט ליב דעם באשעפער (ווער סהאט ) וואס ווערט אין די ספרים אנגערופען דער כל האט מען אויך ליב דעם איד וואס איז א חלק כו׳ ווערט ער דעריבער אנגערופן די חלק ,
אדער פאלט מיר יעצט איין א צווייטע זאך אפשר איז עס מכח אהבת הטוב . עכ״פ לסיומא דמילתא מיין איך אז משטיי מיר אלע גלייך אין דעם אז אהבת ישראל איז אויך א נאטורליכע זאך.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:49 pm

· #270767
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דו ביסט נאכנישט דא גענוג לאנג צו וויסן וואס איך האלט פון "הרב" דייטש זכותו יגון עלינו. און די גאנצע הודעה איז געשריבן געווארן מיט א סארקאסטישן טאן. כאילו צו זאגן ווער ס'האט געזאגט מבינות אויף הרב אלישיב...דער דעמאגאג און היפאקריט סענדער דייטש...!

חאצקעל שניידער » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:51 pm

· #270768
[ציטאט אראפגענומען]

כמיין אז טובים השניים מן האחד.

חאצקעל שניידער » מיטוואך אפריל 29, 2015 12:02 am

· #270773
יעצט גענדיגט לעזן ביידע פרקים , זייער שיין [emoji4]הן מיטן תוכן ד.ה. אינהאלטס רייך און הן מיטן שלימות אונז זאל מיר באקומען א קאמפליט פיקטשער , האסט אונז נישט דיסעפוינטעד , הערה דו שרייבסט וועגן אמשינוב׳ער פארשלעפטקייט , למשל ביים בעלזער רב איז טאקע געווען פארשלעפט ד.ה. געדאווענט שפעט וכדו׳ אבער איינמאל ער האט געדאווענט אדער אריינגעקומען צום טיש איז עס געפארן , אבער ביים היינטיגע אמשינוב׳ער איז חוץ פון פארשלעפטקייט דא די ענין פון באריכות יעדע זאך נעמט און נעמט ,איז דאס אויך געווען ביי די פריעדיגע אמשינוב׳ער רביים?

חאצקעל שניידער » מיטוואך אפריל 29, 2015 12:04 am

· #270774
מבעט דעם עולם ווער סהאט נאכנישט געלייקט זאל שנעל לייקן , כוויל שוין ליינען ווייטער.

א איד » מיטוואך אפריל 29, 2015 12:25 am

· #270775
נו געלייקט, מ׳ווארט מיר אויף די נעקסטע.
@אנאנים, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?

חאצקעל שניידער » מיטוואך אפריל 29, 2015 12:34 am

· #270777
א איד
נו געלייקט, מ׳ווארט מיר אויף די נעקסטע.
@אנאנים, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?

סזעט אויס וואו די קאשע קאכט זיך יעצט

קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 29, 2015 12:38 am

· #270778
מפוזרי
ר' חאצקעל; ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נישט געכאפט וואס ר' שש האט דיר געשריבן. אין וואורקע האט מען ליב געהאט א צווייטען נישט ווייל מען דארף, נאר ווייל מ'האט אים טאקע פשוט ליב געהאט. מ'האט נישט 'מקרב' געווען דעם פראסטן איד, מ'האט זיך טאקע געשפירט אייניג מיט אים.
און דאס איז טאקע די תכלית המצווה פון ואהבת לרעך כמוך, נאטורליך ליב האבן דער צווייטער. ווייל ליבשאפט קען נאר זיין נאטורליך.

מענין לענין באותו קנין האב איך אמאל געהערט פון א רבי נישט קיין נפקא מינה וועלכע, זייער א גיט ווארט. ער זאגט ס'דא אנדערע מענטשן און רביס וואס לאזן זיך ' אראפ' צו די מענטשהייט, זאגט ער, איך בין נישט אזוי איך דארף מיך נישט אראפלאזן איך בין שוין אינטן.... ודוק
בלאט: 1 2 3 4 5 6