☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #8689

אשכול אן א טיטל #8689

275 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8689
בלאט: 1 2 3 4 5 6

בן אדם » מיטוואך יוני 3, 2015 5:38 pm

· #280307
ווייס פרעזידענט
קיינער ווייסט נישט ווען יא וואלט רב שש זיך נישט אזוי זיך גיבעטען ביים עולם אז מזאל אים לייקען ער טואלט זיך אחיין געלייגט[emoji12]

אוי אנטשולדיגט. כ'האב נישט געכאפט וואס די פרעגסט. כ'האב געמיינט אז דו ווייסט שוין איינמאל נאר דו ווילסט אביסעלע...
שוין איך בין פשוט געליגען פריער און א שווערער תוספות, און כ'בין נאך צוגעוואוינט פון דעם. בקיצור, זיי מיר מוחל (און חיידער האט מען געזאגט אז דער וואס איז נישט מוחל איז א רשע נאך מער פון דער טשעפעניאק אליין), און מערטסעשעם צום ווידערזען.

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 3, 2015 5:40 pm

· #280309
איו Tapatalk זעה איך נישט ווי אזוי

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 3, 2015 5:42 pm

· #280310
איך האב נישט טעפאטאלק ווייס איך נישט
אבער אידעלעך א איד וויל קענען לייקן לערנטס אים אויס ווי אזוי!

ירא שמים » מיטוואך יוני 3, 2015 6:07 pm

· #280319
ריר אן די תגובה ווערט עס ווערן בלוי און סוועט ארויסקומען א שווארצע ליניע מיט אפאר אפציעס איינע פון זיי איז צו לייקען.

וויל קענען » מיטוואך יוני 3, 2015 11:37 pm

· #280405
ירא שמים
ריר אן די תגובה ווערט עס ווערן בלוי און סוועט ארויסקומען א שווארצע ליניע מיט אפאר אפציעס איינע פון זיי איז צו לייקען.

ירא שמים האסט פארדינט א לייק ווייס פרעזידענט האט עס פראבירט אויף דיר בעסער לערן אים נישט אויס וויאזוי עס אראפ צו נעמען אויפן אפפ
שש זאגט כל המהנה את חבירו הוא נהנה תחילה

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 3, 2015 11:52 pm

· #280411
איך ביו דא ניי האב איך נאכנישט ארויס אלעס אבער רב שש זעהט מיר אויס ווי א רעדנער קענער שרייבער מחדש דער אייבישטער זאת העלפען ער זאל נישט וועפען

וויל קענען » מאנטאג יוני 8, 2015 8:10 am

· #281294
ר׳ שש די מאכסט מיר אינגאנצען צו׳משזר׳ט ווי וואנט מאר הער נישט אויף
א גיטע זאך קומט אן שווער
קאל ברסלב פאר חיזוק אין ברסלב זאגט מען אויב ס׳איז נישט דא קיין מניעות איז נישט קיין גיטע סימן
דארפסט דיר פרייען אז עס איז דא אידן וואס פארשטייען נישט וויפל מי און פלאג עס ליגט אין אזא ארטיקל אין ווייזן נישט קיין הכרת הטוב
וויש די טרערען באהאלטענערהייט אין גארטיל– דיך אן מיט כוחות נייע

ירא שמים » מאנטאג יוני 8, 2015 5:36 pm

· #281403
[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]

מפוזרי » מאנטאג יוני 8, 2015 9:23 pm

· #281469
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב יא געלייקט און דאך האלט איך אז די לעצטערע קאפיטלען זענען ווייניגער אינטרעסאנט ווי די פריערדיגע. סה"כ ווערט דערציילט אז דער רבי איז געווען א גאון צדיק קדוש חסיד תקיף עניו חכם וכו' וכו' אזוי האבן בפירוש איבערגעגעבן די חסידים. מנשה וואלט אויפן סקווירער רבין גענוי אזוי געשריבן.
תכלית, דאס קען מען ליינען אין שבת בלעטיל אויך.
אשר על כן בין איך זיך מצטרף צו די אנדערע וואס האבן שוין מציע געווען מ'זאל זיך תיכף נעמען צום היינטיגען רבי'ן.

ווייס פרעזידענט » מאנטאג יוני 8, 2015 11:12 pm

· #281503
רב שש מיר ווארטען אויפן טשערי פונעם קעיק זיי ממשיך מיט אמשינאוו

יעלה ויבא » מאנטאג יוני 15, 2015 9:06 am

· #282713
ישר כח מורינו ר' שש. כ'האב דיר געלייקט נאך פאר כ'האב עס געליינט, אלץ נחיצות העניין

ירא שמים » מאנטאג יוני 15, 2015 11:29 am

· #282733
א אינטערעסאנטע בילד האסטו געברענגט ,
אבער נישט צורת קדשו ,
און פרוביר לייגען אנעם וואטערמארק ,
ישר כח.

ירא שמים » מאנטאג יוני 15, 2015 10:36 pm

· #282909
איך זעע אינטער די באלד אותיות צורת קדשו פון רבי יוסף מאמשינאוו א קאפי פון די איד תשמ״ג וועגן ישיבת זרע קדש דקאלאשיץ.

ירא שמים » מאנטאג יוני 15, 2015 11:19 pm

· #282912
ר׳ שש אויב סאיז אייך נישט שווער ביטע לייגט ארויף עפעס א יחוס בוים פונ׳ם אמשינאווער גזע מזאל קענען האלטן קאפ , ישר כח.

וויל קענען » דינסטאג יוני 16, 2015 3:51 pm

· #283056
נא!!! פריעדן באטשי זעהסט וואס הרב שש שרייבט נעם דיך צו די ארבעט אין מאך א לייק דרייוו
ווי וואנט מאר טאדעי

מפוזרי » דינסטאג יוני 16, 2015 6:36 pm

· #283099
דער סאקאלאווער און דער ראדזימינער זענען ביידע געווען 'אור' אייניקלעך פונם קאצקער.

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 17, 2015 2:22 pm

· #283303
מאשזאר מיר ווארטען

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 17, 2015 4:00 pm

· #283322
[ציטאט אראפגענומען]

כמדומני שבלשון המדוברת כיום כשאומרים א 'רעכטע' אייניקעל הכוונה לנכד ממש. ואולי אני טועה.

מפוזרי » מיטוואך יוני 17, 2015 4:23 pm

· #283331
קודם כל א ייש"כ.
אזוי ווי דו האלטס שוין נאכן קריג אין אמעריקע, ערלויב איך מיך אריינפילן א פרט פון בעפאר. כשפרצה המלחמה איז ר' שימעלע אנטלאפן קיין ווילנא. זייענדיג שוין אין וואגן אויפן וועג, זעהט ער ווי ר' איציקל גייט אין גאס מיטן טלית און תפילין אונטערן ארעם, אויפן וועג אהיים פון דאווענען. האט אים ר' שימעלע געהייסן ארויפקומען אויפן וואגן און מיטפארן וכך עשה, ניטאמאל זיך געזעגנט מיט די ווייב און קינדער, וככה ניצל לבדו.

ראש הישיבה » מיטוואך יוני 17, 2015 5:26 pm

· #283345
דער בילד פרענגט מיט נאסטאלגיע!! אוי דער אמשינובער רבי ז"ל, דער אצילותדיגע הייליגע צורה. איך פלעג א סאך מאל אריין פאלן אלס קינד אין דעם שוהל. דער קדושה שיינט פון זיין פנים.

און א זייטיגע נאטיץ די באטעל פון גרעיפ דזשוס די טינקעלע באטעל דערמאנט מיר אויך פון מיינע קינדערישע יאהרן.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:18 pm

· #283599
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="http://jpeg-optimizer.com">http://jpeg-optimizer.com</a>

ירא שמים » מאנטאג יוני 22, 2015 5:35 pm

· #284346
ערעב @אנאנים בוסט איינגעשלאפן?

געוואלדיג » מאנטאג יוני 22, 2015 7:04 pm

· #284370
ירא שמים
ערעב @אנאנים בוסט איינגעשלאפן?


די טאכטער זאג איך, די שנור מיין איך.

געוואלדיג » מיטוואך יוני 24, 2015 8:55 pm

· #284967
בפקודת מרן @גדול הדור, אנו מגלים את דעתינו @דעת תורה שמורה מורינו הר"ר @אנאנים יקח עטו בידו וימשיך לכתוב על @צדיק הדור.

כוכב » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:16 am

· #285045
נורא נוראות.
בלי''נ ווען די סעריע וועט זיך ענדיגן וועט מען דאס לאזן דרוקן אין א שיינעם פארמאט, בתנאי שש'ל אז דו וועסט גארנישט אויסלאזן, גיי ווייטער אן מיט אלע קליפערליך. די אלע פלעצער וואס דו שרייבסט אז ס'וועט קומען עקסטער אן אריכות, זע צו האלטן ווארט.

איש תם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:08 pm

· #285145
R itzikl z"l
מדארף ארומרעדן ר איציקלס שייכות מיט ר הערשעלע ספינקער יארן לאנג

רוסישער » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:36 pm

· #285206
מורא'דיק באשריבן, און נאכמער אומבאגרייפלעך די עבודת הבורא פון אט די שרפי מעלה.
איך וויל נאר מעיר זיין אז אפשר דארפ'סט דו זיך אביסל מער היטן ניט אריינצופאלן אין די שאול פון גוזמאות, און דווקא ווייל דער רוח היום פון חרידישע אויסגאבעס איז צו אויפהויבן אונזערע גדולים עד לשמים בבחי' משה עלה למרום, דארפמען מער ארויסבריינגען דער חולין'דיקער צד זייערער בבחי' והורידה לנו את התורה מיר זאלן קענען לערנען פון זייערע ריינע גלייכע דרכים ווי צו לעבן אין אונזער אומריינע פארקרימטער וועלט.

איש תם » פרייטאג יוני 26, 2015 1:21 am

· #285260
ר הערשעלע
ווען איך האב אים מודיע גיווען וועגן די הסתלקות האט ער זיך שלא כהרגלו זיך אויס אויסגעדיקט- ער איז געווען א גרויסער צדיק

איש תם » פרייטאג יוני 26, 2015 10:37 am

· #285282
ר הערשעלע
געהעט אמאהל אין אמשינוב אז סקווערער רבי זצל האט זיי באטראכט ווי זיי טאנצן צזאמען אויף א שמחה און געזאגט אויףזיי גרויסע זאכן

א איד » פרייטאג יוני 26, 2015 12:16 pm

· #285319
און יעצט נאכן באלייקן, קען מען זיך אנטשולדיגן.
אזוי גייט עס ווען מען ליינט אן אמשינאווער קאפיטל, און נאכדערצו אזוי מיט זאפט, אזש מען שפירט זיך אין אמשינאוו אליינס, לא ימלט אז עס זאל זיך נישט אנקלעבן אמשינאוו'קייט, וכמאמר המדרש הנכנס לחנותו של בושם לא ימלט אז עס זאל זיך נישט אנקלעבן פונעם געשמאקן ריח.
שוין באלד א חודש וואס איך בין נישט אנגעקומען צו ליינען מיט א ישוב הדעת, אבער געלויבט דער פון אויבן, אז יעצט האט זיך געמאכט עפעס צייט, און מה נאמר ומה נדבר @אנאנים, באלייכסט אונזער שטיבל מט די שיינע קאפיטלען, כה לחי, זאל דיר דער באשעפער געבן כח און געזונט און צייט, אנצוגיין ווייטער ליהנות ולהנות בני אדם פה בשכונת קאווע המעטירה.
הכו"ח ידידך וידיד כל בית קאווע, וידיד כל בית ישראל
א איד

נ.ב. ייש"כ לידידינו @אנאנים פארן זיך אריינלייגן אין די לייק דרייוו, (קרעדיט @וויל קענען) למען הצלחת הקאווע ובית אמשינאוו להגדיל תורה ולהאדירה

פישלע העררינג » פרייטאג יוני 26, 2015 12:37 pm

· #285329
מפני ריבוי הטרדות לא נתתי לבי לסור הנה וליהנות מנועם זיו אשכול הזה. חוטי הסיפור שזורים היטב והלשון זורמת ומעוררת עניין.

יישר כח @אנאנים! דו טוסט א געוואלדיגע זאך!

איש תם » זונטאג יולי 5, 2015 9:47 pm

· #287243
יישר כחכם מהאט דערציילט פון הגר ישראל פערקאווסקי זצל ר''י בית התלמוד אז נאך א באזוך איינמאהל האט ער זיך געזארגט ווי אזוי אהייםצושיקן דעם רבי'ן פון 14/53אהיים ער קען זיך פארבלאנדזשען נישט זייענדיק בהאי עלמא

ירא שמים » מאנטאג יולי 6, 2015 7:40 pm

· #287416
ווען איינער פאלט אפילו נידריג, ווילאנג ער בלייבט מיטן עולם וועט ער זיך ארויסדראפענען וויבאלד ס'נישטא קיין פלאץ פאר מרה שחורה און אויפגעבן, די שמחה איז א ריכטיגע אינערליכע שמחה, וואס קיין שום ווינטן וועלן איר נישט חרוב מאכן, און דערפאר קענען זיך די ערנסטע חסידים דערהייבן כסדר, נישט קיין חילוק וויפיל און ווי שטארק מ'איז שוין געפאלן אין די עבר. און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל בני עלייה האבן זיך כסדר געדרייט אינעם אמשינאוון קרעמל, עד היום הזה.
משהו כמו ברעסלאוו …

כוכב » מאנטאג יולי 6, 2015 10:05 pm

· #287458
איך קען נישט גענוג באוואונדערן די רייכע מאמרים פון שש'ל, (כמעג דיר רופן בלשון חיבה?).
זע צו ענדיגן די סעריע פאר ראש השנה, איך וויל עס דרוקן לכבוד יום טוב.

ירא שמים » מאנטאג יולי 6, 2015 10:11 pm

· #287463
כוכב
איך קען נישט גענוג באוואונדערן די רייכע מאמרים פון שש'ל, (כמעג דיר רופן בלשון חיבה?).
זע צו ענדיגן די סעריע פאר ראש השנה, איך וויל עס דרוקן לכבוד יום טוב.
אבער לאז גארנישט אויס פון איילעניש וועגן…

ירא שמים » מאנטאג יולי 6, 2015 10:13 pm

· #287465
[ציטאט אראפגענומען]

ירח בן יומו » מאנטאג יולי 6, 2015 10:59 pm

· #287507
איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:

איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.

האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,

אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

געוואלדיג » דינסטאג יולי 7, 2015 8:58 pm

· #287836
איך מיין אז דיין אוואטאר קען שוין נוצן א אנדערע בילד.

רוסישער » דינסטאג יולי 7, 2015 11:04 pm

· #287896
ירח בן יומו
איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:

איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.

האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,

אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

הדברים לכשעצמם תמוהים עד למאד, ואסור להאמין שדברי בלע כאלו יצאו מפי האדמו"ר זצ"ל. אין פשוטע ווערטער, איך האלט אז ס'איז א טעות צו זאגן אזעלכע דברי נחמה של הבאי לנפש החוטאת.

רוסישער » דינסטאג יולי 7, 2015 11:28 pm

· #287913
פארשטייט זיך אז דער חידוש דא איז נאר דער צווייטער חלק.
געהערט פון א אלטע איד, אז אין תניא שטייט אז היינט דארף מען פודה זיין די תעניתים מיט צדקה (אחוץ פאסטן האלבע טעג). האט ער מסיים געווען, און וואס טוט דער וואס האט ניט קיין כח און ניט געלט: דארף מען נ-י-ט ז-י-נ-ד-י-ק-ן ...

ירא שמים » דינסטאג יולי 7, 2015 11:35 pm

· #287915
וואס פונקט איז די גרויסע פלא אז די פגם פון די מענטש האט צוטוען מיט די גרויסקייט פון זיין נשמה און ווי גרעסער די נשמה איז גרעסער די פגם ממילא דארף ער שווערער ארבעטן צו מתקן זיין און קליינע נשמות מאכן א קלענערע פגם דארפן זיי ווייניגער ארבטן אויף מתקן זיין אודאי איז דאס חוץ פון די עקרי התשובה חרטה על העבר וקבלה אויף להבא נאר אויף די שווערע תיקונים וואס שטייט אין אריז״ל און אנדערע מקובלים וואס קומט אויף מתקן זיין די פגם ווענט זיך אין די גרויסקייט פון די פגם.

רוסישער » מיטוואך יולי 8, 2015 12:03 am

· #287930
פארשטייסט טאקע ניט דער חילוק פון זאגן אז ביי א העכערע נשמה איז מען מדקדק אפילו ביי א קליינע פגם (כדברי כת"ר ומקרא מלא במלאכיו ישים תהלה) ביז די געפערלעכע ווערטער "וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק." ופשוט הוא.
מיט אביסל מער הסברה: לפי פשוטו איז דער סיבה פארוואס למעלה איז מען מער מדקדק ביי א צדיק איז ווייל מ'מאנט פון עם מער. מ'ערווארט פון עם מער זהירות. העכערע עקספעקטיישענס. משא"כ דער פשוטער איד האט ניט געדארפט זיין אפגעהיט אין יענע חוט השערה. ס'איז .O.K . ווען א איד טוט פאלט דורך ר"ל איז דער מעסעדש וואס מ'דארף עם געבן איז אז ס'איז ניט .O.K, אדרבא מ'דארף זיף מיישב זיין ווי פונקט'ליך איז שייך אויף דעם א תיקון און ערשט דערנאך עם מעודד זיין שאע"פ שחטא וכו'. דאס איז אלץ פסיכאלאגיש, אן אריינגייען לגופו של דבר.


ס'הערט זיך אביסל קארלבאכיש, האט א שייכות?

ירא שמים » מיטוואך יולי 8, 2015 12:17 am

· #287939
דו האסט א פראבלעם מיטן מושג אז א גרויסע נשמה איז פוגם מער ?
אדער אין די לשון?

ירח בן יומו » מיטוואך יולי 8, 2015 12:26 am

· #287948
הוי זהיר בגחלתן
איך בין ציפרידן צו זען אז די עולם פארשטייט וואס די כונה פון דעם רבי'ן איז געווען, ח"ו האט ער נישט געמיינט צו זאגן אז לכתחילה זאל א יוד טארכטן אז היינטיגע צייטן איז נישט קיין פראבלעם צו זינדיגן.
(אויב האט איינער דא אזוי פארשטאנען האב איך חרטה אז איך האב עס בכלל דא געשריבן, און איך בעט מחילה פון רום כבוד קדושתו, דאס איז נאר געמאכט פאר איינער וואס כאפט אן עסק).

ירא שמים » מיטוואך יולי 8, 2015 12:31 am

· #287950
די שטיבל אין וויליאמסבורג איז נאכדא? און וואס הייסט דאס חבורות אין א״י ?א כולל ?

ירא שמים » מיטוואך יולי 8, 2015 1:56 am

· #287978
די זענען געווען די רועי ״אברם״[emoji23][emoji28]

ירא שמים » מיטוואך יולי 8, 2015 6:33 pm

· #288201
[ציטאט אראפגענומען]
כהאב נישט געזאגט אז ער איז געווען לוט , די קוואטעישען מארקס קומען פונ׳ם קאמישען צוגלייכען זיך אליינס צו אברהם און די קלאזענבורגער צו לוט לשש״ט…

מפוזרי » מיטוואך יולי 8, 2015 9:20 pm

· #288256
להערה: ס'שוין צום צוייטען מאל וואס דו דערמאנסט דעם אלטן קאפיטשניצער מיטן טיטול היה חביב אצל הסאטמארער, דאכט זיך ער האט געהאט נאך מעלות אויך.

כוכב » מיטוואך יולי 8, 2015 9:21 pm

· #288257
שש, שש, איך שריי, איך טו מיך אויס נישט נאר דעם דאשיק פאר דיר, נאר אויך דעם שניפסל, דאס איז דאך עולה כל כולנה.
איי ר' שלמה ר' שלמה, א איד א מדוכא ביסורים, זיך געמוטשעט מיט צער גידול בנים, און דאך א שטיק שלוות הנפש.
איבער ר' שמעי מעריל האט מיר שלמה יאנקל געלבמאן פארציילט, אז איינמאל האט ער אים געזען איינקויפן צוואנציג קעסטלעך וויין, אויף דער שאלה פארוואס עפעס אזויפיל וויין, איז געקומען דער תירוץ, אז ס'האט זיך אים פונקט געמאכט א פאר דאלער, קודם וויל ער זיכער מאכן אז פאר די נעקסטע שטיק צייט וועט ער האבן וויין צו קידוש...

בן אדם » מיטוואך יולי 8, 2015 9:36 pm

· #288259
יעדען שבת וואק איך אדורך אמשינאווער שטיבל און אלס פארגלוסט זיך מיר אריינצובליקן דארט. אבער איך האב נישט דעם קוראזש, נאך דערצו אז מ'הערט שוין די קולות פון טיף אינמיטן דאווענען. איך מיין אז יעצט וועל איך מיר שוין נישט קענען איינהאלטן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6