שש ישר כוח הערליך!! זייער אינטערסאנט וועגן ר' חיים מיליקאווסקי אפשר קען מען הערן עפעס נאך איבער עים איבערן ענין פון שלא פחד משום איש
אשכול אן א טיטל #8689
275 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8689
שרייב יא נאך מעשיות איבער ר' איציקל, און בכלל, קארג נישט קיין אנעקדאטן און עפיזאדן, ווי איידער בלויז ביאגראפישע און פערזענליכע שטריכן. א דאנק.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

חברה, א פעטיציע איז אין אפעקט, ווער שרייבט אונטער?
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
איך וואלט בעסער געוואלט אז קודם זאל מען אנקומען צום קעפל פון די אשכול דער היינטיגער רבי, און נאכדעם מרחיב זיין מיט מעשיות און אנעקדאטן פון די פריעריגע.
אונטערגעשריבן אויף @געוואלדיג'ס פעטיציע מען זאל שוין אנקומען צום היינטיגן רבין און נאכדעם ממשיך זיין מיט סיפורי מעשיות, מזה ומזה אל תנח ידך!
איך האב געליינט כמעט אלע פרקים, עס איז מורא'דיג אינטערעסאנט אין באלערנד, א גרויסען יישר כוח פאר ביז אהער.
ועתה על של עתה באתי, ברענג נאך, סיי נאך אנעקדאטן אין סיי איבערן היינטיגן רבי'ן שליט"א.

איך שרייב אונטער ביידע פעטיציעס.
אז עס וועט סיי ווי זיין א ברעיק, אוודאי זאלסטו ממשיך זיין אויב אזוי מיט סיפורי צדיקים
נו ודאי זיי ממשיך
אבער רעכן דאס אריין אין דיין ברעיק!
אבער רעכן דאס אריין אין דיין ברעיק!
Rabbi Sheish keep them coming
לית דין בר נשאונטערגעשריבן אויף @געוואלדיג'ס פעטיציע מען זאל שוין אנקומען צום היינטיגן רבין און נאכדעם ממשיך זיין מיט סיפורי מעשיות, מזה ומזה אל תנח ידך!
אזוי אויך, ווען איינער איז אריין צו אים ערב ראש השנה, האט אים רבי איציק'ל געזאגט, אז אמאל ווען איינער האט געוואלט טון אן עבירה האט ער זיך געדארפט פלאגן דערויף, און אריינגיין אין א גרויסע שטאט, וכו', און דערפאר איז די תשובה אויך געווען בדרך קשה. אבער היינט צוטאגס 'זאגט מען' אז מ'קען גרינגערהייט צוקומען צו זינדיגן, איז אויך גרינג תשובה צו טון. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד, מ'זאגט א פרק תהלים מיט כוונה, און דער אייבערשטער איז מוחל.
הוא הדבר אשר דברנו
ירח בן יומוירח בן יומואיך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:
איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.
האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,
אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.
אביסל ענדליך צו דעם איז דא די וואך אין ישמח ישראל
שש איך מיין דאס איז א עכטע אמשינאוו'ע ווארט, פרשת ויצא
ליין איך יעצט אין מאמענט אז כאטש וואס הרב ראזנבלום ר''י שערי יושר איז א ליטווישער, איז ער געווען א חסיד פון רבי שמעונלע מאמשינאוו, שש, דו האסט געוואוסט דערפון?
[ציטאט אראפגענומען]
אינטרעסאנט איר מערקט נישט אן דער מקור פון דער שמועס פון ווי איר האט דאס קאפיערט (אזוי אויך נישט פון אלע אנדערע זאכען דא), דער שמועס האב איך געזעהן געדרוקט אין אזא קונטרס וואס ר' קופיץ'ס משפחה האט ארויסגעגעבן נאך זיין פטירה.
כ'פארשטיי נישט אייער קשיא, איך האב זיך לעצטנס איינגעשריבען און איך קען נישט עפעס איבערגיין אלע אלטע אשכולות ביז אהער אלעס, איך האב געקוקט די לעצטע הודעות און מעיר געווען וואס עס איז מיר געווען מאדנע אז איך ליין דא א זאך נאכגעשריבען אן קיין מקור ווי כאילו עס איז אריגענעל בשעת איך קען דער שמועס פון ערגעץ, ביז איך האב זיך דערמאנט, יא טאקע דער הכנסת ספר תורה קונטרס איז עס.
וואס די רבי מיינט צוזאגן איז, אז קודם זאגט מען א יישר כח פאר די ריזיגע ארבייט וואס ער לייגט דא אריין לטובתנו ולהנאתינו און דערנאך קומט מען מיט קריטיק הלמאי דו ברענגסט נישט קיין מקורות.
באהבה.
באהבה.
נו ווען קומט שוין א באריכט אויפן היינטיגן רבין??
די יארצייט פון ר' יצחק'ל איז היינט געווען. זי"ע.
כבוד הרב שש שליט"א
איך וויל קודם אויסנוצען די געלעגנהייט צו באדאנקן פאר די געוואלדיגע ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דער אשכול. איך האב געלייקט א יעדע באשרייבונג וואס דו האסט דא געלייגט אבער עס שאדט נישט אן עקסטער יישר כוח. איך בין זיכער אז אסאך אנדערע האבן זיך פונקט אזוי מחיה געווען. איך וויל נאר מעורר זיין פשוט ווייל איך טראכט אז דו האסט מעגליך נישט געטראכט דערפון אליינס. דער קעפל פון די אשכול אליין פארמאגט גענוג אין זיך אריינצושלעפן אינעם אשכול אריין א יעדער איינער וואס איז נאר געבוירן געווארן מיט די מינדעסטע נייגער אין זיך. ס'הייסט, א איד א ידען וואס שרייבט גוט און געשמאק גייט אונז דא פארציילן און אראפלייגן דעם איש פלא ונסתר דער אמשינוב'ער רבי שליט"א. מען פארציילט אז מ'האט פארלאנגט פון די עדה החרדית אז זיי זאל'ן אים מחרים זיין צוליב'ן נישט מקיים זיין אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך כידוע. האבן זיי אראפגעשוקט רבי מאיר בראנדסדארפער ז"ל און ער איז אוועק פון אים מלא התפעלות. רבי מאיר האט יעדעם פארזיכערט איבער דעם רבינ'ס גדלות וקדושה. אלע ווייסן צו פארציילן דער מעשה, אבער וואס האט רבי מאיר ז"ל למעשה איינגעזעהן אינעם רבי? דאס ווייסט קיינער נישט. יעצט ווען דו האסט אנגעהויבן צו שרייבן האבן מיר אלע אוועקגעפאקט די סמארטפאונס, אנגעטון די הוטן, אויסגעלאשן די עירקאנדישן און אנגעשפיצט די אויערן צו הערן.
דערווייל קומט איין תגובה נאכן אנדערע איבער די פריערדיגע אמשינוב'ער רביס וואס בעצם זענען שוין טייכן טינט באשריבן געווארן אויף א יעדער איינער פון זיי, זייערע לעבענס-געשיכטער און התנהגות איז נישט קיין סוד פאר קיינעם און אוודאי ציט נישט אינטער די נייגער פונעם מענטש. נו, האסטו דיך שיין ערקלערט אז עס פעלט אויס צו געבן אביסל קאנטעקסט כדי מען זאל קענען פארשטיין פון וואו די היינטיגע רבי קומט פון, אויף וועלכע אדני פז איז זיין עבודה געבויט. גוט, אויב אזוי לוינט זיך צו ווארטן אפאר טעג, אבי די שולחן עורך וועט זיין זאפטיג. דערווייל גייט אדורך טעג און וואכן און עס קומען מאמרים לרחצה איבער רבי מנחם, רבי מאיר'ל און רבי איציקל. מאמרים איבער ר' שמעיה מעריל, ר' מאיר מאנדלבוים און ר' נחום מאיר גערמאן. דא אויך האבן מיר מצדיק געווען לכף זכות וחכמה אז איינמאל עס האט זיך פארצויגן האסטו געוואלט מאכן די פראיעקט פאר א דבר השלם און ווי נאר דו וועסט ענדיגן וועט זיך אנהייבן גיסן די סחורה מיט וואס דו האסט אונז דא אריינגענארט. אבער ווי אנטוישט זענען מיר אלע געווארן אז עס זעהט נישט אויס ווי דו פלאנסט עפעס ערענסט דא צו שרייבן אין די נאנטע צוקונפט. איבער דער גאנצע שטיבל גיסט זיך פון דיין פעדער תגובות ומאמרים לרחצה אויף אלע ענינים בנגלה ובנסתר אבער קיין ווארט איבער דעם עמוד האש האחרון.
דו ביסט באמת קיינעם גארנישט שולדיג. דו מעגסט שרייבן וואס דו ווילסט, ווען דו ווילסט און וויאזוי דו ווילסט. איך קלער נאר אז דו וואלסט געוואלט וויסן אז מען פילט זיך אנגעפאטשט. דיין ביישרייבונג איבער בית אמשינוב איז הערליך און מייסטערפול אבער נישט פארדעם בין איך דא אריינגעקומען און נישט פארדעם האב איך מיט עקסטאז אויסגעווארט צו זעהן ווען דו לייגסט צו איין נייע מאמר נאכ'ן אנדערע. איך בין דא געקומען צו ליינען איבער די אמשינוב'ער רבי שליט"א און ער איז נישט דא צו געפונען אין דער אשכול דערווייל. איך האף אז דו וועסט דאס נישט אננעמען פאר קריטיק אויף דיין ארבייט נאר מער פאר א פריינטליכע געשריי אז עליך המלאכה לגמור ולשלם נדריך ונדבותיך.
אז מ'רעדט שוין וויל איך נעמען די געלעגנהייט צו פרעגן אפאר שאלות וואס וועלן האפענטליך שיינען א ליכט אויף דיין צוגאנצג צו באשרייבען מענטשן בכלליות ובפרט בכל הנוגע לבית אמשינוב.
1) איך האב באמערקט עטליכע מאל אין דער אשכול אז דו האסט גענוצט די סאטמארער רבי ז"ל'ס שמעק אלץ א yard stick צו מעסטן די גדלות פון אנדערע. איז דאס עפעס וואס דו נוצט אלעמאל צו מעסטן יענעמ'ס גדלות אדער איז דאס נאר עפעס וואס דו נוצט דא אויף ק"ש צוליב דעם וואס מערערע ליינער זענען פון די סאטמארער חדר און די רבי ז"ל'ס הסכמה אדער אי-הסכמה קען מכשיר זיין אדער פסל'ן א גאנצע אשכול.
2) דו באנוצט דיך זייער אסאך מיט הפרזות און הגדרות וואס איך שטיי אסאך מאל און איך ווינדער מיך צו עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך זעה עס נישט דיין וועג. דו זאגסט עס אבער מיט אזא פשטות און קאנפידענס ווי כאילו מ'דארף זיין משוגע עס נישט צו זעהן. איך וועל געבן בלויז א דוגמא פון דיין לעצטע תגובה. "די דורכדרינגליכע הייליגע אויגן... הרה"ק רבי איציק'ל".... "גאנץ 'אמשינאוו' ליגט אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט". אפשר קענסטו מסביר זיין וואו פונקליך דו זעהסט דאס אין די בילדער? (איך רעד אגב נישט דוקא פון קעפשאנ"ס אויף בילדער, נאר בכלליות וויאזוי דו משל'סט אויס איינעמ'ס מהות אדער מהלך אן ערקלערן אויף וואס דו באזירסט עס.)
3) די טיטלן מיט וואס דו האסט דיך באנוצט האבן אין מיינע אויגן פארמינערט פון די קוואליטעט פון דיינע הערליכע באשרייבונגען. איך מיין אז אלץ אן ערוואקסענע מענטש איז מיר שווער אנצונעמען ערענסט א באשרייבונג וואס טיילט צו די מדריגות פון אלע אבות, יוסף הצדיק, משה רבינו, דוד המלך, דער רמב"ם, רשב"י, אר"י הקדוש און די בעש"ט, צוזאמען מיט אלע טיטלען וואס מען טרעפט אין אלע בענדער פון שו"ת שבט הלוי פאר א יעדער איינציגסטע פון די אמשינוב'ער רביס. איך זאג נישט אז עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט, איך זאג ס"ה אז עס איז שווער זיך צו אידענטיפיצירן מיט אזעלכע אויסער-וועלטליכע מלאכים. איך ווייס אז איך אליינס בין דא מגזים ארויסצוברענגן מיין נקודה אבער איך האף אז דו כאפסט מיין פוינט.
נאך מער האט עס מיך אביסל אפגעווארפן ווען איך האב געליינט דיינע באשרייבונגען אויף די אידן וואס האבן זיך כלומר'שט געדרייט ביי רבי איציקל. איך בין זיכער אז אלע האבן זיך געדרייט דארט one time or another, איך בין אבער נישט זיכער ווי ווייט זיי אליינס האבן זיך געהלטן פאר "חסידים" פון רבי איציקל. איך בין נישט קיין יונגערמאנ'טשיק און איך קען כמעט א יעדער איינער פון די אידן first hand. אבער נישט דאס באדערט מיר. מיר האט מער געבאדערט אז מען האט זיי אויסגעשטעלט ווי כאילו מען רעדט דא פון די סאמע גרעסטע גדולי הדור. געשמאק? יא. חשוב? מן הסתם. ערליך? פארוואס נישט. אבער פארוואס עפעס פעלט אויס צו מאכן ר' מאיר מאנדלבוים אין א "הגה"צ"? וואס איז שלעכט מיט הרה"ח? איז עס דען נישט מער פאסיג? ר' שלמה קופיץ איז געווען גאר א חשוב'ע יונגערמאן אבער ווען דו שרייבסט ווען ע"ה אנשטאט זצ"ל וואלט מען געקענט איינשפארן א צינישע שמייכל. און די ראכמיסטריווקע רבי גייט באזוכן אסאך קראנקע אידן אין שפיטאל און האט מיט זיי שיינע חסיד'שע שמועסן. ר' נחום מאיר גערמאן איז טאקע אן איש האשכולות און האט געדאווענט מעגליך אין אמשינוב, אבער ווייל איך דאווען אין די וויזניצער בית המדרש אויף מיין גאס מאכט עס מיר נישט א מענדעליסט טראץ דעם וואס איך פארברענג שיין מיט מיינע קאו-מתפללים און טרינק מיט זיי לחיים א יעדע טאג.
שוין, דער תגובה האט זיך געצויגן צעהן מאל אזוי לאנג ווי געפלאנט. איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער ווי א שטארקע אינטערעסע צו כאפן א בליק מאחורי הפרגוד אינעם קאפ פון די טאלאנטפולע שרייבער הנקרא אנאנים און צו פארשטיין זיין מהלך המחשבה וכתיבה בכלל, ובפרט בנוגע לבית אמשינוב. און אפילו אויב דו פלאנסט נישט צו שרייבן ווייטער איבער די נושא העומד בראש האשכול האב איך נישט חרטה אז דו האסט מיר דא אריינגענארט (כאטש עס פילט אזוי) ווייל למעשה האב איך הנאה געהאט. ויה"ר שתזכה לעלות מעלה מעלה ולילך מחיל אל חיל בב"א.
.

חברה, זיך אנפילן די שיסלעך מיט פאפקארן, ס'קומט א לאנגע נאכט...
שוין, הוגה טיילט שוין פעטש.
ונתארכה לכדי אשכול מיוחד...
יעצט, אויב באמערק איך גוט, איז הער הוגה א מייסטער אין גיין צווישן די טראפנס... מ'קען מאריך זיין אבל אין לי פנאי.

איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין דא בעצם נאר ממש געציילטע שורות. איך האב נישט געהאט קיין טענות אז דו האסט נישט באשריבן די רבי שליט"א און דו ביסט בעצם קיינעם שולדיג א התנצלות. איך האב ס"ה געמיינט אז דו וואלסט געוואלט וויסן אז עס זענען דא וואס פילן זיך אנגעפאטשט. אנגעפאטשט מיינט נישט אז דו האסט זיי אנגעפאטשט, נאר אלץ זימן לבנים ומצא שחורים. איה"נ דיין באשרייבונג אויף די אדמורי בית אמשינוב זענען הערליך שיין אבער איך גלייב אז דו פארשטייסט אליין אז נישט פארדעם איז רוב עולם געקומען, פונקט ווי דו פארשטייסט אז מען גייט נישט אין די וויזניצער אשכול צו הערן דרכי עבודתם פון די צמח צדיק אדער די אהבת ישראל, און פונקט ווי דו פארשטייסט אז אין אן אשכול וואס איר קעפל הייסט "דאס לעבן און שאפן פון רבי משה"לע סיגוט'ער זצ"ל" קומט מען נישט ליינען די היסטאריע פון שושלת סיגוט. למעשה האב איך הנאה אז דו האסט געטון די קלוגע שריט פון עס טון פאר פרנסה. (איך האב מיך שוין לאנג געווינדערט פארוואס דו פארקויפסט נישט רוב פון דיינע ארטיקלן פאר געלט.)
אויף אלע דיינע אנדערע נקודות האב איך שוין מעיר געווען מיין בליק דערויף אין מיין לעצטע תגובה. איך ווייס דאך אז דו האלטס בפשטות אנדערש ווי מיר, ווען נישט וואלסטו דאך נישט געשריבן אזוי. איך זעה נישט וואס דו זעהסט און איך בין טאקע נישט קיין שוואנץ. די מטרה פון שרייבן און מיטטיילן א דעה איז ווייל אויב איינער האלט אזוי, מסתמא זענען דא אנדערע וואס האלטן אויך אזוי און עס איז אלץ גוט צו געדענקן אז עס איז דא אן אנדערע וועג אנצוקוקען זאכן. די פאקט אז "אזוי שרייבט מען" טוישט גארנישט. כלל ישראל החרדי איז באשאנקען מיט האגיאגראפיעס (און מצבות) לרחצה אזש מען קען מאכן א קאפי פעיסט פון איינעם צום צווייטע. ווען מען באשרייבט אזעלכע צדיקים און פיינע אידן אן די אלע הפרזות האט עס א טעם. איך קלער אז דו ביסט בכלל נישט משיג וואס עס שטערט מיר און איך בין עס תולה אין דיין זיין א הייסע אמשינוב'ער חסיד (שוואנץ כלשונך). איך דריי מיך אבער אסאך מיט אמשינוב'ער חסידים און איך האב זיי נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן אזוי. מעגליך אז דא איז מער א סארט פנימי שפראך. אלענפאלס איז וויכטיג צו וויסן אז פאר א דרויסענדע איז עס אביסל קאמיש.
אויב אלע "חסידים" פון רבי איציקל זענען געווען אזאנע "חסידים" ווי רבי נחום מאיר גערמאן, דאן בין איך מסכים. מען וועט דאך אויף מיר אויך שרייבן איין טאג אז איך בין געווען אדוק בלב ונפש צו השרף האלוקי הקוה"ט מקרעטשניף זצ"ל. אבער ביי מיר האט דאס אן אנדערע באדייט.

ריכטיג, וואס איז דאס?
הוגה. מען פארציילט אז מ'האט פארלאנגט פון די עדה החרדית אז זיי זאל'ן אים מחרים זיין צוליב'ן נישט מקיים זיין אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך כידוע. האבן זיי אראפגעשוקט רבי מאיר בראנדסדארפער ז"ל און ער איז אוועק פון אים מלא התפעלות. רבי מאיר האט יעדעם פארזיכערט איבער דעם רבינ'ס גדלות וקדושה. אלע ווייסן צו פארציילן דער מעשה, אבער וואס האט רבי מאיר ז"ל למעשה איינגעזעהן אינעם רבי? דאס ווייסט קיינער נישט. יעצט ווען דו האסט אנגעהויבן צו שרייבן האבן מיר אלע אוועקגעפאקט די סמארטפאונס, אנגעטון די הוטן, אויסגעלאשן די עירקאנדישן און אנגעשפיצט די אויערן צו הערן.
.
אינטערעסאנט, זייט ווען האט די עדה החרדית פראבלעמען מיט דאס וואס שטייט אין שולחן ערוך (און סהאט נישט מיט די ציונים)?! לדעתי ווען די עדה זאל ווען ארויסשטעלן ליילעכער קעגן דעם אמשינוב׳ער און שיקן אפאר סיקריקין צו זיין הויז שרייען ״גיוואלד וואלט עס געווען לכבודו פונ׳ם אמשינוב׳ער.
יישר כח שש, פאר אפשרייבן אזוי שיין און רייך די אמשינובער רביים, ובפרט ר' יצחק'ל. היינט ביים יומא דהילולא דערמאן איך זיך אביסל פון זיין גלאנץ און איידלקייט, אסאך צו פארדאנקן דיינע מאמרים.
[ציטאט אראפגענומען]
לכבוד די יארצייט
טאקע זייער הארציג, מהערט גלייך אז דאס איז נישט קיין היינטיגע ניגון, ווער איז דער זינגער?
[ציטאט אראפגענומען]
מיר געפעלט דיין ''ביאור'' אויף דער ניגון, סאיז אזוי מין חב''ד'סיק אז מקען גאר ניט משער זיין, צו געבען ביאור אויף א ניגון און אריינלערנען פשט אין די קרעכצעדיגע קנייטשען פון א ניגון...
זייער שיין, שש.
איך האב מקבל געווען דעם צווייטן האלב פונעם ערשטן טייל כזה:
גיבט ער א געשריי, אוי וויי,
לאמיר צום הייליגען רבי'ן צוריקפארן.

סמבטיוןטאקע זייער הארציג, ווער איז דער זינגער?
לכאורה אברמ'ל מאשקאוויטש א זינגער אין ארץ ישראל
די וואך אין בלאט ציבור 14 איז דא די בילד
Sent from my LG-K120 using Tapatalk

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
עס וואלט זיך געפאדערט א באזונדערע אשכול פאר דעם ניגון, עס ענטהאלט אין זיך אזויפיל יסודות.
בימי קדם פלעג איך זינגען דעם ניגון כמעט יעדעס וואך ביים שבת טיש.
ס'האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבערן אמשינאווער רבי'ן שליט"א אויפן אוצר החכמה פארום. אינאיינוועגס ווערט אויך ארום געשמועסט איבער די גראנדיעזע הנהגה פון רבי'שע הויפן אין אלגעמיין.
דא האט איר א לינק: http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=320539#p320539

אמשינאוו איז מלשון
עם-שיניו = א פארענדערעטע פאלק
דאס איז דאך די עיקר גדלות זייערע צו מאכן פון טאג נאכט און פון נאכט טאג
נישט ח"ו אז איך מאך איהם אוועק, עס איז מיר פשוט איינעפאלן א טייטש וויל איך עס נישט האלטן אין בויך

דער שמועס אין אוצר זעט אויס ווי ס'איז אריבער געגיינגען העווי קאנסטראקשען און וואס ס'איז געבליבן איז נאר מעט מזעיר...
אזוי ווי דער שמועס איבער אלגעמיינע רבי'שע באמבאסטישע הנהגות איז געווארן אפגעטיילט פונעם אמשינאווער אשכול, שטעל איך צו א פרישע לינק דערצו: לדרכי ההנהגה של מקצת צדיקים שליט"א - פורום אוצר החכמה <a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=30639">http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=30639</a>
@בן אדם, דערווייל איז אלץ געבליבן, זע די פריערדיגע תגובה.
מפוזריס'האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבערן אמשינאווער רבי'ן שליט"א אויפן אוצר החכמה פארום. אינאיינוועגס ווערט אויך ארום געשמועסט איבער די גראנדיעזע הנהגה פון רבי'שע הויפן אין אלגעמיין.
דא האט איר א לינק: http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=320539#p320539
לינק ארבעט נישט
ווייס איך נישט. איך האב בודק געווען ביי מיר, אויף טעפאטאלק און כראום, און ס'ארבעט יא.
אויפ'ן רבינ'ס פאטער וואלט זיך געלוינט צו עפענען אן אשכול פאר זיך
איז שוין דא איינס אויף ר' חיים מיליקובסקי?

און ס'גייט ווייטער... אז ס'קומט ר' משה'ן א שטויס! נאר ס'נישטא ווער ס'זאל עס טהון...
יעצט געטראפן אויף אוצר החכמה פורומ'ס
/
[ציטאט אראפגענומען]
ברוך דיין האמת ר' פסח קופיץ ע"ה[ציטאט אראפגענומען]
איך האב אויך ערהאלטן א טוץ מעשיות פון דעם אינטערעסאנטער רובריק, פ' עקב תשע"ח, וואו ער דערציילט איבער די אמשינובע רביים. כ'וועל עס דא ציצייכנען למען יעמדו למשמרת.
1. ר' שימלע אמשינאבער האט זיך אלץ געפירט על פי שו"ע, אזוי ווייט אז אפילו א פענסטער האט מען נישט געעפנט אויף שבת אין ווינטער, נאר דורך א קטן, מחמת חשש אז דער קאלטער ווינט וועט בלאזן אויפן טערמאסטעט און ס'וועט זיך אנצינדן.
2. ס'איז באקאנט דער עסקן ר' הערשל בראנשטיין וואס האט געטון פאר רוסישע אידן במס"נ, ער איז געווען א נאווארדיקער תלמיד און אמשינאבע חסיד. ר' שימעלע האט אמאל געהאט אן אור אייניקל, און האט דערציילט פאר ר' הערשל אז ער האט געהאט א אור אייניקל און ס'דא א מזל טוב, אבער א שאד אז די ברית וועט זיין אין צייט. ווען ר' הערשל האט געפרעגט וואס די שאד איז, אדרבה! האט דער רבי געענטפערט אז אויב ס'וואלט געווען אפגעלייגט וואלסטו געהאט צייט זיך צו לאזן וואקסן א בארד...! דורך די צחות האט ער משפיע געווען בסבר פנים יפות.
3. אן אלטע בחור איז געווען אין שול ביי של"ס, און דער רבי האט געהערט ווי ער זאגט אז ער וויל דאווענען פרי כדי צו קענען דאווענען אין אן אשכנזישע ביהכ"נ מוצאי שבת, ווייל דורכן וואך האט ער געהאט יארצייט און דער גבאי וועט אים אוודאי נישט לאזן דאווענען פארן עמוד אלס בחור, ווי מ'האט זיך געפירט אין געוויסע מקומות. האט זיך ר' שימעלע אנגעריפן צום בחור: ווען יעקב אבינו האט מתקן געווען תפילת ערבית איז ער אויך געווען א בחור!
4. זיין טאטע האט אמאל גענומען ר' שימעלע קיין וויליאמסבורג צו א ברית. אינמיטן וועג האט זיין טאטע מאיזה טעם גענומען א צווייטע טעקסי פארן רבין, און ער האט געצאלט פאר דעם. ווען שפעטער אויף פורים איז ער ווידער געווען ביים רבין, האט דער רבי געדענק און האט אים געוואלט צוריקצאלן דעם סכום.
5. וויבאלד מ'האט געהאלטן אין די ראשית יארן אין אמעריקע ווען מענשטן האבן זיך נאך געמושטעט מיט פרנסה, האט דער רבי נישט געלאזט מאכן ביים עולה זיין לתורה קיין מי שברך בעבור שנדר, זאגנדיג ווער ווייסט צי דער יוד קען זיך ערלויבן צו געבן געלט ווען די פרנסות זענען אזוי בצמצום.
6. זיין זון ר' מאיר'ל, האט געעפנט א ישיבה אין ארץ ישראל און מ'האט געזוכט צאמצושטעלן געלט פארן ישיבה, האט איינער זיך אנגערופן אז ס'איז כדאי צו מאכן אזא סארט פרנס יומי, נעמען פון 350 נדבנים אז יעדער זאל געבן א געוויסע סכום געלט פאר די טאג וואס ער איז מפרנס. האט זיך ר' מאיר'ל אנגערופן: די שנת הלבנה ווי אידן פירן זיך, איז נישט מער ווי 354 טעג!
מוראדיגע אמשינובע מעשה!
לכבוד ה' טבת - דידן נצח.לחיים לחיים, זכות הצדיקים יגן עלינו.
איך ברענג דא פון ספר בכל ביתי נאמן הוא [אויף ר' זלמן גורארי ש"ב של רש"ג], עמ' 213
עדות נדירה ומיוחדת... מצויה בעדות הבאה שבמרכזה אישיות גדולה ונשגבה בניו יורק של אותם ימים. היה זה האדמו"ר רבי שימעולה מאמשינוב זצ"ל, שרחש כבוד גדול לליובאויטש, בהכירו אישית את הרבי ואת רש"ג, גם לאדמו"ר מאמשינוב ברור היה כי אין 'מחלוקת' אמיתית בחב"ד.
באחד מלילי היחידות, מספר הרב גרונר, אני מבחין פתאום בדמותו של האמשינובער על מפתן 770, 'אני חייב להכנס אל הרבי', הודיע לי בנחרצות, לא יכולתי להסתיר את האמת, המקום המה חסידים, תור צפוף השתרך, וכולם חיכו לתורם, מהם אנשים שציפו לכך כבר שבועות רבים, 'לא יעזור לכם מהומה', הצהיר רבי שימעלה, 'אני חייב להכנס'.
בהזדמנות הראשונה שנוצרה, לאחר צאת א' החסידים, סיפרתי על כך לרבי, שהורה להכניסו על אתר, רבי שימעלה שהה בחדרו של הרבי כחצי שעה, בצאתו אמר לי הרבי כי ככל הנראה אצטרך להכניסו שנית במהלך הלילה, 'בין גברא לגברא', כלשונו של הרבי. רבי שימעלה אכן יצא ושאל 'וואו זיצט די אלטע רעבעצן', הוא עלה לשם ושב כעבור שעה. או אז שוב נכנס אל הרבי ולאחר שהות ממושכת יצא ונסע לדרכו.
עוד באותו לילה קרא הרבי למזכירו והורה לו: 'בהתוועדות הבאה ישתתף הגיס וישב ליד שולחני, יש להכין עבורו מקום מכובד'.

Buddy
מוראדיגע אמשינובע מעשה!
וואס האט די מעשה מיט ציונות???
אהבת ישראל באמת = אמשינוב, ואידך פירושא היא זיל גמור, ואין בין אוהב עמו ישראל לאוהבי ה' לאוהבי ציון, וכאימרת הגה"ק מסקלען ל"רביה'ק".. מסטמר בדעת הקדושת לוי