☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #8689

אשכול אן א טיטל #8689

275 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8689
בלאט: 1 2 3 4 5 6

ארי נוהם » דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:27 pm

· #441476
[ציטאט אראפגענומען]

ידידנו הבלתי נשכח @אנאנים האט מיר היינט געשיקט דאס פאלגענדע איבער ר' ישראל נח איגר חדב"ן ר' מנחם מאמשינוב:

ווען איך האב געשריבן אז י"א אז ר' מנחם'ל האט געהאט אן איידעם אייגער, איז עס געווען צוליב דעם וואס כ'האב געזען אין געציילטע מקורות אז ער האט געהאט אזא איידעם, אבער ע"פ רוב ווערט ער גענצליך נישט דערמאנט אין ערגעץ. אצינד בין איך אבער קלאר געווארן סיי מיטן פאקט אז ער איז געווען זיין איידעם, און סיי מיטן טראגישן אורזאך פארוואס ער ווערט כמעט נישט דערמאנט, וויבאלד זיין ווייב איז נפטר געווארן ביים געבן געבורט פאר אירע ערשטע קינדער, צווילינג מיידלעך, און זיי אלע דריי זענען אוועק צוזאמען ל"ע.

דאס יאר חנוכה האט די אמשינאווע ליסטע פון 'שיח חסידים' [וואס שיקט כסדר ארום אינטערעסאנטע תורות און סיפורים לבית אמשינוב-ווארקע] ארויסגעשיקט די פאלגענדע מודעה מיט א בייגעלייגטע בילד. קענסט עס ארויפלייגן אויף ק"ש:

בהשגחה פרטית, תוך כדי התעסקות בקדשים בדברי ימי רבותינו הק' נגלתה כעת לנגד עינינו תמונת מצבת ציון הרבנית הצדקנית מרת ברכה יוטא פיגא ע"ה בת כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק רבי מנחם מאמשינאוו זצללה"ה זי"ע ואשת הרה"ח ר' ישראל נח איגר בן כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם איגר בעל 'שבט מיהודה' מלובלין זצללה"ה, אשר נסתלקה בעת לידתה הראשונה יחד עם ב' בנותיה הנולדות, ובשמות נקראו לאחמ"כ, הבכירה חוה והצעירה לאה, תנצב"ה. בהאי יומא רבה זאת חנוכה, אשר חל באותה שנה -תרנ"ז- כבקביעות שנה זו, ביום שני ב' לחודש טבת, ומנו"כ באמשינאוו, לצד 'אהל' זקינה אדמו"ר הזקן הרה"ק רבי יעקב דוד זצללה"ה זי"ע.

וזה נוסח לשון המצבה:

פלגי מים יזלו עפעפינו ירדו כנחל
דמעה עינינו על בתנו האשה
הצנועה בת [טו"ב-?] שנים מרת ברכה
יוטא פיגא תנצב"ה בת הרב מו"ה
מנחם שליט"א נכד' אדומו"ר הרב
הקדוש כש"ת מו"ה יעקב דוד זצוקלל"ה
מפ"ק זי"ע ועכי"א ונכד אדומו"ר הרב
הקדוש כקש"ת מו"ה ישרא' יצחק זצוקלל"ה
מווארקי זי"ע ועכי"א עלתה למרום
ביום ב' זאת חנוכה ב' ימים לחדש
טבת שנת תרנ"ז לפ"ק ונפטרה בשם
טוב פ"ק אמשינאוו יע"א וזאת
מנוחתה פה עם שני ילדי' יחדיו היו
תאומים שם הבכירה חוה תנצב"ה
ושם הצעירה לאה תנצב"ה ינוחו
ויעמדו לגורלם לקץ הימין

📎 מרת ברכה יוטא פיגא ע''ה.jpg
📎 מרת ברכה יוטא פיגא ע''ה.jpg

יהודי פשוט » מאנטאג מערץ 30, 2020 2:59 pm

· #444671
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 30, 2020 5:33 pm

· #444679
און איך האב געהערט אז ער האט ארויס געגעבן א באפויל אז מ'זאל זיך שטארק היטען פון עבאלא וויירוס. א קארני דזשאוק, אבער בעסער ווי די צעטל.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 30, 2020 6:58 pm

· #444686
די שאלה איז נאר וועלכע סאטמארער (אן אנדערער וואלט נישט געשריבן שר"י אויף משטרת ישראל) איז דארט געווען בשעת מעשה עס צו קענען פארציילן...

כלבאשבוע » מאנטאג מערץ 30, 2020 7:58 pm

· #444689
זעט אויס ווי א זיוף

וואס מיינט דאס במענה למשטרת ישראל? ווען און ווי האט ער דאס געזאגט?

בכלל נישט זיין שטייגער

לבי ובשרי » מאנטאג מערץ 30, 2020 9:36 pm

· #444700
אונטערשטע שורה איז אויך פארדעכטיגט...

צפור בודד » דינסטאג מערץ 31, 2020 5:38 am

· #444724
איינער האט געזאגט, אז ער האלט נאך מוצאי פורים...

שבת אחים » מיטוואך אפריל 1, 2020 7:20 am

· #444790
[ציטאט אראפגענומען]


א ניק אויף א וועלט זאגט אז סאיז ארויסגעקומען א הכחשה פון זיין זוהן אן קיין שום פארלעסליכער מקור.
דארף מען נאר האבן אביסל ״אמונה פשוטה״ אין א ניק בלי שם.

איינער מיט קראנטע אינפארמאציע איז וועלקאום.

אונטער חכם » מיטוואך אפריל 1, 2020 9:44 am

· #444795
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]


א ניק אויף א וועלט זאגט אז סאיז ארויסגעקומען א הכחשה פון זיין זוהן אן קיין שום פארלעסליכער מקור.
דארף מען נאר האבן אביסל ״אמונה פשוטה״ אין א ניק בלי שם.

איינער מיט קראנטע אינפארמאציע איז וועלקאום.
עס איז די ווארט פון א ניק אויף אייוועלט קעגן די ווארט פון איינעם וואס האט א קאמפיוטער.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 1, 2020 11:15 am

· #444807
מאך זיכער
שווער צו זאגן אז ער איז אזוי אויסגעפלאגט...

ער איז, ליידער. עם כל הכבוד. לראיה שהוא למעלה מן הזמן. דער צעטל וועגן עבאלא איז סתם א ליצנות...!

בן ישי » זונטאג אפריל 5, 2020 2:04 am

· #445262
בקשו רחמים
📎 Screenshot_20200405-020013_WhatsApp.jpg

כלבאשבוע » זונטאג אפריל 5, 2020 1:45 pm

· #445317
📎 amshinov.jpeg

בן ישי » זונטאג אפריל 5, 2020 3:23 pm

· #445349
בן ישי
בקשו רחמים

ברוך דיין האמת
📎 Screenshot_20200405-152253_WhatsApp.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2020 1:09 am

· #445443
ברוך דיין האמת...!

שאראש-פאטאק » מיטוואך יוני 17, 2020 10:56 pm

· #452023
אמשינוב'ע רבי פון ב''פ וואס איז לעצטענס אוועק
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים מה טיבו? פארוואס האט מען נישט געהערט פון אים ביז היינט ? איז ער געווען קראנק אז מען האט נישט געהערט פון אים ?

בן ישי » זונטאג יוני 21, 2020 12:07 am

· #452285
[ציטאט אראפגענומען]


דא קענט איר ליינען וואס שש (ז"ל) האט געשריבן וועגן די רבי ז"ל און וועגן די ממלא מקום.
אגב איינער האט מער פרטים איבער די ממלא מקום? ער האט לעצטע וואך געהאט א קבלת פנים בבית מדרשו און איז ארימגעגאנגען אויף באזוכען ביי די רבנים.
זעהט אויס ווי אמשינוב בארא פארק גייט צוריק אויפלעבען.

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 3:02 am

· #514705
דאס הייסט א ריכטיגע מנהיג ישראל!!!

ס'איז מיר נאר אינטערסאנט, ווייל אפעציעל איז דאך רצ"מ זילבערבערג א חסיד פונעם אמשינאווער רבי..!? איז דען רצון אבינו שבשמים צו זיין פויבסטליכער פונעם פויבסט?
📎 IMG_20221230_025606_479.jpg

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 9:57 am

· #514710
[ציטאט אראפגענומען]
שכח פארן פעקט טשעקן. איך בין דאך נישט קיין נייעס רופארטער, איך ברענג נאר נאך וואס איך זע...

תרמב » זונטאג יאנואר 1, 2023 4:22 am

· #514751
די מעשה איז לכאורה נישט געשעהן, אבער די לאזונג אזא פאל איז אז אויף מיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות, קען מען זאגן ענדליך, אז מ'פארציילט נישט אזעלכע אהבת ישראל מעשיות אויף ר' צבי מאיר זילבערבערג.... די מעשה וואלט מען נישט פארציילט פארקערט, אז אמשינובע רבי האט נישט געוואלט אריינלאזן קיין מענטשן מיט סמארטפאונס און ר' צבי מאיר זאל זאגן אז מ'לאזט אריין יעדן איד...

מצפצף » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:26 am

· #514764
גענומען פון אייוועלט.
📎 IMG-20221231-WA0001.jpg

די אנדערע זייט » פרייטאג מאי 5, 2023 4:28 pm

· #523887
ס'איז דא א pdf פון אלע אמשינאווע ארטיקלען וואס (שש) אנאנים האט געשריבען?

לייביששרייבער » דינסטאג יוני 20, 2023 1:45 pm

· #529003
געבוירן [בשנת תקל"ט] דורך א ברכה פון ר' דוד'ל לעלובער, איז ר' איציק'ל וואורקער אויפגעוואקסן אונטערן שאטן פונעם לעלובער, און איז דורך אים אנגעקומען צום חוזה פון לובלין. אבער גלייכצייטיג איז ער פארבליבן א פייערדיגע חסיד פונעם לעלובער [דוגמתו מצינו, אז ר' שלמה קארלינער איז געווען א חסיד פון ר' אהרן הגדול פון קארלין, אפילו זיי זענען ביידע געגאנגען זיך ווייקן ביים מגיד פון מעזריטש. באמת איז די דמיון נאך שטערקער, כדלהלן].

ר' דוד'ל לעלובער איז געווען גאר א שטארקער ידיד צום יוד הק' פון פרשיסכא. ביידע זענען געפארן צום חוזה פון לובלין, ביידע זענען געווען רבי'ס מיט חסידים בחיי הרבי שלהם - דער חוזה, ביידע זענען געווען פוילישע [אין קאנטראסט צום ראפשיצער רב וכו' וואס זענען געווען גאליציאנע], דאכצעך מיר אז אויף ביידע איז געווען א שטיקל רוגזה מצד דעם חוזה (און נישט נאר כלפי דעם יוד הק', ווי באקאנט), און וואונדערליך זענען ביידע אוועק אינעם זעלבן יאר [תקע"ד] - בחיי רבם וואס איז אוועק א יאר שפעטער [וכנ"ל, פונקט ווי ר' אהרן הגדול פון קארלין איז אוועק בחיי רבו המגיד ממעזריטש]. זיי האבן זיך אויך משדך געווען: ר' משה'לע לעלובער איז געווען אן איידעם ביים יוד הק'.

דורך ר' דוד'ל לעלובער איז דער יונגער אויפגייענדער וואורקער צדיק אנגעקומען קיין פרשיסכא. אבער דער לעלובער אהבת ישראל, דער מוסטער פון מקרב זיין אידן מיט שמחה, איז שוין קיינמאל נישט אוועק פון זיין מהות. שפעטער וועט דער וואורקער פירן פונקט א פארקערטער הנהגה פון זיין נאנטער ידיד – ר' מענדלע קאצקער. ביידע פון די לייבן ביים יוד הק' און רבי ר' בונם פון פרשיסכא.
ר' משלה לעעלובער האט זיך קיינמאל פאר קיין לעלובער רבי נישט געקרוינט. דער איינציגסטער פלאץ ווי ער האט יא אנגענומען דעם כסא הרבנות איז געוועזען אין א קליין שטעטאלע אין פוילן וואס האט געהייסן פרזדבורז.

ווען דער חוזה און זיין טאטע ר' דודל זענען אוועק איז ער געגאנגען מקבל מרות זיין פונעם רבין ר' בונם פון פשיסחא זי"ע און ווען ר' בונ איז אוועק איז ער געגאנגען מקבל מרות זיין פון ר' איציקעל ווארקער זי"ע

ווען ר' איציקעל איז אוועק האט ער אנגענומען דאס רבנות פאסטן אין פרזדבורז.

כספי » דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:44 am

· #537236
[ציטאט אראפגענומען]
אה! פארצייטישע שקצים, געווען גרייט אוועקצוגעבן זייערע תאוות אבי דער רב זאל זיין מסד"ק, ווי נעמט מען היינט אזוינע שקצים

כספי » דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:47 am

· #537237
[ציטאט אראפגענומען]
לויט ווי איך געדענק און איך מיין אז אזוי שטייט אין ימות עולם איז דאס געווען ביי זיין זון אליינס הרה"ק ר' איציקל זי"ע, ער האט זיך נישט גוט געפילט, און דער דאקטאר האט עם נישט ערלויבט צו גיין אין מקוה, און זיין טאטע האט עם געהייסן פאלגן דעם דאקטאר, האט ער געזאגט אז ער שפירט אז די מקוה איז עם מטהר, האט עם זיין טאטע צוריקגענטפערט כנ"ל, און ער האט ממשיך געווען דער וואורקער זיידע האט געזאגט אז מ'קען זיך טובל'ן וכו', און דער ווארקער זיידע איז געווען א מלאך וכו', עפעס אזוי (כ'האב נישט יעצט תח"י די ספר נאכצוקוקן)

כספי » דינסטאג אקטאבער 10, 2023 4:50 am

· #537238
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב געהערט די מעשה אנדערש, אז זיי האבן עם גענטפערט ס'האט דיר געדוירט פערציג יאר צו עומד זיין אויף די גדלות פונעם אמשינאווער רבי'ן, ס'וועט דיר געדויערן נאך פערציג יאר צו עומד זיין אויף די גדלות פון די אמשינאווער חסידים....
בלאט: 1 2 3 4 5 6