צוליב א געוויסער צוועק, זוך איך יעצט אינפארמאציע אויף דעם מיסטעריעזער מענטש, דער רב ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א. איך קען אים נישט פערזענליך, הגם איך בין שוין עטליכע מאל געווען ביי אים, מיטגעהאלטן זיינע שמועסן וואס איז געווען העכסט באלערנד און פול מיט ידיעות און אינטערעסאנטע ענינים.
לויט דער רושם וואס איך האב אויף אים, הערנדיג פון אנדערע, איז ער א משונה'דיגער גאון, א זעלטנהייט אין דור, ווי אויך א געשמאקער שמועסער, אבער פון די אנדערע זייט איז ער א שווערע מענטש פיל מיט קריטיק און זייער אנגעצויגן. עס קען זיין אז איך האב אים נישט ריכטיג ארויס, אדרבה, איך וואלט געוואלט הערן פון די וואס קענען אים, וואס זיי האבן צו זאגן אויף אים.
איך בין נייגעריג צו וויסן פארוואס זיין ישיבה האט זיך פארשפארט, פארוואס הרב קעפעטש האט זיך ארויסגעצויגן פון דארט. איך דארף וויסן אויב מען קען אים געטרויען אין חינוך ענינים, ווי אזוי קוקן אויס זיינע קינדער, איז ער א פראקטישער מענטש? - וואס איז די געשיכטע ארום דער מענטש.
איך וויל בעטן ווער עס האט א ידיעה ארום דער מענטש, זאל זיך לאזן הערן, סיי אין אישי, ווי אויך דא אין שטיבל.
איך וויל דא מגיב זיין אין דעם אשכול וואס הרב שמעקעדיג שליט"א האט אויפגעמאכט אין יאר 2012 למספ'. דארט שרייבט ר' זר זהב שליט"א (הגם ער איז יעצט אויף די מינוט נישט אקטיוו, איז ער דאך געווען בשעתו ממש דער זר זהב פון ק"ש.)... והנה: די קעפשאן איז געווען אז ער , הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א ...קומט פון פשוט'ע עלטערן...! דער אמת איז אבער אז זיין טאטע ז"ל און זיין זיידע הי"ד זענען געווען גאר גרויסע ת"ח. זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון אוהעלער רב, זצ"ל. ער איז געווען א נהנה מיגיע כפיו, אבער ער האט קיינמאל נישט פארפעלט זיינע שיעורים פארטאגס און ביינאכט. שב"ק און יו"ט האט ער געדאוונט אין קיוויאשד'ער ביהמ"ד. זיין מאמע ע"ה איז געווען א גרויסע מלומדת. אלס יונגל האט ר' יצחק געלערנט אין ת"ת תורה ויראה ד'סאטמאר. אויך אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמאר'ע ישיבה. וואו ער איז געווען פון די מצויינים. ער איז אפילו געווען פאררעכנט פאר אן עילוי...!
זיין פארבינדונג מיט ר' אייזיק קעפעטש שליט"א האט זיך אנגעהויבן בערך אין יאר תשכ"ה-כ"ו, ווען ער איז געווען א תלמיד אין ר' יצחק'ס ישיבה אין וויליאמסבורג. און ס'האט אנגעהאלטן אפילו נאכדעם וואס הרב י"ל האט ארויסגעמופט קיין וואודרידזש.
ער (ר' י"ל) איז אן אויסערגעוויינליכער גאון. ר'איז בקי בכל מקצועות התורה. ממש כמעיין המתגבר. אני הקטן האב אמאל מיטגעהאלטן א דרשה פון הר"ר י"ל, וואו ער האט געדארפט זאגן קורצע דברי הספד. נאר אינמיטן די דרשה האט ער אנגעהויבן אריינצווארפן מאמרים פון ש"ס ומדרשים, רמב"ם'ס און שו"ע. די דרשה געהאלטן א שעה מיט 20 מינוט...! ער איז אויך א שטארקער בעל הסבר. זיינע תלמידים האבן געשפירט א ספעציעלע התקשרות צו איהם. ער איז אויך א מגיד מישרים און דרשן נפלא.
איינס פון זיינע הויפט שוואכקייטן..? איז, אז ער וועט אייביג גיין אקעיגן דעם שטראם. זיינע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן בעיקר אין די צייט פון ברך משה מ'סאטמאר ז"ל. ער האט געמאכט פארשידענע דערקלערונגען וואס אלס תוצאה דערפון האט ער אנגהויבן צו ליידן רדיפות. מ'האט עטליכע מאל פרובירט אונטער צינדן זיין ישיבה אין וואודרידזש. לשיטתו איז ער מקיים דעם "לא תגורו" מיט אלע הידורים...!
מ'זעהט היינט קומען ארויס אסאך ספרי ראשונים וואס אין די פריערדיגע דורות איז דאס געווען באהאלטן. קען זיין אז די באשעפער האט געלייגט די ספרי ראשונים אויף האלד, ס'זאל נישט נתפרסם ווערן כדי אז די גדולי אחרונים זאלן אפשרייבן זייערע חידושים וואס אסאך מאל קומט עס צוליב א קשיא וכדומה וואס ווערט שוין מבואר אין די ראשונים, נאר וויבאלט די אחרונים האבן דאס נישט געזעהן האבן זיי געדארפט מחדש זיין אייגענע חידושים. אויף די היינטיגע חידושים איז די באשעפער שוין מוחל מילא קען שוין נתפרסם ווערן די דברי ראשונים
אהא, הייסט אז דער רבש"ע איז מוחל דעם קצות'נס חידוש.
שעים אן הים.
האסט נישט גוט פארשטאנען. די חידוש פון קצות, האט די רבש"ע געוואלט, האט ער צוגעפירט ס'זאל זיין א טעות הדפוס אין רשב"א כדי די קצות זאל פארענטפערן מיט זיין חידוש. אויף די חידושים פון די היינטיגע לומדים איז ער אבער מוחל, קען שוין נתפרסם ווערן די טעות, וועט מען נישט דארפן אויפטון חידושים ליין איבער
ער רעדט נישט פון 'בלאפער'ס' צו 'ליידיגייער'ס', ער זאגט זאכליכע טענות, וואס מ'קען ארום רעדען. אינטרעסאנט אז מ'באציט זיך צו זיין טיטעל פון הגאון האדיר. האסט אמאל געפרעגט אויף די 'קדושה' פון הרב"צ מבאבוב48 אז מ'רופט איהם אן 'כבוד קדושת'? האסט אמאל געקלערט אויף די רשכבהגות פון דער ברך משה? די רבנות אויף ירושלים פונ'ם דברי יואל? אויפ'ן פה מפיק מרגליות פון ר' ישראל דוד שלעזינגער? אויפ'ן 'געטרייע עסקן' פון ר' משה דוד נידערמאן? אויף דער 'עיר התורה' פון לעיקוואוד? אויף די רבנות אין קלויזענבורג פונ'ם דברי יציב? אויף די 'שחיטה מהודרת' פון קרית יואל? אויף די רעכטיגקייט פון סיי וועלכע בית דין 'צדק'?
פוסטע לאזונגען זענען די נחלת הכלל און זיך פארלייגען אויף דער וואס האט גארנישט אחוץ דעם איז נישט מדרכי החכמה והעדינות. באצי זיך צו זיין ווערטער און דעות און קוק צו ער רעדט צו די זאך.
און אגב אורחא, איך האב געהערט פון איהם א סאך אין לערנען, און ער לערנט גרונטליך און קלאר און ער איז אזוי ברייט אין זיין נייגער אין לערנען ווי אין אנדערע זאכען. ער לערנט ליטווישע און ספרדיש'ע ספרים, ספרים וואס לויפען בכלל נישט אין די אונגארישער דרך הלימוד, הגם ער זעלבסט האט טאקע אן אונגארישער קאפ. איך האב געקוקט אמאל אין זיין ברכת שמואל און דארט האט ער טאקע נישט קיין הגהות, דאס איז אפשר ווייטער פון זיין השגות, אבער בריסקער רב מיט ר' חיים, יביע אומר מיט חזו"א ועוד לערנט ער גוט און פיין.
ליטוואק פון בודאפעסט: איך וואלט דיר אפשר געגעבן א לייק פאר דיין פריערדיגן מאמר. אבער דו ווארפסט צוזאם א קוגל מיט הוריות און בוריות. (קרעדיט: מיין שוויגער בגן עדן תהא מנוחתה( די עצם טהראסט פון דיין מאמר איז זייער פארשטענדליך. אז מענטשן מאכן צומאל הגזמות ווען זיי גייען ארויס פון התפעלות איבער א געוויסע נקודה פון א גדול. אבער א טייל פון די פרטים וואס דו רעכנסט אויס געבן מיר א שטעך אין הארץ. סאררי. למשל וועגן די הגזמות אויף'ן סאטמאר'ע רבי'ן דער בעל דברי יואל. איבער זיין לומדות אדער מידת החסד. לשיטתך איז עס א ביסל מוגזם. אבער די עיקר נקודה איז אז הר"ר יצחק לעבאוויטש שליט"א איז א גאון עולם איז בכלל נישט מוגזם. איבער זיינע אנדערע מידות קענמען זיך דינגען. א גוט'ן שבת...!
אז מ'רעדט פון די ירושלימ'ער רבנות איז טאקע ר' יצחק מקפיד נישט צו געבן די איפרעשן אז די עדה פארטרעט גאנץ ירושלים. ווען ער רעדט פון זיין מחותן ר' יצחק טובי' באטיטעלט ער אים אלץ רב פון די עדה החרדית אין ירושלים. ובכלל איז ער זייער מדייק מיט טיטלען פאר יעדעם
אז מ'רעדט פון די ירושלימ'ער רבנות איז טאקע ר' יצחק מקפיד נישט צו געבן די איפרעשן אז די עדה פארטרעט גאנץ ירושלים. ווען ער רעדט פון זיין מחותן ר' יצחק טובי' באטיטעלט ער אים אלץ רב פון די עדה החרדית אין ירושלים. ובכלל איז ער זייער מדייק מיט טיטלען פאר יעדעם
שמעון וואלף: ווייל ער איז נישט נתפס און נישט פאליטיקלי קארעקט, און ממילא נישט משועבד צו די סאטמאר'ע פראפאגאנדע אז די עדה החרידות, און נאר זיי אליינס פארטרעטן דאס יהדות החרדות אין ירושלים און אין גאנץ ארץ ישראל...!
שלום וברכה אחינו בני עמינו, הערטס א קורצע הערה איבער'ן וואדרידשער רב'ס שמועסן וואס איך האב געהערט פין חד מתלמידיו המבהקים. וזה תוכן דבריו. וויבאלד אידישקייט בכלליות איז היינט נאר משפה ולחוץ, וואס די חיצויניות איז נאך אויפן העכסטן סטאנדערט בבחינת אכשיר דרא, אין א יעדע ברעקל פניומיות האט מען אויסגעטרוקענט עד הסוף, אין יעדע פרט אין יהדות איז אריין בכללוית אין מצות אנשים מלומדה, איז דער יחיד וואס לעבט א חיצוניות אידישע לעבן ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל ווייל ביי אים איז דאך פינקט פארקערט, מער תורה, מער קנאות, מער חסידות, מער התעוררות, מער תפילה, וכו' וכו', אין וויבאלד די כלל פירט זיכט שוין אזוי יארן לאנג אין די סיסטעם פין קהילות אין פין תלמוד תורה'ס, חתונות,יארצייט, אין פין א יעדע דבר שבקדושה ארבעט אויף אזא אויפן, איז אפילו דער יחיד וואס פארשטייט שוין יא וואס ער רעד, קען ער זיך נישט ארויס זען אין זיך אפרייסן פין די חיצוינוית'דיגע כלל, ווייל סוף כל סוף איז ער אנגעבינדען אין די סיסטעם, צי מחמת ער אליינס מיז ציקימען צי זיי וועגן א בית מדרש, צי ת"ת, חתונה זאלן, א.ד.ג. אדער וועגן משפחתו וואס האט נישט זיינע השגות, איז די טבע איז, אז א מענטש וויל נישט טוען א זאך וואס ער אליינס האלט דערקעגן,אויב אזוי קענען זיי אויך נישט פארנעמן זיינע ווערטער, איז נאר א מענטש וואס קען פארנעמן צי וויסן וואס איז ריכטיג אפילו ער קענן עס נישט דורכפירן, ער קען זיין נאנט מיט אים, אין ריכטיג מקבל זיין פין אים פין זיין אנדערע מעלות אויך.ודוק כי קצרתי מאוד, ועוד חזון למועד
ווי אזוי וואגט ער זיך צו רופען אזעלעכע מענטשען בשר ודם בשעת וואס זיי זענען נושא בעול וכל בית ישראל נשענים עליהם יותר מכפי יכולתם עד כדי כך זיי קענען נישט מישען זייער אייגענע בלעלטער פון סידורים די מאסעלס קענען שוין נישט דערהייבן די פרעשור פון עפענען טירען און מוזען כסדר יאגען צו ווארימע ערטער מחמת טעמי הבריאות זייער צונג פארנעמט שוין מער נישט קיין פלעסטיק און זייער הויט פארנעמט לאנג שוין נישט קרייצעדיגע וואל און ער רופט זיי נאך בשר ודם?
ר' יצחק לעבאוויטש פון וואודריזש האט אנגעווינטשן איינעם פורים, אז ער זאל אין זיין לעבן נישט האבן קיין גרעסערע עגמת נפש ווי ר' זלמן לייב האט געהאט ווען בעלזער רבי האט אויף גענומען נתני' Cp
כ'האב נישט געהערט זיין דרשה ביים משתה היין אבער די תמצית האב איך איבערגעהערט. בסה"כ האט ער געזאגט אז איינער וואס גלייבט נישט אז סאטמאר האט געקענט מאכן א טעות איז עס קעגן די יסודות הדת וואס סאטמאר רב האט אוועקגעשטעלט. סאטמאר רב האט כסדר איינגעפרעדיגט ביי זיינע מענטשן אז מ'זאל נישט פארגעטערן קיין בשר ודם און ווען איינער פארקויפט אז ער איז ממשיך זיין דרך דארף מען צום ערשט וויסן טאמער האלט ער אז ס'קען זיין אז ער האט זיך טועה געווען (נישט אז ער האט זיך טאקע טועה געווען)
איך האב געהערט נאך סוכות, אז א איד איז געגאנגען זיך געזעגענען פון סאטמאר רב אסרו חג סוכות און ער האט געהערט ווי דער סאטמארער רב באוואשט איינעם אינעווייניג. יענער איז געווען א מלמד אין סאטמאר חדר און דער סאטמארער רב האט געהערט אז יענער האט געזאגט פאר די קינדער אז דער רבי איז געפלויגען אין די לופט ביים נענועים שמח"ת, און דער סאטמארער רב האט איהם דערפאר באוואשען.
ליטוואק פון בודאפעסט: ער האט אויך נישט געגלייבט אין די אלע פאלשע אויסגעטראכטע מעשיות איבער די תלמידי הבעש"ט. ר' יצחק לעבאוויטש איז א ביסל מעין זה. ער קען נישט סובל זיין די פאלשע אויפפאסונגען פון עולם/גולם...!
כ'האב הנאה צו זען ווי דער נייער "וועקער" מאכט א שמועס איבער הרב יצחק לעבאוויטש, איך מיין אז עס איז צייט אנצוהויבן א דיסקוסיע איבער דעם מענטש.
טייל רעדן פון אים ווי אן עפעס אן אויסערגעווענליכן דמות, אויך פון מיין טאטן קען איך הערן אן אויסערגעווענליכע הערצה איבער דעם מענטשן ווי צו באטאנען "רבי יצחק איז עפעס אנדערש." איך בין נייגעריג צי איינער האט אין די לעצטע צענדליגער יארן געהערט פון אים א שיעור איבער א נושא אין ש"ס, אדער סתם אזוי א רייכן שיעור אין תורה? ווען האט ער דאס לעצטע מאל אפגעשריבן א תשובה צי פארעפנטליכט א מאמר אין א תורה'דיגן קובץ? געהאלטן א נארמאלע דרשה אין דער עפנטליכקייט, צי עטליעסט באשיינט עפעס אן אפיציעלע מאורע, כ'וואלט אפילו געסעטלט פאר לעס, סיי וואס ער גיט צו פאר מענטשהייט אדער די געזעלשאפט.
איך בין נישט באקאנט איבער דעם פערזענליכקייט צופיל, סך הכל וואס איך ווייס פון אים אז ער וואוינט זיך ערגעץ אין א מדבר אן קיין מנין און איז נישט צופיל עוסק בישובו של עולם, און טוט נישט גארנישט קאנסטראקטיוו מיט זיינע טעג און יארן, סיידן בלאזן אויף דער גאנצער וועלט. כסדר קומען אן פון זיין פאבריק פרישע סארקאסטישע וויצן -- אויף א ניווא פון א שאול יצחק ראבינאוויטש איי קיו -- און "רענטס" אויף אלץ און אלעמען אז גארנישט און קיינער איז נישט גוט, אויסער דער איינציגער אמת'ער אמת שאין אמת כמוהו, מורינו ר' יצחק לעבאוויטש.
כ'האב לעצטנס איבערגעבליקט דעם "דולה ומשקה" א ליקוט פון מאמרים זיינע וואס א זון האט ארויסגעגעבן, און האט מיך אויך נישט איבעריג אנטציקט מחמת כמה וכמה טעמים. עס איז נישט פון שרייבערישן אדער תורה'דיגן קאליבער, עס איז נישט רייך, כ'האב נישט דארט געטראפן גארנישט אפילו נישט איין אריגינעלע פשט אין אן אגדה פון חז"ל אדער אפילו איין גוטן מראה מקום אין א תשובה ספר פון א קדמון, עס איז נישט היסטאריש אויסגעהאלטן, סך הכל מישט ער און חושט ער איבער דאס און יענץ מיט זייער א שמאלן בליק, און רעגט זיך צוזאם אויף פחים קטנים, אז נאר אונגארישע רבנים האבן געמעגט עפענען מוסדות נאכ'ן קריג, ווייל זיי האבן דעם האלי גרעיל "מסורה", משא"כ די וואס שטאמען פון טשערנאבלער גזע; אדער אז "דער איד" איז א טריפה'נע צייטונג. איי מין קאם אן, דאס זענען די וויכטיגסטע ענינים פונ'ם סדר היום, צי "דער איד" איז יא אדער נישט א גוטע צייטונג? ווער קוקט בכלל אויף דער איד? וועלכע אימפאקט האבן זיי? ביי וועמען שפילן זיי א ראלע? ס'איז סך הכל א וועכנטליכע צייטונג מיט אביסל נייעס און קהלה באריכטן. וועיק אפ מיי פרענד.
שיעור פארגעסן, דער "דולה" אנטהאלט צוויי לענגערע הסכמות פאר יונגעלייט וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים אויף "דרוש", דאס איז דער חלק אין תורה וואס דיסקוטירט ווי פרעה האט געהאלטן ווי ריש לקיש און משה רבינו ווי רבי יוחנן.
האפנטליך וועט ליטוואק לייזן מיין מיסטעריע ארום דעם גברא און אז זיין לעבן און שאפן, זענען יא דברים של מה בכך.
דו מישסט אויס פיהל נושאים. כ'מיין 'באשיינען אן אפיציעלע מאורע' איז יא אן עוסק בישובו של עולם.
ער זאגט נישט קיין שיעור אין הלכה און ער שרייבט נישט קיין תשובות. זיין היקף און ברייטקייט אין אגדה איז אבער עפעס אנדערש. קענסט איהם אויסהערן אויף קול הלשון, אויף דער נומער פון 'חומש מיט רמב"ן'. יא, וועסט דארפן איינשלינגען אביסל די קנאות און די לאזונגען, אבער דער עין פקיחא קען ארויסנעמען די גוטע חלקים און נישט משפט'ן א צוויי שעה שיעור פון די פאר ווערטער אין אנהייב און צום סוף.
דולה ומשקה איז נישט וויכטיג. קוק די הקדמה\הסכמה צום חשב האפוד אויף מורה נבוכים פאר עפעס טיפער.
חצוצרות: די שורה פון דיין לעצטן פאראגראף אין דיין רעענט, איז אויסגעקומען פונקט דער היפוך פון וואס דו האסט געוואלט זאגן.
יעצט פארשטיי מיר פשט וואס רש"י הק' זאגט אז ..."שנאה מקלקלת את השורה"... דיין שטויס צו נעגאטיוויטעט האט פארדארבן די לעצטע שורה פון דיין מאמר. ס'איז געווארן ונהפוך הוא...ואידך פירושא. זיל גמור...!
@חצוצרות זייער ראנג אראפגעלייגט זיינע מאמרים אין זמני השנה ומדי שבוע בשבוע איז מלא תוכן, ער האט פילע תלמידים שוין מעמיד געווען די לעצטערע תקופה איז שוואך געווארן בכלל דאס גיין לערנען ביי א פרטישער רב און תופס ישיבה אלעס גייט קאמערשעל, איז די וואדרידזשע רב פארווייטאגט אויף דעם אז די וועג פון איבערגעבן מרב לתלמיד איז היינט נישט קיין מציאה מער.
@ליטוואק פון בודאפעסט די רב האט א רייכע היסטאריע פון זיינע אינגע יארן ווען מען האט אים איבערגעגעבן תיכף נאך זיין חתונה מדריך צו זיין די עלטערע קינדער על דרך התורה, ער האט יענע יארן אסאך גיטע תלמידים אוועקגעשטעלט.