☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

291 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8523
בלאט: 1 2 3 4 5 6

איש את רעהו » מאנטאג אפריל 3, 2017 6:52 pm

· #368040
די הפטורות נישט ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 4, 2017 12:17 pm

· #368097
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אז מ׳האט שוין געהאט צייט צו ליינען און רע׳אגירען, וואלט איך הנאה געהאט צו הערען פון דער עולם וואס מ׳האט צו זאגען אויף מיין ארטיקל. ס׳אזי באמת דא צוויי אשכולות אויף הרב יצחק אין שטיבעל, מ׳קען צולייגען ווי מ׳וויל.
טאמער איינער האט ביאגראפישער דיטעילס, וואלט איך אויך הנאה געהאט, איבערלעבעניש׳ן פון תלמידים, זכרונות פון זיין יונגער יארען ועוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 4, 2017 10:05 pm

· #368125
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איך מוז זיך אנטשולדיגען. די נומער פון דער רב׳ס אפטיילונג אין קול הלשון איז א טעות. דער אמת׳ער נומער איז 718 906 6428 ודלא כמו שכתוב, ואתכם הסליחה.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 8:40 am

· #368228
איין נקודה איז שטארק פארזעהן געווארן ביים באשרייבונג פון @ליטוואק פון בודאפעסט
ווי שטארק די רב מיטן אש קודש טוט ערווענען זיינע געדאנקעןגאנג פאר א צווייטען וואס ליגט אינעם פראבלעים
עכ"ז טוט די רב מיט אויסערגעווענליכע ליבשאפט יענעם אנצייגן די ריכטיגע מיינונג וואס א איד דארף וויסן, און ווערט נישט יענעם'ס פערזענליכע קעגנער.

וועגן די צייט ווען חסידי באבוב האבן געמאכט א קרעמל ארום דעם רב
דאס איז געווען אין די צייט צווישען נ"ט און די קומענדיגע בערך 10 יאר וואס באבוב האט שוין נישט געהאט מער דעם שטארקער און געזינטער מנהיג וואס זיי האבן געהאט אין זייערע פריערדיגע יארן
האט זיך א גרופע איידעלע אינגעלייט ארויסגעלאזט אויף די כדור הארץ זיכען ערגעץ ווי צו שעפן פון א באר מים.
..


די פוינט פון זיין קשר צו די תלמידים, און וואס די תלמידים זאגן איבער אים וואלטסטו מער געקענט באשרייבן
אבער אוועראול האסטו זיינע פוינט'ס אייזן אראפגעלייגט
האסטו שוין עפעס צוריקגעהערט וויאזוי די רב האט רעאגירט צום ארטיקל אינעם וועקער ?

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 9:05 am

· #368230
ליטוואק פון בודאפעסט
דו מישסט אויס פיהל נושאים. כ'מיין 'באשיינען אן אפיציעלע מאורע' איז יא אן עוסק בישובו של עולם.

ער זאגט נישט קיין שיעור אין הלכה און ער שרייבט נישט קיין תשובות. זיין היקף און ברייטקייט אין אגדה איז אבער עפעס אנדערש. קענסט איהם אויסהערן אויף קול הלשון, אויף דער נומער פון 'חומש מיט רמב"ן'. יא, וועסט דארפן איינשלינגען אביסל די קנאות און די לאזונגען, אבער דער עין פקיחא קען ארויסנעמען די גוטע חלקים און נישט משפט'ן א צוויי שעה שיעור פון די פאר ווערטער אין אנהייב און צום סוף.

דולה ומשקה איז נישט וויכטיג. קוק די הקדמה\הסכמה צום חשב האפוד אויף מורה נבוכים פאר עפעס טיפער.


ווי קען מען באקומען די צוויי ספרים?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 10:24 am

· #368233
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אין יענער הקדמה\הסכמה זעט זיך כל מיני אינטרעסאנטקייטען, ווי למשל דער צושטעל פונ׳ם ראפשיצער רב צו הרב שך מיט׳ן בריסקער רב.

דער עיקר וואס ס׳זעט זיך דארט אין הקדמה\הסכמה איז א. א פארשטאנד צו די עניינים וואס פלאגען פיהל יונגעלייט, ועוד והוא העיקר, א פונדעמענטאלע גאנג דאס צו לעזען, צוריק ביי די שורשים. דער נשמה וואס פיהלט ליידיג וועט זיך נישט אנפיהלען פון א שבת התוועדות און ווארמע זמירות מיט הייסע קוגעל. דאס קען, אויפ׳ן בעסטען אופן, אפשטופען דער בראך א פאר יאר. א גרונטליכע זעלבסט איבערבוי קען אפשר יא עפעס אויפטוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 10:48 am

· #368234
ווי שוין געשריבן דא, איז דער ארטיקל אויף הרב לעבאוויטש אינעם ״וועקער״ מלא תוכן, א געוואלדיגער ארבעט דורך מיודענו @ליטוואק פון בודאפעסט.

אלץ איינער וואס איז נישט געווען באקאנט מיט הרב לעבאוויטש נאר דרך אגב׳דיג, איז מיר געווען שטארק אינטערעסאנט צו לערנען מער איבער דעם רב, זיין מהות און השקפה.

וואס חידוש׳ט מיר נאכ׳ן ליינען דעם ארטיקל, איז וויאזוי אזא כלי איז טאקע אזוי פארווינקעלט ומונחת בקרן זוית, כ׳פארשטיי אז ער איז אן אייגנארטיגקער מענטש און ער שפילט נישט מיט מיט׳ן געווענליכן סיסטעם וואס פאבריצירט און ברענגט אנהענגער, אבער דאך איז שווער אנצונעמען אז ער איז באמת נישט אויסן צו פארברייטערן זיין השפעה און ס׳איז באמת משמע אז ער שעפט דוקא יא הנאה אז מ׳קומט אים אויסהערן.

דאס אז ער האט זיך אפגעזונדערט און געפינט זיך אין א מקום תוהו (צוזאמען מיט׳ן פאקט אז ער פארמאגט ווארשיינליך קנאפע סאשעל סקילס) איז טאקע דער פשוט׳סטער ענטפער, נאר מ׳קען קלערן צו דאס איז בעצם דער גורל פון רוב אנדערע געלונגענע פערזענליכקייטן (יוצאי קהילת סאטמאר און אויך אין אנדערע מקומות) וועלכע האבן נישט געשפרייזט פונקטליך מיט׳ן שטראם און די פארטיי ליניעס, אדער איז דאס מער א תוצאה פון נקודת האמת אז ער זוכט נישט קיין כבוד און ער איז בלתי לד׳ לבדו.

נאך א נושא וואס כ׳האב געוואלט ליינען מער איז זיין פארבינדונג מיט אנדערע גדולי הדור. למשל, אינעם ארטיקל איז דא א בילד פון אים און דעם ירושלימ׳ער רב (דא אינעם אשכול ווערט דערמאנט אז זיי זענען מחותנים), אבער ס׳ווערט נישט אויסגעשמועסט צו ס׳הערשט א הערכה הדדית צווישן אים און אנדערע פערזענליכקייטן און אזוי אויך אויף פארקערט (עכ״פ פריוואט).

בכל אופן, איז דאס גאר א באלענדער ארטיקל און מייסטערליך געשריבן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 10:56 am

· #368235
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
זיין סאושעל סקילס זענען נישט צופיהל ערגער ווי אסאך רבנים פון שטיבלעך. ר׳ מרדכי בצלאל איז עפעס בעסער ווי איהם?

איך מיין אז ער איז אביסל בעפאר זיין צייט. ווען ער איז היינט פערציג יאר אלט און ער גייט ארויס פון שטאט, וואלט ער געהאט א שטיקל עולם אויך. נאר מ׳קען נישט בויען א שטעטל אויף א שיטה. מ׳דארף די גשמיות׳דיגע ברויכונגען צוזאמען מיט דעם, און ביז דער עולם האט איינגעזע׳ען אז די גשמיות אין שטאט איז א פראבלעם האט גענומען צייט. אין תשנ"ה, צען יאר נאך זיין ארויפפארונג, איז דער מצב נאך נישט גענוג ענג געווען. ווען ער האט דען א קינד צו אן איידעם וואס איז אן איש המעשה, מיט צוויי דריי יונגע בעלעבאטים, וואלטען זיי אפשר היינט געקענט עפעס מאכען. אבער דעמאלס וואלט מען געדארפט אסאך שכל אויפצובויען די אנשטאלטען מיט א ברייטע פאראויסקוקענדיגע בליק, ווארום אז מ׳בויט אלס פונדאסניי, נישט פארלאזענדיג אויף די אלגעמיינע מהלך הרחוב, דארף מען די שכל פון צען מענטשען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שיח ושיג » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 12:13 pm

· #368237
פאר אלע וואס ווילן וויסן, ער וואינט היינט אין וואודריזדש נישט ווייל ער וויל, אז ער האט נישט קיין ישיבה, וויל ער גערן צוריקמופן לכלל ישוב, אבער עס איז נישט אזוי פשוט, עס איז זייער א שווערע זאך מחמת כמה סיבות.
לויפטס אין זייטס נהנה פון דעם יוד, ווילאנג ער איז דא מיט אונז.
די אלע וואס וואס זענען בועט אין אלעס וואס מ'האט זיי געלערנט, ווייל זיי שפירן אז מ'האט זיי געפיטערט שטותים, וועלן זיך מחי' זיין מיט דעם יוד, מ'טרעפט ביי אים חירות הדעת פון אלע נערישע שעבודים, אין מ'פירט צוריק צו עצם התורה. אן דארפן מחמת וועלן זיין אויפגעקלערט אריינקרוכן אין אלעס וואס איז היילגי ביי אונז

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 4:02 pm

· #368259
זיין מיינונג וועגן אינטערנעט וואלט געדאפט אריינגיין אינעם ארטיקל

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 4:04 pm

· #368260
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אדרבא, שרייב דו. קיינער האט נישט קיין מאנאפאל אויף איהם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 4:06 pm

· #368261
ביניך דען אזא שרייבער ווי דיר? כהאב דערווייל נישט געפינעם אין קלייט אזא גיטע פעדער וואס די האסט

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 4:08 pm

· #368263
ער האט נאך מיט יארן צוריק מיר געזאגט
ווען די רבנים ומנהיגים זאלן ווען פירן פריוואט קליינע שטיבלאך און אריינגעבן א חיות און א אש קודש אין תורה ומצוות, וואלט קיינעם נישט אזוי געארט דעם שינוי במציאות העולם אז די וועלט ווערט עדווענסד און פארגעשריטן מיטן טאג טעגליכען לעבן.

יעצט אז די הנהגה און מסירת התורה ווערט נישט געהעריג פראקטיצירט
שלאגט מען זיך מיט די נייע מציאות וואס די וועלט קען נאר עקזיסטירן דורך פארגעשריטענע קאמיוניקאציע

יודישע שרייבער » פרייטאג אפריל 7, 2017 1:32 am

· #368322
איש את רעהו
ער האט נאך מיט יארן צוריק מיר געזאגט
ווען די רבנים ומנהיגים זאלן ווען פירן פריוואט קליינע שטיבלאך און אריינגעבן א חיות און א אש קודש אין תורה ומצוות, וואלט קיינעם נישט אזוי געארט דעם שינוי במציאות העולם אז די וועלט ווערט עדווענסד און פארגעשריטן מיטן טאג טעגליכען לעבן.

יעצט אז די הנהגה און מסירת התורה ווערט נישט געהעריג פראקטיצירט
שלאגט מען זיך מיט די נייע מציאות וואס די וועלט קען נאר עקזיסטירן דורך פארגעשריטענע קאמיוניקאציע

@איש את רעהו, דאס האלט ער איז דער פראבלעם, וואס איז זיין לעזונג דערצו למעשה (אויב ער האט א שיטה דערויף, לכאורה יא)?

חיים'ס ישיבה » מיטוואך מאי 10, 2017 7:32 pm

· #370529
די וואדרידזער רב האט גערעט ג' אמור איבער דעם וואס מען באשרייבט אים, אין איבער די מימרות וואס מען זאגט נאך פין אים אויף די גאס.
מען קען עס הערן אויף זיין האטליין 718-906-6428, אנהייב #4

ארי נוהם » מיטוואך מאי 10, 2017 7:50 pm

· #370532
כ'האב נישט עכט קיין נערוון אויסצוהערן א גאנצע דרשה, נאר אויף צו הערן וואס ער רעדט וועגן זיין באשרייבונג.

איינער קען ביטע אראפברענגען תמצית דבריו? שווער צו גלייבן אז ער האט נישט געמאכט קיין מצב דערפון...

@ליטוואק פון בודאפעסט


---
אגב, ר' יצחק איז געוואויר געווארען ווער דער כותב איז? ער האט געכאפט דיין אידענטיטעט? דו האסט נישט מורא געהאט פון זיין ריספאנס?
ביטע טייל מיט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 10, 2017 8:08 pm

· #370535
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
לעצטענס הער איך איהם אביסל אפטער אויפ׳ן טלפון, אבער נאר די חורש"י רמב"ן תורה׳ס.


יעצט געהערט דער אנהייב. ער זאגט אז ער איז נישט אחראי אויף וואס ס׳דרייט זיך ארום בשמו, און מ׳האט איהם נישט געפרעגט און מ׳האט זיך נישט פארבונדען נישט מיט איהם און נישט זיין קינדער וועגען די ארטיקל. ער בעט זיך אז די וואס ווילען דרוקען זאלען עס נישט טוהן על דעת עצמם, נאר קודם רעדען מיט זיין קינדער וכדו׳, כדי נישט מסלף צו זיין. ער זאגט אויך אז ער האט עס נישט געליינט.

זיין עיקר איז אז ער איז אוועילעבעל צו רעדען מיט יעדעם, אן caller id און ער בעט נישט קיין נעמען און מ׳קען הערען דירעקט פון איהם (אין ישיבות זאגט מען ׳דער מחבר לעבט נאך׳). ער וואלט געוואלט אז מ׳זאל קומען לערנען ביי איהם סוגיות עמוקות, און דערצו קען ער צולייגען די יסודות אין אידישקייט לויט ווי ס׳פעלט אויס, און נישט אויף דער אופן ווי ס׳איז געשען.

ווען ער וואלט עס געליינט און גענאט טענות, וואלט עס מיר פארדראסען. אזוי איז עס מיר נישט נוגע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ארי נוהם » מיטוואך מאי 10, 2017 9:19 pm

· #370552
נו, כהאב שוין געמיינט אז סוועט קומען אזאנס און אזעלעכס. אזא פארווע תגובה פון לעבאוויטש פאסט גארנישט פאר עם...

א נאר דארף ער אבער יא זיין עס נישט צו ליינען, ווייל אפילו אויב סוואלט געווען געשריבען איבער א צוויטע פערזענליכקייט, וואלט ער עס אויך געמעגט ליינען צוליב זיין געשמאק אין טראכטען אויסער די באקס, וכ"ש דא אז דער מדובר איז ער זעלבסט.

בן אדם » מיטוואך מאי 10, 2017 10:21 pm

· #370568
איך פארשטיי גראדע פארוואס ער וויל עס (נאכנישט) ליינען.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:58 am

· #370602
איש את רעהו
איין נקודה איז שטארק פארזעהן געווארן ביים באשרייבונג פון @ליטוואק פון בודאפעסט
ווי שטארק די רב מיטן אש קודש טוט ערווענען זיינע געדאנקעןגאנג פאר א צווייטען וואס ליגט אינעם פראבלעים
עכ"ז טוט די רב מיט אויסערגעווענליכע ליבשאפט יענעם אנצייגן די ריכטיגע מיינונג וואס א איד דארף וויסן, און ווערט נישט יענעם'ס פערזענליכע קעגנער.

וועגן די צייט ווען חסידי באבוב האבן געמאכט א קרעמל ארום דעם רב
דאס איז געווען אין די צייט צווישען נ"ט און די קומענדיגע בערך 10 יאר וואס באבוב האט שוין נישט געהאט מער דעם שטארקער און געזינטער מנהיג וואס זיי האבן געהאט אין זייערע פריערדיגע יארן
האט זיך א גרופע איידעלע אינגעלייט ארויסגעלאזט אויף די כדור הארץ זיכען ערגעץ ווי צו שעפן פון א באר מים.
..


כ'האב געהערט אז רב"ץ מ'באבוב 48 שיקט זיין מיידל סקול הערן א שמועס פון וואדריזשע רב ווען זיי פארן ארויס פאר א שבת התוועדות אין די קעטסקילס

כלבאשבוע » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:44 pm

· #370709
ארי נוהם
כ'האב נישט עכט קיין נערוון אויסצוהערן א גאנצע דרשה, נאר אויף צו הערן וואס ער רעדט וועגן זיין באשרייבונג.

איינער קען ביטע אראפברענגען תמצית דבריו? שווער צו גלייבן אז ער האט נישט געמאכט קיין מצב דערפון...


ער זאגט נישט גארנישט

און מדארף קענען סובל זיין צמצום און פארקנייטשקייט אים בכלל אויסצוהערן

מפוזרי » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:56 pm

· #370713
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איך האב אויסגעהערט. אלץ וואס ער זאגט איז, א באווארענונג מען זאל נישט מיינען אז ס'איז געשריבן געווארן אפיציעל מטעמו.
פירוש: ער האט עס געזען און ס'איז אים פיין געפאלן, ער שרייט נישט אז מ'איז מסלף, אבער זאג נישט אז איך האב עס ענדארסט און האלט מיך נישט עקאונטעבל דערויף.

מ'דארף פארשטיין זיינע ווערטער, ער איז פארט אן אונגארישער רב.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 3:36 pm

· #372643
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יעצט אויסגעהערט א שטיקעל זיינער. ער רעדט וועגען די היינטיגע בעלי השקפה און מעוררים, וואס קומען להחיות לב נדכאים און פיהרען זיי אין אן עקסטאז פון למעלה מעשרה טפחים, מיט מדרגות און השגות. ער זאגט אז למעלה מעשרה טפחים איז א מקום פטור, ווי מ׳האט שוין נישט קיין חיובים. די סארט מחזקים העלפען נישט מקיים זיין מצוות נאר זיך פטר׳ן פון מצוות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » זונטאג מאי 28, 2017 5:05 pm

· #372675
כ'האב נישט לאנג צוריק געליינט די ארטיקל. ס'איז א שיינע ארבעט. און איך זע פארוואס א סאטמארע אינגערמאן וואס פאנגט אן צו ווערן אויפגעקלערט זאל ווערן פארכישופ'ט פאר עם.

און אגב, די ווארט וועגן די מופתים ווערט שוין געברענגט אין בוצינא דנהורא פון דער רבי ר' ברוכ'ל ממעז'ביזש זי"ע.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 5:33 pm

· #372694
זיינע ווערטער גילטען אויף אלע פארטייען. יעדער וואס לאזט זיין אידישקייט אונטערטעניגט אונטער א זייטיגע נאמען איז אין די זעלבע פעקל. אוו נישט נאר די אידישקייט, נאר די גאנצע מענטשליכקייט. פאר פארטיי איז מען גרייט זיך אפצושינדען די גאנצע צלם אלקים, עיי"ש.

דאס זאץ "פארטיי ראטעוועט אידישקייט" הערט מען איבעראל, און זיין טענה דאקעגען גילט איבעראל.

ער איז נענטער צו א סאטמארער ווייל דארט איז זיין אפשטאם, אבער ער האט שוין מער ווי פערציג יאר גארנישט צו טוהן מיט זיי. ער וואשט זיך נישט כ"א כסלו און ער פארלעשט די לעכט כ"ו אב (במו עיני ראיתי). ער זעט נישט קיין 'מסורת בית פרעשבורג' פון חת"ס צום כת"ס, נאר צוויי גדולי ישראל וואס זענען פערצופאל טאטע און זוהן.

בכלל, זיין בליק איז פיהל ברייטער ווי זיין אפשטאם, וכמבואר שם.

חיים'ס ישיבה » מאנטאג מאי 29, 2017 7:33 pm

· #372838
די ריינקייט פין א יעדע שעבוד אין פין יעדע שיטה אין דעה פרטי איז נישט זיין חידוש, די אלע לעצטיגע רבנים וואס זייער אפשטאם איז נישט געווען פין חסידים זענען אלע געווען ריין אין משובד נאר צי די כללות'דיגע אידישקייט אין געזאגט וואס זיי האבן געהאלטן אז עס ריכטיג, איינער שארפער איינער ווייעכער אין בדרך כלל זענען זיי געווען רבנים פין די אונגערישע אפשטאם. די אלע שיטות אין שעבודים שטאמען פין די המון עם חסידים

וואלווי » מאנטאג מאי 29, 2017 7:51 pm

· #372839
אדער יא אדער ניין.
ב"ש איז דא אין אלע קרייזען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 8:48 pm

· #372842
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
פארטיי מיינט אז דער שעבוד צו דער זאך איז אין פלאץ פון שעבוד צום תורה.
אין ישיבישע קרייזען איז אויך דא ב"ש, אמת. אבער דאס איז ווייל די הוגי דעות זענען אפט שוטים, און דעריבער רעדען זיי קטנות מיט טפשות.
דאס שעבוד צום פארטיי העכער ווי דער פארטיי׳ס ציל אין דער עולם הישיבות איז נאר אין לעיקוואד. און דאס איז פאר איין סבה, דאס ירשנ׳ן די פאסטען. (ס׳איז דא א שטארקע ווידערשטאנד אין לעיקוואוד, מער ווי סיי וועלכע פאסטן ירושה) דאס ירושה איז דער אבי אבות הפראבלעם. ירשנ׳ן א ביהמ"ד, צו א קליין שטאט ווי מ׳ווייסט לכתחילה אז מ׳דארף אנפרעגען ביי די גרויסע, דאס איז בסדר. אבער ירשנ׳ן א שטעלער וואס מיינט מושל בכיפה איז דער אבי אבות פון די פראבלעם.

חסידים זענען נישט ערגער ווי א צווייטען, נאר זיי האבען אנגעהויבען דער מנהג גיהנם פון ירשנ׳ן אלע כוחות, אלע מעלות, אלע רוה"ק׳ר, בלויז צוליעב געבורטס אומשטענדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שיח ושיג » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:28 pm

· #382639
א חלק פון א לעצטיגע דרשה וואס איינער האט זיך גענומען די מיה און אראפגעשריבן לכבוד די צווי יארצייטן פון בעלזער רב און סאטמאר רב
📎 יום ה עקב תשעז (1).pdf

טמיר » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:54 pm

· #382693
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער

חיים'ס ישיבה » זונטאג אוגוסט 20, 2017 10:28 am

· #382873
טמיר
שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער

הער עס אויס אויפן טעלעפאון וועסטו עס אפשר בעסער פארשטיין. אבער דארפסט זיך אויסטוען פין אלע צומצומים, אין אזוי עס אויסהערן, אין נאכדעם קענסטי זאגן דיין מיינוג.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:20 am

· #382948
טמיר
שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער


וואס איך נעם ארויס דערפון בקיצור איז אז סאטמאר רב האט געהאלטן פון אלע תרי"ג מצות און ד' חלקי שו"ע, לאפוקי פון די וואס ווילן זאגן אז אלעס דרייט זיך בלויז ארום שלש שבועות

שיח ושיג » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:12 pm

· #383031
צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב
קול חומת הדת
7183628800
דריק
1-4-3-1-5
נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:29 pm

· #383034
ער דערמאנט דארט דער וועקער! מ'דארף איהם נאר דערמאנען אז איך בין נישט קיין אפגעפארענער חסיד, איך האב גארנישט מיט זיי מעיקרא.

ס'איז א נחת צו הערן זיין שפראך, דער היתול וליצנות מיט א וויינענדיגע שטימע.

diff » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:09 pm

· #383036
ביזט פארט פון בודאפעסט
אויפן מאמענט רעדט ער דארט פריער סאך ערגער

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:29 pm

· #383039
שיח ושיג
צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב
קול חומת הדת
7183628800
דריק
1-4-3-1-5
נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6


5-1-3-4-1
אדער פארקערט
איך קען נישט אנקומען

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:02 pm

· #383051
Omg
אפשר איז דאס די בירגער קריג וואס די רימנוב'ע רבי האט פאראויסגעזאגט.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:58 am

· #383067
diff
ביזט פארט פון בודאפעסט

און דו ביסט פון?

שיח ושיג » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 2:24 pm

· #383110
שיח ושיג
צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב
קול חומת הדת
7183628800
דריק
1-4-3-1-5
נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6


דער וואוידריזשער רב רעאגירט אויף די ווערטער פון ר' מנשה פילאפף זייער שיין
718-906-6428
#4
#201

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:18 pm

· #383115
@שיח ושיג געב איבער צו מו"ר מ'וואדרידזש אז סניש קיין עסק דאס פירן ויכוחים אויפן טעלעפאון הין און צוריק.

diff » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 5:28 pm

· #383129
זאלר קומן דא זען וויזו צו בורטשן בלי טעם

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:06 pm

· #383161
שיח ושיג
דער וואודריזשער רב רעאגירט אויף די ווערטער פון ר' מנשה פילאפף זייער שיין
718-906-6428
#4
#201


כ'האב יעצט אויסגעהערט, טאקע זייער שיין

שיח ושיג » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 3:37 pm

· #383203
נאך א דרשה וואס איינער האט אפגעשריבן
📎 מאמר יום ג אמור תשעז .pdf

ימים ידברו » זונטאג סעפטעמבער 3, 2017 10:26 pm

· #383967
אויף די דרשה? איז די אנטווארט פון הרב רבי מנשה פיליפף שליט"א? באמת דארף מען נישט מ'טאר נישט ענטפרין, א טעות גמור לכאורה

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 3:48 am

· #383971
ימים ידברו: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא זאגן. אבער איין זאך איז זיכער אז ר' מנשה פיליפ איז איינער פון די מענטשן וועלכע פיהרן אן די פאלשע פראפאגאנדע און זענען בבחינת איינער פון די נביאי שקר וועלכע פארפיהרן די צאן קדשים דורך פארדרייען און פארקרומען וואס דער סאטמאר'ע רבי זצוק"ל האט געזאגט און געמיינט. אלעס כדי ס'זאלל שטימען מיט זייער פאלשע אויסגעטראכטע אגענדא. אשר בדו הם מליבם (נישט די ציונים.) און זיי זענען תועה ומתעה א גאנצן דור פון תמימות'דיגע מענטשן וועלכע ווייסן נעבעך נישט בעסער...!

חיים'ס ישיבה » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 7:13 pm

· #384205
מאמר נפלא פינעם וואדריטשער רב איבער הרבצת התורה
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20170916&gil=2322">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 6&gil=2322</a>

ימים ידברו » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2017 10:55 am

· #384250
בערל בעל עגלה וואס ווייסטו פון סאטמאר? עס דאכציך האסט גלערינט אין פאפא נישט אזוי ? ווער האט דיך ממנה געווען מבחין צו זיין וואס איז ריכטיג און וואס איז שקר? גראדע האב איך וואס צו זאגען בנוגע הרב פילאף אבער די סאטמאר זייט ווען?

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2017 11:05 am

· #384251
סאטמר איז אפען פאר יעדען. מ פיליף האט פראבלעים. ער קען נישס וואס זיין ברידער אבער ער וויל ניש שטיין אין זייט. כאפט ער זיך אויף ציונות. וכן דער עירוב שרייער

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 4:21 am

· #384308
ימים ידברו
בערל בעל עגלה וואס ווייסטו פון סאטמאר? עס דאכציך האסט גלערינט אין פאפא נישט אזוי ? ווער האט דיך ממנה געווען מבחין צו זיין וואס איז ריכטיג און וואס איז שקר? גראדע האב איך וואס צו זאגען בנוגע הרב פילאף אבער די סאטמאר זייט ווען?

ימים ידברו: אבער דעם ויואל משה פארקויפט מען פאר א פאפא'ער אויכעט. און אריינגיין צו סאטמאר'ע רבי'ס טיש האט מען נישט געבעטן קיין איי. די.

ווען דו וועסט אדורכלערנען דעם ויואל משה אזוי ווי איך, וועללן מיר זיך מפלפל זיין. ווען איינער האט נישט געגעסן לאנטש אויף סענדז סטריעט, מיינט נאכנישט אז ער קען נישט זאגן קיין דיעה איבער די משוגעים און פאלשע ברואים וואס דרייען זיך אין סאטמאר...!

ימים ידברו » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 3:02 pm

· #384336
בערל דיפף עטס מעגטס האלטן אין פאפא וואס איר ווילט, אבער בנוגע סאטמאר איז נישט נוגע אייער מיינוג, עס קען זיין א פילפ אז נישט גרעכט אבער בנוגע פיליפ מעג פיליף האלטען און ס'אירעלווענט דיפף מיט בערל וואס איר האלט, עטס ווערטס נישט געצווינגען צו טוישען אייערע פאפנע חכמה אבער טייל נישט איין פאר פיליף וואס ער מעג און וואס נישט,
סך הכל הרב יצחק לעבאוויטש זאגט זיכער אנדערשט וואס ער האט געזאגט מיט צען און צוואנציג יאר פיליף זאגט די זעלבע ווי צען און צוואנציג יאר אם כן בנוגע שיטת סאטמאר גערעכט וועט בלייבען פיליף ווייל כל המשנה ידו על התחתונה.
מקען זיך אין פאפא בית המדרש דינגען ביז מארגען אקעגין פיליף איי דידענט קעיר אבער אין סאטאמר איז פיליף בראש ווער סטוישט האט אלע רעכטען אבער ער קען נישט טוישען סאטמאר ער קען זיך טושען אזוי ווי די ארונים האבען געטון כל הכבוד להם! אבער ווער עס וויל בלייבען מיט די אלטע סאקמרע שיטות זאל הערן פיליף פינטעל
בלאט: 1 2 3 4 5 6