☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1510
בלאט: 1 2 3 4 5

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:23 pm

· #35773
ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
זר זהב
ר"י לעבאוויטש דעזערווט א באזונדערן אשכול
איך וואלט זייער געוואלט ליינען און וויסן מער איבער דעם אינטערעסאנטן אינדיווידואל.
ער איז מלא תוכן


בן תמליון
דער אשכול דערמאנט מיר א מימרא פון וואודריזשער רב הגר"י לעבאוויטש. וואס איז דאס ענין ביי משה ע"ה ולא ידע איש את קבורתו? משה רבינו זאגט: ביי מיין קבר עט עטץ נישט קומען טרינקען פאנטש מיט קאלעיד. ודפח"ח.


אורח
זיידעטשקע
(אפשר איינע פון די גדולים)

מרגלא בפומיה פון וואודרידזשע רב "אויף גדולים מאכט מען אשר יצר" ודפח"ח


נא, רבותי, גייטס ווייטער.......

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:30 pm

· #35778
ר' יצחק לעבאוויטש קומט פון פשוטע עלטערן, ער האט יחוס עצמו.
(ס'ווערט דערציילט אז צו ר' יצחק'ס פשוטע עלטערן איז איין שבת אנגעקומען א אפגעריסענער ארימאן
ער איז נישט געווען ארומגעוואשן, די עלטערן האבן אים אריינגענומען, אפגעוואשן און געגעבן צו עסן און אים
צוגעשטעלט א געלעגער. צופריה האבן זיי נישט געקענט אפגעפונען דעם ארימאן.
א יאר דערויף איז ר' יצחק געבוירן. דזשאוק)

outspoken » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:46 pm

· #35788
א איד וואס שמייסט די אמת אין פנים, צו זאל דאס זיין וועגן פארטיי, פאגרעבטקייט ביי די היימישע (קנאישע) אינגעלייט, און די עיקר וועגן דרך הלימוד. ער האט ארויסגעגעבן א קונטרס ווי ער איז מסבר אז חסידות האט ארפגעברענגט די דרך הלימוד פון תלמידי החת''ס.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:47 pm

· #35789
ביי אים איז נישטא קיין זומער זייגער.

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:50 pm

· #35791
ער איז ג'ווען א ג'לאנגנע מגיד שיעור אין סאטמער ישיבה קטנה מען האט אים גהאלטן אין איין ווארנען אז ער זאל אויפהערן רעדן זאכען וואס סאטמער האט גו'ואלט באהאלטען פין די בחורים ביז ער איז ג'פליגן האט ער אפגמאכט צי עפנען אליינס א שטעטיל צי קענען טיען וואס ער וויל דא האלט עס ביז יעצט איך מיין אז סאיז העכסט צייט אז מען זאל אהינגיין

ידען » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:30 pm

· #35818
ער איז די מערסטע אויסגעשפיעלט פון אלע רבנים.

האט רוב מאל נישט קיין מנין. נאך א מזל טאבאק האטעל איז נישט ווייט פון איהם האט ער אמאל יא א מנין אין מיטן ווינטער.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:43 pm

· #35826
אבער ער איז צוקער זיס!
מענטשן גייען אויס צו הערן זיינע דרשות.
איך האלט ער זאל עפענען א האטליין!
ער איז גארנישט ערגער פון א.מ.ג. וואס האט א קאלד-ליין......

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:47 pm

· #35828
ער האלט זיך קליגער ווי דעם.
ווי אזוי שרייט ער? "ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט ווען יעדער גערעדט און געטוהן אזוי ווי מיר, נו וואס זאל מיר טוהן אז וועלט נישט וועלט? שרייט מען נאך אז איך מאך אויס וועלט?!" (עמוק...)

יעצט אין די זוממער בין איך שוין צוויי מאל אריינגעפאלן צו זיינע שיעורים, דער האט דאגות א פחד... אבער רעדט ציקער זיס און האט אויף אלעמען א מיינונג און לאזט זיך הערן

לאדיך אפ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:51 pm

· #35831
ער איז אויך א תלמוד חכם און ידען עצום. זיין מערכה קעגן די אזוי געריפענע מהרל'ס אגדה איז צום באוואודערן.

טראכט » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:04 pm

· #35839
ווי דער עולם האט שוין געשריבן איז ער איז א איד א תלמיד חכם עצום, מען קען אים רופן ביז שפעט ביינאכט פרעגן שאלות. ער האט א מיינונג אין יעדע זאך, איך רוף אים פיל מאל פרעגן שאלות.

טעלעפאן » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:22 pm

· #35879
איך פארשטיי נישט איין זאך; מיר ווארטן עס זאל קומען עפעס א רב און איינזעהן אינעם חורבן הדור. איינמאל עס איז דא אזוינס רייסט מען אים ארונטער ...

נו אודאי איז ער אביסל משוגע ווען נישט גיבט ער זיך אונטער צו די משוגעים...

מיר דארפן אים בעקן!

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:58 pm

· #35892
אדרבה לאמיר הערן, זאל דער עולם ברענגען גוטע מאמרים פון אים און זיינע לעבנס געשיכטע.
איך פערזענליך קען נישט דערליידן זיין מהלך ער קירטיקירט יעדן איינעם נישט נאר חסידים נישט נאר סאטמאר, יעדע זאך רייסט ער אראפ ביז אונטן.
בריסק איז ביי אים ע"ז ממש.
און חב"ד איז טרייפער ווי טרייף, ביי אים איז דער רבי משיח שקר.
זיין זון ר' יעקב משה האט א ישיבה אין מאנסי וואס הייסט בית הילל. אבער ער לאזט נישט זיין טאטן קומען רעדן ווייל ער וויל נישט די בחורים זאלן הערן די סארט שפראך.
ער פירט זיך אין זיין ישיבה ווי א אונגארישער רב מען קושט אים די האנט מען רופט אים רבי, וכו' וכו'
ער האט אמאל געהאט א שטיקל מאוומענט אין וויליאמסבורג אבער עס האט נישט מאריך ימים געווען.
אדרבה לאמיר הערן נאך היסטערי.

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:00 pm

· #35895
אגוט ווארט פון אים
סאטמאר רב האט איבער געלאזט א תורה שלימה פון תורות שיחות און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם שטותים מיט לאקשען
דער חבדסקער האט איבער געלאזט שיחות, מאמרים, שטותים מיט לאקשען און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם א תורה שלימה {עמוק קצת...}

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:04 pm

· #35902
לאדיך אפ
ער איז אויך א תלמוד חכם און ידען עצום. זיין מערכה קעגן די אזוי געריפענע מהרל'ס אגדה איז צום באוואודערן.

דאכט זיך אז איהר מיינט די מלבי"ם הגדה וואס ער האט אןיפגעוויזען אז דאס איז געשריבען געווארען דורך אן אנדערען (כאטש וואס די מהר"ל הגדה איז די זעלבע מעשה).

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:07 pm

· #35905
טראכט
ווי דער עולם האט שוין געשריבן איז ער איז א איד א תלמיד חכם עצום, מען קען אים רופן ביז שפעט ביינאכט פרעגן שאלות. ער האט א מיינונג אין יעדע זאך, איך רוף אים פיל מאל פרעגן שאלות.


ער האט א הפלה'דיקע בקיאות אויך אין די ספרים פון אנדערע קרייזען ווי חב"ד ליטווישע און נאך חאטש אז ער קען זיי קריטיקירען, קומט אלעס פון ידיעות און נישט סתם געשאסען.

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:17 pm

· #35911
שמעקעדיג
אבער ער איז צוקער זיס!
מענטשן גייען אויס צו הערן זיינע דרשות.
איך האלט ער זאל עפענען א האטליין!
ער איז גארנישט ערגער פון א.מ.ג. וואס האט א קאלד-ליין......

ער האט הונדרעטער דרשות וואס מ'קען הערען אויף קול הלשון אויף חומש, רמב"ן, ענינא דיומא, דברים העומדים על הפרק, סיפורי צדיקים, און נאך. מ'דרוקט 3-1-6

קרעקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:28 pm

· #35918
האט א ריזיגע אוצר הספרים
יעדע איינציגע ספר איז פיל מיט הגהות

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:39 pm

· #35931
ווי דער עולם האט געשריבן דא איז ער א מורא'דיגער תלמיד חכם, און ידען עצום און למדן נפלא. ער האט טויזענטער ספרים און טוט כמעט גארנישט עפעס אנדערש ווי זיצן און לערנען, און פארלערנען שיעורים (וועלכע מען קען הערן אויף קול הלשון און באקומען אויף טעיפס) ער האט טאקע א מיינונג אין כמעט אלעס, אבער ווי איינער האט דא ארויסגעברענגט קומט עס פון ידיעה און נישט סתם אין די וועלט אריין.

לדעתי איז זיין גרעסטע מעלה זיין זעלבסטשטענדיגקייט. ער איז אליינס שוקל זאכן און איז מחליט וואס ער האלט, ער פארט נישט מיט מיטן באן פון "חרדישן אידנטום". ער איז א תלמיד פון סאקמער רב, און האלט פון אים עולם ומלואו, אבער דער סאקמער רב האט נישט איבערגענומען ביי אים דאס פלאץ פון רבונו של עולם (אנדערש ווי ביי אסאך אנדערע סאטמאר'ער חסידים), און ער קען הערן קריטיק אויף סאקמער רב, און ער קען עס פארנעמען, און ער קען אפילו האלטן אויף געוויסע זאכן אז יתכן אז סאקמער רב האט געמאכט א טעות, אדער אז מען האט אים פארנארט.

ווען מען גייט אריין אין זיין גרויסן ספרים צימער זענען די ווענט פול מיט צעטלעך, "קוואוטס" פון ספרים וועלכע ער האט געטראפן און זיך אפגעשריבן און ער קלעבט זיי אויף אויף די ווענט. זיין פארשטאנד אין אידישקייט, אין יסודות הדת, איז געוואלדיג און זייער טיעף. אבער ווי יעדער בעל כשרון און געלונגענער מענטש האט ער געוויסע חסרונות וועלכע פארדעקן אסאך אויף זיינע מעלות. אבער איינער וואס קען אוועק קוקן פון די חסרונות און קטנות'ן קען פון דעם מענטש גאר אסאך געניסן.

אגב, פאר ער איז געקומען קיין וואודרידש, האט ער געטרייט צו מאכן א ישוב אין וויינלאנד ניו דשערזי, אבער עס האט נאך ווייניגער מצליח געווען ווי וואדרידש (שטעל זיך פאר...)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:46 pm

· #35938
איך האב פונקט געליינט אין צייטונג אז אום תשי"ג האב מען געמאכט א ישוב אין וויינלאנד בראש פון שאפראנער רב.
פארוואס האטזיכעס נישט אויסגעארבעט?

משכיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:51 pm

· #35946
ווען ער האט ווען א פאר גוטע גענגסטערס וואלט ער געווען דער הייליגער דברי יצחק, י

ידען » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:14 pm

· #35970
איך מיין ער האט א אייגענע האטליין.

ידען » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:16 pm

· #35974
איז אמת אז ער האלט יא פון א ברוקלין עירוב אפי׳ ווען זיין רבי די סאטמארע רבי זצ״ל האט נישט געהאלטן פון עס?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:31 pm

· #35979
זר זהב
ר' יצחק לעבאוויטש קומט פון פשוטע עלטערן, ער האט יחוס עצמו.
(ס'ווערט דערציילט אז צו ר' יצחק'ס פשוטע עלטערן איז איין שבת אנגעקומען א אפגעריסענער ארימאן
ער איז נישט געווען ארומגעוואשן, די עלטערן האבן אים אריינגענומען, אפגעוואשן און געגעבן צו עסן און אים
צוגעשטעלט א געלעגער. צופריה האבן זיי נישט געקענט אפגעפונען דעם ארימאן.
א יאר דערויף איז ר' יצחק געבוירן. דזשאוק)

"אלל דזשאוקס עסייד" איך קען פערזענליך די משפחה פון ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א אב"ד וואודרידזש והגלילות. זיין טאטע ע"ה איז געווען א בעל הבית (נישט קיין שיינער איד) ער איז געווען א נהנה מיגיע כפיו, געארבייט אויף דריי דזשאבס צו ברענגען פרנסה אין שטוב. אבער א גרויסער תלמיד חכם וואס האט אוועקגעגעבן גאנץ שבת אויף לערנען תורה מיט די קינדער אנשטאט "כאפן א דרימל". דער וואודרידזשער רבי שליט"א איז א פרשה פאר זיך. ער איז בקי בכל מקצועות התורה, נאר ער איז נאכנישט אנגעקומען צום שער הענוה.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:32 pm

· #35981
ס'אמת וואס דו זאגסט.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:44 pm

· #35985
קרעקער
האט א ריזיגע אוצר הספרים
יעדע איינציגע ספר איז פיל מיט הגהות

דאס איז אמת ויציב. ער האט אן אוצר הספרים פון העכער צען טויזנט ספרים און האט אדורכגעלערנט יעדעס איינציגע ספר .ער איז נישט נושא פנים פאר קיינעם. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די גדולי הדור.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:45 pm

· #35987
הייסט ער נישט דאך א שטיקל פורש מן הציבור?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:52 pm

· #35996
משכיל
ווען ער האט ווען א פאר גוטע גענגסטערס וואלט ער געווען דער הייליגער דברי יצחק, י

ער האט געהאט. ער האט זיי אללע פארטריבן. עכ":פ ער האט געהאט א אינגערמאן וואס איז געגאנגען פאר איהם אין פייער. (איינער פון זיינע געוועזענע תלמידים( האט ער זיך צוקריגט מיט איהם.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:53 pm

· #35998
פארוואס איז קעפעטש אוועקגעגאנגען?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:55 pm

· #36000
זר זהב
הייסט ער נישט דאך א שטיקל פורש מן הציבור?

ער האלט אז דער ציבור דארף איהם נאכגיין ווייל דער אמת איז מיט איהם.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:59 pm

· #36006
זר זהב
פארוואס איז קעפעטש אוועקגעגאנגען?

איך ווייס נישט פונקטליך. אבער זיין רביצין וועט זיכער האבן א גאלדענעם שטול אין גן עדן. זי איז דער מנהל, משגיח, און קעכער.

שעפסעלע » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:12 pm

· #36011
הרב אייזיק קעפעטש האט פארלאזט די שטעטל מיט צוויי יאר צוריק ווינטער, נאך א לענגערע צייט וואס ער איז שוין נישט געווען קיין חסיד פון הרה"ג ר' יצחק שליט"א.
עס איז נישט געווען קיין ערענסטע געפעכט, עס איז בלויז געווען אז ר' אייזיק האט געהאלטן אז די רב האט זיך אנגעליינט מיט פארשידענע ביכער, אויך אז זיין צוגאנג צו געוויסע ענינים איז צו פרעמד פאר א סאטמארע איד.
די מיינונגס פארשידענהייטן האט אויסגעבראכן בעיקר אנפאנג ס' יארן, ווען עס איז שוין נישט געווען קיין ישיבה אין שטעטל, אין ווי מען זעהט אין אפגאניסטאן, אז אויב עס פארבלייבן בלויז צוויי אידן אין שטאט, הייבט זיך אן א מחלוקה, ווי זבולן סימן-טוב מיט דער אנדערע איד.
הרב קעפעטש האט זיך אוועקגעצויגן פרידליך, אין איז אפילו זיך געגאנגן געזעגענען מיטן רב בעפארן פארלאזן די שטעטל.

ביי דע וועי, דער קעפעטש איז א מורא'דיגע שרייבער און רעדנער, וואס איז נישטא צו באקומען, אין ווען ער וואלט ווען נישט אנטלאפן אין די מייזן לאך אין די שענסטע יארן פון זיין לעבן, וואלט ער געשאקעלט וועלטן.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:21 pm

· #36014
הרב קעפעטש איז דער מחבר פון "אויפן וואשינגטאן בריק".

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:31 pm

· #36017
ער פלעגט שרייבן חינוך ארטיקלן אינעם צייטונג יאר צוריק.

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:45 pm

· #36021
יאך בין אמאל געווען ביי זיין קידוש שבת בייטאג, מילא די קעגעל איז דאך דעלישעס, סיי די קארטאפל, און סיי די קארן פלעיקס, אבער נאכהער זיין תורה איז דאך ממש טעם גן עדן, ווארפט צוזאם און דערנאך פארעמט ערעס אויס שיין, און וואסיז מיט זיין "אנעים זמירות", דיס גיי איז ריללי ענדזשויעבעל.

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:55 pm

· #36023
ווער געדענקט זיין זיס צעטיל קעגן כינוס כלל ישראל
אגב זיינע צעטליך דארטן אין וואדרידזש אויפן וואנט זענען ווערט גאלד.
זיינע הגהות אויף דעם זמירות דברי יואל
זיינע הגהות אויף דעם ספר עובדות והנהגות לבית בריסק, מען דארף פון די אלע זאכן מאכן העתקות דער עולם וועט זיך מחי' זיין

אשכנ » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:18 am

· #36067
אויס מענטש
ווער געדענקט זיין זיס צעטיל קעגן כינוס כלל ישראל
אגב זיינע צעטליך דארטן אין וואדרידזש אויפן וואנט זענען ווערט גאלד.
זיינע הגהות אויף דעם זמירות דברי יואל
זיינע הגהות אויף דעם ספר עובדות והנהגות לבית בריסק, מען דארף פון די אלע זאכן מאכן העתקות דער עולם וועט זיך מחי' זיין

בנוגע דער צעטל וועגען כינוס כלל ישראל האט ער געזאגט עטליכע דרשות מסביר צו זיין די לשון זיינער "אינהו בדידהו ואנן בדידן".

אשכנ » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:02 am

· #36125
berlbalaguleh
קרעקער
האט א ריזיגע אוצר הספרים
יעדע איינציגע ספר איז פיל מיט הגהות

דאס איז אמת ויציב. ער האט אן אוצר הספרים פון העכער צען טויזנט ספרים און האט אדורכגעלערנט יעדעס איינציגע ספר .ער איז נישט נושא פנים פאר קיינעם. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די גדולי הדור.

ער איז אויך גרייט ארויסצובארגען זיינע ספרים פאר סיי וועם (עכ"פ פאר עטליכע יארן צוריק, איך בין שוין נישט דארט געווען א שטיק צייט).

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:59 am

· #36198
נישט אומזינסט זאגט מען אז אלע עילויים זענען אביסל פאני...

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:44 am

· #37176
אויס מענטש
ווער געדענקט זיין זיס צעטיל קעגן כינוס כלל ישראל


אשכנ
בנוגע דער צעטל וועגען כינוס כלל ישראל האט ער געזאגט עטליכע דרשות מסביר צו זיין די לשון זיינער "אינהו בדידהו ואנן בדידן".


איינער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:34 am

· #37179
ווען אונז וואלטן געהאט נאך א פאר רבנים ווי ר׳ יצחק, וואלטן מיר אסאך בעסער געשטאנען.
און אז מען רעדט שוין פון אים, וויל איך דערמאנן אז דער מצב הפרנסה אין זיין שטוב איז שרעקליך, עס איז דא וואכן וואס ער האט נישט מיט וואס שבת צומאכן און הונגער איז אן אפטער גאסט דארט. רבותי איך דארף ענק נישט זאגן וואספארא מצוה צו שטיצן אזא איד.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:32 am

· #37188
וואו איז זיין PAYPAL אקאונט ??

מורינו הרב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:36 am

· #37191
איינער
ווען אונז וואלטן געהאט נאך א פאר רבנים ווי ר׳ יצחק, וואלטן מיר אסאך בעסער געשטאנען.


וואלטן זיך אלע רבי'ס גע'הרג'עט, דאפלט פון יעצט.

געדאנקען » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 8:53 am

· #39383
ר׳ יצחק׳ס אדרעס צו שיקן א נדבה

Yeshiva of woodridge
19 tuttle ave.
P.o.box 939
woodridge n.y. 12789

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:32 am

· #39427
שמעקעדיג
וואו איז זיין PAYPAL אקאונט ??

דו וואלט געקענט זיין א גוטער בדחן. נאר ביי די היינטיגע רעבעס קען מען נישט וויסן. דער האליוואודער רבי שליט"א האט זיכער א "פעי-פאל" אקאונט. עיין "יו טוב" 😂 -

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:09 pm

· #39545
מרגלא בפומיה פון וואודרידזשע רב "אויף גדולים מאכט מען אשר יצר" ודפח"ח

און וואס איז מיט איהם?

ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:57 am

· #96450
הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א
כאב געטראפען א קונטרס אינהו בדידהו ואנן בדידן פון הגאון החסיד ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א און כאב מיך דערמאנט אז איך בין געווען אמאל ווי ער האט גערעט און ער איז זייער זיס צו הערען און זאגט אינטערעסאנטע זאכען.

סע אינטערעסאנט צו הערען וועגען איהם. ווער איז ער? פון ווי קומט ער? וויפיל מענטשען חסידים האט ער?

כאב געהערט אז ער איז געווען א מגי”ש אין סאטמאר אמאל.
ווען האט ער אפגעמאכט אז ער איז שוין גרייט צו זיין א רבי? ער שטאמט פון רבישע קינדער?

ער רופט די אלטע סאטמאר רבי זי”ע ” מיין רבי דער הייליגער סאקמער רב” . פארוואס? וואס איז שלעכט מיט סאטמאר רב, רבי?

דארט ביי יענע קונטרס איז דא אזוי סאך אינטערעסאנטע זאכן אז מע קען מאכען פיפציג נייע אשכולות נאר פון דעם. אפשר א אנדערע מאל.

נ נח » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:41 pm

· #96483
ווי לאנג איז ער גיווען א מגי״ש אין סאקמאר?

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:13 pm

· #96595
ער האט מורדיגע כשרונות, אבער מען טאר נישט פארגעסען פין די עיקר, ער איז מסוכן, טויט משיגע, מסוגל צומאכן בזיונות אויב עס דאכט זיך עם אז די ביסט נישט אייניג מיט זיינע משאגסן אויך 100%

יידל » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:29 pm

· #96620
מסוכן? וואס קען פאסירן?
טויט משוגע? נאך אזוי נארמאל ווי סיי וועלכע אנדערע רשכבה"ג.

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:38 pm

· #96632
מסוכן ממש, אדרבה פרופירט עם אויס, ער פרייט זיך פאר קאמפעני, נעם דיך שמאסן ארויף אופן 17 אבער שון by the way דארט וואנען בשכינות עטליכע יודען רוב זענען מיט עם צוקריגט
בלאט: 1 2 3 4 5