☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

291 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8523
בלאט: 1 2 3 4 5 6

משה שמואל » מיטוואך מאי 10, 2023 9:32 pm

· #524306
.
📎 3FB2B3FD-68AF-42B2-8306-118CD7A884DF.jpeg

חיים'ס ישיבה » מיטוואך מאי 17, 2023 12:21 pm

· #524970

שיח ושיג » מיטוואך מאי 17, 2023 1:04 pm

· #524976
אה פשיהא! די וואודרידזשער רב זאגט דאך גוט. וואו איז געווען די סעודה? ס'זעט נישט אויס ווי אין וואודרידזש. עס איז געווען אין וומסב"ג?
איך פלעג האבן שייכות מיט אים, אבער דעמאלס איז ער נישט געגאנגען מיט די קאלירטע בעקיטעשעס, ער פלעגט גראדע רעדן קעגן דעם און עס רופן ססגונא בעקיטשעס. איטערעסאנט. היהפוך כושי עורו?

אבטח ולא אפחד » מיטוואך מאי 17, 2023 10:28 pm

· #525062
חיים'ס ישיבה
פאר א איד אין די יארן האט דער א גוטע שטומע.
איך רעד איצט נישט פון זיין תוכן און קאפ און "ברייטקייט"

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 17, 2023 11:52 pm

· #525077
חיים'ס ישיבה
פארגאנגע ל"ג בעומר - איבער חב"ד און סאטמאר
https://www2.kolhalashon.com/#/regularSite/playShiur/35299786/-1/0/false
עס איז מיר א פליאה אז ער האקט אויף די ארגאניזאציע 'עינים' וואס איז מעורר און מחזק אידן אויף שמירת עינים - א זאך וואס קען נוצן א סאך חיזוק - און ער מאכט חוזק דערפון.
ער זאגט בתוך דבריו אז היינט איז יעדע זאך א ארגאניזאציע, בקרוב וועט זיין א ארגאניזאציע צו זאגן "אשר יצר"... 😂

(פארוואס איך גלייך די שמירת עינים קאמפיין ווייל אנדערש ווי רוב אנדערע קאמפיינס און גליונות, איז עס זייער פאזיטיוו אהערגעשטעלט, אן קיין סטראשערייען און שרעק אנווארפענדע ציטאטן, עס גיבט א מענטש חשק צו וועלן זיין א חלק דערפון, נישט פארקערט.)

כמיעוט » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:39 am

· #525113
שיח ושיג
אה פשיהא! די וואודרידזשער רב זאגט דאך גוט. וואו איז געווען די סעודה? ס'זעט נישט אויס ווי אין וואודרידזש. עס איז געווען אין וומסב"ג?
איך פלעג האבן שייכות מיט אים, אבער דעמאלס איז ער נישט געגאנגען מיט די קאלירטע בעקיטעשעס, ער פלעגט גראדע רעדן קעגן דעם און עס רופן ססגונא בעקיטשעס. איטערעסאנט. היהפוך כושי עורו?
ער איז אלס געגאנגען קאלירטע בלויע בעקיטשעס
עכ״פ זייט איך קען אים פון סוף תש״נ יארן

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 18, 2023 11:54 pm

· #525240
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: איין זאך זעה איך (פון דיין תגובה) אז דו קענסט איהם (ר'יצחק לעבאוויטש) נישט פערזענליך. דו האסט פאקטיש (נאכנישט) געהערט איינס פון זיינע שיעורים אדער דרשות. דו "ווייסט" נאר אז ער האט נישט קיין אמת'דיגן, ערנסטן תוכן. ער איז נאר ,כלשונך, גוט פאר דזשאוקס און פא"ן. והא ראיה אז מ'גייט נישט צו ערנסטע רבנים ווי רז"ל פיליף צו הערן דזשאוקס און פא"ן. נאר צו איהם.

דו ביסט נאך קיינמאל נישט אליין געווען ביי א שיעור אדער דרשה פון ר"י. ווייל אויב יא וואלסטו אליינס געשפירט (כש"כ) געזעהן און געהערט זיין געוואלדיגע בקיאות בכל מקצועות התורה בלי גוזמא.ער הייבט אן אין איין מסכתא אדער סוגיא. און ער "פארט" אדורך גאנץ ש"ס און מדרשים אן אפשטעל. אדער "נאכקוקן" אין ספרים. אויסער דעם איז ער א געוואלדיגער בקי אין אידישע היסטאריע. וואס ער "פלעכט" אויך אריין אין זיינע דרשות ושיעורים.

נאך דעם וואס דו וועסט דיך פערזענליך דרייען אין זיין סביבה און אויסהערן זיינע שיעורים, וועסטו קענען זאגן מבינות אויב ער פארדינט דעם טיטל הגאון האדיר. און נישט סתם עפעס א מעשה'לעך פארציילער מיט א הויכע שטימע, כלשונך...!

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 19, 2023 12:52 am

· #525246
כמיעוט
שיח ושיג
אה פשיהא! די וואודרידזשער רב זאגט דאך גוט. וואו איז געווען די סעודה? ס'זעט נישט אויס ווי אין וואודרידזש. עס איז געווען אין וומסב"ג?
איך פלעג האבן שייכות מיט אים, אבער דעמאלס איז ער נישט געגאנגען מיט די קאלירטע בעקיטעשעס, ער פלעגט גראדע רעדן קעגן דעם און עס רופן ססגונא בעקיטשעס. איטערעסאנט. היהפוך כושי עורו?
ער איז אלס געגאנגען קאלירטע בלויע בעקיטשעס
עכ״פ זייט איך קען אים פון סוף תש״נ יארן
נישט ממש קאלירט. ער פלעגט גיין א שווארצע בעקיטשע בלויז בלומען. ס'נישט געווען אזוי בולט

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג מאי 19, 2023 10:45 am

· #525288
חכם עדיף מנביא...

ווען כ'האב זיך שואל עצה געווען מיטן רבי'ן פאר לערך 15 יאר צוריק צו כ'זאל ארבייטן ביי א געוויסע פלאץ וואס וועט מיר אויסשטעלן צו האבן 'אינטערנעט' (באותו הזמן האט מען זיך נאך געשלאגן מיט'ן 'אינטערנעט', פונעם 'סמארט-פאון' איז קיין רעדע דאן נאכניש געווען. "כינוס כלל ישראל...") האט מיר דער רבי שליט"א געזאגט בערך כזה הלשון:

"מ'קען זיך מיט דעם טעכנעלאגיע נישט שלאגן (אסר'ן), מ'דארף גיין 'מיט' דעם. 'אקעגן' דעם, בוחר צו זיין הרע במיעוטו. די עבודה דארף זיין בבחינת עשה טוב, אויפצולייכטן נשמות מיט אהבת התורה ויראת שמים, מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך."

יעצט הייבט דער ווינט אן אפיציעל צו בלאזן אין דעם ריכטונג

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:27 pm

· #525378
בתוך עמי: איין זאך איז זיכער . צי מ'איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט אלעס וואס הרה"ג ר"י לעבאוויטש זאגט. ער האט נישט קיין אגענדא. אדער זיז כל שהיא פון פאליטיק. ער זאגט דעם אמת כמו שהוא. אזוי ווי ער זעהט עס...!

שמעון וואלף » זונטאג מאי 21, 2023 3:14 am

· #525425
berlbalaguleh
בתוך עמי: איין זאך איז זיכער . צי מ'איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט אלעס וואס הרה"ג ר"י לעבאוויטש זאגט. ער האט נישט קיין אגענדא. אדער זיז כל שהיא פון פאליטיק. ער זאגט דעם אמת כמו שהוא. אזוי ווי ער זעהט עס...!
בדרך כלל יא, אבער צו זאגן אזוי אויף 100%?. ס'זייער שווער צו זאגן אזא סטעיטמענט אויף א בשר ודם.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2023 3:29 am

· #525426
שמעון וואלף: דו ביסט גערעכט. איך פארגעטער נישט קיין שום בשר ודם. נאר איך קען איהם שוין פאר א לאנגע צייט. איך האב (נאך) נישט געזעהן אז ער זאלל זאגן אדער טון עפעס מיט פאליטישע כוונות אדער נגיעות. אדרבה. א סאך מאל וואלט בעסער געווען פאר איהם אליין פון א פאליטיש'ן קוק ווינקל אז ער זאגט נישט געוויסע זאכן. דאך האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זאגן.

משה שמואל » זונטאג מאי 21, 2023 10:45 pm

· #525603
ווידיאוי ל"ג בעומר תשפ"ג
https://drive.google.com/file/d/1EweQKK9u2esXRJWxNXJihvt4svNePMzm/view

וואודרידזש יו-טוב טשענעל
https://www.youtube.com/channel/UC22Rzkg7q8yJuUTcbLEBtaA

-
📎 1009.jpeg

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 8, 2024 3:00 pm

· #553864
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
מפנינים פון די לעצטיגע הספד, ביים חומש רש"י רמב"ן שיעור פרשת ויקהל, אין די דברי הספד אויף הרה"ג ר' נפתלי אנשין זצ"ל

"מטי לה משמיה דהרה"ק ר' נתן מנמירוב - צו א לעפל התעוררות דארף מען א שיסל התחזקות (לכל כפית של התעוררות, צריכים קערה שלימה של התחזקות). וכמו"כ יש לומר - צו א לעפל קנאות דארף מען א שיסל אהבת ישראל."

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 10, 2024 3:06 am

· #553954
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יא, מ'האמיר שוין געהערט דאס פון אים פארגאנגענעם זומער.

אשרי העם » זונטאג מערץ 10, 2024 10:27 pm

· #554197
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מערץ 10, 2024 10:40 pm

· #554204
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?

יין שרף » זונטאג מערץ 10, 2024 11:32 pm

· #554223
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
ניין, זיין מוהל האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.

אוהב ספרים » זונטאג מערץ 10, 2024 11:44 pm

· #554228
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יין שרף #
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
ניין, זיין מוהל האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.
ער האט נישט געפרעגט צו ער האט די זעלבע... ויחי ההבדל

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:51 am

· #554268
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
יפה כח הבן "מכח" האב...

אינטערסאנטער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:06 pm

· #554983
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
בכלל נישט. ער איז אפיציעל אנדערש ווי זיין טאטע. הגם ער איז אים שטארק מכבד ווי פארשטענדליך אלס א קינד צו א טאטע.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:14 am

· #555012
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אוהב ספרים #
יין שרף #
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
ניין, זיין מוהל האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.
ער האט נישט געפרעגט צו ער האט די זעלבע... ויחי ההבדל
דו ביסט א גוטער לץ.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 16, 2024 7:50 pm

· #568216
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
רבותי, מיר האבן זיך אלע שטארק מתחזק געווען אלע יארן מיט די ווערטער און די עצם עקזיסטענץ פון אזא ת"ח, וואס האט גענומען די תוכן פון די חינוך און גענצליך ארויסגעווארפן די שאלאכץ, אפגעווישט די שליים, און אראפגעקראצט די זשאווער, פון אונזער הייליגע מסורה און תורה.

קאווע שטיבל באזוכער, דו ביסט אנטוישט פון וואס דו זעסט, אבער ווי וועסטו אנטלויפן? נאר פון זען אזא איד ווי ר' יצחק שעפט מען א חיזוק אז עס איז דא א לעבן און א אידישקייט, מיט א דערהויבענקייט און א פרישקייט, אן די אלע שוין וואס האט זיך צוגעקלעבט אין די לעצטע יארן.

על של עתה באנו. דער רב זז"ג יצחק בן ברכה לרפו"ש, האט געלעבט א גאנץ לעבן בדחקות גדולה. ער האט קיין געהעריגע הכנסה קיינמאל נישט געהאט, און קיין גרויסע הוצאות אויך נישט. ער מאכט נישט חתונה קיין אייניקלעך, ער מאכט נישט קיין מסע קודש אין ערגעץ נישט, ער האט נישט קיין שאפע פול מיט זילבער געצייג, און זיין לעבן איז בפשטות ממש. ער שלאפט אויף א בעט וואס איז א ספק צו איינער פון אונז וואלט גענוצט אין די סוכה, און זיין שטוב באשטייט פון פשוטע אלטע מעבל. נאר ספרים האט ער לרוב, אבער די קומען אלע שטארק אין באנוץ.

לויט ווי אלע האבן שוין געהערט מסתמא, איז ער יעצט זייער קראנק, די אנצינדונג וואס ער האט זייט נאך פסח האלט נישט ביים אוועקגיין. ער מוז זיך אפרוען, ער מוז האבן א געהעריגע לעבן, נישט קיין לוקסוס, נאר א בעט פאר אים מיט זיין בני בית, א געהעריגע צימער ווי צו לערנען, ער זאל נישט דארפן שלעפן ספרים פון איין פייכע צימער צום צווייטן, און א געהעריגע בענקל. אין זיין יארן זענען די זאכן נישט קיין לוקסוס, נאר א וועג פון היטן זיין געזונט לאורך ימים ושנים. זיין חוט השדרה איז אזוי שוואך געווארן פון די אנצינדונג, אז ער מוז זיך דאפעלט היטן פון זיך צוזאמפאלן. טאמער ער זיצט אויף א שאקעלדיגע בענקל, קען עס מיינען דאס ערגסטע רח"ל.

מיר האבן יעצט א זכיה א זעלטענעם - צו קויפן פשוט'ע מעבל פאר א תלמיד חכם מופלג. די טבע העולם איז אז פאר גרויסע מוסדות און פאסירונגען איז דא געלט. פאר א פשוט'ע איינפאכע ת"ח, פארלאזט מען זיך אויף יענעם. ביטע, פארלאז זיך נישט אויף יענעם, ווייל עס איז נישט דא קיין יענעם. יענער האט גענוצט זיין געלט זיך צו שלאגן מיט ציונים אין א"י, צו באזוכן ר' ישעיה ב"ר משה וואס זוכט נאך געסט, אויף א טייערן טועמיה ביי בוסער, אדער פאר א פיר שטאקיגע שטריימל פאר זיין אייניקעל'ס אפשערן. אין הדבר תלוי אלא בי.

רופט'ס זיך אן שיין, ווייז וויפיל דו שעצסט א ת"ח, לייג דיין געלט ווי דיין מויל דרייט זיך, און כאפטס אריין די זכות.

https://donary.com/8372

ייש"כ, די זכות זאל אייך ביישטיין, און דערמיט וועט איר קענין זיין רוהיג אז דיין מיינונג אויף די סיסטעם איז נישט נאר א מיטל זיך ארויסצודרייען פון דיין פליכטן, נאר אן עכטע אויסגעטראכטע שיטה.
ומכלל הן אתה שומע לאו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 17, 2024 1:33 pm

· #568255
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
א לייק איז גוט, אבער דא דארף מען טון למעשה

איך זעי נישט וואס און וויפיל קומט אריין, איך בין נישט מראשי המערכה, אבער אין מזרזין אלא למזורזין.

אשרי העם » פרייטאג יולי 19, 2024 12:54 pm

· #568325
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א גאב״ד וואודריזש
וואודריזש
פון די קו הקהלה:
דער רב שליט"א וועט נאך די וואך שבת דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אין מאנהעטן.
בו בזמן רישט מען אויס ביתו נאוה קודש אז די רב זאל קענען אהיימקומען און צוריקקומען צו די כוחות בבחינת תתחדש כנשר נעוריכי.
די מצב הבריאות ביים רב שליט"א אין שפיטאל ווערט ב"ה בעסער מיום ליום.


באקומען א שיינע בריוו אין בליץ פאסט פון א ידיד לאור המצב:
ק/פ געשניטן אביסל

אה... אה... שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש פון אפרעכטן די עבודת הקודש פאר תלמידיו וחסידיו ומתפללי ביהמ"ד תושבי עיר וואודריזש, אנגעהויבן מיטן זיסן שיר השירים, די התאספות ליל שבת בבית רבינו די דרוש ופלפול.. סיפורי צדיקים, זמירות... ק-ה רבון עלם... שחרית באש קודש... סעודת רעווא דרעווין... שוין 40 יאר בליעה"ר וואס די אור שיינט דא אין וואודריזש, אזש אז צוביסלעך איז דאס פלאץ אויסגעשטיגן אלס א שיינע חסידישע הויף, צו וואו עס קומען צו פארן פון איבעראל תלמידים וחסידים און סתם עמך אידן מיטהאלטן די דערהויבענע שבתים און ימים טובים בצל הקודש.

און אז מ'רעדט פון די שבתים ווינטער און זומער צוגלייך, איז איבריג ארויסצוברענגען וואס דאס באדייט פאר די געגנט, ווען עס קומען צו פארן פילע אידן תלמידים וחסידים מיטצוהאלטן בצל הקודש, ווער רעדט נאך פון ימים טובים ווען די גאסן ארום די ביהמ"ד ווירבלען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכע גרויסע אידישע שטאט, און די קבלת קהל מדי יום ביומו מיט א ווארעמע הארץ צו יעדן איד...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 19, 2024 3:10 pm

· #568336
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איין וואודרידזשער אנהענגער בעט אז מ'זאל אויפהערן די שוואנצעריי.

מילך טראק » פרייטאג יולי 19, 2024 4:19 pm

· #568339
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א גאב״ד וואודריזש
באקומען א שיינע בריוו אין בליץ פאסט פון א ידיד לאור המצב:

אה... אה... שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש פון אפרעכטן די עבודת הקודש פאר תלמידיו וחסידיו ומתפללי ביהמ"ד תושבי עיר וואודריזש.
[/size]

איך געדענק אים שבת אין שטאט.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 21, 2024 2:20 am

· #568361
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש... שוין 40 יאר בליעה"ר וואס די אור שיינט דא אין וואודריזש

מעיק אפ יור מיינד, 40 אדער 50.

יין שרף » זונטאג יולי 21, 2024 10:54 am

· #568373
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אפשר די ערשטע 10 יאר איז עס נאכנישט געווען א אור?

גימפל הכהן » זונטאג יולי 21, 2024 2:32 pm

· #568385
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יין שרף #
אפשר די ערשטע 10 יאר איז עס נאכנישט געווען א אור?
די ערשטע 10 יאר איז ער נאך מסתמא נישט געווען אין וואודרידזש

אשרי העם » מאנטאג יולי 22, 2024 4:59 pm

· #568505
ארטיקל פון תשפ״ג

לאז געמאכט » מאנטאג יולי 22, 2024 5:45 pm

· #568517
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א גאב״ד וואודריזש
אשרי העם #
וואודריזש
פון די קו הקהלה:
דער רב שליט"א וועט נאך די וואך שבת דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אין מאנהעטן.
בו בזמן רישט מען אויס ביתו נאוה קודש אז די רב זאל קענען אהיימקומען און צוריקקומען צו די כוחות בבחינת תתחדש כנשר נעוריכי.
די מצב הבריאות ביים רב שליט"א אין שפיטאל ווערט ב"ה בעסער מיום ליום.


באקומען א שיינע בריוו אין בליץ פאסט פון א ידיד לאור המצב:
ק/פ געשניטן אביסל

אה... אה... שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש פון אפרעכטן די עבודת הקודש פאר תלמידיו וחסידיו ומתפללי ביהמ"ד תושבי עיר וואודריזש, אנגעהויבן מיטן זיסן שיר השירים, די התאספות ליל שבת בבית רבינו די דרוש ופלפול.. סיפורי צדיקים, זמירות... ק-ה רבון עלם... שחרית באש קודש... סעודת רעווא דרעווין... שוין 40 יאר בליעה"ר וואס די אור שיינט דא אין וואודריזש, אזש אז צוביסלעך איז דאס פלאץ אויסגעשטיגן אלס א שיינע חסידישע הויף, צו וואו עס קומען צו פארן פון איבעראל תלמידים וחסידים און סתם עמך אידן מיטהאלטן די דערהויבענע שבתים און ימים טובים בצל הקודש.

און אז מ'רעדט פון די שבתים ווינטער און זומער צוגלייך, איז איבריג ארויסצוברענגען וואס דאס באדייט פאר די געגנט, ווען עס קומען צו פארן פילע אידן תלמידים וחסידים מיטצוהאלטן בצל הקודש, ווער רעדט נאך פון ימים טובים ווען די גאסן ארום די ביהמ"ד ווירבלען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכע גרויסע אידישע שטאט, און די קבלת קהל מדי יום ביומו מיט א ווארעמע הארץ צו יעדן איד...
נישט אמת ער פלעגט גיין שבתים קיין מאנרא און קיין וומ"ס

הנגרה » מאנטאג יולי 22, 2024 8:28 pm

· #568532
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ברוך השם עס הייסט אז די רב קומט מארגן אהיים

אשרי העם » מאנטאג יולי 22, 2024 10:33 pm

· #568546
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
וואודריזש
היינט מאנטאג אווענט איז דער רב שליט"א בחסדי ה' באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאך כמעט 2 וואכן זיין צוגעבינדן צום שפיטאל בעט,

ווי באריכטעט איז דער רב שליט"א געווען שטארק אפגעשוואכט די לעצטערע וואכן, און נאך וואס מען האט אנטדעקט א ערענסטע אינפעקציע איז דער רב אריבער שווערע מעדעצינישע באהאנדלונגען אין קאלאמביע שפיטאל אין מאנהעטן, אין די צייט וואס גאנץ כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו פונעם רב.

יעצט מאנטאג אווענט איז דער רב ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געפונט זיך שוין אונטערוועגנס צו ביתו נאוה קודש אין וואודריזש. דער רב וועט זיך ווייטער ערהוילן אינדערהיים די קומענדיגע חדשים אונטער מעדצינישע אויפזיכט. ספעציעלע איינריכטונגען זענען איינגעשטעלט געווארן ביים רב אין שטוב אז דער רב זאל שוין קענען זיין במעון קדשו און מיטן אויבערשטנס הילף קענען אנגיין מיט די התמדת התורה און פראווענען די דערהויבענע שבתים וקבלת קהל בקרב תלמידיו וחסידיו כרגיל,

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רב שליט"א כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש.
📎 000.m4a

הנגרה » מאנטאג יולי 22, 2024 10:51 pm

· #568548
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ברוך השם, יעצט אין די זוממער ווען די עולם איז אין קאנטרי דארף מען די רב צווישן אינז

אשרי העם » מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 pm

· #568555
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
הנגרה #
ברוך השם, יעצט אין די זוממער ווען די עולם איז אין קאנטרי דארף מען די רב צווישן אינז
די לעצטערע 15 יאר בערך (זינט די ישיבה איז פארשלאסן) ב"ה איז שוין ווינטער גארנישט שוואכער ווי זומער

yesiknow » דינסטאג יולי 23, 2024 5:40 am

· #568567
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אשרי העם #
וואודריזש
היינט מאנטאג אווענט איז דער רב שליט"א בחסדי ה' באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאך כמעט 2 וואכן זיין צוגעבינדן צום שפיטאל בעט,

ווי באריכטעט איז דער רב שליט"א געווען שטארק אפגעשוואכט די לעצטערע וואכן, און נאך וואס מען האט אנטדעקט א ערענסטע אינפעקציע איז דער רב אריבער שווערע מעדעצינישע באהאנדלונגען אין קאלאמביע שפיטאל אין מאנהעטן, אין די צייט וואס גאנץ כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו פונעם רב.

יעצט מאנטאג אווענט איז דער רב ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געפונט זיך שוין אונטערוועגנס צו ביתו נאוה קודש אין וואודריזש. דער רב וועט זיך ווייטער ערהוילן אינדערהיים די קומענדיגע חדשים אונטער מעדצינישע אויפזיכט. ספעציעלע איינריכטונגען זענען איינגעשטעלט געווארן ביים רב אין שטוב אז דער רב זאל שוין קענען זיין במעון קדשו און מיטן אויבערשטנס הילף קענען אנגיין מיט די התמדת התורה און פראווענען די דערהויבענע שבתים וקבלת קהל בקרב תלמידיו וחסידיו כרגיל,

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רב שליט"א כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש.

איך האף די רבי שליט"א ליינט נישט דיינע הודעות, לויט מיינע ידיעות גלייכט ער נישט די סטייל באשרייבונג אויף מנהיגים.

וואס מיינסטו מיט באפרייט? געווענטליך זאגט מען דיסטשארטשט (Discharged),
קום אריין קלאר אשרי.

מהיכי תיתי » דינסטאג יולי 23, 2024 1:08 pm

· #568583
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
yesiknow #
וואס מיינסטו מיט באפרייט ? געווענטליך זאגט מען דיסטשארטשט
Discharged.
אין ליובאוויטש ביי די משיח'יסטן פראוועט מען [נישט] ג' תמוז אלס די יום הצלה ווען די רבי מה"מ איז געווארן באפרייט פון שפיטאל.

אשרי העם » דינסטאג יולי 23, 2024 10:18 pm

· #568638
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
.
📎 2beee935-f296-4581-a310-4a4cc6f269ac.jpeg 📎 d8f04a8a-e4cd-48de-a682-9709360642bd.jpeg

yesiknow » דינסטאג יולי 23, 2024 11:43 pm

· #568643
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
Full fledged Rebe
היר ווי גא
בך בטחו אבותינו...

אשרי העם » מיטוואך יולי 24, 2024 12:48 am

· #568646
Re: ארטיקל פון תשפ״ג
אשרי העם #
📎 9751e614-05f1-45bf-aed7-02901df30bcf.jpeg 📎 b4bec9cb-2eac-4414-b2ef-6af3b9b9423d.jpeg 📎 a0057390-d58f-4223-ad85-9df8a8a8c9f4.jpeg
בלאט: 1 2 3 4 5 6