☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נבואות פינעם רימעניווער רבין : א בירגער קריג איז אויפן וועג

נבואות פינעם רימעניווער רבין : א בירגער קריג איז אויפן וועג

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11832

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:10 am

· #382982
נבואות פינעם רימעניווער רבין : א בירגער קריג איז אויפן וועג
רימעניווער רבי וואס האט שוין געזעהן פילע עתידות ווי ווי איז לייבי קלעצקי און נאך זאגט פאר א נביאות אז ס'קימט א בירגער קריג.

חברה פאקסט פעק און לויפטס...
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=81678">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=81678</a>

diff » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:19 am

· #382984
שרעקעדיג אז מקען אזוי זאגן

diff » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:22 am

· #382986
כהאף מוועט נישט דרעפטן ישיבה לייט

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:24 am

· #382987
Re: נבואות פינעם רימעניווער רבין : א בירגער קריג איז אויפן ו
קודם כל, פארוואס האט ער זיך דערמאנט פונקט ווען ס'שוין הייס?
ווען איך בין א נביא זאג איך עס ווען קיינער וואלט אזאנס זיך נישט פארגעשטעלט.
צווייטענס, ס'איז א win win situation, מ'קען תמיד זאגן אז ס'גייט אט אט קומען, אזוי ווי די וואס שרייען שוין די לעצטע פאר יאר אז ס'קומט א ריזן עקאנאמי קראך.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:25 am

· #382989
לויט די באריכט האט רבינו שליט''א אליינס מעיד געווען אז שכינה מדברת מתוך גרונו, וואס איז שייך זיך צו טענה'ן אויף דעם.

In addition the Rebbe explained, saying, "I am a man of the few in our time who can say that, for it has been published that my eyes see far and wide, like finding the child Leibi Kletzky hy"d and the three boys in Halhul and dozens missing, where others do not have permission to see and order, and I have been planted in this generation by Hashem and Divine Providence, as known, that when I have to talk in public and give instructions I do so when the Divine Presence speaks from my throat, and wherever my name reaches, it is known that those who listen to me shall dwell assured".

יואליש » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:52 pm

· #383020
ער זאגט אז איינמאל די בירגער קריג ברעכט אויס וועט מען נישט קענען קראסן סטעיט ליינס. דאס איז זייער ביטער! ס'מיינט איך וועל נישט קענען פארן פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג אויף שמחת תורה דורך די דזשארדש וואשינגטאן בריק. כ'וועל מיזן נעמען די טאפאנזי בריק. כ'האב נישט קיין כוח דערצו! כ'בלייב אין ק"י אויף יו"ט.

diff » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:13 pm

· #383022
קל וחומר
קודם כל, פארוואס האט ער זיך דערמאנט פונקט ווען ס'שוין הייס?
ווען איך בין א נביא זאג איך עס ווען קיינער וואלט אזאנס זיך נישט פארגעשטעלט.

Old Article
Moshe Weisberg 23:48 26/03/2015

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:47 pm

· #383024
לכאורה רעדט ער פין וויזניץ, ווייל סאטמאר און באבוב האבן שוין געהאט א בירגער קריג.

החוקר » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:24 pm

· #383033
Re: נבואות פינעם רימעניווער רבין : א בירגער קריג איז אויפן ו
ער איז מעיד אויף זיך אז ער האט געוויסט פון לייבי קלעקצי ע"ה און נאך, קען איינער באשטעטיגן, קראנט מיט באווייזן אז ער האט טאקע געוויסט. אויב נישט איז דאך אפגערעדט אז עס איז לופט, אויב האט ער יא געוויסט, קען מען אנהייבן דעבאטירן צו ער רעדט פון היץ צו נישט.

נ.ב. אז ער האט געוויסט ביי לייבי ע"ה, וואס איז די רשעות אז ער האט נישט פארציילט פאר מען האט אים געבוטשערט?

איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:07 pm

· #383035
ער האט יא פארציילט ביי לייבי, דורכן גיסן בליי איז ער געוואויר געווארן וואו ער איז, מען האט אים דארט אנגעהויבן צו זוכן. מען האט געמיינט אז ער מיינט א קירכע וואס געפינט זיך אויף יענעם גאס, ווען מען האט אים נישט געפונען דארט האט מען אפגעשטעלט די זוכעריי. פארוואס נישטערן אין פרעמדע הייזער ע"פ צוואתו פון עפעס א באבא?

למעשה האט ער שוין פארגעזאגט פילע אנדערע זאכן וואס זענען אבסולאט דורכגעפאלן. ווי די הושענא רבה נוקלעארע מלחמה לעצטע יאר... ער איז א ריזיגער בעל דמיון, ער קען די חכמה פון אויפזוכן פארלוירענע מענטשן, ער האט שוין כמ"פ געטראפן מענטשן אויסער לייבי. אבער אויסערדעם ווייסט ער נישט בחייכון... חברה, גלייבסט מיר...

א בירגער קריג איז נישט קיין חכמה פאראויס צו זאגן היינט, אויב האט ער אינטערנעט קאנעקשין...

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:27 pm

· #383038
יואליש
ער זאגט אז איינמאל די בירגער קריג ברעכט אויס וועט מען נישט קענען קראסן סטעיט ליינס. דאס איז זייער ביטער! ס'מיינט איך וועל נישט קענען פארן פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג אויף שמחת תורה דורך די דזשארדש וואשינגטאן בריק. כ'וועל מיזן נעמען די טאפאנזי בריק. כ'האב נישט קיין כוח דערצו! כ'בלייב אין ק"י אויף יו"ט.

פארן שמח"ת אין וויליאמסבורג? דארטן זעלבסט האט שוין פאסירט א בירגער קריג, כידוע.

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:32 pm

· #383040
איי איי, ווי זענען די ווידעאס? דאס איז געווען א זאך.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:00 pm

· #383041
איסר האטלקי
ער האט יא פארציילט ביי לייבי, דורכן גיסן בליי איז ער געוואויר געווארן וואו ער איז, מען האט אים דארט אנגעהויבן צו זוכן. מען האט געמיינט אז ער מיינט א קירכע וואס געפינט זיך אויף יענעם גאס, ווען מען האט אים נישט געפונען דארט האט מען אפגעשטעלט די זוכעריי. פארוואס נישטערן אין פרעמדע הייזער ע"פ צוואתו פון עפעס א באבא?

למעשה האט ער שוין פארגעזאגט פילע אנדערע זאכן וואס זענען אבסולאט דורכגעפאלן. ווי די הושענא רבה נוקלעארע מלחמה לעצטע יאר... ער איז א ריזיגער בעל דמיון, ער קען די חכמה פון אויפזוכן פארלוירענע מענטשן, ער האט שוין כמ"פ געטראפן מענטשן אויסער לייבי. אבער אויסערדעם ווייסט ער נישט בחייכון... חברה, גלייבסט מיר...

א בירגער קריג איז נישט קיין חכמה פאראויס צו זאגן היינט, אויב האט ער אינטערנעט קאנעקשין...

רבותיי:איך גיס בליי א יעדן טאג. ס'הייסט. נישט איך אליינס. נאר מיין רבי דער בעל עיני הישועה שליט"א, תמ"ל גיסט בליי אין מיין שליחות איעדן טאג אום 3 אזייגער פארטאגס. ס'איז נאר דא איין פראבלעים. די סאניטעישן דעפארטמענט האט אויסגעפונען. און זיי וויללן אז די רבי שליט"א זאלל איבערנוצן די געגאסענע בליי. ריסייקלינג, בלע"ז. אבער מיין רבי האט זיי מסביר געווען אז די געגאסענע בליי קענמען שוין מער נישט איבערניצן. ווייל ס'קומען דארט ארויס אלערליי צורות פון בערן און לייבן און אדלערס. און אויב מ'וועט עס וועללן נאכאמאל אויפלאזן וועללן די אלע חיות זיך נעמען שרייען מיט באנומענע קולות. אז אלע שכנים וועללן זיך אויפוועקן. אבער פארוואס גיסט מיין רבי בליי...? כדי צו וויסן וואו דער סטאק מארקעט האלט. אויך מיינע ריעל עסטעיט פראפערטיעס. די גרויסע קאמערשל בילדינגס וואס איך פארמאג אין ניו דזשערסי. און מיין רבי האט געזאגט אז ער האט געזעהן אין די געגאסענע בליי אז ס'וועט נישט זיין קיין בירגער קריעג. אין זכות פון כולל חצות. און תהילים כולל...!

מוזיק עקספערט » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 8:07 pm

· #383153
ביי מנחם שטארק האב איך געהערט אז ער האט שוין געזאגט פרייטאג נאכמיטאג אז ער איז פארברענט און ער האט אפילו געזאגט ווי, איך האב אבער געהערט דערפון אפאר וואכן שפעטער סאו איך ווייס נישט ווי קראנט ס'איז.

איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 8:09 pm

· #383154
ס'איז מסתמא געווען א ווערטל, ווייל איך ווייס בידוע אז ער האט דעמאלטס גארנישט געזאגט.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 8:36 pm

· #383157
מוזיק עקספערט: דו קענסט גאנץ רואיג זיין אז ער האט גארנישט געזאגט. און אפילו ער האט געזאגט האט ער גערעדט הוילע שטותים מיט לאקשן. ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי סיי וועלכן פאל אז איינער זאלל קלאר ארויסזאגן פונקטליך וואו מ'קען געפונען דעם פארלוירענעם מענטש. אונז האמיר געזעהן ביי דעם הייליגן מישקלאצער אין א"י וואו ער האט געזאגט אז די בחורים לעבן. און אויב די מאמעס וועללן באקן חלות וועללן די בחורים אפיהרקומען. ווען זיי זענע שוין געווען צושניטן, רח"ל...!

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:23 pm

· #383165
איך כאפ מיך יעצט איך האב אריינגעלייגט דעם אשכול אין די ראנג פלאץ איך האב עס געדארפט אריינגעלייגן אין א שמייכל

מיש-נייעס » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 8:14 pm

· #383244
ער האט א היסטאריע פון מאכן היסטאריע

מען ברויך איהם איינזעצן אין תפיסה פאר'ן לאזן הרג'ענען לייבי קלעצקי בעת די גאנצע וועלט האט געווארט מיט אנגסט אז מען זאל איהם געפינען און ער האט 'געוויסט' ווי ער געפינט זיך

איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 8:16 pm

· #383246
איסר האטלקי
ער האט יא פארציילט ביי לייבי, דורכן גיסן בליי איז ער געוואויר געווארן וועלכע גאס ער איז, מען האט אים דארט אנגעהויבן צו זוכן. מען האט געמיינט אז ער מיינט א קירכע וואס געפינט זיך אויף יענעם גאס, ווען מען האט אים נישט געפונען דארט האט מען אפגעשטעלט די זוכעריי. פארוואס נישטערן אין פרעמדע הייזער ע"פ צוואתו פון עפעס א באבא?
.

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 8:12 am

· #383454
בקיצור, זיין מגיד ווייסט נאר וועלכע גאס, נישט וועלכע הויז, וועלכע שטוב, עפעס א צובראכענע דזי.פי.עס. פין בערעל בעל עגלה.

און דאס אז ער האט געוויסט וועלכע גאס, איז אויך נאך נישט אזוי זיכער, בשעתו האב איך געזיכט איינער זאל עס מיר קאנפארמירען, און נישט געטראפן. כלומר, נאך דעם וואס מען איז דערגאנגן שפירען אז לייבי איז געגאנגען צו אכצען און פיר און פערציג צו דער געגענט פין דער דענטיסט, האבען אלע' שומרים און וואלענטירן אנגעהויבן גיין אין יענעם ריכטונג, (עס איז אלץ געווען א צד אז ער איז געגאנגען ארויפציר), און בתוכם דער רימונובער וואס איז מיט געגאנגן מיט די זוכערס, און מענטשן זוכערס גלייבען דאך, און ווילען טרעפען, און זיי זאגען פאר דעם רימונובער, און דער רימונובער זאגט זיי, און עס איז דא א מעשה צו דערציילען.

איבער צו חזר'ן דער מעשה אביסעל, לייבי איז פארלוירן געגאנגען אויף א זונטאג? נאכמיטאג, מען האט אים הערשט געטראפען מאנטאג ביינאכט אדער דינסטאג פארטאגס. זונטאג אגאנצע נאכט זענען שומרים ארום געפארן מיט הויכע מייקס און געשריגען לייבי, מאנטאג אינדערפרי איז איינער גערמאן געלונגען צו באקומען דער פוטאדזש פין דער שיך סטאר פעילעסס אויף דרייצען, און קלאר אויפגעוויזן אז לייבי איז דארט נישט אדורך, פין דארט האט ער באקומען דער פוטאדזש פין ווארייעטי קארנער, וואס דארט האט ער געזעהן אז לייבי איז יא אדורך, פין דארט איז ער געגאנגען ווייטער ארויף פיר און פערציג.

אגב,שומרים מעמבערס האבען שוין געקוקט אין מיטען דער נאכט אויף ווארייעטי קארנער קאמערא, און "גארנישט" געזעהן, להודיעך כחן של שומרים.

ממילא, ביי צוועלעף אזייגער אין מיטען טאג, האט מען שוין מער ווייניג געהאט אויסגעשלאסען פין זוכען אלע אנדערע געגענטער. ווייסט איינער ווען די מעשה מיט דער רימונובער האט געזאלט פארקומען? איך שטעל מיר פאר נישט פאר דריי אזייגער נאכמיטאג. יישר כח רימונובער, ביסט א שקרן.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:14 am

· #383462
נאר א שקרן און א פאנטאזירער...?! א שארלאטאן. וועלכער נוצט אויס יענעם'ס טראגעדיע ל"ע זיך איינצורעדן אז ער וועט יעצט גרויס ווערן. און זיינע מעגאלאמאנישע חלומות וועללן מקויים ווערן איבער נאכט. נאר די אלע קעלבלעך וועלכע זענען איהם נאכגעלאפן און האבן ..."געגלייבט".. אין איהם זענען אויכעט שולדיג...!

מאטי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:12 pm

· #383468
יואליש
ער זאגט אז איינמאל די בירגער קריג ברעכט אויס וועט מען נישט קענען קראסן סטעיט ליינס. דאס איז זייער ביטער! ס'מיינט איך וועל נישט קענען פארן פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג אויף שמחת תורה דורך די דזשארדש וואשינגטאן בריק. כ'וועל מיזן נעמען די טאפאנזי בריק. כ'האב נישט קיין כוח דערצו! כ'בלייב אין ק"י אויף יו"ט.

ק"י און וויליאמסבורג זענען נישט צוויי אנדערע סטעיטס? כ'על מוזן אויסהערן קאנטרי יוסי נאכאמאל מאכן זיכער...

הקטן » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:16 pm

· #383469
מאטי
יואליש
ער זאגט אז איינמאל די בירגער קריג ברעכט אויס וועט מען נישט קענען קראסן סטעיט ליינס. דאס איז זייער ביטער! ס'מיינט איך וועל נישט קענען פארן פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג אויף שמחת תורה דורך די דזשארדש וואשינגטאן בריק. כ'וועל מיזן נעמען די טאפאנזי בריק. כ'האב נישט קיין כוח דערצו! כ'בלייב אין ק"י אויף יו"ט.

ק"י און וויליאמסבורג זענען נישט צוויי אנדערע סטעיטס? כ'על מוזן אויסהערן קאנטרי יוסי נאכאמאל מאכן זיכער...

עיני הנשר » זונטאג יוני 7, 2020 1:55 am

· #450696
חמש שנים מהכתבה
:דרום אמריקה
נס שהיהודים ברחו משם לפני עידן הרודן מאדורה קרוב לעשרים אלף משפחות עזבו את ונסואילה בזכות הרבי שליט''א
צרפת : טרור כמה פעמים בדוק התאריכם ואנטישמיות בכל אירופה שהתחיל זמן קצר אחרי הכתבה
אירופה : אנטישמיות גוברת מיום ליום
ארה''ב : מלחמת אחים ובוזזים בחנויות ורכוש והנשיא בריב קשה עם מושלים וראשי עיר במדינות דמוקרטים וכו'
כל העולם כולו :קרונה ! אין כמעט טיסות , מדינת ישראל לא מכניס יהודים מחו''ל מלחמה ביולוגית וכל העולם מורעל וכולם כולל ארה''ב , רוסיה ואירופה מפחדים להגיב לסין כי זה יהיה סיום העולם

Did you see this? did you get it too? now things look much more as he said whats next?

עיני הנשר » זונטאג יוני 7, 2020 12:05 pm

· #450736
you are a simple fool or a hater '' can you answer something with substance ''

קא משמע לן » מאנטאג יוני 8, 2020 1:05 am

· #450818
פאר ווער עס געדענקט האט ער פאר געזאגט געציילטע יאר צירוק אז הושנעה רבה גייט פאר קומען מלחמת גוג ומגוג,
און יעדער מוז אנטלויפן קיין מדנ"י. ווען מען האט אים אנגעפרעגט פארוואס ער אליין אנטלויפט נישט, האט ער אנגעגעבן אז פון הימעל לאזט מען אים נישט..

יודישע שרייבער » מאנטאג יוני 8, 2020 3:24 am

· #450825
מאך זיכער
לאדעכאפ מיט די שטותים והבלים.

ער קען נישט און ווייסט נישט און וויל נישט וויסן, מען ברויך דעם בן-אדם ארעסטירן פארן אנזייען פאלשע כאאס.

מפגר וואס ער איז.

@מאך זיכער, עטליכע הערות אויף דיינע ווערטער (ביטע ליין עס מיט א רואיגע טאן - ווי די באקאנטע משל פון "טאטע שיק מיר הויזן", איך פרעג עס רואיגערהייט און נישט מיט א נערוועזקייט, אויך נישט פערזענליך קעגן דיר, נאר איך זיך צו פארשטיין דיינע שיטות):
1) לאמיר זאגן אז דער אדמו"ר הנ"ל איז טאקע א מפגר (כלשונך...) און א ליגענער וואס איז סתם דא פאר אטענטשען און צו אנזייען פאלשע כאאס (ווייטער כלשונך...) דארף מען אים שוין ארעסטירן?! אפשר גאר איז ער חייב מיתה און מען דארף אים הרג'ענען, ווער זאגט אז ארעסטירן איז גענוג?!

2) איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער אדמו"ר האט יא אדער נישט פאראויסגעזאגט, (די איינציגסטע פלאץ ווי איך האב געזען/געהערט דערפון איז דא אינעם שטיבל) סאו איך קען מיר נישט אננעמען אויף א זאך וואס איך ווייס נישט, אבער פונקטליך וויאזוי רופסטו אן די מצב אין וואס אונז לעבן יעצט, שלום ושלוה אדער א בירגער קריג?! שוין גארנישט פאלשע כאאס... ווען דו שרייבסט צוויי יאר צוריק אז ער איז א בעל דמיון וואלט איך אויך געטראכט אזוי (לכאורה) אבער אין די יעצטיגע מצב פאנק איך אן צו קלערן, מי יודע, אפשר ווייסט ער טאקע וואס ער רעדט?!

3) [דרך אגב...] ווען די לינקע יוגענט האט זיך צולאזט די לעצטע וואך צוויי מיט געפערליכע פאגראמען וואס האט ארויפגעברענגט די פארברעכן ראטע אין אמעריקא אויף א געפערליכע פארנעם און האט שוין אפגעקאסט צענדליגע אומשילדיגע לעבנס און חרוב געלייגט טויזענטע ביזנעסער און האט רעזאלטירט אין ביליאנען פון שווער אויסגעהארעוועטע געלטער וואס מענטשן האבן יארן לאנג געארבעט צו אויפבויען און פארדינען איז פארלוירן איבערנאכט און עס איז קלאר ווי די טאג אז די לינקע ערוויילטע באאמטע צוזאמען מיט זייער שותפים לדבר עבירה פון די פרעסע (פרעסעקראטן) זענען שולדיג דערין און לייגן טעגליך צו געז צום פייער, ביי זיי וואלסטו אויך געשריבן אזוי שארף?! זיי דארף מען ארעסטירן, אבער נאך ווי!! lock (her) them up!!
(אדער אפשר גאר האלטסטו אז די מערדערייען, רויבערייען און געוואלטאטן איז א גוטע און געווינטשענע זאך וואס קומט פון זייער גוטע חינוך און מען דארף גאר גיבן קרעדיט פאר אלע לינקע פאליטיקאנטן און סעלעבס וואס העלפן זיי ארויס און די חסרון פון אונזער חינוך איז אז אונז האבן נאר געשריגן אויף די אנטיסעמיטן און נישט געשאסן א צוויי דריי פאליציי לייט און געפלינדערט אדער פארברענט אלע יודישע געשעפטן אויף 13 אוועניו?!)

קלארשטעלונג: איך בין נישט קיין רימנוב'ע חסיד (כמדומה האב איך אים קיינמאל נישט געזען אין מיין לעבן, אויב יא האב איך אים נאר געזען ביי א שמחה, זהו) און איך האב נישט קיין שום אגענדע אדער אינטערעסע זיך אנצונעמען פאר אים אדער זיינע ווערטער (וואס ער האט אדער יא אדער נישט געזאגט), אבער די שארפע רעטאריק האט מיר געמאכט מגיב זיין...

עיני הנשר » מאנטאג יוני 8, 2020 8:18 am

· #450841
IN the original article does not mention a single word about הו''ר, גוג ומגוג you are a dreamer and simple cant read or understand what you read, read it 101 times and ask for someone to explain it to you,

<a class="postlink" href="http://dreamingofmoshiach.blogspot.com/2020/04/leave-while-you-can.html">http://dreamingofmoshiach.blogspot.com/ ... u-can.html</a>



<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/170818">https://www.bhol.co.il/news/170818</a>


<a class="postlink" href="http://palmtreeofdeborah.blogspot.com/2015/03/brooklyn-rabbi-jews-go-to-israel.html">http://palmtreeofdeborah.blogspot.com/2 ... srael.html</a>

this is what the press wrote he said, at this point what he said happened and is still developing, in an article last month in the Jewish Press look what someone who actually spoke to him writes :
<a class="postlink" href="https://www.jewishpress.com/news/israel/aliyah-israel/brooklyn-chassidic-rebbe-calls-for-massive-aliyah-before-its-too-late/2020/04/29/">https://www.jewishpress.com/news/israel ... 020/04/29/</a>
in my understanding, the Rebbe is simply saying if you are relocating do it to Israel, second, if something happens to you or your beloved ones or your store, business or home gets looted till who knows what happens to you '' doesn't say what was said by some after WWII we ware not warned ahead by our leaders Gedoli YISROAL''