☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » גיט אפ אייער ענדגילטיגע שטימע פאר די 4 "שושנים" געווינערס

גיט אפ אייער ענדגילטיגע שטימע פאר די 4 "שושנים" געווינערס

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8066

כוכב » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:45 pm

· #245682
גיט אפ אייער ענדגילטיגע שטימע פאר די 4 "שושנים" געווינערס
די דריי שטים בודקעס פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט האבן זיך געשלאסן פרייטאג, און ניין גאר געלונגענע און טאלאנטפולע פיינעליסטען זענען אויסגעקליבן געווארן.

די ניין אויסגעקליבענע פיינעליסטען שטעלן פאר די שענסטע און בעסטע, וואס האבן געברענגט די מערסטע הנאה פאר די מערסטע ליינערס.

פון די ניין אויסגעקליבענע פיינעליסטען וועלן נאר פיר קענען געווינען דעם פארמעסט, לויט וועלכע פיינעליסטען וועלן באקומען די מערסטע שטימען. די פיר געווינערס וועלן זוכה זיין אין א שיינעם מתן שכרם בצידם אין אנערקענונג אויף זייער ביישטייערונג צו דעם פארמעסט, און זייערע געבענטשטע טאלאנטען.



דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100

דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50

די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.


אין לויף פון די קומענדיגע צוויי טעג וועלן אפגעהאלטן ווערן די וואלן פאר די 4 געווינערס פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט. אלע 9 פיינעליסטען האבן אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות און אלע פון זיי זענען ווערד צו געווינען. אבער מאכט זיכער אז די פיר מחברים וואס איר האט די מערסטע הנאה געהאט פון זייערע ווערק זאלן געווינען! עס איז נישט נאר וואלן אויף כבוד און אנערקענונג, נאר אויך פאר זאכליכע געווינסן פון ווערדפולע פרייזעס. גיט אפ אייער שטימע!

פאלגענד זענען די 9 פיינעליסטען. דרוקט אויף יעדן פיינעליסט אנצוקומען צו דעם אשכול.

3 - א גוט ווארט
4 - א בריוול פון דעם בית הכבוד
11 - טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו
18 - שאון השעון
19 - געזעץ פון שילוש
23 - והמבין יבין
31 - לא נתקבל
26 - שיר החסידים
29 - אלו ואלו נשרפין


גיט אפ אייערע פיר שטימעס. די שטים בודקע פארמאכט זיך אין צוויי טעג – דינסטאג נאכמיטאג 1:40, איסטערן סטענדארט טיים.

<<קומט דא אריין און גיט אפ אייער שטימע אין די פיינעליסטען שטים בודקע!>>

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:03 pm

· #245687
א בריוול פון דעם בית הכבוד

שאון השעון

געזעץ פון שילוש

אלו ואלו נשרפין

לית דין בר נש » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:08 pm

· #245688
געשטימט פאר די פיר בעסטע

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:10 pm

· #245689
א גוט ווארט

בית הכבוד בריוו

געזעץ פון שילוש

שיר החסידים

איש את רעהו » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:20 pm

· #245692
לא נתקבל

א גוט ווארט

דאס איבריגע איז געהיטען אין רעדאקציע

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:29 pm

· #245727
דער עולם שטימט?

אפטעמיסט » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:30 pm

· #245729
אין גרויסן

מאטי » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:44 pm

· #245747
געשטימט בלויז פאר צוויי...

אפטעמיסט » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:51 pm

· #245756
הייסט דו ביסט מנדב די גיפט קארדס און זוכסט צו שפארן? אויך מיר א נגיד.

ברסלבער » זונטאג יאנואר 4, 2015 5:14 pm

· #245796
אפגעגעבן די שטימע.

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 5:18 pm

· #245799
מאטי
געשטימט בלויז פאר צוויי...

אויב קען מען שטימען נאר צוויי וואלט איך געגאנגען פאר שילוש און פאר שיר החסידים. אבער אז מ'געט פיר נעמט מען פיר.

פישלע העררינג » זונטאג יאנואר 4, 2015 5:52 pm

· #245807
כאטש אין די אלגעמיינע וואלן האב איך יא געשטימט פאר די דאזיגע, האב איך יעצט אוועקגעשטעלט אין א זייט און נישט געשטימט פאר א בריוול פון בית הכבוד, אלו ואלו נשפין, א גוט ווארט, און טב למיתב ארמלי , וויבאלד זיי זענען נישט פאעטיש, בלויז גראמען אויף א שיינע ענין. הערליך איינס ביי איינס, אבער ווען עס קומט צו אויסוועלן א "געווינער", מוז עס האבן פיל מער ווי גראמען מיט ענין. איך זוך קונסט.

געשטימט:

שאון השעון - מלך השושנים, כליל בהדרו. תוכן, סגנון, לשון - כלילת יופי. אין עוד מלבדו.

שיר החסידים - נאסטאלגיע, נאסטאלגיע, טעם זקנים שרוח הבריות נוחה הימנו.

געזעץ פון שילוש, לא נתקבל, והמבין יבין, זענען אלע דריי אנטי-סיסטעם געשטימט, און ס'געוועהן שווער צו קלויבן צוויי פון זיי. וועלכע זאל ארויספאלען? איז אזוי:

געזעץ פון שילוש מאכט טראכטן - ווערד די שטימע, און

והמבין יבין מאכט לאכן - אויך ווערד די שטימע.

ובזה יצאתי ידי חובת @כוכב.

מאטי » זונטאג יאנואר 4, 2015 6:02 pm

· #245811
ישמעאל הכהן
מאטי
געשטימט בלויז פאר צוויי...

אויב קען מען שטימען נאר צוויי וואלט איך געגאנגען פאר שילוש און פאר שיר החסידים. אבער אז מ'געט פיר נעמט מען פיר.

כ'האב נישט געוואלט אז מיינע דריטע און פערטע שטימען זאלן ארבייטן קעגן מיינע ערשטע צוויי.

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 6:03 pm

· #245812
ביזט גערעכט!

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:23 am

· #245933
געשטימט פאר פיר.

שעפטל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 1:45 pm

· #245997
געשטימט פאר פיר.

היפש שווער געווען, ווען זיבן פון די ניין האב איך געשטימט ביים ערשטן רונדע

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 5, 2015 2:05 pm

· #246006
שאון השעון
שיר החסידים
טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו
א בריוול פון דעם בית הכבוד

כוכב » מאנטאג יאנואר 5, 2015 2:36 pm

· #246016
נישט פארגעסן צו שטימען אלס רייט אין קאנדידאט פאר ששונה איינס מעוז צור.

אוהב ספרים » מאנטאג יאנואר 5, 2015 3:41 pm

· #246027
3
21
31

פלאוויוס » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:22 pm

· #246119
שוין געשטימט נעכטן, פאר פיר שיינע פאעמעס.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:24 pm

· #246121
געשטימט. שטים דו אויך, וועט עס בעסער שטימען.

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:21 am

· #246173
[ציטאט אראפגענומען]

מה ענין פאעזיע אצל פערד?

איך שטים איין מיט דיר גראדע, אבער דאך דארף מען עפעס געבן פאר הומער ווי בית הכבוד איבערהויפט אז ס'איז א לאנגס און א ברייטס סליגט אן ארבעט, אא''ו די אנדערע יעדער מיט זיין שניט, א גוט ווארט איז אקטואל און אימפארטענט.

היום יהיה האות הזה!

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 6:36 am

· #246182
ישמעאל, כ'בין זיכער דאס יעדער האט אריינגעלייגט פיהל ארבעט אין זייער שטיקל, נישט בלויז עפעס וואס איז לאנג. צו געוואונען דעם פארמעסט מוז עס האבן שטארקע קונסט. פארוואס זאל מען שטימען פאר עפעס אלץ רחמנות אויפ'ן השקעה ווען ס'דא גענוג אויף וואס צו שטימען פאר זייער קונסט און שיינקייט? ס'איז א "פאעזיא" פארמעסט, נישט א "מאכן א מענטש פילען גוט" פארמעסט. דערפאר טאקע האב איך געוויילט פאר שאון השעון, שיר החסידים, ועוד כמבואר למעלה.

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:04 am

· #246192
אנאנים, אז דו ביסט אזא גרויסער מבין, וואו איז דיין פאעזיע?

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:12 am

· #246195
איך בין שוין קראנק פון די אויבער חכמים וואס זאגן אז דאס איז נישט פאעזיע יענץ איז נישט. קען טאקע זיין, אבער די פארמעסט איז געווען אויף יעדע סארט פאעם בכל צורה שהוא און מ'האט געשטופט יעדעם אפילו די נישט מומחים צו שרייבן. יעצט ווען אסאך האבן זיך אנגעשטרענגט צו שרייבן עפעס פאר די פארמעסט גייט מען און מ'שטימט נישט ווייל מ'איז דער גרויסער חכם. גראו אפ, זיי א מענטש און שטים פאר יענעמס בלוט און שווייס.

קוק דא וואס כוכב האט געשריבן ביים דערקלערן די פארמעסט:

כוכב

א - עס קען געשריבן ווערן פאעזיעס איבער סיי וואס פאר א טעמע אין סיי וועלכער שפראך, און סיי וועלכע פאעזיע פארמאט, מיט גראמען אדער אן וכו'.

ט - מכאן הקריאה יוצאת, יעדער איז געלאדנט אנטיילצונעמען, שאצט נישט אונטער אייער כוחות הנפש, שארצט אייך ארויף די ארבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס קאאפעראציע.

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:57 am

· #246209
לאמיך דיר עפעס מסביר זיין.

איך בין אויך א שטארקע חסיד פון פאעזיע און דאס איז אייגענטליך וואס האט מיך דאס ערשטע מאל בכלל געכאפט פון קאווע שטיבל אויב געדענק איך גוט. איך האב אויך געשטימט פאר די רייכע רמז'דיגע שטיקלעך, און למען האמת, מיין אייגענע פאעמע, נהי בכי תמרורים, איז ניטאמאל געשריבן געווארן פארן פארמעסט, נאר פאר מיר, מיר צו טרייסטן אביסעלע נאך יענע מעשה, און כ'האב עס שוין אריינגעשיקט, ס'זאל זיין.

אבער דער וואס שרייבט אז אידישע גראמען און מער פשוט'ע און פארשטענדליכע פאעזיע איז נישט קיין פאעזיע קען פשוט נישט די כללים און יסודות פון דעם ארט. דער מלך הפאעזיע, רבי משה חיים לוצאטו, איז שיין מבאר אין זיינע ספרים "לשון לימודים" און"ספר המליצה" ועוד, די אלע סארטן פאעזיע וואס זענען פארהאנען, זיי אזוי גוט לערען עס גוט דורך וועסטו זען אז דער רמח"ל אליין דינגט זיך מיט דיר.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:14 am

· #246217
בכלל נישט קיין שאלה. בית הכבוד איז עמעיזינג טעלענט, לא נתקבל איז א חידוש אין גראם, אלו ואלו איז משוגע עלאקווענט און קלאר.

יעדעס איינער איז ווערד א שטימע.

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:06 pm

· #246251
ווען איז די דעדליין?

גנדי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:35 pm

· #246262
אריינגעכאפט צו שטימען!

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:36 pm

· #246263
מיין פרעדיקציע; שאון, לא נתקבל, שיר החסידים. די פערטע לאז איך איבער.