☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

247 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7583
בלאט: 1 2 3 4 5

קול דודי » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:32 pm

· #235957
ישראל קאפקע
פארוואס איז נישט דא קיין פאסילס פון פיש עלטערן, אדער איבערגאנג זגאלן פון פיש צו העכערע פארמען, איז עס אן אוטדעיטעד טענה? האט מען שוין יא געפונען?

טרענזישענאל פאסילס:
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_transitional_fossils">http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_tr ... al_fossils</a>

.See "Invertebrates to fish" and "Fish to Tetropods"

אויב די האסט צייט גיי דורעך אלע. לייג דגוש אויף נישט נאר ווי זיי זעען אויס, נאר אויך אויף וויכטיגע און אינטערעסאנטע פיטשורס. Notochord, Jaw, etc. etc.

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:36 pm

· #235959
קול דודי

הער דעם מיסטער מילער, ווי ער ברענגט צו פון פעילעינטאלידזשיסט וועלכע שרייען אז די פאסילס פון די ענסעסטארס זענען נישטא, און קיין שום אינטערמידיערי פיש און האלבע פארמעס זענען אוודאי נישטא. חלומות + דמיונות = עוואלושן.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:02 pm

· #235972
@קול דודי
עס איז זייער שווער פאר מיר צו וויסן וואס צו ליינען דארט, ער האט פיל מיט 'פרימיטיווע' שארק 'פרימיטיווע' דעיס יענס, וואס איך (אלס אומוויסנדער) ליינער קען אוועקמאכן אלס א מיוטעישן פון א עקזיטירנדן פיש,

ווייז מיר ענדערש איין ספעציפישע פאסיל וואס איז קלאר א פרימיטיווע פארם פון עי, און 'אויך' קלאר א עוואלווד פארם פון בי,

סתם overwhelming פאסיל ספעסימען ליסטע, מיט קליינע (אפי' גרעסערע) טוישונגען גייט מיר נישט איבערצייגן, ווען אויב מאקראו-עוואלושן איז 'איבערגעצייגט' דורך פאסילס, דארף זיין פלענטי (פון צווישן די מיליאנען) פאסילס וואס זענען קלאר טראנס-קלאסיקל, (סיק 😉 )

קול דודי » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:36 pm

· #235986
ישראל קאפקע

סתם overwhelming פאסיל ספעסימען ליסטע, מיט קליינע (אפי' גרעסערע) טוישונגען גייט מיר נישט איבערצייגן, ווען אויב מאקראו-עוואלושן איז 'איבערגעצייגט' דורך פאסילס, דארף זיין פלענטי (פון צווישן די מיליאנען) פאסילס וואס זענען קלאר טראנס-קלאסיקל, (סיק 😉 )

ערשטנס, דארף נישט זיין "פלענטי". דאס איז א מיספארשטעדעניש ווי א קליינער פערסענטעזש פון בע"ח ווערן פאסילס. צווייטנס, איך בין נישט זעכער וואס הייסט ביי דיר "קלאר". בע"ח טוישן זיך צעביסלעך אין אלע פיטשערס אויף אמאל. ס'קיינמאל נישט געווען א קעצל אן בריסטן אדער א פיש מיט א קאפ פין א מויז למשל. אבער און די לינק וואס איך האב געגעבן קענסטו קלאר זעען ווי (כמו-) פיש זענען געווארן לאנד חיות (טעטראפאדס - כמו קראקידילן) איין טריט אויף אמאל. למשל די, וואס איז נענטער צי א פיש אבער האט שוין הענט אויף וואס ער קען קריכן (מיט wrist ביינער!).
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Tiktaalik">http://en.wikipedia.org/wiki/Tiktaalik</a>

זעי די לינק איבן פאר מער פישיגע אין אויך מער קראקאדייליגע. טריט נאך טריט.

אגב, דאכט זיך אז די מאכסט א טעות דא. די הוכחות אויף עוואלושן זענען זייער אסאך, אבער טראנזישאנאל פאסילס שפילט גראדע נישט זייער א גרויסע ראלע און דעם. איך פרוביר נישט דא צו ברענגען הוכחות אויף עוואלאשן - איך לאז דיך אליין גיין לערנען דאס אויב די ווילסט. (בעיקר ווייל פונקט ווי אנדערע לימודים גייט עס נישט על רגל אחת.) אי וויל פשט ווייזן אז די טענה אס ס'איז נישטא אזעלכע פאסילס איז פשוט עמעראצעס.

הקטן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:11 pm

· #235994
דא האסטו א לינק וואס איך האב געשריבן נאכן זען די לינק וואס קול דודי האט געשריבן

הקטן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:44 pm

· #236008
@אנאנים די ביסט דאך א חלק פון דיין סטאטיסטיק.
איז דאס דען א באווייז אז די האסט דארך געטון די זאך objectively?
אדער אז די האסט בכלל די כלים דאס דארך צוטון?
אדער ווייזט דאס סך הכול אז די האסט א באגער צו פארשטיין וואס די גרויסע טאטעס פארשטייען
אין דאן זעסט שוין בחוש א פיי אין די סקיי

בדרך אגב וואו אזוי ביסטו אנגעקימן צו די מסקנה אז
אז נאר מאמינים וואס האלטען אז עוואלושען איז א סתירה צו זייער רעלגיע "זעען איין" אז עוואלושען איז "BS"

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:32 pm

· #236034
[ציטאט אראפגענומען]

איך רייב זיך די אויגן, צי איך זעה גוט.
וועלכער סייענטיסט וועט מודה זיין אז ער גלייבט אין גאט. ער קען דאך עס נישט פראוון מיט סייענס. דאס איז דאך די אלף בית פון סייענס, אז יעדע זאך דארף האבן א קאוז. גאט איז נישט קיין קאוז. ווייל ער קען עס נישט באווייזן.

יעדע זאך וועט ער האט א תירוץ, די מבול!

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:58 pm

· #236038
@קול דודי
'פלענטי' מיין איך צו זאגן אז צווישן די מיליאנען געפונענע פאסילס, וואלט סטאטיסטיש 'געזאלט' זיין פלענטי טראנזישינל פאסילס, דעריבער קען מען נישט ענטפערן אז עס איז דא, נאר מען האט נאך נישט געפונען,

לויט עוואלושן בין איך, און אלע היינטיגע פלארא און פונא טראנזישינל ספישיס לגבי די שפעטערע וואס גייען זיין צען מיליאן יאר ארום, סאו צווישן די מיליאנען פאסילס פון אונזערע פארגייער און אונזערע קינדער, וואס אונזערע פיר-אדער-זעקס-פינגערדיגע-אולטרא
-וויאלעט-זעענדע-אולטרא-סאונד-הערענדע נאכפאלגער גייען שטודירן אין זייערע מוזעאום'ס, גייט מוזן זיין פלענטי פון אונזער (זיבן ביליאן, פלוס) ספעסימען, אויב נישט קען עס זיין א פשוטער מיוטעישן וואס איז גלייך אויסגעשטארבן, אדער עפעס אנדערש, אן זיין א ראיה אויף מאקראו עוואלושן, אדרבה, עס וועט נאך זיין א פראבלעם פאר א טעאריע פון מאקראו עוואלושן.

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:36 pm

· #236081
[ציטאט אראפגענומען]

איידער עדווארד האבל האט ערפינדן אז די אוניווערס האט געגעבן א אנהייב (סאו קאללד ביג בענג) האט די גאנצע סייענטיפישע וועלט געהאלטן אז די וועלט איז א קדמון און שטייט "אייביג". פאר אייביג איז נישט דא. ממילא האט דער אטעאיסט נישט געמוזט אננעמען דארווינס BS, ווייל אלעס איז אייביג געווען און פארטיג.

ווען די וועלט האט זיך אויפגעוועקט אז די וועלט איז גאר א נייע. ס'איז באשאפן געווארן א יש מאין, האט זיך אנגעהויבן שיסן יארן. פון 100 טויזענט איז געווארן א מיליאן, נאכדעם צו 10 מיליאן, צו א ביליאן, ווי מער ווייטע קערפער זיי טרעפן אויבן ווי מער ליכט-יאר, מוזן זיי ארויפשיסן די נאמבערס, היינט האלטן די חכמים ביי 13 ביליאן יאר. ממילא איז עוואלושן די איינציגסטע מיטל וויאזוי צו פארבלייבן אן אטעאיסט - אויב ער וויל נישט אננעמען ID.

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:48 pm

· #236083
[ציטאט אראפגענומען]

ווייל די איוויל אינקלינעישאן טרייבט צו כפירה. אזוי זעה איך בעיני השכל.
אויך פארשטיי איך אז פאר א פורק-עול איז געאייגענט צו זיין א כופר, ווייל עס איז אים געשמאקער אויף דעם וועלט. עס גייט אפשר נישט אריין אין דיין קאפ?

הקטן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:52 pm

· #236085
@אנאנים לאז מיך צילייגן צי דיין שאלה, זענען דא וואס זענען געווען עטיאיסטען און ווייל זיי האבן אנגעפאנגען צו האבן פייגליך אין קאפ אויף עוואלוציע זענען זיי געווארן אדער גאט גלייביג אדער עגנאסטיג?

די עטיאיסט האט ביזדערווייל 3 options וואס ער קען לעבן מיט. אדער זאגן עוואלוציע און קען ווייטער בלייבן דאס וואס ער איז אדער זאגן דיזיין און ווערן אויס עטיאיסט אדער זאגן איך ווייס נישט און ווערן אויס עטיאיסט.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:23 pm

· #236100
זוכער
יידל
ישראל קאפקע
יידל
רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.

נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),

כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?

@יידל מאכסט מיך לאכן. איך וועל דיר געבן 8 עקזאמפלען, וועלכע וועלן איבערצייגן יעדן "נארמאלן" מענטש, נאר נישט אזעלכע מאלפע-אייניקלעך, וועלכע זענען עקסטרעם פאנאטיש און בלינד-נאאיוו!

1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?... וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן.. ווען האט דאס ארימע קיטען אנגעהויבן זייגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס נעבעכעדיגע בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך? - נישט פאני?

2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?
איך האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די אייער, אבער וואטס די ביג דיל? אזוי ארבעט נאטוראל סעלעקשאן, מיוטעישענ'ס קענען פארמירן כל מיני דיקיקייטן פון אייער, און די אלע מיוטעישענס וואס האבן פראדאצירט צו דיקע אדער דינע אייער איז טאקע נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון זיי, און וואונדער איבער וואונדער! פונקט די וואס דו באגעגענסט זענען די אייניקלעך פון די אייער וואס זענען געווען די גוטע דיקיגקייט.
3) ווען וואסער פאלט צו פיר דעגרי קעלט - ווער עס ווייניגער דענס. און עס הייבט אן פלאוטן און נישט זינקען? - אויב יא, וואלט אלע מארין לייף גע'פגר'ט ווען דער אויבערשטער שיכט ים ווערט געפרוירן... דערוויילט, פלאוט די אייז אויבן, און די וואסער אונטן פרירט נישט? - נישט פאני?
ווען די טעמפעראטור אין די וואסערען וואלטן געווען אנדערש וואלטן אנדערע מינע לייף פארמס עוואלווד, עיין ערך די פאדעלס די זעלבע שעיפ ווי די לעכער.
4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
סתם שטותים ארויסגעזויגן פון פינגער, ווי קול דודי האט שוין געזאגט איז די ארביט נישט קיין פערפעק סירקעל, און גראדע קומט אויס אז די צייט פון יאר וואס מיט זענען די נענסטע צום זין איז אין יאנוואר, אינמיטן ווינדער אויפן צפון העמיספיער, און מיר זענען די ווייטסטע אינמיטן זומער, אין יולי. חוצמזה וואס וואלט ווען די וועלט געווען אביסל ווארימער אדער קעלטער וואלטן די לייף פארמס וואס וואלטן עוואלווד אין דעם וועלט געווען אויסגעשטעלט צו די טעמפעראטורן און וואלטן עוואלווד אויסצושטיין צו יענע אומשטענדען. דו ווייסט אז מיר זענען שוין אריבער אפאר אייז עידזשעס דא און לייף אן ערטה איז נישט געגאנגען שלאפן. דאס איז די קונצליכקייט וואס די בוכ"ע האט אריינגעלייגט אין עוועלושען.
5) היידראדזשין מוזט קאנווערטן .007% פון איר מעס אויף היליום, צו דערהאלטן לייף אויף אונזער פלאנט. - ווען עס וואלט קאנווערטעט א 100'טן ווינציגער .006%, - וואלט גארנישט געלעבט! / איין 100'טן מער .008% וואלט גארנישט געלעבט! נישט פאני?
כדאמירן, פאדעלס. מיין זיידער טעסטיקעלס האבן פראדאצירט מיליאנען ספערם צעלן, וואס זענען די שאנסען אז פונקט איין ספערם זאל אונקומען צום איי? איינס אין א מיליאן, מאכט דען סענס אז פונקט מיין ספערם סעל פון וואס איך בין געבוירן געווארן זאל אנקומען די ערשטע צום איי?
6) פלאנעט ערד האט 21 פראצענט אקדיזשען - צוויי פראצענט ארויף אדער אראפ וואלט אלעס גע'פגר'ט - נישט פאני?
ווילסט איך זאל עס זאגן נאכאמאל? פאדעלס. שטעל דיך פאר אז ס'וואלט אלעמאל געווען 32 פראצענט אקסידזשען וואלטן די ברואים וואס וואלטן עוואלווד אונטער יענע אומשטענדען אויך געזאגט אז קוק! אונז קענען אטעמען נאר אין 32 פראצענט אקסיגען, ווינציגער ווי דעם גיען מיר אויס, מער פון דעם ווערן אונזער בלוט צעלן אויפגעבלאזן, און פונקט אין אונזער וועלט איז דא פונקט די פראצענט אקסיגען וואס מיר דארפן האבן, נישט פאני?
7) ווען פלאנעט ערד וואלט געווען אזוי קליין וואו רוב אנדערע פלאנעטן - וואלט מיר פארברענט געווארן פון די זון - ווען עס וואלט געווען גרעסער, וואלט אלעס פארפרוירן געווארן, ווייל די זון וואלט נישט געקענט ווארימען און גארנישט וואלט געוואקסן. נישט פאני?
אקעי, כוועל עס זאגן נאכאמאל, ווייסטו וואס? כ'גיי נישט. נאר די אנדערע ברואים אויפן אנדערען פלאנעט וואס איז יא "פונקט" די גוטע גרויסקייט צו ענטהאלטן לייף וואלטן אזוי געזאגט.
8) ווען די זון האט נישט די אזאון לעיער, וואלט אלעס חרוב געגאנגען פון די שעדליכע זון שטראלן - ווען דער לעיער איז דאפעלט - וואלט די ליכטיגקייט נישט צוגעקומען צו אונז. - נישט פאני?
די זון האט נישט קיין אזאון לעיער, אבער שוין. פאר א תירוץ קוק אפאר שורות ארויפציהר.

איין תירוץ.... איך בין א פאנאטישער דארוויניסט מיט טויזענט קעפ. איינמאל הייסט עס נעטרול סעלעקשאן. ווען עס שטימט נישט געט מען עס א נאמען רענדאם מיוטעישאנס. ווען דאס שטימט אויך נישט הייבט מען אן שימפן און שעלטן און מאקן... יא. @זוכער.

און ביך רעדי פאר אלע קללות פוןן אלע מאנקי אייניקלעך! / NO WAY קען דארווינס BS ענטפערן די 8 פאני זאכן.

אויב גייסטו ווילדעווען און האקן אינקאהערענט זאצן גיי איך זיך נישט מתיחס זיין בכלל, אבער אויב וועסטו ענטפערן ווי א מענטש קען מען ווייטער אנגיין. לערן דיך פון ישראל קאפקע, טענה זיך נארמאלערהייט. א דאנק.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:23 pm

· #236101
זוכער
[ציטאט אראפגענומען]

איך רייב זיך די אויגן, צי איך זעה גוט.
וועלכער סייענטיסט וועט מודה זיין אז ער גלייבט אין גאט. ער קען דאך עס נישט פראוון מיט סייענס. דאס איז דאך די אלף בית פון סייענס, אז יעדע זאך דארף האבן א קאוז. גאט איז נישט קיין קאוז. ווייל ער קען עס נישט באווייזן.

יעדע זאך וועט ער האט א תירוץ, די מבול!

זאג, ווען אונז האבן געווארפן עפלעך אויפן טיטשער, וואו ביזטו געווען? ווער רעדט דא פון אמונה? מ'רעדט פון נישט אננעמען עוועלושען. מ'קען נישט כופר זיין אין עוואלאשען אן גלייבן אין גאט? דו כאפסט וואס דאס מיינט, יא?

זוכער
קול דודי
זוכער

איך פארשטיי טאקע נישט עוואלושען. איך זאג עס בקול רם

נו, און די פארלאנגסט מ'זאל דאס לערנען מיט דיר על רגל אחת? און אויב נישט, וועסטו פראקלאמירן אז דאס איז BS וויבאלד די פארשטייסט דאס נישט? זאג, קוואנטום מעקאניקס און רעלאטיוויטי פארשטייסטו יא? די קרעבס סייקל פארשטייסטו? איז דאס אלעס BS?

רעלאטיווי ווענדט נישט אפ בראשית ברא אלקים.
קוואנטאם פיזיקס ווענדט נישט אפ בראשית ברא אלקים.
קיין שום לאו פון טערמעל-דיינעמיקס איז נישט קיין סתירה צו בראשית ברא אלקים.

טענו לא בחיטים והודה בזיתים. ער פרעגט אויב דאס אז מ'קען דיר נישט אויסלערנען די גאנצע טעאריע אויף איין פוס אויף א אנליין פארום פרעגט אפ די גאנצע טעאריע אויב אזוי איז גאנץ קוואנטום מעקאניקס, וכו' מופרך מאליו ווייל דו פארשטייסט עס נישט. סא וואס ענטעפרסטו דא?

[ציטאט אראפגענומען]

טאמאס נעגל איז נישט קיין סייענטיסט.

זוכער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:24 pm

· #236102
[ציטאט אראפגענומען]

נאמבער 4 איז אינטערעסאנט. ער גלייבן אין עוואלושן אבער ווייסט נישט וויאזוי לעבן האט אנגעהויבען. וויאזוי ארבעט דאס?

הקטן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:29 pm

· #236104
מיין שאלה איז יעצט נישט "פארוואס"

מיין שאלה צי דיר איז אזוי:
די ווילסט בויען אויף די פאקט אז אידער עטיאיאיסט וואס דו קענסט גלייבט און עוואלוציע (און אויך א טייל מאמינים און גאט) זאל דאס זיין somehow proof אז צי טראכטן אזוי דארף מען נישט זיין בייעס
אויב אבער איך וועל דיר ווייזען א עטיאיסט וואס זייענדיג אן עטיאיסט קימט אויף אז עוואלוציע איז BS קענסטו נישט אויף אים זאגן אז religious bias האט אים געטריבן צי טראכטן אזוי.
וואס ער דיסייד דערנאך, צו ווערן א מאמין אדער א עגנאסטיג איז שוין בכלל נישט נוגע

איך האף אז די וועסט פארשטיין, און נישט איבערקייען די זעלבע אלטע. זאגן אז א יעדער האלט אזוי הייסט נישט געטראכט!
טראכט פאר דיר אליין, גיי נאך די עווידענס, האב נישט קיין מורא צי באמערקן אז די קעניק איז נאקעט

ב.ד.וו מיינע 3 options האב איך נאר גערעד פין די עטיאיסט'ס options - קוק איבער

זוכער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:46 am

· #236283
געפילטע פיש
זוכער
יידל
רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.

נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),

כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?

@יידל מאכסט מיך לאכן. איך וועל דיר געבן 8 עקזאמפלען, וועלכע וועלן איבערצייגן יעדן "נארמאלן" מענטש, נאר נישט אזעלכע מאלפע-אייניקלעך, וועלכע זענען עקסטרעם פאנאטיש און בלינד-נאאיוו!

1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?... וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן.. ווען האט דאס ארימע קיטען אנגעהויבן זייגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס נעבעכעדיגע בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך? - נישט פאני?

2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?
איך האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די אייער, אבער וואטס די ביג דיל? אזוי ארבעט נאטוראל סעלעקשאן, מיוטעישענ'ס קענען פארמירן כל מיני דיקיקייטן פון אייער, און די אלע מיוטעישענס וואס האבן פראדאצירט צו דיקע אדער דינע אייער איז טאקע נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון זיי, און וואונדער איבער וואונדער! פונקט די וואס דו באגעגענסט זענען די אייניקלעך פון די אייער וואס זענען געווען די גוטע דיקיגקייט.
3) ווען וואסער פאלט צו פיר דעגרי קעלט - ווער עס ווייניגער דענס. און עס הייבט אן פלאוטן און נישט זינקען? - אויב יא, וואלט אלע מארין לייף גע'פגר'ט ווען דער אויבערשטער שיכט ים ווערט געפרוירן... דערוויילט, פלאוט די אייז אויבן, און די וואסער אונטן פרירט נישט? - נישט פאני?
ווען די טעמפעראטור אין די וואסערען וואלטן געווען אנדערש וואלטן אנדערע מינע לייף פארמס עוואלווד, עיין ערך די פאדעלס די זעלבע שעיפ ווי די לעכער.
4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
סתם שטותים ארויסגעזויגן פון פינגער, ווי קול דודי האט שוין געזאגט איז די ארביט נישט קיין פערפעק סירקעל, און גראדע קומט אויס אז די צייט פון יאר וואס מיט זענען די נענסטע צום זין איז אין יאנוואר, אינמיטן ווינדער אויפן צפון העמיספיער, און מיר זענען די ווייטסטע אינמיטן זומער, אין יולי. חוצמזה וואס וואלט ווען די וועלט געווען אביסל ווארימער אדער קעלטער וואלטן די לייף פארמס וואס וואלטן עוואלווד אין דעם וועלט געווען אויסגעשטעלט צו די טעמפעראטורן און וואלטן עוואלווד אויסצושטיין צו יענע אומשטענדען. דו ווייסט אז מיר זענען שוין אריבער אפאר אייז עידזשעס דא און לייף אן ערטה איז נישט געגאנגען שלאפן. דאס איז די קונצליכקייט וואס די בוכ"ע האט אריינגעלייגט אין עוועלושען.
5) היידראדזשין מוזט קאנווערטן .007% פון איר מעס אויף היליום, צו דערהאלטן לייף אויף אונזער פלאנט. - ווען עס וואלט קאנווערטעט א 100'טן ווינציגער .006%, - וואלט גארנישט געלעבט! / איין 100'טן מער .008% וואלט גארנישט געלעבט! נישט פאני?
כדאמירן, פאדעלס. מיין זיידער טעסטיקעלס האבן פראדאצירט מיליאנען ספערם צעלן, וואס זענען די שאנסען אז פונקט איין ספערם זאל אונקומען צום איי? איינס אין א מיליאן, מאכט דען סענס אז פונקט מיין ספערם סעל פון וואס איך בין געבוירן געווארן זאל אנקומען די ערשטע צום איי?
6) פלאנעט ערד האט 21 פראצענט אקדיזשען - צוויי פראצענט ארויף אדער אראפ וואלט אלעס גע'פגר'ט - נישט פאני?
ווילסט איך זאל עס זאגן נאכאמאל? פאדעלס. שטעל דיך פאר אז ס'וואלט אלעמאל געווען 32 פראצענט אקסידזשען וואלטן די ברואים וואס וואלטן עוואלווד אונטער יענע אומשטענדען אויך געזאגט אז קוק! אונז קענען אטעמען נאר אין 32 פראצענט אקסיגען, ווינציגער ווי דעם גיען מיר אויס, מער פון דעם ווערן אונזער בלוט צעלן אויפגעבלאזן, און פונקט אין אונזער וועלט איז דא פונקט די פראצענט אקסיגען וואס מיר דארפן האבן, נישט פאני?
7) ווען פלאנעט ערד וואלט געווען אזוי קליין וואו רוב אנדערע פלאנעטן - וואלט מיר פארברענט געווארן פון די זון - ווען עס וואלט געווען גרעסער, וואלט אלעס פארפרוירן געווארן, ווייל די זון וואלט נישט געקענט ווארימען און גארנישט וואלט געוואקסן. נישט פאני?
אקעי, כוועל עס זאגן נאכאמאל, ווייסטו וואס? כ'גיי נישט. נאר די אנדערע ברואים אויפן אנדערען פלאנעט וואס איז יא "פונקט" די גוטע גרויסקייט צו ענטהאלטן לייף וואלטן אזוי געזאגט.
8) ווען די זון האט נישט די אזאון לעיער, וואלט אלעס חרוב געגאנגען פון די שעדליכע זון שטראלן - ווען דער לעיער איז דאפעלט - וואלט די ליכטיגקייט נישט צוגעקומען צו אונז. - נישט פאני?
די זון האט נישט קיין אזאון לעיער, אבער שוין. פאר א תירוץ קוק אפאר שורות ארויפציהר.

איין תירוץ.... איך בין א פאנאטישער דארוויניסט מיט טויזענט קעפ. איינמאל הייסט עס נעטרול סעלעקשאן. ווען עס שטימט נישט געט מען עס א נאמען רענדאם מיוטעישאנס. ווען דאס שטימט אויך נישט הייבט מען אן שימפן און שעלטן און מאקן... יא. @זוכער.

און ביך רעדי פאר אלע קללות פוןן אלע מאנקי אייניקלעך! / NO WAY קען דארווינס BS ענטפערן די 8 פאני זאכן.[/quote]

אויב גייסטו ווילדעווען און האקן אינקאהערענט זאצן גיי איך זיך נישט מתיחס זיין בכלל, אבער אויב וועסטו ענטפערן ווי א מענטש קען מען ווייטער אנגיין. לערן דיך פון ישראל קאפקע, טענה זיך נארמאלערהייט. א דאנק.[/quote]

אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:58 am

· #236299
נישט ר' אביגדור האט געזוכט א תירוץ. דו ביסט געווען דער וואס פארפירט שוין צוויי טעג אז ער דארף א תירוץ אויף די "אכט פאני זאכן". אז דו ביסט נישט גענוג קלאר דערין כדי עס צוגעבן צופארשטיין ביזטו דאך שוין נישט בעסער ווי דיע וועמען דו רופסט אן "עוועלוציע גלויביגער". דו גלייבסט אז ר' אביגדור מילער האט גוטע קשיות אפצופרעגן נישט נאר אלע פאקטן וואס פוינטן אז די טעאריע פון עוועלוציע איז אמת נאר אויכעט די תירוצים וואס פרעגן אפ זיינע קשיות אויף די פאקטן.... נאך גוט האבן אונזערע חכמים געזאגט, אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה.

מילא עוועלוציע פארשטיי איך ווען עמיצער זאגט ס'איז אים שווער צו פארשטיין אלעס אבער דאך מאכט עס פאר אים מער סענס אבער אינטעלידזשענט דיזיין איז דאך נישט אזוי שווער צו פרשטיין. פארקערט, ווי מער מ'פארשטייט נישט אלץ מער ראיה צו אינטעלידזשענט דיזיין.

זוכער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:09 pm

· #236307
טאמבל סאס
נישט ר' אביגדור האט געזוכט א תירוץ. דו ביסט געווען דער וואס פארפירט שוין צוויי טעג אז ער דארף א תירוץ אויף די "אכט פאני זאכן". אז דו ביסט נישט גענוג קלאר דערין כדי עס צוגעבן צופארשטיין ביזטו דאך שוין נישט בעסער ווי דיע וועמען דו רופסט אן "עוועלוציע גלויביגער". דו גלייבסט אז ר' אביגדור מילער האט גוטע קשיות אפצופרעגן אלע פאקטן וואס פוינטן אז די טעאריע פון עוועלוציע איז אמת. נאך גוט האבן אונזערע חכמים געזאגט, אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה.

מילא עוועלוציע פארשטיי איך ווען עמיצער זאגט ס'איז אים שווער צו פארשטיין אלעס אבער דאך מאכט עס פאר אים מער סענס אבער אינטעלידזשענט דיזיין איז דאך נישט אזוי שווער צו פרשטיין. פארקערט, ווי מער מ'פארשטייט נישט אלץ מער ראיה צו אינטעלידזשענט דיזיין.

@טאמבל סאוס ער האט בסך הכל געעענטפערט: "פאדלס".
דערפאר האב איך אים מייעץ געווען, ער זאל ביטע שפענדן אנדערהאלבן שעה, און אויסהערן מיסטער מילער, וועט ער זעהן אז פאדלס ענטפערט גארנישט. און איך בין זיכער אז נאכן אויסהערן דעם קאסעטע וואס איך האב ארויפגעשטעלט וועט ער אליין אפמעקן וואס ער האט געשריבן. כ'מיין איך בין גענוג קלאר.

סודני » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:53 pm

· #236478
יידל
זוכער
@יאיר האט דאס געשריבן.
@יידל ביטע ענטפער אים אפ:

איך וויל צולייגן דאס וואס געראלד שראודער רעכנט אויס, אז אפילו אויב אלע אטאמען אין דער גאנצער יוניווערס וואלטן געווען קאמפיוטער טשיפס וואס פראדוצירן טריליאנען בוכשטאבן יעדע סעקונדע דורכאויס די גאנצע דרייצן ביליאן יארן פון די עקזיסטענץ פון די יוניווערס, וואלט עס נישט געקענט פראדוצירן אפילו איין פאעם פון שעיקספעיר פון 844 בוכשטאבן. פאקטיש איז דאס אלעס בלויז א משהו קעגן די צייט וואס וואלט זיך פארלאנגט צו ערמעגליכן דאס צו פראדוצירן. און טראכט אריין, דאס זענען די רעזולטאטן ווען מען רעכנט איין פאעזיע. מיר רעדן נישט פון א פאעם אדער אפילו א בוך, אדער אפילו אלע אפגעשריבענע אינפארמאציע אין די וועלט. דא רעדט מען פון א וועלט מיט ביליאנען מענטשן, וואס יעדער מענטש האט צענדליגער טריליאנען צעלן, און יעדע איינציגסטע די ען עי צעל האט דריי ביליאן בוכשטאבן געשריבן אויף א פערפעקטער סדר! און דאס איז אויסער די אלע לעבעדיגע צעלן פון געוואוקסן און באשעפענישן. אודאי וועלן באלד קומען די תירוצים פון עוואלוציע וכו' אבער למעשה איז דאס אלעס א רעזולטאט פון א בלויזע עקסידענט לויט די אטעאיסטן.

דאס פרעגט נישט אפ טעארעטיש די מאלפע טעאראם אויב מען נעמט אין באטראכט די מולטיפל יוניווערס טעאריע, אבער דאס גיבט א ריכטיגער בליק איבער וואס די שאלה האנדלט זיך.
[אגב, איך מיין מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול צו עפעס אזויווי "דעבאטע איבער די ארגומענט פון דעזיין".

כ'זע נישט וואס איך דארף דא אפענטפערן. האב איך אמאל געזאגט אז עס איז געשען ביי עקסידענט? אויב יא איז עס נישט געווען במכוון. אוודאי איז עס נישט געשען ביי עקסידענט, מיר אידן גלייבן דאך אינעם רבוש"ע. בסך הכל קריג מיר זיך דא אויף דער נאטורליכער פראעצעדור וואס דער רבוש"ע האט באשאפן. דו האלטסט אז עס איז געווען ספאנטעניעס דזשענערעישאן אין זעקס טעג, איך האלט עוועלושען מיט נאטורליכער סעלעקשאן אויף וואס רבי שמשון רפאל הירש האט שוין געזאגט וואס ער האט געזאגט כידוע/

קודם יידל א גרויסן יש״כח, דיינע תגובות דא זענען זייער אינפארמיטיוו,
אבער איר טוט דא מסביר זיין אז עוולאשניסט מיט גאט קען גיין אינאיינעם,
וויל איך אייך פרעגן דער עוואלאשניסט איז מסביר אז אלעס וואס איז דא איז פערצופאל אזוי געלונגען, ס׳האט נישט געהאט קיין שום פלאנירער, וועגן דעים וועט ער פרובירן אנוויזן כסדר אז געוויסע נבראים זענען נישט פערפעקט, אין דאס איז די פאדאמענט פין עוואלוציעניסטן. אינטעלג׳נט דיזיין זאגט אז וואס די זעסט איז פלאנירט במחשבה תחילה ער איז אויך מודה אז דאס האט גיקענט האבן א פראסעס אויפן וועג, וויל איך אייך פרעגן ווען איר זאגט אז עס איז דא גאט אין גאט האט באשאפין די נאטורן זענט איר נישט שוין אויפן פלאץ מחולק מיט די פאדאמענט פין די עוואלאשניסט, וויל די רגע איר זאגט אז איינער האט באשאפין די נאטורן איז דאך שוין דא א פלאן צי די גאנצע בריאה. אין די tools צי דעים פלאן איז די נאטור, איז ווי פונקטליך זאגט איר אנדערש פין די וואס האלטן אינטעלגט דיזיין .

אין בכלל וויל איך פרעגן דעים עוולושניסט. ער לאזט נישט פרעגן ווער עס האט באשאפין די נאטור אין ער זאגט כסדר איך רעדט נאר נאכדעים וואס נאטור האט שוין דיקטאקטירט. פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען אנהייבן זאגן יא פלאנירט נישט פלאנירט ווען מיר ווילן נישט קוקן אויף די כלים מיט וואס די בריאה איז באשאפין גיווארן, וויל דאס איז דאך קלאר אויב האט מען די כלים געמיזט באשאפין איז דאך אוטימאטיש מוכרח אז עס האט יא געהאט א פלאן מתחילה איז ווי אזוי קען מען באמת דן זיין די בריאה צי עס איז מיט א פלאן אויב. מיר ווילן נישט דן זיין אינאיינעם פין ווי נאטור קומט.
איך וועל איבער חזר׳ן מיין שאלה מיר פרעגן דעים סייענטיסט איז די בריאה צישטאנד געקומען ביי עקסידענט ענטפערט ער אז יא , פרעגן מיר עים ווער האט באשאפן נאטור זאגט ער אז מיר ווייסן נאכנישט אין דאס איז די שיינקייט פין סייענס מ׳קען אין מ׳מעג ענטפערן אונז ווייס מיר נישט. אז איר ווייסט נישט צי די נאטור איז באשאפין גיווארן צי. נישט ווי אזוי קענט איר זאגן אז די גאנצע בריאה איז א צי פילג אז די סייענטיסט ווייסט נישט פין ווי נאטור קען מען דעיס אויך נישט ווער עס קען זאל. מר ביטע ארויס העלפן

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:08 pm

· #236481
הרב סודני; ס'דא אטעאיסטישע עוואלוציניסטן וואס זאגן אז נאטור ארבייט פון זיך אליינס, אדער אז זיי ווייסן נישט ווער. ווידער איז דא אידישע וואס זאגן אז השם זאגט פאר די געזעצן פון נאטור ווי אזוי זיך צו פירן. הגע בעצמך: דו מאכסט א ברכה "באהאמ"ה המוציא לחם מן הארץ." ציט דען גאט ארויס בפועל ברויט פון דער ערד? מ'דארף שוויצן הארעוון ל'ט מלאכות און מיט דעם אלעם דארף מען גרויס רחמי שמים צו זען א פערטיגע ברויטל. איז דאס א פעלער אין גאט אויב עטליכע זאנגען טון נישט זייער פעולה ווי געהעריג? ניין, ס'איז א נאטורליכע פראצעס, וואס שעפט אירע כוחות פון השם און מ'זאגט מיט רעכט המוציא לחם מן הארץ.

זוכער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:36 pm

· #236483
מאטי

@מאטי. כולא עלמא מודי אז ברויט איז דער ענד-גאול פון ווייץ.
דער מענטש וואס מיר ווייסן איז דערדער מבחר היצורים, איז דאך לויט עוואלושינסט א פארבעסערונג פון די עיפ. ממילא קומט אויס לויט די טעאריע אז א 100 טויזנט יאר ארום, וועלן מיר היינטיגע מענטשן (מעגליך) זיין ווי מאנקיס אדער ניענדערטעלס קעגן די עדווענסד מענטשן פון די קומענדיגע דורות.

דער אטעאיסט-עוואלושינסט זעה איך נישט פארוואס ער זאל א פראבלעם דערמיט - דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:51 pm

· #236490
זוכער יעצט האסט דאס גענאגעלט!! ביסט הונדערט פראצענט גערעכט! איך צו צוריק פון אלעם..... הרב מיללער אמת ותורתו אמת.
איך בין אזוי אינספירירט.. אז איך בין גרייט אנצוהייבן וואלונטירן פאר דעם צוועק. אלזא אויב די ביסט געענגט אמאל אין צייט שיק מיר אן אישי מיט א דרעפט און איך וועל אי"ה דאס צורעכט מאכן און ארויסלייגן. (פארשטייט זיך מיט דיין הסכמה) ישר כח פארן מיר צוריק ברענגט צום לויטערן אמונה.

ביבער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:06 pm

· #236491
זוכער
דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.

פאר בערך די זעלבע סיבה פארוואס די בריאה איז אנגעגאנגען די 2500 יאר ביז מתן תורה.

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:27 am

· #236596
סודני

וויל איך אייך פרעגן דער עוואלאשניסט איז מסביר אז אלעס וואס איז דא איז פערצופאל אזוי געלונגען, ס׳האט נישט געהאט קיין שום פלאנירער, וועגן דעים וועט ער פרובירן אנוויזן כסדר אז געוויסע נבראים זענען נישט פערפעקט, אין דאס איז די פאדאמענט פין עוואלוציעניסטן. אינטעלג׳נט דיזיין זאגט אז וואס די זעסט איז פלאנירט במחשבה תחילה ער איז אויך מודה אז דאס האט גיקענט האבן א פראסעס אויפן וועג, וויל איך אייך פרעגן ווען איר זאגט אז עס איז דא גאט אין גאט האט באשאפין די נאטורן זענט איר נישט שוין אויפן פלאץ מחולק מיט די פאדאמענט פין די עוואלאשניסט, וויל די רגע איר זאגט אז איינער האט באשאפין די נאטורן איז דאך שוין דא א פלאן צי די גאנצע בריאה. אין די tools צי דעים פלאן איז די נאטור, איז ווי פונקטליך זאגט איר אנדערש פין די וואס האלטן אינטעלגט דיזיין .

כ'ווייס אז מאטי האט שוין געענפטפערט, אבער כ'וויל אביסל פארברייטערן ווייל דא ליגט באהאלטן א טעות, וועלכע ווערט נאכאמאל און נאכאמאל איבערגעחזרט. עוואלושען האט אין זיך צוויי חלקים. איינס איז common descent, דאס הייסט אז אלע באשעפענישן און געוואוקסן שטאמען פון די זעלבע אריגינעלע צעל. די צווייטע איז natural selection וואס זאגט אז די וועג וויאזוי עוואלושען ארבעט איז דורך די נאטור וואס "קלויבט" אויס די גוטע טוישונגן אין באשעפענישן אזוי אז דער גוטער טויש זאל האבן א קיום.

intelligent design קריגט זיך נישט אויף common descent. זיי קריגן זיך נאר אויף natural selection. מיט וואס קריגן זיי זיך? עוואלושינסטס - אדער בעסער געזאגט: דארוויניסטן - האלטן אז נעטשורעל סעלעקשאן איז די פראצעדור וויאזוי נייע ספישיס ווערן באשאפן. לאמיר פאר א רגע מדייק זיין. זיי רעדן נישט פון ווער עס האט דיזיינד דעם פראצעדור. מען קען רואיגערהייט זיין א גלויביגער דארוויניסט און גלייבן אז גענוי ווי דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט א נאטור אינעם קערל וואס מאכט אז עס זאל וואקסן, אזוי האט דער רבוש"ע אריינגעלייגט א נאטור אינעם צעל וואס מאכט אז עס זאל זיך איבערקאפירן מיט מיוטעישאנס און די נאטור זאל "אויסקלויבן" די גוטע קאפיעס.

איי וועסטו פרעגן, וויאזוי קען א גלויביגער דארוויניסט אנווייזן אויף געוויסע נבראים אז זיי זענען נישט פערפעקט אלס ראיה לשיטתו? דער תירוץ איז, גענוי ווי געוויסע ביימער קענען ארויסוואקסן פעלערהאפטיג, און ס'פאלט קיינעם נישט איין אז דאס איז א פירכא אז דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט די טבע אינעם קערל צו וואקסן, נאר יעדער פארשטייט אז דער קערל האט א טבע, און דער טבע האט אויך אין זיך דעם כלל אז ווען עפעס טויג נישט מיטן קערל וואקסט ארויס א פעלערהאפטיגער בוים - גענוי דער זעלבער וועג איז מיט נעטשורעל סעלעקשאן: דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט א טבע אינעם צעל און דער טבע האט א כלל אז עס קען אויך ארויסקומען נישט פערפעקט פראדוקטן.

לעומת זאת זענען די אינטעלידזשענט דיזיינערס וואס האלטן אז יעדער איינציגסטער מין האט דער רבוש"ע באזונדער פארמירט און דיזיינד - נישט נעטשורעל סעלעקשאן. דער אינטעלידזשענט דיזיינער האלט אז דער רבוש"ע האט נישט אריינגעלייגט א טבע פון נעטשורעל סעלעקשאן, און ווען לאזט ווען דער רבוש"ע דער טבע צו נעטשורעל סעלעקשאן וואלטן מיר נאך אלץ געהאלטן ביים ערשטן צעל, נאר דער רבוש"ע טוט יעדע מאל ער וויל באשאפן א נייע ספישיס ווידער אויספארמירן און מחדש זיין דעם נייעם ספישיס.

דער חילוק לגבי אמונה אין רבוש"ע צווישן ID און natural selection איז נאר, אז מיט ID *מוז* מען צוקקומען צו דיזיינער, בעת natural selection *קען* שטימען מיט א באשעפער, עס קען אבער אויך שטימען אן א באשעפער, און ס'טאקע דא גלויביגע דארוויניסטן און אומגלויביגע דארוויניסטן.
הוספה: לעצטנס איז יא נתחדש געווארן אז מען קען האלטן פון ID און נישט גלייבן אין גאט. מ'האט אויבן דערמאנט טאמעס נעגל, טאמעס נעגל איז א יחיד במינו. ער איז א פילאזאף אן אטעאיסט. ער האלט פון עוואלושען אבער ער האלט נישט פון נעטשורעל סעלעקשאן און ער האט א גאנצע פילזאפישע תורה וויאזוי ID שטימט אן א באשעפער.

סודני

אין בכלל וויל איך פרעגן דעים עוולושניסט. ער לאזט נישט פרעגן ווער עס האט באשאפין די נאטור אין ער זאגט כסדר איך רעדט נאר נאכדעים וואס נאטור האט שוין דיקטאקטירט. פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען אנהייבן זאגן יא פלאנירט נישט פלאנירט ווען מיר ווילן נישט קוקן אויף די כלים מיט וואס די בריאה איז באשאפין גיווארן, וויל דאס איז דאך קלאר אויב האט מען די כלים געמיזט באשאפין איז דאך אוטימאטיש מוכרח אז עס האט יא געהאט א פלאן מתחילה איז ווי אזוי קען מען באמת דן זיין די בריאה צי עס איז מיט א פלאן אויב. מיר ווילן נישט דן זיין אינאיינעם פין ווי נאטור קומט.
איך וועל איבער חזר׳ן מיין שאלה מיר פרעגן דעים סייענטיסט איז די בריאה צישטאנד געקומען ביי עקסידענט ענטפערט ער אז יא , פרעגן מיר עים ווער האט באשאפן נאטור זאגט ער אז מיר ווייסן נאכנישט אין דאס איז די שיינקייט פין סייענס מ׳קען אין מ׳מעג ענטפערן אונז ווייס מיר נישט. אז איר ווייסט נישט צי די נאטור איז באשאפין גיווארן צי. נישט ווי אזוי קענט איר זאגן אז די גאנצע בריאה איז א צי פילג אז די סייענטיסט ווייסט נישט פין ווי נאטור קען מען דעיס אויך נישט ווער עס קען זאל. מר ביטע ארויס העלפן

כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו פרעגן, אויב פארשטיי איך ריכטיג פרעגסטו אויף דעם אומגלויביגן דארוויניסט וויאזוי קען ער זאגן אז די בריאה איז אומאויספלאנירט ווען ער וויל נישט רעדן פון וואס איז געשען בעפאר בריאת העולם. דאס האט נישט בעצם מיט עוואלושען, עס איז א שאלה פאר אטעאיסטן וואס גלייבן נישט אין א גאט און האלטן אז דער נאטור דיקטירט די וועלט, שטעלט זיך די שאלה ווער האט באשאפן די נאטור? איך מיין אז נישט דא, עכ"פ נישט אין דעם אשכול איז דער פלאץ דערפאר, וכבר דשו בזה רבים וטובים, סברות לכאן ולכאן, ואולי יבואו הפילאזאפים ויסבירו.

כ'וויל נאר אבער מדגיש זיין אז דאס איז נאר א שאלה צו אן אומגלויביגער. אויף א גלויביגער סייענטיסט איז דאס נישט שווער.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:40 am

· #236602
זוכער

אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).

און אויב דו האסט נישט דורכגעליינט די לייברערי אוו קאנגרעסס איז א שאד צו רעדן מיט דיר.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו בעטסט דיך ברחמים שוין אפאר טאג מ'זאל דיר ענטפערן דיינע אכט באמבע קושיות און קיינער האט זיך נישט געקימערט, ענדליך האב איך רחמנות באקומען אויף דיר קענסטו מיר נישט שיקן צו א דרשה, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ. אדרבה, דו האסט דאך אינפארמאציע ביי דיר וואס וועט מיר מאכן חרטה האבן און אויסמעקן מיינע תגובות, אלץ אל תמנע טוב מבעליו וואלט געווען א שיינע זאך ווען דו ענטפערסט.

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:41 am

· #236605
יידל האט געשריבן:
intelligent design קריגט זיך נישט אויף common descent. זיי קריגן זיך נאר אויף natural selection. מיט וואס קריגן זיי זיך? עוואלושינסטס - אדער בעסער געזאגט: דארוויניסטן - האלטן אז נעטשורעל סעלעקשאן איז די פראצעדור וויאזוי נייע ספישיס ווערן באשאפן
בלויז א קליינע הערה; די I D גלויביגער זענען מודה אז נאטורליכע סעלעקציע האט געהאט א חלק אינעם לעבן צוזאמשטעל, זיי טענה'ען אז "בלויז" דאס, איז נישט גענוג, און ס'דא געוויסע אירעדוסאבל קאפלעקסיטיס (Blood clotting, bactirial flagellum) וואס וואלט נישט געקענט צושטאנד קומען דורך נאטורליכע מעטאדן.

זוכער » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:03 pm

· #236616
געפילטע פיש
זוכער

אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).

און אויב דו האסט נישט דורכגעליינט די לייברערי אוו קאנגרעסס איז א שאד צו רעדן מיט דיר.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו בעטסט דיך ברחמים שוין אפאר טאג מ'זאל דיר ענטפערן דיינע אכט באמבע קושיות און קיינער האט זיך נישט געקימערט, ענדליך האב איך רחמנות באקומען אויף דיר קענסטו מיר נישט שיקן צו א דרשה, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ. אדרבה, דו האסט דאך אינפארמאציע ביי דיר וואס וועט מיר מאכן חרטה האבן און אויסמעקן מיינע תגובות, אלץ אל תמנע טוב מבעליו וואלט געווען א שיינע זאך ווען דו ענטפערסט.

אויב דיין ענטפער אויף אלעם איז "פאדלס", האסטו מסתם נישט פארשטאנען די פראגעס, און ביי דיר איז די וועלט בכלל נישט "פיין-טונד". - הער ביטע אויס איין קעסעטע INSANITY OF EVOLUTION
אויב דו וועסט עס הערן, און פארשטיין, וועסטו מסתם אפמעקן אלע דיינע פריערדערמאנטע קאמענטארן.

זוכער » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:14 pm

· #236619
ביבער
זוכער
דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.

פאר בערך די זעלבע סיבה פארוואס די בריאה איז אנגעגאנגען די 2500 יאר ביז מתן תורה.

א דאנק @ביבער פאר'ן ארויסשטעלן דיין מיינונג. די פראגע איז דא געווען איז געווען וואס די גלויביגע-דארווניסטן טוען מיט דעם פסוק "וישבות ביום השביעי מכל מלאכתו אשר עשה". לויט זיי האבן זיך שוין געענדיגט די ששת ימי המעשה. יא / ניין. אויב יא, ווען?
בתודה מראש.

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:49 pm

· #236676
באמת איז דער ענין פון שמירת שבת א וויכטיגע פראגע לויט שיטת עוואלוציע, וואס איז פשט אז מ'רוהט דעם זיבעטן טאג ווייל השם האט גערוהט? די בריאה - לויטן עוואלוציאנסט - איז בכלל נישט געווען אין זעקס טעג? נאר גייט ווייטער מיט אן אימפעט עד היום הזה.

ס'איז דא כמה תירוצים דערויף, איינע דערפון איז ווי פאלגענד: לכאורה אויב מיר האלטן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" איז ממש יעדע רגע א חלק פון נאך בריאה, השם כביכול רוהט קיינמאל נישט, אויב יא! ווערט די וועלט חרוב.

נאר דער ענין איז אזוי: לויט ביידע שיטות איז ביים אנהייב פון וועלט באשאף נישט געווען ראוי פאר מענטשן צו לעבן דערין, בלויז  שפעטער הערשט, איז דאס געווארן ראוי אז לעבן זאל קענען עקזיסטירן אויף אונזער פלאנעט און מיט דעם איז צושטאנד געקומען א נייע עפאכע: לעבן אויף אונזער פלאנעט.

א וואך, זיבן טעג, איז אויך א חשוב'ע צייט אפשניט פון א געוויסע זמן אין מענטשנס לעבן. די 6 טעג פון די וואך, איז ווי צוזאגן אז כמעט די גאנצע צייט פון די עפאכע איז די בריאה נישט געווען אין א מצב וואס לעבן האט געקענט עקזיסטירן, און מיט דעם וואלט די בריאה נישט געווען ראוי אז אירע איינוואונער זאלן אפילו אנערקענען אין איר. אבער די זיבעטע טאג; דאס הייסט ביים סוף פון די עפאכע, האט גאט גערוהט, דהיינו, געענדיגט דעם פראזדשעקט, דעם עפאכע, און א נייער עפאכע פון לעבן, וואס גייען יא האבן די מעגליכקייט צו אנערקענן און דאנקן השם פאר די הערליכע בריאה, האט זיך אנגעהויבן.

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:32 pm

· #236697
שיין געשריבן מאטי.
לויט גאלד'ס punctuated equilibrium קען מען מפרש זיין אז די שביתה גייט ארויף אויף די צייט ווען די human species איז אריין אין equilibrium.

זוכער » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:41 pm

· #236702
מאטי
באמת איז דער ענין פון שמירת שבת א וויכטיגע פראגע לויט שיטת עוואלוציע, וואס איז פשט אז מ'רוהט דעם זיבעטן טאג ווייל השם האט גערוהט? די בריאה - לויטן עוואלוציאנסט - איז בכלל נישט געווען אין זעקס טעג? נאר גייט ווייטער מיט אן אימפעט עד היום הזה.

ס'איז דא כמה תירוצים דערויף, איינע דערפון איז ווי פאלגענד. לכאורה אויב מיר האלטן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" איז ממש יעדע רגע א חלק פון נאך בריאה, השם כביכול רוהט קיינמאל נישט, אויב יא! ווערט די וועלט חרוב.

נאר דער ענין איז אזוי: לויט ביידע שיטות איז ביים אנהייב פון וועלט באשאף נישט געווען ראוי פאר מענטשן צו לעבן דערין, בלויז  שפעטער הערשט, איז דאס געווארן ראוי אז לעבן זאל קענען עקזיסטירן אויף אונזער פלאנעט און מיט דעם איז צושטאנד געקומען א נייע עפאכע: לעבן אויף אונזער פלאנעט.

א וואך, זיבן טעג, איז אויך א חשוב'ע צייט אפשניט פון א געוויסע זמן אין מענטשנס לעבן. די 6 טעג פון די וואך, איז ווי צוזאגן אז כמעט די גאנצע צייט פון די עפאכע איז די בריאה נישט געווען אין א מצב וואס לעבן האט געקענט עקזיסטירן, און מיט דעם וואלט די בריאה נישט געווען ראוי אז אירע איינוואונער זאלן אפילו אנערקענען אין איר. אבער די זיבעטע טאג; דאס הייסט ביים סוף פון די עפאכע ף, האט גאט גערוהט, דהיינו, געענדיגט דעם פראזדשעקט, דעם עפאכע, און א נייער עפאכע פון לעבן, וואס גייען יא האבן די מעגליכקייט צו אנערקענן און דאנקן השם פאר די הערליכע בריאה, האט זיך אנגעהויבן.

1) איך קלער ליבערשט אז המחדש בטובו איז בעצם א חלק פון שבח וואס הייבט זיך אן ביי המאיר לארץ ולדרים עליה ברחמים און ענדיגט זיך המחדש בטובו. עס מיינט נישט אז גאט באשאפט היינט עפעס. ווייל נאכן זיבעטען טאג איז מער גארנישט באשאפן געווארן.
2) ווידעראום פון דיינע ווערטער איז משמע אז גאט האט גערוהט דעם זיבעטען טאג, כאטש וואס לויט די עוואלושינסטן איז דעמאלט אפילו נישט געווען קיין איינציגע סימן פון לעבן איבער די וועלט (פלאנט ערד רעדן מיר יעצט), טראצדעם וואס די בריאה האט ארויסגעגעבן א מענטש האט געדויערט בערך 13.5 ביליאן יאר. וואס הייסט אז ביז ממש לעצנטס ווען מענטשן האבן איוואלווד, (בערך 40 טויזנט יאר צוריק לויט דארוויניסטן) זענען קיין "האומו סעפיענס" נישט געווען - האט זיך די בריאה ממש יעצט געענדיגט, ממש יעצט. - צי גייט עס גאר ווייטער, און עס וועלן אפיר-קומען א פיל-בעסערע ווערסיע מענטשן פון אונז, דאון די ראוד?

אחרי ככלות הכל איז די מיליאן דאלאר קוועסטשען: וויאזוי א -גלויביגער דארוויניסט (אויז ס'איז בכלל דא אזא באשעפעניש) לערנט אפ אין וועלכן זיבעטען טאג גאט האט גערוהט?

סודני » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:30 pm

· #236751
יידל מוטי .עוולאשניסט א חוץ וואס ער איז מסביר די פראסעס, זאגט זייער קלאר אז די זאכן זענען געשען ביי עקסידענט עכ״פ די גרויסע סייענטיסטן זאגן אלע אזוי .
וויל אייך איבערפרעגן די שאלה אזוי , איך האף אז אייער געדולד וועט אויס האלטן,
דער וואס האלט אז גאט האט באשאפין נאטור, איז נאך שייך נאכדעים צי זאגן אז די נבראים אין די בריאה איז א פערצופאל עס איז אזוי געלונגען ?
אדער ניין איין מאל איך זאג אז די נאטור האט גאט געמאכט בין איך אוטימאטיש מוכרח צי זאגן אז עס האט געהאט א פונקטליכן פלאן ווייל דער וואס האט געמאכט די נאטור האט פונקטליך געוויסט ווי אזוי זאכן וועלן די וועלעפט ווערן ביים סוף.

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:47 pm

· #236760
סודני: אויב איך האלט אז השם איז בורא ומנהיג לכל דבר אפילו קאר עקסידענטס, מעג איך דאס נאך רופן עקסידענט?

הקטן » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:24 pm

· #236783
ac·ci·dent
ˈ
noun
1.
an unfortunate incident that happens unexpectedly
synonyms: mishap, misadventure, unfortunate incident, mischance, misfortune, disaster, tragedy, catastrophe, calamity; technicalcasualty
"an accident at work"

2
a crash involving road or other vehicles, typically one that causes serious damage or injury.
"four people were killed in a car accident"

synonyms: crash, collision, smash, bump, car crash;
3.
an event that happens by chance or that is without apparent or deliberate cause.
"the pregnancy was an accident"

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:29 pm

· #236784
הקטן וואס איז דיין פאינט?

זוכער » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:14 pm

· #236792
מאטי
סודני: אויב איך האלט אז השם איז בורא ומנהיג לכל דבר אפילו קאר עקסידענטס, מעג איך דאס נאך רופן עקסידענט?

פון דיין פרעספעקטיוו איז עס אן עקסידענט. (כאטש וואס אין הימל איז עס געווען פלאנירט).

זוכער » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:06 pm

· #236817
[ציטאט אראפגענומען]

דו פרעגסט זייער גוט, אבער למעשה זעה איך אז די דארוויניסטן האבן נישט צו ענטפערן אויף קיין איינס פון די 3 שיעורים וואס זענען ארויפגעשטעלט געווארן פונעם חכימי דיהודאי רבי אביגדור מילער.

שיעור 2 און 3 זענען א נעיל אין די קאפין פאר נעטשרול סעלעקשאן און דזשין מיוטעישאן.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:22 am

· #237047
זוכער

לאמיר דיר פרעגען, כ'זעה ביסט גאר שטארק איבערגעגעבען פאר די "קשיות" אויף די דארוויניסטען וואס ר' אביגדור פרעגט.

ווער זאגט אז דארוויניסטען האלטען עס איז נישטא קיין קשיות?

אבער די חלקים וואס דארווין זאגט וואס מאכט יא סענס, איז דען אוועקצומאכען?

און די אליין, די האלסט אין איין זאגען ר' אביגדור מיט אינטעליגענטער דיזיין, איז נישט דא א שלל קשיות און גאר שטארקע באווייזונגען אז די וועלט איז עלטער פין זעקס טויזענט יאר?

איז נישטא גאר שטארקע קשיות אויף די מעשה פין די מבול ווי אזוי עס שטייט?

ווען עס איז דא אפאר קשיות פרעגט עס נישט אפ אלעס.

אז די ווילסט גלייבען אאז די וועלט שטייט זעקס טויזענט יאר, געזונטערהייט, אבער עס מאכט ווייניגער סענס ווי אלע קשיות אויף דארווין.

הקטן » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:16 pm

· #237180
איז מעגליך צו זאגן א אינגע וועלט און נאך אלץ גלייבן און עוואלוציע?
אדער אפשר אויב וויל זיך מיר גלייבן עוואלוציע מיז איך אנענמען א ביליאן יארינגען וועלט
וואס איז קודם געקימען אין סייענס די וועלט age אדער עוואלוציע?

מאטי » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:20 pm

· #237184
הקטן
איז מעגליך צו זאגן א אינגע וועלט און נאך אלץ גלייבן און עוואלוציע?

ניין.
הקטן

אדער אפשר אויב וויל זיך מיר גלייבן עוואלוציע מיז איך אנענמען א ביליאן יארינגען וועלט
וואס איז קודם געקימען אין סייענס די וועלט age אדער עוואלוציע?

מ'האט שוין געהאט פארדאכטן איידער דארווין אויף אן עלטערן וועלט.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 6:50 pm

· #237251
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=jNhtbmXzIaM">http://www.youtube.com/watch?v=jNhtbmXzIaM</a>

זוכער » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:13 am

· #237351
איחוד פעלד
זוכער

לאמיר דיר פרעגען, כ'זעה ביסט גאר שטארק איבערגעגעבען פאר די "קשיות" אויף די דארוויניסטען וואס ר' אביגדור פרעגט.
ווער זאגט אז דארוויניסטען האלטען עס איז נישטא קיין קשיות?

אבער די חלקים וואס דארווין זאגט וואס מאכט יא סענס, איז דען אוועקצומאכען?
און די אליין, די האלסט אין איין זאגען ר' אביגדור מיט אינטעליגענטער דיזיין, איז נישט דא א שלל קשיות און גאר שטארקע באווייזונגען אז די וועלט איז עלטער פין זעקס טויזענט יאר?
איז נישטא גאר שטארקע קשיות אויף די מעשה פין די מבול ווי אזוי עס שטייט?

ווען עס איז דא אפאר קשיות פרעגט עס נישט אפ אלעס.

אז די ווילסט גלייבען אאז די וועלט שטייט זעקס טויזענט יאר, געזונטערהייט, אבער עס מאכט ווייניגער סענס ווי אלע קשיות אויף דארווין.

@איחוד פעלד ראשית מ'רעדט דא נישט פון די עידדש פון די וועלט. דער תפארת ישראל רעדט ארום דערפון באריכות, ואין כאן מקומו.
יעצט אז דו רעדסט איבער קשיות ווי די מבול וכדומה - איך פארשטיי אז דו האסט א קשיא אויף א ספעציפישע געשעעניש וואס מאכט דיר נישט קיין סענס. די מעשה פון קרח מאכט יא סענס? די ערד עפענט זיך ספאנטאן און שלינגט איין נאר קרח ועדתו און זיי ווענישן פראם די פעיס אוו די ערד?
סאו, אז דו פראוויידסט א פעקטאר, וואס הייסט גאט. א כל יכול. פאלן אוועק אלע קשיות, שכל לייגט זיך אוועק. ווייל א גאט טוט זאכן אפילו ווען שכל און די לאוס אוו נעטשור זאגן אנדערש.

אבער די וועלכע גלייבן יא אין עוועלושן, אויף זיי קען מען זייער גוט פרעגן. אויב גלייבסטו אין די LAWS OF NATURE און דו פארשטייסט אז שעיקספיער'ס העמלעט קען נישט געטייפט ווערן דורך טריליאן מאנקיס אין הונדערט טריליאן יאר פוירפעקט, פארוואס טוט דאס נישט ווייאלעיטאן די לאוס אוו נעיטשור? גאט מעג ברעכן, אבער דארווינס' טעאריע קען עס נישט ברעכן, אנלעס ער צייגט אויף אז עס פאסירט טאקע היינט אזעלכע פאני מעקראו עוואלושנס, אז פון א היינטיגע פיש זאל ארויסשפראצן אן עלעפאני. דערווייל נישט מ'האמיר די טריליאנען טראנזישאנעל פאסילס, נישט מיר האבן די היינטיגע פרוף, ממילא איז די טעאריע דיבאנקד.

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 15, 2016 12:22 am

· #317577
Richard Dawkins on Islam, Jews, science and the burka - Newsnight
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=YAV_0s1c2V4">https://www.youtube.com/watch?v=YAV_0s1c2V4</a>

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 7, 2018 12:22 pm

· #401727
evolution in the making

<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-4973342/Brazilian-family-12-fingers-toes-each.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -each.html</a>

<a class="postlink" href="https://youtu.be/LWsIf-aYObU">https://youtu.be/LWsIf-aYObU</a>

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 7, 2018 12:33 pm

· #401729

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 7, 2018 12:49 pm

· #401731

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 7, 2018 1:12 pm

· #401736
מאטי
באמת איז דער ענין פון שמירת שבת א וויכטיגע פראגע לויט שיטת עוואלוציע, וואס איז פשט אז מ'רוהט דעם זיבעטן טאג ווייל השם האט גערוהט? די בריאה - לויטן עוואלוציאנסט - איז בכלל נישט געווען אין זעקס טעג? נאר גייט ווייטער מיט אן אימפעט עד היום הזה.

די זוהר הקדוש פארענטפערט שוין די קשיא, וז"ל: תאנא, כתיב "כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ" ששת ימים ודאי, ולא בששת, והני יומין קדישין עלאין אקרון יומי, דשמא קדישא אתכליל בהו, ואינון אתכלילן ביה. (ספר הזוהר ח"ב פט:)
בלאט: 1 2 3 4 5