זוכער
4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
יא, דאס איז זייער פאני. בעיקר איז עס פאני ווייל איעדע יאנואר איז די זון 91 מיליאן מייל אוועק אין איעדע יולי איז עס מער ווי 94 מיליאן מייל. און אינטערעסאנט, רוב מענטשן וועם איך קען לעבן נאך.
(לידיעה בעלמא, האסט דא אראפ געברענגט א צומישעניש פון האלבע און גאנצע שקרים און אפאר אמיתים אריינגעמישט כדאי לערבב את השטן.)
לגבי די גאלדילאקס זאון בכלליות:
געווען אמאל א יוד, ר' ישראל האט ער געהייסן, וואס איז געגאנגען שפאצירן מיט א חבר. קומען זיי אן צו א וואסערל וואס איז איבערגעבליבן אין א לאך נאך א רעגן (puddle פאד"ל בלעז).
מה רבו מעשיך השם! רופט ר' ישראל אויס מיט עקסטאז.
וואס איז? פרעגט דער חבר.
וואס הייסט? קוק נאר אן ווי דער אייבישטער האט אויסגעפארעמט די לאך פונקט גענוי און די זעלבע פארעם ווי די פאדל!! וואלט די לאך געווען נאר א משהו אנדערש וואלט די פאדל נישט געקענט עקזיסטירן דארט בכלל!!
המממממ, זאגט דער חבר. מיר קוקט אויס אנדערש. איך מיין אז די לאך איז גענוי ווי די פאדל ווייל די פאדל איז אריינגערונען אינ'ם לאך, נישט פארקערט.
די נערישער מענטש! זאגט ר' ישראל היציג. מילא דער פאדל, אבער קוק אויף אלע אנדערע פאדלס! איעדער איינציגער פון זיי האט א לאך אויסגעפארעמט פונקט גענוי ווי זיין פארעם!! איז דאס אלעס א צופאל, רענדאמלי??????...
בקיצור, ס'געווען א לאנגער וויכוח, אבער סוף איז געווען אז ר' ישראל, פון דעמאלטס אן, פלעגט גיין שפאצירן אליין. ספעציעל נאך א רעגן.