אהא, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו פרעגן אויף וואס כ'האב דארט געשריבן.
צו ענטפערן דיין פראגע מער אין כלליות'דיגע טערמינען: ווען מיר רעדן פון "רענדאם" ווערסוס אינטעלידזשענט דיזיין, רעדט מען נישט פון נישט באשעפער יא באשעפער. רענדאם מיינט נישט לאפוקי אז עס איז דא א באשעפער, וועמען דו קענסט רופט אינטעליזשענט דיזיינער אויב אזוי שמעקט דיר. דער מחלוקת איז אויף דער פראצעדור *וויאזוי* דאס פאסירט. לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל.
וויאזוי רעגנט? מען קען זאגן צוויי מהלכים. איין מהלך איז אז דער וואסער סייקל מאכט רעגענען. די צווייטע מהלך איז אינטעליזשענט דיזיין וועלכע מאכט רעגן פאסירן יעדע מאל ס'רעגנט. איז מהלך א' א סתירה מיט א באשעפער? בכלל נישט. איז עס רענדאם? יא, ווייל עס איז תלוי אין א גאנצע ליסטע פון וועריעבלס, ווי לאנג דער זון האט געשיינט אויף וואסער, וויפיל וואסער איז דא אין די לופט, אין אזוי ווייטער (זע
דא פאר א סימפל הסבר וויאזוי דער וואסער סייקל ארבעט).
הוא הדין מיט ביג בענג, עוואלושען, קאסמאדזשאני וכו' ווערסוס אינטעלידזשענט דיזיין. די פראצעדורן זענען פילייכט רענדאם, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען געשען פון זיך אליינס, דאס מיינט נאר אז דער פראצעדור אליינס לויפט אויף א סיסטעם וועלכע נוצט רענדאם עלעמענטס. דער אינטעלידזשענט דיזיין לאידך גיסא זאגט אז ניין, עס איז נישטא קיין פראצעדור, עס איז נישטא קיין סיסטעם נאר אלעס וואס געשעהט איז די דירעקטע ארבעט פון דעם דיזיינער.
יעצט צו דיין פראגע ספעציפיש:
פארוואס זאל איך אננעמען אז די פאקט אז אונזער פלאנעט האט פונקט די ריכטיגע קאנדישנס פאר לעבן צו עקזיסטירן/זיך אנטוויקלען, אלס רענדאם, און נישט אינטעלידזשענט דיזיין
ווייל אלע סימנים צייגן אז עס איז געווען א פראצעדור, און דער פראצעדור ארבעט רענדאם, נישט מיט קיין פונקטליכער הסבר. אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז כ'האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו ערקלערן וויאזוי דער וועלט געפונט זיך אינעם גאלדילאקס זאון, מוז מען על כרחך זאגן אז דער דייזינער האט עס אריינגעלייגט אינעם זאון. סייענס טענה'ט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס ארבעט. לאמיר נאכאמאל מדגיש זיין: צו דער סייענטיפישער פראצעדור איז דיזיינד געווארן דורכ'ן רבוש"ע צו נישט איז בכלל נישט דער ויכוח דא. דער ויכוח איז דא *וויאזוי עס האט פאסירט. מיט א ספעציפישן פראצעדור (וואס לויפט "רענדאמלי"), אדער אן קיין שום פראצעדור נאר דער דייזינער איז געווען אינוואלווד אין יעדן סטעפ.
אבער אזויווי 'עס איז פאראן' מיליארדן פלאנעטן, און עס איז נישט (דערווייל) פאראן פלאנעטן מיט לעבן חוץ אונזער פלאנעט איז נאך פיל מער (כמעט אומגלויבליך) פאנטאסטיש צו זאגן אז די קאנדישנס וואס ערמעגליכן לעבן אויף פלאנעט ערד איז ראנדאם
דאס איז טאקע א שטארקע קושיא אויף דער סייענטיפישער טעאריע. אבער דער ענטפער איז נישט מולטיווערס, נאר דער ענטפער איז עקסאפלאנעטן. עס זענען דא מיליאנע אדער אפשר ביליאנע פלאנעטן איבער דער אוניווערס וועלכע זענען אין די גאלדילאקס זאון פון זייער שטערן. דער סייענטיפיק מיינונג איז אז עס זענען טאקע יא דא לעבן אויף אסאך פון די מיליאנע פלאנעטן. דער פראבלעם איז אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז נישט מעגליך צו וויסן אויב מיקראבן אדער אפילו חיות, לעבן אויף יענעם פלאנעט. אפילו אויב ס'דא דארטן ספישיס מיט אינטעלידזשענס איז אויך א גאנצער געטואכטס צו מ'וואלט עס יא אדער נישט געקענט דיטעקטן. סוף דבר, אויב ביסטו קאנווינסט אז עס איז נישטא לעבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ אין די אוניווערס, דאן האסטו א גוטע פירכא אויף דער סייענטיפישער טעאריע פון קאסאמדזשאני. רוב סייענטיסטן זענען נישט קאנווינסט, וויבאלד זייער טעאריע האט שטארקע ראיות, און דאס אז מיר ווייסן נישט פון קיין לעבן אויף אנדערע פלאנעטן איז נישט מער ווי א חסרון ידיעה, עפעס וואס מיר האבן נאך נישט די מעגליכקייט מברר צו זיין, און דערפאר איז עס נישט קיין ראיה לפירכא.