☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

247 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7583
בלאט: 1 2 3 4 5

יתרו » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:44 pm

· #234945
צוויי הגהות.
שרייבסט: א שאד אזא מען באשמירט אזא אינטערעסאנטע נושא מיט מאלפע רייד. מען באשמירט עס נישט, סך הכל איינער באשמירט עס די איבעריגע רעדן אל הנושא.
צווייטע הגה, הרב מיללער מאכט נישט קיין סענס מיט די עווידענס וואס עס איז דא. סך הכל רעדט אריין אדער פארהוילט זיך פון עווידענס וואס איז דא, וואס אין דעם זאגט די דרגא פון ידע אין סייענס אסאך.

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:51 pm

· #234946
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU">https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU</a>

זוכער » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:45 pm

· #234955
כוכב
קודם כל נידער דיין טאן, שרייען מאלפע רעטארעד שוטה וכו' העלפט נישט קיין סאך ארויס און מאכט דיך נישט שטערקער.
נניח רבי אביגדור רעדט סייענטיפש איז ער אין בעסטן פאל נאך איין אמאטור סייענטיסט וואס זאגט א מיינונג איבער עוואלוציע, אבער ער איז ווייט נישט דער מכריע ווי כאילו איינמאל ער האט געזאגט איז אויס מיט עוואלוציע, און נאכאמאל, ער פארמאגט נישט קיין וועטא מאכט.

ווען דו וועסט הערן וואס ער האט געזאגט, וועסטו דעמאלט קענען זאגן צי ער האט יא אדער נישט קיין וועטא רעכט.

פאאשטייסט אליין אז אויב ער ברענגט זייערע אייגענע ארטיקלען, און קוואוט זיי אליינס, ויכה יוסי את יוסי, פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס ער דארף צו דעם בכלל זיין א סייענטיסט. כאטש וואס ער ווארפט זיי איבערן דראנג מיט אינטליגנציה.

זוכער » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:48 pm

· #234956
יתרו
זוכער, כהאב פאר דיר א מאמר וואס אדרעסירט די לעכער פון ראביי מיללערס פירכות אויף עוואלוציע, אזוי אויך ראיות חותכות פאר עוואלוציע וואס הרב מיללער אדרעסירט נישט בשוגג אדער במכוון. ביסט אינטערסירט עס צו זען און זיך מטפל זיין דערמיט? אדער ווילסטו נאר שרייען וועגן מאלפע און קאקעראטש זיידעס.

ברויכסט אויך פארשטיין הרב מיללער האלט אז די וועלט שטייט סך הכל 6000 יאר. אזוי אויך האלט ער אז אלעס איז באשאפען געווארן און די זעלבע צייט, און אויף דעם איז דא ראיות חותכות פארקערט וואס הרב מיללער פרעגט נישט אפ, נאר מיט אזעלעכע מאדנע תירוצים ווי בא המבול וערבב הכל, בו בשעה וואס יעדע פלאץ און די בריאה שרייט ארויס אנדערש.

בד"וו דיין איגנארענץ איז עפעס להפליא.

מ'רעדט דא פ דארווינ'ס עוואלושען טעאריע קעגן בראשית ברא אלקי
נישט ווי אלט די וועלט איז - דאס נוער איינס.

צווייטנס האט ענטאני פלו אויך רינאנוסד עוואלושען באחרית ימיו, אן אריינגיין די עידזש פון די וועלט - איז ער אויף נישט מאסגעבנד?

שבת אחים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 6:14 pm

· #234964
@זוכער
אנטשולדיגט מיר זייער אבער דיין איגנארענץ און צימצום איז צו באוואונדערן דו לייגסט אראפ כאילו ר׳ אביגדור מיללער ז״ל צומאָלט און דערשטיקט דארווין אזוי ווי א זעקס יעריגע יונגל פארציילט מיט ענטוזיאַזם פאר זיין זיבן און א האלב יעריגע שוועסטער א כאַפצעם וואס ער האט בייגעוואוינט פארנט פון זיין חדר און וויאזוי שומרים האבן אנגע׳בויקערט דעם גוי אז ער האט זיך ממש נישט געקענט רירען !!!!!
דיין אַראגאַנץ שפראָצט ארויס אין יעדע תגובה ווען דו פילסט א חוב איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל די טיטשער עפל געוואַרפאכץ סינדראם וואס דו האלטס אין איין מעלה גריא זיין

אויב ווילסטו האבן א נארמאלע מענטשליכע דיסקורס איבער עוועלאציע און שיטת ר׳ אביגדור אדרבה לייג ארויף נארמאלע קליפס און הייב אהן רעדן דברים של טעם, @ יאיר האט דיר פונקטליך געזאגט וואס דו דארפסט צו טוהן ,מיר אלע ווארטן צו הערן מיט שפאַנונג אבער סתם צו אטאקירן פערזענליך וועסטו קיינעם נישט קאָנווינסען גארנישט און נאר מאכן דאס גענאַר פון זיך

שרייען אקס פערד מאָנקי דאַלפין קאַקערוטש קינדערגארטין וועט נישט מאכן דיין אַרגומענט שטערקער אנשטאט דעם וואלט איך דיר ג׳עצהט זאלסט אָפּלאָדענען אַ טעיפ ווי ער איז מסביר למשל דארווינס פינטשעס לשיטותו און ירא הקהל וישפוט...

אחד העם » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 6:58 pm

· #234969
זוכער
די באגייסט א גרויסען זינד, און באין כאחד א גרויסען טעות.
ווען די האסט אנגעהויבען מיט א זיכערקייט אז מר מילר מאכט שאנדע פון דארווין, במקום וואס דער פאקט און מציאות מאכט שאנדע פון מר מילר, האסטו באדארפט זיין אויסגעקלארט וואס מר מילר פארענטפערט אקעדעמיש, באשרייען קאווע שטיבעל לייענער וועגן אן אלטען חטא פון שטעפענען אימוויסענדע טיטשערס, איז מגלה אז דיין ידיעה איז קורץ, ווייל ווען יא וואס צעגערסטו, מיט זייטיגס, נעם דיר צו דו עבודה און הייב אן מסביר זיין די לעכעליכער שיטה, לדבריך, פון דארווין, האסט נאך דערווייל נישט גענטפערט קיין זאכליכע ענטפער, דאס איז א זינד, איך האלט שוין לאנג אז ראביי מילר און זיינע נאכהענגער זענען אימוויסענדע מענטשען און מיט אפאר quotes אנגעבליך פון סייענטיסטען, און מיט אביסעל שאנדע קענען זיי שליכטען פראגעס וואס איז שוין שווער פאר יארן, און גרויסע קעפ מוטשענען זיך אויף דעם, זאל עס זיין סייענטס, פילעזאפיע, היסטאריע, וכו, זאג פאר מר מילר אז די פאקט און מציאות מאכט שאנדע פון אים...
זוכער, אויב זענען דיינע זיידעס נישט געווען קיין מאנקיס, וואלט דיין טעלעפאן נישט געדארפט צו ארבעטן, די אנטיבעיאטיק וואס דער דאקטער גיבט דיר, וואלט נישט באדארפט צו זיין ווירקזאם, דיין קאר וואלט נישט געדארפט פארן, און דיין פליגער וואלט זיך נישט געדארפט הייבען, דער וויסענשאפטליכער אנטוויקלונג איז געבינדעם איינעם מיטן צוויטען, און זיי שפאצירען שוין צוזאמען אזוי א גוטע פאר מיליאן יארן, די התפתחות המדע זעהט זיך אן און יעדע ווינקל פינעם עקזיסטענץ, ביי דיר איז עס אז עס דא א זאך ווי אינטערנעט, און ביי דעם סייענטיסט זעהט זיך עס אן מיט די נייע פארשונגען וואס עס איז צושטנד געקומען נאר א דאנק התפתחות המדע, ווילסט זיך איינשטעקן דעם קאפ אינעם הוט, און שרייען אז די וועלט איז אלס נאר זעקס טויזענט יאר, איז דאס דיין פראבלעם,
---------------------------
אגב, אויף די באנענע שטיבל וועב זייטל ( סאיז אזא מין קאווע שטיבל פאר מאלפעס), האב איך געזעהן ווי איינער איז מוחה אויף דעם וואס איינע פון די מאנקיס דארט האבען געטענה'ט אז זיי אלע מאנקיס שטאמען ארגינאל פון מענטשן, און ביי די דור הפלגה האט מען פראדעצירט אזא באשעפעניש ווי מאנקיס, ער באשייגעצט דארט אלעמען, נערישע מאלפעס וואס רעדן מענטשען רייד, און ער חוזקט דארט אפ, פון די מענטשען - אייניקלעך וואס דאברענען און די לבנה... גיי גיב זיך א קוק און שפיגל דארט...
---------------
שבת אחים האקט ענדליכס!

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:08 pm

· #234970
שבת אחים
@זוכער
אנטשולדיגט מיר זייער אבער דיין איגנארענץ און צימצום איז צו באוואונדערן דו לייגסט אראפ כאילו ר׳ אביגדור מיללער ז״ל צומאָלט און דערשטיקט דארווין אזוי ווי א זעקס יעריגע יונגל פארציילט מיט ענטוזיאַזם פאר זיין זיבן און א האלב יעריגע שוועסטער א כאַפצעם וואס ער האט בייגעוואוינט פארנט פון זיין חדר און וויאזוי שומרים האבן אנגע׳בויקערט דעם גוי אז ער האט זיך ממש נישט געקענט רירען !!!!!
דיין אַראגאַנץ שפראָצט ארויס אין יעדע תגובה ווען דו פילסט א חוב איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל די טיטשער עפל געוואַרפאכץ סינדראם וואס דו האלטס אין איין מעלה גריא זיין

אויב ווילסטו האבן א נארמאלע מענטשליכע דיסקורס איבער עוועלאציע און שיטת ר׳ אביגדור אדרבה לייג ארויף נארמאלע קליפס און הייב אהן רעדן דברים של טעם, @ יאיר האט דיר פונקטליך געזאגט וואס דו דארפסט צו טוהן ,מיר אלע ווארטן צו הערן מיט שפאַנונג אבער סתם צו אטאקירן פערזענליך וועסטו קיינעם נישט קאָנווינסען גארנישט און נאר מאכן דאס גענאַר פון זיך

שרייען אקס פערד מאָנקי דאַלפין קאַקערוטש קינדערגארטין וועט נישט מאכן דיין אַרגומענט שטערקער אנשטאט דעם וואלט איך דיר ג׳עצהט זאלסט אָפּלאָדענען אַ טעיפ ווי ער איז מסביר למשל דארווינס פינטשעס לשיטותו און ירא הקהל וישפוט...

@יאיר האט געזאגט? און וואס זאגט זיין פרוי?

סיריעסלי, ‏אראגאנץ ‏איז א סינדראם פון נישט פארנעמען א שיטה וואס דינט נישט דיינע אינטערעסן. סארי מיין פריינט, נישט @יאיר און די איבריגע יונגלעך האבן א צענטל פון די IQ פון אביגדור מילער, קוים וואס זיי פארשטייען זיין ענגליש!

אויב געבן ארדערס - זיי מיר קודם מסביר פראביביליטיס (אויב דו פארשטייסט עס בכלל).

צווייטנס ווען איך זאג מאלפען-אייניקל אדער קאקערוטש באבע, מיין איך חלילה נישט צו באליידיגן, פארשעמען אדער שאנטאזשירן די הויכגעשפריצטע לויטע דא - חלילה.

עס איז א כבוד אנצורופן א מענטש ביי א חשוב'ן זיידן אדער באבע - אז דו גלייבסט אין דארווינ'ס בי.עס. האסטו אקצעפטירט אז דו ביסט א חשוב אייניקל פון כבוד רעב מאלפע פון 3.4 ביליאן יאר צוריק!

זיי פראוד מיט דיין שטאם!‏
‏
‏

שבת אחים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:15 pm

· #234972
אחד העם
זוכער

---------------------------
אגב, אויף די באנענע שטיבל וועב זייטל ( סאיז אזא מין קאווע שטיבל פאר מאלפעס), האב איך געזעהן ווי איינער איז מוחה אויף דעם וואס איינע פון די מאנקיס דארט האבען געטענה'ט אז זיי אלע מאנקיס שטאמען ארגינאל פון מענטשן, און ביי די דור הפלגה האט מען פראדעצירט אזא באשעפעניש ווי מאנקיס, ער באשייגעצט דארט אלעמען, נערישע מאלפעס וואס רעדן מענטשען רייד, און ער חוזקט דארט אפ, פון די מענטשען - אייניקלעך וואס דאברענען און די לבנה... גיי גיב זיך א קוק און שפיגל דארט...
---------------
שבת אחים האקט ענדליכס!

קאווע שטיבל פאר מאנקיס ? 👍 😃
איך בין געוועהן זיכער ווען איך דריק אויף די קליפּ אז איך קום אן אויף איי..<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/">http://www.ivelt.com/</a>

😂 😂 😂

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:23 pm

· #234973
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

שבת אחים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:37 pm

· #234975
זוכער
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

ביסט גערעכט!!!! די גרעסטע ראי׳ טאקע אז עוועלאושען איז נישט אמת איז ווייל אויב יא וואלט ראַדני בעיסמעדרש געדארפט זיין אין די בראָנקס זָו און די רעבע וואלט ווען געדארפט טאנצען מצוה טאנץ אינעם דזשונגעל און אַנשטאָט י״ב חלות וואלט מען געדארפט עסען י״ב באַנאַנעס
ס׳איז א שאד צו טעהנן מיט דיר לענ״ד ... ובזה יצא ידי חובתי

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:46 pm

· #234977
א גוט וואך.
איך פארפעל צו זעהן וואס דער פרעגט אזוי שלעכט ,אקעי יעצט נעמט זיך צו מיינע ביינער.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:51 pm

· #234979
שבת אחים
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU">https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU</a>

די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:53 pm

· #234981
איך אויך
א גוט וואך.
איך פארפעל צו זעהן וואס דער פרעגט אזוי שלעכט ,אקעי יעצט נעמט זיך צו מיינע ביינער.

@איך אויך, אויב דו האסט א דינע הויט, ביטע וואוטש-אוט.

די געערטע מאלפע אייניקלעך וועלן נישט בכלל נישט נעמען די מיה צו ענטפערן די פראגעס. ווייל זיי קענען בלויז שימפן און שאנטאזשירן.

א דאנק @אחד העם פארן ענטפערן בטטו"ד...

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:54 pm

· #234983
נעה ב''ה איך האב געזונטע הויט. באט טענקס פור די קאנסערן.

שבת אחים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:56 pm

· #234984
berlbalaguleh
שבת אחים
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU">https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU</a>

די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!

אזוי גאָר ???
דהיינו???

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:57 pm

· #234985
berlbalaguleh
שבת אחים
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU">https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU</a>

די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!

האסט געזען וויאזוי דאס שעפסל איז מסביר וויאזוי די אויג איז באשאפען געווארן... פון א לאך אין פנים איז עס געוואקסן אריין און ארויס... און היינט האבן מיר קאליר וויזשען. מ'קען שטארבן פאר געלעכטער וויאזוי מענטשן מיט א אונץ שכל קענען עס בכלל נאכזאגן... און זיי האלטן זיך נאף פארגעששריטן! WOW

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:00 pm

· #234986
שבת אחים
berlbalaguleh
שבת אחים
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU">https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU</a>

די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!

אזוי גאָר ???
דהיינו???

כבוד רעב מאלפע אייניקל, ביטע ענטפער אויף די פיר פראגעס.
בתודה מראש.

אחד העם » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:00 pm

· #234987
זוכער
ווייל די ביסט געווארען אינספערירט פון הרב מילער'ן מיינט נאך נישט אז זיין IQ איז עפעס ווייס איך ווי הויך [ אפשר פארקערט גאר ] און עס מיינט נישט אז דעם וועם עס האט נישט געכאפט די אינספעראציע פעלט און IQ, דאס ווארט IQ איז סתם אזוי אי-רעלעווענט צו דעם שמועס, פון וואנט ווייסטו ווי גוט יעדער קען ענגליש, בקיצור, א חוץ היץ זעה איך גארנישט און דיינע ווערטער, און איך פראקלעמיר אז דער וואס באמת נישט וואס צוטוהן מיט די צייט זאל זיך מיט דיר ווכחען אויב מען קען עס בכלל רופען א וויכוח.

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:03 pm

· #234988
אחד העם
זוכער
ווייל די ביסט געווארען אינספערירט פון הרב מילער'ן מיינט נאך נישט אז זיין IQ איז עפעס ווייס איך ווי הויך [ אפשר פארקערט גאר ] און עס מיינט נישט אז דעם וועם עס האט נישט געכאפט די אינספעראציע פעלט און IQ, דאס ווארט IQ איז סתם אזוי אי-רעלעווענט צו דעם שמועס, פון וואנט ווייסטו ווי גוט יעדער קען ענגליש, בקיצור, א חוץ היץ זעה איך גארנישט און דיינע ווערטער, און איך פראקלעמיר אז דער וואס באמת נישט וואס צוטוהן מיט די צייט זאל זיך מיט דיר ווכחען אויב מען קען עס בכלל רופען א וויכוח.

ביטע ענטפער וואס מ'האט דיר געפרעגט. נאכער וועלן מיר ווייטער רעדן. איך האב זייער אסאך אין מיין פעדער.

דאנקע שיין.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:06 pm

· #234989
זוכער
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:13 pm

· #234992

זיי וועלן דיר זאגן אז עס נעמט 40 מיליאן יאר - (צייט איז זייער גאט. צייט מאכט אלעס)...

איך זעה גראדע ווי מענטשן ווערן פארוואנדעלט אין מאנקיס. פארקערט נישט.

קשיא נומערא איינס איבער די מספר קראמאזומס איז זייער א שטארקע - לאמיר זעהן די חכמים ענטפערן.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:14 pm

· #234993
ר' זוכער: קודם, בארואיג זיך. שכוח! יעצט וועל איך דיר פארציילן א דזשאוק. והנה: א יונגל קומט אהיים פון סקול, נאכ'ן לערנען איבער עוואלושן, און אז די מענטשן שטאמען פון מאנקיס. ער פרעיגט זיין טאטן. "טאטע, איז אמת אז אינז שטאמען פון מאנקיס"? דער טאטע ענטפערט. "אפשר דו. איך נישט"... 😂

אחד העם » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:16 pm

· #234995
berlbalaguleh
זוכער
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

בערעלע, איך האב זייער א הארבע פראגע, האיך מעשרין את המלח...

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:17 pm

· #234996
זוכער
berlbalaguleh
זוכער
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

זיי וועלן דיר זאגן אז עס נעמט 40 מיליאן יאר - (צייט איז זייער גאט. צייט מאכט אלעס)...

איך זעה גראדע ווי מענטשן ווערן פארוואנדעלט אין מאנקיס. פארקערט נישט.

קשיא נומערא איינס איבער די מספר קראמאזומס איז זייער א שטארקע - לאמיר זעהן די חכמים ענטפערן.

זוכער: סארי. איך האב נישט אזויפיל צייט צו ווארטן. איכ'ל ענדערש אננעמען די טעאריע אז אלעס איז באשאפן געווארן אין זעקס טעיג. ס'אסאך גרינגער צו פארשטיין. חוץ אלע אנדערע ארגומענטן...!

שבת אחים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:29 pm

· #234997
berlbalaguleh
זוכער
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

ר׳ בערל
כ׳בין נישט קיין סייענס טיטשער אבער איך וועל פּראבירן מיין בעסט
שטייטלעך לאמיר נישט רעדן פון בעל חי לאמיר רעדען פון צמחים און געוואוקסען וועסטו עס גרינגער פארשטיין , לאמיר דיך פרעגן א קשיא ? ווי אלט איז א באַנאַנע ? פארשטייסט אז אמאליגע צייטן איז געוועהן אנדערע מיני פרוכט און וועדשטעיבעלס און אז למשל די
אַוואָקאַדאָ איז געוועהן אמאָל אסאך אסאך גרעסער ווי עס איז היינט און עס האט געהאט א גאנץ אנדערע טעיסט ???
ביסט מודה צו מיר אז ווען חז״ל וואלטן ווען היינט מתקן געוועהן די שבעת המינים וואלט עס לכאורה באשטאַנען פון א גאנצע אנדערע ליסטע פון פרוכט ווי למשל סטראבעריס וכודמה וואס איז אדער נישט געוועהן אין יענע צייטן בכלל אדער איז עס געוועהן אבער אין אביסעל א אנדערע פאָרום אדער סייז , והוא הדין מיט אלע בעלי חי ׳

יידל » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:43 pm

· #235001
זוכער, כ'זע נישט וואס ביזט אזוי פריש מיט ענטאני פלו. בסך הכל האט ער זיך געטוישט פון אטעאיזם, צו דעאיזם אין אן אריסטאטאלישער גאט. נחמה פורתא פאר אידן מאמינים באלוקי אברהם ויצחק.

שבת אחים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:47 pm

· #235002
ר׳ בערל
סאיז נישט אויף איין פיס ס׳איז א גאנצע מסכת (מעסעכטע) פאר זיך, ועוד חזון

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:53 pm

· #235007
שבת אחים
berlbalaguleh
זוכער
@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

ר׳ בערל
כ׳בין נישט קיין סייענס טיטשער אבער איך וועל פּראבירן מיין בעסט
שטייטלעך לאמיר נישט רעדן פון בעל חי לאמיר רעדען פון צמחים און געוואוקסען וועסטו עס גרינגער פארשטיין , לאמיר דיך פרעגן א קשיא ? ווי אלט איז א באַנאַנע ? פארשטייסט אז אמאליגע צייטן איז געוועהן אנדערע מיני פרוכט און וועדשטעיבעלס און אז למשל די
אַוואָקאַדאָ איז געוועהן אמאָל אסאך אסאך גרעסער ווי עס איז היינט און עס האט געהאט א גאנץ אנדערע טעיסט ???
ביסט מודה צו מיר אז ווען חז״ל וואלטן ווען היינט מתקן געוועהן די שבעת המינים וואלט עס לכאורה באשטאַנען פון א גאנצע אנדערע ליסטע פון פרוכט ווי למשל סטראבעריס וכודמה וואס איז אדער נישט געוועהן אין יענע צייטן בכלל אדער איז עס געוועהן אבער אין אביסעל א אנדערע פאָרום אדער סייז , והוא הדין מיט אלע בעלי חי ׳

דעיס אז ס'איז דא עפעס א מין פראצעס פון עוואלוציע איז כולי עלמא מודי. דער אויסדרוק "נשתנו הטבעיים" איז זייער א פאפולארער אויסדרוק. און קיינער איז נישט מחולק אויף דעים. די נפקא מינה איז, אבער אז די בהמה'שע עוואלשאניסטס טענה'ן אז אלעס האט זיך אליינס באשאפן... דאס איז דאך דער גרעסטער אבסורד. משא"כ וואס די ערליכע אידן און להב' די גוי'אישע "קריעישאניסטס" זאגן איז, הקב"ה האט באשאפן די וועלט מיט א דעזיין (אשר יצר את ה--- בחכמה.) און אריינגעבויעט א טוישנדן פראצעס אין אלע נבראים...!

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:54 pm

· #235008
לגבי די עוואלאציע וויכוח דא, כ'האב נישט ליב וויאזוי מען איז זיך דא מתווכח, בעיקר ווייל מען גייט דא אדורך טוהן א נושא וואס גאר אסאך האבען שוין א דעה קדומה לגבי די מסקנה און די וויכוח איז באמת ווירטלאז.

עם כל זה, לדעתי לדעתי איז מיין מסקנה קדומה אז עוואלאציע כשלעצמו איז נישט קיין סתירה מיט די באזיס פין אונזער אידישע אמונה, הגם עס איז א שטיקעל סתירה מיט די חריידישע אמונה. היות ביי מעמד הר סיני האט מען נישט מקבל גוועהן צו זיין א חרדי, ממילא האב אני הקטן נישט קיין פראבלעם מיט הערען וואס די סייענטיסטען זאגען בנוגע בריאת העולם.

מען דארף פארשטיין א נקודה בנוגע עוואלאציע.

סייענטיסטען און חכמים מאטערען זיך שוין א לאנגע צייט צו וויסען פין ווי אונז קומען, און ביז די לעצטע צייטען האט מען אין דער נושא קיין סאך נישט געוויסט. אמאליגע סייענטיסטען זענען געוועהן מער מאמינים ווי נישט. עד כדי כך אז ווען א גרויסען המצאה וואס איז געוועהן א סתירה צו די דעמאלסדיגע אמונה האבען זיי מורא געהאט עס ארויסצוזאגען מחמת פחד פין טויט. עיין ערך קופירניקוס, אבער למעשה ווייסט מען היינט אז מען האט זיך גאנץ גוט צוגעוויינט אז הגם די אמת איז אז די זון איז קבוע במקומו איז די גאנצע גאלאקסי גייט ארום די זון, און די וועלט איז דער וואס רוקט זיך, נישט די שטערען, איז עס נישט קיין סתירה מיט השמש יצא על הארץ וכו'. פארוואס טאקע? ווייל דברה תורה כלשון בני אדם. מען קען אלץ מיישב זיין.

סא לאמיר זיך נישט נארען מיט זייטיגע נארישע דיסטראקשען'ס בנוגע עוואלאציע.

איין נקודה וואס מען מוז ארויסברענגען, הגם סייענטיסטען האלטען אין איין מאכען דורך ברוכען וויאזוי די וועלט איז געקומען צושטאנד, נעמט עס נישט אוועק (עכ"פ לדעתי) די אמונה אז איינער האט עס אלעס באשאפען. מיר, איז בכלל נישט מסתבר אז די גאנצע יקום איז געווארען פין זיך אליין, לדעתי איז מיר בכלל נישט מסתבר אז מיר זענען דא און קענען פארשטיין און טוהן און טייפען אויף די קאמפיוטער אלעס פין זיך אליין. און די עיקר נקודה איז, עס איז נישט קיין סתירה מיט אלעס וואס סייענטיסטען זאגען צו גלייבען אז א באשעפער האט אלעס באשאפען, ועוד, לדעתי איז עס מער מסתבר ווי צו זאגען אז אלעס איז געווארען אליין.

ווען אבער מען פראבירט צו גלייבען אין די פשטות התורה, און די פשטות חז"ל, אז די וועלט ממש שטייט נאר זעקס טויזענט יאר, איז עס א גרויסע סתירה מיט וואס די סייענטיסטען זאגען, און איז כמעט נישט שייך צו אויסגלייכען עס.

יעצט אפאר פאקטען פין די סייענטיסטען.

אונז שטאמען מיר נישט פין מאלפעס, נאר פין א זיידע וואס איז געוועהן אמאהל און פין אים איז ארויסגעקומען צוויי מינים מענטשען און מאלפעס.

מענטשען זענען געווארען מענטשען ווי אונז בערך דרייסיג טויזענט יאר צוריק.

די מענטשען וואס זענען געוועהן פריער זענען געוועהן גאר ענדליך. אבער עפעס האט זיך געטוישט דרייסיג טויזענט יאר צוריק, און האט זיי געמאכט מענטשען ווי אונז. וואס? זיי ווייסען נאך נישט.

עס איז געוועהן דריי אנדערע מינים פין מענטשען, און זיי זענען נעדר געווארען. נאר אונזערע מין איז געבליבען. פארוואס? זיי ווייסען נישט.

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:03 pm

· #235011
בעיסיקלי גלייבסטו אז דו קומסט פון א "טאטע/זיידע" פון אן APE.
פרעג איך ע"כ נאכאמאל:

ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:09 pm

· #235015
יידל
זוכער, כ'זע נישט וואס ביזט אזוי פריש מיט ענטאני פלו. בסך הכל האט ער זיך געטוישט פון אטעאיזם, צו דעאיזם אין אן אריסטאטאלישער גאט. נחמה פורתא פאר אידן מאמינים באלוקי אברהם ויצחק.

@יידל, איך בין מורא'דיג העפי מיט אנטאני פלו... ווייל:

ער איז געווען אן אטעאיסט - און געווארן אויס.

ער האט אויך געוואוסט "אלעס" וואס די חכמים דא ווייסן און פיל מער ... און האט עס אויסגעשפיגן פאר די גאנצע וועלט. (דאס טוט אביסל וויי).

ווייל: ווען א גרויסער דענקער ביי די אידן (דוגמת רבי אביגדור מיללער), זאל אפיציעל ערקלערן אז ער ווערט א כופר, וואלט עס מיר זעהר וויי-געטאן.

איך דארף נישט אז ער זאל ווערן א איד. אז ער לאכט פון דארווין ברבים, איז עס פערפעקט. דעטס אלל איי נידעד!

יתרו » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:20 pm

· #235020
חכם דאס איז דאך עוואלאשען אז מען איוואלווד. ווען מיר זענען נאך מאנקיס וואלטן מיר דאך נישט געווארן עוואלווד.
בד"וו דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן האר אויף די פיס בויך הענט, אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבעניש פון אונזער זיידע'ס דזשינס. דאז איז די סבה פארוואס מיר האבן פינגערס אויף די פיס אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבענישט פון אונזער זיידעס פינגערס וואס האבן דאס גענוצט ווי מאנקיס צו קריכן אויף ביימער. און דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן א מיוטענט דזשין פאר א וויידעל אפילו מיר דארפן נישט קיין וויידעל. דריי הכרחים פון די גוף האדם אויף דארווין'ס שיטה. און דאס פארענטפערט דריי פון דיינע שאלות. אויף די פערטע שאלה פארוואס עס איז נישטא קיין טראזישענס, נא פארדעם איז דאך גאלד אביסעל אוועק פון דארוויןס שיטה מיט די מהלך פון Punctuated equilibrium פאר מער זעץ זיך לערנען.

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:42 pm

· #235024

די פינגערס אויף די פיס ארט מיר נישט. - עס איז שיין! עס איז הערליך און סימעטריק. - נעם זיי אראפ אויס זיי זענען דיר איבריג!

די טעילבאון - האט נישט מיט'ן וויידל - עס העלפט די מוסקולער באוועגונג פון זיצן און און אויפשטעלן סימלעסלי!

די קראמאזון אישו איגנאריריסטו!
מענטשן האבן 46 קראמאזונס - מאנקיס האבן 48!
ריפראדאקשאן ארבעט נישט אזוי!

אז א מענטש מיט מאנקי מעיטן, קענען זיי נישט פראדוסן.

אויב האר איז אראפגעפאלן פון מענטשן - וואלטן זיי געשטארבן פאר קעלט!
אויב האבן זיי אייביג געהאט האר - פארוואס האבן זיף די מענטשן געקליידעט! - א קעטש 22!

ביסט אינווייטעד צו ענטפערן!

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:44 pm

· #235026
גראדעמכל, איחודפעלד, אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם נושא, אבער אין וועלכע גאלאקסי איז דער זון אין צענטער ?

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:00 pm

· #235028
נהורא נפישא
גראדעמכל, איחודפעלד, אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם נושא, אבער אין וועלכע גאלאקסי איז דער זון אין צענטער ?

די זון איז נישט אין צענטער פון די מילקי-וועי!
א "בלעק-האל" בערך 26000 ליכט-יאר איז אין צענטער.

געפילטע פיש » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:47 pm

· #235038
זוכער
יתרו
חכם דאס איז דאך עוואלאשען אז מען איוואלווד. ווען מיר זענען נאך מאנקיס וואלטן מיר דאך נישט געווארן עוואלווד.
בד"וו דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן האר אויף די פיס בויך הענט, אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבעניש פון אונזער זיידע'ס דזשינס. דאז איז די סבה פארוואס מיר האבן פינגערס אויף די פיס אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבענישט פון אונזער זיידעס פינגערס וואס האבן דאס גענוצט ווי מאנקיס צו קריכן אויף ביימער. און דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן א מיוטענט דזשין פאר א וויידעל אפילו מיר דארפן נישט קיין וויידעל. דריי הכרחים פון די גוף האדם אויף דארווין'ס שיטה. און דאס פארענטפערט דריי פון דיינע שאלות. אויף די פערטע שאלה פארוואס עס איז נישטא קיין טראזישענס, נא פארדעם איז דאך גאלד אביסעל אוועק פון דארוויןס שיטה מיט די מהלך פון Punctuated equilibrium פאר מער זעץ זיך לערנען.

די פינגערס אויף די פיס ארט מיר נישט. - עס איז שיין! עס איז הערליך און סימעטריק. - נעם זיי אראפ אויס זיי זענען דיר איבריג!

אנשולדיגט, ביטע פראבירט צו רעדן צום זאך.
זוכער

די קראמאזון אישו איגנאריריסטו!
מענטשן האבן 46 קראמאזונס - מאנקיס האבן 48!
ריפראדאקשאן ארבעט נישט אזוי!

האסט פארגעסן אבער צו זאגן אז פון די אנדערע זייט איז DNA פון מענטשען און טשימפאנזיס 98% די זעלבע, אויב נישט עוועלוציע, פארוואס האט די באשעפער באשאפן מענטשען מיט טשימפס מיט ענליכע DNA? אונז אויסצופאפן?
לגבי דיין קושיא, קודם כל קען דאס נישט זיין פון הרב מיללער, ווייל דאס זענען נייע ערפונדיגען וואס מ'האט נאכנישט געוויסט אין זיינע צייטן. און די "קושיא" איז שוין לאנג פארענטפערט, דארפט אפדעיטן דיינע קושיות. סייענטיסטן האבן פרעדיקטעד אז מ'וועט טרעפן איין קראמאזאם פאר ביי יומענס וואס האבן סימנים אז זיי זענען צאמגעשטעלט פון צוויי פאר קראמאזאמס, און מ'האט טאקע געטראפן. גוגל "קראמאזאם 2".

דא האסטו א מאלעקיולאר ביאלאג (א גלויביגער קאטאליק בד"וו) וואס איז מסביר בטטו"ד וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען.

זוכער

אויב האר איז אראפגעפאלן פון מענטשן - וואלטן זיי געשטארבן פאר קעלט!
אויב האבן זיי אייביג געהאט האר - פארוואס האבן זיף די מענטשן געקליידעט! - א קעטש 22!

ביסט אינווייטעד צו ענטפערן!

מיט אזעלכע באמבע קושיות ווער דארף תירוצים?

קול דודי » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:51 pm

· #235039
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ריכטיג. עוועלושען איז גאר גאר שטארק מוכרח, און ס׳נישט דא קיין ערענסטע צד של ספק אין דעם. די אומצאליגע ראיות זענען באמת שטארק איבערצייגנד, אין דאס איז די סיבה וואס איעדער ערנסטער בייאלאדזיסט (מיט די אויסנאם פון ממש ממש יחידים) נעמט עס אן. ס׳נישט עפעס אן אלוועלטליכער קאנספיראציע אקעגן מילר וחבריו. אדרבה, ניתו ספר ונחזה.

אגב, די אזויגעריפענע ״קשיות״ וואס מאנכע האבן דא דערמאנט זענען א געלעכטער. ס׳גייט בערך אזוי: אויב איז עוועלושען אמת, פארוואס זענען מיר טאקע עוואלווד?? היתכן מיר זענען נישט מאלפעס? הא? הא??!!?? היתכן מיר זענען נישט פיש???? היתכן מיר זענען נישט ציבעלע מיט גרינס???!!!?? (א קאזין מיט אונז, אגב). ס׳נישט ווערט צו ענטפערן מענטשן מיט אזעלכע קשיות אפילו ווען זיי האבן בעסערע קשיות, ווייל ווען זיי וואלטן געוואלט וויסן וואלטן זיי דאך קודם געלערנט די אלף בית פארן פרעגן א קשיא אויף תוספות (אפילו אויב ס׳טאקע דא קשיות - מיט ענטפערס - אויף תוספות). אלא מאי ווי דער מאמר החכם גייט, זיי האבן נישט קיין קשיות, זיי האבן ענטפערס.

כ׳וואלט גערן געגעבן א שיעור אויף דעים פאר דעי וואס ווילן הערן, כ׳האב אבער מורא אז קיין תלמידים וועט נישט זיין.

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:32 am

· #235071
געפילטע פיש
זוכער
יתרו
חכם דאס איז דאך עוואלאשען אז מען איוואלווד. ווען מיר זענען נאך מאנקיס וואלטן מיר דאך נישט געווארן עוואלווד.
בד"וו דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן האר אויף די פיס בויך הענט, אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבעניש פון אונזער זיידע'ס דזשינס. דאז איז די סבה פארוואס מיר האבן פינגערס אויף די פיס אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבענישט פון אונזער זיידעס פינגערס וואס האבן דאס גענוצט ווי מאנקיס צו קריכן אויף ביימער. און דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן א מיוטענט דזשין פאר א וויידעל אפילו מיר דארפן נישט קיין וויידעל. דריי הכרחים פון די גוף האדם אויף דארווין'ס שיטה. און דאס פארענטפערט דריי פון דיינע שאלות. אויף די פערטע שאלה פארוואס עס איז נישטא קיין טראזישענס, נא פארדעם איז דאך גאלד אביסעל אוועק פון דארוויןס שיטה מיט די מהלך פון Punctuated equilibrium פאר מער זעץ זיך לערנען.

די פינגערס אויף די פיס ארט מיר נישט. - עס איז שיין! עס איז הערליך און סימעטריק. - נעם זיי אראפ אויס זיי זענען דיר איבריג!

אנשולדיגט, ביטע פראבירט צו רעדן צום זאך.
זוכער

די קראמאזון אישו איגנאריריסטו!
מענטשן האבן 46 קראמאזונס - מאנקיס האבן 48!
ריפראדאקשאן ארבעט נישט אזוי!

האסט פארגעסן אבער צו זאגן אז פון די אנדערע זייט איז DNA פון מענטשען און טשימפאנזיס 98% די זעלבע, אויב נישט עוועלוציע, פארוואס האט די באשעפער באשאפן מענטשען מיט טשימפס מיט ענליכע DNA? אונז אויסצופאפן?
לגבי דיין קושיא, קודם כל קען דאס נישט זיין פון הרב מיללער, ווייל דאס זענען נייע ערפונדיגען וואס מ'האט נאכנישט געוויסט אין זיינע צייטן. און די "קושיא" איז שוין לאנג פארענטפערט, דארפט אפדעיטן דיינע קושיות. סייענטיסטן האבן פרעדיקטעד אז מ'וועט טרעפן איין קראמאזאם פאר ביי יומענס וואס האבן סימנים אז זיי זענען צאמגעשטעלט פון צוויי פאר קראמאזאמס, און מ'האט טאקע געטראפן. גוגל "קראמאזאם 2".

דא האסטו א מאלעקיולאר ביאלאג (א גלויביגער קאטאליק בד"וו) וואס איז מסביר בטטו"ד וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען.

זוכער

אויב האר איז אראפגעפאלן פון מענטשן - וואלטן זיי געשטארבן פאר קעלט!
אויב האבן זיי אייביג געהאט האר - פארוואס האבן זיף די מענטשן געקליידעט! - א קעטש 22!

ביסט אינווייטעד צו ענטפערן!

מיט אזעלכע באמבע קושיות ווער דארף תירוצים?

דאס אז 98 פראצענט זענען מענטשן גלייך מיט עיפ'ס - איז לעכערליך. ווייל מיט חזירים (PIGS) זענען מענטשן נאך נענטער - און מענטשן קענען נישט מעיטן נישט מיט קיין APE און נישט מיט קייןדבר אחר...

די קראמאזונס שטימען נישט. ריפראדאקשאן ארבעט נישט! קענסט ברענגען א מיליאן יו טוב לינקס פון רעדעס און דעבאטעס. - אין לעב קען עס נישט רעפראדוסן. און עוואלושען איז טויט!

וועסט דיך הענגען אויף א האר און בלייבן הענגען! דארווין איז בי עס!

יאיר » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:46 am

· #235076
דא האסטו איין ענטפער אויף אלע דיינע קשיות, גענומען פון א לעקטשור וואס איך וועל באלד אפלאודן פון אן עם פי טרי פון ריטשארד דאוקינס:

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:03 am

· #235084
יאיר
דא האסטו איין ענטפער אויף אלע דיינע קשיות, גענומען פון א לעקטשור וואס איך וועל באלד אפלאודן פון אן עם פי טרי פון ריטשארד דאוקינס:

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יאיר ייש״כ זייער גוט געזאגט !
איין קשיא האב איך נאר

????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:09 am

· #235085
יאיר
דא האסטו איין ענטפער אויף אלע דיינע קשיות, גענומען פון א לעקטשור וואס איך וועל באלד אפלאודן פון אן עם פי טרי פון ריטשארד דאוקינס:

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

WOW 2000 עקסקלומעישאנס! יעצט מוזטו זיין גערעכט!

פיגס זענען נענטער צו מענטשן, סיי ווייל זיי זענען העיר-לעס, סיי ווייל די ארגענס פון חזירים זענען נענטער צו מענטשן ווי עיפס! ממילא שטעלט זיך ארויס אז דיגאנצע 98 פראצנט DNA סימילעריטי איז בעיסלעס.

לגבי דעם צעדרייטן דאוקינס, וויל איך דיר מיטטיילן וואס איך האב געוואטשט, ווי א פרוי האט אים עפעס אריינגעפרעגט איבער די מעגליכקייט פון מיוטעישאנ - האט זיך דער אייזל אנגערופן מיט א מורא'דיגע פקחות: דו אליין באשאפטסט א קינד אין 9 חדשים! עוואלושען ארבעט!!!! סאליד פרוף!

@יאיר אזא אקס זאגסטו נאך! אידיאט!

מאטי » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:38 am

· #235092
Some of the symptoms of asperger syndrome

Speech may convey a sense of incoherence; the conversational style often includes monologues about topics that bore the listener, fails to provide context for comments, or fails to suppress internal thoughts. Individuals with AS may fail to detect whether the listener is interested or engaged in the conversation. The speaker's conclusion or point may never be made, and attempts by the listener to elaborate on the speech's content or logic, or to shift to related topics, are often unsuccessful

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:47 am

· #235095
מאטי

איך האב דאס בדעה געהאט צו זאגן פאר די חשוב'ע מאלפע אייניקלעך דא - כל אחד בשמו יברך. א דאנק פארן נעמען די מיה!

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:49 am

· #235096
מאטי
Some of the symptoms of asperger syndrome

Speech may convey a sense of incoherence; the conversational style often includes monologues about topics that bore the listener, fails to provide context for comments, or fails to suppress internal thoughts. Individuals with AS may fail to detect whether the listener is interested or engaged in the conversation. The speaker's conclusion or point may never be made, and attempts by the listener to elaborate on the speech's content or logic, or to shift to related topics, are often unsuccessful

נאך די קללות קענסט שוין האפענליך ענטפערן איבער די מח-מאטערנדע פראבלעם פון 48 קראמאזומס פון מאלפע מעטשען נישט מיט 46 פון מענטשן...

מאטי » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:29 am

· #235101
אנטשולדיגט טייערער זוכער. אבער אזוי לאנג ווי דיינע תגובות זענען אנגעפיקעוועט מיט קללות, לשונות של גנאי, עד-האמינאם, Logical fallacies איז א שאד צו פירן מיט דיר ויכוחים. איך בין זיכער אז דו גייסט דאס נאך איין טאג אויסוואקסן, אויב ס'וועט נאך דאן זיין נוגע, וועט מיר זיין א כבוד צו שמועסן מיט דיר.

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:47 am

· #235106
זאג מיר נישט אז דו שעמסט דיך מיט דיין מאלפע זיידע! אלעס קען איך הערן,. אבער דאס איז מיר באמת TOO MUCH.

עס איז מיר א כבוד אז מ'רופט מיך אברהם אבינו'ס אייניקל. - איך בין זיכער אז די דארווין גלויבער האבן דעם זעלבן כבוד ווען עס קומט צו זייער זייד

אבער צום פינטל וועל איר אזויפיל זאגן אזא דאוקינס וואס האט געשריבן צענדליגער ביכער און פליט ארום פלוידערן זיינע שטותים איבער די גאנצע וועלט האט געקענט זאגן פאר א פרוי, אז עוואלושען ארבעט... והא ראי' אז זי האט א בעיבי צו 9 מאנאטן... האמיר דאך סאליד פרוף פאר עוואלושען - פארשטיי איך זייער גוט אז נישט @מאטי, נישט @יאיר, נישט קיינער אין דעם פורום קען פארענטפערן וויאזוי פון 48 קראמאזומס ווערן א מענטש מיט 46.

ווייל איך האב שוין געהערט קלוגערע ווי ענק - ענקערע רבי'ס און מענטארס: היטשינס, לאורענס קראוס, דעננעט נישט האבן קיין תירוצים און פארדרייען - אם בארזים נפלה שלהבת מה יענו איזובי קיר???

ביבער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:00 am

· #235115
@זוכער פארוואס פרעגסטו נישט פון צוויבל וואס האט נאר 8?

און וויפיל האט איינער מיט דאון סינדראם ווייסטו? יא דער דאון וואס איז א מענטש און קומט פונעם מענטש האט 48 אדער 47.

ביבער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:04 am

· #235117
@יאיר דאכט זיך מיר אז ר' אביגדור שמועסט יא אויס די אנדערע זייט אין זיין ספר rejoice אינעם ערשטן קאפיטל ווידמעט ער א שיינע פאר בלעטער פאר עוואלושאן.

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:50 am

· #235122
ביבער
@זוכער פארוואס פרעגסטו נישט פון צוויבל וואס האט נאר 8?

און וויפיל האט איינער מיט דאון סינדראם ווייסטו? יא דער דאון וואס איז א מענטש און קומט פונעם מענטש האט 48 אדער 47.

אמת. דאון-סינדראם האבן 47. דערפאר זענען זיי נעבעך נישט נארמאל! און דאון-סינדראפ זענען אינ-פוירטל.ן

פון 48 ווערט נישט 46! די בעסטע ראי'.

ביבער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:10 am

· #235125
קודם כל ווי מ'ווייסט היינט זענען דאון סינדראם קלאר יא פורטיל און האבן אפילו טשענסעס צו האבן געזונטע 46 קינדער, צווייטענס אין א פערפעקטע בריאה איז נישט קיין חילוק צו א סעל פארדאפעלט זיך אדער קאמביינט זיך, אויב איז דא עקסידענטס אין א פערפעקטע בריאה לאז שוין די גאנצע יוניווערס זיין א עקסידענט און לאמיר זאגן מה רבו עקסידענטיך השם.
בלאט: 1 2 3 4 5