"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?
117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7293
"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?
לאור די אלע מאראלישע דילעמאס וואס ברענגט א צומישעניש און מאראלישע פאראדאקסן, וויל איך פרעגן א מער בעיסיק שאלה, דארפן מיר זיך בכלל פירן מאראליש ? איך פרעג יעצט נישט, צו ס'פאסט, צו ס'לוינט, צו ס'געשמאק, נעמט אין אכט מאראליש מיינט דאך אפילו בחדרי חדרים, בסתר כבגלוי, אויב אייער ענטפער איז יא מ'דארף, ביטע דעפענירט דעם ווארט "דארף" אינעם קאנטעקסט פונעם שמועס.
ס'דא פארשידענע ענטפערס וואס מ'קען זאגן, איך קען באשטיין צו הערן וואס דער עולם זאגט.
און אויב מ'דארף נישט, דארף מען נישט דארפן?
כ'פארשטיי נישט פונקטלעך וואס דו מיינסט, מיינסט מרמז זיין אז ס'לוינט זיך, האב איך שוין דאס בארירט.
דיין שאלה איז א מיליאן דאלרדיגע וואס נאגט שוין פילאזאפן טויזענטער יארן, אז כ'וועל האבן צייט וועל איך אפשר שרייבן באריכות.
פשט אין מיין פריערדיגע תגובה איז אזוי. אויב דו טשאלאנזשד דעם עצם מציאות פון "דארפן" דאן האט דאס "נישט דארפן" אויך נישט קיין חשיבות. ווייל "נישט דארפן" זאגט דאך אז "מ'דארף" נישט דארפן. אלזא אפילו דו ווייזט אויף אז "מ'דארף נישט" דארף מען דאך נישט "נישט דארפן." כ'האף דאסמאהל האסטו פארשטאנען.
כ' פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן, אבער איך בין מחולק מיט דיין גאנצע נאושען, לצד אז מ'דארף זיך נישט פירן מאראליש, שלאג איך פאר ארויסצונעמן די גאנצע מושג פון "דארפן" פונעם דיקשענערי, נאר אינעם זין פון "געצוואונגן" נישט אינעם זין פון האסט אן אויסוואל אבער דארפסט, יעצט גייסטו אין דו מישט'סט אריין א סאביעקטיווער מושג פון חשיבות, איך טענה ווער זאגט אז ס'איז דא התחלה פון דארפן אדער דארפן נישט דארפן, וואס ס'האט א חשיבות ווענד זיך אין דיר צו באשלוסן
און איך "דארף נישט" אננעמען וואס דו זאגסט אפילו דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, א יא? נו וואס מאכט דיין טענה א נפק"מ אין ווי אזוי "מ'דארף נישט דארפן."
ס'דארף נישט מאכן א נפק"מ 😂
פילייכט לאמיר אנהויבן מיט די דריי מעידזשאר עטיקל טעאריעס. יוטיליטעריעניזם, דיאנטאלידזשי און מעלה עטיקס.
דער אמת איז אז מ'דארף דעפינירן דאס ווארט "דארפן" איך וואלט געזאגט אזוי: די דיסיציע פראצעס וואס איז גובר אויסצוקלייבן אפציע איינס איבער אפציע 2 (מ'רעדט דא לפי די שיטה אז ס'איז פארהאן בחירה) דאס איז די דעפיניציע פון "דארפן" אויב מ'קען זיך אויף א וועג ארויס דרייען דערפון, דאן האט נהורא א פוינט.
ניין.
לעיקוואדניין.
קוקסט מיר אויס צו זיין א מו"ץ בהלכות פילעזאפיע. ..
דערמאנטס מיר פון שפינאזע..
לעיקוואדניין.
האסט מסתמא שאקירט אסאך מענטשן, ?any further comment
יעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.
מאטיאון אויב מ'דארף נישט, דארף מען נישט דארפן?
לעיקוואדניין.
איך בין זיך משתעשע מיט די ענטפערס...
די שאלה איז נאר צו סאיז בכלל שייך צו קענען דארפען, בנוגע מאראל, אויב מען דארף איז עס לכאורה שוין ארויס פון מאראל, איז נאר אויב מען דארף נישט איז מאראל אקטיוו, ואולי לזה נתכוון לעיקוואד,
נהורא'ס שאלה איז געווען ווי אזוי איז מאראל מחייב זיך צו פירן מאראליש, און אויב ס'איז נישט מחייב, פארוואס זיין מאראליש.
לעיקוואדיעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.
מ'קען אסאך זאכן טוען, און אסאך זאכן ווערן געטון, די שאלה איז נאר פארוואס זאל איך עס טוען, אדער בעסער פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון ברעכן די א.ג. מאראלישע געזעצן אין פאל מיר לוינט זיך פארקערט.
לצד אז עס איז נישטא אזא מושג פון א חיוב זיך צופירן מאראליש איז אזא פראגע ווי " מעג איך אריינשפייען אין דיין קאווע" זינלאז
נהורא נפישאלעיקוואדיעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.
מ'קען אסאך זאכן טוען, און אסאך זאכן ווערן געטון, די שאלה איז נאר פארוואס זאל איך עס טוען, אדער בעסער פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון ברעכן די א.ג. מאראלישע געזעצן אין
פאל מיר לוינט זיך פארקערט.
דיינע לעצטע ווערטער הארגעט דיין גאנצע שאלה. ווייל ס'משמע אז אויב לוינט זיך נישט פארקערט וואלט דאס יא מחייב געווען. איך האב פארשטאנען פון דיין שאלה אז "לוינען" איז אויך נישט א מחייב.
אין פאקט איז 'פילאזאפיע' געבויעט אויף ווי אזוי ס'לוינט צו לעבן א בעסערן לעבן, און דאס וואס דו שפירסט אז ס'לוינט דיר פארקערט איז פשוט א חסרון ידיעה. אבער אויב דו ביסט, נאכן דורכלערנן וואס זיי האבן צוזאגן, נאכאלס איבערצייגט אז ס'לוינט פארקערט, דאן איז צייט ארויסצוגעבן אן אייגן חיבור, און אויב ס'ארבייט זיך אויס, וועט דאס ווערן באקאנטן אלס נהוראיזם, טראכט אבער נישט אז ס'קען נישט זיין אז הונדערט יאר ארום וועט איינער זיך וואגן צו זאגן אויף נהוראיזם "אפשר פארקערט!"
מאטינהורא נפישאלעיקוואדיעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.
מ'קען אסאך זאכן טוען, און אסאך זאכן ווערן געטון, די שאלה איז נאר פארוואס זאל איך עס טוען, אדער בעסער פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון ברעכן די א.ג. מאראלישע געזעצן אין
פאל מיר לוינט זיך פארקערט.
דיינע לעצטע ווערטער הארגעט דיין גאנצע שאלה. ווייל ס'משמע אז אויב לוינט זיך נישט פארקערט וואלט דאס יא מחייב געווען. איך האב פארשטאנען פון דיין שאלה אז "לוינען" איז אויך נישט א מחייב.
אין פאקט איז 'פילאזאפיע' געבויעט אויף ווי אזוי ס'לוינט צו לעבן א בעסערן לעבן, און דאס וואס דו שפירסט אז ס'לוינט דיר פארקערט איז פשוט א חסרון ידיעה. אבער אויב דו ביסט, נאכן דורכלערנן וואס זיי האבן צוזאגן, נאכאלס איבערצייגט אז ס'לוינט פארקערט, דאן איז צייט ארויסצוגעבן אן אייגן חיבור, און אויב ס'ארבייט זיך אויס, וועט דאס ווערן באקאנטן אלס נהוראיזם, טראכט אבער נישט אז ס'קען נישט זיין אז הונדערט יאר ארום וועט איינער זיך וואגן צו זאגן אויף נהוראיזם "אפשר פארקערט!"
אוודאי איז לוינען נישט מחייב, נאר אלס א פראגמאטיסט דרוק איך זיך אויס אזוי, אז דארט ווי איך קען דערלייגן פארוואס זאל איך נישט ברעכן די מאראלישע געזעצן, און דארט ווי ס'איז פאר מיר נייטראל, גיי איך פערזענליך נישט גיין קעגן מיין געפילן פון רחמנות, שוינען א צווייטען, א געפיל פאר יושר וצדק.
למעשה בין איך סטאק מיט מיינע געפילן, איך גיי נישט ארויס אויף די גאס שחט'ן מענטשן, אפילו לצד אז מאראל איז נישט מחייב, ווייל מיין געפיל לאזט דאס נישט ( און דאס פארשטייט זיך א חוץ מערערע אנדערע פראגמאטישע סיבות) ד.מ. איך נעם דאס אויך אריין אין קאנסידירעשאן אלס א חלק פון מיין פראגמאטישע צוגאנג.
און פארוואס פאלגסטו דיינע געפילן? איז "געפילן" א מחייב?
מאטיאון פארוואס פאלגסטו דיינע געפילן? איז "געפילן" א מחייב?
ס'איז מחייב אינעם סענס אז איך בין סטאק דערמיט, אדער אסאך מאל איז עס פאר מיר פשוט א תענוג
רוחניבקיצור די פילעוועסט אין עטיקעט און מאראל, אבער דו האסט דאס מורא צו רופן ביים נאמען.
איך אנערקען נישט קיין מאראלישע געזעצן, וואס שמעקט מיר איז זיך צופירן פראגמאטיש וואס איז אפשר רוב מאל זיך נישט סותר אין פראקטיק מיט אוניווערסאל עטיקס. (נישט אלס איז פראגמאטיש צוזאגן וואס טוט זיך בחדרי חדרים)
און דרך אגב ס'געשמאק געווען שמועסן מיט דיר.
מאראל האט בעצם נישט קיין געזעצן, עכ"פ נישט אלס אן אייגענעם שטאנד (intrinsically) ס'איז פשוט מהלכים ווי אזוי צו לעבן דאס בעסטע לעבן. אויב דו האלטסט אז דו האסט אויסגעטראפן א געוויסע מהלך פארקערט ווי ביז היינט, דאן כל הכבוד ואין לך מאראל גדולה מזו.
וואס הייסט צו מ׳דארף זיך פיהרן מאראליש? אלס וואס? מצד הלכה? (ניין!) מצד מאראל? (דארף קודם זיין א מאראל צו מחייב זיין).
טאמבל סאספילייכט לאמיר אנהויבן מיט די דריי מעידזשאר עטיקל טעאריעס. יוטיליטעריעניזם, דיאנטאלידזשי און מעלה עטיקס.
וואס איז מעלה עטיקס?
איז פארהאן עפעס וואס איז בכלל מחייב? אבוויעסלי, אויב נישט וואלט מען געבליבן אין בעט צופרי. וואס איז דער מחייב ארויסצוגיין? צווישן די אפציע פון "בלייבן אין בעט" און "ארויס גיין פון בעט" האט זיך ארויסגעשטעלט אז "ארויסגיין פון בעט" איז א בעסערע אפציע. איז 'די היגיון/מחשבה/ וואס האט באשטימט אז "ארויסגיין פון בעט איז א בעסערע אפציע' מחייב ארויסצוגיין פון בעט?
יעצט וועל איך ארויפשטעלן וואס איך האב געלייגט ביי מיר און דרעפט פון די ערשטע מינוט.
איך האב א חזיון, אז מען גייט זיך טרעפן שטיין ביים שאפע, און בלאזען שטויב פון די אלטע ספרים און פילעזאפישע ביכער, און בעסטען פאל צו לינקען און איבערגיין וואס עס איז שוין אויסגרעדט געווארן דא שטיבעל הרבה פעמים.
מאראל איז א רשות בפני עצמו און נהורא דארף זיך נאך אויסקלארן וואס מאראל דעפענירט זיך ביי אים און פון דארט קען מען גיין ווייטער אויב סאיז דא וואו.
נולד מאוחרטאמבל סאספילייכט לאמיר אנהויבן מיט די דריי מעידזשאר עטיקל טעאריעס. יוטיליטעריעניזם, דיאנטאלידזשי און מעלה עטיקס.
וואס איז מעלה עטיקס?
Virtue ethicsמאטיאיז פארהאן עפעס וואס איז בכלל מחייב? אבוויעסלי, אויב נישט וואלט מען געבליבן אין בעט צופרי. וואס איז דער מחייב ארויסצוגיין? צווישן די אפציע פון "בלייבן אין בעט" און "ארויס גיין פון בעט" האט זיך ארויסגעשטעלט אז "ארויסגיין פון בעט" איז א בעסערע אפציע. איז 'די היגיון/מחשבה/ וואס האט באשטימט אז "ארויסגיין פון בעט איז א בעסערע אפציע' מחייב ארויסצוגיין פון בעט?
אוודאי ווילסטו טוען דאס וואס די באשלוסט איז א בעסערע אפציע, אבער וויאזוי דעפינירסטו בעסערע אפציע, פראגמאטיזם איז דאך פשט וועלן טוען די בעסטע אפציע, נאר אז ס'קומט אריין אמונות און הנחות אז "מ'דארף" זיך פירן לויט געוויסע געזעצן טוישט דאס די אויסגאנג פון בעסערע אפציע, מיין שאלה איז צו ס'איז דא עפעס א געוויסע הנחה אויף וואס ס'איז שייך צו זאגן אז "מ'דארף" זיך צופירן, און אויב יא וואס מיינט אז מ'דארף.
פארוואס?וואס הייסט צו מ׳דארף זיך פיהרן מאראליש? אלס וואס? מצד הלכה? (ניין!) מצד מאראל? (דארף קודם זיין א מאראל צו מחייב זיין).
און אלס הלכה וואלט אויך געדארפט זיין א הלכה וואס זאל מחייב זיין אלס הלכה.
נהורא נפישאפארוואס?וואס הייסט צו מ׳דארף זיך פיהרן מאראליש? אלס וואס? מצד הלכה? (ניין!) מצד מאראל? (דארף קודם זיין א מאראל צו מחייב זיין).
און אלס הלכה וואלט אויך געדארפט זיין א הלכה וואס זאל מחייב זיין אלס הלכה.
סקען נישט זיין קיין הלכה וואס זאל מחייב זיין א הלכה, אין לדבר סוף, פאלגען א הלכה איז א אמונה אדער א געוויסע קשר וואס דער מענטש בונדט זיך צו א געוויסע מהלך אלס וואס ווערט נכלל און דער מהלך איז אים מחייב זאל עס זיין סעקטע/קולטור/קולט וכו, וואס איז מיר מחייב צו די זאכען איז אדער מיין געפיל אדער מיין לאגיק, אבער סהאט נישט מיט די גאנצע שמועס מאראל איז נישט קיין מחייב און אויב איז עס מחייב מיינענדיג אויב דארף מען איז עס שוין נישט קיין מאראל
איז שייך צו נוצן די הגדרה פון מחוייב אנע דעם וואס ס'זאל זיין על תנאי א געוויסע מהלך.
לדוגמא ביסט מחוייב ע"פ הלכה
ביסט מחוייב לויטן געזעץ
ביסט מחוייב עטיקלי.?
יא
מאטייא
הלכה ניין
געזעץ ניין
עטעקלי, ביטע זיי מסביר וואס פארטייטש זיך זיך ביי דיר עטעקל
אפגעזען וואס עטיקס מיינט, איז דאך מיין שאלה צו מחוייב מוז אייביג זיין לויט א געוויסע סיסטעם אדער מחוייב קען שטיין פאר זיך זעלבסט
אחד העםמאטייא
הלכה ניין
געזעץ ניין
עטעקלי, ביטע זיי מסביר וואס פארטייטש זיך זיך ביי דיר עטעקל
מחויב ע''פ הלכה מיינט אז "הלכה איז מחייב"." פאר אן אטעאיסט איז דאס ווי יוסף הצדיק זאגט פאר זיינע ברודער "חי פרעה" זענט איר נאך אלס ביי אייער מיינונג?
דאס הייסט אז אויב מ'גלייבט אין עפעס א סיסטעם "פילט" מען אז דער סיסטעם איז דיך מחייב
מאטיאחד העםמאטייא
הלכה ניין
געזעץ ניין
עטעקלי, ביטע זיי מסביר וואס פארטייטש זיך זיך ביי דיר עטעקל
מחויב ע''פ הלכה מיינט אז "הלכה איז מחייב"." פאר אן אטעאיסט איז דאס ווי יוסף הצדיק זאגט פאר זיינע ברודער "חי פרעה" זענט איר נאך אלס ביי אייער מיינונג?
כהאב נישט אזוי קלאר פארשטאנען וואס די שרייבסט, כמיין מזעמיר בינאזאם, די חיוב פון הלכה שטייט קיינ מאל פאר זיך זעלבסט, נאר צו דער וואס איז אויפגעוויזען צו גיין אונטער הלכה וואס זאגסטו
בין איך מחיוב זיך אפצושטעלן ביי א רויטע ליכט?
מ'קען זאגן אז ניין.... אבער אויב בין איך פונקט אין די גוסטע נישט צו באגיין זעלבסטמארד, דאן איז "די גוסטע מיר מחייב זיך אפצושטעלן" א ריכטיגע הגדרה.
מאטיבין איך מחיוב זיך אפצושטעלן ביי א רויטע ליכט?
מ'קען זאגן אז ניין.... אבער אויב בין איך פונקט אין די גוסטע נישט צו באגיין זעלבסטמארד, דאן איז "די גוסטע מיר מחייב זיך אפצושטעלן" א ריכטיגע הגדרה.
דיין לאגיק איז דיר דאס מחייב
מאטיבין איך מחיוב זיך אפצושטעלן ביי א רויטע ליכט?
מ'קען זאגן אז ניין.... אבער אויב בין איך פונקט אין די גוסטע נישט צו באגיין זעלבסטמארד, דאן איז "די גוסטע מיר מחייב זיך אפצושטעלן" א ריכטיגע הגדרה.
דאן איז דאס ווייטער על תנאי, אויב די ווילסט נישט ליידן די קאנסעקווענצן, און אויב ווילסטו יא?
איז דען פארהאן א מציאות מחליט צו זיין צווישן צוויי אפציעס ווען ביידע שטעלן פאר פוקנטליך די זעלבע קאנסעקווענצן גלייך אויף גלייך? אויב יא, דאן זענט איר גערעכט. כ'האב דאס שוין אויבן געשריבן. בפשטות קוקט מיר אויס אז א יעדע דעסיציע קומט מיט א מינימום 51/49 אויבערהאנט.
נישטא קיין חיוב אהן קיין מחייב.
כ׳זעה ווי דער עולם שרייבט און שרייבט, אהן ארויסברענגען געהעריג דעם פוינט, סא לאמיר עס מאכן אין קורצן:
עס איז ידוע דער רמב״ם אז ״אמונה״ קען נישט אריינגערעכנט ווערן אין מנין המצוות, ווייל אהן קיין מצווה איז ניטא קיין מצוה. כלומר, בעפאר איינער גלויבט אין גאט און אין די תורה, קען איהם נאך די תורה נישט הייסן ער זאל גלייבן.
ערשט נאך וואס דו גלייבסט אין די תורה, קען מען דיר אנפאנגען צו זאגן וואס צו טוהן.
הוא הדין והוא הטעם, פאר ווען איינער גלייבט נישט אין מאראל, אדער ער טראסט נישט זיינע געפיהלן אז מ״דארף״ זיין מאראליש. איז נישטא ווער עס זאל איהם מחייב זיין צו זיך פיהרן מאראליש.
ערשט נאך וואס ער גלייבט אין מאראל, ״דארף״ ער זיך פיהרן מאראליש.
ודו״ק כי פשוט הוא.
והוא הדין לגבי לאגיק.
ווען איינער גלייבט אין עטיקס מיינט נאך נישט אז ער דארף, ס' מיינט אז ער פילט אז ער דארף.
יאירוהוא הדין לגבי לאגיק.
אז וואס ?
איך טייטש אפ "פארוואס'ס תגובה אין אנדערע ווערטער ווי פאלגענד :
"מ'דארף גלייבן אז מאכן א בעסערע באשלוס אין לעבן, ברענגט א בעסערן לעבן, בלויז דאן איז דאס מחייב אויסצוקלויבן די בעסערע באשלוס.
נהורא נפישאיאירוהוא הדין לגבי לאגיק.
אז וואס ?
אז אויף די ווארהייט פון לאגיק אליין קענסטו נישט ברענגען קיין לאגישע ראיות, מוז מען זאגן אז מ'גלייבט באמונה פשוטה אין לאגיק.