זענען מיר אנאלפאבעטן?
137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5031
לכאורה איז דאס בשיטה. סוף כל סוף, אויב אלע חכמות ליגן אין די תורה, פארוואס זאל נישט וואקאבולאר זיין נכלל דערין? די סנהדרין האבן דאך געקענט אלע שפראכן, און זיי האבן אודאי נישט געפאשעט אין פרעמדע פעלדער. כפי מיטב ידיעתי איז "שיינשרייבן" די איינציגע חכמה וואס שטייט נישט אין די תורה. מ'דארף טאקע דערגיין פארוואס.
א בשייכות'דיגער פראבלעם איז דאס וואס ווערטער פאר געפילן עקזיסטירן כמעט נישט אין אונזער היימישער וואקאבולאר, די מערסטע וואס דו וועסט הערן איז "אנגעזעצט" און "דעפרעסט". נישטא קיין אנטוישט, rejected, צובראכן, hurt, פרייליך, עקסטאז, anxious, באליבט, ענטוזיאסטיש, סימפאטיש, peaceful ועוד ועוד.
לדעתי צייגט דאס אויף א טיפערער פראבלעם.
אנאנים: דו האסט מסכם געווען דיין מאמר אין איין שורה. אז די שפראך פון א מענטש (קינד און ערוואקסענער) איז נישט אנטוויקלט האט ער נישט די מעגליכקייט צו טראכטן. נאר לפענ"ד ווערט דאס געטון בכוונה תחילה. כדי מ'זאל נישט זיין מסוגל צו טראכטן אויף אן אומאפהענגיקן אופן נאר נאכגיין נאכ'ן שטראם. און אויב ס'טרעפט זיך אמאל א מלמד וועלכער וויל יא אריינברענגען אביסל ידיעות אין שפראך אין זיינע תלמידים האט ער אויך מורא אז מ'וועט איהם פארשרייען אלס משכיל. ממילא גייט ער מיט מיט דעם שטראם פון אויבערפלאכיגקייט. נאר די קאנספיראציע טעאריעס לאז איך איבער פאר חזקיה-ו המלך. (איינער געדענקט איהם נאך?( 🙄
יאירלכאורה איז דאס בשיטה. סוף כל סוף, אויב אלע חכמות ליגן אין די תורה, פארוואס זאל נישט וואקאבולאר זיין נכלל דערין? די סנהדרין האבן דאך געקענט אלע שפראכן, און זיי האבן אודאי נישט געפאשעט אין פרעמדע פעלדער. כפי מיטב ידיעתי איז "שיינשרייבן" די איינציגע חכמה וואס שטייט נישט אין די תורה. מ'דארף טאקע דערגיין פארוואס.
א בשייכות'דיגער פראבלעם איז דאס וואס ווערטער פאר געפילן עקזיסטירן כמעט נישט אין אונזער היימישער וואקאבולאר, די מערסטע וואס דו וועסט הערן איז "אנגעזעצט" און "דעפרעסט". נישטא קיין אנטוישט, rejected, צובראכן, hurt, פרייליך, עקסטאז, anxious, באליבט, ענטוזיאסטיש, סימפאטיש, peaceful ועוד ועוד.
לדעתי צייגט דאס אויף א טיפערער פראבלעם.
אוי
@יאיר די האסט ערוועקט און מיר מאדנע קאשמארען, וויפיל יאר האב איך שוין נישט געהערט דאס ווארט שיינשרייבען, יוׂ פלצות אחזתני..
מלמדים, וואקאבולאר, גייט עפעס נישט אינאיינעם. איר ווייסט דען נישט אז מ'האלט זיי פאר פרנסה.
יאנקל די עלטערע דור וואס די מלמדים האבן יא געטייטש צדה לאקרן, הערסטו אמאל איינעם דאס ניצען?
ועוד אישי א פייער אפפפער, כגלייך די גאטס פון מלמדין צי טוישן טייטש און ניצען ווערטער וואס קונדער פארשטייען.
די אלטע מלמדים האבן נישט אויסגעלרעט די באדייט, נאר איך האב גאכאפט פראסקעס פארן נישט געדעמקען פייער אפפער.
געוואלדיגע דיבורים.
כ'וועל נאר אריינווארפן דא מיינע צוויי צענט איבער דעם דעבאטע צו מען קען טראכטן אן ווערטער. איך בין מצדד מיט דעם זייט אז מען קען טראכטן אן ווערטער, איבער nouns און verbs זיכער, און מעגליך אויך איבער קאנצפעטן ומושגים. אבער וואס פאסירט געווענטליך איז פונקט א פארקערטע רעאקציע-ציקל. כאטש אין טעאריע קען מען טראכטן אן ווערטער איז עס פיל שווערער און דערפאר טוט מען עס טאקע נישט אן דעם, וויבאלד רוב מענטשן ווילן נישט אדער קענען נישט זיך אנשטרענגן אזוי ווייט. קומט אויס לפי זה אז דער חסרון פון א קליינע וואקאבולאר איז נישט אז מען קען נישט טראכטן, נאר אז מען טוט אייגענטליך נישט טראכטן. איינמאל מען ווידמעט נישט קיין מחשבה איבער די מושגים וואס מען פארמאגט נישט קיין ווערטער פאר זיי, אויטאמאטיש ווערן די מושגים נישט קולטאווירט. נעם געפילן לדוגמא: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט די ווערטער וואס יאיר האט אויבן אויסגערעכנט, טוט מען נישט טראכטן איבער זיי און אז מען טראכט נישט איבער די געפילן, ווערן די געפילן פארטעמפט. אדער נעם וויסנשאפט: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט ווערטער פאר, למשל, פיזיקס, טראכט מען שוין נישט איבער דעם און אויטאמאטיש וועט זיך קיינמאל נישט אנטוויקלן אין דעם מענטש א פארשטאנד צו פיזיקס.
ווילסט מי זאגן אז סדא א חיליק לגבי געפילן צווישען א משלנו ביז סתם א מענטש וואס איז ציגעווינט צי ניצען געפילשע ווערטער? חוץ לאוו love גלייב איך נישט אז מיר זענען אנדערש ווי דער גוי.
נולד מאוחרווילסט מי זאגן אז סדא א חיליק לגבי געפילן צווישען א משלנו ביז סתם א מענטש וואס איז ציגעווינט צי ניצען געפילשע ווערטער? חוץ לאוו love גלייב איך נישט אז מיר זענען אנדערש ווי דער גוי.
אין די עצם געפילן איז נישטא קיין חילוק, אבער אין קלארקייט אין קאפ איז שוין איינמאל דא. ווען א מענטש ווייסט אז די סארט געפיל פון rejection האט א נאמען און עס איז א נארמאלע וועג צו פילן נאכדעם וואס מען ווערט - צום ביישפיל - אפגעענטפערט קאלטערהייט דורך א חבר, דעמאלט קען מען גרינגער דיעלן דערמיט.
אם קבלה הוא נקבל. בפשטות לייגט זיך עס נישט אויפן שכל אז די ווערטער אוצר זאל משפיע זיין אויף די געפילן. וקצת זכר לדבר, די ירושלים'ע אידן האבן כידוע א רייכערע שפראך ווי אמעריקאנער, און איך זעה נישט זייערע געפילן זאלן זיין מער אנטוויקלט.
לענין אז אלע חכמות איז מרומז אין די תורה,, דאס איז נישט סתם א חרדי'שע איינרעדעניש, דער רמב"ן שרייבט עס קלאר. אבער ער באציט זיך, כמדומה, בלויז אויף תורה שבכתב אז אלעס איז מרומז אין די אותיות התורה, נישט אויף אזא נאנסענס אז מען קען לערנען סייענס פון די גמרא'ס סייענטיפישע פאקטן וכדומה. ווי אויך איז כמעט קלאר אז מימות הראשונים איז שוין נישטא קיינער וואס ווייסט נאך וויאזוי אויסצוליינען די רמזים אין די אותיות התורה, און, אינצידענטלי, די גדולים וואס האבן געקענט אנדערע חכמות אויך, האבן פונקט אויך געלערנט די ספרים איבער יענע חכמה, און די ספרים וואס זיי האבן נישט געלערנט האבן זיי טאקע נישט געקענט.
הציץ ונפגעגעוואלדיגע דיבורים.
כ'וועל נאר אריינווארפן דא מיינע צוויי צענט איבער דעם דעבאטע צו מען קען טראכטן אן ווערטער. איך בין מצדד מיט דעם זייט אז מען קען טראכטן אן ווערטער, איבער nouns און verbs זיכער, און מעגליך אויך איבער קאנצפעטן ומושגים. אבער וואס פאסירט געווענטליך איז פונקט א פארקערטע רעאקציע-ציקל. כאטש אין טעאריע קען מען טראכטן אן ווערטער איז עס פיל שווערער און דערפאר טוט מען עס טאקע נישט אן דעם, וויבאלד רוב מענטשן ווילן נישט אדער קענען נישט זיך אנשטרענגן אזוי ווייט. קומט אויס לפי זה אז דער חסרון פון א קליינע וואקאבולאר איז נישט אז מען קען נישט טראכטן, נאר אז מען טוט אייגענטליך נישט טראכטן. איינמאל מען ווידמעט נישט קיין מחשבה איבער די מושגים וואס מען פארמאגט נישט קיין ווערטער פאר זיי, אויטאמאטיש ווערן די מושגים נישט קולטאווירט. נעם געפילן לדוגמא: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט די ווערטער וואס יאיר האט אויבן אויסגערעכנט, טוט מען נישט טראכטן איבער זיי און אז מען טראכט נישט איבער די געפילן, ווערן די געפילן פארטעמפט. אדער נעם וויסנשאפט: אז מען האט נישט אדער מען ניצט נישט ווערטער פאר, למשל, פיזיקס, טראכט מען שוין נישט איבער דעם און אויטאמאטיש וועט זיך קיינמאל נישט אנטוויקלן אין דעם מענטש א פארשטאנד צו פיזיקס.
האסט א געוויסע נקודה, אבער לאוו דווקא עס איז אזוי פארבונדען ווי די האסט עס אוועקגשטעלט,
עס זענען דא זאכען.וואס מען דארף נישט די ווערטער, כגון, דער מושג אז איינס מיט איינס איז צוויי דארף איך נישט וויסען דאז ווארט פלאס אדער מיינוס וכו', און לגבי געפילן די זעלבע איך דארף נישט דאס ווארט rejection זיך.צו שפירען געטראפען פון א קאלטען אפענטפער, מקען עס אפשר.בעסער פין פוינטען, אבער לגבי דער שורש פון דער געפיל.דארף.איך.נישט קיין ווערטער, איך דארף.נישט וויסען אלע נעמען פון אלע סארטען געז צו טראכטען און קעמענסטרי, אז איך זע אז דאס מיט דאס קומען.זיך.צאם געשעט דאס, אוודאי ווען איך.וויס די ווערטער איז.אפשר.קלארער, און אפילו איך ווייס יא די ווערטער מיינט נישט אז וויבאלד איך וויס די ווערטער קען איך ברייטער טראכטען, עס פאסט מער צו זאגען אז וויבאלד.מיינע מושגים זענען פארברייטערט קען איך טראכטען ברייטער אבער עס איז לאוו דווקא געבינדען מיט ווערטער.
בקיצור, איז מיין פוינט, דאס וואס מען טראכט ברייטער מיט א ברייטערען וואקובלאר, איז נישט וייל איך קען מער ווערטער, נאר ווייל איך בין שולט און מער מושגים כעין שהעיר כבר
@הוגה לעיל, און אפילו ביי דער משל פון ''לאקערן'', איז דער פראבלעם אז דער מלמד לערנט דאס נישט מיט'ן קינד, נאר ער טייטש צדה וועלן, איז ווייל ער האט מצמצם געווען דאס קינד'ס מושגים, לאקערען איז אן אנדערע מושג פון וועלן, לאקערן איז א אקט שוין נאכן וועלן, אז איך וויל יענעם טון עפעס, גיי איך לאקערן אויף אים, און דאס איז מער א פראבלעם מכח צימצום המשוגים, ווי צימצום הוואקובלאר, ואדגיש, אוודאי אז א ברייטער וואקובלאר העלפט ארויס בעסער.פין פוינטען די זאך, און עס קענען קלארער ארויסברענגען, און אולי פאר א קלאר'ערן טראכט אויך, אבער בשרשו איז וואקובלאר זעלבסט נישט קיין פראבלעם, עס איז א בעיה מכח.צימצום המושגים
האב איך עס מגגל געווען, איז ארויסגעקומען דאס פאלגענדע:
“People with an impoverished vocabulary live an impoverished emotional life; people with rich vocabularies have a multihued palette of colors with which to paint their experience, not only for others, but for themselves as well.” (Robinns, 1991).
Vocabulary knowledge has been linked to intelligence, academic success, and identified as one of the five essential components of reading (NICHD Report of the National Reading Panel, 2000)
(דער ערשטער ציטאט איז גענומען פון א בוך דורך דעם בארימטן עקספערט אויף היומען רילעישאנשיפס און סוקסעס,
טאני ראבינס.
יאירהאב איך עס מגגל געווען, איז ארויסגעקומען דאס פאלגענדע:
“People with an impoverished vocabulary live an impoverished emotional life; people with rich vocabularies have a multihued palette of colors with which to paint their experience, not only for others, but for themselves as well.” (Robinns, 1991).
Vocabulary knowledge has been linked to intelligence, academic success, and identified as one of the five essential components of reading (NICHD Report of the National Reading Panel, 2000)
(דער ערשטער ציטאט איז גענומען פון א בוך דורך דעם בארימטן עקספערט אויף היומען רילעישאנשיפס און סוקסעס,
טאני ראבינס.
עס איז אבער נישט מוכרח אז עס איז מכח ווייל איך ווייס מער ווערטער, נאר אז מען לערנט מער ווערטער ווערט מען פארברייטערט און מושגים, אז די באמערקסט איז בעיקר מדגיש די נקודה אז וואקובלאר העלפט פאר פין פוינטען די הרגש וכו' אבער דער רגש זעלבסט קען געשפירט ווערן אפילו מען איז אריכטיגע אנעלפאבעט
מען האלט נאך ביי דעם פראבלעם פון קענען פשוט'ע ווערטער און מושגים, אבער עס גייט פיל ברייטער און טיפער פון דעם. א שטארקער גורם וואס העלפט פארגרעסערן די ארימקייט אין אונזער וואקובלאר זענען די "עיני העדה". דאס הייסט אז אויסער דעם וואס די לערערס אין שולע וועלכע דארפן געבן די יסודות פון שפראך פאר א קינד זענען אין אונזער פאל "מלמדים" וואס לערנען קוים די מינימאלסטע א-ב פון אונזער שפראך און אירע כללים, וואס דורכדעם הייבן מיר אלע באלד אן מיט א שרעקליכן מאנגל אפילו אין איינפאכע ווערטער, איז אויך דער קומענדיגער שטאפל וואס העלפט געווענליך בארייכערן דעם מענטנש'ס אוצר פון טערמינען, ידיעות און באגריפן - די ביכער און צייטונגען - זענען אויך בשפל המצב.
אנשטאט ארויפברענגען די ליינער א שטאפל העכער, האבן זיי זיך צוגעשטעלט צו די נידריגע קינדערישע לעוול פון אונזער ארעמע געזעלשאפט. און נישט נאר טוען זיי אונז נישט ארויפברענגען, נאר זיי טוען אונז נאך גאר אראפפירן טיפער און ברענגען נענטער צו דער "טונקעלער עפאכע", סיי מיט די עצם ענינים וואס זענען ארעם און טרוקן, סיי מיט זייער אומשעפערישער, פארוועלקטער אופן פון ארויסברענגען מושגים, סיי זייער ביליגער און אומפראפעסיאנאלער וועג פון צוזאמשטעלן שורות און זאצן, און סיי מיט זייער שרעקליך מאגערע ווערטער-אוצר. עס האלט ביי א מצב אז ווען מען הייבט אן ליינען אן ארטיקל קען מען ממש פאראויסזאגן וועלכע ווערטער און טערמינען יענער גייט נוצן ארויסצוברענגען זיין נקודה. רוב נוצן איבער די זעלבע אויסגעדראשענע לאזונגען, טערמינען, און אפילו מאמרים, ביים אנהייב און ענדע, אז ממש עס איבלט. צו טרעפן איינער וואס שרייבט אריגינעל, ברענגט ארויס זיינע/אירע געדאנקען אויפ'ן ריכטיגן אופן און מיט טעם און געשמאק, איז אן אמת'ער זעלטנהייט (אין "מעלות" קען מען דאס אביסל טרעפן, אבער צו אלע צרות זענען זיי אויף ענינים וואס זענען לאנגווייליג פאר מענטשן מיט אביסל שכל). ריכטיגע קריעטיוויטי אין היימישן אידיש איז געווארן א יקר המציאות.
אונזערע נאטורליך-הונגעריגע מוחות ליידן פון הונגער און ווערן מיט דער צייט אויסגעמאגערט. אז מען נוצט עס נישט, זאגט די וועלט, פארלירט מען עס. דאס האט געברענגט צו א מצב אז רוב ליינער קענען שוין אפילו נישט "אפליינען" א געהעריג שטיקל. מיר זענען געווארן עניי בדעת און מיר קענען אפי' נישט געהעריג אויסליינען א שיינעם שטיקל, נישט נאר אויף ענגליש (וואס גענוג וועלן ענדערש ליינען א תגובה פון צען שורות אידיש ווי איידער דארפן דורכשוויצן איין שורה ענגליש), נאר אמאל אפילו אויך נישט קיין אידיש, ווי דער פותח האשכול באקלאגט זיך איבער א שלעכט-פארטייטשטע קאמע. שוין אפגערעדט אז עס איז קוים דא אחד בעיר וואס האט די טאלאנט צו אפשרייבן א שטיקל פאעזיע אויף א לעוול וואס איז העכער כיתה ג' און מער ווי בלויז גראמען, און צו שרייבן א זאץ וואס זאגט עפעס מער ווי טרוקענע ווערטער און האט אן אוצר אויך צווישן די שורות איז אן אומדערהערטע ערשיינונג. און אויב איינער שרייבט שוין יא אינטערעסאנט, טרעפט ער קיינע אויערן און אוודאי נישט קיין פאסיגע קאמענטארן (מר. בערגער, איך פארשטיי אייער ווייטאג). דער מציאות איז, אויב מען וואקסט אויף אין א מדבר, איז כמעט אוממעגליך צו אנטוויקלען די מער קאמפליצירטע חושים.
נישט נאר שפיגלט דאס אפ אויף אונזער ארעמער געדאנקענגאנג, נאר עס איז קלאר אויך א דירעקטער גורם דערצו. שוין אפגערעדט פון אן אומאנטוויקלונג אין אבסטראקטיווע מחשבות, נאר עס ברענגט זיכער אויך א חסרון אין איינפאכע טאג-טעגליכע געדאנקען, ווען אין אומצאליגע סיטואציעס פעלט פון דעם מענטש אופנים וויאזוי זיין מוח וואלט אים געקענט פירן אין אנדערע ריכטונגען, אבער עס פעלט אים די מחשבה-געצייג וויאזוי דאס צו פירן און מאנעוורירן. אין א געוויסן זין בלייבן מען אין אן אייביגן נעפל; מען ווייסט אפילו נישט פון די ליכטיגקייט ביים עק פון טונעל.
איין עצה: כאטש אנהייבן פיטערן די יונגווארג, ווען דער שפראך פענסטערל איז נאך ברייט אפן.
וואקובלאר העלפט פאר פין פוינטען די הרגש וכו' אבער דער רגש זעלבסט קען געשפירט ווערן אפילו מען איז אריכטיגע אנעלפאבעט
נישט ריכטיג. פונקט ווי א כעמיקער שטעלט צוזאם צוויי עלעמענטן און "באשאפט" א דריטן, קען א שרייבער "באשאפן" נייע מושגים אין דעם ליינער'ס קאפ און זיי קענען העלפן טראכטן און באגרייפן ענינים וואס וואלט געווען אוממעגליך אן זיי.
אפשר איין טאג ווען איך וועל האבן מער צייט, וועל איך ברענגען עטליכע משלים דערצו. (זעסט, יעצט האלטסטו אז נישט; שפעטער, נאך עטליכע שורות פון ווערטער, וועט דיין מוח מעגליך באגרייפן עפעס ניי און קען דערביי טוישן מיינונג אויף די קומענדיגע זיבעציג יאר. אך, דער פאטענציעלער כוח פון ווערטער...)
אנטשולדיגט פארן זיך נישט באטייליגן כדבעי און "מיין" אשכול, מה נעשה אז בצוק העיתים ובעוונותי כי רבו בין איך צו פארנומען עם הדת והחיים צו קענען שרייבן אין קאווע שטיבל. אבער ב"ה לא אלמן בישראל, עס האט זיך אויך אן מיר אנטוויקלט א הערליכער משא ומתן, זה בונה וזה סותר כדרכו של תורה. אין אישית האב איך באקומען פון חכם הרזים, לית רז דלא אניס ליה,
@שליח דעם פאלגענדעם תגובה, און איך בין עס דא מפרסם ברשותו.
שליחא וויכטיגע און ווייטאגליכע נושא, אבער הגם ס'איז זייער געשמאק ארויפצולייגן נאך א פראבלעם אויפן סיסטעם, דוכט זיך מיר אז ס'איז פיל מער קאמפליצירט. הונדערט יאר צוריק האט מען
גארנישט געלערנט אין די חדרים (חוץ פון חומש און גמרא), אבער די מאסן-שפראך איז געווען פיל רייכער. כ'וואלט פארגעשלאגן אז די ראד דרייט זיך אויף פארקערט, נישט ווייל מ'רעדט נישט טראכט מען נישט נאר ווייל מ'טראכט נישט רעדט מען נישט. (אגב, וואס מ'לערנט אין די אלגעמיינע שולעס איז א קנאפע הוכחה אויף וואס דער דורכשניטליכער גוי ווייסט למעשה, ווי יעדער וואס האט שוין געשמועסט אדער זיך געשריבן מיט א צאל פון זיי ווייסט, פארט איז דאס נישט קיין חצי נחמה פאר אונז).
ס'האט מיר איבערראשט די הנחה וואס אלע האבן דא אנגענומען מיט א פשטות, אז זיך האלטן צו די כללים פון גראמאטיק בארייכטערט דעם וואקאבולאר. איז פארהאן עפעס הוכחות (אדער כאטש הסברים) דערצו? ס'איז אמת אז די וואס זענען אויסגעצייכנט אין איינס זענען געווענליך אויך אויסגעצייכנט אין די צווייטע, אבער דאס איז ווייל איין סיבה, חוש (אדער געפיל) צו שפראך, ברענגט ביידע.
אן אנדערע (און לדעתי מער אפעקטיווע) עצה וואלט געווען אז ר' יידל זאל ממשיך זיין מיט זיין
ווערטער בוך אינציאטיוו.
א שטיקל פלא וואס מ'טענה'ט זיך דא ארום איבער מחשבה און שפראך, און קיינער ערווענט נישט אז ס'איז פון די ערשטע און יסודות'דיגע נידונים און לינגוויסטיקס, ע"ע linguistic relativity און Sapir–Whorf hypothesis. גאנצע שפראכן זענען באשאפן געווארן דאס צו דערגיין. היינט צוטאגס איז אנגענומען אז
linguistic determinism איז פאלש, און מחשבה איז אוודאי טיפער ווי שפראך, פארט קען שפראך משפיע זיין אויף מחשבה.
בנוגע די שטודיעס וואס יאיר (און אנדערע) ברענגען נאך, ווען וועלן זיך שוין די אזויגערופענע researchers זיך אויסלערנען אז correlation is not causation? וואס זאגט איר צו מיין היימיש געמאכטע שטודיע, וואס ווייזט אויף אז 100% פון די וואס ווייסן נישט די טייטש פון Tangent, Vector, און Polynomial קענען נישט קיין מאטעמאטיקס? לפי"ז איז דאך פארהאן א גראנדיעזע לעזונג צום Innumeracy פראבלעם! מ'דארף פשוט אויסלערנען די דריי ווערטער פאר די מאסן און אלעס איז מסודר! כמובן אז ס'איז פונקט פארקערט, ווער ס'קען מאטעמאטיק פארשטייט וואס די ווערטער מיינען. וועמענס געפילן זענען אומאנטוויקלט וועט אויטאמאטיש שוואכער אויפכאפן די ווערטער וואס באצייכענען הרגשות וואס ער האט נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט.
דברים כדרבונות, ודברי חכמים בנחת. נאר אויף איין נקודה וועל איך מעיר זיין, איך האב קיינעם נישט חלילה באשולדיגט אינעם מצב. כ'האב נאר אנגעמערקט דעם מציאות, און פרובירט צו מציע זיין געדאנקן צו פארבעסערן דעם מצב.
יידלאין אישית האב איך באקומען פון חכם הרזים, לית רז דלא אניס ליה
נו, הוגה, זעהסטו וואס עס געשעהט מיט דאפעלטע נעגעטיוו'ס?...
כ'האב חלילה נישט באשולדיגט יידל מיט באשולדיגן, אדער יאנקל מיט מישן וואקאבולאר און גראמאטיק. אדרבה, ירבו כמותכם.[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג, ווי געשריבן:
שליחהיינט צוטאגס איז אנגענומען אז
linguistic determinism איז פאלש, און מחשבה איז אוודאי טיפער ווי שפראך,
פארט קען שפראך משפיע זיין אויף מחשבה.
ואעתיק וואס דויטשער שרייבט אין זיין עפילאג:
In the second part, we saw that the linguistic conventions of our society can affect aspects of our thought that go beyond language. The demonstrable impact of language on thinking is very different from what was touted in the past. In particular, no evidence has come to light that our mother tongue imposes limits on our intellectual horizons and constrains our ability to understand concepts or distinctions used in other languages. The real effects of the mother tongue are rather the habits that develop through the frequent use of certain ways of expression. The concepts we are trained to treat as distinct, the information our mother tongue continuously forces us to specify, the details it requires us to be attentive to, and the repeated associations it imposes on us—all these habits of speech can create habits of mind that affect more than merely the knowledge of language itself. We saw examples from three areas of language: spatial coordinates and their consequences for memory patterns and orientation, grammatical gender and its impact on associations, and the concepts of color, which can increase our sensitivity to certain color distinctions.
אבער למעשה דוכט זיך מיר אז דויטשער ברענגט אויך בלויז קארעלאציעס. מאן יימר אז די רוסן באטראכטן ליכטיג-בלוי און בלוי פאר באזונדערע קאלירן ווייל זיי האבן עקסטערע נעמען, אפשר האבן זיי באשאפן עקסטערע נעמען ווייל זיי באטראכטן עס ווי צוויי קאלירן? ווען ס'קומט צו אזעלכע ענינים איז אויסטערליש שווער - אויב נישט אוממעגליך - פעסטצושטעלן וואס איז די סיבה און וואס די מסובב.
פאר פונקטליכערע שטודיעס בענין זה, זעהט
Whorf hypothesis is supported in the right visual field but not the left,
The language of implicit preferences, און די ווערק פון
באראדיצקי און
לאפיאן. (אגב, דוכט זיך אז ביידע זענען אידן, ארום העלפט פון די פיאנירן אין מאדערן לינגוויסטיקס זענען געווען אידן, אריינגערעכנט ספיר גופא און נועם חומסקי, און די verbal IQ פון אשכנזישע אידן איז - לויט רוב שטודיעס - העכער ווי דורכשניטליך. א גרויסע צאל אידן האבן היסטאריש געדינט אלס מתורגמנים, און רוב פאלק האט געקענט מער ווי איין שפראך בעת וואס רוב פונעם אלגעמיינעם באפעלקערונג זענען געווען בוכשטעבליכע אנאלפאבעטן, נישט געקענט ליינען און שרייבן. לעניננו, דער מצב איז טאקע ביטער, אבער מ'דארף אויך קוקן אויף די פאזיטיווע חלק: ווען מ'וואלט בכלל נישט געלערנט קיין שפראך אין די אלגעמיינע שולעס, אזויווי מ'לערנט נישט אין די חדרים, וואלט דער דורכשניטליכער גוי געקענט וואס א דורכשניטליכער קאווע-שטיבל מעמבער קען?).
אגב, דאס אז מחשבה איז נישט אין ווערטער איז פעסגעשטעלט נישט בלויז אין לינגוויסטיקס נאר אויך אין neuroscience, אין Descartes' Error, למשל, איז Damasio פארנומען אז מחשבה גייט אין בילדער, (הגם נישט דוקא
visual images), און ער ברענגט נאך אזוי פון די ערפארונג פון אזעלכע גאונים ווי מענדלבראט, פיינמאן, און איינשטיין. די דריי אידישע גאונים האבן צוגעטראפן לדברי הרשב"א (ברכות טו.) דבהרהור הלב לא שייך לשון (וע"ע כתובות מה: רש"י ד"ה רחמנא ניצלן ובהקדמת נכד הגר"א לביאורו על שו"ע אז טיפע מחשבה קען שטערן שפראך), און אזוי איז אויך די ערפארונג פון אזעלכע פשוטע מענטשן ווי מיר (הגם נישט אין images, נאר עפעס וואס האט לכאורה נישט קיין ווארט, אדער איז גאר מחשבה די ווארט 😉 ). איינער וואס טראכט אלעמאל אין ווערטער פארניצט פשוט איבריגע ענערגיע און צייט צו רעדן צו זיך אליינס, זיך מסביר זיין וואס ער ווייסט שוין באמת. טראכטן אין ווערטער האט א מקום ווען מ'וויל עס מסביר זיין פאר א צווייטן, אדער נאך וואס די מחשבה איז שוין גענצליך אויסגעבויט און מ'וויל עס צונעמען אנאליטיש.
מ'דארף אויך דערמאנען די פארקערטע מכה, דאס נוצן לאנגע, קאמפליצירטע אדער באמבאסטישע ווערטער פאר איינפאכע מושגים, אדער sesquipedalian. אנשטאט שפראך ארעמקייט ווייזט דאס אויף געדאנקען ארעמקייט. ווי ס'ווערט אויפגעוויזן אינעם מאמר וואס האט געווינען דעם
Ig nobel price אויף ליטעראטור אין 2006, "Consequences of Erudite Vernacular Utilized Irrespective of Necessity: Problems with Using Long Words Needlessly" (
PDF), א שרייבער וואס נוצט overly-complex ווערטער ווערט באטראכט אלס ווייניגער קלוג. און סתם אזוי דארפן מיר זיך רעכענען מיט די וואס ליידן אויף hippopotomonstrosesquipedaliophobia...
היללאיין עצה: כאטש אנהייבן פיטערן די יונגווארג, ווען דער שפראך פענסטערל איז נאך ברייט אפן.
ווער זאל עס אויסלערנען?
@שליח, שקויעך פארן מיר אויסלערנען א נייע ווארט, היפאפאטאמאנסטרעסקסקוויפעדאליפאביע! יעצט אז איך האב שוין א ווארט אויף דעם קען איך שוין טראכטן דערוועגן.
ערגעץ געליינט אמאל (ווער עס וויסט פון דעם זאל עס ביטע מזכה זיין), אז שטאלפערן קען אמאל זיין א תוצאה פון דעם וואס דער מח פארט אים זייער שנעל, און ווען ער וויל זיך מצמצם זיין ארויסברענגען זיינע מחשבות און ווערטער האלט שוין די מח נאכדעם, און ער ווערט צומישט ובכן רעדט ער שווער, און דאס רעדן איז.אים א.גאנצע.עבודה, ביי קינדער מיין איך אז עס איז באקאנט אזא מין תיאוריה, אבער ביי קינדער איז און די אנטוויקלונג, אז די מח פונ'ם קינד איז בעסער אנטוויקלט.ווי די כלי.הדיבור, ובכן שטאלפערט ער, אויב מיינע ווערטער זענען אמת, נמצא אז די ווערטער איז גאר אן אנדערע פראצודר בכלל ווי דאס טראכטען, מקען טראכטען אפילו דער דיבור איז נישט אויסגעארבייט, וכו' כנ''ל,
@שליח תודה פאר די ידיעה פון איינשטיין, און ווען מען.טראכט און ווערטער, געווענטליך טראכט מען אויף.די זעלבע געדאנק, נאכאמאל און נאכאמאל, ווען מען נעמט ארויס פון קאפ די ווערטער, דעמאלטס קומן אריין די הברקות און חידושים און סברות, וכו'
פיין, שטאלפערן איז א תוצאה פון א שנעלן מח. וואס איז די אורזאך פארן מאכן פינטלעך אנשטאט ספעיסעס אין תגובות?...
שמעקעדיגפיין, שטאלפערן איז א תוצאה פון א שנעלן מח. וואס איז די אורזאך פארן מאכן פינטלעך אנשטאט ספעיסעס אין תגובות?...
אויף מיין פאון איז די פינטעל נעבן די ספעיס, לכבודך וועל איך משתדל זיין עס זאל מער נישט געשעהן, ( קוק מיין תגובה יעצט, ריין פון פונטליך, אבער עס האט מיר גענומען א האלבע שעה...
הא הא... דאנקע שיין.
______________________
חתימה: ווען דו זעהסט פינטלעך אין א תגובה אנשטאט ספעיסעס, להוי ידוע, דעם ניק האב איך פיינט אבער אויף די פינטלעך האב איך רחמנות [ראח"ה מק"ש]
.
ריכטיג, ווי געשריבן:
שליחהיינט צוטאגס איז אנגענומען אז
linguistic determinism איז פאלש, און מחשבה איז אוודאי טיפער ווי שפראך,
פארט קען שפראך משפיע זיין אויף מחשבה.
@שליח וואס מיינסטו צו זאגין אז עס קען משפיע זיין אויפ'ן מחשבה, העלפען טראכטען וכו' אדער כמו שכתבתי, אז די ווערטער זענען משפיע אויפ'ן טראכט איז עס די מושגים וואס עס זענען אונטער די ווערטער, און אז מען קען די ווערטער קען מען דאך די מושגים וואס עס ווערט ערהאלטען און די ווערטער, און דאס וואס עס העלפט פאר'ן טראכט זענען, בשורש, די מושגים און נישט די ווערטער, תבאר דבריך,
און טראכט סתם אזוי, ווערטער בכלל איז נישט קיין זאך כשלעצמו, עס ערהאלט נאר און זיך א.מושג, א משמעות, און סאיז כאילו נאר א סימבאל פאר א געוויסע געדאנק, למשל, גיין, שטיין, וכו' וכו', די ווארט איז גארנישט פאר זיך זעלבסט, עס איז נאר כאילו א סימן פאר א געוויסע אקט, און אזוי איז עס מיט אלע ווערטער, וואס מיינט דאס אז דער טראכט איז געבינדען מיט ווערטער, דער ווארט אליינס איז דאך נישט מער ווי א סמל פאר א געוויסע מחשבה.
😂 😂
שמעקעדיגהא הא... דאנקע שיין.
______________________
חתימה: ווען דו זעהסט פינטלעך אין א תגובה אנשטאט ספעיסעס, להוי ידוע, דעם ניק האב איך פיינט אבער אויף די פינטלעך האב איך רחמנות [ראח"ה מק"ש]
.
😂 😂 😂
מיין ספעציעלע חתימה פאר דיר;
ווען די זעסט מיך לייקען שמעקי, להוי ידוע, דעם מענטש האב איך פיינט, זיין ריח האב איך ליעב, ובכן האב איך עם געלייקט [אד''ם מק''ש]
שוין, רעדאגירט מיין.חתימה
יידל צווישן אנדערע האבן מיר @אנאנים (ז"ל),
@ישובניק, @אנאנים,
@יאיר ,
@פשוט-קאמפליצירט,
@שרגא און נאך פילע.
😳
און דערביי טוען מיר זיך אנטשולדיגן פאר די אלע חשוב'ע רבנים וואס האבן זיך משתתף געווען ביים היי יעריגן מעמד סעודת הודאה, און צוליב די ענגשאפט איז מען נישט אנגעקומען צו פארצייכענען זייערע נעמען, כבוד תורתם במקומם מונח, ואתכם הסליחה.
לאור דעם אפיעל פון ישמעאל, שלעפ איך ארויף דעם הערליכן אשכול וואס איך האב נישט עספיעט צו באמערקן ביז היינט. מעז יצא מתוק, ס'איז געווען שוואך היינט, האב איך געזוכט אין די ארכיוון, ויגעתי ומצאתי מטעמים.
יישר כוח יידל, באמת א מייסטערווערק, לעצטנס האב איך געגרינדעט אן אשכול מיט'ן נאמען "שיין שרייבן" צו אדרעסירן די טעמע פון גראמאטיק, און עס האט ב"ה נישט זוכה געווען צו איבריגע פאפולעריטעט, אויסער אז פינטעלע שיקט מיך נעמען הוגה'ס אנקעטע, ועיין שם. לאור אייער רוף איבער דער וויכטיגקייט פון א ברייטן וואקבלואר, וועל איך פרובירן שטעלן דערויף דארט א געוויכט.
(איר זעט למשל, איך וואלט מיך געקענט באנוצן מיט'ן פשוט'ן "דגוש", אבער איך האב ענדערש אויסגעוועלט דעם שענערן אידישן "געוויכט".)
נישט סתם צו וואסער מאלעווען, בין איך אויך ביי דער מיינונג אז א ברייטערע שפראך ברענגט אריין נייע טערמינען (געקענט זאגן מושגים, דער עולם זאל אנהייבן נעמען נאטיצן...) אין א מענטשן.
קוק למשל דאס ווארט trend, מ'קען זאגן סטייל, אדער שטיקי, וואס זענען ביידע נישט קיין גענויע סינאנימען. אז מ'ווייסט פון דאס ווארט האט מען זיך איינגעקויפט א נייע טרעמין.
אגב דאגב דאגב, פאר א שטיק צייט צוריק איז אויפ'ן בי.קיו.אי. געווען א בילבארד אדווערטייזמענט פון לעקסוס מיט א סלאגאן now trending. מיך האט עס זייער געכאפט, לכאורה איז עס א שפיל אויף די ווערטער פון now pending, ויש בזה עומק ואכהמ"ל.
אלנפאלס האב איך אין פלאן צו עפענען אן אשכול איבער אלע סארטן טעגליינס און סלאגאנען למיניהם, וואו מ'וועט שטודירן זייערע באדייטן לאורכם ולרוחבם, און איך וועל יעצט טרעידמארקען דעם נאמען פאר דער אשכול וועלכע וועט בעז"ה גערופן ווערן: א שפיל מיט ווערטער.
מאראנצן, קענסט שוין גיין שלאפן, יוצא געווען, גענוג שטותים פאר איין טאג, טאמאראו איז ענאדער דעי (גראדע א גוטער סלאגאן, מ'דארף נאר טרעפן דעם ביזנעס צוגעפאסט דערצו, כידוע המעשה עם הדובנער מגיד והגר"א שהמשלים הם בקדקדו קודם להנמשלים וק"ל).
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
אזוי ארום-וואנדערנדיג פון איין אשכול צום צווייטן, האב איך מיך אנגעשטויסן אינעם דאזיגן . נאכן אריינוואנדערן און אדורך-שפאצירן, האב איך באשלאסן עס ארויפשלעפן און לייגן אויפן אויבערפלאך.
מפוזרי: אבער וואס ווילסטו זאגן. פרעגן. אדער מחדש זיין.
סתם אויפברענגען אן אשכול און גארנישט זאגן, לאז פאר דעם פארשטארבענעם אשכולות אויפוועקער. איך מיין מ'דארף איהם אליינס אויפוועקן. כ'האב מורא אז א דע-פיברילעיטאר וועט איהם שוין נישט העלפן. נאר תחיית המתים...!
און מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ זעענדיג אז דער הייליגער מאראנצנזאפט זי"ע האט זיך דא היינט אריינגעכאפט, נאר כ'האב געמוזט איבערקוקען נאכאמאל צו זען אז דאס איז דעצעמבער 12 '2013' און נישט '2016' 😞
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
ר' בערל, איך האב עס היינט צום ערשטן מאל געטראפן און געליינט, היות איך האב שטארק הנאה געהאט, האב איך געוואלט אנדערע מהנה זיין אויך. ווי די גמרא זאגט... מיגו דזכי לנפשיה זכי נמי לחברי. (יעצט פרעג מיך נישט אפ, איך נוץ עס בלויז אלס אויסדרוק.)
@בן אדם, איך האב גאר נישט באמערקט דאס דאטום! זעט אויס אז מ'האט עס אויסגערופן אין הימל.
מפוזרי: אי בין נישט סתם א פגע אזוי ווי...אמאל האביך געמיינט אז אפילו מ'האט גארנישט צו זאגן זאלל מען/קענמען אויך. זאגן. ביז איך בין געקומען צו די מסקנא אז אויב איינער האט גארנישט צו זאגן זאלל ער שווייגן... 😂 🙄
ר׳ בערל, No comment אויף דיין לעצטע תגובה
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
ר'בערל, על'ך בלייבן שטיל...
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
קען זיין אז דאס איז מענין לענין, אבער עס איז באותו ענין.
הגם איך (אזויווי יעדע רעכטדענקענדיגע מענטש) בין מסכים אז עס איז (קריטיש) וויכטיג צו בארייכערען א מענטשנ׳ס וואקאבולאר, קען מען נאך אלס נישט אוועקמאכען דעם דיאלעקט פון דאס אידישע שפראך וואס חסידישע אידן נוצן היינט. דהיינו, לכאורה איז דאס אידיש וואס אונז נוצן כלפי ריכטיג יידיש, ענליך צו AAE [African-American English] לעומת SAE [Standard American English]. וואס הגם ס׳זענען דא וואס טענה׳ן אז AAE איז א ״שוואכערע״ וכו׳ שפראך פון ״געהעריגע״ ענגליש, איז דאס פון א linguistic שטאנדפונקט נישט ריכטיג. ולכאורה ה״ה בנידון דידן, הגם חסידיש אידיש האט בעצם ווייניגער ווערטער וואס מ׳נוצט, וכעין AAE לעומת SAE (איך האב נישט געטוהן קיין research אויף דעם ממש, אבער אזוי קומט מיר פאר במשכל ראשון.)
איך פארשטיי אז דאס זאגט גארנישט בנוגע אנאלפאבעטיזם, וואס האט צו טוהן מיט ליינען (און שרייבען), און נישט דוקא רעדן. איך האב דאס נאר געוואלט צולייגען בנוגע די שמועס פון די וואקאבולאר פון אונזער היינטיגע באניצטע אידיש אין אונזער ווערנאקולאר (וואס דאס איז לכאורה געווען פשט אין די אנטווארט פון אפאר מגיבים דא אז מ׳נוצט למעשה נישט די ווערטער).
א דאנק
@מי אני פאר אלע אלטע סחורה וואס דו ברענגסט ארויף.
שטויסט איר זיך אמאל אן אין א וויקיפעדיע בלאט און איר פארשטייט נישט קיין ווארט? נישט געזארגט. צווישן אלע שפראכן וואס וויקיפעדיע אפפערט אירע ליינער האט זיך אויך
"simple English", ספעציעל געאייגנט פאר מענטשן מיט א מאגערע ווערטער-אוצר, קוקט די צווישנשייד פון די ערך אויף אטאם אין
ענגליש ביז די ערך אין
"איינפאכע ענגליש".
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
לגבי די שמועס פון וואקאבולאר איז מערקווידיג צו ציטירן וואס דער רמב״ם זאגט אין הלכות יסודי התורה (ד ח) לגבי די דעפיניציע פון ״נפש״ אינ׳ם קאנטעקסט פון א ״צורה״ ווס. ״טבעית, חיונית, אדער נפשיות״, וז״ל ופעמים רבות תקרא זאת הצורה נפש ורוח ולפיכך צריך להזהר בשמותן שלא יטעה אדם בהן וכל שם ושם ילמד מענינו ע״כ. אין מ׳איז מפרש דארט ״ישתדל בשמות המשותפין כדי שילמד כל דבר מענינו ולא יטעה מענין לענין״. ולכאורה כ״ש אויב מ׳האט אן עקסטערע ווארט/נאמען פאר די קאנצעפט.
לגבי די שמועס פונ'ם קשר בין מחשבה לדיבור און צו מחשבה איז העכער פון דעם, איז אינטרעסאנט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם ליקוטי מוהר"ן (ח"א תורה סד אות ג) אז אינ'ם חלל הפנוי וואס איז געווען ביים צמצום בעת בריאת העולם איז נישטא קיין דיבור, נאר מחשבה וואס איז למעלה הימנה ע"ש.
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
דר. דזשערי פאדאר זאגט (לגבי דעם מושג פון א גלויבונג פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז א גלויבונג אין די מח פון א מענטש איז א געבוי פון א רעפרעזענטאציע פון א מושג וואס ער/זי האט אין מח. ער טענה׳ט אז דאס געבוי פון די רעפרעזענטאציעס זענען לינגואיסטיק אין נאטור. (ער איז נוטה צו דעם אז דאס איז געבינדען צו דר. נועם טשומסקי׳ס באקאנטע אוניווערסאלע גראממאר, ווי איידער דאס ספעציפישע שפראך פונ׳ם ספעציפישן מענטש.)
דר. דאנאלד דעיווידסאן האט געזאגט ענליך. ער האט גע׳טענה׳ט אז עס איז נישט שייך צו האבן גלויבונגען נאר דורך שפראך, און דעריבער האבן בעלי חיים נישט קיין גלויבונגען.
מ׳קען אפשר צולייגן נאך א סניף (בפרט לגבי די סאפיר-ווהארף היפאטעזיע) פארוואס די אלגעמיינע ״שפראך״ און עקספרעשן אין אונזער געזעלשאפט איז ארימער. דהיינו, מ׳קען אפשר בארגן דר. ר. מ. העיר׳ס טעאריע בנוגע די פילאזאפיע פון ״שפראך״ און די לאגיק וואס ליגט אונטער דאס שפרעכן אקט. ער זאגט (בנוגע קאגניטיוויטיזם וכדומה) אז דאס אקט פון שפרעכן האט צוויי באשטיינדלן: די פרעסטיק, וואס רעפרעזענטירט א מעגליכע וועג וואס עפעס וואס מען וויל ארויסברענגן איז (די זאך וואס וועט בלייבן די זעלבע נישט קיין חילוק אין די מוד פונ׳ם פראז וכדומה), און דערנאך די ניוסטיק, וואס גיבט די אנווייזונג ווי אזוי צו אינטערפערטן און אפטייטשן די רעפרעזענטאציע (וואס אנהאלט אויך צווישן אנדערע די מוד און משמעות פונ׳ם פראז).
מען קען אפשר זאגן אז אונזער דעפיניציע פון גלויבונג אין רעליגיע איז גאר שטארק באיינפלוסט פון א (כמו איידיעליסטיק) געדאנק אז די (גאנצע) רעאליטעט איז געפירט און ארבעט מיט גאר אבסטראקטע מושגים וואס אונז פארשטייען נישט (און קענען נישט פארשטיין) און קענען נישט (געהעריג) מגדיר זיין [א סארט מינימעליסט בחינה פון ״אמת״, וכדכתבתי במ״א], און דאס איז פארט-ענד-פארסעל פון אונזער (קולטורליכע וכו׳) אידענטיטעט און וועלט-אויסקוק. אשר על כן, לפי הטעאריע הנ״ל, קען מען אפשר זאגן אז אונזער מושג פון דאס אקט פון ״שפראך״ אין אלגעמיין בלייבט מער ביי דעם שטאפל פון פרעסטיק, דהיינו העצם רעפרעזענטאציעס (וואס דארט אליין קען מען אויך זאגן אז ס׳איז דא פראבלעמען, וכנ״ל בהאשכול, ווי אויך בסתם אז מ׳האט נישט קיין רעפרעזענטאציעס פאר די אבסטראקטע מושגים בכלליות) און האט שוועריקייטן צו פראגרעסן פון דארט צו די ניוסטיק וואס איז א קאנקרעטע אפטייטש פון די רעפרעזענטאציעס. דאס איז שוין נאכדעם פועל אויף אונזער שפראך אויסדרוק בכלליות. (פארשטייט זיך אז מ׳קען דאס sort of טעסטן מיט׳ן צוגלייכן צו א סאציאלע גרופע וואס האט אן ענליכן אינסולארן און רעליגיעזע (כעין חסיד׳ישע/קבלה׳ישע) worldview ווי אונז, און זעהן/מעסטן ווי ארים וכדומה זייער שפראך אויסדרוק איז.)
כל זה הוא בדרך אפשר גמור, כמובן.
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
איך מיין אז עס א פשוט'ע זאך, וויפיל מענטשן רעדן אידיש? אפשר הונדערט טויזנט? און רובא דרובא האבן א שטארקע צווייטע שפראך וואס מען נוצט על פי רוב צו ליינען און שרייבן (לשה"ק ביי די מענער און ענגליש ביי די פרויען).
די קלענסטע אנדערע שפראך וואס איך קען איז עברית וואס מען רעדט אין א לאנד פון אכט מיליאן מענטשן, מיט נאך מיליאנען איבער די וועלט וואס נוצן עס)
ס׳איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער בריטישער פילאזאף דזשארדזש מור, אין זיין דרך אין עפיסטעמאלאגיע, האט אן אריכות בעיון אין דעם אז ווי אזוי אונז ווייסן זאכן איז דורך אונזער רילעישן צו ״קאנצעפטן״, און אז דאס [זיין דעפיניציע פונ׳ם טערמין ״קאנצעפט״] מעיקרא איז העכער פון שפראך און אפילו פון טראכטן.
דר. אלעקס בירן און דר. בענדזש העלי זאגן בנוגע עקספיריענסעס (בנוגע זייער דעפענס פון פיזיקעליזם) אז פיזישע קאנצעפטן און זייערע צוגעפארטע/קארעספאנדינג עקספיריענס קאנצעפטן זענען אינדעפענדענט איינע פון צווייטן. דאס הייסט אז ס׳איז אומעגליך אנצונעמען עי פריארי אז עפעס פון א פענאמענאלאגישע כאראקטער [אן עקספיריענס] וואס פאלט אונטער איר פיזישע קאנצעפט פאלט אויך אונטער איר פענאמענאל [עקספיריענס] קאנצעפט. און די פענאמענאל קאנצעפט דערפון קען זיין אומעגליך ארויסצוברענגן אין ווערטער, וואס ווערטער זענען א חלק פון די פיזישע קאנצעפט(ן) דערפון.
מ׳קען דאס אפשר אויך אריינלערנען אין דברי הרמב״ם בפתיחתו למורה נבוכים (עכ״פ בנוגע שכליות׳דיגע קאנצעפטן). וז״ל, ודע כי כשירצה אחד מן השלמים כפי מדריגת שלימותו, לזכור דבר ממה שהבין מאלו הסודות אם בפיו או בקולמוסו, לא יוכל לבאר אפילו מעט השיעור אשר השיגוהו באור שלם כסדר, כמו שיעשה בשאר החכמות שלימודם מפורסם. אבל ישיגהו בלמדו לזולתו מה שמצאהו בלמודו לעצמו, רצוני לומר מהיות העניין מתראה מציץ ואחר יתעלם, כאילו טבע העניין הזה הרב ממנו והמעט כן הוא ע״כ ע״ש.
בנוגע א ספעציאליזירטע וואקאבולאר איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו די טעזע פון דאס קאלאניזאציע פון די לעבנסוועלט וואס דער פילאזאף דר. יורגען האבערמאס האט פארמאליזירט בנוגע שפראך. דהיינו, עס איז דא די רייכע שפראך אין די אלגעמיינע לעבנסוועלט, וואס איז די געמיינזאמע סאביעקטיווע עקספיריענס פון מענטשן ביינאנזאם (אין א סאציאלע פארמאט אד״ג), צו אידעטיפיצירן מושגים. דערנאך איז דא לעומת זה ספעציאלע ווערטער וואס זענען געמאכט פאר די ענליכע זאכן אין ספעציאליזירטע סיסטעמן, פעלדער און פארמאטן אד״ג. יעצט, ס׳דא אמאל וואס מען אדאפטירט איינע פון די טערמינען וואס באלאנגען אין/צו א רעסטריקטירטע סיסטעם און מען נוצט דאס אין די לעבנסוועלט. דאס קען האבן א נעגאטיווע עפעקט אין מינימיזירן די רייכקייט פון פערסיוון געוויסע זאכן. (אביסל אווערסימפליפייד.)
א משל דערצו איז דאס וואס מאנכע האבן אדאפטירט דעם טערמין ״אילעגאל״, וואס באלאנגט צו די (שמאלע) געזעצליכע סיסטעם, און טוהן דאס נוצן צו באצייכענען גאנצעטע גרופעס.
זענען מיר אנאלפאבעטן?
דער מו״נ (ח״ב פ״ל) שרייבט, שהלשונות הסכמיות לא טבעיות כמו שכבר חשבו זה ע״כ ע״ש (וע״ש בשם טוב ובקרשקש). דאס איז אפשר אביסל בניגוד צו דאס וואס מ׳האט פריער דערמאנט איבער דר. נועם טשאמסקי׳ס יסוד פון אוניווערסאלע גראממאר. הגם, מ׳קען פשוט משוה זיין אז די הונטערליגענדע בעיסיק יסוד פון שפראך, טשאמסקי׳ס טעזע, איז יא טבעי; דער רמב״ם רעדט בנוגע די אקטועלע שפראך וואס מ׳נוצט און דאס איז הסכמי/עפ״י קאנווענשען (ולכאורה משמע כן מהמפרשים הנ״ל, שדבריו הם בניגוד להחושבים לגבי מליצות הרכביות וכו׳. עס איז אויך משמע דארט אז ער רעדט מער אינ׳ם קאנטעקסט צו ״שמות״ (ווי איידער ממש ״לשונות״ בכלליות) זענען מוטבע אינ׳ם זאך, צו אז עס איז א הסכם וואס מענטשן מאכן אפ ע״ש).
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (ח״ב), שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד, רעספעקטיוולי]. ער זאגט אז ווי אזוי מ׳פערסיווט די רילעישענשיפס איז דורך שפראך-טראכטן; שפראך איז די ״ארגענאן״, וואס איז העכער פון סתם טראכטן, וואס נאר דאדורך קען מען עקספיריענסן די רילעישענשיפס, וואס זענען מיוסד אין זמן, וואס איז א יסוד פון אונזער עקזיסטענשל פערסעפשן.
ער פירט אויס אז די דאס איז די קשר צווישן די בריאה, וואו שפראך איז בעצם אוניווערסאל און איינס אין יעדע מענטש (וכעין טשאמסקי׳ס UG), און גאולה, ווען עס וועט זיין (א בחינה פון) שפה אחד לכל.
ער זאגט דארט (ח״א פ״א) אויך, פון א פילאזאפישן פערספעקטיוו, אז ״יא״, ״ניין״, און ״און״ (וואס איז די קאמבינאציע פון ״יא״ און ״ניין״), זענען די מערסטע אריגינעלע יסודות׳דיגע ווערטער פון שפראך; הגם ״יא״ מער פון ״ניין״, וואס איז פשוט די העדר פון ״יא״.
ער האט אויך געהאט געשריבן ״[דאס] שפראך [פון א מענטש] איז מער ווי [זיין] בלוט״.