☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ארטיקל פונעם יאר תשע"ד

ארטיקל פונעם יאר תשע"ד

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7208

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:25 pm

· #224326
ארטיקל פונעם יאר תשע"ד
דאס יאר תשע"ד קומט צו אן ענדע, ס'איז אדורכגעלאפן נאך א יאר דא אויפן געלונגענעם שטיבל, איז די צייט צו מאכן א חשבון ה..אשכולת און שטימען דערפאר..

וואספארא ארטיקל דא אין קאווע שטיבל וואלט איר אויסגעקליבן אלס "ארטיקל פונעם יאר"???

ביטע לייגן די נאמען פונעם ארטיקל, אויב מעגליך א לינק דערצו און עס צו מאכן אביסל בעסער טעגט אריין דעם שרייבער דערפון אויך.
אז איר ווילט לייגט שוין צו אייערע ספיקות אויך, למשל אייערע טאפ פינף פון וואס איר האט אויסגעוועלט

באמת האב איך מיך אביסל געמיטשעט מיט מיין שטימע, אבער נאכן באטראכטן:
@שמעקעדיג'ס אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס, וואס האט בשעתו חוץ דעם וואס דא אין שטיבל האט עס געמאכט א גוטן רושם, און זייער זייער גוט באשריבן געווארן דורכן שרייבער, האט דאס אביסל אויפמערקזאם געמאכט אין אנדערע פלעצער אויך...
צו @שטילע אינגערמאן'ס ברייט באקאנטע (מיט א וואויס נאוט גאר) עביוזען א צווייטע וואס איז זייער זוס באשריבן געווארן און ס'האט מיר שטארק געמאכט לאכן.
צו @ברסלבער'ס א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן וואס האט זייער גוט אראפגעלייגט די מצב...
און ווי פארשטענדליך די צוויי קנאקעדיגע ארטיקלן מיט די מערסטע לייקס.. פון @מאראנצןזאפט, סיי מבשר בחסד עליון (לאמיר טאקע אויך קרעדיטן די מיטהעלפער @ישמעאל הכהן, @מאטי, @משה געציל, @קאווע טרינקער, און @אנאנים) און אזוי אויך דעם פינקי, אן אריגינעל!
האב איך נאכאלס באשלאסן אויסצווועלן @כוכב'ס לא תאכלו על הדם, וואס איז אמת ויציב יעדעס ווארט און האט מיר גאר באנומען און ס'איז מיר אריין אין די ביינער.

מיין אויסוואל איז פשוט פאר מיר, ס'איז א גאר קנאקעדיגע ארטיקל, אמת ויציב יעדעס ווארט, און ס'אז מיר געבליבן פאר גאר לאנג, און ס'איז מיר נאך ארויפגעקומען ס'ערשטע ווען איך האב געטראכט פון דעם פארמעסט...

וואס איז דיינס??????

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:34 pm

· #224329
ראובן'ס היסטארישע פארש ארבעט פון די ארכיוון פונעם 'איד'.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:38 pm

· #224336
איך מאך אוודאי נישט אוועק די הערליכע רייכע ארטיקלען פון שמעקעדיג, כוכב, ברעסלאווער, מרז"פ, נאר דאס איז מיר פערזענליך געווען די אינטערעסאנסטע און אינהאלטסרייכע סעריע פון ארטיקלען, ווי אויך איז אריין אין דעם שעות על גבי שעות פארש ארבעט.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:43 pm

· #224339
גערעכט, ס'דארף ווערן קלאר ארויסגעברענגט אפילו עס איז זייער פארשטענדליך, אז דא זענען געשריבן געווארן צענדליגע ערשט-קלאסיגע ארטיקלן, וואס איינס ביי איינס וואלטן ווען געווען די טיימס טאפ-סעלער... מיר איז נאר ארויפגעקומען אויפן געדאנק די פאר און איך האב אויסגעוועלט איינס דערפון וואס איז מיר געבליבן אין די ביינער סיי מיטן הומאר און סיי מיטן ווייטאגליכן פאקט...

קיינער און איך בעט נאכאמאל, קיינער זאל זיך פון מיר הצעיר והדל והנשפל ונבזה פארשעמען, איך בין א פלענער דער ערד ליגער און געגאנגן ליידיג. ניטאמאל אנגעקומען לכרסיליו פון סיי וואספארא פארש און טיפקייט פון האלב ארטיקלן דא.

עניוועיס, כ'האב ענק עניוועיס אין יא, און כ'מעג זאגן מיין מיינונג...

(@כוכב, האסט מיין פעי-פעל אקאונט, איא?)

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:44 pm

· #224340
ס'איז זייער שווער צו קלויבן איין ארטיקל. ס'דארף ענדערש זיין קאטאגאריע'ס. למשל די בעסטע וויסנשאפט, תורה, שמייכל אדער אנשי שם ארטיקל.

יואב איז א גאון אין קאמעדי. יאיר, פארוואס און ונבנתה אין וויסנשאפט. הוגה, געפילטע מיט מאטי זענען געוואלדיגע פילעזאפן. שמעקעדיג און ברסלבער זענען קלוג און פראקטיש אא"וו איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן...

נ.ב. סארי אויב כ'האב פארגעסן אייער נאמען, איך ווער נישט באצאלט)

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:45 pm

· #224341
געפילטע פיש
איך מאך אוודאי נישט אוועק די הערליכע רייכע ארטיקלען פון שמעקעדיג, כוכב, ברעסלאווער, מרז"פ, נאר דאס איז מיר פערזענליך געווען די אינטערעסאנסטע און אינהאלטסרייכע סעריע פון ארטיקלען, ווי אויך איז אריין אין דעם שעות על גבי שעות פארש ארבעט.

וע''ז באעה''ח פה ...... יע''א שלהי דשנת תשע''ד לפ''ק.

אפטעמיסט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:46 pm

· #224342
איך רעכן נישט רייכקייט, לענג, אדער אינטערעסאנטקייט. איך וועל אויס די תגובה —נישט דווקא אשכול — וואס האט אויפגעהויבן די ניווא פון ק"ש און געטוישט איר צורה אויף אייביג.

און די תגובה איז...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/218927">viewtopic.php?p=218927#p218927</a><!-- l -->

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:47 pm

· #224343
יאפ, דער שעפטל איז א פיינער מבין, גוט צוגעטראפן, איך האלט אויך אז מיין בעסטע ארטיקל איז געווען לא תאכלו, ווארום, ווי דער פינטעל איד פלעגט אלעמאל זאגן, איטס אלל עבאוט לייקס.
אבער, ווען מ'מעסט עס מיט אנדערע חברה דא, הני אריות שבחבורה וועלכע האבן אריינגעפאקט און געמאזלט טאנען פון חכמה ובינה, ווער איך רויט, עס איז מיר גענוג צו זיין דער זנב לאריות.
איך מיין מ'זאל ווידמען דעם אשכול איבער אלעס ארום מערקווירדיג אין שטיבל פונעם פארלאפענעם יאר תשע"ד, א שטייגער ווי דער אויפשטייג (און אונטערגאנג) פון איש עברי וועלכע איז (געווען) א געוואלדיגע עססעט פאר'ן שטיבל, וכו' וכו', לאמיר אויסשמועסן אלע טעמעס, ניקים, און סענזאציעס עס האבן פארנומען דעם שטיבל דעם פארלאפענעם יאר.
צוויי שטארקע נקודות: די גבאים ראטאציע פראגראם, און די גרינדונג פון שבת אחים.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:53 pm

· #224346
כוכב, ווי סטיל לאוו יו!

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:58 pm

· #224349
שעפטל
גערעכט, ס'דארף ווערן קלאר ארויסגעברענגט אפילו עס איז זייער פארשטענדליך, אז דא זענען געשריבן געווארן צענדליגע ערשט-קלאסיגע ארטיקלן, וואס איינס ביי איינס וואלטן ווען געווען די טיימס טאפ-סעלער... מיר איז נאר ארויפגעקומען אויפן געדאנק די פאר און איך האב אויסגעוועלט איינס דערפון וואס איז מיר געבליבן אין די ביינער סיי מיטן הומאר און סיי מיטן ווייטאגליכן פאקט...

קיינער און איך בעט נאכאמאל, קיינער זאל זיך פון מיר הצעיר והדל והנשפל ונבזה פארשעמען, איך בין א פלענער דער ערד ליגער און געגאנגן ליידיג. ניטאמאל אנגעקומען לכרסיליו פון סיי וואספארא פארש און טיפקייט פון האלב ארטיקלן דא.

עניוועיס, כ'האב ענק עניוועיס אין יא, און כ'מעג זאגן מיין מיינונג...

(@כוכב, האסט מיין פעי-פעל אקאונט, איא?)

ר' שעפטל: אני הקטן, איך קען נישט, אדער ס'איז מיר זייער שווער צו משפט'ן, וועלכע ארטיקל אדער ארטיקלען זענען די בעסטע דא אויף קווע שטיבל. אבער איין זאך קען איך זאגן מיט א זיכערקייט. אזא עניוות וואס דו לייגסט דא אראפ. מיט אזעלכע "עפר ואפר'דיגע" לשונות. דאס האט מען נאך (כמעט) נישט געהערט אין די וועלט.(אפשר אין איי--וועלט. 😂 (. 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😉 😮

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:03 pm

· #224354
בד"וו @כוכב איי לאוו יו טו. דו ביסט אויך א געוואלדיגע עסעט צו ק"ש. און האסט נאך א מעלה, ביסט נאך דא! איך ווייס נישט אין וועלכע קאטאגאריע דיר צו לייגן ביסט ידו בכל. דיינע ארטיקלן זענען מעסיוו, דיינע תגובות באסיוו, און דיין הומאר שפאסיג.

אפפס ראנג אשכול.

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:05 pm

· #224357
עס פיהלט זיך גוט צו זיין איינע פון שעפטל'ס הוה אמינא'ס...

עס איז מיר שווער צו מאכן אן אויסוואל פון צווישן אזא גרויסע אויסוואל פון געלונגענע ארטיקלן איינס בעסער און איינס נאך בעסער.
איך זעה ביי מיר אן אינטערעסאנטע זאך, אן ארטיקל וואס איך שרייב פליסיג פון קאפ און הארץ ארויס וועט דער עולם מער הנאה האבן דערפון, ווי פון אן ארטיקל וואס ליגט אין דעם מער פארש ארבעט עס צוזאמצושטעלן.
איך רעד נישט פון אזא סארט פארש ארבעט ווי פון ראובן, דאס איז א באזונדערע זאך, דאס איז נישט דער ארטיקל נאר דאס צוזאמנעמען די בילדער, איך רעד טאקע פון אן ארטיקל לשם ארטיקל' וועט דער עולם מער הנאה האבן פון אן ארגינעלע לייכטע ארטיקל.
למשל דער ארטיקל פון אני לעזאזל האב איך שנעל אפגעשריבן פון הארץ ארויס, און עס האט באקומען היבש מער מאמענטום פון אנדערע ארטיקלן אין וועלכע איך האב אריינגעלייגט מער קאפ, מח און ארבעט.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:06 pm

· #224358
רויטע וואנצעס
בד"וו @כוכב איי לאוו יו טו. דו ביסט אויך א געוואלדיגע עסעט צו ק"ש. און האסט נאך א מעלה, ביסט נאך דא! איך ווייס נישט אין וועלכע קאטאגאריע דיר צו לייגן ביסט ידו בכל. דיינע ארטיקלן זענען מעסיוו, דיינע תגובות באסיוו, און דיין הומאר שפאסיג.

אפפס ראנג אשכול.

רויטע וואנצעס: דו האסט שוין געהערט נישט שפאסיגע הומאר???... 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😳 😉 😮

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:07 pm

· #224359
יא.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:20 pm

· #224361
נאכדעם איז דא ארטיקלן וואס האט דעם גרעסטן impact אויפן מענטש. ס'מוז נישט דוקא זיין עפעס מעכטיג, אבער ס'איז אזוי גערעדט צום זאך אז ס'האט עכ"פ אויף מיר געלאזט א געוואלדיגע רושם.

איך קען נישט יעצט מלקט זיין, אבער ארטיקלן פון ונבנתה, שמעקעדיג, און ברסלבער זענען געווענדליך זייער לעבן טוישענד. (יא, און ס'מעכטיג אויך)

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:24 pm

· #224362
כעלעמער מגיד'ס באשלוס אראפצונאגלען א חלק פון זיין מוח, און אפטער באזוכן דא אין שטיבל, אז מיר אומוויסענדע זאלן נהנה זיין פון זיינע ידיעות.

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:37 pm

· #224365
יאפ רויטע, אויב מ'זוכט א ניק וואס האט געדינט געטריי קען מען עס צוטיילן פאר ר' כוכב.
ער איז דא אפגעזיצן מיט א נאמנות, פלאטיזירט און געקוואקעט, הייתי ביום אכלני חרב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיני, נישט קיין חילוק צי ס'איז א זומערדיגן פרייטאג אדער מוצאי שבת, אפילו שבת נחמו, טויט אדער רויט, ערליך געדינט דעם שטיבל, געשריבן און געשריבן, וואו ס'האט זיך נאר געלאזט און וואס ס'האט זיך נאך געלאזט, פון צימעס ביז העמק דבר, פון רעכטס ביז לינקס, פון מלפני ביז מאחורי, דער ערשטער דא יעדן פארטאגס, ביז שפעט אויפדערנאכט.
וואונטשן מיר פאר דעם ר' כוכב, אז זיין שטערן זאל ווייטער שיינען ולא נס ליחו, זיין פייכטס זאל נישט פארטרוקנט ווערן און ער זאל זוכה זיין אויסצופירן אלע זיינע גוטע רצונות, די דרעפטס און אשכולות אין דער מאכונג, מכח אל הפועל, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די אמת'ע שמחה בשמחת עולם על ראשינו בב'א.

אפטעמיסט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:40 pm

· #224366
זאג, ביסט געגאנגען צו פראדאקטיוו?

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:42 pm

· #224367
פרודאקטיוו איז געגאנגען צו כוכב. 😂

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:52 pm

· #224368
גאאאאאש, פון מיין ענוות ביז כוכב'ס גאוה איז א גאנג...

דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:11 pm

· #224371
מיין וואוט גייט פאר מבשר בחסד עליון וואס קען ריכטיג באצייכענט ווערן אלץ investigative reporting און איז גארנישט אינטערשטעלונג פון די גרויסע מידיא נעצן. די געלונגענע פארש ארבעט איז מעשי ידיו פון מאראנצןזאפט (ע"ה) ושותפיו, און האט בשעתו געמאכט א מהפיכה דא אין שטיבל.

פלעין יודיש » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:14 pm

· #224373
דריידל
מיין וואוט גייט פאר מבשר בחסד עליון וואס קען ריכטיג באצייכענט ווערן אלץ investigative reporting און איז גארנישט אינטערשטעלונג פון די גרויסע מידיא נעצן. די געלונגענע פארש ארבעט איז מעשי ידיו פון @מאראנצןזאפט (ע"ה) ושותפיו, און האט בשעתו געמאכט א מהפיכה דא אין שטיבל.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:18 pm

· #224377
מארנצן זאפט איז גראדע ארויסגעקומען פון קבר צו לייקן שעפטל אויף דעם געלונגענעם אשכול. שנעל! פילטס אן די קבר מיט ערד, ער זאל נישט קענען צוריק אריינקריכן.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:22 pm

· #224379
כוכב
יאפ רויטע, אויב מ'זוכט א ניק וואס האט געדינט געטריי קען מען עס צוטיילן פאר ר' כוכב.
ער איז דא אפגעזיצן מיט א נאמנות, פלאטיזירט און געקוואקעט, הייתי ביום אכלני חרב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיני, נישט קיין חילוק צי ס'איז א זומערדיגן פרייטאג אדער מוצאי שבת, אפילו שבת נחמו, טויט אדער רויט, ערליך געדינט דעם שטיבל, געשריבן און געשריבן, וואו ס'האט זיך נאר געלאזט און וואס ס'האט זיך נאך געלאזט, פון צימעס ביז העמק דבר, פון רעכטס ביז לינקס, פון מלפני ביז מאחורי, דער ערשטער דא יעדן פארטאגס, ביז שפעט אויפדערנאכט.
וואונטשן מיר פאר דעם ר' כוכב, אז זיין שטערן זאל ווייטער שיינען ולא נס ליחו, זיין פייכטס זאל נישט פארטרוקנט ווערן און ער זאל זוכה זיין אויסצופירן אלע זיינע גוטע רצונות, די דרעפטס און אשכולות אין דער מאכונג, מכח אל הפועל, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די אמת'ע שמחה בשמחת עולם על ראשינו בב'א.

צוויי זאכן: האסט פארגעסן פון דעים פסוק: "יהללוך זר, ולא פיך". ביסט אן עניו... 🙄 😂 🙄
צוויי: דו האסט פארגעסן פון דעים פסוק: "ומלכינו בראשינו"... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:26 pm

· #224380
דער עיקר ח''ו נישט פארגעסן פון סמייליינו.

בן תמליון » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:40 pm

· #224390
איך וואלט געוועלט אויך פאר @הערשי פאר א רייע גאונישע מאמרים כולל צוויי אין די לעצטע טעג, אויף א נוסח וואס איז אין בדומה לו, באפעפערט מיט מליצות, לומדות און הומאר. אויב איינער קען זיי טעגן דא וואלט געווען אפרישיעטעד.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:56 pm

· #224395
מיר אלע זענען די ארטיקל פונעם יאהר...

סקאטש טעיפ » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:04 pm

· #224399

לית דין בר נש » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:59 am

· #224588
ברסלבער
איך זעה ביי מיר אן אינטערעסאנטע זאך, אן ארטיקל וואס איך שרייב פליסיג פון קאפ און הארץ ארויס וועט דער עולם מער הנאה האבן דערפון, ווי פון אן ארטיקל וואס ליגט אין דעם מער פארש ארבעט עס צוזאמצושטעלן.
איך רעד נישט פון אזא סארט פארש ארבעט ווי פון ראובן, דאס איז א באזונדערע זאך, דאס איז נישט דער ארטיקל נאר דאס צוזאמנעמען די בילדער, איך רעד טאקע פון אן ארטיקל לשם ארטיקל' וועט דער עולם מער הנאה האבן פון אן ארגינעלע לייכטע ארטיקל.
למשל דער ארטיקל פון אני לעזאזל האב איך שנעל אפגעשריבן פון הארץ ארויס, און עס האט באקומען היבש מער מאמענטום פון אנדערע ארטיקלן אין וועלכע איך האב אריינגעלייגט מער קאפ, מח און ארבעט.

@ברסלבער איך האב זייער הנאה געהאט פון אני לעזאזל אבער דיינע תוכנדיגע ווארעמע אשכולות פאקט עס איין צעהן מאהל, עס גיבט gasoline אנצוגיין פאר אפאר וואכן!

יתרו » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:02 pm

· #224686
בית יוסף'ס קשיא, חרדיזם פראבלעם אדער די שם של ארבע אותיות

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/166792">viewtopic.php?f=24&t=5376&p=166792#p166792</a><!-- l -->

יואב » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:20 pm

· #224730
יתרו
בית יוסף'ס קשיא, חרדיזם פראבלעם אדער די שם של ארבע אותיות

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/166792">viewtopic.php?f=24&t=5376&p=166792#p166792</a><!-- l -->

ממש יעצט געוואלט שרייבן.

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:30 pm

· #224738
כ'צי שוין באלד צוריק און איך גיי שטימען פאר מזל טוב! חסידיש יונגעל איינגעשריבן אין וומסב''ג פאבליק סקול......