☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לא תאכלו על הדם

לא תאכלו על הדם

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6623

כוכב » מיטוואך יוני 18, 2014 8:32 am

· #206621
לא תאכלו על הדם
זאג, וואס מאכט די טאטע, בעסער, ב"ה אהא, ער נעמט קימא אדער ער איז אויף ראדיעישאן, ביידע, אוי וויי דאס קען דאך אים צומזיק זיין, און ער שעמט זיך ארויסצוגיין אן די בארד, אקעי סווערט גרינגער מיט דער צייט. דר. בראנקלי האט מען פרובירט, ער איז מוראדיג, איך האלט מזאל גיין קיין באסטאן. און וואס טוט זיך מיט נאטירלליכע זאכן, סהייסט אז ביי חיים משה האט עס געהאלפן. דו האלטסט ער איז אין גוד קעיר, מפארעט זיך געטריי, דער עיקר איז נישט אויפגעבן, זע ער זאל אלעמאל זיין אין א גוטע מאד, נעם אים ארויס קיין פלארידא אביסל, זאל קאסטן וואס זאל קאסטן, מדארף טון וואס מהאט צו טון, שוין, כהאף מקען ענק טראסטן.

פארוואס נעמט נישט דיין שוועסטער א גט? און וויזיטעישאן גיט זי? דו האלטסט סאיז א נארמאלע זאך אויסצוסאקן געלט, לדעתי איז עס א רשעות. זאג מיר דעם אמת, וואס האט נישט געטויגט דארט, האלטסט סנאך דא טשענסעס צוריקצוגיין, ווער איז שולדיג, וואו אפט זעט ער די קינד, כהאלט אז סבעסער ווען מהאקט אינגאנצן אפ מיט די קינד. מאיז געגאנגען פאר טעראפי? סהאט גארנישט געהאלפן? און וויאזוי נעמט עס דיין שוועסטער, זי איז מסתם צעבראכן ניין? האלטסט זי איז קעיפעבל נאכאמאל חתונה צו האבן.

כעדיר זאגן דעם אמת געווענליך גיי איך נישט צו קיין טי פארטיס, אבער לכבודך ביזט מיר א גוטע חבר, גלייב מיר כהאב געגעבן א שיינע סכום, מער ווי די מיינסט, איי מין נישט יעדן טאג האב איך א טי פארטי פאר א נאנטן חברס טאטע. פארוואס טאקע מאכט מען דיחתונה אין קאנטינענטל, ווייל ער איז די מחותןס שוואגער, אבער דאך, כהאלט מוואלט געמעגט גיין ביליגער. דיין מאמע איז סתם אזוי א ספענדער, נישט ווייל איך מיינד, כגעב מיין נדבה גערן, אבער למעשה מענטשן האבן נישט ליב ווען איינער רייסט זיך אויף און דערנאך שנארט מען געלט. סדא חובות פון די פריערדיגע, אאא, דיין ברידער פארדינט דאך שיין, האלטסט נישט ער וואלט געמעגט צו לייגן א פלייצע.

דיין שוואגער האט טאקע געלט אדער ער שוויצט נאר, וואס טוט ער שוין, א פרעיזלער, נו פארדעם מוז ער דרייוון א לעקסוס, ער איז גאנץ קיל, דיין שוועסטער איז העפי, וואס זאגט דיין טאטע, ער עסט זיך ניין, ער האט געהייסן גאנץ א גוטע בחור, שוין וואס קען מען טון, אריינגעפאלן, אזוי גייט עס מיט די רבישע חברה, מטאר זיי נישט טראסטן, איך וואלט אים א שליסל נישט געגעבן, נעבעך, ער מיינט ער מוז מאכן א וואכנאכט אין א טענט אין זיין בעקיארד, ער כאפט נישט יעדער לאכט פון אים, גראדע איז ער א וואוילער, ער טוט אסאך גוטס, א פיינע נשמה, וואס קען מען טון, ווי שיקט ער די קינדער, און דיין שוועסטער לאזט זיך, אזוי גייט עס מווערט אריינגעשלעפט.

כמיין נישט צו שטיפן די נאז אבער איך מיין די ברידער דארף העלפ, מהאט שוין געהערט אזאנס, אבער פאר דעם זאל ער אויפשטיין יעדן טאג נאך חצות, ווער גיט זיך אפ מיט אים, צו וועמען גייט ער, ווען מהאט שוין געטרייט יואלי ראטהס ישיבה, ער וויל אים נישט, אקעי ער מוז נישט נעמען יעדן, איי מין א בחור וואס דרייט זיך אויפן גאס און איז שוין האלב אויף דראגס, איך האלט דיין מאמע איז אסאך שודליג, זי איז אזא שטרענגע, זי פלעגט אים גוט דערקוטשען, דיין טאטע האט קיינמאל נשט געהאט א שפראך מיט אים, וואס קען מען טון, סבאשערט צער גידול בנים, תלפיות דארף צו זיין פיין פאר די חברה, קיינער הערט נישט, האלטסט ער הענגט ארום מיט מיידלעך, כמיין ער זעט אויס פיין, איך בין זיכער ער איז א קעטש, שוין איך זע די ווילסט מיר גארנישט זאגן.

א גוטע חבר מעג מען טראסטן, פאר איינעם דארפסטו זיך אויסרעדן, מיט שלמה באכנער האסטו שוין גערעדט, אלע רבנים זאגן היינט אז נאך דריי יאר מעג מען שוין גיין פאר העלפ, ווילסט נישט דיין ווייב זאל קריגן א נערוון בראך, ווער האלטסטו איז בעסער עי טיים אדער בוני עולם, דיין טאטע איז אינוואלד, ער וויל צאלן? ער האט אפאר טאלער ער קען זיך עס ערלויבן. דארפסט פארשטיין אז ווי מער משטיפט עס אפ אלס קלענער זענען די טשענסעס פאר סוקסעס, דו ווילסט נישט שטארבן אן א קדיש, סתם פאר קיריאסיטי וויאזוי פילסטו ביי א בוני עולם דינער, דו נעמסט ארויס די חיזוק דערפון אדער דו דווערסט צעבראכן, און וויפיל גיט שלמה פאר א פארפאלק, און וואס טוט זיך מיט נאך א קינד, און סשטערט דיר אז דיין ברודער האט געהאט פאר דיר? כקען דיר, ביזט א טוב עין איך בין זיכער דו פארגינסט אים, עני וועיס, כמעט אלעמאל וואס מיין ווייב באקט חלות האט זי דיך אינזין, גלייב מיר כשפיר דיין צער, עניטיים ווילסטוך אויסרעדן געמיר א קאל, אויב איך הייב נישט אויף קענסטו לאזן א מעסעזש, אייל טריי טו געט בעק טו יו.

אבי גערעדט » מיטוואך יוני 18, 2014 8:38 am

· #206622
הוי ביזטו ריזיג..

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 18, 2014 10:16 am

· #206640
כוכב, זאפטיג!

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 18, 2014 10:18 am

· #206641
אזא "כוכב" שוין לאנג נישט געזעהן! אזוינס צוזאמצעווארפן? Wי ניד מאר!

לענינינו, ווען דער נאר זאל נישט זיין מיינער וכו',
לעצטנס גערעדט מיט איינעם וואס איז אדורך א געוויסע פראצעדור, ער זאגט מיר אז ממש ער האט געפילט די ערגסטע זאך יעצט איז צו וואוינען צווישן חרדישע אידן. א שאנדע.
לאמיר זיך אלע טאקע לערנען און זיין מער סענסעטיוו ווי מען שטעקט אריין די נאז... "ליוו ענד לעט ליוו".

בר דעת » מיטוואך יוני 18, 2014 11:47 am

· #206659
אסאך מאל קומט עס פון גוטסקייט, נאר א פארקרומטע, געמישט מיט יאכנישקייט

מצטמק ויפה » מיטוואך יוני 18, 2014 12:16 pm

· #206665
כוכב, געוואלדיג.
די נושא איז זייער אנגעווייטאגט מצד אחד האט מען נישט קיין אהנונג ווי שטארק עס באדערט יענעם, און האט א שרעקליכע אפעקט. אבער מצד שני וואס פארלאנגט מען פון אונז? וואס זאלן מיר טוען? מיר מיינען דאך נאר יענעמ'ס טובה.

ווייל קודם איז פארהאן מענטשען ממינים שונים, וואס טייל ווילן דייקא מען זאל יא מיט זיי רעדן, און טייל ווערן באליידיגט, און זייער אסאך זענען אזוי צובראכן ביי זיך אז וואס דו גייסט נאר טוען וועלן זיי זיך באליידיגן, איז ממילא וואס דארף מען טוען?
איך מיין די איינציגסטע וועג איז פשוט אוועקצושטיין ווי ווייט מ'קען. און רעד דיך נישט איין אז איך בין א גוטע חבר און איך מעג...

חוץ איינער וואס איז אין די זעלבע מצב, אדער געווען אמאל אין אזא מצב, אזא איינעם איז מען אלעמאל גרייט צו הערן, ולמצוה גדולה יחשב.

כוכב » מיטוואך יוני 18, 2014 12:28 pm

· #206669
די נקודה איז נישט דא אזוי ווייט איבער רעדן מיט דעם באטראפענעם, בעיקר באצי איך מיך איבער רעדן מיט הקרובים אל החלל.
משפחה און נאנטע נעמען זאכן זייער פערסאנאל און מענטשן כאפן נישט ווי מדארף אבבאכט געבן.

כוכב » מיטוואך יוני 18, 2014 2:36 pm

· #206711
געהערט אמאל אן אינטערוויו אויף קול מבשר, זאגט דארט וועלוועל גאלדשטיין אז ווען ער גייט באזוכן א חולה איז די לעצטע זאך וואס ס'אינטערעסירט דעם קראנקען איז צו רעדן פון זיין קרענק. מיט דעם לעבט ער נעבעך און ער זוכט צו אנטלויפן דערפון און מסיח דעת זיין. ממילא אנשטאט מיטקרעכצן העל איך אים דערציילן אז א גארבעזש טראק האט זיך איבערגעדרייט אויף מארסי עוו.
ובכן, די אלע וואס פרעגן וואס צו רעדן ווען איינער גייט דורך א שווערע פרשה, די בעסטע עצה איז צו שווייגן און רעדן פון אלעס חוץ יענעם'ס פראבלעם סיידן דו טראגסט אן ממשות דיגע הילף ווי א פאר טאלער.

און מיין עיקר נקודה איז, גיב אכט אויף די געפילן פון די קרובים, זיי זענען זייער סענסיטיוו, ווען מיין שוועסטער האט זיך גע'גט האט א חבר מיינע מיך אנגערופן דיסקוטירן מיט א בלעכנעם פנים אז מיין שוועסטער איז אלעמאל געווען אביסל פאני.
בכלל דארף א מענטש געדענקען, קיינער דארף נישט דיינע פארקאקטע עצות, דו ווייסט גארנישט, דו האסט נישט די פרטים, טייל נישט קיין דיעות ווילאנג מ'פרעגט דיך נישט. מיש נישט די טאפ, שטופ נישט די נאז, דיין גרויסע פקחות ווייסן די נאנטע אויך און זיי זענען נאך אזוי געטריי צום באטראפענעם ווי דיר.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 18, 2014 5:27 pm

· #206772
כוכב: ייש"כ. דו ביסט מורא'דיג. דו האסט אראפגעלייגט אין איין פתיחת האשכול דעם גאנצן "פעידזש סיקס" פונ'ם פארשטינקענען פאוסט, און (ניין, איך זאג נישט להבדיל) חיימ'קע שאולזון און די דזשואיש פרעסס, רעבעצין אסתר יונגרייז. אלעס בנשימה אחת. איך האב אין דיין קורצן ארטיקל דערקענט לכה"פ זעקס מענטשן, און מיך אליין אויכעט. און דו רעדסט זיך נאך אפ. דו קוועטשט ווי א אידענע אינ'ם ניינטן חודש. (ראה אשכול במקום אחר.). איך זאג א יעדן טאג (כמעט). א קפיטל תהילים אז דו זאלסט ח"ו נישט איבערלאזן דאס קאווע שטיבל. ווייל. מילא אויף די אנדערע שרייבערס וועלכע זענען נעלם געווארן האביך שוין אויפגעגעיבן. כאטש איך האלט אז זיי 'עללן נאכאמל צוריקקומען, בין בגילגול זה, בין בגילגול אחר. אבער אן דיר וועט זיין זייער בארינג. דיינע ארטיקלען זענען כמים קרים על נפש עייפה, אין א טאג פון 100 דעגריעס... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 🙂 😉 😮

גאלד » מיטוואך יוני 18, 2014 6:49 pm

· #206799
אפשר גיי איךף אביסל אף-טאפיק אבער וואס האלט איר @כוכב פון רעדן פון יענמס צרות שלא בפניו,

פארוואס איז דאס אז ליידער ביי אגרויס חלק היימישע שטיבער ביים שבת טיש זיצט מען אין מ'קייט דורך אנדערע משפחות פריוואטע איינגעלעגנהייטן,
ב"ה ביי מיר אין שטוב האב איך עס אינגאנצן אויסגעראטן,
ליידער האב איך מיין יצה"ר, און ב"ה דאס איז נישט מיין יצה"ר, אדרבא אין ווער זייער נערווירט ווען איינער פרעגט מיך צו א פרעמדער פארשוין איז נאך סעפערעטעד אדער שוין גע'גט,
אדער צו יענעמס זוהם או.טי.די. זוהן איז שומר שבת,
אדער צו יענער מאכט געלט צו נישט,

וואס איז עס דיין דעממ ביזנעס!!!

כאב מיך איבערצייגט אז ס'סאך מער איינגעריסן ביי היימישע משפחות, איך ווייס נישט פארוואס,

עיין פה ווי איך האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן

outspoken » מיטוואך יוני 18, 2014 7:19 pm

· #206819
חיים פרנס האט זיך פראטעקטעט פון די... ביי ניחום אבלים ר''ל
📎 PARNAS.jpg

כוכב » מיטוואך יוני 18, 2014 7:23 pm

· #206822
👍
כגעדענק סאמאל געווען א שריפה אין א גראסערי האט ער ארויסגעלייגט בערך אזא צעטל:
איך הייס חיים שטינקאטש, איך בין דער בעל הבית, כהאב געהאט אינשורענס, די פייער איז געווען אן עלעקטעריקעל, איך גיי איבערבויען וכו.
גראדע ביי א שבעה איז נארמאל אז מפרעגט איבער דער לעבנס ביאגראפיע פונעם נפטר דער פרנס איז סתם אזוי מיד געווארן...

קפנדריא » מיטוואך יוני 18, 2014 8:39 pm

· #206838
הער איך א איד איז אריין צו דעם חכם הנ"ל מנחם אבל זיין, און א רעדן א ווארט האט'ר אים אהינגעגעבן -פאר'ן שטילן אבל- א צעטל אפגעדרוקט מיט קידוש לבנה אותיות "המקו' ינחם אתכם וכו'..." און ארויס.

כאטש איינער האט זיך פארשטאנען מיט אים.

עפל סיידער » מיטוואך יוני 18, 2014 9:10 pm

· #206843
[ציטאט אראפגענומען]

נישט געפערליך, עפעס נאר ווען מען קומט אונז בעטן צו העלפן פאר בוני עולם זענען מיר מחותנים? איך מעג געבן עצות אויך.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:51 pm

· #206906
עפל סיידער

נישט געפערליך, עפעס נאר ווען מען קומט אונז בעטן צו העלפן פאר בוני עולם זענען מיר מחותנים? איך מעג געבן עצות אויך.

נעקסטע מאל דו גייסט נוצן די חסד ארגעניזאציעס אויפצוווייזן וויפיל חסד מ'טוט אין אונזער קאמיוניטי, געדענק דעם תגובה.

כוכב » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:31 pm

· #206985
מיין פנים גלאנצט ווי דער מגדל חזרים, במקלי עברתי פון אייוועלט אהער, און שוין האב איך זוכה געווען צו עטליכע און פערציג לייקס. עוד רד עם ישראל קל, פונקט אינעם טאג וואס כאב געקרעכצט ווי אין ניינטן חודש (קרעדיט באגיבאלע) האט מען געוויזן אז עוד קאווע חי.
לעצטנס איז דא דא אזא אכשר דרא פאסט נישט סינדראם אז מטאר נישט רעדן פון לייקס כאילו סאיז עפעס די ביטערע מחלה אליין.
זיך דרייענדיג אין קעלער ביי די ארכיוון, זע איך אז אין די בראשית יארן האבן אלע לייבן גערעדט פון לייקס (ראובן ביזטא?).
דעריבער וויל איך מיך הערצליך באדאנקען פאר יעדע לייק, יא סשמעקט מיר, איך אפרישיעט עס, כקוק ארויס דערפאר, כקום כסדר צוריק אננעמען די פרישע, און אפילו ווען איר נוצט אייער צווייטע ניק צו לייקן דאפלט גלייך איך עס אויך, כבין דאנקבאר ושכרו כפול מן שמים.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:35 pm

· #206986
די מענטעלאטי ביי אונז היימישע איז אז אונז זעמער איין משפחה. מ'האט אונז במשך הדורות געפייניגט צוזאמען, געהארגעט צוזאמען, און פארטריבן צוזאמען. אידן זענען אלע מאל געווען אין יענעמס קישקעס. משה רבינו האט מתקן געווען מה טובו אהליך אז איין טיר זאל נישט זיין אנקעגן דעם צווייטן, זעהט אויס ער האט געקענט זיינע אידעלעך. ס'נעמט זיך פון א נאנטקייט. פאר די זעלבע סיבה זעמער אונז איינגעטינקן אין חסד פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ווייל וואס טוט מען נישט פאר משפחה. למעשה אונזער דור פון 20-45 זענען געקנויטן פון א מער זעלבסשטענדיגע טייג, און מיר האלטן נישט אויס די נאז'עשקייט. ס'איז נישט אויסצוהאלטן, ווען די עלטערע בינינו ווי אויך קטני הדעת בינינו גייען איבער די לימיט. ס'איז אלעמאל געווען מיאוס צו זיין אין יענעמ'ס ביזנעס, אבער ס'איז געווען די נארם אז עלטערע אדער חברים שטעקן נאז ביי אנדערע. ס'קומט אבער פון זיין נאנט ווי משפחה, נישט פון שלעכט'סקייט.

פאלשע פיש » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:39 pm

· #206987
עפל סיידער
[ציטאט אראפגענומען]

נישט געפערליך, עפעס נאר ווען מען קומט אונז בעטן צו העלפן פאר בוני עולם זענען מיר מחותנים? איך מעג געבן עצות אויך.


גיבסט געלט פאר בוני עולם דאן גיב די עצות פאר בוני עולם.
גיבסט עצות פאר׳ן יונגערמאן דאן גיב דאס געלט פארן יונגערמאן. ודו״ק כי קצרתי

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:46 pm

· #206989
רויטע וואנצעס
די מענטעלאטי ביי אונז היימישע איז אז אונז זעמער איין משפחה. מ'האט אונז במשך הדורות געפייניגט צוזאמען, געהארגעט צוזאמען, און פארטריבן צוזאמען. אידן זענען אלע מאל געווען אין יענעמס קישקעס. משה רבינו האט מתקן געווען מה טובו אהליך אז איין טיר זאל נישט זיין אנקעגן דעם צווייטן, זעהט אויס ער האט געקענט זיינע אידעלעך. ס'נעמט זיך פון א נאנטקייט. פאר די זעלבע סיבה זעמער אונז איינגעטינקן אין חסד פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ווייל וואס טוט מען נישט פאר משפחה. למעשה אונזער דור פון 20-45 זענען געקנויטן פון א מער זעלבסשטענדיגע טייג, און מיר האלטן נישט אויס די נאז'עשקייט. ס'איז נישט אויסצוהאלטן, ווען די עלטערע בינינו ווי אויך קטני הדעת בינינו גייען איבער די לימיט. ס'איז אלעמאל געווען מיאוס צו זיין אין יענעמ'ס ביזנעס, אבער ס'איז געווען די נארם אז עלטערע אדער חברים שטעקן נאז ביי אנדערע. ס'קומט אבער פון זיין נאנט ווי משפחה, נישט פון שלעכט'סקייט.

ריכטיג זאגסטו. ערגעץ האב איך געשריבן דערוועגן. וועל מיר עס באלד אפירזוכן.

petergrifin » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:59 pm

· #206993
כוכב אזא זשוסי שטיקל שוין לאנג נישט געהאט! 👍
אז א שטיקל חבר װײסט עפעס כ׳װײס ער האלט מיט סאמהאו שוין איך קען אפשר הערן, װאס איז אבער פשט פון אײנער װאס איך רעד שוין נישט יארן מיט איהם און ער קומט מיר פרעגן מײנע פריװאטע ענינים און שוין אויף דער פלאץ האט ער א זאק מיט עצות? העי איך האב דיר נישט געפרעגט איך האב מיט דיר גארנישט און ביסט קײנמאל נישט געװען דער גרויסע חכם סא שקט!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:17 pm

· #206997
רויטע וואנצעס
די מענטעלאטי ביי אונז היימישע איז אז אונז זעמער איין משפחה. מ'האט אונז במשך הדורות געפייניגט צוזאמען, געהארגעט צוזאמען, און פארטריבן צוזאמען. אידן זענען אלע מאל געווען אין יענעמס קישקעס. משה רבינו האט מתקן געווען מה טובו אהליך אז איין טיר זאל נישט זיין אנקעגן דעם צווייטן, זעהט אויס ער האט געקענט זיינע אידעלעך. ס'נעמט זיך פון א נאנטקייט. פאר די זעלבע סיבה זעמער אונז איינגעטינקן אין חסד פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ווייל וואס טוט מען נישט פאר משפחה. למעשה אונזער דור פון 20-45 זענען געקנויטן פון א מער זעלבסשטענדיגע טייג, און מיר האלטן נישט אויס די נאז'עשקייט. ס'איז נישט אויסצוהאלטן, ווען די עלטערע בינינו ווי אויך קטני הדעת בינינו גייען איבער די לימיט. ס'איז אלעמאל געווען מיאוס צו זיין אין יענעמ'ס ביזנעס, אבער ס'איז געווען די נארם אז עלטערע אדער חברים שטעקן נאז ביי אנדערע. ס'קומט אבער פון זיין נאנט ווי משפחה, נישט פון שלעכט'סקייט.

רויטע וואנצעס: ייש"כ. איך האלט מיט דיר 100%. נאכמער. אפילו דער וועיג וויאזוי דער עולם דריווט . למשל, נישט סיגנאלן פאר מ'דרייט זיך איין, אדער מאכן פלוצלינגדיגע סטאפס, נעמט זיך אויך פון היימישקייט, נישט פון שלעכטקייט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:42 am

· #208155
שאולי גראס ברענגט עס אויף פעיסבוק.
שאולי, זיי א מענטש געב קרעדיט פאר כוכב/ק"ש.

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 5:39 pm

· #209264
דער אמת איז אז ס'איז ארומגעפארן אויף וואטסעפפ און ער מוז נישט האבן אן אנונג אז סקומט פון דא.
אויף פאליש האב איך געזען האט עס איינער ארויפגעשטעלט און ער שרייבט אפיציעל אז סקומט פון וואטסעפפ.
איינער זאגט מיר א סברא פארוואס מזעט לעצטנס א רעדוקציע אין אקטיוויטעט אויף ק'ש, ווייל דער עולם איז פארנומען אויף וואטסעפפ. קען זיין.

חכם עתיק » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:29 pm

· #234087
כוכב
:like
כגעדענק סאמאל געווען א שריפה אין א גראסערי האט ער ארויסגעלייגט בערך אזא צעטל:
איך הייס חיים שטינקאטש, איך בין דער בעל הבית, כהאב געהאט אינשורענס, די פייער איז געווען אן עלעקטעריקעל, איך גיי איבערבויען וכו.
גראדע ביי א שבעה איז נארמאל אז מפרעגט איבער דער לעבנס ביאגראפיע פונעם נפטר דער פרנס איז סתם אזוי מיד געווארן...


איך ווארט איינער זאל אזוי זאגן פאר דעם קול מבשר ווען ער קריכט אריין אין די קישקע. סאך מאל נעמט ער ארויס די געדערים אין גיסט עס אויס ברבים. און מאכט זיך ווי ער פארשטייט נישט וואסב מען וויל פון איהם.

לעמיל » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:20 pm

· #234105
גראדע האט קול מבשר זייער גוטע פאליסיס ווען עס קומט צו דעי זאכען און ער וואטשט זייער שטארק נישט צו אריין קריכען און יענעמס קושקעס

Chasidishmashpia » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 6:39 pm

· #234505
מורא'דיג!!

מי אני » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:29 am

· #446642
Re: לא תאכלו על הדם
די גאונות פון @כוכב דא ליגט אין די סימפּליסיטי פון איר קאמפּאזישאן. אראפגעלייגט קענדידלי נאטורליכע באמערקונגען וואס קומען פאר אין די געזעלשאפט און עס ברענגט ארויס די תכלית פונ׳ם פארפאסער נישט דארפענדיג קיין שום קאמענטארן. די קעפל איז אויך גאר פאסענד.

במדבר » פרייטאג אפריל 24, 2020 11:36 am

· #446652
@כוכב. ריזיג! אין עליך!

אבער פון ווי ווייסטו? 😮 הייסט עס, ער איז אויך דיין שכן?! 😲 און ער זאגט פאר יעדעם, ''ווארט ביי ווארט'' די זעלבע זאך?! 🙄