☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6148
בלאט: 1 2 3 4

סקאטש טעיפ » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:02 am

· #192241
שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?
שלום עליכם

סקאטש טעיפ איז א גאסט אין שטיבעל, און דאס גייט זיין מיין ערשטע תגובה, און א וועג האב איך מיר נאר אריינגעסיינט וועגן דעם תגובה, אז איך וועל זעהן מיין שאלה וועט גוט ווערן פארענטפערט אפשר וועט מיר דאס געבן די געשמאק ווייטער צו בלייבן דא.

איז אזוי, איך הייב נאר לעצטנס אהן ארויסצוגיין פון מיין צמצומ'דיגער וויליאמסבורגער קאפ, און אין מיין מח דרייען זיך ארום פון איין זייט א ים פון נייע ידיעות און א נייע בליק אויף אלעס, און פון די אנדערע זייט איז דא פיל מחשבות וואס איך האב קשיות וואס דארף נאך ווערן פארענטפערט,

איינע פון די זאכן וואס אויף דעם באציהט זיך מיין אשכול איז אין עניני צניעות, אז איך בין געווען צוגעוואוינט אז שווארצע טייץ איז מער אן עקסטרעמע צניעות'דיגע וועג ווי פרויען גייען אנגעטון, געמיינט האב איך אז די מאה שערים'דיגע אדער די העלעבראנצעס גייען אזוי, משא''כ ווי ליכטיגע די טייץ איז, איז עס מער מאדערנע און אום צניעות'דיג, אזוי ווי איך האב אלס געקענט די דרשות פון רבין ז''ל בנוגע דורכזיכטיגע שטרימפ.

אזוי האב איך געמיינט, ביז איך בין אמאל געפארן באזיכן מיין שוועסטער און שוואגער וואס האבן זיך געצויגן קיין ירושלים, ביפארן אהיימפארן זאגט זי מיר, "זאג נישט פאר טאטי און מאמי אז איך גיי מיט שווארצע טייץ", איך האב דאן אפילו נישט אין אכט גענומען אז זי גייט אזוי אבער אז זי האט מיר געזאגט פרעג איך איר וואס איז די פראבלעם, זאגט זי מיר אז טאטי מאמי האבן נישט ליב ווען איך גיי פעשענעבול, און דא האט זיך געענדיגט די שמועס.

אבער ביי מיר אין קאפ האט זיך נאר דעמאלס אנגעהויבן די צומישעניש, וואס גייט דא פאר צניעות'דיג עקסטרעם אדער פעשענבויל?

און אזוי גירבלען מיר שוין די מחשבות א שטיק צייט ווען איך באטראכט טאקע פרויען, און איך באמערק טאקע אז די בעסערע בארא פארקער פרויען גייען טאקע טונקעל פעך שווארצע טייץ פונקט אזוי ווי די פרומסטע פרוי און וויליאמסבורג, און נאר די אינצווישען פרום און מאדערן'דיגע חסידישע פרויען גייען ברוינע טייץ.

סא קען איינער מיר ערקלערן וואס דא קומט פאר?

היימישער ליטוואק » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:08 am

· #192243
דא און דא

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:12 am

· #192245
איך וואלט זייער געוואלט פארענטפערן דיין גרויסע מבוכה, נאר וויבאלד אין דעם ענטפער איז תלוי צו וועסט בלייבען דא א גאסט אין שטיבל צו נישט כאפט מיר א ציטער בבחינת אוי לי מיוצרי אויב וועסטו בלייבן ואוי לי מיצרי אויב וועסטו נישט בלייבן (ויש אומרים להיפך).

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:28 am

· #192250
ס'דא אסאך אזעלכע פאראדוקסן אין דעם געביט, לדוגמא די לענג פונעם שעסל, קורץ איז מאדערן, וועסטו אבער מיינען אז די לענגער די בעסער? זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, לאנג איז אויך מאדערן, ס'מוז זיין קרח מכאן ובלק מכאן, חקת עולם לדורותם, אז נאר פונקט אינמיטן איז פרום. מאכט סענס? ניין, אבער זייט ווען דארף צניעות מאכן סענס?

גראדע איז סקאטש טעיפ אויך אביסל מאדערן, ס'דאך ממש דורכזיכטיג! נאר אויב נוצט מען עס צוצוקלעבן די הענטל פונעם גלעזער ווערט עס פרום, זעסט די פאראדוקס?

איש עברי » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:37 am

· #192253
למעשה האסטו געהאלטן ווארט? אדער האסט יא פארציילט פאר דיינע עלטערען? די אמת זאג

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:45 am

· #192255
באמת א שווערע פראגע, אבער איך נעם אן אלס פשטות אז ליכטיגע טייץ איז מער פרום, ווארום אויף זיי דערקענט זיך באופן בולט די 'סיעמס', משא"כ אויף די שווארצע טייץ זעהט מען עס נישט, און דאס גרעניצט זיך מיט אבזרייהו דג"ע רח"ל.

מאטי » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:54 am

· #192256
אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, און דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.

איש עברי » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:57 am

· #192258
סקאטש טעיפ אויב דיין שאלה ווערט נישט פארענטפערט פליז געב אונז נאך איין טשאנס, ברענג אויף נאך א ברענעדיגע נושא, למשל צו מאט טישבעקיטשעס איז חסידיש, און צו מען מעג גיין די קנעפלעך אויף די גארטל א.א.וו.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:59 am

· #192259
מאטי
אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.

לעסט טיים איי טשעקט האט די הירהורים צו טוהן מיט די כוונה פונעם קוקער, נישט פונעם פרוי, אבער ווי גאזאגט, די צניעות סטאנדארטן [ליין:חרדישע דרעס קאוד] האבן שוין לאנג נישט צו טוהן מיט לאגיק אדער אפילו הירהורים.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:18 am

· #192263
די שאלה האט נישט עכט קיין קלארע תירוץ, ווייל עס איז ביידע, סיי פרום און סיי סטייליש,

פרום איז עס ווייל עס איז א טונקעלע קאליר, און יעדע טונקעלע קאליר איז צניעות'דיג און ציעט ווייניגער דעם אויג, משא"כ ליכטיגערע קאלירן. דאס שטייט שוין אין הלכה ערגעץ (כ'מיין אין איינע פון די נושאי כלים אין שו"ע).
מצד שני וועסטו נישט טרעפן קיין דיקע פאלם שטרימפ אין די גוי'אישע געשעפטן, און ס'רוב פון די היינטיגע בעידזש/ברוין קאלירן איז עקסקלוסיוו פאר היימישע ווייבלעך, און ממילא איז זייער סטייליש צו גיין מיט שווארצע טייץ, ונשי בארא פארק/פלעטבוש יוכיחו.

איכא דאמרי אז עס איז א נפק"מ צו מען נעמט דינערע צו דיקערע, אבער למעשה זעהט מען אז אפילו אסאך מאדערנע גייען דיקערע בפרט אום ווינטער.

אונטערשטע שורה מיין איך אז עס ווענדט זיך אין די איבריגע לבוש פון די פרוי, אויב גייט זי צניעות'דיג אלעס ארום, דאן טוט שווארצע שטרימפ קאמפלימענטירן און משלים זיין די צניעות'דיגע לבוש, משא"כ די נשים מיט לאנגע שייטלעך, שמאלע געפאסטע קליידער וואס ענדיגט זיך העכער די קניען און גייען מיט די הויכע שטעקל שיך נוצן די שווארצע טייץ צו קאמפלימענטירן די סטיילישע אוטפיט, וכדברי מאטי הנ"ל.

איך אויך » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:29 am

· #192266
מר. סקאטש וועלקאם טו די שטיבל.

געפילטע האסט מיר גורם געווען א אויספלאץ. אבער זעהסט למשל איך באנוץ מיך בעיקר מיט ברוינע פעקינג טעיפ ,איך האב קיינמאל נישט אזוי אריינגעטראכט פארוואס עד שבא געפילטלינו וגילה לנו אז די דורכזיכטיגע איז נישט צניעותדיג.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:52 am

· #192271
די פרומע גייען מיט שווארצע טייץ מעולם, און די לעצטע 15 יאר איז די שווארצע טייץ ביי פענסי פרויען געווארן די סטייל. די פרומע זענען מיט די צונג אינדרויסן, זיי האקן אויף די לבוש פון די קאפ ביז 4 אינטשעס נאכן קני, נאכדעם איז כשר כעת.

גנדי » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:59 am

· #192272
איך מיין צניעות איז געווארען א פשוטע חק:

אויב די ווילסט דאס אנטוהן טאר מען נישט. פיריאד.

מעגסט נאר אנטוהן וואס איך הייס און די ווילסט נישט.

גנדי » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:04 pm

· #192273
א נייע דוגמא וואס מיין ווייב פארציילט מיר.

לעצטנס איז די סטייל אז יונגע מיידלעך טוען אן בעיזש טייטץ פאר חתונות.

האבן די סקולס אהיים געשיקט צעטלעך אז זיי טארן נישט.


איי! אמער! און א יאר צוויי גייסטו זיי זאגן אז נאר בעיזש איז צניעותדיק. דעמאלטס פארוואס מעגן זיי נישט זיין א דוחק את הקץ און זיין צניעותדיג יונגערהייט?

די תירוץ איז ווייל די ווילסט און דאס איז געווארען די סטייל ווערט א חק אז דאס איז פלוצלונג אויס צניעותדיג. תיקו.

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:11 pm

· #192276
שלום עליכם, מיסטער בראנפען קלעבאכטץ.

קיינער שרייבט נישט דא מיט א תנאי קודם למעשה.

קיינער (הערסט פינטל?) זוכט נישט קיין אטענשאן אדער אנערקענונג פאר'ן שרייבן. מען עפרישיעיט ווען מען באקומט עס.

מיר זענען דא ווייל מיר ענדזויען די קאמפעני, טעיק איט אר ליוו עט.

איש עברי » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:26 pm

· #192280
פישל'ע איך ציטער אז ער וועט גיין, מיר וועלן בלייבן אנע סקאטש טעיפ און אן מנשה קענסט דיך פארשטעלן ווי אומעטיג עס וועט זיין דא?

שטילע אינגערמאן » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:39 pm

· #192290
שווארצע זאקן שבת, חניוקיש אדער פעשענבול
איך האב גענוי די זעלבע שאלה אויף בחורים וואס גיין שווארצע זאקן שבת. איז עס פעשענבול אדער חניוקיש?

אמאל זענען נאר 250 פונטיגע גראבע רעבישע אייניקלעך וואס טוישען די זאקן איימאל א חודש געגאנגען מיט שווארצע זאקן, ווידער היינט זעהט מען אלע סטייל בחורים גיין שווארצע זאקן.
אין באבוב גיין רוב בחורים לעטצענץ מיט שווארצע זאקן (דאס מיינט מיט מאט חאלאטלעך אין שיינע גלעזער)

אקיצור כ'מיין אז די זעלבע תירוץ אויפן טייץ קען חל זיין אויפן זאקן.
איין נפק"מ צווישען מיר מיט סקאטש טעיפ. איך סטראשה נישט צו אנטלויפן, איך בלייב דא א תושב אפי טאמער ס'ווערט נישט פארענטפערט

מ גפני » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:41 pm

· #192292
איז ער נאך בכלל דאהי דער סקאטש?? ער האט דערווייל נישט צוריקגעענטפערט אויף קיין איין תגובה, ניטאמאל א לייק געגעבן און מיר זענען פארנומען אז ער זאל אונז נישט איבערלאזן, ער איז שוין לאאאאנג נישט דא!!!

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:47 pm

· #192295
איש עברי
למעשה האסטו געהאלטן ווארט? אדער האסט יא פארציילט פאר דיינע עלטערען? די אמת זאג

לאמיר זאגן אז נישט. טאטי גייט שוין נעמען די נעקסטע פלעין קיין ירושלים און גוט אנשרייען די שוועסטער. אוי. ס'איז דא א פראבלעים. נאר די טמא'נע מדינת ישראל עירליין אל-על האט א פלעין. די כשר'ע און וואוילע דייטשע עירליין לופטהאנזא האט ערשט דאנערשטיג. יא. הערר ראבינער....דער הייליגער ברך משה זכותו יגן עלינו האט אייביג מקפיד געווען נאר צו פארן מיט לופטהאנזא... 😕 🙄 😎 😂 😠 😛 😳 😢 😮

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:50 pm

· #192299
היינטיג טאג חסיד'יזים איז דעפענירט לויט וועלכע קאליר dye מ'האט געווייקט א קלייד, ביפאר מ'האט עס געשניטן אויף א געוויסע וועג. דיינע חברים, דיין חסידות, דיין שידוך, מחותנים, ווי די וואוינסט, הכל בכל איז דעפענירט לויט דעם וויכטיגן כלל.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:53 pm

· #192300
געפילטע פיש
מאטי
אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.

לעסט טיים איי טשעקט האט די הירהורים צו טוהן מיט די כוונה פונעם קוקער, נישט פונעם פרוי, אבער ווי גאזאגט, די צניעות סטאנדארטן [ליין:חרדישע דרעס קאוד] האבן שוין לאנג נישט צו טוהן מיט לאגיק אדער אפילו הירהורים.

אויב די רעבעצין קלו--- פון מאנסי מאכט אפ די סטענדערדס, איז עס זייער לאגיש...וק"ל, וד"ל, ודפח"ח, ואכמ"ל, וצ"ע,ונ"ע. 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:57 pm

· #192302
שטילע אינגערמאן
איך האב גענוי די זעלבע שאלה אויף בחורים וואס גיין שווארצע זאקן שבת. איז עס פעשענבול אדער חניוקיש?

וואס איז דווקא שבת?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:04 pm

· #192308
אפטעמיסט
באמת א שווערע פראגע, אבער איך נעם אן אלס פשטות אז ליכטיגע טייץ איז מער פרום, ווארום אויף זיי דערקענט זיך באופן בולט די 'סיעמס', משא"כ אויף די שווארצע טייץ זעהט מען עס נישט, און דאס גרעניצט זיך מיט אבזרייהו דג"ע רח"ל.

אויף דעים איז אויכעט דא אן עצה. (ב"ה). מ'זאל לייגן א ווייסע סיעם אויף שווארצע טייטס. מ'דארף מעורר זיין אז די התאחדות הרבנים (זיי האבן שוין כמעט געענדיגט דן צו זיין איבער די קברים אין בית שמש. מ'ווארט נאך פאר הרה"צ ר' דוד שמידל שליט"א.) זאל דאס אויפברענגען אין זייער נעקסטע מיטינג. הרב איצא שייגעץ שליט"א איז שטארק פארנומען איצט אין די ערב פסח טעיג. תיכף נאך יו"ט אי"ה, גלייך נאך שחרית און אשר יצר, וועט ער אנהייבן ארבעטן אויף ארגאניזירן די נעקסטע נסיעה מיט געדונגענע אויטאבוסן קיין וואשינגטאן. ס'הייסט אז בנימין נתניהו קומט באזוכן אבאמא. מ'דארף דאך ווייזן אז לא אלמן ישראל (נישט ח"ו מדינת ישראל.). איינער מוז דאך ארויסגיין שרייען "פוי" ביים ווייסן הויז... 😕 😎 🙄 😈 😂 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮 😲

פליקער » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:12 pm

· #192311
אלעס ווענט זיך ווי דער חמער שטייט איין

אויב איז דער חמער ביי איינעם מיט א פלאכע ביבער היט אדער מיט ווייסע זאקן, אדער אפילו אויב דער חמער שטייט טאקע יא איין ביי איינעם מיט גאלדענע גלעיזער מיט שווארצע זאקן, אבער מען קען דערקענען אז ער האט נישט די ריכטיגע סימנים, למשל ער גייט נישט פאר א געוויסע אייניקל פון ר' אלימלך נאך געלט דאן איז נישט מוכרח אז זי גייט מיט די שווארצע זאקן וועיגן צניעות, ברויך מען קיקן אויפן חמער זעלבסט זעין גענוי וואס דארט טיט זיך אויב למשל דער חמער האט א קרוין וואס טייל ריפן אן קיין באוויסטע סיבה שפיצעל דאן קען מען אן נעמען אז די שווארצע זאקן זענען מחמת צניעות, אבער דעיס איז אויך נישט קיין הינדערט פראצענטיגע ראיה ווייל מיר זעיען ביי געוויסע וואס תחילתו איז עס צניעות אבער סופו איז עס א פעשען, געוועינטליך קען מען דאן באמערקן אויפן שפיצעל געוויסע פעשען'ס למשל אז דער שפיצל ווערט העכער און גרעסער, און זי הייבט אן מער אויסזעין ווי די מאהארזש פון שערלאק האלמס ווי א מנהלת אין בנות חיל, והמזל יזיל

its me » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:17 pm

· #192312
געפילטע פיש
ס'דא אסאך אזעלכע פאראדוקסן אין דעם געביט, לדוגמא די לענג פונעם שעסל, קורץ איז מאדערן, וועסטו אבער מיינען אז די לענגער די בעסער? זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, לאנג איז אויך מאדערן, ס'מוז זיין קרח מכאן ובלק מכאן, חקת עולם לדורותם, אז נאר פונקט אינמיטן איז פרום. מאכט סענס? ניין, אבער זייט ווען דארף צניעות מאכן סענס?

גראדע איז סקאטש טעיפ אויך אביסל מאדערן, ס'דאך ממש דורכזיכטיג! נאר אויב נוצט מען עס צוצוקלעבן די הענטל פונעם גלעזער ווערט עס פרום, זעסט די פאראדוקס?

איך זיץ אין א פאבליק טוילעט ליינענדיג דיין תגובה אין איך רייס מיר פאר געלעכטער. וואס מיינסטו טראכטען מיינע קאלעגעס
נאך א מזל די ווענט זענען נישט דורךזיכטיג

דריידל » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:48 pm

· #192349
אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

מיר באדערט שוין לאנג עפעס אנדערש. ס'איז איינגעפירט, און סקולס פארלאנגען, אז מיידלעך זאלן גיין שבת נאר מיט ווייסע טייטץ. איך קען נישט פארשטיין פשט דערפון ווייל ביי די צוועלף גייט מען שוין נישט דערמיט איז פארוואס דארף מען מחנך זיין קינדער צו טאן עפעס וואס שפעטער מעגן זיי דאס מער נישט טאן? די גאנצע מצוה פון חינוך איז נאר כדי אז ווען די קינדער וואקסן אויף זאלן זיי וויסן וואס יא און נישט צו טון אבער דא וויל מען דאך נישט זיי זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ ווען מ'וואקסט אויף איז וואס מאכט מען אן עסק דערפון ווען זיי זענען קליין?

דריידל » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:56 pm

· #192352
מ גפני
איז ער נאך בכלל דאהי דער סקאטש?? ער האט דערווייל נישט צוריקגעענטפערט אויף קיין איין תגובה, ניטאמאל א לייק געגעבן און מיר זענען פארנומען אז ער זאל אונז נישט איבערלאזן, ער איז שוין לאאאאנג נישט דא!!!



איך גלייב אז ער'יז דא מיט אן אנדערן ניק

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:15 pm

· #192359
דריידל
מיר באדערט שוין לאנג עפעס אנדערש. ס'איז איינגעפירט, און סקולס פארלאנגען, אז מיידלעך זאלן גיין שבת נאר מיט ווייסע טייטץ. איך קען נישט פארשטיין פשט דערפון ווייל ביי די צוועלף גייט מען שוין נישט דערמיט איז פארוואס דארף מען מחנך זיין קינדער צו טאן עפעס וואס שפעטער מעגן זיי דאס מער נישט טאן? די גאנצע מצוה פון חינוך איז נאר כדי אז ווען די קינדער וואקסן אויף זאלן זיי וויסן וואס יא און נישט צו טון אבער דא וויל מען דאך נישט זיי זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ ווען מ'וואקסט אויף איז וואס מאכט מען אן עסק דערפון ווען זיי זענען קליין?


מען איז נישט מחנך קאלירן מען איז מחנך צניעות אין אלס קליין מיידל איז עס ווייס אין ווען זי ווערט עלטער איז עס בעיז"ש אדער שווארצע שטרימ"פ ווי די רופסט עס.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:17 pm

· #192361
דאס האט בכלל נישט מיט צניעות, די סקולס טענה'ן אז לכבוד שבת דארף מען גיין ווייס, נישט ווי די נייע מאדעס צו גיין שבת שווארץ/נעווי.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:27 pm

· #192363
דו ביסט זיך סותר מיניה וביה קודם שרייבסטו די סקולס טענה'ן אז לכבוד שבת דארף מען גיין ווייס, נאכדעם שרייבסטו נישט ווי די נייע מאדעס צו גיין שבת שווארץ/נעווי.
איז וואס איז די סיבה לכבוד שבת אדער נישט גיין ווי די מאדע (צניעות)?

ברסלבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:29 pm

· #192365
ווי איך פארשטיי האט מאדע גארנישט מיט צניעות. צניעות מיינט איידל און באשיידן. און ווען עס איז דא א נייע מאדע, דארף מען זעהן אויב עס איז צניעות'דיג אדער נישט.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:32 pm

· #192368
דריידל
אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

נישט אמת, אבער לשיטתך וואלט leggings געדארפט זיין די פרומסטע.

דריידל » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:51 pm

· #192374
מיין קשיא איז אויף דער ערשטער וואס האט איינגעפירט די מאדע אז מיידלעך זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ שבת. פארוואס קליינע קינדער יא און גרויסע נישט?

its me » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:09 pm

· #192376
געפילטע פיש
דריידל
אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

נישט אמת, אבער לשיטתך וואלט leggings געדארפט זיין די פרומסטע.

מיט א סקורט איבער לעגינגס? דאנט ואררי, יבא יום ווען עס וועט זיין א מאסט

סקאטש טעיפ » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:17 pm

· #192381
אקעי איך בין ציריק
קאווע שטיבעל איר האט מיר איבעראשט, איך האב ווי געווארפן א באמבע און אנטלאפן, און יעצט ווען איך קים ציריק זעה איך ווי ס'ווארפט זיך תשובות אויף רעכטס און אויף לינקס, א מינוט שפעטער האט שוין היימישע ליטוואק געהאט מראה מקומות אא''וו
איך הייב אהן דורכציליינען איינס ביי איינס בעצם וואלט איך ענק אלע געדארפט געבט א ליק, אבער איך קען דאך נישט זיצען מיטן כלי אזוי לאנג באלד וועט מען מיר באמערקן, מיט די צייט האף איך דורכציטין אלע תשובות און ציריקענטפערן מיין הערות
דערווייל בין איך נאך נישט אינגאנצען קלאר אין דעם, זעהט אויס אז ס'איז טאקע נישטא קיין געהעריגע תשובה אויף דעם און מיר אלע ברעכן זיך קאפ ציזאמען
ומכאן הקריאה יוצאת פאר יעדער וואס ווייסט יא, און קען עס שיין מגדיר זיין please come forward
אוי איך הער שוין פיס טריט
עניוועיס קווע שטיבעל די ביסט גיט, איך וועל דיר נישט אזוי שנעל פארלאזן

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:26 pm

· #192386
געפילטע פיש
דריידל
אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

נישט אמת, אבער לשיטתך וואלט leggings געדארפט זיין די פרומסטע.

רבותי. (ענד איי עם טאלקינג טו אלל אוו יו.) ווי זענט עטץ געוועין צוויי וואכן צוריק ביי די הייליגע צניעות אסיפה. דארט האמיר געהאט (ב"ה נישט געוועין. נאר מפי השמועה. מיין גוטער חבר טיטאניק האט מיר געגעיבן אלע ריפארטס.) גרויסע גאונים וצדיקים וועלכע זענען געקומען ספעציעל פון די מרחקים להורות לעם ישראל את תורת הצניעות. דארט איז געווען די פלאטץ אויס צו פאקן אלע בויך ווייטאג איבער עניני צניעות. 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:30 pm

· #192391
דריידל
מיין קשיא איז אויף דער ערשטער וואס האט איינגעפירט די מאדע אז מיידלעך זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ שבת. פארוואס קליינע קינדער יא און גרויסע נישט?

און די קשיא אויפן ערשטן וואס האט איינגעפירט נעווי אינדערוואכן ווייסטו יא?
אמאליגע צייטן (נישט אזוי לאנג צוריק) האבן קליינע קינדער אין די היימישע מוסדות נישט געטארט גיין שווארץ, בלויז נעיווי! כאטש ס'איז קוים א חילוק צווישן די צוויי. היינט איז שוין געווארן הותרה הרצועה.
ומי יבין בסוד קדושים.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:37 pm

· #192400
ס'ווענדט זיך וועלכע רביצין זיצט אויפ'ן וועד. און וואס איר מאאד איז יענע טאג. און אויב זי האט ח"ו געהאט אן ארגומענט מיט איר מאן דער ת"ח שממית את עצמו באהלה של תורה מיט'ן גלעיזל קאווע, ציגארעטל און סעללפאון. 😕 😎 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😮

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:44 pm

· #192408
סקאטש טעיפ


אזוי האב איך געמיינט, ביז איך בין אמאל געפארן באזיכן מיין שוועסטער און שוואגער וואס האבן זיך געצויגן קיין ירושלים, ביפארן אהיימפארן זאגט זי מיר, "זאג נישט פאר טאטי און מאמי אז איך גיי מיט שווארצע טייץ", איך האב דאן אפילו נישט אין אכט גענומען אז זי גייט אזוי אבער אז זי האט מיר געזאגט פרעג איך איר וואס איז די פראבלעם, זאגט זי מיר אז טאטי מאמי האבן נישט ליב ווען איך גיי פעשענעבול, און דא האט זיך געענדיגט די שמועס.

סקאאטש
איך שוין דיין שוועסטער 😢 😞 😂 😂 😂

טעפל » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:49 pm

· #192413
אויך קען מען פרעגען אויף די לאנגע ראוב'ס איז דאס נישט מער צניעותדיג? ס'באדעקט אסאך מער..

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:02 pm

· #192426
טעפל
אויך קען מען פרעגען אויף די לאנגע ראוב'ס איז דאס נישט מער צניעותדיג? ס'באדעקט אסאך מער..

דער כלל איז. א יעדע זאך וועלכע איז נארמאל און שכל'דיג איז אסור. אויב ס'איז פארדרייט איז גוט. נאר איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעים מיט די זאכן. מ'מוז פרעיגן ביי די מענטשן וועלכע האבן יא א פראבלעים. 😕 😎 😂 🙄 😮

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:03 pm

· #192429
סקאטש טעיפ
אקעי איך בין ציריק
קאווע שטיבעל איר האט מיר איבעראשט, איך האב ווי געווארפן א באמבע און אנטלאפן, און יעצט ווען איך קים ציריק זעה איך ווי ס'ווארפט זיך תשובות אויף רעכטס און אויף לינקס, א מינוט שפעטער האט שוין היימישע ליטוואק געהאט מראה מקומות אא''וו
איך הייב אהן דורכציליינען איינס ביי איינס בעצם וואלט איך ענק אלע געדארפט געבט א ליק, אבער איך קען דאך נישט זיצען מיטן כלי אזוי לאנג באלד וועט מען מיר באמערקן, מיט די צייט האף איך דורכציטין אלע תשובות און ציריקענטפערן מיין הערות
דערווייל בין איך נאך נישט אינגאנצען קלאר אין דעם, זעהט אויס אז ס'איז טאקע נישטא קיין געהעריגע תשובה אויף דעם און מיר אלע ברעכן זיך קאפ ציזאמען
ומכאן הקריאה יוצאת פאר יעדער וואס ווייסט יא, און קען עס שיין מגדיר זיין please come forward
אוי איך הער שוין פיס טריט
עניוועיס קווע שטיבעל די ביסט גיט, איך וועל דיר נישט אזוי שנעל פארלאזן


איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך...

האסט דיך באמת ליב, מיסטער בראנפען קלעבאכטץ.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:07 pm

· #192434
עס איז דאך א דאורייתא!
ואהבת לרעך 'כמוך'.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:17 pm

· #192445
לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:32 am

· #192542
היימישער ליטוואק
לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.

הרב היימישער ליטוואק שליט"א: ווי איך זעה זייט איר א שטארקער בקי אין די דאזיגע סוגי'. איר האט געטון דערין מיט אן אויסער ווי געוויינליכע עמקות.. איך האלט אז איהר זאלט ארויסגעיבן/דרוקן א קונטרס. מיט אלע פרטי ההלכות און די סעיף קטנ'ס. מיט אילוסטראציעס און בילדער, פארשטייט זיך... 😕 😎 🙄 😂 😂 🙄 😂 😮

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:45 am

· #192544
היימישער ליטוואק
לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.

אה! איך זוך טאקע איינער וואס איז באקאנט בהלכות כיסוי. איך האב באקומען א מתנה א חלה דעקל וואס איז די זעלבע קאליר ווי די חלות, כ'האב געוואלט וויסן אויב ס'הייסט א כיסוי אדער נישט. א דאנק.

גנדי » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:25 pm

· #192628
פארוואס מעגן מענער גיין שווארצע אדער ווייסע זאקען אין שבת און פרויען נאר בעיזש׳ע זאקען.

איך האלט אז מענער זאלן אויך מוזען גיין נאר מיט בעיזש׳ע זאקען שבת...

גנדי » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:28 pm

· #192629
איך האב לעצטנס באמערקט אז די פרויען וואס האבן במסורה צו גיין מיט סימס אויף די טייטס - ווען זיי טוען אן בוטס boots לייגען זיי אויך ארויף סימס...

וכן ראוי לעשות...

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:52 pm

· #192643
גנדי
פארוואס מעגן מענער גיין שווארצע אדער ווייסע זאקען אין שבת און פרויען נאר בעיזש׳ע זאקען.

איך האלט אז מענער זאלן אויך מוזען גיין נאר מיט בעיזש׳ע זאקען שבת...

מאנכע מענער וואס גייען שבת מיט א שווארצע שטריימל אויפן קאפ און ווייסע זאקן אויף די פוס,
גייען זייערע ווייבער א ווייסע טורבאן אויפן קאפ און שווארצע טייץ אויף זייערע פוס

גנדי » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:59 pm

· #192646
היימישער ליטוואק
לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.


די מזוזה אין מיין שלאף צימער האט א ווייסע האלטער. די זעלבע קאליר ווי די מזוזה. הייסט דאס כיס בתוך כיס?

די זעלבע שאלה איז מיט די בגדים תחתונים של אשה. מיט די קאליר פון די לייב. איז דאס כיס בתוך כיס? מעג איך ליינען קריאת שמע אין שלאף צימער?

דוכט זיך מיר עס איז געווען אמאל א תקנות צעטל מען זאל נאר פארקויפען ווייסע אדער בעיזש׳ע בגדים עליונים און בגדים תחתונים. אבער דעמאלטס ווערט דאס א שאלה פון ערוה בעששית...

האט איינער די Skype פון הרב פאלק די ״חפץ חיים פון בגדי אשה״? איך וויל אים ווייזען די קאלירען פון מיין ווייבס וויקטאריע׳ס סודות...
בלאט: 1 2 3 4