☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » פינקי, אן אריגינעל!

פינקי, אן אריגינעל!

159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3647
בלאט: 1 2 3 4

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 1, 2013 10:17 pm

· #110968
פינקי, אן אריגינעל!
שווער צו דעפיצינירן דעם פונקטליכן אפטייטש פון 'אריגינעל' אויף אידיש.

גיט א קוק למשל ביי אונז אין קאווע שטיבל, דא מאנגלט ב"ה נישט קיין אריגינעלע. מיר האבן דא אזא איינעם ווי לעיקוואד, א יונגערמאן מיט די שמונה בגדים, פעפעטע הויזן און א מעליצער ווייס-וועסטל ביז צו די קראגן, און דאך, א געדאנקענגאנג ווי א פיליזאף פונעם מיטל אלטער, א גלגול פון די דארק עידזשעס. דאס הייסט אריגינעל, עפעס וואס האט נישט קיין פארגייער, און געווענליך אויך נישט קיין נאכגייער.

אדער אונזער באליבטער קופערניקעס, ער איז דאך דער סאמער וועלטס איינציגער וואס האלט אן דעם פרעסטיזשפולן פאזיציע אלס שיבער ווישערשאפטלער, איז דאס נישט אריגינעל?! נישטא נאך אזאנס.

וכהנה וכהנה, אזא חיבור ווי נטעי משה געציל, אריגינעל! אזא יאנקל וואס אז ס'האט נאר גענעכטיגט אונטער דעם זעלבן לבנה וואס פיגורירט איבער דעם גרים-פארהאסטן 'סיסטעם', וועט ער שוין טרעפן א וועג דאס צו בעשן, אריגינעל!

און מאראנצןזאפט איז אויך אריגינעל. ער קען גארנישט און ווייסט גארנישט, און דאך נעמט ער זיך אזוי איידעלערהייט ארויס זיין חלק.

אין דער אמעריקאנער קולטור שטייען ארויס אסאך אריגינעלע. נעמט א משל די ביטעלס, זיי ווערן געקרוינט אלס היילי אריגינעל, זיי האבן געפארמט א פרישע 'ראק' סטיל מוזיק, און געשטעלט די גאנצע מוזיק אינדורסטרי פון ראק ענד ראל און אר ענד בי אויף נייע רעלסן.
און אין בארא פארק האבן מיר קאפי קעט, מיט זייער סלאגאן "איטס אריגינעל"!

אבער אין א ראפאגאש געזעלשאפט, וואו אלעס פארט ווי א פראגראמאטישער קאנוואויער בעלט, אז פונעם באגעבא ביז צום ענדגילטיגן מקום מנוחה אין קעי דזשעי דארף א מענטש נישט שטעלן קיין איין טריט, אלעס אלעס איז פונקטליך אויסגעשטעלט פאר אים, איז שווער צו באגעגענען עפס אריגינעל, אזא אומר הבא מן החדש'דיגער פארנעם. פרנסה גיט דער אייבערשטער, און אויב האט איר טאלאנטן זאלט איר אהערשטעלן שיינע נוי סוכה.

כלפי מה דברים אמורים:

כלל ישראל, און מער אזוי דעם וויליאמסבורגער עם בפני עצמן, איז באשאנקען געווארן פאר די לעצטע 3 צענדליג יאר מיט א מתנה טובה אונטערן נאמען ר' פנחס מרדכי וועבער.

פארשלייערט אין א רויטן קנאבל בארד, א ג' רבעיים ראק, און א טשאלנט טאפ, זיצט דארט באהאלטן א אידל, אן אריגינעל!

אן אריגינעל אין בדחנות, אין קאמפאזיציע, אין קאלעראטור, און אין הארמאניע.

קלאר ווי דער טאג אז די פארגוסס'טע חיים מענדל סטיל בדחנות פון גיין שיין ביין ליין מיין פיין דיין חן איין, וואלט אונטערגעגאנגען (און איז אין א געוויסן זין שוין אונטערגעגאנגען) ווען נישט פינקי. עס איז קלאר אז ביי א מצוה טאנץ, אדער איז עס פינקי סטייל למחצה לשליש ולרביע, אדער גארנישט.

פינקי האט אוועקגעשטעלט נייע סטאנדארטן אין בדחנות. אז דו קענסט דאס נאכקאפירן אדער כאטשיג נאשן אביסל דערפון איז גוט, און אז דו ביזט פון די אלטע, דעמאלט פאפט דער עולם אויף טערקיש. אויסער דעם מחותן אליין וואס מ'איז מספיד זיין אינטערעסירט נישט קיינעם וואס דו זאגסט, און דער עולם קוקט ארויס ווען זיינע פוס וועלן אפנויגן פונעם בענקל שפיץ.

ווער איז דאס דער לענגנדארער פינקי וועבער?

איך האב נישט קיין אנונג. ער דארף צו זיין א וויליאמסבורגער איד וואס וואוינט ערגעץ אין ראדני גלילות, ומצאתי סמוכין לזה בס' הק' מעומקא דליפא. ער איז א גראדואירטער פונעם נייטרער סעטלמענט פארם אינסטיטוציע וואו ער האט שטודירט מיט אזעלכע מוזיק ריזן ווי אייזיק האניג, און מאיר ברוך קאהן.

במעללין יתנכר נער, בוצין בוצין מקטפיה, שוין אלס יונג בחור'ל אין ישיבה האט ער פורים געגראמט אן א צעטל, נוסח זקן ורגיל. פאר ווער ס'ווייסט האט ער נישט געהאט קיין לייכט לעבן וואס דא איז נישט דער פלאץ, און דאך: וצדיק בשמחתו ובטאלאנטפלותו יחי'.

אונטערן 'רבי פנחס מרדכי' טיטל לערנט ער טעגליך פאר א שיעור אין ראדני. אלס שומר הפתח קען איך קלאר מעיד זיין אז ער קומט שוין דארט אן א גע'טובל'טער, די בארד טריפט אים שוין ביים טיר. פארוואס ער גייט ענדערש אין א צווייטער מקוה ווי ראדני לאזט זיך דאבאטירן. א סברא זאגט אז דאס איז אזא סארט סטאטוס, ווייל נעכטן האט מיר דער איד באצאלט א פינעווער פלאס איך זאל אים באזינגען, און דא טרעפט ער מיך מיט די לבנים ביים כשר זייף שיסל זוכן א גאנצע, ס'איז עפעס נישט פראקטיש.

צוריק צו זיין ביאגראפיע, פינקי האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט ארום 25 יאר צוריק אלס... א פשוטער וואן מען בענד! יא, איר הערט גוט, גארנישט מער ווי ליפא שטראלי און גארנישט ווייניגער.
מיט דער צייט האט ער דאס געלאזט לויפן און איז אריין אין בדחנות. ביז נאך א קורצע תקופה איז ער געקרוינט געווארן אלס מלך הבדחנים, א טיטל וועלכער ער טראגט מיט ווירדע שוין פאר לאנגע יארן.

פינקי איז אן אריגינעל אין פעלד פון בדחנות, פשוט מיט זיין וועג פון זאגן גראמען. ער האט מחדש געווען אזא מושג פון צוזאמצושטעלן 2 ווערטער גראמען, און געשאפן א נייער שניט אין בדחנות וואס ווערט ברייט קאפירט דורך אנדערע.
א משל, בראשית גראמט מיט פלייש-איז, דאס איז ארגינעלע ווערק! מעשה ידי אומן נפלא במלאכת הליריקס ופינקי שמו, ולא שמע כזה אוזן מעולם. וכהנה וכהנה, 'קיינער וואגט נישט איבער האקט נישט' איז א טיפיקל פינקי גראם. אויסער די חידוש פון אזעלכע סארט גראמען, איז דאס אינטעלעקטועל און אינטערטענפול.

פינקי איז אן אריזשינעל אין דער וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א ניגון. קודם כל איז ער געבענטשט מיט א ריזן הארץ, ימ'ן פון געפיל און נשמה גיסן זיך ווען ער זינגט אזעלכע פשוט ווערטער ווי עיני אוי אוי עיני עיני ירדה מים כי נטל ממנו מנחם משיב נפשי. ווער ס'איז נאר א שטיקל בעל הרגש לעבט מיט די ווערטער. און בעיקר האט ער א גאנג פון זינגען און פארדרייען א ניגון מיט אזעלכע מאדנע בערישע קינצן-תנועות, אויף זייער אן אייגנארטיגן, העכסט אריגינעלן, הארציגן, געשמאקן, און אינטערעסאנטן אופן. ווען פינקי זינגט סיי וואספארא ניגון, ווערט עס באלד א נייער ניגון מיט פינקי פינגער אפדרוקן.

ווען עס קומט צו זיין קאלעראטור אין הארמאניע איז ער ממש א דזשעני, פינקי באזיסט א גאונות שניט אין הארמאניע, אזעלכע האלבע טרענספאזעס וואס איז שווער נאכצוזינגען. ווער ס'האט אים שוין אמאל געהערט ווייסט פון וואס איך רעד. אין צוגאב איז ער א חזן נישקשה, און ווען ער ציעט ארויף איז דא וואס צו הערן, און פון וואס צושטוינען.

פינקי איז א וועלט קאמפאזירער, און כמעט קיין איין היימישער טעיפ פון די לעצטערע יארן וואס זאל נישט האב א ניגון פון אים, פון מרדכי ביז ליפא און אלעס אינדערמיט. זיינע ניגונים זענען איינס גוט און איינס נאך בעסער. זיי ווערן געווענליך די היט פון דער טעיפ. זיין קאמפאזירונגען גייען שוין אן א שיינע פאר יאר, נאך פון פאר מיין בר מצוה. מרדכי'ס אלוקים צבקות שוב נא, איז פינקיס. און ווער געדענקט דען נישט דעם באבובער מייזעלס גארגלען פינקיס עד אנה תסתיר, אדער יואלי טייכמאן זינגען אולי יחוס עם עני ואביון.

הרב שוועקעוויטשעס גאנצער גדלות איז צו פארדאנקען פינקיס 'רחם', אני כשלעצמי האט עס אלץ אנגעקוקט ווי עפעס א מאכל בן דורסאי ניגון, די פעלער זענען אין מיינע אויגן נישט אינגאנצן געצייטיגט. אפשר גיט דאס צו צו פינקיס ארגיניעלקייט ארויסצוגעבן אזעלכע נא האלב געקאכטע קאמפאזיציעס. ווייטער, וועמען ס'קומט נאכנישט פון דער נאז פינקיס לעכטעלע ניגון, וואס איז טראנספארמירט געווארן אלס דער עקסקלוסיווער ניגון פאר א יום טוב'דיגן ממקומך, דער איז זיכער א גר צדק.

משפחה האט געהאט אן אינטערוויו מיט פינקי וואו זיי האבן נאכגעשריבן פאלשע אינפארמאציע פונעם עברית'שן וויקיפעדיע אז ליפא'ס 'געלט' ניגון אויפ'ן קאסעטע 'מי שאמר' איז פון פינקי. וויל איך יעצט מוסר ומודעה זיין: ליפא האט נישט קיין קאסעטע 'מי שאמר' נאר אזא 'ניגון' אויף 'בדרך', און 'געלט' איז קלאר נישט זיינס, נאר יוסי גרינס.

דאס אז פינקי אז א קאמפאזירער איז צו פארדאנקען ר' מיכאל'ן, ער האט אים דאס איינגערעדט... אין משפחה איז געשטאנען אז די ערשטע מאל ער האט געשריבן אידישע ניגונים איז געווען 10 ניגונים פאר מיכאל'ס נשמה פלאם. דאס איז ריין דאמירן בעלמא אויף א מילתא דעבידא לגילויא. פינקי האט נישט דארט קיין 10 ווייל די גאנצע קאסעטע האט נאר 9. און 3 זענען פון פינקי, דער בעל שם טוב, לעכטעלע, און דער ריזשינער ניגון. מיכאל איז טאקע געווען דער וואס האט אויסגעטראפן פניקיס אידישע ניגונים, אבער לאנג בעפאר נשמה פלאם, נאך אויף זיינע אמאליגע חתונה טעיפס.

(שמעתי אז טייל פון די ניגונים וואס ווערן מיוחס צו פינקי ווי למשל דער אבינו אב הרחמן ניגון מיט'ן שיפל, און דער שמחת בית ירושלים ניגון, זענען באמת ליפא פעלדמאן'ס. אם כנים איז ליפא א קאמפאזירער פון דער ערשטער שורה און א שאד אז ער איז נישט ממשיך. די פעקעלע ניגון מיט ר' איציקל וואס איז שפעטער געווארן אביש בראדטס רבונו של עולם איז קלאר יא פינקיס, ליפא שמעלצער האט בלויז געשריבן די גראמען).

פינקי איז פארהייליגט אין וויליאמסבורג, הנקרא בלשון עם זר סעלעבריטי, און אויף יעדן אדעסי וואלט מען ווען געקענט ארויפשטעלן א באמפער סטיקער: דא זיצט א פינקי 'פען'. ווען אר.סי.סי.עס האט געדארפט אנפילן א זאל, וועמען האט מען געאנערט? פינקי! און ס'איז געווען די רייט מאוו, פינקי האט צוזאמברענגט אן עולם נישט סתם, און האט אראפגעלייגט א בונה ירושלים אז ס'איז געווען א נחת.

פינקי האט א כוח היצירה לעת הצורך, ער באשאפט ווערטער א יש מאין ממש. ווען איך דארף א גראם אויף 'וואסער', זאג איך נאסער אדער עשר תעשר; פינקי אבער: גאסער! איי ס'נאר דא גאסן אדער געסער, קיין פראבלעם, פינקי האט יעצט בארייכט דעם אידישן לעקיסקאן מיט א פרישן אויסשפריך!

פינקי קען אויך נעמען א שטאטער ניגון און דאס קונצליך פארוואנדלען אלס א שנעלער, אן דעם וואס איינער זאל אנמערקן. גיט א קוק ליפא'ס אל תסתר פניך ממנו, דער צווייטער פאל פון אל תטשינו, מיט'ן דריטן שנעלן פאל קוה אל ה' זענען אקוראט די זעלבע, נאר מיט א צווייטן רידהם, אויך אן אריגינעלקייט! אפילו זיין נאמען איז אריגינעל! קען איינער נאך א פינקי? כ'האב שוין געהערט פון פיני, פיניעלע, אפילו פינטי, אבער פינקי מיט א ק' איז דא נאר איינס.

פינקי הייסט א וויינער מאכער. איך פערזענליך האב נאך קיינמאל נישט געוויינט פון אים, אבער אויב וואלט איך אמאל געמוזט וויינען פון א בדחן ביי א מצוה טאנץ, וואלט איך זיכער ענדערש אויסגעוועלט פינקי ווי א צווייטן. ביי אזעלכע דעליקאטע פעלער ווען מ'דארף דעליווערן דמעות, א משל אז דער בעל דובר מישרים זי"ע מאכט חתונה דעם יונגסטן קינד, וועט מען אודאי באשטעלן פינקי. ער וועט שוין טון זיין ארבעט בנאמנות.

פינקי האט א געפיל צו פאעזיע, נישט קיין לעמאן דזשוס, אבער דאך נישט אוועקצומאכן. א ביישפיל: א קליינע הייזקע שווארץ און ווייסקע איז פאעטיש, ס'איז געשילדערט און געמאלן מיט קאלירטע פארבן. אדער די שול איז אנגעפילט ווייס איינגעהילט, ריין פאעזיע!

פינקיס גראמען אפילו ווען ס'איז נישט צוזאמגעשטעלט און נישט קיין נייער ווארט איז עס נאך אלץ אריגינעל. נעמט למשל אזא ווארט ווי 'געשמאקער', האט איינער א גראם דערפאר? ניין, א נארמאלע ווארט, נישט וואס דו טראכסט יעצט, דאס קען מען נישט זאגן ברבים... פינקי וועט זאגן פיאקער (אזא סארט באגי), דאס מיינט אריגינעל!

א פיצקעלע קריטיק, יוצא צו זיין דער רצון פון די יידל'עך וואס גלייכן. פינקי האט לכאורה נאכגעלאזט פונעם תוכן, די חומר איז מחותנסטע'דיג לעצטנס, און לדעתי זאגט מרדכי דוד עסטרייכער אביסל בעסער און האלט אן א העכערן ניווא, כאטש זיין דעליווערי איז קיין פארגלייך.

ווי ערווענט לערנט פינקי פאר א טעגליכן שיעור, משפחה שרייבט אז ער האט דארט 30 אידן. פון קראנטע מקורות אבער ווערט איבערגעגעבן אז ס'איז אביסל איבערגעטריבן. דורכאויס א העווי סעזאן וועלן די באטייליגטע ציילן ביז 6.

פינקי האט ארויסגעגעבן א ספר מיט'ן נאמען פירסומא ניסא, וואס האט אין זיך פארשידענע שיינע דרושים און פלפולים, ווי אויך סתם ענינים און ליקוטים איבער שמחת חתן וכלה. מיר וועלן דאס נישט באשרייבן ווייל מחברי ספרים איז דא בעסערע, דאס איז נישט זיין ספעציעליטעט. אזויפיל איז עס יא אריגינעל אז א בעל הבית זאל זיין א מחבר ספר, אויך נישט קיין אפטער ערשיינונג. אויך שרייבט ער פון צייט צו צייט מאמרים אין דער קובץ גינת ורדים וועלכער געהערט צו דער סאטמאר ראדני פראקציע.

ערנסט גערעדט, ר' פנחס מרדכי איז א איד וועמען מיר אלע טוען שטארק שעצן. א חסיד'ישער יונגערמאן א יודע ספר, דבוק צו ערליכע אידן (יש אומרים ער דרייט זיך צומאל ביי ר' דוד'ל לעלובער, לעיקוואד קענסט עס באשטעטיגן?) א לב טוב און מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות מיטן אן ענוות חן. דערצו איז ער א מולטי טאלאנטפולער פערזאן וואס נוצט אויס זיינע כשרונות ביז צו א מאקסימום צו משמח זיין און מהנה זיין דעם ציבור. פינקי מיר קוקן דיר ארויף, מיר דערקוויקן זיך מיט אייערע פרישע ווארע יעדן שני וחמישי, און מיר וואונטשן אייך לאנגע געזונטע יארן צו דערפרייען אידישע הערצער מתוך שמחה ונחת.

און יעצט א פערזענליכע טובה: טייערער ר' פינקי, מיר האבן שוין א שעידס אוו גרין, ס'איז שוין די העכסטע צייט פאר א שעידס אוו פינק. האסט נישט קיין אנונג וויפיל אידן קוקן ארויס דערויף און וואלטן זיך מחי' געווען דערמיט. האסט מורא ס'וועט נישט גיין? דאונט ווארי, איך זאג דיר צו איך וועל מאכן א קאפי!.

(שיק מיר אן אישי ווען דו ליינסט עס, און וואונדער דיך נישט ווער איך בין, ווייל מיר האבן זיך קיינמאל נישט געזען אויג אויף אויג).

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 10:29 pm

· #110976
וואו מאראנצןזאפט! אזוי גוט אראפגעלייגט, איך גלייך דיין פען! מורא'דיג מיט אלע דיטעילס. שכח. און יענע ניגון מיט'ן שיפ איז טאקע ליפא פעלדמאנ'ס, און אויב געדענקסטע האט מיכאל געהאט א ניגון אויף איינע פון זיינע טעיפס ''הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך.. יענץ איז אויך פון ליפא פעלדמאן און ס'דא נאך. און נישט פארגעסן פון וועם פינקי איז א פען אין די בדחנות וועלט און וועם ער האלט פאר אן ארגינעלען.. און דאס איז ר' יקיר ברוין.

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 1, 2013 10:44 pm

· #110991
ייש"כ פאר דיין שיינע באשרייבונג.

א משל, בראשית גראמט מיט פלייש-איז, דאס איז ארגינעלע ווערק! מעשה ידי אומן נפלא במלאכת הליריקס ופינקי שמו, ולא שמע כזה אוזן מעולם


דער רעיון איז גראדע יא אן אלטער, און מען זעהט עס אין גראמען פין הונדרעט יאר צוריק.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 10:48 pm

· #110993
הערליך, אומגלויבליך! איך קען מעיד זיין אויף כמעט יעדן ווארט, ווארום איך בין גאנץ נאנט מיט ר' פינקי, און מ'האמיר שוין אסאך געשמועסט.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:21 pm

· #111011
ייש"כ. הערליך, לאמיר בעטען פינקי זאל באזינגען מארנצען זאפט, אפשר וועט דאס גיין בערך אזוי:

לאמיר אלע זינגען און טאנצען
פאר ידידינו מורינו מארנאצען,
כי עבדך ערב האט געהאפט
אזוינע פיינע פרישע זאפט
המשך ...

פיקני איז אויך באליבט ביים אלגעמיינעם LOVE PINK באפעלקערונג.

מאראנצןזאפט

א משל, בראשית גראמט מיט פלייש-איז, דאס איז ארגינעלע ווערק! מעשה ידי אומן נפלא

ג'הערט ענדליך:
אז מ'דערמאנט דעם זיידן פון ראפשיץ,
איך האב זכותים איך האב שוץ,

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:54 am

· #111073
ישר כח מאראנצען זאפט זאפטיגע לשונות און תוכן׳דיג ביסט גערעכט מיט רוב וואס די שרייבסט לגבי פינקי ער איז מולטי טאלאנטעד פערזאן א וועלט קאמפאזירער א שטיק הארץ קנייטשט אריין אינעם ניגון אז די נשמה קען ארויספליען גג על גג הארמאניע ועל כולם האסט אויסגעלאזט א פרט זיין שטימע: ער האט א ריזן שטימע ער פילט אן דעם חלל הזאל הגם אינעם איידלקייט פונעם שטימע קען איך הערן אז מענטשן גלייכן נישט אזוי שטארק.

אבער צו לייגן זאכן אין פערספעקטיוו מוז איך צולייגען דאס פאלגענדע.

זיינע תוכן הגראמען איז נישט דאס בעסטע יוסף משה כהנא קען זיך עני טיים פארמעסטן מיט אים .שוין אפגערעדט פון יו״ט ערליך הגם דער עצם גראמען פון צוזאמשטעלן צוויי ווערטער צו איין ווארט ווי דיין משל מיט ״פלייש איז״ איז יא א פינקי חידוש .

זיינע ניגונים זענען טאקע זייער שיינע ווארימע ניגונים אבער דאך וועלן יודעי דבר און מבינים זאגן אז דער סיגנון הניגון איז א קלישעי טאקע נישט אזוי פראדיקטיבל ווי משה גאלדמאן אבער נעם למשל יוסי גרין, ער איז א גאון הגאונים. קיינער קען זיך צו אים נישט פארגלייכן זיינע טענער זענען אומאויסרעכנבאר זיינע Chord builders זענען מבהיל׳דיג. ״ער״ מעג קריגען דעם נאמען וועלט קאמפאזיטאר.

חזנות ער האט טאקע דער שטימע און דער קאלוטאר וואס פעלט זיך אויס אראפצולייגן א שטיקל אבער ער איז קיין חזן ער איז אפשר א שיינע בעל תפילה אויך צוליב זיין הארציגקייט און ער האט אן עולם וואס לויפט אים נאך ימים נוראים איך קען פארשטיין פארוואס.

אבער יעצט נאכאמאהל (yet again) ער איז ארגינעל ער איז א fusion פון זינגער גראמער קאמפאזירער הארציג בעל תפילה חזן פיאניסט ועוד... ווער קען זיך מיט אים פארגלייכן.
און נאכאמאהל ישר כח מאראנצען זאפט פארן אן אנאליז מיט טעם.

יואב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:00 am

· #111118
מאראנצן, מאראנצן, אוי טוהען זיי גלאנצן! (קרעדיט -קלמן רויזנגארטן'ס ערשטע קאסעטע).

מאראנצן, נאך אזא גוט אראפגעלייגטן ארטיקל בין איך געקומען צום מסקנה איר זענט מאראנצןזאפט .Not from Concentrate

איך הגם אלס נישט וויליאמסבורגער איינוואוינער, און הגם איך טרייב נישט קיין אדעסי, בין א שטארקע פען פון ערעב פינקי, ספעציעל איבער זיינע ניגונים, און זינגעריי.
איינע פון זיינע טאלאנטן איז ער קען מאכן הארציגע גראמען וואס האט נישט קיין שום האף און זין, און נאך אלץ ארויסווישן זאפאסן טרערן נאך פון די חיים מענדל איבערלעבער וועלעכע קומען זיך מייסטענס צונויף אויפצומארגנס איבער א פרישטאג אין גרינס פיצא געשעפט, און קייען איבער די התרגשות העכער ווי הויעך איבער א טעלער זופ.

נעם למשל דעם רירענדע לעכטעלע ניגון, וואס האט שוין מערערע מאל ארויסגעשלעפט טרערן פון מיר, און איז פאראנטווארטליך פאר צאללאזע אידישע טרערן, און זאג מיר דעם צוזאמשטעל.
"לעכטעלע, לעכטעלע דו שיינסט און די ברענסט, בעהטן פאר מיר אין הימל דו קענסט, ווייל דו ביזט דער איינציגסטער זאך וואס איך פארמאג".
הייסט דאס נאך א מזל זי האט דעם לעכטל, ווייל טאקע נאר ער קען בעהטן אין הימל, און טאקע נאר ווייל ער איז די איינציגסטע זאך וואס דער צובראכענער פרוי פארמאגט. כהיינו קען איך דיר געבן צענדליגע משלים.

איך אויך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:03 am

· #111119
יואב

מאראנצן, נאך אזא גוט אראפגעלייגטן ארטיקל בין איך געקומען צום מסקנה איר זענט מאראנצןזאפט .Not from Concentrate

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:09 am

· #111120
זר, יקיר איז אן אויסערגעווענליכער בדחן, אבער ער זאגט קלאר אז דאס צוזאמשטעלן ווערטער ווי פינקי קען ער נישט.
מאטי, דער ארטיקל איז איבער פינקי נישט איבער יוסי. איך האב אויך אביסל קריטקירט זיין תוכן, אבער בעיקר האב איך געזוכט צו גיין פאזיטיוו.
איחוד, ס'איז קלאר אז פינקי איז א מחדש אין דעם הינזיכט, און זיינע אינטערעסאנטע צוזאמשטעלן האבן נישט קיין פארגלייך, אפילו מ'האט אמאל געקענט זאגן אזא ווארט.
יואב. אויב ביזט נייגעריג צואוויסן, די אינטרא פאר די לעכטעלע ניגון איז גע'גנב'ט פון ספילבערגס האלאקאוסט פילם שינדלערס ליסט.
ייש"כ פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מי צו קאמפלימענטירן, דא און אין אישי, א שיינעם דאנק.

איך אויך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:11 am

· #111121
באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

יואב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:15 am

· #111122
איך אויך
באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

און די פארגאנגענהייט איז מאראנצן שוין באשולדיגט געווארן אלס שמעון ראלינסקי, הרב שפילמאן, און יעצט הייסט עס ער איז פינקי.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:16 am

· #111123
און יאיר טענה'ט אז איך בין רבי מאטל זילבער 😂

איך אויך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:31 am

· #111124
מוז מען זאגן ביזט אזוי מאלטי-טעלענטעד ווי פינקי אליינס!

שרייבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:02 am

· #111131
איך אויך
באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

איך האב גלייך אזוי געקלערט ליינענדיג די שורות

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:06 am

· #111132
איך אויך
באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

שטעטעלע
געבעטעלע
מאראנצען זאפטעלע
פינקי׳לע 😂 😂

אוי טאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:38 am

· #111162
שרייבער
איך אויך
באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

איך האב גלייך אזוי געקלערט ליינענדיג די שורות

קענסטו ווען פינקי וואלסטו נישט געקלערט אזוי, עס אינטערסירט איהם א הויקער מען זאל רעדן פון איהם.

מאראנצן, הערליך שיין באשריבן!!

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:38 am

· #111163
ווען כ'האב באקומען מאראנצנס אישי, האב איך געטראכט. נו... ער דארף נאך א לייק. לאמיך אים איך אים עס געבן.
יעצט דאנק איך גאט פאר דעם געטרייען פרייען סערוויס, פון אישי'ען אויף אזעלכע פארבלופקנאקעדיגע (אליין פארבריצירט יעצט) ארטיקלען. (אדער אפשר אויטאביאגראפיע..)
"איך אויך" האב געטראכט אזוי, אז דער "שרייבער" קען פילייכט זיין ער אליין.
מ'דארף ערפונדן א אפציע צו קענען לייקן א הודעה פרטית.. עבאוט טיים.
אויב וואלט עמיצער מיר געבעטן כ'זאל ווייזן א סעמפל פון א 'מבין אויף זיך אליין' וואלט איך רוהיג געקענט זאגן "מאראנצן זאפטעלע"

טעפל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:39 am

· #111165
מ'דארף טוישן דעם קעפל אויף מארנצעןזאפט, אן אריגינעל! פינקי איז ארגינעל? דו ביסט ארגינעל, אזאנס ארפצושרייבען מיט אלע פיטשיווקעס און נישט וואו קיין פארסמטע אדעסי -פינקי פען האסט דיך דערוואגט צו שרייבען אויך קריטיק, ס'איזארויס געוואלדיג! ארגינעל!!
בדרך אגב בין איך א פייערדיגע פען פון זיינע גראמען, כ'האב יעצט געהערט פון יידל מאנדעל'ס זוהן'ס בר מצוה, ער לייגט אראפ דארט ריזיג ווי מ'דארף נאך אן אמבולנס, ארגינעל!
און אויף דעם ניגון לעכטעלע, האב איך געהאט א ריזן ויכוח מיט איינער וואס האט מיר געטענט אז די ניגון איז פון פארן קריג!!!

לעמיל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:43 am

· #111169
מאראנצןזאפט

אונטערן 'רבי פנחס מרדכי' טיטל לערנט ער טעגליך פאר א שיעור אין ראדני. אלס שומר הפתח קען איך קלאר מעיד זיין אז ער קומט שוין דארט אן א גע'טובל'טער, די בארד טריפט אים שוין ביים טיר. פארוואס ער גייט ענדערש אין א צווייטער מקוה ווי ראדני לאזט זיך דאבאטירן. א סברא זאגט אז דאס איז אזא סארט סטאטוס, ווייל נעכטן האט מיר דער איד באצאלט א פינעווער פלאס איך זאל אים באזינגען, און דא טרעפט ער מיך מיט די לבנים ביים כשר זייף שיסל זוכן א גאנצע, ס'איז עפעס נישט פראקטיש.

ער גייט יעדען טאג און צעלים מקוה אויף ראדני קענסט אים דארט הערען איבער זאגען די וויצען וואס ער האט געזאגט א טאג פריער ביי מצוה טאנץ

שמעקעדיג
הערליך, אומגלויבליך! איך קען מעיד זיין אויף כמעט יעדן ווארט, ווארום איך בין גאנץ נאנט מיט ר' פינקי, און מ'האמיר שוין אסאך געשמועסט.

גם אני מצטרף

דרך אגב ער דאווענט שבת און נייטרא און ער זיצט אויף איין טיש מיט אייזיק האניג

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:06 pm

· #111242
מאראנצןזאפט
איחוד, ס'איז קלאר אז פינקי איז א מחדש אין דעם הינזיכט, און זיינע אינטערעסאנטע צוזאמשטעלן האבן נישט קיין פארגלייך, אפילו מ'האט אמאל געקענט זאגן אזא ווארט.

דאס מין גראם פון וואס דו רעדסט הייסט Mosaic Rhyme, אז איין מאלטי סיליבעל ווארט גראמט מיט א צוזאמשטעל פון אפאר קלענער ווערטער, און פינקי איז זיכער נישט די ערשטע וואס נוצט, אפשר אין אידישע מוזיק. אין אלעגמיינע מוזיק איז עמינעם א גאון אין גראמען בכלל, און אין מאסעיק גראמען בפרט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:16 pm

· #111244
העיקר שכחתי, א הערליכן דזשאב תפוח זהב, מאטי הונדערט און זיבן האט שוין שטארקע קאמפעטישען אין די הספדים ביזנעס.

מיר גראדע האט ער שוין באוויזן צו ברענגן צו טרערן מער ווי איין מאל, א ווארימע קול, געניאלע איידיעס, און ווי איינער האט שוין געזאגט, ער קען צאמהאקן שטותים מיט לאקשן און דיר מרגש זיין עד דכדוכה של נפש, דאס איז א קונץ.

MK Studio » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:55 pm

· #111265
איך ווייס נישט אויף וואס צו קאמענטירן ערשט, אויף די ארטיקל אדער אויפן שרייבער. אלענפאלס זייער פיין באשריבן, און זייער גוט ארויסגעברענגט.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:56 pm

· #111266
יא יעדער טראכט דאס זעלבע. דער עולם איז פלעבערגעסטעט נאכ'ן ליינען אזא סארט ארטיקל.

יידל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:30 pm

· #111285
דער ארטיקל - ווי אלע ארטיקלן וואס קומען ארויס פון מאראנצן זאפט'ס פעדער - איז עפעס געוואלדיג, זיך צו באלעקן.

נאר צוויי מינדערוויכטיגע הערות - דו שרייבסט וועגן א שעיד אף פינק, מיר דוכט זיך אז עס איז שוין דא א טעיפ פון דודי קאליש דעדיקעיטעט צו פינקי'ס לחנים, אויב מיין זכרון נערט מיר נישט הייסט עס "שמע ישראל" מיט א בילד פון א איד איינגעהילט אין א טלית אויפן דעקל (און אין ארץ ישראל האט זיך עס פארקויפט אונטער'ן נאמען "התרגשות - מיטב ניגוני הרה"ח פנחס מרדכי וועבער")

צווייטנס, כאטש פינקי איז העכסט אריגינעל אין גראמען, האלט איך אז ליפא שמעלצער איז דער מלך ווען עס קומט צו גראמען. איך בין א גרויסער מתנגד פון ליפא אין אלגעמיין. כ'גלייך נישט זיינע קאמפאזיציעס, כ'ווער נישט משוגע פאר זיין קול און זיינע קאנצערטן זענען בכלל נישט מיין טעיסט. אבער איך גיי גאגא פאר זיינע גראמען. איך האב נישט יעצט קיין איינע פון זיינע גראמען לנגד עיני, אבער איך וועל ברענגן וואס איך געדענק. נעם די "כי הם חיינו" ניגון אויף א פשוט'ע איד.
הא הא גופא קושיא,
גמרא תוספות רש"י
לימא, ואי תימא, היינו היינו הך.
אין אין הכי נמי,
דברי תנא קמא,
ואיבעית אימא, רמז ראיה סמך.

דאס זעצן די ווערטער, אזוי אז עס זינגט זיך נאטורליך אז א געוואלטיגע טאלאנט פון ליפא שמעלצער, און לענ"ד קומט קיינער נישט אן לקרסולי רגליו אין דעם נקודה. נאך א ניגון וואס כ'דערמאן זיך יעצט איז ליפא'ס גראמען אויף יוסי גרין'ס התו השמיני (The Eighth Note) ווי ער זינגט אפ די נעמען פון גרינ'ס פאפולערע קאמפאזיציעס אין א גראם.

משה געציל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 3:29 pm

· #111309
👍 👍 👍
הפלא ופלא וואס צוויי גאט געבענטשטע הענט און א פליסיגן מח זענען אומשטאנד צו פראדעצירן! פינקי ארויף פינקי אראפ, מאראנצןזאפט! זה הא!

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 3:37 pm

· #111312
@יידל,
ליפא איז העכסט אריגינעל, ס'דא אן אינטערוויו ווי מרדכי המלך זאגט, אז פון אלע הונדערטער זינגערס וואס יאווען לעצטנס ווי שוואמען נאכ'ן רעגן איז ליפא דער איינציגסטער וואס אנטהאלט א חידוש.
אבער לגבי זיינע ליריקס און ריימס, איך זאג נישט, ס'גאנץ פיין, אבער ווייט נישט קיין פינקי. הער אויס פינקיס ניגון אויף ליפא לעצטע טעיפ וועגן גוטע מוזיק, פינקי שטעלט דארט צו אזאנס און אזעלכעס.
נעם למשל אזעלכע ווערטער 'משיח איז נאכנישט געקומען אין די צייטן פון ראשונים'. פארוואס דארף ער זאגן איז 'נאכנישט' געקומען, ער קען דאף זאגן ער איז 'נישט' געקומען. און דו ווייסט געוויס ווי גרייזיג דיין פריערדיגע חתימה איז געווען.

איך וואלט שטארק געוואלט אז פינקי זאל ארויסגעבן א שעידס אוו פינק וואו ער זינגט. די הארמאניע וואס ער מאכט אויף איינע פון מיכאל'ס ניגונים אוי טאטע אוי טאטע איז פלאי פלאים, ומי יתן א גאנצער סידי פון זיינע קאפ שטיק.

אלענפאלס, א יישר כח פאר דיינע קאמפליטמענטן און דיין הערות אין אישי, א הערצליכן דאנק, איטס ען האנאר.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 3:39 pm

· #111313
@אנאנים,
ווען דו שטעלסט ווען ארויס דיין ארטיקל ערשט, וואלט איך גונז געווען מיינס.
כ'האב הנאה איך בין געווען דער גוטער שליח.
וואונדערבאר!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 3:40 pm

· #111314
זיין משפחה ארינטערוויאו האט גראדע אויפגעברויזט א ליינער וואס האט אריינגעשיקט א בריוו צום מערכת, הלמאי פינקי האט געזאגט אויף די מזרחים וואס האבן געזינגן זיין ניגון תפילה לעני, ביים גירוש גוש קטיף, אז "זיי זענען נעבעך פארדרייט אין השקפה".

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:06 pm

· #111359
@יידל @מאראנצן זאפט, ליפא שמעלצער'ס גאונות אין גראמען איז מער זיינע בליצן אויף די מינוט. נישט אז פינקי קען דאס נישט, נאר ליפא איז דאך בעסער. גאר אינטערעסאנט איז זייער וויכוח אויף די שיף, ליפא איז בעסער הגם פינקי איז ווייט נישט אונטערשטעליג.

לעומת זה די גראמען אויף א טעיפ דארף ער דאך נישט ארויס שאקלען פן ארבל. ער האט צייט עס צוצוגרייטן מיט יישוב הדעת.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:44 pm

· #111370
איינער שרייבט מיר אין אישי אז ס'אינטערעסירט נישט פינקי וואס מ'זאגט אויף אים.
שלמה המלך שרייבט: ראיתי אני את כל עמל ואת כל כשרון המעשה כי היא קנאת איש מרעהו (קהלת ד' ד').
נישטא אזא זאך, יעדער וויל אנערקענונג! און פארוואס דען אויב נישט דעם אויבנדערמאנטן פסוק זיצן מיר אלע דא.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:45 pm

· #111371
אויב איך מעג סתם צולייגן, וויבאלד מאראנצן האט אים אויך אויפגעברענגט. דער הארא ניגון וואס מפלעגט זינגן ביי חתונות א 15 יאר צוריק " אם אין אני לי מי לי וכשאני לעצמי מה אני ואם לא עכשיו עכשיו.. איז אויך ל. פעלדמאנס ניגון.

נאו בעק טו פינקי...

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:56 pm

· #111377
יאנקל זאגט
פינקי איז דער עמוד המוזיקה והבדחנות אין דער חרדישער וועלט


אויב ״דער חרדישער וועלט״ מיינט ביי דיר די Tri state area גיב איך דיר נאך.
אויב די ביסט כולל אלע היימישע אידן אין דער גארער וועלט וואלט איך אים נישט באטיטעלט דער עמוד המוזיקה, איך וואלט (און איך גלייב אפילו פינקי וואלט אויך)אהין געגעבן דעם טיטל פאר החרדי משה מרדכי מונה רוזענבלום ני״ו.

יידל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:08 pm

· #111380
מאראנצןזאפט
@יידל,
ליפא איז העכסט אריגינעל, ס'דא אן אינטערוויו ווי מרדכי המלך זאגט, אז פון אלע הונדערטער זינגערס וואס יאווען לעצטנס ווי שוואמען נאכ'ן רעגן איז ליפא דער איינציגסטער וואס אנטהאלט א חידוש.
אבער לגבי זיינע ליריקס און ריימס, איך זאג נישט, ס'גאנץ פיין, אבער ווייט נישט קיין פינקי. הער אויס פינקיס ניגון אויף ליפא לעצטע טעיפ וועגן גוטע מוזיק, פינקי שטעלט דארט צו אזאנס און אזעלכעס.
נעם למשל אזעלכע ווערטער 'משיח איז נאכנישט געקומען אין די צייטן פון ראשונים'. פארוואס דארף ער זאגן איז 'נאכנישט' געקומען, ער קען דאף זאגן ער איז 'נישט' געקומען. און דו ווייסט געוויס ווי גרייזיג דיין פריערדיגע חתימה איז געווען.

גערעכט אז ליפא איז גרייזיג, ווי כ'האב שוין געשריבן בין איך אן אנטי-ליפא פען משום כמה סיבות, און איינס פון זיי איז טאקע זיין אמעראצעס (א ביישפיל איז זיין זון'ס תפילין לייגן אויפן בית החיים). איך געדענק גראדע אז ער זינגט "משיח איז נישט געקומען", און נישט "נאכנישט", אויב איינער קען עס נאכקוקן. אבער דאס איז נישט די נקודה, ווייל איך בין מודה צו דיין דריפט. און איך בין אויך בעצם מודה אז פינקי איז פיל מער אריגינעל ווי ליפא, דאך מיין איך אבער אז ליפא איז מער שעפעריש.

דעת תורה
@יידל @מאראנצן זאפט, ליפא שמעלצער'ס גאונות אין גראמען איז מער זיינע בליצן אויף די מינוט. נישט אז פינקי קען דאס נישט, נאר ליפא איז דאך בעסער. גאר אינטערעסאנט איז זייער וויכוח אויף די שיף, ליפא איז בעסער הגם פינקי איז ווייט נישט אונטערשטעליג.

לעומת זה די גראמען אויף א טעיפ דארף ער דאך נישט ארויס שאקלען פן ארבל. ער האט צייט עס צוצוגרייטן מיט יישוב הדעת.

נקודה למחשבה.

אגב, יאנקל האט דערמאנט וועגן וויצן - ווי ווייט כ'געדענק קומען פינקי'ס וויצן גלייך ארויס פון רידער'ס דיידזשעסט און זיי האבן יענעם טעם...

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:10 pm

· #111382

ממרום שלח אש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:13 pm

· #111385
אז מרעדט פון די וויצן
איך האב שוין דערמאנט אמאל אז כאב געהערט פון פינקי א וויץ וואס כאב נאכדעם געזען אויף סיינפעלד.

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:19 pm

· #111390
אמת לגבי די וויצן איז ער שוואך אבער היני דאהני ליה. איך געדענק אלס אינגעל ביי א חתונה האב איך קוים געווארט אויף די דזאוקס און ווען דער בדחן האט ארויפגעצויגן או ערענסטע מינע אויפן געזיכט, איז צייט געווען זיך אריבער צוכאפן אין עזרת נשים ארומפליען מיט בענקלעך.

אבער היינט ביי פינקי איז פונקט פארקערט מקען קוים ווארטן אויף די ערענסטע בדחנות. איך גלייב נישט אז נאר יארן האט געטוישט דעם פאקט ומוטי אילאוויטש אן עכטער קאלאטערל פון די פינקי רעוואלוציע זאגט בכלל נישט קיין וויצן און איז זייער פאפולער.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:23 pm

· #111392
יאנקל האט דערמאנט שלמה יאנקל מיט'ן לאשאנצער בעפאר פינקי איז ערשינען. מיר דאכטסעך אז ר' שרגא בלומבערג איז שוין אויך דא געווען, און ער האט נאך היינט געשוואוירענע פענס. על טעם וריח...

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:44 pm

· #111404
ליפאס גראם אויף מונה פיר.
פרעה מיט די מכות
אידן ווי געשמאק איז.

דאס איז א טיפיקעל ליפא גראם חידוש

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:49 pm

· #111407
ניין, ווי געשמועסט איז דאס עפעס וואס פינקי האט אריינגעברענק נישט ליפא. חוץ אויב ביסט נעכטן געבוירן

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:12 pm

· #111418
זר זהב

עה, כ'געמיינט ער'ז בעסער אויפן פיאנע.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:39 pm

· #111427
געפילטע פיש
מאראנצןזאפט
איחוד, ס'איז קלאר אז פינקי איז א מחדש אין דעם הינזיכט, און זיינע אינטערעסאנטע צוזאמשטעלן האבן נישט קיין פארגלייך, אפילו מ'האט אמאל געקענט זאגן אזא ווארט.

דאס מין גראם פון וואס דו רעדסט הייסט Mosaic Rhyme, אז איין מאלטי סיליבעל ווארט גראמט מיט א צוזאמשטעל פון אפאר קלענער ווערטער, און פינקי איז זיכער נישט די ערשטע וואס נוצט, אפשר אין אידישע מוזיק. אין אלעגמיינע מוזיק איז עמינעם א גאון אין גראמען בכלל, און אין מאסעיק גראמען בפרט.


א הערליכע תגובה! איך ווער יעדעס מאל עקסטער ערשטוינט פון דיינע ברייטע וויסנשאפטן בתורה ובמדע. א שיינעם דאנק פאר די לינק.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:56 pm

· #111438
פאר מער אינפארמאציע, זע קופערניקוס'ס חתימה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:31 pm

· #111456
געפילטע פיש
זר זהב

עה, כ'געמיינט ער'ז בעסער אויפן פיאנע.

ער קען מורא'דיג אויפן פיאנע, נאר ער איז שוין נישט היינט אין די ליין ווי אמאל אין די גוטע צייטן.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:58 pm

· #111476
אינטערעסאנט קיינער האט נישט אנגעפרעגט וואס איז דאס א ראפאגאש געזעלשאפט (הער אויף דו יא, גענוג אויסגעלעקט דעם טעלער).
דאס איז אזוי איינער זאל ווען שרייבן א קאטשעניו געזעלשאפט.
ראפאגאש מיינט א קריספי גוט אויסגעבאקענער עק פון א מארמארישער חלה.

גנדי » פרייטאג מאי 3, 2013 1:05 am

· #111516
מאראנצען.

זייער הנאה געהאט!

זייער גיט באשריבען!

אגב, איך האלט אז פינקי'ס באהאלטענע כח איז שרייבן "פאזיע" ווי אזוי די רופסט עס.

איינמאל מען צולייגט גוט א זאך איז די גראמען 2ND

דאס איז די חסרון פון רוב גראמערס, זיי חזרן גראמען נישט קיין פאזיע.

יום טוב עהרליך איז זייער שטארק אין פאזיע און IMAGINATION אפמאלן א מעשה מיט ווערטער אז דער מענטש וואס הערט זעהט די מעשה לעבעדיג...

עוד מישהו » פרייטאג מאי 3, 2013 5:26 pm

· #111678
אחרי שקיבלתי איגרת בתיבה האישית שלי מכבוד מר מיץ תפוחי זהב שליט"א, חשבתי לתומי שמדובר במאמר שלא כ"כ יעניין אותי, אני לא מתעסק בענייני האמנות, ורחוק אני כרחוק מזרח ממערב מדברי תרבות וכדומה.
בכלל לא קלטתי על ההתחלה מי הוא המדובר וכי מה זה פינקי, אחרי החילותי לקרוא התבהר לי במה עוסק מחבר המאמר והתחוור לי שמדובר בלא פחות ולא יותר מ"פינקי ובר".
אהיה כן איתכם, אני לא גר בעם-ריקא ואת נדבכי היהדות החרדית אני לא מכיר, אבל שמעו של הזמר והמנגן בחסד עליון הגיע אלינו, במיוחד שמענו כמה מניגינות כמו רחם, שבעיניי הוא שיר יפה ומיוחד, ובשפת אידיש אני זוכר שיר נשמה שתמיד ריגש אותי על סף דמעות, "לעכטעלע, לעכטעלע דו שיינסט און דו ברענסט". הוי איזה שיר מדהים.
כל הכבוד למר מיץ תפוזים על הכתיבה היפה וערוכה היטב, כה יתן ה' וכה יוסיף, תמשיך בעבודתך נאמנה, ותהנה את כל הקהל היושב פה ק"ק ד'קאווע שטיבל. דפח"ח ושפתיים יישק.
בברכת שבתא טובא לכל בית הקאווע בכל מקומות מושבותיהם.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 3, 2013 5:39 pm

· #111682
מאראנצןזאפט
פינקי האט ארויסגעגעבן א ספר מיט'ן נאמען פירסומא ניסא, וואס האט אין זיך פארשידענע שיינע דרושים און פלפולים, ווי אויך סתם ענינים און ליקוטים איבער שמחת חתן וכלה.


מארנצען חבר'ל
א קליינע טעות'ל

זיין ספר הייסט "מליבא לפומיה" זעה דא

אגב, בשעת איך שרייב איצטער, הער איך פינקי'ס זרעא חיא, הערליך.
קינדערלעך, טרערעלעך, ערליך,

מאראנצןזאפט » מוצ"ש מאי 4, 2013 11:31 pm

· #111726
גערעכט לכאורה.
און כ'האב דיר אפגעגעבן דעם טויזנטער (כמעט).
החיים 'והשלום' אעמ"כ ידידינו רבי קאווע יחד עם נוו"ב שתחי'.
יוסיף ה' לכם ככה 'אלף' פעמים מתוך נחת ושמחה.
דורש 'שלומיך' הטוב.
מ"ז

עפל סדר » זונטאג מאי 5, 2013 7:46 pm

· #112130
מיין חבר זאגט מיר אז ער האט געגעבן פאר פינקי א קאפי פון די ארטיקל

טשולענט » זונטאג מאי 5, 2013 9:05 pm

· #112160
ווען איך בין געוועזן אין ישיבה קטנה געדענק איך ווי א מגיד שיעור האט מיר אמאל געפרעגט וואס מיין ציל אין לעבן איז, האב איך געענטפערט מיט קינדערישקייט איך וויל זיין א גראמער ווי פינקי וועבער, האט מיר די מגיד שיעור געענטפערט אז דו וועסט גראמען ווי איהם און לערנען ווי איהם איז עס גאנץ א גוטע ציל
על כל פנים, איך הער שוין פינקי'ן יארן אריינגערעכנט די חתונות פון די אקערמאן'ס, דייטש, וואלדמאן, סאלאמאן, א יוד וואס האט אלעס אונטער איין דאך, א שטימע, קאמפאזיציע, הארמאניע, הארץ, נשמה, השתפכות הנפש, אזש עס רירט די הארץ סטרונעס מלגב ומלבר 

דאך אבער האב איך א שטיקל הערה וואס נודנעט מיר, פארוואס דארף מען פאטשקענען אין אפיציעלע ניגונים וואס גייען ארויף אויף א אלבום, א שטייגער ווי אויף איינע פון מיכאל'ס טעיפס ווי ער זינגט 'קליינע הייזקע, שווארץ און ווייסקע', האט איינער אמאל געטראפן א קאליר וואס הייסט ווייסקע? און עס איז נישט אז ער דארף דא ארויסברענגען די שווארץ און ווייס קאליר, נאר די עיקר איז אז ס'איז געווען א קליינע הייזקע, נו פארוואס פארפאטשקענען מיט אבי אויפגעטראכטע ווערטער, לדעתי נעמט עס אביסל אוועק פונעם חן

אז מ'רעדט שוין, איז דא א גראמער ר' הערשל דייטש וואס ווען מ'רעדט פון בדחנים האט ער א פראמינענטע פלאץ אויבנאן, ער האט געמאכט די ווערטער אויף מיכאל'ס סי.די. אויפן שיכעלעך ניגון ביים וועלט קריג, הערליך וויאזוי די ווערטער איז אויסגעשטעלט ממש נכנסין אל פנימיות הלב, קומט אבער איין קליינע פאר פון גראמען 'געווארט אין די רייע גאנצעטע מחנות, געוויזן מיט זיין שטעקן די ביטערע זאכענעס' , גראמט עס בכלל? זאגט זיך עס דען ארויס אייניג? איז דען דא אזא ווארט ווי זאכענעס אינעם יודישן שפראך? טא פארוואס נעמען א ניגון און עס פארפלעקן מיט קליינע גרייזליכע גראמען? כנלפע"ד העניה.
בלאט: 1 2 3 4