☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן

א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4744
בלאט: 1 2

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:53 pm

· #149526
א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן
מי שגמלך טוב הוא יגמלך כל טוב סלה! - האט אפגעהילכט דאס קול פונעם עולם נאכפאלגענדיג מיין ברכת הגומל נאכן זיך צוריק קערן פון אומאן ראש השנה. פון דאן ביזן נאכן דאווענען זענען שוין געווען א צוויי-דריי צענדליג אויגן אנגעוואנדן צו מיין ריכטינג ביז נאכן דאווענען.
גלייך נאך עלינו נאך איידער כ'האב עספיעט צו זאגן לדוד ה' אורי האט זיך אנטוויקלט א קופקע ארום מיר און עס האט זיך אנגעהויבן די קרייץ-פארהער.

..וואס איז די גומל בענטשן? ביזט געווען אין אומן? (ניין, כ'בין אקארשט ארויס פון תפיסה... כ'מיין, וואס פרעגסטו?)
..זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. דא קען מען זיך נישט אויסבעטן? נאר אין אומן?
..אה. האסט נישט קיין געדולד צו די היזיגע פרעשור ביזטו געפארן קיין אומן זיך אויסצולופטערן?
..נו, ווי אזוי האסטו דיך ענזשויט? ס'איז געווען אסאך פאָן?
..דיין ווייב האט דיך געלאזט פארן? אה דו האסט איר סתם אזוי אין בוידעם?
איינער דארט אין די זייט, אביסל א שעמוועדיגער, האט זיך איינגעהאלטן פון צו זאגן עפעס, אבער מען האט קלאר געקענט זעהן אז עס ליגט אים עפעס א גוטס אויפן צינג, און נאך עטליכע מינוט האט ער דאס ארויס געזאגט – "מען זאגט דאך אז אלול איז ראשי תיבות אני לאומאן ואשתי לעזאזל", ווען ער דרייט זיינע פאות צוצודעקן זיין מויל משום אסור למלאות פיו שחוק.

איך האב מיך פארענטפערט אביסל: "וואס זאל איך טוהן? איך האב באמת נישט געוואלט גיין נאר מיין ווייב האט מיר זייער שטארק געבעטן. וואס טוט מען נישט פאר שלום בית?" און מיט דעם האב איך געהויבן מיין טלית-זעקל אינאיינעם מיט די פיס און ארויס שפאצירט פון בית המדרש. כ'מיין, עס איז ממש א שאד די שפייאכטס זיך צו נעמען טענה'ן מיט מענטשן וואס זענען ממילא נישט אינטערסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן. פארוואס ווען איך קום ווען צוריק פון בעלז און גור אין ארץ ישראל וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? פארוואס ווען איך קום צוריק פון ל"ג בעומר אין מירון וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? און סתם אזוי ווען איך וואלט געפארן מיט חבירים אויף פלארידע אדער סיי וואו, וואלט איך אויך נישט באקומען אזא ברוך הבא. נאר ווייל מיר האט געשיינט צו פארן אויף אומאן באקום איך אזא אויפנאמע? איך פארגין זיי נישט די הנאה אז איך זאל זיך צוריק טענה'ן מיט זיי, זאלן זיי בלייבן מיט די קשיות אין בויך, און איך וועל טוהן ווי אזוי איך פארשטיי צו טוהן, און בכלל האלט איך אז די אלע חברה זענען מיר פשוט מקנא, זיי וואלטן אויך געוואלט פארן נאר זיי האבן נישט די קוראזש.

דאס איז ביהמ"ד, אבער דא אין שטיבל שפיר איך זיך מער באקוועם, און איך פיל אז דא קען איך יא ארויס זאגן דעם אמת פארוואס איך בין טאקע געפארן אויף אומן.


לאמיר קודם אביסל באטראכטן פון די נאנט ווי שטארק דער עולם ענדזשויט זיך אין אומן. אזא ענדזשוימענט וואונטש איך פאר אלע שונאי ישראל, אנגעהויבן ביים ערלעדיגן אלע צרכי הנסיעה, זוכן א גוטע טיקעט, א פלאץ צו שלאפן אין עסן, דאס פארן אליין מוטשעט אויס אלע ביינער, אזוי אז מען קומט שוין אן אויף קיוב נאר מיט א האלבע גוף און א ¾ נשמה, די לעצטע צוויי יאר איז מער נישטא קיין סטרעט פלייטס פון ניו יארק צו קיוב, מען מוז מאכן א סטאפ ערגעץ אינמיטן, דער סטאפ איז נאך א זאך וואס איז זייער שווער, צומאל איז עס גאר א קורצע סטאפ און מען דארף לויפן מיט די נשמה אין די נאז צו כאפן דעם נעקסטן פלייט, און עס מאכט זיך אסאך וואס פארפאסן די צווייטע פלייט דאס איז א באזונדערע גיהנום, און צומאל איז עס גאר א לאנגע סטאפ און מען איז סטאק אין ערעפארט וואס איז בכלל נישט קיין געשמאקע פלאץ צו פארברענגן, אין געוויסע לענדער קען מען כאטש ארויסגיין אויפן גאס אביסל אטעמען, אבער אין אנדערע לענדער לאזן נישט ארויסגיין פון ערעפארט אן א וויזע, דארף מען זיצן די פאר שעה אינעם טערמינעל, וואס מאנגעלט זיך היבש אין אביסל פרישע לופט.

און אזוי מיטן צווייטן פלייט, וואס איז געווענליך א קליינע פלייט וואס ווארפט זיך היבש, קומט אן אויף קיוב און מען ווארט אינעם לאנגן ליין צו זיגלן דעם פאספארט, צו קענען נאכדעם שטיין נאך א שעה צוויי און ווארטן אויף די פעקלעך, און ווי געווענליך נאך א שעה צוויי ווארטן בלייבן איבער א צען-צוואנציג חברה וואס האבן נישט באקומען די פעקלעך למחצה ולשליש, און דאן פארברענגן זיי נאך א שעה אריינצוגעבן א קלעים.

יעצט הייבט זיך אן די וועג פון קיוב אויף אומאן, מען דרייט זיך אינדרויסן פון רעכל צו מעכל צו צוזאמשטעלן א קאר אדער טענדער וואס פארט קיין אומן – א וועג פון דריי שעה – ביז מען האט שוין געטראפן א גרופע און מען טענה'ט זיך אויס מיטן רוסישן דרייווער אויף די געלט זאכן, עס פיהלט זיך ממש ווי אין דור הפלגה, ער פארשטייט נישט וואס איך וויל, און איך ווייס נישט וואס ער וויל, מען נוצט אלע כלי מכשירים וואס שטייען צו די האנט, פונעם געדינגענעם אומאן טעלעפאן ביז א פשוטן קאלקולעטער, ביז מען קומט זיך ענליך דורך אויפן פרייז און מען לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה. אויפן וועג זיצענדיג צוזאמגעקוועטשט ווי סארדינען, הערט מען דברי ברכה פונעם דרייווער, מען ווייסט נישט פונקליך וואס ער וויל, מען טרייסט זיך אז מסתמא וואונטש ער אונז צו א גוט געבענטשט יאר, וואס קען דען זיין אנדערש? אבער אנקומענדיג עטליגע קילאמעטער פון אומאן ווערט מען געוואויר דעם סוד, דער דרייווער שטעלט זיין קאר אין די זייט, און ער פארט נישט ווייטער ביז ער באקומט נישט נאך אפאר דאלער, טייל הייבן זיך אן אמפערן מיט אים, אנדערע געבן אים דאס געלט, זאל עס פאר א כפרה, אבער מען זאל זיך שוין טרעפן אין אומאן.

אנקומענדיג קיין אומאן אונטען פונעם בארג אויף די בילינסקי גאס, שטייען דארט ווידער די מיליציע (פאליציי) און בעטן די פאספארטן (גיי ווייס פארוואס), און מען דארף שוין ווידער אנהייבן רעדן דור-הפלגה-שפראך מיט די גוים וואס שטייען דארט גרייט מיט די וועגעלעך וואס זיי האבן ספעציעל פראדוצירט לכבוד דעם יום טוב סעזאן, דארט קען מען שוין יא טרעפן אחד בעיר וואס קען אביסל רעדן ענגליש אדער עברית, און נאכן זיך דורכקומען מיט זיי שלעפט מען ארויף די פעקלעך יעדער צו זיין דעסטינאציע אין אומאן.

אזוי אז גלייך ביים אנקומען אין אומאן איז מען שוין אויסגעמאטערט ביז גאר, קיין צייט זיך אפצורוען איז נישטא, גלייך נאכן אויספאקן די פעק און זעק, לויפט מען אין מקוה און מען גייט צום ציון זאגן תיקון הכללי, און זיך באגריסן מיטן רבי'ן און זיך אויסבעטן א גוט יאר.

נאכדעם הייבט זיך אן די קייט פון תפלות וואס ציעט זיך שוין ביז מוצאי יו"ט, סליחות זכור ברית, תיקון הכללי עולמי, וידוי דברים ביים ציון, דערנאך די תפלות פון יום טוב, ווען אינצווישן פרובירט מען אריינצושטופן די סעודות, און נאך עספיען צו שלאפן כאטש עטליכע שעה.

דאס דאווענען דאווענט יעדער ערגעץ אנדערש, די וואס דאווענען אין קלויז האבן טאקע הנאה פון א שיינע ווארימע דאווענען מיט העליכע ווארימע בעלי תפלות, אבער מען דארף האבן גאר אסאך נערווען עס איבערצוקומען, מען דאווענט גאר לאנג, און איינמאל דו גייסט אריין אויף דיין פלאץ האסטו נישט קיין נארמאלע וועג ארויס ביז נאכן דאווענען, אויב מען מוז בהכרח ארויס גיין אינמיטן דאווענען דארף מען קריכן אויף קעפ.
איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש אין בנין המעגמעטער, גראדע גאנץ געשמאק, שיינע היימישע בעלי תפלות, ר' יואל ראטה דאווענט שחרית מיט א קאפעליע פון זיינע בחורים, און מוסף דאווענט איינער בוים אויך זייער שיין, און מען ציעט נישט אזוי אויס די נערווען, מען האט זיך געשטעלט 8 אזייגער און געענדיגט ביידע טעג 2:30.

דאס עסן איז א פרשה פאר זיך. ווי באקוועם מען פרובירט זיך צו מאכן וועט אייביג בלייבן גענוג אויף אפצוקומען אלע עבירות, איינער מאכט זיך באקוועם ער שלעפט נישט מיט קיין עסן, נאר ער קויפט א קארטל ביי שיינער, אבער ווי גוט זיי ווילן זיך צושטעלן האט דאס עסן יענץ טעם, און פון די גאנצע מעניו איז מען יוצא מיטן טונקען די חלה און עטליכע סארט דיפס, און ווען מען האט שוין אלעס פארזוכט און געזעהן אז עס נישטא עפעס גוטס, דעמאלט איז מען שוין סיי ווי זאט, אנדערע האנדלן זיך איין עסן פון איינעם לאנדאו וואס פארשפרעכט צוצושטעלן סעודות בטעם אמעריקאי, אבער במחילת כבודו, איך ווייס נישט פון וואו זיין טעם קומט, אבער פון אמעריקא זיכער נישט.
די וואס ווילן זיך יא אליין מיטשלעפן היימישע עסן פון ניו יארק, קומען אפ אויף אנדערע וועגן. קודם ביז מען פיגערט אויס ווי אזוי צו שלעפן דאס עסן אז עס זאל אנקומען בשלום און עס זאל נאך בלייבן ראוי לאכילה, יעדעס יאר קומט מען אויף מיט פרישע טאקטיקן ווי אזוי ליפערן דאס עסן עצהיו"ט, אבער מיט די אלע באווארענונגען, און אויב די מזל שפילט גענוג גוט אז די באקס עסן איז טאקע אנגעקומען, איז עס שוין אויך האלבוועגס צוקוועטשט, א חלק עסן קומט שוין אן רעדי צומאלן אז מען שפארט זיך איין דאס קייען, מען קען עס שוין גלייך אראפ שלינגען כמות שהוא.

א באזונדערע פרשה איז די מקוואות. די גרויסע מקוה קאסט די ביליגסטע אבער עס איז ממש א פחד אריינצוגיין, טויזנטער מענטשן קומען אויף איין מאל, אלע סארט מענטשן, און מען קען זיך פארשטעלן בערך ווי אזוי די מקוה קוקט אויס, איין נקודה טובה האט עס יא אז די שאוערס ארבעטן א מחי', און פאר און נאך יום טוב קען מען כאטש נעמען א גוטע שאוער דארט.
די לעצטע עטליכע יאר האט מען געבויעט נעבן קלויז א באזונדערע מקוה מיטן נאמען "טהרת ציון", א מקוה געמאכט נאר פאר היימישע אידן פון דאהי און פון אר"י, מען קען נישט קויפן אין אומן די קארטלעך דארט אריין צו גיין, מען מוז עס איינשאפן פון פאראויס ביי די היימישע בתי מדרשים. דארט איז טאקע בעסער ווי די גרויסע, אבער נאך אויך זייער ווייט פון גוט, עס איז אויך היבש איבערגעפילט. דאס יאר בין אין אריין דארטן ערב ראש השנה ביי חצות הארט נאכן עפענען די טיר, א פלאץ האב איך טאקע געהאט, אבער די גרויך און די קאליר מיט די מקוה זענען שוין דעמאלט געווען היבש אומדערטרעגליך, עס איז מיר געווען א גרויסע וואונדער ווייל אפיציעל האט מען דעמאלט געהאלטן גלייך נאכן טוישן דאס וואסער, גיי פארשטיי.
עס איז דא א היימישע מקוה פון ר' שמשון שווארטץ פון קר"י, אבער ער בעהט 100$ מקוה געלט פאר די וואך וואס מען איז דארט, איך פארשטיי פארוואס ער טוט עס, ווייל אויב נישט וועט ער אויך אויסקוקן ווי די גרויסע מקוה, אבער איך בין נישט גרייט צו צאלן די פרייז, דערנאך איז דא נאך קליינע מקוואות וואס בעטן 30-50 דאלער. איך בין געגאנגען אין די טהרת ציון מקוה, נאר איידער איך בין אריין האב איך געלאזט אלע מיינא פילינגס און חושים אינדרויסן ביי די טיר, און נאכן ארויס קומען האב איך עס צוריק גענומען, נאר אזוי האב איך געקענט סורווייווען.

פון די בית הכבוד'ס וועל איך נישט צופיל מאריך זיין מפני כבוד המקום, אבער בעסיקלי קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי עס זעהט אויס, און ווי אזוי די גרויך איז.

נאך יום טוב הייבט זיך אן די וועג צוריק, מער/ווייניגער אזוי ווי די וועג אהין, נאר איין חילוק איז אז דעמאלט איז מען שוין טאטאל צוזאם געבראכן און יעדע זאך איז טאפלט שווער, אזוי אז ווען דער ערעפלאן הייבט אן לאנדן אין ניו יארק, פילט מען זיך אזוי ווי דער שעיר לעזאזל זיך אראפ קייקלענדיג בארג אראפ, ווי די משנה זאגט "והוא מתגלגל ויורד ולא היה מגיע לחצי ההר עד שנעשה אברים אברים", ביינער וואס מען האט קיינמאל נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט בכלל, שטעלן זיך יעצט ארויס מיטן פולן פראכט, און לאזן זיך שפירן ביי יעדע קנייטש און דריי.

יעצט פארשטייט איר שוין דעם קעפל? יא אזוי ווי איר הערט: "א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן" איך קום צוריק פון אומאן ממש ווי פון עזאזל אינגאנצן צוזאם געבראכן, און די בענעפיטס פון אומאן האבן נאר מיין ווייב און קינדער, זיי זענען דא געבליבן און איך האב פאר זיי אויסגע'פועל'ט א גוטע געבענטשטע יאר מיט זעק און פעק פון ישועות פאר די גאנצע יאר.

דאס אלעס קען מעיד זיין יעדער וואס עס געווען אין אומן, קיין פאן איז דארט נישט דא, קיין אינזשוימענט איז נישטא, נישט די גשמיות איז מסודר דארט, און אויך נישט די רוחניות, די קאפ איז נישט אויפן פלאץ, רוב מאל איז מען פארשטאפט, מען קען זיך אפילו נישט אויסוויינען געהעריג, און האבן די געשמאקע געפיהל אז מען האט זיך גוט אויסגעבעטן.

יותר ויותר ממה שקראתי לפניכם קען איך נאך מאריך זיין, נאר עס איז שוין אויך אזוי גענוג לאנג, פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם וואס איז געווען אין אומן ראש השנה, וועט ער עס אראפלייגן באריכות ווי אזוי מען קומט צוריק ווי אן אויסגעקוועטשע שמאטע, און עס נעמט א שיינע פאר טעג ביז מען קומט צו זיך.

און אויב אזוי פארוואס פארט מען אויף אומאן? דאס וועט קומען אינעם המשך אי"ה.

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:54 pm

· #149527
המשך
פארוואס פאר איך טאקע אויף אומאן? אין איין ווארט איז עס בלויז "אמונת חכמים", איך גלייב אין דעם צדיק רבי נחמן ברסלבער זי"ע, און אויב ער האט געהייסן אז מען זאל קומען ראש השנה אויף אומאן, וועל איך גיין אפילו ווען עס קומט מיר אן זייער שווער. גלייבט מיר ווען ער הייסט ווען נישט פארן, בין איך דער ערשטער נישט צו פארן, עס איז בכלל נישט אזוי גרינג און געשמאק.

פארוואס גלייב איך טאקע אין דעם צדיק? איך בין נישט אויפגעוואקסן מיט דעם, און קיינער האט מיר נישט צוגערעדט צו דעם, אבער למעשה גלייב איך אין אים.
ביי רבי נחמן גייט אמונה בה' מיט אמונת חכמים אין איין ליניע, אזוי ווי דער פסוק זאגט ויאמינו בה' ובמשה עבדו, אוודאי איז דער עיקר אמונה בה', דאס איז דער יסוד פון א איד, אבער צו דעם מוז מען גיין צו א צדיק וואס ער קען עס אריינברענגן אינעם מענטש אז ער זאל טאקע לעבן מיט אמונה, ער זאל פיהלן ביי זיך אז דער אייבערשטער איז מיט אים שטענדיג און מען דארף אים פאלגן. אזוי ווי די באקאנטע מעשה פונעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע אלץ אינגערמאן ווען ער איז צוריק געקומען פון זיין רבי'ן נאכן וויילן דארט פאר א וואך צוויי און זיין שווער האט אים געפרעגט וואס ער האט געלערנט דארט, האט ער געזאגט אז ער האט דארט געלערנט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, האט דער שווער אנגעהויבן לאכן "דאס ווייסט די גוי'אישע דינסט אויך, אויף דעם האסטו נישט געדארפט פארן אהין", האט דער הייליגער באדיטשובער געזאגט "זי זאגט און איך ווייס און איך לעב מיט דעם!", און עס איז באמת דא א גרויסע חילוק פון זאגן ביז וויסן און לעבן מיט דעם.
אבער מיט איין זאך איז יא פונאנדערגעשיידט די צוויי זאכן. ביי אמונה איז רבי נחמן געווען זייער קעגן חקירה, ער שרייבט זייער אסאך וועגן דעם אז מען דארף גלייבן באמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און נישט אריינגיין אין חקירות, ווייל געווענליך זענען די קשיות שטערקער ווי די תירוצים, און עס איז נישטא קיין תירוצים אויף אלע קשיות, אמונה איז טייטש אז מען "גלייבט", נישט אז מען "ווייסט", מען קען נישט אויפווייזן קיין אמונה מיט ראיות חותכות, און מען קען עס נישט אפפרעגן מיט קיין ראיות חותכות, ממילא מוז מען זיך האלטן צו די אמונה פשוטה.
ווידער אבער ביי אמונת צדיקים איז שוין די מעשה אנדערש. רבי נחמן שרייבט אין ליק"מ (ח"א רנ"ה) "כשהאדם הוא מאמין בהצדיק בלי שום דעת אפשר לו ליפול מהאמונה, כי מאמונה לבד אפשר ליפול, אבל אם יש לו גם דעת שמבין גם בהדעת, אזי אי אפשר לו ליפול". דא דארף מען שוין נוצן דעם שכל, ווייל דו קענסט דאך נישט וויסן וועם דו גייסט נאך, עס קען זיין איינער וואס שטעלט זיך אהער ווי א צדיק, און אז איך וועל אים נאכגיין בלינדערהייט וועט ער מיר פירן אין באד אריין, דערפאר דארף מען דא יא גוט צולייגן קאפ און מח און נישט נאכגיין א רבי'ן בלינדערהייט, אדער בלויז ווייל מיין זיידע איז געגאנגען צו דעם רבי'נס זיידע, און ער האט געהאט חיות דארט.

אויף וואס דארף מען קוקן ווען מען זוכט א רבי? דאס איז אזוי פשוט אבער זייער ווייניג פארשטייען עס און טוען עס. מען דארף קוקן אויב דער צדיק דעליווערט מיר עפעס, אזוי ווי בגשמיות אז איך ארבעט ביי איינעם דארף איך זעהן אויב איך מאך געלט און דער בעה"ב פאפט מיר נישט אויס, עס איז נישט קיין חילוק ווי גרויס און מעכטיג דער בעה"ב איז, און ווי גרויס און מעכטיג די ביזנעס איז. דאס איז בכלל נישט נוגע, איין זיך איז מיר נוגע וויפיל געלט איך מאך דארט. וכן הוא ממש בנידון דידן, נישט קיין חילוק ווי גרויס אין מעכטיג דער צדיק איז סיי בגשמיות ער האט א ריזיגע ביהמ"ד מיט פילע בנינים מיט טויזנטער חסידים, און אפילו ברוחניות נישט קיין חילוק ווי גרויס און הויך ער איז, און נישט קיין חילוק ווי ווייט ער פליעט אין הימל און איז דבוק צום אייבערשטן א גאנצן טאג, נאר איין זאך מאכט א חילוק – וויפיל קען ער מיר דעליווערן?

דער צדיק רבי נחמן ברסלבער זי"ע לעבט שוין נישט פאר איבער 200 יאר, אבער ער געבט לעבן פאר פיל פיל מער מענטשן ווי אסאך לעבעדיגע רבי'ס געבן פאר זייערע מענטשן.
איך בין גראדע בטעות אריינגעפאלן אין א ברסלבע ביהמ"ד און געהערט דארט א שיעור בחסידות ברסלב, נאכן הערן דעם שיעור פון וואס איך האב זייער הנאה געהאט, האב איך זיך אנגעהויבן דרייען דארט אביסל, און דאס האט מיר געטוישט מיין מהלך החיים מן הקצה אל הקצה, עס האט מיר געגעבן א פאזיטיווע בליק אויף אלע חלקים אין לעבן, עס האט מיר געגעבן א שטארקע און קלארע אמונה וואס דאס איז ווערד די וועלטס געלט, נאר דאס ברענגט אז א מענטש זאל זיין אמת'דיג צופרידן, דאס האט מיר געגעבן ישוב הדעת צו קענען יעדע זאך באטראכטן מיט קלארע בליקן, דאס האט מיר געגעבן שלום בית צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, דאס האט מיר געגעבן א קלארע מהלך ווי אזוי אומצוגיין מיט קינדער, און ווי אזוי אומצוגיין מיט מענטשן און מיט זיך אליין. איך ווייס נישט ווי אזוי דער רבי נחמן האט דאס געקענט באווייזן, עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי א רבי פון 200 יאר צוריק האט גענומען א מענטש און אים ממש געשטעלט אויף די פיס ברוחניות ובגשמיות.

און דערפאר מיט אביסעלע שכל ווייס איך שוין פונקליך צו וועלכן רבי'ן איך דארף גיין, אז דער רבי האט מיר דאס געקענט דעליווערן בין איך פאר אים אלל די וועי, און אז ער הייסט מיר פארן אויף אומאן, אפילו ווען איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פארוואס, און אפילו ווען עס קומט מיר אן זייער שווער, וועל איך זיך אנשטרענגן און פארן אויף אומאן אויף ראש השנה, און אלץ מתן שכרה בצדה, האב איך זיך נאך אויסגעבעטן דארט א גוט געבענטשט יאר, און רבי נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער שטיין צו הילף און זעהן דערצו אז מען זאל באקומען א גוט געבענטשטע יאר מיט אלע גוטע זאכן.

דאס איז דער סוד פון מיין פארן אויף אומאן, און די סעים קעיס איז ביי 99% מענטשן וואס קומען אויף אומאן, קיינער קומט נישט אויף אומאן צו הוליענען, עס זענען דא אסאך בעסערע פלעצער ווי מען קען גיין אויף די וועלט צו הוליענען פאר די געלט, יעדער וואס קומט אויף אומאן האט זיך זיין פעקל שוועריקייטן, און ער פיהלט אז דער רבי וואס ליגט דארט איז זיין צדיק, ער איז זיין העלפער, און ער פיהלט זיך גוט צו זיין א חלק פון די ברסלבע סאסייעטי, און צו פאלגן דעם צדיק וואס בינד אים צו צום אייבערשטן.

דאס וואס עס איז דא חברה דארט וואס טאנצן און פארפירן, דאס איז פשוט זייער מענטאליטי, בכלל די אלע וואס קומען פון יענע לענדער זענען מער אנגעצינדען, זיי רעגן זיך שנעלער אויף און זיי ווערן שנעלער פרייליך און עקסיידעט, און ווען זיי קומען אויף אומן קלאפט עס אויס מיט די טענץ, אבער עס איז דא גענוג און נאך טויזנטער אידן וואס מען זעהט נישט אויף די בילדער וואס מען זעהט אין די היימישע צייטונגען, זיי קומען ווייל זיי שפירן אז רבי נחמן איז זייער רבי, און זיי זיצן אין ביהמ"ד און ביים ציון, און בעטן אויס אלע גוטע ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.

זאלט איר אלע האבן א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:00 pm

· #149529
דו ביזט נישט אפדעטעט. היינט זוכט מען נאר ברסלבע שידוכים...

מ. גליקמאן » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:41 pm

· #149536
יישר כח ברסלבער פאר די שיינע הערכה.
אבער זאג מיר דעם אמת, פילסט זיך טאקע אזוי באטראפן אז עס דארף קומען אזא ענטפער?

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:06 pm

· #149558
👍 👍 ברסלבער 👍 👍

chosen people » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:25 pm

· #149561
הרב ברסלבר די צווייטע חלק איז זייער שיין אראפ געלייגט פארוואס איהר פארט יא, א יישר כח פאר שיין אראפ לייגן.
אבער די ערשטע חלק, וואס איהר לייגט אראפ פארוואס עס קען נישט זיין אז מען פארט פאר "פאן", איז זייער דערמאטיש אראפגעלייגט. אבער דעס גייט יעדע קאפל אדורך ווען מען פארט אויף וועקישאן. מיט פלאנירן די וועג, עסן וכו' איינער מער און איינער אביסל ווייניגער. אבער צו זאגן אז די וועקישאן איז נישט פאר פאן, איז נישט אמת, עס צאלט זיך אויס מיט די אלע אנדערע גשמיות'דיגע געשמאקייט. כמעט יעדע מאל וואס מען פארט אויף וועקישאן קען מען אראפ שרייבן אלע פלאפס...
איהר זענט גערעכט אז עס איז דא אסאך יודן וואס פארן פשוט אזוי ווי די שרייבסט אין דיין צווייטע חלק, אדער אפי' אן די אמונה, זיי קענען האבן א רוחניות'דיגע געשמאקייט אן די אמונה מחמת אנדערע טעמים. אבער צו אראפ לייגן כאילו עס לוינט זיך פשוט נישט צופארן פאר פאן, איז נישט אמת. און עס איז דא אסאך וואס פארן פאר זייער גשמיות'דיגע תאוות.

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:31 pm

· #149562
ער רעדט פון א כראנישע, מוז-יעדעס-יאר אומאן פארער.וואקעישאן פארט מען ווען מען וויל און וואו מען וויל. נישט ווען / ווייל מען מוז.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:46 pm

· #149563
פארן ראש השנה האט ר' נחמן געהייסן אדער עס קומט פון ר' נתן בשם ר' נחמן. ווי עס איז דיר באקאנט איז פארהאן א נפק"מ...

---

לענין, אויב איז עס אזוי שווער, קוים וואס רוחניות האט מען דארט געהעריג, און גשמיות זיכער נישט, וואס איז פשט אין דעם אז אלע באמעס פארן אהין???

דאונט געט מי ראנג, איך האלט נישט דו ביסט א באם חלילה, איך האב זייער הנאה געהאט פונעם באשרייבונג, די ערשטע מאל וואס איך זעה איינעם שרייבן, עס טויג נישט בגשמיות און קוים ברוחניות, ואע"פ כן פאר איך ווייל די רבי האט געהייסן, כל הכבוד. רוב מענטשן זאגן אז מי שלא טעם טעם ראש השנה באומן לא טעם טעם ראש השנה מעולם, דיין שילדערונג הערט זיך נענטער צום מציאות, און איך בין זיכער אז די אנוועזענהייט פון אלע חולאת'ן דארט גיבט נישט צו צום יום טוב.

מיין שאלה איז נאר, אויב איז עס אזוי שלעכט, פארוואס פארן די אידן וואס האבן נישט מיט ברעסלאוו קיין שייכות?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:04 pm

· #149568
משולם ברצנך באמסטו וועם סשמעקט דיר! וברצונך דיבאמסטו וועם ס׳שמעקט דיר נישט! דער איז יא א באם, דער איז נישט. כ׳קען וויסן וואס די ״כף הקלע״ דיר גייט אן ווער ס׳פארט יא ווער נישט , פארוואס מ׳פארט , פאר וועם מ׳פארט. איך קום היינט אריין אין שול הער איך ווי א חכם מיט א גרויע בארד רופט זיך אן , ״פארוואס זאגט מען נישט ראש השנה אנו מתירין להתפלל עם העבריינים ? ווייל זיי זענען אין אומאן״ כי כי כי כי כי כי ...
טו געזען אזאנס !!!

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:18 pm

· #149577
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אזוי פארשטאנען לכתחילה. און איך האב געמיינט ערנסט מיין ענטפער (נאר אז דו האסט געלייגט דריי פינטלעך, האב איך אויך געלייגט...) איך ווייס פון קראנטע מעשיות אז עס האט זיך אנגעהויבן לעצטנס א מאוומענט אז מענטשן זוכן דוקא א בחור וואס דרייט זיך אין ברסלב (פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך אין וועלכע ברסלב) ווייל די אינגעלייט דארט האבן א ספעציעלע גוטע שלום בית.

יואב
:like 👍 ברסלבער 👍 👍

יו וועלקאם.

chosen people
אבער די ערשטע חלק, וואס איהר לייגט אראפ פארוואס עס קען נישט זיין אז מען פארט פאר "פאן", איז זייער דערמאטיש אראפגעלייגט. אבער דעס גייט יעדע קאפל אדורך ווען מען פארט אויף וועקישאן. מיט פלאנירן די וועג, עסן וכו' איינער מער און איינער אביסל ווייניגער. אבער צו זאגן אז די וועקישאן איז נישט פאר פאן, איז נישט אמת, עס צאלט זיך אויס מיט די אלע אנדערע גשמיות'דיגע געשמאקייט. כמעט יעדע מאל וואס מען פארט אויף וועקישאן קען מען אראפ שרייבן אלע פלאפס...
איהר זענט גערעכט אז עס איז דא אסאך יודן וואס פארן פשוט אזוי ווי די שרייבסט אין דיין צווייטע חלק, אדער אפי' אן די אמונה, זיי קענען האבן א רוחניות'דיגע געשמאקייט אן די אמונה מחמת אנדערע טעמים. אבער צו אראפ לייגן כאילו עס לוינט זיך פשוט נישט צופארן פאר פאן, איז נישט אמת. און עס איז דא אסאך וואס פארן פאר זייער גשמיות'דיגע תאוות.

דו ביזט מסתמא נאך קיינמאל נישט געווען אין אומן, ראש השנה זיכער נישט. איך זאג דיר צו אז אזא סארט פלאץ איז בכלל נישט אויף די ליסטע פון איינעם וואס וויל גיין פאר וויקעשאן מיט זיין ווייב.
פונקט דעם יום טוב דערציילט מיר איינער ווי אזוי ער איז די ערשטע מאל געקומען אויף אומאן, איינער האט אים געשלעפט און יענער האט אים צוגעזאגט אז ער גייט נישט אין א פלעינע דירה נאר אין א "האטעל", (פאר ווער עס ווייסט נישט, אין אומאן איז געווען אמאל אין באנוץ א גרויסע האטעל פון ניין שטאק מיטן נאמען "מלון שערי ציון", עס איז שוין פארשפארט די לעצטע צען יאר צוליב געלד סכסוכים) ער האט זיך געלאזט איבער רעדן, אבער אנקומענדיג אין דעם א.ג. האטעל איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן, ער האט נאך אזא האטעל קיינמאל נישט געזעהן, יעדע צומער האט פיר-פינעף צוזאמגעשטופטע באָנק בעט'ס, עס יאווען זיך קריכעדיגע פון אלע זייטן... און די נעקסטע פאר יאר איז ער טאקע מער נישט געקומען, און נאכדעם האט ער נאכאמאל אנגעהויבן פארן. ממילא זאג איך דיר אז עס בכלל נישט קיין פלאץ פאר וויקעישאן, אויב ווילסטו פארברענגן מיט דיין ווייב, זוך דיר בעסערע פלעצער.

דעת תורה
ער רעדט פון א כראנישע, מוז-יעדעס-יאר אומאן פארער.וואקעישאן פארט מען ווען מען וויל און וואו מען וויל. נישט ווען / ווייל מען מוז.

א שטארקע אמת'ע נקודה.

משולם שטיינפעלד
פארן ראש השנה האט ר' נחמן געהייסן אדער עס קומט פון ר' נתן בשם ר' נחמן. ווי עס איז דיר באקאנט איז פארהאן א נפק"מ...

רבי נחמן האט זייער אסאך גערעדט אז מען זאל קומען ראש השנה צו אים בחייו. און די מערסטע האט ער גערעדט פון דעם זיין לעצטע ראש השנה, ווען זיין לעבן האט שוין געהאנגען אויף א האר, און ער איז טאקע אוועק גלייך נאכדעם חול המועד סוכות. און פון דעם און פון נאך שטארקע רמזים, האט רבי נתן און אזוי אויך אלע זיינע תלמידים פארשטאנען אז דאס גייט אויך לאחר מותו. אבער באמת ביי מיר איז רבי נתן פונקט אזוי גוט, פון אים האב איך אויך באקומען גאר אסאך טובות.

משולם שטיינפעלד
לענין, אויב איז עס אזוי שווער, קוים וואס רוחניות האט מען דארט געהעריג, און גשמיות זיכער נישט, וואס איז פשט אין דעם אז אלע באמעס פארן אהין???

די באמעס פארן נישט אהין זיך ענזשויען, עס איז דא אסאך בעסערע פלעצער פאר דעם, זיי פארן ווייל עס טליעט נאך ביי זיי אין הארצן דאס אידישע פונק, און זיי זוכן א פלאץ ווי זיי קענען זיין ראש השנה רוהיגערהייט אן די פרעשור וואס מען האט דא ארויפגעווארפן אויף כלל ישראל, און כל הכבוד פארן פעסטער רבי שליט"א וואס שטעלט דארט צו א הערליכע מנין פאר אזעלכע אידן.

משולם שטיינפעלד
דאונט געט מי ראנג, איך האלט נישט דו ביסט א באם חלילה, איך האב זייער הנאה געהאט פונעם באשרייבונג, די ערשטע מאל וואס איך זעה איינעם שרייבן, עס טויג נישט בגשמיות און קוים ברוחניות, ואע"פ כן פאר איך ווייל די רבי האט געהייסן, כל הכבוד. רוב מענטשן זאגן אז מי שלא טעם טעם ראש השנה באומן לא טעם טעם ראש השנה מעולם, דיין שילדערונג הערט זיך נענטער צום מציאות

ווען איך וואלט געווען איינגעשטעלט אין דער איד/בלאט, אדער ווען איך וואלט געשריבן אין אנדערע פארומ'ס, וואלט איך ווען געשריבן פונקליך ווען מען איז געשטאנען הארט אונטערן רושם, און ווען עס איז געווען א העכערע רושם, און ווען מען איז געווען פונקט אויף די רושם-ליין... אבער דא פירט מען זיך צו רעדן מיט אמת, כלה כמות שהוא.

משולם שטיינפעלד
מיין שאלה איז נאר, אויב איז עס אזוי שלעכט, פארוואס פארן די אידן וואס האבן נישט מיט ברעסלאוו קיין שייכות?

רבי נחמן האט צוגעזאגט פאר סיי וועם וואס וועט קומען צו זיין קבר אויף ראש השנה וועט ער אים העלפן און א טובה טוהן, זיינע חסידים קומען יעדעס יאר, און אנדערע אידן וואס פיהלן אז זיי קענען אויך נוצן א באאסט, זיי קענען אויך נוצן א לויער צום גרויסן יום הדין, פארן אויך.

---
מאטי האקט

מאראנצןזאפט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:29 pm

· #149592
ברסלבער, א הערליכער ארטיקל, און מיר אלע זענען אייך מקנא מיט אזא רבי'ן ווי רבי נחמן.
אבער מיט'ן גרעסטן דרך ארץ און רעספעקט, אפשר פארציילט איר אונז אביסל וועגן מהרא"ש, און וואס האט זיך פאר אייך דארט אנטפלעקט? איר קענט אפילו ממשיך זיין דעם שמועס אינעם משפיעים אשכול.
איך דארף אייך נישט זאגן אז פאר א טייל עולם איז די קשיא א שווערע.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:09 pm

· #149596
[ציטאט אראפגענומען]

דו קענסט דיך משדך זיין מיט א ברעסלאווער. אויש האביך א גוטן שידוך פאר דיר. דעם מחותן קען איך גראדע זייער גוט. א איד א תלמיד חכם, א ספרא רבה. א בעלבאתישע משפחה. די מחותנים פאסן זיכער. דאס איז דאך דער עיקר. 😃

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:33 am

· #149613
העי @ברסלבער שלום - עליכם - שלום! (עליכם אין לו הכרע).

ס'איז מיר ממש געקומען טרערן פון דיינע מיטמאכענישן.... געוואלט האב מגיב זיין "סאו פאהר נישט....", אבל אהה! ס'קומט א צווייטע תגובה מלא אמונה פשוטה!

רבונו של ברסלב לאמיר מאכן א פייט. Really, איך פראביר צו פארשטיין.
1) איר זאגט נאך בשם דיין רבי'ן אז גלייבן אין א צדיק דארף קומען מתוך חקירה. פיין, איך פארשטיי און 'ך מקבל. אבער תוך כדי דיבור זאגט איר אז איר זענט נתקרב געווארן צו ברסלב דורך א אומגעפלאנטע אריינגעפאלאכטץ, איר האט הנאה געהאט פונעם שיעור, און די המשך איז היסטוריה. נפשי בשאלתי: דאס הייסט חקירה?
ווען איר זאגט מיר אז איר האט חוקר ודורש געווען יעדע שיכט און קרייז, לעבעדיגע און טויטע רבי'ס, און לאחר עיון היטב זענט איר געקומען צו א מסקנה, נו, פיין. אבער לויט ווי איר פארציילט... כ'מיין... דאס איז דאך מעשים בכל יום.. זייט איך בין אריין אין טשערנאוויץ האב איך ליב באקומען די וויזניצע מנוחה ושמחה... דאס האט מיט חקירה / אמת קיין שייכות.

2) דער סימן וואס איר גיבט אן, אז וואו נאך זעהט מען אזויפיל אידן זעהן אין א נישט לעבעדיגע רבי א מורה דרך, האט א שובר מכל הצדדים. וואו נאך זעהט מען אזויפיל משוגעים זיך באנוצען מיט א נישט לעבעדיגע רבי פאר זייערע חלאים רבים ורבים?

איחוד פעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:19 pm

· #149883
דאס וואס מענטשען פארען איז ווייל ווען איינער דארף א ישועה איז ער זיך תולה אין וואס ער קען, און פאר דעם פארט מען אויף מירון און מען גייט צו ספרדישע מקובלים און אשכנזישע פועלי ישועות (רח"ק) און חסידישע רביס, און מען נעמט ווייטאמינען און מען טרינקט וואסער מוצ"ש, און די ליסטע גייט ווייטער.

געהערט האב איך אז די סיבה פארוואס ברסלב איז אזוי כאפענדיג און ציענדיג, איז פשוט ווייל ער נעמט קער פין די פגם הברית וואס געוועהנליכע חסידים ואנשי מעשה האבען דערמיט א פראבלעם, און ווען מען זעהט א תיקון וואס איז גרינג און פאזאטיוו, כאפט מען זיך צו דעם צו. און פלעצער וואס מען רעדט נישט און מען טוט נישט דערנידערען די מענטשען וועגען פגם הברית בכלל, איז כמעט נישטא קיין ברסלבער.

פארשטייט זיך אז עס איז דא דער סארט פין גאר שטארקער קעפ, וואס זיי ווערען נתפעל פין ר' נחמן'ס תורה און ווערען חסידים פין אים פשוט צוליב זיין אייגענארטיקייט און מהלך אין יעדעס שווערער ענין.

פין אונזער ידיד אין ק"ש, ברסלבר, זעהט מער אויס אז ער קומט פין א שטארקער נעגאטיווער מקום אדער שטוב, און ווען ער האט געהערט אביסל פאזאטיווער גרעדעכץ האט עס אים אנגעקויפט. אבער מען מוז נישט צוקומען צו ר' נחמן אויף פאזאטיווער מהלכים, מען קען הערען ברייען טרעסי, און מען קען ווערען זיי חסיד, ווייל גאר אסאך פין זיינע יסודות שטייען אויך אין ר' נחמן......

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:32 pm

· #149885
דער פגם הברית טעאריע איז אן insult צו די אינטעליגענציע פון מענקיינד. דאס איז א טיפיקל צינישע באבע תורה וואס שטאמט פון קנאה און אומפארגינישקייט.

בנוגע ווערן א חסיד פון ברייען טרעיסי אנשטאט רבי נחמן. זיין א ברסלב'ער חסיד איז א מהות זאך. איינער וואס פירט זיך מיט אט דער מהות איז א ברסלב'ער אפגעזעהן צו ער האט עס געלערנט פון טרעיסי אדער רבי נחמן. It happens to be אז צוואנציג טויזענט אידן (ובתוכם אונזער ניק ברסלבער) האבן געלערנט דער מהות פון רבי נחמן און זיי זענען זיינע געשוואוירענע חסידים. די אנדערע הונדערט טויזנט ברסלבער אין די וועלט זענען געשוואוירענע חסידים פון טרעיסי.

איחוד פעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:08 am

· #149984
הוגה
דער פגם הברית טעאריע איז אן insult צו די אינטעליגענציע פון מענקיינד. דאס איז א טיפיקל צינישע באבע תורה וואס שטאמט פון קנאה און אומפארגינישקייט.



איך וואלט נישט אזוי געזאגט. פארוואס איז א "פרומער" אייביג זויער אויב נישט פאר דער פגם הברית? ווייל ער האט יענעם באגזל'ט? אדער ווייל ער האט יענעם נישט דן געוועהן לכף זכות?

עס איז בכלל נישט קיין בושה אויב איינער האט אנגעהויבען גלייבען אין ר' נחמן ווייל ער האט הנאה געהאט פין דער הרחבת הדעת וואס דער תיקון הכללי האט אים געגעבען.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:15 am

· #150010
פארוואס האט גור נישט קיין אויסוואנדערונג קיין ברסלב? וועלכע פלאץ חוץ באבוב רעדט מען נישט פון קדושה?

איחוד פעלד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:18 pm

· #150035
די ווייסט אז פין גער ווערען נישט קיין ברסלבער?

חוץ פין דעם קען זיין אז גער איז אנדרעש, ווייל אנדרעש ווי אין סאטמאר למשל איז מען זיך שטארק מטפל מיט עניני קדושה, און עס איז דא דארט אסאך דברי חיזוק ווי מען זאל נישט געפאלען ווערען ביי זיך ווען מען פאלט אדורך, לעומת סאטמאר ווי מען שפילט א שפיל אז ערליכער אידען זענען אנגעהיטען און פאלען נישט אדורך, און דאס ברענגט אז מען זאל זיין שטארק צובראכען, ווייל כמבואר באשכול המיוחד לכך, איז נישט מעגליך נישט אדורך צופאלען.

מיין ראיה איז פין דעם וואס כ'אב געהערט אמאהל פין א סקווירא וואס קען דער געהיימע שמועסען, אז דער סיבה פין די התנגדות קיין ברסלב איז ווייל די ברסלבר מאכען עס כאילו מיט זאגען א תיקון הכללי איז אלץ מסודר, און דער אמת איז אז מען דארף פיל ארבעטען אויף דעם. מינה תידוק אז דער האקען קומט אויף דער אטראקשען מלכתחילה.

יאיר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:29 pm

· #150039
@ברסלבער, איך מוז אויסדריקן מיין דאנק צו דיר פאר'ן אראפלייגן אזא הערליכער, אמת'דיגער באריכט, געשריבן מלא טעם און מיט זאפטיגע הומאר. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די אומאנער אידן מאכן מיט אזויפיל שבעה מדורי גיהנם, און איך שעץ דיר באמת אז דו טוסט דאס. איך בין נאר געבליבן מיט צוויי שאלות:
א. ווען רבי נחמן פלעגט רעדן וועגן קומען צו אים ראש השנה האט ער גערעדט נאר וועגן בחייו, אדער אויך לאחר מותו צו זיין ציון?
ב. אויב יא, צו איז דא א צד צו זאגן אז רבי נחמן האט נישט פאראויסגעזען וואס ס'וועט זיך אלס אפטון בעקבתא דמשיחא פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס וועלן שטראמען צו זיין קבר, און ווען יא וואלט ער נישט געוואלט אז מען זאל צושטערן דעם יום טוב ברוחניות ובגשמיות צוליב דעם?

@איחוד פעלד, איך זע אז דו ביסט ערליך מקיים וואס מען האט דיר געלערנט אין די שאלעשידעס תורה מען זאל אלעס תולה זיין אין פגם הברית.

הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:54 pm

· #150042
איחוד פעלד
הוגה
דער פגם הברית טעאריע איז אן insult צו די אינטעליגענציע פון מענקיינד. דאס איז א טיפיקל צינישע באבע תורה וואס שטאמט פון קנאה און אומפארגינישקייט.


איך וואלט נישט אזוי געזאגט. פארוואס איז א "פרומער" אייביג זויער אויב נישט פאר דער פגם הברית? ווייל ער האט יענעם באגזל'ט? אדער ווייל ער האט יענעם נישט דן געוועהן לכף זכות.


לאמיך דיר מסביר זיין פארוואס איך זאג אז דיין הנחה איז אן insult. איך זאג אזוי ווייל איך רעכן מיך אליינס אלץ איינער פון די אינדערויסענדע וואס זענען געצויגן געווארן קיין ברסלב. איך בין נישט קיין געשוואוירענע עקסקלוסיוו ברסלב'ער, און דערווייל איז מיר נאך נישט אויסגעקומען צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דאך איז כמעט נישט דא וואס עס ליגט נישט עפעס א ברסלב'ער ספר אויף מיין טיש.

איך האב נישט, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין שום דאגה וועגן פגם הברית. און ווען איך האב באקומען מיין געשמאק אין ספרי רבי נחמן ותלמידיו האט עס גארנישט געהאט מיט פגם הברית. (עקטשועלי כ'האב אין מיין לעבן נאך נישט געזאגט תיקון הכללי.) איך בין זיכער אז איך בין נישט א יחיד. אלע ברסלב'ער וואס איך קען, קרובים וידידים, יונג און אלט, געוועזענע און געווארען, קיין איינס פון זיי (אפילו די הייסע) שטייט נישט די פגם הברית בראש הרשימה. רבי נחמן און זיינע תורות רעפרעזענטירט אסאך אסאך מער ווי א סאלושען צו פגם הברית. צווישן אנדערע רעפרעזענטירט הבנה במושגי קבלה, אמונה, שמחה, מהלך החיים, ווארימע געשמאקע תפילות און ניגונים, התבודדות והתבוננות, לעבן מיט א ציל ותכלית. זאגן אז איינער ווערט א ברסלב'ער צוליב תיקון הכללי איז ווי זאגן אז איינער ווערט א סאטמארער צוליב די שיינקייט פון די מחזור דברי יואל.

נהורא נפישא » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:15 pm

· #150046
יאיר
@ברסלבער, איך מוז אויסדריקן מיין דאנק צו דיר פאר'ן אראפלייגן אזא הערליכער, אמת'דיגער באריכט, געשריבן מלא טעם און מיט זאפטיגע הומאר. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די אומאנער אידן מאכן מיט אזויפיל שבעה מדורי גיהנם

כהאב געהערט פון איינעם וואס איז אהינגעפארן כל התרפקאות דעדו עליה אז ער איז זיכער אז נישט נאר מ'האט אים מוחל געווען אלע עבירות נאר ער האט נאך צובאקומען קרעדיט אויך.

לעיקוואד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:16 pm

· #150047
הוגה, דיין טענה אז עס איז אינסאלטינג איז דאך נאר לויט דיין הנחה אז זיך דערשרעקן פון פגם הברית איז עפעס א נארישע אדער קינדערישע זאך. עס זענען דא אבער פילע ערליכע בחורים און ינגעלייט וואס נעמען דאס למעשה יא ערנסט און ר' נחמן העלפט זיי און עס איז בכלל נישט אינסאלטינג אז איינער זאל זיך אנכאפען אין דעם וועגן דעם.

דאס ביסטו זיכער גערעכט אז ברסלב איז אסאך מער ווי תיקון הכללי און רוב וואס ווערן נמשך צו דעם איז דאס נישט וועגן דעם. הגם עס איז שווער צו זאגען אז עס שפילט נישט קיין ראלע בכלל, בפרט ביי אזוינע פרומע נשמות.

(לגבי די מחלוקת מיט סקווירא, אין כאן אלא קאמפיעטישין בעלמא, ווייל די טשערנאבעלע רבי'ס האבען געצויגען אסאך פרנסה פון פגם הברית פון אידען כידוע, און זיך שטארק עוסק געווען געבן תיקונים וכו'') און ר' נחמן האט דאס געגעבן מער ווייניגער בחינם, אפשר מיט א פרוטה לצדקה בסך הכל.)

הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 3:25 pm

· #150048
איחוד פעלד

געהערט האב איך אז די סיבה פארוואס ברסלב איז אזוי כאפענדיג און ציענדיג, איז פשוט ווייל ער נעמט קער פין די פגם הברית וואס געוועהנליכע חסידים ואנשי מעשה האבען דערמיט א פראבלעם, און ווען מען זעהט א תיקון וואס איז גרינג און פאזאטיוו, כאפט מען זיך צו דעם צו.


ווען דער סטעיטמענט איז אמת וואלט איך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם. דער סטעיטמענט insinuate אז אלע אדער רוב פון די טויזנטער אידן וואס עס ציט זיי ברסלב איז עס צוליב דער סיבה. לדעתי איז עס פשוט נישט אמת.

ברסלבער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:04 am

· #150527
אנטשולדיגט פארן קומען שפעט. וואס זאל איך טוהן אז איך האלט נאך נישט אויף אזא הויכע מדריגה אין רוהיגקייט אזוי ווי @הוגה, איך בין מער רוהיג ווען מיין סוכה וד' מינים זענען שוין גרייט עטליכע טאג פריער.


א שטיקל הקדמה איבער דעם ענין פון תיקון הכללי/ ציון רבי נחמן/ אומאן ראש השנה, דאס זענען דריי באזונדערע זאכן, און לאמיר אביסל קלאר מאכן די נושאים, אזוי וועלן זאכן זיין מער פארשטענדליך.

1) רבי נחמן האט געזאגט אז די צעהן קאפיטלעך פון תיקון הכללי זענען א תיקון פאר פגם הברית, דאס איז נישט געקומען אין איין טאג, עס האט אים גענומען פיר יאר, קודם האט ער געזאגט אסאך תורות וועגן תהלים בכלל אז עס איז מתקן פגה"ב, דערנאך האט ער עס מסביר געווען ווי אזוי עס נעמט זיך פון די צעהן לשונות פון תהלים א.א.וו. ביז ער האט געזאגט די פונקליכע צעהן קאפיטלעך וואס זענען מסוגל דערצו.
פארשטייט זיך אז קיינער מוז אים נישט גלייבן, ער האט אזוי געזאגט און ווער עס גלייבט קען עס זאגן און ער וועט האבן א תיקון. יעצט צו זאגן אז די גאנצע זאך פון קומען אויף ברסלב איז וועגן די תיקון הכללי איז זייער נאריש, פשוט ווייל עס פעלט בכלל נישט אויס צו זיין א ברסלבער דערצו, זייער אסאך אידן זאגן יעדן טאג תיקון הכללי און זיי האבן גארנישט מיט ברסלב, סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט פאר רבי יוסל אשכנזי ווען ער האט געדרוקט א תהלים אז ער זאל אריינדרוקן די קאפיטלעך פון תיקון הכללי פון אנהויב, און אזוי האט ער געטוהן. און אזוי איז געווען נאך אסאך גדולים וואס האבן גערעדט פון תיקון הכללי אן האבן קיין שייכות מיט ברסלב.
פארוואס דען נישט? שאדן קען עס נישט, אפילו על צד הספק לוינט זיך צו זאגן די צעהן קאפיטלעך, עס איז נישט אזא טייערע אינוועסטמענט.

2) רבי נחמן האט גענומען צוויי עדות (רבי אהרן דער רב פון שטאט ברסלב, און רבי נפתלי א תלמוד) און ער האט זיי געזאגט אז לאחר פטירתו ווער עס וועט קומען צו זיין קבר און געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן דארט די צעהן קאפיטלעך פון תיקון הכללי, "נישט קיין חילוק ווי גרויס זיינע עבירות זענען, נישט קיין חילוק וואס ער האט אלץ אפגעטוהן, וועל איך זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אים א טובה צו טוהן, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית".
דאס האט נישט צו טוהן מיט ראש השנה, נאר דאס איז סיי ווען אינמיטן יאר. און פארשטייט זיך אז ווי אויבן געזאגט ווער עס גלייבט פארט אהין כאטש איינמאל אין לעבן צו זוכה זיין אין די הבטחה, דאס איז שוין יא אביסל א טייערע אינוועסטמענט, אבער מענטשן פארן סיי ווי צו קברי צדיקים, מאכט מען א סטאפ אויך אין אומאן און מען זאגט דארט תיקון הכללי.

3) אומאן ראש השנה. ווי שוין געשריבן אויבן האט רבי נחמן גערעדט זייער גרויס פון זיין ראש השנה, ער האט געזאגט אז דער אייבערשטער האט אים געגעבן ראש השנה פאר א מתנה, און ווער עס גלייבט אין אים זאל קומען צו אים אויף ראש השנה און ער וועט אים ערלעדיגן א גוט יאר, ער האט געזאגט אז אפילו די מענטשן וואס ער קען נישט העלפן א גאנץ יאר קען ער ראש השנה אויך העלפן, און נאך אסאך דברים מופלגים אויף זיין ביי אים אויף ראש השנה.
אזוי ווייט אז ער האט געזאגט אז צו זיין ביי אים ראש השנה איז די גרעסטע זאך, "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". איינער פון זיינע תלמידים האט זיך אפגערעדט פאר אים אז עס איז אים זייער שווער צו קומען אויף ראש השנה, ער האט נישט קיין נארמאלע אכסניא צו עסן און שלאפן, ער האט נישט די ישוב הדעת צו דאווענען געהעריג דארט, און עס איז אים פיל גרינגער צו קומען ענדערש אויף שבת שובה. האט רבי נחמן אויף דעם געענטפערט "יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
און ווי איך האב שוין געשריבן האט ער גערעדט פון קומען צו אים בחייו אויף ראש השנה, אבער ווי זיינע תלמידים האבן דעמאלט פארשטאנען פון אים, ובפרט אז דער עיקר וואס ער האט גערעדט פון דעם איז געווען זיין לעצטע ראש השנה ווען ער איז שוין געווען זייער קראנק און זיין לעבן האט געהאנגען אויף א האר, און ער איז טאקע נפטר געווארן עטליכע טאג שפעטער אום חול המועד סוכות, האט מען פארשטאנען אז ער האט געמיינט אויך לאחר פטירתו, און אזוי האבן זיך ברסלבע חסידים געפירט פון דעמאלט ביז היינט.


יעצט לאמיר זעהן וואס מען קען פארענטפערן וואס דער עולם האט געפרעגט.

@איחוד פעלד טענה'ט אז די גאנצע קומען אויף ברסלב איז נאר וועגן תיקון הכללי, בנוסף צו וואס @הוגה און @לעיקוואד האבן שוין מסביר געווען, האב איך דיר צולייגט נאך א נקודה, אז אפילו איינער וואס גלייבט אין תיקון הכללי (לאמיר זאגן בלויז ווייל ער זוכט א גרינגע וועג ארויס) דארף ער נאכנישט לכבוד דעם אננעמען דעם גאנצן ברסלבן מהלך, עס איז אים גענוג צו זאגן דעם תיקון און ער איז יוצא אויך אן ווערן א ברסלבער.

@יאיר פרעגט אויב רבי נחמן האט גערעדט פון קומען אויף ראש השנה בחייו אדער לאחר מותו, דאס האב איך אויך פריער אויסגעשמועסט (נומער 3), און אויף דיין צווייטע פראגע אויב נאכן זעהן וואס גייט פאר היינט אין אומאן צו ער וואלט נאך אלץ געהייסן קומען, איז די ענטפער אז יא. ווייל אזוי ווי ער האט געהאלטן אז ער איז בכח צו העלפן און מתקן זיין מענטשן וואס קומען צו אים, און דאס האט ער געוואלט צו העלפן מענטשן, גלייב איך אז היינט וויל ער עס נאך אסאך מער, צו העלפן די אלע מענטשן וואס קומען צו אים, און ווי אויבנדערמאנט האט ער אליין געזאגט "יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
עס איז דא א צוואה פון א צדיק וואס ער שרייבט אז ווער עס האט נאר איינמאל פוגם געווען זאל נישט קומען צו זיין קבר, אבער רבי נחמן האט געזאגט פארקערט, ווער עס האט פוגם געווען זאל קומען צו זיין קבר און ער וועט אים העלפן און פארעכטן.

@קאווע טרינקער פרעגט צוויי קשיות. איינס אויב איך זאג אז צו זוכן א צדיק און א רבי דארף גיין מיט חקירה, ווי אזוי ביניך געווארן א ברלסבער פון אריינפאלן איינמאל אין א ברסלבע שטיבל, איך וואלט קודם געדארפט דורכטוהן אלע רבי'ס החיים והמתים.
איך האב אנגעכאפט די נישט ריכטיגע אויסדרוק "חקירה", בעת וואס רבי נחמן זאגט דער לשון אז דאס דארף גיין מיט "דעת". דהיינו נישט נאכגיין א רבי בלינדערהייט ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוהן אדער ווייל דער רבי איז זייער גרויס און ער האט אסאך בנינים און חסידים, נאר קוקן וואס מען באקומט אין די האנט פונעם רבי'ן און לויט דעם אפמאכן צו ער איז געאייגנט צו זיין מיין רבי.
רבי נחמן נוצט א משל פון א זיגל, אויף א זיגל אליין קען מען גארנישט זעהן, די אותיות זענען פארקערט. ווי אזוי זעהט מען די שיינקייט פון א זיגל? ווען מען זיגלט עס אראפ אויף א פאפיר. און די זעלבע איז ביי א רבי, צו דער רבי איז גוט פאר מיר אדער נישט, דאס קען מען נאר זעהן נאכדעם וואס ער זיגלט אראפ אויף מיר, זעה איך צו ער האט מיר געהאלפן אדער נישט.
פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט פון געהאלפן ווערן צו ליב באקומען די וויזניצע מנוחה ושמחה… נאר צו ער קען מיר געבן א מהלך החיים ווי אזוי דורכצוגיין די וועלט בשלום ברוחניות ובגשמיות.
איינער פרעגט מיר פון ווי איך ווייס טאקע אז רבי נחמן גייט מיר ארויס שלעפן פון שאול תחתית אויף יענע וועלט. האב איך אים געזאגט ווייל איך זעה אז שוין דא אויף די וועלט שלעפט ער מיר ארויס פון שאול תחתית, גלייב איך אז אויף יענע וועלט וועט ער עס אויך קענען באווייזן. ווי צדיקים זאגן אז צו העלפן א בעל בחירה איז גרינגער ווי צו העלפן א נשמה.
און ווי איך האב געשריבן פריער ביניך נישט געווארן א ברסלבער גלייך נאכן אריינפאלן אין שטיבל, נאר נאכן זיך דרייען דארט א שטיק צייט און זעהן וואס איך באקום דארט.

די צווייטע קשיא פרעגט קאווע טרינקער, פארוואס אין ברסלב איז דא אזויפיל משוגעים וואס קלעבן דארט. קודם עס איז נישט אזוי סאך ווי עס זעהט אויס, נאר איין משוגענער מאכט מער נויז ווי הונדערט נארמאלע.
און נאכדעם. ברסלב איז א שטח הפקר. יעדער משוגענער קען זאגן אז ער איז א ברסלבער און דו קענסט אים נישט אפפרעגן, אבער ביי מיר איז א ברסלבער נאר איינער וואס לערנט און לעבט מיט די לימודים פון רבי נחמן מברסלב.
והשלישית. צו האניג קלעבן די בינען. אויף א ברינקס טראק לאקערן אלע גנבים עס צו כאפן, א גארביטש טראק קענסטו לאזן אפען די טיר מיט די שליסל אינסייד.

@מאראנצןזאפט וויל אז איך זאל באשרייבן מוהרא"ש. קודם קען איך דיר דאך נישט משיג גבול זיין… און בכלל האלט איך נישט פון רעדן פון מענטשן, אויב עפעס, איז נאר אינטערעסאנט צו רעדן פון די סחורה וואס דער מענטש פארקויפט, און פון דעם האב איך שוין אסאך גערעדט, ועוד חזון למועד.

איך מיין אז איך האב אלעס פארענטפערט. ווער עס האט נאך עפעס צו פרעגן זאל אויפהייבן די האנט.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:41 pm

· #150570
ברסלבער, זייער פיין.
גראדע מיין טאטע איז א ברסלבער, און איך האב אים נישט געוואלט נאכגיין בלינדערהייט, און מיט אביסל אייגן דעת בין איך אנגעקומען צו קראסנא.

א שטיקל סתירה צו מיין "איך גלייב נישט" אשכול... איך בין אביסל צומישט די טעג, נישט לייכט די טויש פון א יוה"כ צו זמן שמחתינו.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:06 pm

· #150578
מיין פאטער איז א געווייקטער אייוועלטער מיט אלע מפרשים, ער קוויטלט זיך ביים אייוועלטער רבי'ן, ער הערט זיינע תורות, און אלע זיינע חברים זענען אייוועלטער נאך פונדערהיים. ער האט נאך געקענט דעם אלטן אייוועלטער, דער שרף פון אייוועלט-וויליאמסבורג. איך, מיט אביסל דעת, בין אנגעקומען קיין קאווע שטיבל.

ברסלבער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:10 pm

· #150580
@קאווע טרינקער איך האב הנאה פון דיין טויש צו קראסנא, איך בין זיכער אז דו באקומסט דארט וואס דו דארפסט האבן אין לעבן, כל הכבוד.

עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דיין נישט גלייבן אשכול. אזוי ווי דו האסט דארט געשריבן:
קאווע טרינקער
פארשטייט זיך, וויבאלד זיי האבן מיר אויסגעלערנט אז דער "שלחן ערוך" האט דער לעצטער ווארט, קען איך טוהן פארקערט פון זיי, אויב די שלחן ערוך איז אויף מיין זייט.

ימי קדם » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:05 am

· #151528
איך הער אז שבת איז שוין די מצב געווען בעסער, ווייל א גרויסער עולם איז אוועקגעפארן מוצאי יו''ט (ליין: פרייטאג צונאכטס), ר' נחמן האט דאך נאר געזאגט ראש השנה, שבת פעהלט נישט אויס, העכסטנס מען קומט אהן אהיים זאגט מען תיקון הכללי אין מירון, והכל על מקומו יבוא מאומן.
קען עס איינער באשטעטיגען?.....

זאל_זיין » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:35 am

· #158136
די גאנצע אומאן געפארעכטס האט כמעט אזויפיל פשט ווי די חבדסקער וואס פרינטן דעם תניא אין יעדע שטאט...זיי האבען אויך זייער (סיק) שטארקע ראיות צו זייער דרך
ווען אימער רביס האבען געהייסן "תלמידים" טון עפעס איז עס געווען פאר זיי און "נאר" פאר זיי

די תיקון הכללי...ארויסשלעפן פון גיהינם...גרעניץ זיך מיט כפירה
ס'טייטשט איך דארף נישט מער טון תשובה חו'ק???
דיזע פארדרייטע אמונות ברענגט א "גן אמונה" ווי יעדער שמויגער לערענט זיינע באקוועמליכקייטען אין יעדע דרך, און אין יעדע חסידות
די תניא שרייבט דאס בפירוש אינעם שער בלאט, אז דאס איז נאר פאר אנשי שלומינו, און ניין ווערסט נישט א חסיד פון ר' נחמן ווייל דאס "צוט" דיך

איך בין געפארען אויף אומן בעפאר ס'איז געווען kewl צו פארען..פליז, סאיז א גוטע וועקעשאן, און איך בין געפארען פאר די שיינער ערע

סטמר רבי זי'ע האט נישט געלאזט לערנען תניא און ליקוטי מוהר'ן אן האבען א גוטע בעקגראונד אין חסידישע ספרים - נישט קיין וואונדער.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:02 pm

· #158159
זאל_זיין
איך בין געפארען אויף אומן בעפאר ס'איז געווען kewl צו פארען.. פליז, סאיז א גוטע וועקעשאן, און איך בין געפארען פאר די שיינער ערע

ס'איז געווען וואס??? 🙂

מ גפני » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:45 pm

· #158169
ימי קדם
איך הער אז שבת איז שוין די מצב געווען בעסער, ווייל א גרויסער עולם איז אוועקגעפארן מוצאי יו''ט (ליין: פרייטאג צונאכטס), ר' נחמן האט דאך נאר געזאגט ראש השנה, שבת פעהלט נישט אויס, העכסטנס מען קומט אהן אהיים זאגט מען תיקון הכללי אין מירון, והכל על מקומו יבוא מאומן.
קען עס איינער באשטעטיגען?.....

סתם מוצא שם רע זיין אויף אן עדה אידן???!!!

מ גפני » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:51 pm

· #158170
זאל_זיין

סטמר רבי זי'ע האט נישט געלאזט לערנען תניא און ליקוטי מוהר'ן אן האבען א גוטע בעקגראונד אין חסידישע ספרים - נישט קיין וואונדער.

סתם ארויסגעזויגן פון פינגער, קוק אין די אנדערע אשכולות ווי מ'רעדט דערוועגן

למדן » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 2:34 pm

· #158183
.

למדן » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 2:36 pm

· #158185
שמעקעדיג
זאל_זיין
איך בין געפארען אויף אומן בעפאר ס'איז געווען kewl צו פארען.. פליז, סאיז א גוטע וועקעשאן, און איך בין געפארען פאר די שיינער ערע

ס'איז געווען וואס??? 🙂

ס' א ענגלישע אוסדרוק פאר קיהל... ס' מיינט רייסעריש.

ברסלבער » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 3:06 pm

· #158193
זאל_זיין
די גאנצע אומאן געפארעכטס האט כמעט אזויפיל פשט ווי די חבדסקער וואס פרינטן דעם תניא אין יעדע שטאט...זיי האבען אויך זייער (סיק) שטארקע ראיות צו זייער דרך

אמת. ביידע קומען פון אמונת חכמים. און למעשה איז זיך יעדער איד מחי' ווען מען פארט סיי וואו איבער די וועלט מיט די בית חב"ד אויפן פלאץ.

זאל_זיין
ווען אימער רביס האבען געהייסן "תלמידים" טון עפעס איז עס געווען פאר זיי און "נאר" פאר זיי

אמת. אבער מען קען נאך אלץ ווערן זייער'ס א תלמיד, דורכ'ן לערנען זייערע ספרים און פאלגן וואס זיי זאגן, און דערפאר פארן רבי נחמנ'ס תלמידים אויף אומן צו מקיים זיין וואס ער האט זיי געהייסן.
חוץ מזה האט רבי נחמן צוגעזאגט אז סיי ווער עס וועט קומען אויף אומאן און זאגן די תיקון הכללי וועט ער אים ארויס שלעפן פון שאול תחתית, און דערפאר איז דא אנדערע אידן וואס פארן אויך כאטש זיי זענען נישט קיין ברסלבע, קענען זיי אבער באשטיין צו באקומען די געוואלדיגע הבטחה.

זאל_זיין
די תיקון הכללי...ארויסשלעפן פון גיהינם...גרעניץ זיך מיט כפירה
ס'טייטשט איך דארף נישט מער טון תשובה חו'ק???

אזוי גאר?! ביז כפירה האסטו נישט געטראפן קיין אנדערע הגדרה?
דער תפקיד און מעלה פון א צדיק איז בעיקר ווען ער קען העלפן מענטשן ברוחניות ארויס צו קריכען פון שלעכטס. גדולים צדיקים במיתתן אז זיי קענען ווייטער העלפן מענטשן, און רבי נחמן האט זיך דאס אונטער גענומען אז ער וועט מחזיר זיין לתשובה אלע מענטשן וואס קומען צו אים, דאס ארויס שלעפן פון שאול תחתית גייט נאך אויף די וועלט, ווען ער זעהט אז דער עולם זאל תשובה טוהן און ארויס גיין פון שאול תחתית.
פארשטייט זיך אז איינער וואס גלייבט אז ער איז געווען א צדיק וועט זיכער וועלן זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחה.

זאל_זיין
די תניא שרייבט דאס בפירוש אינעם שער בלאט, אז דאס איז נאר פאר אנשי שלומינו,

רבי נחמן שרייבט בפירוש אז זיינע ספרים און תורות האט ער געזאגט פאר יעדן איד אן אויסנאם, מקטן ועד גדול.

זאל_זיין
און ניין ווערסט נישט א חסיד פון ר' נחמן ווייל דאס "צוט" דיך

פארוואס נישט? אז איינער פילט אז זיין נשמה ציעט אהין, פארוואס זאל ער עס נישט פרובירן, אפשר וועט דאס אים ארויסהעלפן?

זאל_זיין
איך בין געפארען אויף אומן בעפאר ס'איז געווען kewl צו פארען..פליז, סאיז א גוטע וועקעשאן, און איך בין געפארען פאר די שיינער ערע

אשריך! האסטו זוכה געווען צו זיינע גרויסע הבטחות, און אינאיינוועגס נאך הנאה געהאט אויך, וואס קען זיין בעסער פון דעם?

זאל_זיין
סטמר רבי זי'ע האט נישט געלאזט לערנען תניא און ליקוטי מוהר'ן אן האבען א גוטע בעקגראונד אין חסידישע ספרים - נישט קיין וואונדער.

קודם האט דאס נישט קיין קראנטע מקור, סאטמאר רבי ברענגט פון רבי נחמן אין ויואל משה און אין נאך פלעצער.
ועוד, ווי קומט הוידל צו בוידל? אז איינער פילט אז סאטמאר אדער סיי וועלכע חסידות איז אים גוט, זיי שטעלן אים צו וואס ער דארף האבן ברוחניות, אשרי לו. און אויב איינער דארף עפעס מער קען ער פרובירן ברסלב אדער אן אנדערע חסידות. אבער צו גיין צו א חסידות בלויז דערפאר ווייל זיינע עלטערן זענען דארט געגאנגען זעה איך בכלל נישט די פשט דערפון, און במשך הדורות פון בעל שם טוב איז דאס בכלל נישט געווען אנגענומען, יעדער איז געגאנגען צו א רבי אדער חסידות וואס האט געצויגן זיין הארץ.

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:43 am

· #158353
אז סטמר רבי זי'ע רופט אן חב'ד "שוטים" פארן דעס טוען (די תניא'ס פארשפרייטען) איז דאס מיר גוט..די וועסט מן הסתם ריפלייען נו דאס איז געווען סטמר רביס שיטא און תבד האט זייערס, וואס דאס איז פארט פונעם פראבלם אז יעדער טרעפט זיך שיטות און דרכים אן קיין פשט מיט די נישט ריכטיגע וועגען וויאזוי צו טרעפן א וועג אויב ספילט גוט טוט מען דאס דאס איז נייע עידז יודושקייט אלע חסידישע ספרים האקען אויף אזעלעכע געפירעכצער

ווערן א תלמיד....sighhhh פליז די מאכסט סתם ליצנות, הייסט איך קען אין איין טאג ווערן א תלמיד מובהק פון אלע צדיקים גדולים ראשונים און אחרונים פון אלע יארען? און מיין דייערי וועל איך שרייבען אז כבין א תלמיד פון ר יוסף קארו, פון רשי, פון רמבם, מארגען גיי איך ווערען א תלמיד פון רבינו בחיי, און נעקסטע וואך פלאן איך צו ווערען א תלמיד פון דעם חפץ חיים
וואס דרייסטו א קאפ, איינער האט דיך דאס געזאגט אדער האסטו דאס געזען ערגעץ אין א ספר און די פלפלסט עס נאך אן פארשטיין וואס סמיינט
וויפיל זאכען דארף מען "פאלגען" פון ר' נחמן צו ווערן אנגערופען זיין תלמיד, די מאכסט ביליג די גאנצע קאנעקשן פון א רבי צו א תלמיד, רביס פלעגען אוועקשיקען תלמידים ווייל זיי פלעגען סערווען דעם תלמידס נשמה און קוקענדיג אין דעם תלמידס נשמה האט ער געזען אז דעי תלמיד דארף אן אנדערע דרך, און יעדע טאג פון יאר האט אן אנדערע דרך אאזוו
קומט זיך א עולם די לעצטע 20 יאר און לערנען אביסל ר' נחמןס ספרים סהייבט אן פילן גוט, פיל גוד judaism און וואלא מ'האט זיך געטראפן א דרך, אלל אף ע סאדען איז מען זיך "מקשר" מט ר' נחמן, נישט חלילה אז דאס גיט מיך פשוט סיפוק החיים נע דאס איז מיין התקשרות, ר' נחמן זאגט מזאל טאנצען, אקעי איך האב דאך ליב צו טאנצען נישט חלילה סתם כהאב ליב, "דאס איז פארט פון מיין התקשרות"
זעלבע מיט אומן
זעלבע מיט "די new age שמחה וואס איסעדענטלי זעט מען ביי ברסלב און חבד, אלעס באגלייט מיט תורות וואס מפארשטייט אפילו נישט און מיט דעם תירוץ אז מטוט התקשרות און מאיז א תלמיד...pauleees

אז איינער טראכט אז ער קען טון כל עבירות שבתורה און איין אומן געפארעכץ וואשט דאס אפ (אן אייגענע תשובה, וואס אסאך וואס פארען האלטען אזוי) איז א כופר, אז ביסט מחולק אויף דעם איז נישט דיין ברסלבנס דיין פראבלעם האסט אסאך מער פראבלעמען פאר ברסלב

ווען ר' נחמן זאגט אז זיינע ספרים איז פאר יעדען דאס מיינט נישט אז א יעדע "הנהגה" איז פאר יעדען, דעס איס קלעסיק צודרייטקייט, ממישט אויס תורות מיט מנהגים (וואס אגב, סנישט דא 2 מנהגים פון דע בעש'ט וואס אלע חסידים טוען וויל "הנהגות" איז געווען קאסטעם מעיד פאר יעדען תלמיד)
אויב איז וואס די זאגסט אמת וואס האט מען נישט געזען יעדע דור פון ר' נחמן אז די צדיקים זאלען אפילו רעדן פון פארען אויף אומן, ער האט דאך גערעדט צו יעדעם
אויך, וואס עפעס דארפסטו זיך אנרופען א תלמיד צו געבעו א סיבה פארן פארען, ער האט דאך גערעדט צו יעדעם
כאפסט? די פלפלסט נאך זאכען נישט פארשטייענדיג וואס די רעדסט
די אמאליגע חסידים זענען נישט געגאנגען "רבי שאפינג" נישט אזוי ווערט מען א תלמיד, די נעמסט אוועק די גרויסקייט פון די אמאליגע חסידים (ווי פריער דערמאנט)

וואס די תניא שרייבט אין שער בלאט איז געווען אייביג פארשטאנען פון אלע רביס, נישט יעדער האט ארויסגעזאגט אבער דאס האט עס געמיינט.

"דיין נשמה צוט" וועם טרייסטו צו דרייען א קאפ? די ווייסט וויאזוי א נשמה פילט? און פלוצלינג פילט דיין נשמה קיין ברסלב, זאג, וויפיל מסכתס האסטו שוין געלערענט? האסט שוין אמאל געלערענט גאנץ הלכות שבת סתם כדי נישט עובר צו זיין אויף הלכות שבת? די קענסט הלכות לשון הרע? און וועלעכע סוגיא און ש'ס ביסטו בקי? "ברסלב צוט דיך"
ווייס וויאזוי צו זיין א יוד פאר די לויפסט זיכען "פיל גוד יודישקייט"
איך טריי בכלל נישט צו רעדען צו דיר דוקא באט צו די גאנצע חברה בכלל סאו נעם עס נישט אן ווי א פרעזענליכע אטאקע

און אז כוועל דיך ברענגען א מקור צי סטמר רבי נישט צו לערנען ליקוטי מוהרן מאכט נישט אויס פאר דיר, "ווייל יעדער האט דאך זיין דרך"

נעם א צעטיל קטן (נישט די פראקורצטע) און זע וואס ער שרייבט דארט פון אזעלעכע דרכים אין די נאמען פון חסידות

איבערלאזען א ווייב מיט קינדר אויף יו'ט איז נישט א פשוטע זאך להלכה, זיך טרעפן אן אויסרייד אין נאמען פון חסידות איז א געלעכטער

דייטל » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:03 pm

· #158391
ברסלבער

הערליך שיין, עטליכע קליינע הערות
פארוואס דען נישט? שאדן קען עס נישט, אפילו על צד הספק לוינט זיך צו זאגן די צעהן קאפיטלעך, עס איז נישט אזא טייערע אינוועסטמענט.
דער רבי האט געזאגט אז דאס אליינס וועט שוין אויך זיין שווער. וכמו שרואים בחוש.

"יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
פונקטליכער, יא דאוונען נישט דאוונען [בכוונה] יא עסן נישט עסן, וכו'.

און ווי איך האב שוין געשריבן האט ער גערעדט פון קומען צו אים בחייו אויף ראש השנה, אבער ווי זיינע תלמידים האבן דעמאלט פארשטאנען פון אים, ובפרט אז דער עיקר וואס ער האט גערעדט פון דעם איז געווען זיין לעצטע ראש השנה ווען ער איז שוין געווען זייער קראנק און זיין לעבן האט געהאנגען אויף א האר,
און ער האט געזאגט קלאר אז ער גייט נסתלק ווערן, וועגן דעם איז ער אריבער קיין אומאן און אנגעזאגט וואו מ'זאל אים לייגן.
און ער איז טאקע נפטר געווארן עטליכע טאג שפעטער אום חול המועד סוכות, האט מען פארשטאנען אז ער האט געמיינט אויך לאחר פטירתו, און אזוי האבן זיך ברסלבע חסידים געפירט פון דעמאלט ביז היינט.

עס איז דא א צוואה פון א צדיק
אינטערעסאנט צו וויסן ווער?
וואס ער שרייבט אז ווער עס האט נאר איינמאל פוגם געווען זאל נישט קומען צו זיין קבר, אבער רבי נחמן האט געזאגט פארקערט, ווער עס האט פוגם געווען זאל קומען צו זיין קבר און ער וועט אים העלפן און פארעכטן.

איינער פרעגט מיר פון ווי איך ווייס טאקע אז רבי נחמן גייט מיר ארויס שלעפן פון שאול תחתית אויף יענע וועלט. האב איך אים געזאגט ווייל איך זעה אז שוין דא אויף די וועלט שלעפט ער מיר ארויס פון שאול תחתית, גלייב איך אז אויף יענע וועלט וועט ער עס אויך קענען באווייזן. ווי צדיקים זאגן אז צו העלפן א בעל בחירה איז גרינגער ווי צו העלפן א נשמה.
ביי אונזערע לייט האט מען געזאגט אז דער רבי נעמט ארויס פון שאול תחתית טאקע אויף די וועלט, אין אמת'ן אריין איז שאול תחתית נישט עפעס וואס איז דא אדער דארט ס'איז א מצב ווי די נשמה איז נישט משנה בחיים צו במוות די נשמה איז דארט, נאר דא זעט מען עס נישט [די וואס זעען נישט] און דארט איז אפן נשמה.
און ווי איך האב געשריבן פריער ביניך נישט געווארן א ברסלבער גלייך נאכן אריינפאלן אין שטיבל, נאר נאכן זיך דרייען דארט א שטיק צייט און זעהן וואס איך באקום דארט.
.

נאכאמאל א גרויסן דאנק פאר אייערע שיינע ערקלערונגען האסט א פאך אין די האנט מיט א קלארע שפראך און שריפט, נוץ עס גוט אויס עס האסט ערנסטע פאטענשעל, עס ערווארט אייך פאלאוערשיפ.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:09 pm

· #158395
דייטל

עס איז דא א צוואה פון א צדיק

אינטערעסאנט צו וויסן ווער?

דוכט זיך דער שומר אמונים זצ"ל.

דייטל » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:21 pm

· #158396
יישר כח

דעת תורה » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:40 pm

· #158403
זאל זיין, גדולי עולם (ווי דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, און בזעיר אנפין זיין שווער דער נשיא דורנו) האבן יא געהאלטן דערפון, אוו סומך ידם געווען אויף דאס פארשפרייטן די תניא'ס, און אויף פארשידענע זאכן וואס מען האט געטון אין סאטמאר האבן זיי געהאלטן אז דאס איז שטות (אויב נישט רשעות). סאו האק נישט קיין טשייניק.

און דו מיינסט אמאל ווען מען איז געפארן צו רבי'ס איז עפעס יעדער חסיד געווען א בעל מדריגה ווי אחיה השילוני? עס איז געווען יעדער איינער לפי מדריגתו, און איינמאל דו ביסט מסכים צו די באהויפטונג אז מען קען זיך פאררופן תלמיד פון א מענטש וואס לעבט שוין נישט (בזכות אבותי ורבותי ווייסטו דאך זיכער וועמען עס מיינט) איז יעדער איינער א תלמיד לפי וויפיל ער וואלט ווען קונה געווען פון יענעם צדיק - אין דעם פאל, ר' נחמן - אלמלי דער צדיק איז בחיים חיותו.

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:22 pm

· #158447
דעת תורה
זאל זיין, גדולי עולם (ווי דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, און בזעיר אנפין זיין שווער דער נשיא דורנו) האבן יא געהאלטן דערפון, אוו סומך ידם געווען אויף דאס פארשפרייטן די תניא'ס, און אויף פארשידענע זאכן וואס מען האט געטון אין סאטמאר האבן זיי געהאלטן אז דאס איז שטות (אויב נישט רשעות). סאו האק נישט קיין טשייניק.

און דו מיינסט אמאל ווען מען איז געפארן צו רבי'ס איז עפעס יעדער חסיד געווען א בעל מדריגה ווי אחיה השילוני? עס איז געווען יעדער איינער לפי מדריגתו, און איינמאל דו ביסט מסכים צו די באהויפטונג אז מען קען זיך פאררופן תלמיד פון א מענטש וואס לעבט שוין נישט (בזכות אבותי ורבותי ווייסטו דאך זיכער וועמען עס מיינט) איז יעדער איינער א תלמיד לפי וויפיל ער וואלט ווען קונה געווען פון יענעם צדיק - אין דעם פאל, ר' נחמן - אלמלי דער צדיק איז בחיים חיותו.


ביסט א חבדסקר?
אויב יא האב איך שאלות אויף דיין נשיא׳ס הנהגה׳ס
לאמיך פליז וויסן

ברסלבער » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:33 pm

· #158450
@דייטל, יישר כח פאר די שיינע הערות.
דער צדיק וואס האט געשריבן די צוואה איז דער בעל שומר אמונים זי"ע אזוי ווי שמעקעדיג האט געשריבן.

@דעת תורה, זייער גוט געזאגט.

@זאל_זיין, איך האב נישט צופיל צוצולייגן צו די טרעפליכע ווערטער פון דעת תורה, אבער איך בין נייגעריג ווי אזוי דו האלטס אז עס ארבעט א רבי מיט א תלמיד, אויב נישט צו גיין אין זיינע וועגן און הדרכות. און וואס איז די גדר צו וועלכע רבי מעג מען יא גיין און צו וועלכע רבי נישט.
נאך א זאך, פארוואס ברענגסטו מיר פון ספרי חסידות און דו הייסט מיר נאכקוקן אין צעטל קטן, אין די צייט וואס דו זאגסט אז זיי האבן גערעדט נאר צו זייערע תלמידים פון זייער דור וואס לפי זה האט דאס מיט מיר גארנישט. איך בין אביסל צומישט אין די נושא.

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 7:52 pm

· #158469
@ברסלב. פראבלעם איז אז די צעטיל קטן איז האבען אלע צדיקים גפריטש, פארן אויף אומן נישט
פלאס אין די צטיל קטן שטייט נישט קיין נייע חידושים אין יודישקייט, אז יעדער וואס שמעקט זיך אן צו פארן אויף אומן זיך צו ראטעווען פון שאול תחתית איז

זיין צומישט איז אן אפגרעיט פון זיך איינרעדן אז מאיז נישט צומישט.

ווי אויך זיי מיר מסביר פארוואס שרייבט ר׳ אלימלך אזוי שארף אונעם צעטיל קטן צו די חסיד וואס האט געוואלט וויסן ווען צו זאגען שיר השירים און וועלעכע זמירות צו זינגען

דאס איז נישט קיין חסידות

און די תניא שרייבט ער וויאזוי מזאל פטור ווערען פון שלעכטע מחשבות...
אבער זאגט ער זיי נישט קיין שוטה און טוה עס נישט, מדארף זיין אויף דו מדריגות צו וויסן וואס און וויאזוי עס צו טון
און אזוי איז מיט אלע חסידישע מנהגים און דרכים

און זינט איך וויל נישט זיין שטעקיג אין דעם שאול תחתית זייט אזוי גוט און ברענג מקורות צו ר נחמן׳ס זאגען אז די גאנצע וועלט זאל קומען

האלט נישט דעם אטעם סאיז נישט דא מקורות אויף דעם

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 8:09 pm

· #158475
יאיר
מיין פאטער איז א געווייקטער אייוועלטער מיט אלע מפרשים, ער קוויטלט זיך ביים אייוועלטער רבי'ן, ער הערט זיינע תורות, און אלע זיינע חברים זענען אייוועלטער נאך פונדערהיים. ער האט נאך געקענט דעם אלטן אייוועלטער, דער שרף פון אייוועלט-וויליאמסבורג. איך, מיט אביסל דעת, בין אנגעקומען קיין קאווע שטיבל.

דעם שרף פון בארא פארק האב איך גראדע אויך געקענט. זיין קדושה? האט אזוי שטארק געברענט אז ר'האט משפיע געווען אויף אנדערע. וואו ס'האטציך אויסגעפעלט א שטיקל דזשאב איז ער געקומען (צומאל באישון לילה) און משפיע געווען מברכת קדשו. נאכדעם איז געווען א שפע פון... וועלכע די פאזיכערונגס קאמפאני האט משפיע געוועין. זכותו יגון עלינו. 😂 🙄 😎

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 8:35 pm

· #158483
דעת תורה
און אויף פארשידענע זאכן וואס מען האט געטון אין סאטמאר האבן זיי געהאלטן אז דאס איז שטות (אויב נישט רשעות). סאו האק נישט קיין טשייניק.



אויף וואס באצוסטו זיך? וועלעכע שטות אדער רשעות האט די סאטמארע רבי געטון?

ברסלבער » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:44 pm

· #216829
דער עולם גרייט זיך אינגרויסן צו פארן אויף אומאן, טיקעטס זענען שוין כמעט אויסגעלאפן.. מיר האפן צו קענען ערלעדיגן דאס יאר א קאווע שטיבל מנין אין אומאן. ווער איז אין?

איינער האט מיר צוגעשיקט א פי די עף פונעם ארטיקל.
📎 אני לעזאזל ואשתי לאומאן.pdf

petergrifin » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:27 am

· #216945
האט די מלחמה/קאנפליקט אין אוקרײנע אן עפעקט אויף די אידן װאס פארן קײן אומאן אויף ר׳ה?

בשבילי! » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:30 am

· #216947
א געווארענער ברסלבער זאגט מיר אז זיין פרוי האט אנגעהויבן צו עסן Mango ר''ה ביינאכט צווישן אלע אנדערע סימנים, ווייל ס'איז מען גא, Men go. די מענער גייען קיין אומאן

ברסלבער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 8:50 am

· #216972
petergrifin
האט די מלחמה/קאנפליקט אין אוקרײנע אן עפעקט אויף די אידן װאס פארן קײן אומאן אויף ר׳ה?

די איינציגע עפעקט איז אז די טיקעטס זענען ביליגער. די קאנפליקטן זענען אין מזרח אוקריינא, און אומאן איז אין מערב, איבער א צעהן שעה וועג.

יין שרף » זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:47 pm

· #217147
בשבילי!
א געווארענער ברסלבער זאגט מיר אז זיין פרוי האט אנגעהויבן צו עסן Mango ר''ה ביינאכט צווישן אלע אנדערע סימנים, ווייל ס'איז מען גא, Men go. די מענער גייען קיין אומאן

און א צווייטענס האט אנגעפאנגען עסן Honeydew, ע"ש די "האני" זאל בלייבן "דא"...
בלאט: 1 2