די רעכטן פון א רב/רבילאמיר דא קודם קלארשטעלן אז די מוסדות זענען א נכס יחיד, זיי באלאנגן פאר די רבי, רב אדער פאר די ראש המוסד. די ריעל עסטעיט וואס די מוסד פארמאגט, וואס איר באצאלט קרן הבנין פון פינף טויזנט דאלער, זענען אויך פריוואטע נכסים וואס די רבי/רב דארף האבן כדי זיינע קינדער זאלן האבן אויף וואס צו גיין צו בי"ד און קארט נאך די זייערע נציחת האראלים. די מוסד האט א 'רעכט' צו מאכן תקנות וואס און וויאזוי עס געפעלט זיי, און ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן צו זייערע קוריאזן מעגן זיי יענעם שיקן לופטערן. עס איז 'זייער' מוסד און זיי האב א רעכט צו טון דערין כאדם העושה בתוך שלו.
פונקט אזוי ווי איך האב א רעכט צו זאגן אז איך לאז נאר אריין אין מיין הויז א איד וואס גייט מיט א שטריימל, און אויב ווילסטו קענסטו אנטון א שטריימל אדער קענסטו גיין לעזאזל. די זעלבע האט די מוסד א רעכט צו שוקן לעזאזל ווער עס שטעלט זיך נישט צו צו סיי וועלכע קוריאזע תקנה אדער תנאי וואס זיי שטעלן. עס איז זייער רעכט! פיריאד! דער רבי, רב אדער ראש המוסד האט אויך א רעכט צו זיין א רשע מרושע, ער האט אויך א רעכט צו מזנה זיין צעהן שפחה חרופות אין איין נאכט, און ער האט א רעכט צו זיין די גרעסטע שטיק צואה מששת ימי המעשה. ער האט א רעכט! פיריאד!
די פאקט אז די מוסד האט א רעכט, די פאקט אז דער מאנסיער יונגערמאן און זיין ווייב קענען לייגן די קינדער אין מאדערנע מוסדות, די פאקט אז ער וויל נישט אדער קען זיך נישט צושטעלן צו א תקנה פון א מוסד, מיינט נאך נישט אז די בעל התקנה איז נישט א פארגרעבטער פאלנער שלעכטסקייט. דער ראש המוסד איז א רשע, טאקע מיט די פולע ''רעכט". עס איז אין די היסטאריע פון חרדי'נטום נאך נישט געווען אזא מצב ירוד ביי די מנהיגי הקהלות. (איך מאך נישט אוועק אלע מנהיגים ח"ו, איך רעד נאר פון רוב רובם.) די פני הדור כפני הכלב פראסקעט אלעמען אין פנים אריין, אבער פארשטייט זיך מיט פולע רעכט! עס זייער רעכט! פיריאד!
אמאל איז א מנהיג נישט נאר געווען דער בעל הבית, דער קעניג וואס האט די 'רעכט' צו טון וואס עס געפעלט אים כאדם העושה בתוך שלו. אמאל איז א מנהיג אויך געווען איד וואס האט געבלוטיגט צו העלפן א צווייטן איד, צו מקרב זיין וואס מער אידן לאביהם שבשמים. א מנהיג אמאל האט אוועק געגעבן עד פרוטה אחרונה צו העלפן אידן וואס דארפן אויף שבת און יום טוב. אמאל האט א מנהיג אויך געוואוסט אז ער האט די 'רעכט' צו טון וואס ער וויל, אבער ער האט געוואלט העלפן א יעדע איינציגסטע איד. איך קען שרייבן מעשיות טאג און נאכט פון די אמאליגע צדיקים ומנהיגים וואס האבן געוואוסט זייערע 'רעכטן' אבער דאך האבן זיי נישט געטון די רשעות וואס ווערט היינט אפגעטון, ווייל זיי זענען געווען צדיקים! איך וועל שרייבן נאר עטליכע בקיצור נמרץ.
אמאליגע מנהיגי וצדיקי אמתדער סאטמארער רב ז"ל האט געהאלטן צוויי קאליקעס אין א כתה פון צוועלף. טראץ דעם וואס די מנהל האט גע'טענה'ט אז ס'נישט גוט פאר די אנדערע צען. האט ער געזאגט: "די אנדערע צען וועלן זיך אן עצה געבן, פאר די צוויי האבן איך דאך געעפענט די ישיבה, זיי דארף איך, נישט די אנדערע". (יש אומרים שזה קרה עם רבי מיכאל בער ז"ל.)
קלאוזענבורגער רב ז"ל האט געסטראשעט אז ער פארמאכט זיין ישיבה, ווען די הנהלה גשמי האט ארויסגעווארפן א בחור א פרא אדם וואס האט כסדר מזיק געווען די ישיבה'ס נכסים אויף א געפערליכע פארנעם. בלית ברירה האט מען דעם בחור צוריקגענומען און געהאלפן זיך שטעלן אויף די פוס. זיינע קינדער און אייניקלעך זענען היינט ש"ס אידן (די גרעסטע קאמפלימענט אין קלאזענבורג).
ווען באבוב האט געמאכט א תקנה אקעגן טעלעוויזשאן (נאך די באקאנטע חרם) זענען די מנהלים אריין צו רבי שלמה באבובער ז"ל און געזאגט אז זיי ווייסן אז עטליכע משפחות פארמאגן נאך טעלעוויזיעס אינדערהיים און עס וועט קאליע מאכן פאר אנדערע. זיי האבן פארלאנגט אז מען מוז ארויסווארפן די קינדער ווייל אויב נישט וועט די גאנצע תקנה שוואך ווערן ביי יעדעם. האט רבי שלמה ז"ל ברוב חכמתו וצדקתו געזאגט, זאלן די טעלעוויזיע וואטשערס נאר שיקן די קינדער צו מיר און איך וועל זייערע קינדער מאכן שטריימל און ווייסע זאקן אידן. די שענסטע אידן מסלתה ומשמנה פון באבוב זענען זיי אויפגעוואקסן.
רבי אברהם חיים שפיצער איז געווען א מלמד אין ישיבה אוו ברוקלין. ער איז אריין צו זיין רבי מסקווירא זצ"ל און ער האט זיך אפגערעדט אז רוב פון זיין קלאס קומען פון שטובער וואס זענען נישט שומר שבת. ער האט פארציילט פאר דעם סקווירא רבי אז ער וויל פארן ווערן ענדערש א מגי"ש אין הרב קאפלמאנ'ס ישיבה. די סקווירא זצ"ל האט אים געענטפערט: "די בחורים ביי הרב קאפלמאן דארפן דיר נישט, די קינדער פון די מחללי שבת דארפן דיר יא". ער איז געבליבן דארט און אלע האבן אויפגעשטעלט פיינע ערליכע אידישע שטובער.
דער חזו"א האט געזאגט פאר א מנהל וואס האט געוואלט ארויסווארפן א בחור פון ישיבה צוליב דעם ווייל יענער איז געפאקט געווארן רייכערן אום שבת: "דאס איז דיני נפשות, און דיני נפשות קען מען נאר פסק'נען מיט א בי"ד של כ"ג."
ווען דער סאטמארער רב ז"ל וועקט זיך היינט אויף און ער זעהט דאס רשעות וואס זיין חדר אין מאנסי (אהרונים) טוען אפ על שמו וזכרו, ווען רבי שלמה און רבי נפתלי'טשע באבובער וועקן זיך היינט אויף און זעהן מיט וואס פאר א רשעות מען ווארפט זיך מיט אידישע שטובער און אידישע דורות אין זייערע מוסדות אין מאנסי (ביידע!!!) וואס וואלטן זיי געזאגט? וואס וואלט קלאוזענבורגער רב געזאגט צו דעם ווען ער ווייסט וואס זיינע הייליגע מוסדות אין מאנסי טוען אפ, ווי זיי ווארפן זיך מיט אידישע נשמות אויף אן עקלדיגע פארנעם? או לאותה בושה ולאותה כלימה! די אלע צדיקים האבן אויך געוואוסט וואס זייערע רעכטן זענען, זיי האבן אויך געוואוסט (אדער אפשר האבן זיי נישט?) אז די מוסודות באלאנגט צו זיי. אבער דאך האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי ערליכע פיינע אידן און נישט ווי די חיות השדה! זיי האבן געוואוסט אז זייער פאסטן האבן זיי נישט גענומען פאר שררה נאר פאר עבדות.וזאת תורת הקהלמ'האט דא לעצטענס ארום גערעדט איבער די
וויכטיקייט פון געהערן אדער נישט געהערן צו א קהלה. א פיינע יונגערמאן וואס האט נישט קיין שום קשיות אדער נסיונות דארף נישט א קהלה אזוי וויכטיג. א יונגערמאן וואס איז צופרידן, ער האט זיינע שיעורים, גייט וואלענע ציצית אויפן העמד, פארמאכטע רעקל מיט די הוט, איידעלע שיך, קומט אן צו אדון עולם און רעדן נישט ביים דאווענען דארף נישט אזוי וויכטיג א קהלה. א יונגערמאן וואס איז בטבע א מקבל גרינגערהייט, ער גלייבט און פאלגט אלעס וואס דער מנהיג זאגט אן אריינטראכטן, ער גייט צו די אסיפות, ער האט נאר א מאושר'דיגע פאון, זיין ווייב גייט ארום געבונדען ווי א זונה בימי יהודה, ער גייט נישט אין פיצא סטאר, ער פארט אויף וועקעישאן נאר צו די קאנטרי, ער גייט נישט אין שאפינג מאללס, און ער ליינט נאר די מעלות, אזא יונגערמאן דארף נישט בעצם קיין קהלה. דער יונגערמאן וועט זיך פיין אן עצה געבן אויב ער דאווענט אין א בית מדרש אין זיין געגנט און שוין. עכ"פ ברוחניות פעלט עס אים זיכער נישט אויס, אפשר בגשמיות יא.
אויב אזוי, פארוואס האט מען אזוי אויסגעשטעלט אז די עולם איז יא צוגעטשעפעט צו קהלות? ווייל די וועלט איז ווייט פון שלימות. עס זענען פארהאן אין א יעדע סאסייעטי מענטשן וואס זענען נישט אזוי צופרידן, שטארק, פאלגזאם וכדומה. וממילא, אויב איז אויסגעשטעלט די קהלות פון רוב א. ג. פיינע יונגעלייט, טוען זיי ארויף שלעפן און מחזק זיין די א. ג. שוואכע יונגעלייט.
מה עשה הקב"ה? עס איז אונטערגעוואקסן א דור פון מנהיגים ורבנים וואס ווייסן זייערע 'רעכטן', וואס געבן נישט קיין גרף של רעי וואס דער באשעפער וויל, די עיקר איז אז זיי האבן א 'רעכט' צו האבן קהלות ומוסדות פון בלויז 'ריינע ראסע' יונגעלייט, לאז די שוואכערע אדער זיך צושטעלן אדער זאלן זיי זיך גיין הענגען. האבן זיי די 'רעכט' דאס צו טון? אוודאי האבן זיי די 'רעכט'! אבער זיי זענען נאך אלץ רשעים!
יעצט לאמיר גיין צו די מוסדותמיר האבן שוין קלאר געשטעלט אז די מוסדות ומנהיגיה האבן א 'רעכט' צו טון וואס עס געפעלט זיי. אבער דאס מאכט זיי נישט אויס רשעים. גייט א מוסד און מאכט א תקנה אז וועלכע מאמע עס גייט מיט גאלדענע שיך קען נישט שיקן די קינדער אין די מוסדות. איי, דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז צען פראצענט פון די מאמעס וועלן זיך מאיזה שגעון שיהיה נישט צושטעלן צו דער תקנה? וואס גייט מיר אן, איך האב א 'רעכט' צו טון אין מיין מוסד וואס איך וויל און קיינער קען מיר גארנישט טון.
מורי ורבותי, ווייל איינער האט א רעכט צו טון א זאך מאכט עס יענעם נאך נישט גערעכט. מיר זענען אידן, מיר זענען ערליכע אידן, מיר טוען די רצון הבורא און מיר האלטן זיך מאראליש. עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן די טרערן און די פיין פון דער ספעציפישע מאנסיער יונגערמאן און זאגן אז ס'קומט אים ווייל ער שטעלט זיך נישט צו.
דאס איז פונקט ווי דער וואס האט געלאזט דעם ארימאן שטארבן פאר הונגער ווייל ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו דיין תקנה אז מ'מוז טראגן א שטריימל אין דיין הויז. יא, דו האסט א רעכט צו מאכן א תקנה. יא, ער איז זיך שולדיג פארן נישט אנטון די שטריימל. אבער דו ביזט ווייטער די רוצח ואכזר פארן מאכן אזא תקנה און פארן זיך נישט לאזן בייגן.און דאס אלעס איז געזאגט געווארן אפילו ווען מען קען זיך צושטעלן צו די תקנה, אבער מה יעשה ה'יונגערמאן וואס קען זיך נישט צושטעלן צו די תקנה? הערסט א מעשה? ער האט חתונה געהאט מיט א ווייב וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען גייט נישט געדעקטע שייטלעך (אזויווי אונזערע באבעס זענען געגאנגען), און דא איז די מוסד אויפגעקומען מיט א פרומעניש אז מען נעמט נאר אן צוגעדעקטע שייטלעך. ווי האט דער יונגערמאן א רעכט צו פארלאנגן פון זיין ווייב צוצודעקן איר שייטל? גייט ער און ער שרייבט זיך איין אין אנדערע מוסדות אבער זיי ווילן אים נישט אננעמען ווייל ער האט דאך אן אייגענע קהלה. גייט ער און ער וויינט זיך אויס ביי א תהלים, קומען אפאר רשעים אויף קאווע שטיבל און זיי לאכן אים אויס און זאגן אז די ראש המוסד האט 'רעכטן'! הערסט א מעשה? 'רעכטן' האט ער? רשעות האט ער! פיריאד!
די אלע וואס שטייען און פארטיידיגן די רשעים ואכזרים זאלן וויסן אז קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיך און מיט די קינדער. אויב וועט איר פארטיידיגן די קאלטבלוטיגע מנהיגים, אויב וועט איר נישט שרייען היינט, ווערט וועט שרייען פאר אייערט און אייער קינדער'ס וועגן? אזוי ווי מארטין ניימולער האט געשריבן אין זיין באקאנטע פאעמע, בנוגע די דייטשע אינטעלעקטואלן וואס האבן געשוויגן אין די נאצישע עפאכע:
First they came for the Socialists, and I did not speak out—
Because I was not a Socialist.
Then they came for the Trade Unionists, and I did not speak out—
Because I was not a Trade Unionist.
Then they came for the Jews, and I did not speak out—
Because I was not a Jew.
Then they came for me—and there was no one left to speak for me.
סוף דובוואס קענען מיר טון? איך ווייס נישט. למעשה זענען זיי דאך די בעלי בתים און זיי האבן די 'רעכטן' צו טון וואס זיי ווילן. עס זענען אבער יא דא דא עטליכע זאכן וואס מיר מוזן טון.
1) מיר מוזן מאכן א ויצעקו און שרייען דערוועגן טאג און נאכט, מיר טארן נישט שווייגן.
2) מיר טארן נישט שטיצען קיין כהוא זה די דאזיגע מוסדות וואס מאכן די סעלעקציעס און זייערע רשעות'דיגע מנהיגים וואס לאזן דאס צו.
3) מיר מוזן זיך לאזן הערן, ווען אימער מען הערט א שמועס איבער דער נושא, מוז מען זיך טענה'ן און אויפקלערן דעם עולם אז עס איז נישט ריכטיג און מען איז נישט מסכים.
פאר די אלע וואס גייען דורך די שווערע פיין זאלט איר וויסן אז מיר פארשטייען אביסל וואס איר מאכט מיט, מיר פארשטייען אז די פיין פון רידזשעקשאן איז גאר א שטארקער, און איר זאלט וויסן אז מיר זענען אויף אייער זייט.
.