מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6769
לעיקוואדאיך בין נישט געווען דארט ווען בעלז און סאטמער און קלויזנבערג האבען געפענט מוסדות. אבער איך שטעל מיך פאר אז איר זענט נישט גערעכט. איך מיין זי האבען געפענט מוסדות ווייל זיי האבען געוואלט מחנך זיין לויט זייער ספעציפישע אידיאלאגיע. און זענען נישט געווען צופרידען בלויז מיט די חינוך וואס בית יעקב וכדומה האבען צוגעשטעלט. דער סיבה איז נישט געווען קולטוריש אז זייערע קינדער זאלען חלילה נישט קענען אנדערע קינדער נאר ריין אז זייערע קינדער זאלען באקומען די סארט חינוך וואס האט זיי אויסגעקוקט ריכטיג. און טאקע די סארט חינוך האבען זיי מנחיל געווען פאר יעדער איינער וואס האט געשיקט זיינע קינדער דארט מיט די גאנצע וועריעטי, ווי יעדער איינער וואס געדענקט ווייסט אז אמאל רוב מוסדות אפילו די פרומסטע חסידיסטע האבען געהאט קינדער פון אלע מינע מדרגות אין אידישקייט פון די שטובער.
נו זאגסט עכ״פ אז זיי האבען געוואלט עפענען א מוסדות פאר זייער אידילאגיע, אויב אזוי מענטשען וואס גלייבען נישט און דיע אידילאגיע זאלען שיקען ערגעץ אנדערש, א חלק פון די אידאלאגיע פון דיע אלע אויסגערעכענטע מוסדות׳ן, איז לבוש מיט כל מיני אנדערע חיצוניות סאו אז זיי שפירען אז דיע שטוב גלייבט נישט און זייער אידילאגיע, און ווילען נאר שיקען און דיע מוסדות ווייל זיי האבען דא געלערענט, זאגט מען זייי ניין,גיי שיק ווי די באלאנגסט.
איך האב אמאל געהערט פון א סקווערער שוואנץ, אז די רבי ז״ל עיקר מטרה פון בויען א שטעטל איז געווען אז די קינדערלעך זאלען נישט הערן די כפירה ומינות פון די כת הידוע וואס זאגען נשתכחה.
ענדליך פארציילט מען אויף קרית יואל,קרית וויזניץ בני ברק ומאנסי.
יא אזא סיסטעם האבען זיי איינגעשטעלט.
@איינגעמיירעט ס'איז אביסל טיפער פון דעם. ס'איז אן אידעלאגיע וואס איז געבויעט אויף כסדר'דיגע אכשיר דרא'דיגע אויסטרעפן. נעם די ריינסטע ראסע און בוי אויף א קאמיוניטי מיט אזא אידעלאגיע. וועט נישט דורך גיין קיין סך צייט און ס'וועט זיך עוואלוון און ארויסשיילן א פרומערע עלעמענט וואס גייט "מיט רעכט" פארלאנגען אז אלע מעמבערס פון זייערע אינסטוטוציעס זאלן זיך צושטעלן צו זייערע דאגמעס, אדער זיך אפטראגן.
הוא הדבר אשר דברתי "ס'איז אן אידעלאגיע וואס ע"פ חוקי סטטיסטיקות מוז כסדר אויסשפייען א פיפטן קאלום" וואס האדעוועט זיך נאטורלעך פונעם "כשם שאין פרצופותיהן שוים כך....
איינגעמיירעט איז דאך גערעכט, דער פרומער עולם וויל פרומע מוסדות, עס האט נישט קיין טעם צו בלעימען די רבי'ס און הנהלות, ווייל פריוואטע מוסדות זענען פונקט אזוי שלעכט אדער ערגער אין דעם הינזיכט. חרדיזם איז א collective society אין וועלכע די מערהייט זיגט אייביג. אין אן individualistic society וואלט די מינאריטעט ארויס און זיך געעפנט אייגענע מוסדות אדער געשיקט אין מאדערנערע מוסדות, נאר וויבאלד זיי קומען דאך אויך פון דא, האבן זיי אויך די סוב קאנשעס געברויך אז זיי מוזן "באלאנגען" צו די סאסייעטי. אזא קעטש 22.
לאו דוקא. מענטשן וואס ווערן באפרייט פון לאנג טערמיניגע תפיסה יארן וועלן זיך מוטשענען צוריק אריינצוגלידערן אין סוסייעטי, און אפטמאל זיך צוריקבענקן נאך די קאמפארט זאנע וואס די לאנגע טערמין אין תפיסה האט אנגעמאכט. מיט דעם אלעם, קיינמאל נישט וועלן צוריק גיין.
מאטי@איינגעמיירעט ס'איז אביסל טיפער פון דעם. ס'איז אן אידעלאגיע וואס איז געבויעט אויף כסדר'דיגע אכשיר דרא'דיגע אויסטרעפן. נעם די ריינסטע ראסע און בוי אויף א קאמיוניטי מיט אזא אידעלאגיע. וועט נישט דורך גיין קיין סך צייט און ס'וועט זיך עוואלוון און ארויסשיילן א פרומערע עלעמענט וואס גייט "מיט רעכט" פארלאנגען אז אלע מעמבערס פון זייערע אינסטוטוציעס זאלן זיך צושטעלן צו זייערע דאגמעס, אדער זיך אפטראגן.
הוא הדבר אשר דברתי "ס'איז אן אידעלאגיע וואס ע"פ חוקי סטטיסטיקות מוז כסדר אויסשפייען א פיפטן קאלום" וואס האדעוועט זיך נאטורלעך פונעם "כשם שאין פרצופותיהן שוים כך....
זאגסטיך געוואלדיג און דאס פרוביר איך צו טענהנען.
אזוי ווי בא די עמיש ווערט כסדר צושליפינטערט און מער גרופעס פון מער פרומערע,וואס זענען די ריכטיגע מעתיקי השמועה וכ״ו
מפלעיגט זאגען אויף בני יואל, אז סאיז נישט קיין מפלגה,ווייל יעדער אינדאוודיעל פון זיי,איז אפגעטיילט פונעם אנדערעם און יעדער מענטש דארט זונדער אפ זיין קינדער פון אלע אנדערע, ווייל נור אונזער משפחה איז באמת ריכטיג פרום.
הרב
@איינגעמיירעט,
@יאיר, איר נעמט נישט אין באטראכט די פשוט'ע חילוק וואס איך שריי דא פון אנפאנג אשכול פון מחנך זיין לויט דיין אידיאלאגיע זאל עס זיין ווי פרום עס זאל זיין, אסר די קינדער גיין אזוינע ברילען און אזוינע הויזען און אזוינע קאפלעך, דאס איז א באזונדערע שמועס נישט פון דעם רעדט מען דא בכלל, לגבי דעם איז אפשר דא א טענה דו שיקסט צו אזא מוסד שטעל זיך צו, ביז די סעלעקציע און סעגערעגאציע וואס די מוסדות פראווען מיט די בלוט פון אידישע קינדער, דאס האט נישט קיין שום רעכט אדער זין נישט על פי תורה נישט על פי שכל נישט על פי קיין שום זאך. תמהני אז איר כאפט נישט דער פשוט'ער חילוק.
אגב, אויב האט איינער א הוה אמינא אז די כוונת בעלי הסעלעקציע איז לשם שמים פשוט צו היטען אויף זייער אידיאלאגיע. וועל איך פארציילען עפעס. לעצטנס איז מיר נתגלה געווארן בלי ספק, אויף א געוויסער איד וואס שטייט בראש די מהלכי הסעלעקציע וסעגרעגאציע אין א געוויסער חרדי'שער מוסד, (פרטים אויך נישט אין אישי) און א עושה ומעשה אין דער געביט. אז ער איז גאר בצינעא א כופר הכל, ער גלייבט רח"ל נישט אין רבוש"ע נישט אין די תורה און ער איז עובר אויף אלע עבירות שבתורה, נאר דאס איז זיין דזשאב און ער האלט נישט ביים עס פארלירען. ודי בזה.
אוודאי אזוי, נאר א כופר הכל ערלויבט זיך צו שפילען מיט אידיש בלוט.
לעיקוואוד, איך האלט נישט די מוסדות מיינען לשם שמים, אבער די עלטערן מיינען לשם שמים (אדער עכ"פ אזוי רעדן זיי זיך איין), און די מוסדות טוט די זשאב פאר די עלטערן. זיי גייען פשוט מיט מיט די מציאות פון אכשר דרא. נעכטן אסר'ט מען ברילן מארגן אסר'ט מען קאפלעך, איבערמארגן אסר'ט מען צו גיין אין איין כתה מיט א יונגל וואס זיין מאמע דרייווט. מעגליך אז דאס איז אוממאראליש, אבער אויף דעם זאג איך אז א דרויסנדיגער קען דאס זאגן, משא"כ דער טאטע וואס וויל בדוקא שיקן אין אזא מוסד וואו דיסקרימאנאציע איז א נארמאלע זאך (אפילו אן די אלע תקנות), ווייס איך נישט אויב ס'האט א פשט אז ער זאל קומען מיט טענות היתכן מען דיסקרימינירט קעגן אים. אדרבה, אויב ער פארשטייט אזא מושג ווי דיסקרימינאציע דעמאלט זאל ער במח"כ אויך פארשטיין אז ער האט נישט קיין שום מאראלישע רעכט צו שיקן אין א מוסד וואו מען לערנט אויס קינדער אז גויים זענען שלעכט און טמא. שוין אפגערעדט אז די סיטואציע איז גאר איראניש ביז גאר. דער טאטע עקשנ'ט זיך דוקא צו שיקן אין א פלאץ וואו עלטערן ווילן אים נישט האבן. פון די אנדערע זייט איז דאס למעשה זיין קהילה, און זיינע חברים שיקן אלע דא. אפשר קען ער זאגן איך בין טאקע ברוגז אויף די אלע דיסקרימינאציעס, פונדעסטוועגן קען איך זיך נישט אויפהייבן און באלאנגען יעצט צו אן אנדערע סביבה, ויש לדון.
מברר להלכה אז זיי זענען נישט גערעכט.... און אז מ'מעג זיי ליגענט זאגן ביים אויספילן דעם אפלעקאציע...
📎 IMG-20140716-WA110.jpg
📎 IMG-20140716-WA111.jpg
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
ווען משיח וועט קימען וועט גאנץ כלל ישראל זיך אריינגעשטיפן אין איין בית המקדש ס׳וועט זיין פלאץ פאר יעדעם! מען וועט נישט מאכן א חילוק פין ליטפישע, חסודישע, סאטמארא, פאפא, נטירי קרטי, בני יואל, ליבאביטשע, ספרדים, תימן, בעלז,...ס׳וועט זיין איין כלל ישראל!!! ס׳דארף זיך עפענען א 14 AVE מוסדות אן 16 AVE מוסדות אזוי ווי להבדיל ביי די פאבליק סקול גייט עס מיט די עריע קאויד געגענט, זאל עס ביי אינז אויך גיין מיט די געגענט!!! כאיש אחד בלב אחד!!!! געניג מיט די גאווה ב״ש!!!
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
איר וועט דאך אווואדע מעביר סדרא זיין מארגן וועט דיר טרעפן דארט אזא פסוק{נב}וְחָנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל אִ֧ישׁ עַֽל־מַחֲנֵ֛הוּ וְאִ֥ישׁ עַל־דִּגְל֖וֹ לְצִבְאֹתָֽם׃
און איר וועט גיין אביסלע ווייטער וועט איר טרעפן דעם פסוק
{ב}אִ֣ישׁ עַל־דִּגְל֤וֹ בְאֹתֹת֙ לְבֵ֣ית אֲבֹתָ֔ם יַחֲנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל מִנֶּ֕גֶד סָבִ֥יב לְאֹֽהֶל־מוֹעֵ֖ד יַחֲנֽוּ׃ …
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
חאצקעל שניידעראיר וועט דאך אווואדע מעביר סדרא זיין מארגן וועט דיר טרעפן דארט אזא פסוק{נב}וְחָנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל אִ֧ישׁ עַֽל־מַחֲנֵ֛הוּ וְאִ֥ישׁ עַל־דִּגְל֖וֹ לְצִבְאֹתָֽם׃
און איר וועט גיין אביסלע ווייטער וועט איר טרעפן דעם פסוק
{ב}אִ֣ישׁ עַל־דִּגְל֤וֹ בְאֹתֹת֙ לְבֵ֣ית אֲבֹתָ֔ם יַחֲנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל מִנֶּ֕גֶד סָבִ֥יב לְאֹֽהֶל־מוֹעֵ֖ד יַחֲנֽוּ׃ …
שבטים . נישט חסודות
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
נו דער געדאנק יעדער האט זיך זיין מסורה זיינע גדרים זיין דרך אין עבדות השם,
נישט וואו די אמעריקאנע פארפוילטע קולטור וואס אחדות מיינט מדארף מאכן פון אלס איין גרויסע טשולנט
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
חאצקעל שניידעראיר וועט דאך אווואדע מעביר סדרא זיין מארגן וועט דיר טרעפן דארט אזא פסוק{נב}וְחָנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל אִ֧ישׁ עַֽל־מַחֲנֵ֛הוּ וְאִ֥ישׁ עַל־דִּגְל֖וֹ לְצִבְאֹתָֽם׃
און איר וועט גיין אביסלע ווייטער וועט איר טרעפן דעם פסוק
{ב}אִ֣ישׁ עַל־דִּגְל֤וֹ בְאֹתֹת֙ לְבֵ֣ית אֲבֹתָ֔ם יַחֲנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל מִנֶּ֕גֶד סָבִ֥יב לְאֹֽהֶל־מוֹעֵ֖ד יַחֲנֽוּ׃ …
איש על מחנהו ואיש על דגלו מיינט טאקע מען זאל לאזען בוחרים זיך וואלגערען אין די גאסען!! איך מיין אז דאס איז טאקע די רצון השם!! בהמות!
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
חאצקעל שניידעראיר וועט דאך אווואדע מעביר סדרא זיין מארגן וועט דיר טרעפן דארט אזא פסוק{נב}וְחָנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל אִ֧ישׁ עַֽל־מַחֲנֵ֛הוּ וְאִ֥ישׁ עַל־דִּגְל֖וֹ לְצִבְאֹתָֽם׃
און איר וועט גיין אביסלע ווייטער וועט איר טרעפן דעם פסוק
{ב}אִ֣ישׁ עַל־דִּגְל֤וֹ בְאֹתֹת֙ לְבֵ֣ית אֲבֹתָ֔ם יַחֲנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל מִנֶּ֕גֶד סָבִ֥יב לְאֹֽהֶל־מוֹעֵ֖ד יַחֲנֽוּ׃ …
די פסוק ואהבת לרעך כמוך לאזט מען אויס צוזמען מיט די געסקיפטע רש״י?
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
חאצקעל שניידערנו דער געדאנק יעדער האט זיך זיין מסורה זיינע גדרים זיין דרך אין עבדות השם,
נישט וואו די אמעריקאנע פארפוילטע קולטור וואס אחדות מיינט מדארף מאכן פון אלס איין גרויסע טשולנט
די אזויגעריפענע אמעריקאנע פארפוילטע קולטור.. איך שטעל מיך פאר די רעדסט פין מאדערען ארטאעדאקס.. ווייל זיי זענען בכלל נישט קיין אידן לפי ענקער אפטייטש פין על הגאולה אז די רעבעזיכרונעבראכע האט זיך כסדר געבייזערט אויף די מין אידן...
עני וועי.. אלס אינגערמיינטשיק בין איך געוועהן אין Orlando אין א פארק. האב איך דארט געטראפען מיאמי בוחרים, האב איך זיי געפרעגט ענקער ישיבה נעמט ענק דא? זאגן זיי מיך יא! אינז האבן זיך פארהערט א מסכת גמרא אין אן עושר האט דאס געספאנסערט!!
זאג איך איהם, הלוואי ווען איך וואלט באקימען די אפרישיעשאן (appreciation )אין מיין סאטמארא ישיבה ווען איך בין שוין יעדן טאג געזעצען געצווינגענערהייט ביים גמרא 6:30 פארטאגס...
בדרך הגב איך האב אזוי געשמיעסט מיט זיי האב איך געזעהען אז די מיאמי בוחרים׳לעך זענען באמת עכטע ״ערליכע״ בוחרים!! דאס איז מיט זייער שארטס סליוו קאלערדיגע העמעדער..
גלייב מיר... זיי מיינען מער דעם אייבערשטען ווי די מיט דיינע מנהלי המוסדות וואס זענען ביזי מיט 6 סלייס קאפלעך אין באקעל שיך!!!
הלוואי ווען איך וואלט ווען אויפגעוואקסען אין יענע קאמיוניטי!!
ווען משיח וועט קימען וועט מען ווייזען אויף ענק מיטן פינגער, עטס האטס אויפגעהלטען די גאולה פארן שפיכת דמים וואס עטס האטס אפגעטיען מיטן תירוץ- באקעל שיך!!!!
חאצקעל שניידעראיר וועט דאך אווואדע מעביר סדרא זיין מארגן וועט דיר טרעפן דארט אזא פסוק{נב}וְחָנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל אִ֧ישׁ עַֽל־מַחֲנֵ֛הוּ וְאִ֥ישׁ עַל־דִּגְל֖וֹ לְצִבְאֹתָֽם׃
און איר וועט גיין אביסלע ווייטער וועט איר טרעפן דעם פסוק
{ב}אִ֣ישׁ עַל־דִּגְל֤וֹ בְאֹתֹת֙ לְבֵ֣ית אֲבֹתָ֔ם יַחֲנ֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל מִנֶּ֕גֶד סָבִ֥יב לְאֹֽהֶל־מוֹעֵ֖ד יַחֲנֽוּ׃ …
איז דאס א לא תעשה אדער אן עשה שיש בו כרת? און פון וואו נעמט זיך די היתר נישט צו וואוינען ארום די אהל מועד און אן קיין פענער? אלעס ארבייט אזוי ביי די וואס זענען מקפיד צו טון רשעות ע"פ תורה, זיי קלויבן ארויס די פסוקים וואס שטיצן רשעות פון צווישן די טויזנטע הומאניסטישע פסוקים.
.
כאפצעםבדרך הגב איך האב אזוי געשמיעסט מיט זיי האב איך געזעהען אז די מיאמי בוחרים׳לעך זענען באמת עכטע ״ערליכע״ בוחרים!! דאס איז מיט זייער שארטס סליוו קאלערדיגע העמעדער..
גלייב מיר... זיי מיינען מער דעם אייבערשטען ווי די מיט דיינע מנהלי המוסדות וואס זענען ביזי מיט 6 סלייס קאפלעך אין באקעל שיך!!!
הלוואי ווען איך וואלט ווען אויפגעוואקסען אין יענע קאמיוניטי!!
It's never to late הייב דיר אויף און מוף אהין און שיק דיינע קינדער אין יענע מוסדות מיט אלע קינדער וואס וואוינען אין יענע זיפ קאוד כרצונך הטוב!
נעה! ער וויל דאך פאר זיינע קינדער מער! און וועט נישט לאזן זיינע קינדער גיין אזוי אנגעטוהן און וועט שרייען געוואלט ווען דער מוסד וועט אריינלאזן אזא עלעמענט!
נאר וואס דען, דער ס'קומט זיך מיר אז כ'וויל שיקן אין א מוסד וואס אלע זענען גוט און פיין און איך וועל זיין דער שוואכסטער און דער מוסד זאל זיין אזוי גוט און שווייגן, וואקאציעס וועל איך נעמען ווען און ווי אהין כ'וויל און דער מוסד זאל זיך נישט דערוואגן צו מאכן תקנות קעגן אינטערנעט וכדומה!
דער פאקט איז דער בעסטער סברא
דער פאקט זעלבסט אז עס זענען דא אזא ריזיגער פראצענט פאמיליעס וואס קענען נישט שיקן אין די מוסדות וואס זיי שפירן אז זיי מוזן שיקן, - עס מאכט נישט אויס פארוואס מ'לאזט זיי נישט אריין, און פארוואס זיי שפירן אז זיי מוזן שיקן אין די פארפרומטע מוסדות - איז עס א דיזעסטער אינערהאלב די קאמיונעטי.
כל זמן די ראשי המוסדות קענען נישט קומען צו קיין טאלק מיט אזא ריזן שולי המחנה, צו מיט גיטן צו אפילו מיט בייזן, איז עס א פאקטישע פראבלעם, וואס די סברא זול גמור.
און גראדע, איז די סברא זייער פשוט וואס קוקט אויס קאמפליצירט וויבאלד עס ווערט מיניפולירט דורך דעם שיינעם ווארט "קיינער צווינגט דיר נישט".
האט איר אבער אמאל אריין געטראכט אז בעצם צווינגט אייך קיינער נישט צו לעבן אויך נישט. ס'געפעלט אייך נישט די סיסטעם דאן נעמט אייך דאס לעבן.
איך האב גענומען אן עקסטרעמע משל, אבער זאל מען דערפון פארשטיין אז ווען מ'קארנעט איינעם, אויפצוגעבן איין וויכטיגער טייל פונעם לעבן זיינע על מנת צו באקומען א צווייטער זאך וואס איז אים אויך וויכטוג, מיט די טענה אז קיינער צווינגט דיר נישט, האט אביסל אזא פנים ווי קיינער צווינגט דיר נישט צו לעבן.
לעניננו, מיר רעדן דא פון א גרויסער רבים, ע"פ רוב מיט ענליכע סטאנדארטן אין אפנקייט (איך רעד נישט דא פון יחודים מיט זעלטענע סארט פראבלעמען), וואס ווילן נישט אדער קענען נישט מאיזה סיבה טוישן זייער געזעלשאפט, אבער פונדעסטוועגן ווילן זיי נישט אדער קענען נישט טוישן זייער לעבנס סטאנדארט, איז זאל מען זיי זאגן גיב אויף איין האנט פאר די צווייטער, האסט א ברירה?
איי וואס איז מיט די פארמאכטערע משפחות, זאלן זיי אויפגעבן זייערע שאופות הנוגע לנפשם פאר די שאופות וואס איז נוגע לנפשם פון די שולי המחנה???
תיקו!
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
לית דין בר נשכאפצעםבדרך הגב איך האב אזוי געשמיעסט מיט זיי האב איך געזעהען אז די מיאמי בוחרים׳לעך זענען באמת עכטע ״ערליכע״ בוחרים!! דאס איז מיט זייער שארטס סליוו קאלערדיגע העמעדער..
גלייב מיר... זיי מיינען מער דעם אייבערשטען ווי די מיט דיינע מנהלי המוסדות וואס זענען ביזי מיט 6 סלייס קאפלעך אין באקעל שיך!!!
הלוואי ווען איך וואלט ווען אויפגעוואקסען אין יענע קאמיוניטי!!
It's never to late הייב דיר אויף און מוף אהין און שיק דיינע קינדער אין יענע מוסדות מיט אלע קינדער וואס וואוינען אין יענע זיפ קאוד כרצונך הטוב!
מען האט מיך חתונה געמאכט אינם סיסטעם אין איך העל שוין מיזן בלייבן אינם סיסטעם unfortunately ..
ווען ס׳איז ווען אין מיינע הענט וואלט איך שוין לאנג אהין געמופט.
גוט ארויסגעברענגט, און איך גלייב אז דאס איז די סיבה פןן רוב אפענע וואס ווילן שיקן אין די פארמאכטע מוסדות. ווייל אז איך וואוין דא וויל איך נישט זיין דער אויסגעשפיגענער דא. און איך רעד שוין נישט ווען דער קאנפליקט מיט די תקנות איז בלויז פון איין זייט בלויז, טאטע אדער מאמע.
@כאפצעם where there's a will, there's a way
עס קען נישט זיין אז די ווילסט ווייל אז די וואלסט געוואלט וואלסטי געקענט זיין מיט דיין ווייב ציזאמען
איך בין נאר נייגעריג צי וויסען וואס גייסטי פארדינען פין דעים טויש? וואס איז דארט דער מעלות אפשר אז עס וועט זיין אינטערסאנט וועל איך מיטגיין מיט דיר
אינטרעסאנט איז ביי חסידים, ביי די מאדערנע איז פשוט נארמאלער געזונטער און צוגענגליכער.
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
@הבא ללמד
האלסט אזוי? די ווייבער וועלן צאלן גראבע $3000 רענט אין וויליאמסבורג צו וואוינען נעבן דעם מאמען, וועלן זיי מופן צו מיאמי? קאם אן..
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
@הבא ללמד
וואס איך פארדין פינעם טויש איז זייער פשוט.. איך באקום צוריק די בחירה וואס גאט וויל אינז געבען..
אין די הייליגע סיסטעם געט מען נישט קיין בחירה .. אלעס איז בלויז מצות אנשים מלמידה .. אדער סטאם הוילע פיסטע משוגעת׳ען וואס מען צווינגט ארויף אויף אינז.. וואס האט גארנישט מיטן אייבערשטען ..
איך מיין אז עס איז איבריג אלע הסברים. עס איז קלאר אז טויזנטער יונגעלייט וואלטן זיך בעסער געפונען צווישן די מאדערנע אדער חצי מאדערנע, און א גרויסער טייל וואלטן גאר אויפגעראכטן געווארן אדער געפונען זייער איינציגסטער עתיד מיט א מער מאדערנער אדער אפענערער דרך החיים, וואס איז כמעט נישט צו געפונען היינט צווישן די אשר בשם חסיד יכונה.
אבער מה נעשה אז רוב רובם קענען, משום כמה סבות, נישט באווייזן זיך ארויס צו זען פון דער קאמיונעטי וואס איז באמת נישט פאר זיי געמאכט. מוזן זיי דעריבער זיצן בלית ברירה אין א קאמיטנעטי וואס איז זיי נישט צום הארצן, און אז זיי פאסן זיך נישט צי צו די סטאנדארטן פונעם קאמיונעטי בלייבן זיי קרח מכאן ומכאן. און דאס איז דער גרויסער קריזיס אויף וואס אזוי פיל אידן קלאגן.
מושב I have news for you
אסאך מער וואס וואלטן זיך בעסער געטראפן ביי מאדערענע אדער חצי מאדערנע וואלטן זין געטראפן באקוועמע צווישן גאנצע גוים
איז וואס דרייסטו א קאפ זיכער איז גרינגער צו זיין א גוי ווי א איד
יעצט קום שריי די שמאלע קאפ הייסט מאדערען איז אזוי ווי א גוי?
ניין אבער יעדע קען באשטיין נאכצולאזן א חלק פון זיין עול ואידך זיל גמור איך האב נישט קיין נערוון צו שרייבן א מגילה יעצט ועוד חזון למועד בלי"נ
קודם כל, איך האב מיר בעיקר באצויגן צום ויכוח צווישן הבא ללמד מיט כאפצעם וואו הבאללמד האט ציניש אוועקגעמאכט די גליקן אין די מאדערנע וועלט. און איך האב בסך הכל רעאגירט אז פאר א סך מענטשן איז באמת בעסער א מאדערנע לעבנסשטייגער . איך בין נישט אריין געגאנגען צו עס איז אויסגעהאלטן צו וועלן זיין מאדערן, אדער צו מ'דארף עפענען אזא אפשן, כאטש עס איז געווען ניכר מיין מיינונג בעד דעם, וואס דערויף האסטו קעגנרעאגירט. אבער דאס פאדערט טאקע א גאנצע דעבאטע פאר זיך.
moshav zekeinimקודם כל, איך האב מיר בעיקר באצויגן צום ויכוח צווישן הבא ללמד מיט כאפצעם וואו הבאללמד האט ציניש אוועקגעמאכט די גליקן אין די מאדערנע וועלט. און איך האב בסך הכל רעאגירט אז פאר א סך מענטשן איז באמת בעסער א מאדערנע לעבנסשטייגער . איך בין נישט אריין געגאנגען צו עס איז אויסגעהאלטן צו וועלן זיין מאדערן, אדער צו מ'דארף עפענען אזא אפשן, כאטש עס איז געווען ניכר מיין מיינונג בעד דעם, וואס דערויף האסטו קעגנרעאגירט. אבער דאס פאדערט טאקע א גאנצע דעבאטע פאר זיך.
נא מושב אפשר קענסטי ענטפערן מיין שאלה וואס זענען דארטן דער רווחים, אפשר וואלט איך מיך אויך געטראפען גיט צווישען זיי, פארוואס זאל איך נישט קענען האבן דעי אלע גליקען?
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
לית דין בר נשמושב I have news for you
אסאך מער וואס וואלטן זיך בעסער געטראפן ביי מאדערענע אדער חצי מאדערנע וואלטן זין געטראפן באקוועמע צווישן גאנצע גוים
איז וואס דרייסטו א קאפ זיכער איז גרינגער צו זיין א גוי ווי א איד
יעצט קום שריי די שמאלע קאפ הייסט מאדערען איז אזוי ווי א גוי?
ניין אבער יעדע קען באשטיין נאכצולאזן א חלק פון זיין עול ואידך זיל גמור איך האב נישט קיין נערוון צו שרייבן א מגילה יעצט ועוד חזון למועד בלי"נ
וואלסט ווען געוועהן גערעכט ווען אינז חסידים זענען טאקע ערליכע ירא שמים אין ווען מען מיינט עס ווען אמת׳דיג... אבער רוב רובם איז אלעס נאר לבוש!
אין דאס וואס מען טיט שוין יא איז נאר ווייל מ׳מיז טיען וואס יעדער טוט אויב וויל מען קענען טיען שדוכים .. אדער היינט צוטאגס אויב וויל מען האבן מוסדות פאר די קינדער...
מה שאין כן ביי די מאדארען זיי האבן טאקע נישט דעם הייליגן לבוש אבער דאס וואס זיי טיען שוין יא איז בלתי לשם לבדו .. זיי מיינען אמת׳דיג דעם אייבערשטען!!!
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
@הבא ללמד
וועסט נישט מיזן קויפן א $800 באגעבאא קעריזש ווען די האסט $10,000 חובות.. פארשטייסט שוין?
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
אזוי ווי איינער זאגט מער יו"ט אז זיינס א חבר דארף אוועק מופן פין אירמאנט ווייל ער האלט שוין כמעט ביי שידוכים.
ווי לאנג אינזער סיסטעם איז פארדרייט דארפן אינז אלע זיין פארדרייט אז נישט פאלטסטו ארויס
כאפצעםמה שאין כן ביי די מאדארען זיי האבן טאקע נישט דעם הייליגן לבוש אבער דאס וואס זיי טיען שוין יא איז בלתי לשם לבדו .. זיי מיינען אמת׳דיג דעם אייבערשטען!!!
😂 😂 😂
עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכן
#די גראז איז גרינע אויף די אנדערע זייט
כאפצעםה שאין כן ביי די מאדארען זיי האבן טאקע נישט דעם הייליגן לבוש אבער דאס וואס זיי טיען שוין יא איז בלתי לשם לבדו .. זיי מיינען אמת׳דיג דעם אייבערשטען!!!
קודם כל צי מיינען בילתי לשם לבדו דארף מען הארווען יארען דאס גייט נישט מיט מופען אויף מיאמי,שנית ליידער איז דאס נישט מיין פראבליעם יעצט צי זיין אויף דע מדרגה פין בילתי לשם לבדו
גרויסע מענטשעלעאזוי ווי איינער זאגט מער יו"ט אז זיינס א חבר דארף אוועק מופן פין אירמאנט ווייל ער האלט שוין כמעט ביי שידוכים.
איך פארשטיי מען רעדט פין א מענטש וואס וויל זיך דוקא משדך זיין מיט דע (צידריייטע) מענטשען פארדיעם מיז ער נאך נישט סוויטשען אויף מיאמי, ער קען נאך בלייבען דא און אפ מאכען אז ער גייט זיך נישט נישט משדך זיין מיט דע מענטשען וואס האבען א פראבליעם מיט עירמאנט
אין אנדערע ווערטער ער איז צידרייט און רעיגט זיך אויף אנדערע פארוואס ער איז צידרייט
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
כאפצעם@הבא ללמד
וועסט נישט מיזן קויפן א $800 באגעבאא קעריזש ווען די האסט $10,000 חובות.. פארשטייסט שוין?
באקימסטי פאר דע $650 א קערידזש וואס האלט זיך שוין איבער פינף יאהר ביי מיך.
פאר די גייסט אריבער פרעג דיך נאך וויפיל די שכר לימוד און מעמבערשיפ איז דארט.
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
@הבא ללמד @לית דין בר נש
א מדריגה בלתי לשם לבדו?
עטס זענטס אזוי איינגערעדט אין ענקער סיסטעם אז עס איז אנבעליוועבעל...
מען קען נישט טיען א מצוה אין מיינען בלויז דעם אייבערשטען?
יעדע זאך וואס ענק טיען מיז זיין פאר א גיטע נאמען אדער ווייל יענער טוט עס אויך?
די פאקט איז אז יעדע בחור זאגט איהם זיין פאטער אן- זיי א וואוילע בחור ווען נישט וועסטו נישט קיין שידוך טיען...
די בחור וועט נישט שמיסען ביים דאווענען ווייל אפשר קיקט די שדכן... די אינגערמיינטשיק וועט גיין צו א שעור אין האבן א פילטער אויף זיין פאוין ווייל ער וויל נישט דארפן שיקן זיינע קינדער אין פאבליק סקול...
אבער וואס געשעהט ווען קיינער קיקט נישט...?
וועט ער בכלל טראכטן פינם אייבערשטען? די שדכן איז נישטא.. די מוסדות איז נישטא.. א פייג !
מה שאן כן דעם מאדערען ארטאעדאקס איז מען מחנך אז ער זאל זיין ערליך ווייל דער אייבערשטער קיקט!! נישט ווייל די שדכן קיקט!!!
איז דאס נישט בלתי לשם לבדו ??
נעההה... נאר די בעל שם טוב ווייסט וואס בלתי לשם לבדו מיינט אן הויעכע מדריגה!
נ.ב.
עס איז ידוע אז די בעל שם טוב פלעגט אייביג ארום גיין קיקען אויף די פשוטע פויערען וואס פלעגען טיען פשוטע זאכן מיט א תמימות אין אן אמת׳דיגקייט מיינענדיג בלויז דעם אייבערשטען אין זאגן וואספארא רעש אין טימל עס מאכט אין הימל...
לעינינו דער פשוטער איד קען אויך מיינען בלויז בלתי לשם!
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
מרדכיכאפצעם@הבא ללמד
וועסט נישט מיזן קויפן א $800 באגעבאא קעריזש ווען די האסט $10,000 חובות.. פארשטייסט שוין?
באקימסטי פאר דע $650 א קערידזש וואס האלט זיך שוין איבער פינף יאהר ביי מיך.
פאר די גייסט אריבער פרעג דיך נאך וויפיל די שכר לימוד און מעמבערשיפ איז דארט.
זיי קויפן אויך דעם קעריזש אבער נישט מיט קיין $10,000 חובות...
אין אן פוד סטעמפס...
די האקסט נעבעך א טשייניק
די האלטסט טאקע אז ביי זיי איז בלתי לה' לבדו? זיי זענען פונקט ווי אונז
און אז די גלייבסט נישט גיי אהין איך וועל רעדן מיט דיר נאכדעם
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
לית דין בר נשדי האקסט נעבעך א טשייניק
די האלטסט טאקע אז ביי זיי איז בלתי לה' לבדו? זיי זענען פונקט ווי אונז
און אז די גלייבסט נישט גיי אהין איך וועל רעדן מיט דיר נאכדעם
זיי האבן נישט קיין שדכן וואס קיקט.. זי גייען דעיטן.. זייערע מוסדות צווינגט נישט ארויף אויף קיינעם גארנישט...
דאס מיינט ביי מיר בלתי לשם.. עס איז נישט א מדיגה וואס מען מיז זיין א מלאך מיט פליגלעך!
סארי א שאד גיוועהן יעדע מינוט וואס איך האב געשריבן
פליז שרייב נעקסט טיים גלייך ווען די הייבסט אהן אז בלתי לה' מיינט אז עס איז נישט דא קיין שדכן
ווען איך ווייס דאס וואלט איך דיר גלייך גיגעבן רעכט
איך האב גראדע פונקט נעכטן גירעדט מיט מיין שכן א גוי זאגט ער מיר אז זיין זוהן איז ממש אויף א הויכע מדריגה ער גייט שוין ארויס מיט א מיידל פאר צוויי יאר אהן א שדכן אלס ביי אים איז בלתי לה' לבדו
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
לית דין בר נשסארי א שאד גיוועהן יעדע מינוט וואס איך האב געשריבן
פליז שרייב נעקסט טיים גלייך ווען די הייבסט אהן אז בלתי לה' מיינט אז עס איז נישט דא קיין שדכן
ווען איך ווייס דאס וואלט איך דיר גלייך גיגעבן רעכט
איך האב גראדע פונקט נעכטן גירעדט מיט מיין שכן א גוי זאגט ער מיר אז זיין זוהן איז ממש אויף א הויכע מדריגה ער גייט שוין ארויס מיט א מיידל פאר צוויי יאר אהן א שדכן אלס ביי אים איז בלתי לה' לבדו
ביי מיר מיינט בלתי לשם לבדו פשוט טייטש אז מען מיינט בלויז דעם אייבערשטען... ווען א איד האט א נסיון קיינער זעהט נישט אין ער האלט זיך איין איז עס א מדריגה פין בלתי לשם לבדו...
צו זיי זענען מער בלתי לשם לבדו איז א באזונדערע דעבאטע, אבער כלפי פראקטישקייט, המפורסמות אינן צריכות ראיה. זיי זענען מער צוגענגליך און זאכליכער אין רוב הינזיכטן אינעם לעבן.
דער חסיד מה שאין כן איז טאקע געווענליך מער זאפטיג היימליך, און געשמאק. אבער אינאיינעם מיט דעם לעבט ער עפ"י רוב אין א תוהו ובוהו פון אומקלארקייט אין אזוי פיל תחומים אין לעבן, אנגעהויבן מיט די רוחניותדיגע אנשאויאונגען, און געענדיגט פינאנסיעל.
לאז דיין שכן לעבן פארן שדכן.
לאז דיין שכן לעבן אויף פ"ס.
ווער האלט דיך אפ פין לעבן בלתי לשם לבדו... חאטש וואו דו ביסט?
ווער האלט דיך אפ מחנך זיין דיינע קינדער זאלן זיין ערליך ווייל דער אייבערשטער קיקט!! נישט ווייל די שדכן קיקט!!! ?
וואס צו טראכטן פאר זיך אליין בחדרי לבבו קען טאקע קיינער נישט קאנטראלירן, און עס איז יתכן אז פאר זיך נאך פיל התבודדות וועט א חסיד צו קומען צו עפעס א מדריגה וואס איז גאנץ לויטער בלתי לשם (נעמט אין אכט אז בלתי לשם קען אויסגעטייטשט ווערן בלתי לפרומקייט בלבדו אדער בלתי לרבי בלבדו וכיצ"ב אנדערע מאטיוון וועלעכע שמעקן הייליג וואס איז לאוו דוקא דער לויטערער באדייט פון לשם לבדו פון וואס מיר רעדן), אבער פאר זיך אליין קען א חסיד זיין אויכעט א בודהיסט וכדו',
די רעדע איז דא אבער, וואס איז דער חינוך וואס מען גיט פארן כלל, ד.ה. וויאזוי מען איז ביי חסידים מחנך צו באטראכטן אידישקייט. מען זאגט טאקע אפיציעל אז אלעס דארף זיין בלתי לשם לבדו, אבער מען דארף נישט זיין צו קלוג צו וויסן וואס עס שטייט די העכסטע ביים חסיד. א קלאסישער ביישפיל איז דער קאסטום פון חסידיזמוס החדשנית וואס מען האט פארוואנדלט אין יסודות הדת ועיקר מן העיקרים אויף וואס די אור אלטע אנגענומענע מצוות און השקפות טוט שטיין. און דאס אלעס אן קיין געהעריגע סטאטוס אדער פארשטענדליכער סיבה.
אמת, עס זענען פאראן אזעלעכע וואס האבן דוקא ליב דער חסידישער מישמאש, דער כאאס העלפט צו צום רושם אז יידישקייט איז עפעס מער אומבאגרייפבאר. אבער פאראן ביי א סך וואס איז יצא שכרו בהפסדו. און דער נעפל קען צעמישן דעם חסיד וואס איז נישט מסוגל זיך ארויס צודראפעווען פון דעם הויפן פון אומרעלעוואנטע חומרות און קפידות.
און איך גיי שוין נישט אריין אין דעם וואס א סך מאל טוט דער קאסטום וועלעכער טראגט א הייליג פנים בפועל שטערן פון בלתי לשם לבדו.
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
moshav zekeinim@
גיט ארויסגעברענגט...!
דו פארשטייסט? איך נישט.
ווער האלט דיך אפ פין דאווענען וואו א איד בלתי לשם לבדו?
ווער האלט דיך אפ פין זיך מונע זיין פין אן עבירה בלתי לשם לבדו?
moshav zekeinim און עס איז יתכן אז פאר זיך נאך פיל התבודדות וועט א מענטש צו קומען צו עפעס א מדריגה וואס איז גאנץ לויטער בלתי לשם
און צי דעם מדריגה קימט א מאדערן ארטעדאקס אן דארך עפעס א שארט-קאט?
wow סיין מיך אויף.
ס'איז נישט קיין שארט-קאט. דאס איז די גלייכען וועג. אבער די חשבונות הרבים וואס דער געזעלשאפט האט געשטעלט אין וועג פאדערט א טיפע התבוננות זיך אויסצודרייען דערפון.
נישט יעדע מאדערן - ארטאדאקס קומט אהין. ס'איז גארנישט אזוי גליקליך ביי זיי. טאקע ווייל זיי האבען נישט די חיצוניות פאלט אוועק אסאך מער ביי זיי. אבער די וואס בלייבען יא פרום איז דאס נישט פאר'ן שידוך צו וואס.
היינט ב"ה אז מען קען גיין מיט די גאנצע לבוש און זיין טריקען אינגאנצען, אדער א פאל פלעשט כופר, קענען מיר אויך שוין דינען הקב"ה מיט אינזער אייגענע בחירה און בלתי לשם לבדו.