☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ווען א מאמע וויינט

ווען א מאמע וויינט

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6652

בר-כוכבא » זונטאג יוני 22, 2014 1:09 pm

· #207407
ווען א מאמע וויינט
איין טאג פאריגע וואך בין איך דורכגעגאנגען א קליין בית מדרש'ל ערגעץ וואו אין די היימישע געגנט פון מאנסי. דורך אן אפענע פענסטער האב איך געזען א יונגערמאן, א שטיקל באקאנטער, זיצט איבערגעבויגן איבער א תהילים. ביי די זייט איז געזעצן א קליין יונגעלע, ער האט געקוקט אויפ'ן טאטן מיט פאר'חידוש'טע בליקן.
נאך א שנעלן ישוב הדעת האב איך באשלאסן אריינצוגיין און פרעגן דעם יונגערמאן פשט פון די מאדנע סצענע. עפעס א צרה האט אים ווי עס זעט אויס באטראפן. אפשר קען איך אים מיט עפעס העלפן?
איך בין אריין און מיט שטילע טריט צוגעגאנגען צום טיש וואו ער איז געזעצן.
"א גוטן, משה", האב איך שטיל געזאגט.
משה, וועלכער האט מיך נישט געהערט אריינקומען, האט אויפגעהויבן די אויגן.
ווי אונזערע בליקן האבן זיך באגעגנט האב איך אין משה'ס אויגן געזען טרערן. נישט נאר אין די אויגן, נאר אויפ'ן פנים זענען געבליבן עטליכע זאלציגע טראפנס, שיריים פונעם שטראם וואס ער האט אלס בושה שנעל איינגעהאלטן.
דאס יונגעלע האט אוועקגעריסן די אויגן פונעם טאטן און מיך אנגעקוקט.
ס'האט משה'ן געדויערט א פאר מינוט, אבער נאכ'ן אנערקענען אז מיין שאלה קומט נישט פון א דארשט צו שטילן מיין נייגער נאר אן אויפריכטיגע כוונה אים צו העלפן, האט ער מיר דערציילט אז ער פרובירט שוין עטליכע וואכן אריינצושטעלן זיינס א קינד אין א מוסד, אבער די טירן זענען איבעראל אויף אים פארהאקט. ער באלאנגט צו א געוויסן קרייז, אבער יענע ווילן אים אויך נישט אננעמען. דאס אליין האט געפירט דערצו, אז אנדערע מוסדות זאלן דרינגען אז 'עפעס' איז נישט אין ארדענונג מיט אים אדער זיין שטוב. אויב דער מוסד פונעם קרייז צו וועלכן ער באלאנגסט האט אים אפגעזאגט מוז עס האבן א סיבה.
משה האט לעולם די ברירה פון שיקן אין א מער מאדערנע מוסד. ער וויל אבער נישט, ווייל ער איז באמת בהשקפה נישט ווי יענע. ווי א געטרייער טאטע וויל ער געבן זיין קינד דעם זעלבן חינוך וואס ער האט באקומען.
זיין פרוי, דערציילט מיר משה, האט דאס זייער גענומען צום הארצן. אים, משה'ן אליין, טוט וויי מער ווי אלעם אז דאס קינד זיינס זיצט אינדערהיים. דאס ווייב זיינס נעמט זיך אבער זייער צום הארצן פון די השפלה, די דערנידערונג, דעם זלזול מיט וועלכן מען איז זיך צו זיי אויפגעפירט. ער איז פריער געווען אינדערהיים, און געטראפן זיין פרוי זיצן אויף א בענקל וויינען איבער א תהילים. "וואס בין איך ערגער ווי פלוני אלמוני? וואס איז אזוי שלעכט מיט אונז? פארוואס זאגן זיי אונז כאטש נישט וואס מיר זאלן פארבעסערן אז מען זאל שלוימעלע'ן יא אננעמען?" האט זי געביטערט.
משה איז פארקלעמט געווארן דאס הארץ. די ווייטאג האט אים געציפט. קעמפענדיג מיט די טרערן האט ער גענומען דאס קינד, און צוגעגאנגען צום נאנסטן שול און זיך אוועקגעזעצט אויסגיסן דאס הארץ.
ער פון זיין ווינקל, זי פון אירס.
דאס קינד באגרייפט נישט פשט אין דער סצענע. ער איז נישט צוגעוואוינט צו זען טאטי'ן וויינען. פאר אים איז דאס א חידוש, וואס זיין קליין מוח'ל פרובירט צו באנעמען.
איך קען משה ליידער מיט גארנישט העלפן. איך פרעג אים נישט וואס איז געווארן, ווייל כ'ווייס אז כ'קען במילא גארנישט טאן. איך ווייס נישט מיט וואס ער האט זיך פארזינדיגט, הגם איך בין זיכער אז די אחראים פון יענעם מוסד און די אנדערע מוסדות האבן גוטע, אפשר אפילו גערעכטע תירוצים.
איך ווייס אבער אויך אז די טרערן פון א אידישע מאמע זענען נישט קיין קינדער שפיל. איך ווייס אויך אז ווען א אידישע טאטע און מאמע זיצן איבער א תהילים און וויינען זיך אויס דאס הארץ אז זייער קינד ווערט אפגעזאגט פון מוסד חינוך, קען נישט דויערן צו לאנג פאר א חרון אף זאל חלילה אראפגעקומען.
רבותינו, איר ווייסט אפשר עפעס וואס איך ווייס נישט. איר האט זיכער גוטע תירוצים. אבער א אידישע מאמע פארגיסט טרערן צוליב אייערע גוטע תירוצים. אוי לכם מיום הדין, אוי לכם מיום התוכחה.

outspoken » זונטאג יוני 22, 2014 1:20 pm

· #207410
זאל ער ארויסגיין מאכען אפאר גוטע פליפס און שארט סעילס און אלעס וועט ערלעדיגט.

שבת אחים » זונטאג יוני 22, 2014 1:34 pm

· #207416
לעולם וואלטן די רבנים געדארפט קעיר נעמען פון דעם פראבלעם נאר די זאך איז אז רוב רבנים היינטיגע צייטן זענען זייער פארנומען מיט זייערע מוסדות (לייען: ביזנעס) און מיט זיך ארומקריגן מיט זייערע ברודערס /שוואגערס/נעפיוס און ארומפארן אויף דאטשע קיין פלארידא אריזאנא ניו העמפשיר טלזסטון שווייץ , זיי האבן נישט קיין צייט פאר דעי קלייניקייטן

גאנצל » זונטאג יוני 22, 2014 2:29 pm

· #207426
די עם קשה עורף וואס די הנהלת המוסדות מיט זייערע נשיאים האבן היינט און די גרויסע זיצערס ווי זיי האלטן דיך איז שרעקליך און ס'ווערט ערגער און ערגער ווי זוי האט דער צעלימער געזאגט בים סאטמאר רב'ס לוי' איך קען מעך נישט מצמצם צו זיין מיט א הספד אף כאן הכי ס'איז זיך שווער צו מצמצם צו זיין ארויסברענגען שועת בני עמי

petergrifin » זונטאג יוני 22, 2014 2:46 pm

· #207428
לאמיר האפען אז די חרון אף װעלן נישט אנטרעפן די צניעות׳דיגע מאמעס, געפילטערטע סעלפאון טאטעס,
דירה סרוחה יונגעלײט,פארפלאגטע יונגע װײבלעך, זדאב לעסס כולל יונגעלײט, ישיבה׳לאזע בחורים,
פאר חוב׳טע בעלעבתים, שנײ װײסע זעכציג יעריגע בערד, נאר אויך נישט די סי אי או׳ס פון די מוסדות.

שרייבער » זונטאג יוני 22, 2014 2:55 pm

· #207430
@בר-כוכבא איך בין נייגעריג צו דער אינגערמאן האט דיר געזאגט די סיבה וואס "זיין" מוסד זאגט פארוואס זיי ווילן אים נישט אננעמען?

מיך שמעקט אז ער טוט א געוויסע זאך וואס שמעקט נישט די הנהלת המוסד, איז אויב האט דער אינגערמאן א רעכט צו לאזן זיין ווייב די 'מאמע' פונעם קינד צו לאזן טרערן פאר איין סיבה ווייל ער וויל נישט גיין אין א מער מאדערענע מוסד (לפי שיטתו, די אנשי המוסד ההוא האלטן זיי זענען געהעריג ערליכע אידן), פארוואס זאל די הנהלת המוסד נישט האבן די רעכט צו זאגן איך וויל נישט אננעמען א קינד פון א מאדערנע משפחה (לפי שיטת הנהלת המוסדות, הגם דער איד ער איז געהעריג א פרומער איד)
ס"ה קריגט מען זיך דא אויף שיטות, ווייל ס'איז זיכער אז אין דער מאדערנער מוסד ווי דער איד וויל נישט לייגן זיין קינד איז מען נישט מחלל שבת, ס'איז פשוט נישט לפי השקפתו, נו פארוואס קלערסטו אז יענער איז מחויב אריינצונעמען דיין קינד וואס איז נישט לפי השקפתם ווען דו ווילסט נישט לייגן דיין קינד און א מוסד וואס איז נישט לפי השקפתך?

גאנצל » זונטאג יוני 22, 2014 3:17 pm

· #207433
ס'איז אלעס זייער גוט פאר סתם א מוסד וואס עפנט לשם א מוסד, אבער א מוסד וואס ווערט געפנט מכלומרשט צו סערווירן די בני הקהלה איז עס א שוואכע תירוץ מ'דארף אננעמען אלע בני הקהלה איך רעד נישט איינער וואס ס'איז געפערליך

בר-כוכבא » זונטאג יוני 22, 2014 3:25 pm

· #207439
@שרייבער: ניין איך ווייס נישט, אבער ווי געזאגט איך קען דעם יונגערמאן און וואס סזאל נאר זיין קען עס נישט זיין עפעס וואס זאל עס בארעכטיגן. דער יונגערמאן זאגט מיר אז אפיציעל האט מען אים נישט געזאגט קיין סיבה אבער פון די רמזים פארשטייט ער וואס סאיז. (איך זוך נישט צו פאטשקען און טשעפענען מיט מוסדות און יחידים לאז איך עס ביי דעם). סהאט גארנישט מיט הלכה אדער השקפה אדער די מסורה און אפילו פארטיי ליניע פון יענעם קרייז.
איך האלט ווי דיר אז ס'איז גארנישט שלעכט מיט יענע אנדערע מוסדות, אבער ער וויל מחנך זיין זיינע קינדער אזוי ווי ער איז און אזוי ווי ער פירט זיין שטוב, און דאס איז שוין פאר אים א פראבלעם. (און געס וואט: דעם חינוך, אז יענע מער מאדערנע זענען נישט גוט, האט ער באקומען אין דעם זעלבן מוסד וואו ער וויל יעצט שיקן זיינע קינדער. בסך הכל איז זיין פראבלעם אז ער מקבל געווען וואס מען האט אים געלערנט מיט צופיל תמימות...)

שרייבער » זונטאג יוני 22, 2014 3:48 pm

· #207446
אפשר שרייבסטו יא וואס, כל עוד דו שרייבסט נישט קיין נעמען
איך מיין, גארנישט מיט הלכה השקפה אדער מסורה פארטיי ליניע, סאו וואס יא<?

שרייבער » זונטאג יוני 22, 2014 3:48 pm

· #207447
גאנצל
ס'איז אלעס זייער גוט פאר סתם א מוסד וואס עפנט לשם א מוסד, אבער א מוסד וואס ווערט געפנט מכלומרשט צו סערווירן די בני הקהלה איז עס א שוואכע תירוץ מ'דארף אננעמען אלע בני הקהלה איך רעד נישט איינער וואס ס'איז געפערליך

אז א קהלה האט א תקנה, און יענער האלט נישט די תקנה איז ער אויטאמאטיש נישט פון די בני הקהלה, אזוי קלער איך
דאס איז אלעס אויב מען רעדט פון עפעס מסורה וכו'וכו' וכו'

מצטמק ויפה » זונטאג יוני 22, 2014 4:15 pm

· #207452
איך בין נישטא צו פארטיידיגן מוסדות ווען זיי טוען א אומרעכט אבער בר כוכבא לא זו הדרך. אז דו ווילסט מסביר זיין די פארברעך פון א מוסדות דארפסטו שרייבן די צווייטע זייט מטבע אויך, סתם אראפ לייגן א מעשה דראמאטיש מיט קראקעדייל טרערן מאכט נישט יענעם גערעכט.
שטעלט אייך פאר איך קום דא פארציילן א מעשה מיט א חבר מיינער וואס ליגט אין בעט שוין דריי וואכן, ווייל די רשעים פון א באקאנטע שפיל האבן איהם נישט אריינגעלאזט, אפילו נאכן זיך אראפ שלעפן א ווייטע וועג. א מין רציחה איינער שלעפט זיך אראפ ער איז שוין דא ביים טיר און מען לאזט איהם נישט אריין??!

אבער, האללא שעפעלע וואו ביסטו געווען ביז היינט? ווען אלע צעטלעך האבן געשריגן מיט קידוש לבנה אותיות אז מען גייט נישט פארקויפן קיין טיקעטס ביים טיר? און נאר ווער עס האט א טיקעט קען מען אריין לאזן.

נאכאמאל וויל איך קלאר שטעלן ניין! נישט אלעמאל איז א מוסדות גערעכט, אבער א מוסדות האט א רעכט אראפ צו לייגן געוויסע תקנות און דער וואס וויל זיך נישט צושטעלן נעמט מען נישט אן. מאמעס געוויין אין קאפ אריין .

ממילא בעט איך דיר ביטע קום ארויס מיט די פרטי המעשה.
תודה רבה.

בר-כוכבא » זונטאג יוני 22, 2014 4:24 pm

· #207453
איך בין נישט געקומען וויינען צו קיין ניק און נישט מיט קיין טרערן (קראקאדייל אדער פשוט'ע). איך האב צוגעזען און צוגעהערט עפעס וואס האט מיר וויי געטאן, און איך בין בטבע א שטילער, האב איך עס ארויסגעגעבן אויפן קאמפיוטער. קיינער מוז גארנישט מקבל זיין און זיכער איז קיינער נישט מחויב צו ציען קיין מסקנות. איך זוך נישט צו דערציילן קיין שום צדדים פון קיין שום מטבע. ווער ס'פילט אז די מעשה שטימט נישט, אדער האלט אז די מסקנת הדבר איז אזוי צי אזוי, זאל געזונטערהייט טראכטן וויאזוי ער וויל און פארשטייט.

דריידל » זונטאג יוני 22, 2014 6:47 pm

· #207467
גאנצל
ס'איז אלעס זייער גוט פאר סתם א מוסד וואס עפנט לשם א מוסד, אבער א מוסד וואס ווערט געפנט מכלומרשט צו סערווירן די בני הקהלה איז עס א שוואכע תירוץ מ'דארף אננעמען אלע בני הקהלה איך רעד נישט איינער וואס ס'איז געפערליך


וועלקאום טא ריעליטי. נישטא קיין מוסד וואס איז געעפענט צו סערווירן די בני קהילה. מוסדות ווערן געעפענט צו בויען די קהילה און צו קאנטראלירן די בני הקהילה. אין א געוויסע זין קען מען גאר זאגן אז די מוסד איז געעפענט נאר כדי די קינדער זאלן נישט באקומען השקפות פון א פרעמדע חדר און ח"ו באקומען ספיקות אין די קדושה פון רבי'ן.

די אמת'ע תירוץ פאר נישט אננעמען איינעם אין מוסד איז ווייל דער וועט נישט צוגעבן צום כבוד און וואקס פון די קהילה

berlbalaguleh » זונטאג יוני 22, 2014 8:33 pm

· #207479
שבת אחים
לעולם וואלטן די רבנים געדארפט קעיר נעמען פון דעם פראבלעם נאר די זאך איז אז רוב רבנים היינטיגע צייטן זענען זייער פארנומען מיט זייערע מוסדות (לייען: ביזנעס) און מיט זיך ארומקריגן מיט זייערע ברודערס /שוואגערס/נעפיוס און ארומפארן אויף דאטשע קיין פלארידא אריזאנא ניו העמפשיר טלזסטון שווייץ , זיי האבן נישט קיין צייט פאר דעי קלייניקייטן

אבער צו מאכן אסיפות און כינוסים, און אונטערחתמ'נען אויף קול קורא'ס, דאס יא. דארט האבן זיי צייט און כח און מח. נאר ווען אידיש בלוט ווערט פארגאסן דורך ליידיגע, פוסטע יונגען און איינפאכע גנבים, דארט זענען זיי נישט דא. אזוי ווי א געוויסער הויפט פון א קולט, המכונה "רעבע", ווען מקומט איהם זאגן פון שייגעצשטיק אדער אנדערע עוולות וועלכע ווערן אפגעטון אין זיין שטעיטל, זאגט ער אייביג, "איך וועיס נישט, בא אינז אין שטעיטל?"... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

שבת אחים » מאנטאג יוני 23, 2014 12:51 am

· #207521
berlbalaguleh
שבת אחים
לעולם וואלטן די רבנים געדארפט קעיר נעמען פון דעם פראבלעם נאר די זאך איז אז רוב רבנים היינטיגע צייטן זענען זייער פארנומען מיט זייערע מוסדות (לייען: ביזנעס) און מיט זיך ארומקריגן מיט זייערע ברודערס /שוואגערס/נעפיוס און ארומפארן אויף דאטשע קיין פלארידא אריזאנא ניו העמפשיר טלזסטון שווייץ , זיי האבן נישט קיין צייט פאר דעי קלייניקייטן

אבער צו מאכן אסיפות און כינוסים, און אונטערחתמ'נען אויף קול קורא'ס, דאס יא. דארט האבן זיי צייט און כח און מח. נאר ווען אידיש בלוט ווערט פארגאסן דורך ליידיגע, פוסטע יונגען און איינפאכע גנבים, דארט זענען זיי נישט דא. אזוי ווי א געוויסער הויפט פון א קולט, המכונה "רעבע", ווען מקומט איהם זאגן פון שייגעצשטיק אדער אנדערע עוולות וועלכע ווערן אפגעטון אין זיין שטעיטל, זאגט ער אייביג, "איך וועיס נישט, בא אינז אין שטעיטל?"... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮


מאכן כינוסים איז (ליידער) פּאַרט פון זייער דזשאב פון האלטן דעם עולם געצוימט און אויך אביסלע פּי אַר און אטענטשען פאר די אזוי גערופנע ״עסקנים״ גבאים און שוויצערס און שטייצעך שיינע גיליונת מיט פיקטשערס אין די צייטונגן און אין די כל העולם גולם ,

קיינער ליידער בענעפירט גארנישט פון די אלע לאנגווייליגע כינוסים נישט ברחניות און נישט בגשמיות און ס׳איז נישט קיין גרויסער סוד ווער ס׳שטייט אינטער דעם און וואס זייער מאטיוו איז מ׳דארף נאר צולייגן קאפ פון א קאטץ אז דא שווענדערט מען מיליאנען אין די לבנה אריין פאר גארנישט און פאר נישט און מיט דעם אלעמען לויפט דער עולם גולם אין די מאסן זיך צו באטייליגן צי דעם ״חוב קדוש״ פון שרגא פרידמאן... און נאכדעם באטילט מען נאך די רבנים ווי ״העלדן" וואס ראטווען דעם דור פון אונטערגיין אזוי ווי איינער האט לעצטענס געשריבן אין א אנדערע אשכול אז אונז האבן גאר די זכי׳ צו האבן אזא איד ווי ר' שרגא דער קאסובער און ס׳וואלט אויסגעפעלט נאך אפאר אזעליכע ״באמבעס״ ווי אים אין אונזער דור!

וויל איך טאקע פארשטיין אין די היינטיגע גאס דרייען זיך ארום הונדרעטער בחורים אפשר טויזנטער (פון במשך די לעצטע פאר יאר) אהן קיין ישיבות, עלטערין דארפן צו קוקן ווי זייערע קינדער דרייען זיך אויף די גאסן און ווערן אפגעשימלט און רוב מאהל ענדיגט זיך דאס זייער זייער נישט גיט און זיי טרעפען זיך אהן מיט נאך אנדרע לא נתקבל׳ס און אזוי פארברענגט מען די בחורישע יאהרן צומאל קען זיך עס ענדיגן מיט העווי דראג עדיקשאנס וכו׳ וכו׳ , דער יונגערמאן פין מאנסי וואס @בר כוכבא שרייבט דא איז נאר איינס פון טויזנטער עלעטערין וואס זענען ליידער עמו אנכי בצרה און מוטשענען זיך ארום מיט דעם אכשר דרא׳יגע אכזריות וואס אונזער היימישע מוסדות טוהן פאר עוורידש און שוואכערע בחורים טאג טעגליך און דערווייל זענען האלב פון די רבנים אויף דאטשע און דער אנדערער האלב מאכט זיכער אז כהנים זאלן נישט ח״ו טמא ווערן ווען זיי גייען חאלאמויד האלטן אין די נייע ניין עלעוועין מאמאוריעל פארק...

און ווען אונזער צדיק דער קאוסבער האט קאמפיינט פאר זיין קרן הבנין פון בית המדרש און מוסדות קאסוב האט ער געזאגט ברבים ביי די דרשה אז דער מאטיוו פונעם בנין איז צו העלפן בחורים ! ספעציעל שוואכערע בחורים און די מטרה איז צו עפענען א ישיבה (חוץ דער בעסמעדריש שטייצעך) אני הקטן האט געהאט די זכי׳ צי הערן די דאזיגע ״דברות קודש״ פונעם ״צדיק הדור״ אליין ווי איך האב טאקע געהאט די זכות צי באשטייערן מיט א סכום הגון צים ״הייליגן קאמפיין" וואס למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט צי זיין נאר א ״סעילס פּיטש״ ווייל קיין ישיבה האט מען שטייצעך קיינמאל נישט געבויט און קיין איין תלמיד האט ער נישט אויפגעשטעלט נישט קיין בחורים נישט קיין יונגלעך און נישט קיין מיידלעך היות די רבי איז זייער פארנומען די לעצטע פאר יאהר מיט איבערפלוסן פון שערוריות פון חשש תועלים אין די סטראבעריס און חשש חילול שבת פון הַאט קאפס און נאך אזעליכע ענדליכע ענינים העומדים ברומו של עולם ווי למשל ליפא׳ס קאנצערטען און עו״ז שייטלעך ועוד
איז למעשה האבן טאקע אידן חסידים ואנשי מעשה געטוהן ״רצון צדיק״ און העפליך בייגעשטייערט צום קאמפיין, דער רבי שליט״א איז ארומגעפארן אין די מרחקים און אויסגעשנארעט און צאמגעטריבן א שיינע פאר רעדלך (יא יא גיט געהערט ! א שיינע פאר מעללאונס !) און מ׳האט בשעתו געקויפט א שיינע קארנער לאַט אויף 50 סטריט ביי 14 קעגן איבער דעם קלויזנבורגער הויף אויף וואס קלויזנבורג איז געוועהן ברוגז אז ער קומט צי נאנט צי זיין גלילות און ס׳קען נאך ארויס קומען גרויסע מכשולות רח״ל... אין טאקע א קורצע צייט שפעטער האט מען זיך איבערגעבעטן און די פשרה איז געועהן אז אונזער צדיק האט געפליפט דעם לאט פארן קלויזנבורגער צדיק און מהאט געמאכט א נישטיקע אכט הונדרעט טויזנעט דאללער רויח (שפילט א ראלע ביי אדמורים ? ביני ובינך מה הוא? )און דער צאנזער האט גע׳שילעמט דריי מיליאן טאללער בכסף מלא עובר לסוחר און דער קאסובער האט געהוילכט און שלום על ישראל,

נאכהער האט רבינו שליט״א געקויפט צוויי שיינע לאַטס אויף 55 סטריט אויף וואס בפקידות דעם רבין האט מען געבויעט נאר אויף איין לאַט א קליינטשיק שולכעל די סייז פון א עווריטש קארנער שול אין בארא פארק און אויפן אנדערע לאַט בויעט מען די סוכה אין א גאנצע יאהר איז עס א פארקינג לאט פאר קארס און טראקס ... און קאסוב איז ענדליך אויף די מאפע !!! מ׳האט שוין אייגענע ריעל עסטעיט !!!שיין זעהן מיר אויס!!!

יעצט מיין שאלה צום אדמו״ר מיט זיינע אנהעגער וואס באטיטלן אים מיט אזעליכע שיינע הערליכע טיטלן ווי כמותו ירבו בישראל ,וואס פאר א שווארץ יאהר האט אויסגעפעלט די גאנצע פראדזשעקט פונעם קרן הבנין מיטן גאנצען טאַ ראַ ראַם ווען מהאט צום סוף געבויעט א קלייניטשיק שול אויף א האלבע לאט בשעת ווען ער האט געירשנט פון זיין טאטן א פארטיגע ביהמ״ד אויף 52 סטריט וואס ער האט ראוהיג זיך געקענט צי בויען א עקסטענשין אין ארויסבויען אביסל (דעס וואס רוב אנדערע בתי מדרשים טוהן) וואלט ער געהאט די זעלבע סייז שול וואס ער האט יעצט אן קיין קאפ וויי פון מיליאנען???

האט טאקע אזוי דרינגענד אויסגעפעלט א ״קאסובער הויף" אין בארא פארק פארוועם ??? פאר דעי 60־70 מתפללים וואס ער האט(די יעניגע וואס האבן אים דערווייל נאך נישט איבערגעלאזט) און די 100־150 מענטשען וואס קומען צום פרייטיג צו נאכטס טיש ? פארוואס פאר א גיט יאהר האט עס אויסגעפעלט אין אזא שוואכע עקאנאמיע צו בויען ראביסטיוועס אין קויפן ריעל עסטעיט פאר נאך א האגער ? דאס איז אונזער פּרייארעטי ? ווען רוב עולם מיטשעט זיך טעגליך אויף ברויט אין מילך און מ׳שוויצט מיט טיי אווענט׳ס מן הבוקר ועד הערב בויעט זיך ״האגער ענד קא.״ ריעל עסעטיט אויף יענעמס חשבון ווען ער האט ווען קלאר געקענט בלייבן ביי זיין אלטע שול און עס וואלט אים מיט זיינע 70 מענטשען גאר נישט געפעלט???

נאר וואס דען אויף כינוסים און אויף אומזיסטיגע מוסדות׳ן דזשעלאַוועט מען געלט אין גרויסען און אויף אנדערע שטותים און הבלים וואס דינט נישט די אינטערעסן פונעם ציבור איז דא געלט און ס׳איז דא אלעס וואס מ׳דארף נאר האבן בהרחבה אבער צי העלפן אונזערע טייערע שעפעלעך די ״צאון קדושים״ קען מען רעדן צום וואנט ליידער ...

סמיילי » מאנטאג יוני 23, 2014 1:33 am

· #207527
וואס איז שלעכט מיט די "מאדערנע" חדר?? איך בין זעכיר יודשקייט בליט דארט אויכט, העכסטענס וועט ער נישט גיין מיט א היט און רעקן און די הייסע היצען, איך שטעלט מיך פאר די טאטע גייט אויכט נישט.


גענוג מיט די פראוד וויינרייען, שיק אים ווי ער באלאנגט, אזוי ווי דיך

שבת אחים » מאנטאג יוני 23, 2014 1:50 am

· #207528
סמיילי
וואס איז שלעכט מיט די "מאדערנע" חדר?? איך בין זעכיר יודשקייט בליט דארט אויכט, העכסטענס וועט ער נישט גיין מיט א היט און רעקן און די הייסע היצען, איך שטעלט מיך פאר די טאטע גייט אויכט נישט.


גענוג מיט די פראוד וויינרייען, שיק אים ווי ער באלאנגט, אזוי ווי דיך


סמיילי? ביזט יעצט אויפגעשטאנען ?מאך דיךנישט כאילו די ווייסט נישט פון וואס מ׳רעד דא! מ׳רעד נישט דא פון ספעציפש די מעשה פון מאנסי מ׳רעדט פון הונדרעטער אנדערע פעללער ווי מ׳האט נישט ווי צו שיקן די קינדער און בחורים און מא׳יז קאמפליטלי סטאוק און קיינער וויל נישט אנעמען אדער אפילו נאר אנקוקען דעם קינד

הוגה » מאנטאג יוני 23, 2014 3:10 pm

· #207610
די רעכטן פון א רב/רבי

לאמיר דא קודם קלארשטעלן אז די מוסדות זענען א נכס יחיד, זיי באלאנגן פאר די רבי, רב אדער פאר די ראש המוסד. די ריעל עסטעיט וואס די מוסד פארמאגט, וואס איר באצאלט קרן הבנין פון פינף טויזנט דאלער, זענען אויך פריוואטע נכסים וואס די רבי/רב דארף האבן כדי זיינע קינדער זאלן האבן אויף וואס צו גיין צו בי"ד און קארט נאך די זייערע נציחת האראלים. די מוסד האט א 'רעכט' צו מאכן תקנות וואס און וויאזוי עס געפעלט זיי, און ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן צו זייערע קוריאזן מעגן זיי יענעם שיקן לופטערן. עס איז 'זייער' מוסד און זיי האב א רעכט צו טון דערין כאדם העושה בתוך שלו. פונקט אזוי ווי איך האב א רעכט צו זאגן אז איך לאז נאר אריין אין מיין הויז א איד וואס גייט מיט א שטריימל, און אויב ווילסטו קענסטו אנטון א שטריימל אדער קענסטו גיין לעזאזל. די זעלבע האט די מוסד א רעכט צו שוקן לעזאזל ווער עס שטעלט זיך נישט צו צו סיי וועלכע קוריאזע תקנה אדער תנאי וואס זיי שטעלן. עס איז זייער רעכט! פיריאד!

דער רבי, רב אדער ראש המוסד האט אויך א רעכט צו זיין א רשע מרושע, ער האט אויך א רעכט צו מזנה זיין צעהן שפחה חרופות אין איין נאכט, און ער האט א רעכט צו זיין די גרעסטע שטיק צואה מששת ימי המעשה. ער האט א רעכט! פיריאד!

די פאקט אז די מוסד האט א רעכט, די פאקט אז דער מאנסיער יונגערמאן און זיין ווייב קענען לייגן די קינדער אין מאדערנע מוסדות, די פאקט אז ער וויל נישט אדער קען זיך נישט צושטעלן צו א תקנה פון א מוסד, מיינט נאך נישט אז די בעל התקנה איז נישט א פארגרעבטער פאלנער שלעכטסקייט. דער ראש המוסד איז א רשע, טאקע מיט די פולע ''רעכט". עס איז אין די היסטאריע פון חרדי'נטום נאך נישט געווען אזא מצב ירוד ביי די מנהיגי הקהלות. (איך מאך נישט אוועק אלע מנהיגים ח"ו, איך רעד נאר פון רוב רובם.) די פני הדור כפני הכלב פראסקעט אלעמען אין פנים אריין, אבער פארשטייט זיך מיט פולע רעכט! עס זייער רעכט! פיריאד!

אמאל איז א מנהיג נישט נאר געווען דער בעל הבית, דער קעניג וואס האט די 'רעכט' צו טון וואס עס געפעלט אים כאדם העושה בתוך שלו. אמאל איז א מנהיג אויך געווען איד וואס האט געבלוטיגט צו העלפן א צווייטן איד, צו מקרב זיין וואס מער אידן לאביהם שבשמים. א מנהיג אמאל האט אוועק געגעבן עד פרוטה אחרונה צו העלפן אידן וואס דארפן אויף שבת און יום טוב. אמאל האט א מנהיג אויך געוואוסט אז ער האט די 'רעכט' צו טון וואס ער וויל, אבער ער האט געוואלט העלפן א יעדע איינציגסטע איד. איך קען שרייבן מעשיות טאג און נאכט פון די אמאליגע צדיקים ומנהיגים וואס האבן געוואוסט זייערע 'רעכטן' אבער דאך האבן זיי נישט געטון די רשעות וואס ווערט היינט אפגעטון, ווייל זיי זענען געווען צדיקים! איך וועל שרייבן נאר עטליכע בקיצור נמרץ.

אמאליגע מנהיגי וצדיקי אמת

דער סאטמארער רב ז"ל האט געהאלטן צוויי קאליקעס אין א כתה פון צוועלף. טראץ דעם וואס די מנהל האט גע'טענה'ט אז ס'נישט גוט פאר די אנדערע צען. האט ער געזאגט: "די אנדערע צען וועלן זיך אן עצה געבן, פאר די צוויי האבן איך דאך געעפענט די ישיבה, זיי דארף איך, נישט די אנדערע". (יש אומרים שזה קרה עם רבי מיכאל בער ז"ל.)

קלאוזענבורגער רב ז"ל האט געסטראשעט אז ער פארמאכט זיין ישיבה, ווען די הנהלה גשמי האט ארויסגעווארפן א בחור א פרא אדם וואס האט כסדר מזיק געווען די ישיבה'ס נכסים אויף א געפערליכע פארנעם. בלית ברירה האט מען דעם בחור צוריקגענומען און געהאלפן זיך שטעלן אויף די פוס. זיינע קינדער און אייניקלעך זענען היינט ש"ס אידן (די גרעסטע קאמפלימענט אין קלאזענבורג).

ווען באבוב האט געמאכט א תקנה אקעגן טעלעוויזשאן (נאך די באקאנטע חרם) זענען די מנהלים אריין צו רבי שלמה באבובער ז"ל און געזאגט אז זיי ווייסן אז עטליכע משפחות פארמאגן נאך טעלעוויזיעס אינדערהיים און עס וועט קאליע מאכן פאר אנדערע. זיי האבן פארלאנגט אז מען מוז ארויסווארפן די קינדער ווייל אויב נישט וועט די גאנצע תקנה שוואך ווערן ביי יעדעם. האט רבי שלמה ז"ל ברוב חכמתו וצדקתו געזאגט, זאלן די טעלעוויזיע וואטשערס נאר שיקן די קינדער צו מיר און איך וועל זייערע קינדער מאכן שטריימל און ווייסע זאקן אידן. די שענסטע אידן מסלתה ומשמנה פון באבוב זענען זיי אויפגעוואקסן.

רבי אברהם חיים שפיצער איז געווען א מלמד אין ישיבה אוו ברוקלין. ער איז אריין צו זיין רבי מסקווירא זצ"ל און ער האט זיך אפגערעדט אז רוב פון זיין קלאס קומען פון שטובער וואס זענען נישט שומר שבת. ער האט פארציילט פאר דעם סקווירא רבי אז ער וויל פארן ווערן ענדערש א מגי"ש אין הרב קאפלמאנ'ס ישיבה. די סקווירא זצ"ל האט אים געענטפערט: "די בחורים ביי הרב קאפלמאן דארפן דיר נישט, די קינדער פון די מחללי שבת דארפן דיר יא". ער איז געבליבן דארט און אלע האבן אויפגעשטעלט פיינע ערליכע אידישע שטובער.

דער חזו"א האט געזאגט פאר א מנהל וואס האט געוואלט ארויסווארפן א בחור פון ישיבה צוליב דעם ווייל יענער איז געפאקט געווארן רייכערן אום שבת: "דאס איז דיני נפשות, און דיני נפשות קען מען נאר פסק'נען מיט א בי"ד של כ"ג."

ווען דער סאטמארער רב ז"ל וועקט זיך היינט אויף און ער זעהט דאס רשעות וואס זיין חדר אין מאנסי (אהרונים) טוען אפ על שמו וזכרו, ווען רבי שלמה און רבי נפתלי'טשע באבובער וועקן זיך היינט אויף און זעהן מיט וואס פאר א רשעות מען ווארפט זיך מיט אידישע שטובער און אידישע דורות אין זייערע מוסדות אין מאנסי (ביידע!!!) וואס וואלטן זיי געזאגט? וואס וואלט קלאוזענבורגער רב געזאגט צו דעם ווען ער ווייסט וואס זיינע הייליגע מוסדות אין מאנסי טוען אפ, ווי זיי ווארפן זיך מיט אידישע נשמות אויף אן עקלדיגע פארנעם? או לאותה בושה ולאותה כלימה! די אלע צדיקים האבן אויך געוואוסט וואס זייערע רעכטן זענען, זיי האבן אויך געוואוסט (אדער אפשר האבן זיי נישט?) אז די מוסודות באלאנגט צו זיי. אבער דאך האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי ערליכע פיינע אידן און נישט ווי די חיות השדה! זיי האבן געוואוסט אז זייער פאסטן האבן זיי נישט גענומען פאר שררה נאר פאר עבדות.

וזאת תורת הקהל

מ'האט דא לעצטענס ארום גערעדט איבער די וויכטיקייט פון געהערן אדער נישט געהערן צו א קהלה. א פיינע יונגערמאן וואס האט נישט קיין שום קשיות אדער נסיונות דארף נישט א קהלה אזוי וויכטיג. א יונגערמאן וואס איז צופרידן, ער האט זיינע שיעורים, גייט וואלענע ציצית אויפן העמד, פארמאכטע רעקל מיט די הוט, איידעלע שיך, קומט אן צו אדון עולם און רעדן נישט ביים דאווענען דארף נישט אזוי וויכטיג א קהלה. א יונגערמאן וואס איז בטבע א מקבל גרינגערהייט, ער גלייבט און פאלגט אלעס וואס דער מנהיג זאגט אן אריינטראכטן, ער גייט צו די אסיפות, ער האט נאר א מאושר'דיגע פאון, זיין ווייב גייט ארום געבונדען ווי א זונה בימי יהודה, ער גייט נישט אין פיצא סטאר, ער פארט אויף וועקעישאן נאר צו די קאנטרי, ער גייט נישט אין שאפינג מאללס, און ער ליינט נאר די מעלות, אזא יונגערמאן דארף נישט בעצם קיין קהלה. דער יונגערמאן וועט זיך פיין אן עצה געבן אויב ער דאווענט אין א בית מדרש אין זיין געגנט און שוין. עכ"פ ברוחניות פעלט עס אים זיכער נישט אויס, אפשר בגשמיות יא.

אויב אזוי, פארוואס האט מען אזוי אויסגעשטעלט אז די עולם איז יא צוגעטשעפעט צו קהלות? ווייל די וועלט איז ווייט פון שלימות. עס זענען פארהאן אין א יעדע סאסייעטי מענטשן וואס זענען נישט אזוי צופרידן, שטארק, פאלגזאם וכדומה. וממילא, אויב איז אויסגעשטעלט די קהלות פון רוב א. ג. פיינע יונגעלייט, טוען זיי ארויף שלעפן און מחזק זיין די א. ג. שוואכע יונגעלייט.

מה עשה הקב"ה? עס איז אונטערגעוואקסן א דור פון מנהיגים ורבנים וואס ווייסן זייערע 'רעכטן', וואס געבן נישט קיין גרף של רעי וואס דער באשעפער וויל, די עיקר איז אז זיי האבן א 'רעכט' צו האבן קהלות ומוסדות פון בלויז 'ריינע ראסע' יונגעלייט, לאז די שוואכערע אדער זיך צושטעלן אדער זאלן זיי זיך גיין הענגען. האבן זיי די 'רעכט' דאס צו טון? אוודאי האבן זיי די 'רעכט'! אבער זיי זענען נאך אלץ רשעים!

יעצט לאמיר גיין צו די מוסדות

מיר האבן שוין קלאר געשטעלט אז די מוסדות ומנהיגיה האבן א 'רעכט' צו טון וואס עס געפעלט זיי. אבער דאס מאכט זיי נישט אויס רשעים. גייט א מוסד און מאכט א תקנה אז וועלכע מאמע עס גייט מיט גאלדענע שיך קען נישט שיקן די קינדער אין די מוסדות. איי, דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז צען פראצענט פון די מאמעס וועלן זיך מאיזה שגעון שיהיה נישט צושטעלן צו דער תקנה? וואס גייט מיר אן, איך האב א 'רעכט' צו טון אין מיין מוסד וואס איך וויל און קיינער קען מיר גארנישט טון.

מורי ורבותי, ווייל איינער האט א רעכט צו טון א זאך מאכט עס יענעם נאך נישט גערעכט. מיר זענען אידן, מיר זענען ערליכע אידן, מיר טוען די רצון הבורא און מיר האלטן זיך מאראליש. עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן די טרערן און די פיין פון דער ספעציפישע מאנסיער יונגערמאן און זאגן אז ס'קומט אים ווייל ער שטעלט זיך נישט צו. דאס איז פונקט ווי דער וואס האט געלאזט דעם ארימאן שטארבן פאר הונגער ווייל ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו דיין תקנה אז מ'מוז טראגן א שטריימל אין דיין הויז. יא, דו האסט א רעכט צו מאכן א תקנה. יא, ער איז זיך שולדיג פארן נישט אנטון די שטריימל. אבער דו ביזט ווייטער די רוצח ואכזר פארן מאכן אזא תקנה און פארן זיך נישט לאזן בייגן.

און דאס אלעס איז געזאגט געווארן אפילו ווען מען קען זיך צושטעלן צו די תקנה, אבער מה יעשה ה'יונגערמאן וואס קען זיך נישט צושטעלן צו די תקנה? הערסט א מעשה? ער האט חתונה געהאט מיט א ווייב וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען גייט נישט געדעקטע שייטלעך (אזויווי אונזערע באבעס זענען געגאנגען), און דא איז די מוסד אויפגעקומען מיט א פרומעניש אז מען נעמט נאר אן צוגעדעקטע שייטלעך. ווי האט דער יונגערמאן א רעכט צו פארלאנגן פון זיין ווייב צוצודעקן איר שייטל? גייט ער און ער שרייבט זיך איין אין אנדערע מוסדות אבער זיי ווילן אים נישט אננעמען ווייל ער האט דאך אן אייגענע קהלה. גייט ער און ער וויינט זיך אויס ביי א תהלים, קומען אפאר רשעים אויף קאווע שטיבל און זיי לאכן אים אויס און זאגן אז די ראש המוסד האט 'רעכטן'! הערסט א מעשה? 'רעכטן' האט ער? רשעות האט ער! פיריאד!

די אלע וואס שטייען און פארטיידיגן די רשעים ואכזרים זאלן וויסן אז קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיך און מיט די קינדער. אויב וועט איר פארטיידיגן די קאלטבלוטיגע מנהיגים, אויב וועט איר נישט שרייען היינט, ווערט וועט שרייען פאר אייערט און אייער קינדער'ס וועגן? אזוי ווי מארטין ניימולער האט געשריבן אין זיין באקאנטע פאעמע, בנוגע די דייטשע אינטעלעקטואלן וואס האבן געשוויגן אין די נאצישע עפאכע:

First they came for the Socialists, and I did not speak out—
Because I was not a Socialist.
Then they came for the Trade Unionists, and I did not speak out—
Because I was not a Trade Unionist.
Then they came for the Jews, and I did not speak out—
Because I was not a Jew.
Then they came for me—and there was no one left to speak for me.



סוף דוב

וואס קענען מיר טון? איך ווייס נישט. למעשה זענען זיי דאך די בעלי בתים און זיי האבן די 'רעכטן' צו טון וואס זיי ווילן. עס זענען אבער יא דא דא עטליכע זאכן וואס מיר מוזן טון.

1) מיר מוזן מאכן א ויצעקו און שרייען דערוועגן טאג און נאכט, מיר טארן נישט שווייגן.
2) מיר טארן נישט שטיצען קיין כהוא זה די דאזיגע מוסדות וואס מאכן די סעלעקציעס און זייערע רשעות'דיגע מנהיגים וואס לאזן דאס צו.
3) מיר מוזן זיך לאזן הערן, ווען אימער מען הערט א שמועס איבער דער נושא, מוז מען זיך טענה'ן און אויפקלערן דעם עולם אז עס איז נישט ריכטיג און מען איז נישט מסכים.

פאר די אלע וואס גייען דורך די שווערע פיין זאלט איר וויסן אז מיר פארשטייען אביסל וואס איר מאכט מיט, מיר פארשטייען אז די פיין פון רידזשעקשאן איז גאר א שטארקער, און איר זאלט וויסן אז מיר זענען אויף אייער זייט.


.

בר-כוכבא » מאנטאג יוני 23, 2014 3:48 pm

· #207613
שפתיים ישק וכל ברכות האמורות בתורה על ראשך יחולו.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 23, 2014 4:53 pm

· #207626
הוגה: ייש"כ. פייערדיגע ווערטער. כנתנתן מסיני. איך האב א שטיקל לימוד זכות (אפשר א לימיט זכות?) צו פארענטפערן דאס רשעות מיט וואס זיי באגייען זיך א סאך מאל צו די עלטערן. ס'איז דא איינס אדער צוויי מוסדות וועלכע האבן אנגעהויבן מיט די אכשר-דרא'דיגע מענטאליטי. און די איבעריגע האבן מורא אז זיי וועלן ח"ו בלייבן אינדרויסן. יענער וועט זיין מער א שיינער איד ווי זיי. דאס זעלבע איז מיט ישיבות. זייט ס'האט זיך אנגעהויבן די משוגעת פון ארויסשטעלן "מצויינים" האט אן עוורידזש בחור מער נישט קיין פלאץ. קיינער וויל נישט קוקן אויף איהם. און מ'איז גורם א סאך צער פאר אידישע טאטע און מאמע. אויף דעים כלליות'דיגן מצב קען מען זאגן "תורה, תורה חגרי שק". ס'איז געווארן ליידער אזא מצב בעיקבתא דמשיחא, אזוי ווי די גמ' זאגט אין סוף מס' סוטה. "והתורה נעדרת". נעשית עדרים עדרים והולכת לה"...דער חילוק פון די אמאליגע צדיקים ביז די היינטיגע הדיוטים שקופצים בראש, איז ווייטער ממרחק שמים וארץ. בשעת די אמאליגע צדיקים האבן געהאט אהבת ישראל און זיי האבן געגרינדעט מוסדות התורה מיט מסירת נפש ממש, פשוט צו געיבן א מעגליכקייט פאר א יעדן אידיש קינד צו לערנען תורה. טוען די היינטיגע (אוודאי איז דא א פאר אויסנאמען) נאר אלעס מיט פניות, פון געלט און כבוד. זיי ווארפן זיך ארום מיט אידישע קינדער, ר"ל. און זיי לייגן נאך אריין זייער רישעות אין פרומקייט... 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😉 😠 😛 😳 😮

איך אויך » מאנטאג יוני 23, 2014 7:20 pm

· #207650
הוגה ,עפ וויי איי רב קאפעלמאן האט געהאט דא אין ברוקלין א ישיבה פאר א יאר-צוויי (שערי יושר?) און דערנאך האט ער ממשיך געווען אין שווייץ ,ומסתבר אז צו די היגע ישיבה האט רב שפיטצער געוואלט גיין נישט צו די שווייצער.

בר-כוכבא » דינסטאג יוני 24, 2014 12:00 pm

· #207770
דער יונגערמאן האט זיך געבראכן און קעגן זיין רצון און איבערצייגונג איינגעשריבן (כ'ווייס נישט צי ער האט שוין, אבער ער האט מיר געזאגט אז דאס איז דער פלאן יעצט) אין יענעם אנדערן מוסד. עס טוט אים וויי עד דכדוכה של נפש, ווייל ער איז איבערצייגט אז דער ריכטיגער חינוך ליגט ביי יענעם מוסד וואו ער איז אויפגעוואקסן און וואו מהאט נישט געוואלט אננעמען זיין קינד.
אני לכשעצמי האלט אז ער און זיין קינד האבן בעסער אפגעשניטן, ווייל איך קען ביידע חדרים און זיין קינד וועט אין דעם אנדערן מוסד באקומען א בעסערן חינוך. איך האב נישט מיטגעטיילט מיט יענעם מיינע מחשבות, ווייל ער פאקטיש האלט וויאזוי ער האלט, און יעצט ווען סטוט אים נאך וויי איז נישט כדאי אים צו טרייסטן מיט מיינע מיינונגען. כוועל עס אי"ה טאן מיט די צייט, נאכדעם וואס אלעס וועט זיך סעטלען און ער וועט זיך בארואיגן.
סאיז אינטערעסאנט אז אויף איינע פון מיינע וואטסעפפ גרופס האט עמיצער געברענגט דעם אשכול, און יעדער מאנסיער האט געוואוסט צו זאגן פון די מעשה. דער חלק פון זאגן תהילים און יענע שול האבן זיי נישט געוואוסט, אבער יעדער האט "געוואוסט פון וועמען מען רעדט". נאכן שמועסן א פאר מינוט האט זיך ארויסגעשטעלט אז יעדער רעדט פון עפעס אנדערש. איך גולם האב זיך נאר איינגערעדט אז מיין מעשה איז א יוצא מן הכלל...

טעפל » דינסטאג יוני 24, 2014 3:47 pm

· #207811
דו אלע וואס רעדען זיך אפ אויף די רשעות'ן פון די קהילות, פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס???

שרייבער » דינסטאג יוני 24, 2014 3:58 pm

· #207813
טעפל
דו אלע וואס רעדען זיך אפ אויף די רשעות'ן פון די קהילות, פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס???

שרייבער » דינסטאג יוני 24, 2014 4:00 pm

· #207814
בר-כוכבא
דער יונגערמאן האט זיך געבראכן און קעגן זיין רצון און איבערצייגונג איינגעשריבן (כ'ווייס נישט צי ער האט שוין, אבער ער האט מיר געזאגט אז דאס איז דער פלאן יעצט) אין יענעם אנדערן מוסד. עס טוט אים וויי עד דכדוכה של נפש, ווייל ער איז איבערצייגט אז דער ריכטיגער חינוך ליגט ביי יענעם מוסד וואו ער איז אויפגעוואקסן און וואו מהאט נישט געוואלט אננעמען זיין קינד.

דו האסט נאך דערווייל נישט געשריבן פארוואס מען נעמט נישט אן דעם יונגערמאן, אבער מיין הארץ זאגט אז די סיבה איז ער טוט א זאך וואס איז קעגן די תקנות המוסד, איז ווי אזוי קען ער זיין איבערגעצייגט אז דער ריכטיגער חינוך ליגט ביי יענעם מוסד וואו ער איז אויפגעוואקסן

ס'גארנישט, זאלן נאך אזעלכע יונגעלייט וואס האבן ליב צו זיין קלוגער - אבער ווילן בלייבן מיט אנדערע פרומקייטן פון זייער מוסד - אריינשטעלן אין יענע מיני מוסדות, אפשר וועט עס ארויפברענגן יענע מוסדות אויף א בעסערע שטאפל, מיט די צייט וועט דער ציבור האבן א גרעסערע אויסוואל פון מוסדות

outspoken » דינסטאג יוני 24, 2014 4:06 pm

· #207818
שרייבער
טעפל
דו אלע וואס רעדען זיך אפ אויף די רשעות'ן פון די קהילות, פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס???

זאג דאס פאר די אלע סקווירא וואס זייער (אונגערישע) זיידעס האבן אוועקגעגבען זייער אייגען אינדענדעטי (ר''ל) פאר א רוסקי, און יעצט זאגט פאר זייער אייניקלעך פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס??? פארשטייט זיך נישט אין דעם שטעטל וואס דיין זיידע האט זיך מקרב געווען למולך.
(כ'בין פשוט אויפגעקאכט ווייל כ'האלט מיט א פרשה, רשעים)

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 24, 2014 4:20 pm

· #207823
אז מ'רעדט שוין פון די רשעות'דיגע חלק פון יענעם שטעייטעלע. לאמיך רעדן פון די פאני פארט. אונגערישע אידן האבן אדאפטירט א רוסיש חסידות. וואו די רבי זאגט "דער טאאאאאטע". ס'פונקט אזוי ווי די פאפא רבי זאל האבן בלויז רוסישע אידן פאר חסידים.... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😈 😠 😛 😳 😢 😈 😢 😞 😉 😮

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 24, 2014 6:19 pm

· #207861
וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט יענעם בי"ד וואס האט זיך געגרינדעט למען טובת בחורי הישיבה? איינער געדענקט נאך??

petergrifin » מיטוואך יוני 25, 2014 12:37 am

· #207928
טעפל
דו אלע וואס רעדען זיך אפ אויף די רשעות'ן פון די קהילות, פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס???


קודם כל איז ביטער שװער אויף צו שטעלן מוסדות,בנינים,הײערן מלמדים/טיטשערס,און צאלן פעיראל וכו׳.
צװײטענס, קוק נאר װי שװער ס׳איז פאר אײן אינגערמאן װאס מען האט אים אזוי דערנידערט און געמאכט
פון איהם א שמאטע און ענדליך שוין כ׳על מוזן שיקן צו א ״שװאכערע״ מוסדות. יעצט פראביר צו באײנפלוסען
צענדליגע צו הונדרעטע אינגעלײט מיט זײער װײבער און בײדע זײערע עלטערן/ברודער/שװעסטער/קאזין,
צו שיקן די קינדער אין א נײע ״נוטראלע״ מוסדות. און נאך אזאך, װי לאנג קען עס זײן נוטרעל? ס׳קען זײן
נוטרעל פון א יחוס׳דיגע משפחה אבער פון אכשר דרא פאגראמען? קײנמאל נישט!

גנדי » מיטוואך יוני 25, 2014 1:25 am

· #207935
אונז זאל מיר עפענען נייע מוסדות?

אונזערע זיידעס זענען געקומען פון לאגער און געעפענט מוסדות פאר זייערע קינדער און צו געהאלפען א רב אדער רבי וואס זיי האבן געהאלטן פאר אן ערליכער און ווייסט אז די מוסדות אונז נישט זיין פרייוואטע ביזנעס.

דער ערליכע איד איז נפטר געווארען. איבערגענומען האט זיין זון אדער משפחה. ער האט אפגעמאכט אז עס איז זיין. געשטעלט א נייע וועד החינוך. ווער פון די וועד וואס פאלגט אים נישט ווערט אויס חבר הוועד.

יעצט ווארפט מען וועם מען וויל. אפילו אייניקלעך פון די גרינדער. און מען שרייט עס איז פריוואט. גיי עפן נייע מוסדות!!!!

וואספארא גניבה. חוצפה. עזות. רשעות. רציחה איז דאס???!!!!

העלא!!! אונז האבן מיר שוין געעפענט אייגענע מוסדות. ענק האבן עס גע׳גנב׳ט פאר זיך און ענקער קינדער. געב עס צוריק פארן ציבור. מאך תקנות לויט די ווילן פון רוב עלטערן. שטעל אריין א וועד וואס ווערט געוועלט דורך רוב בני הקהלה א יעדע פאר יאר.

די ווילסט א פרייוואט מוסד? די גיי עפן ניי מוסדות. נעם א מארדגעדזש און הלוואות. הער אויף שנארען פון צדקה. טויש עס צו א ״פאר-פראפיט״ קארפארעשיאן. צאל טעקס. שרייב אליינס אונטער אויף די פראגרעם פעפערס.

מען קען נישט זאגן ״ענקערע״ מוסדות ביים שנארען. און נאכדעם זאגען ״מיינע פרייוואטע״ מוסדות ביים ווארפען!

שמערל » מיטוואך יוני 25, 2014 11:04 am

· #207997
איך האב א שטיקל טעאריע,  אפשר איז עס נאר א פאנטאזיע, אז די פארשטייענדע upk פראגראמען אין nyc, וועט עפענען א רעוועלוציע אין פריוואטע עלטערן קאנטראלירטע מוסדות.

לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון עפענען א נייע מוסדות,  די פינענציאלע חלק. די נייע קליינע מוסדות דארף קאמפיטן מיט די עלטערע ווי עס גיסט זיך געלט און האבן א פעסטע איינגעפעדעמטע באזע פון עשירים וואס נעמען ארויס זייער כבוד, פון באקומען א פלעג ביי די ריזיגע דינער פון די גרויסע מוסדות.

איינמאל מען וועט קענען עפענען א מוסדות, אן א דאגה פון ווי עס צו קאווערען, נאכמער די שטאט געט דאך שווערע געלטער גענוג ארויסצונעמען שווערע רוחים. וועט זיין א פלאץ צוצושטעלן ערענסטע קאמפעטישן פאר די גרעסערע מוסדות. למשל געבן אמת'ע פרייע שכר לימוד,  אדער אנהייבן צו הייערען איינגעשטעלטע,  פאר דריי מאל די פרייז וואס מען צאלט היינט פאר מלמדים,  אז עס וועט נישט נאר ליינען פאר א אינוואליד אדער מאלעסטערער צו ווערן א מלמד.

מיט א געלונגענע סטעף קען מען הייבן די קאריקעלום אויף א גאר הויעכן ניווא,  און אריינברענגן א ערנסטן רעוועלוציע אינ'ם עולם החינוך.
איך ווייס נישט אויב עס וועט לינדערן די פראבלעם פון עלטערן וואס וועלן בלייבן ארויסגעפאלן און נישט האבן ווי צי שיקן די קינדער,  אבער עס וועט זיכער פארגרעסערן די טשויס, אז מען וועט האבן מער מיני מוסדות ווי צי שיקן. 

בר-כוכבא » מיטוואך יוני 25, 2014 12:33 pm

· #208023
איך ווייס נישט וויאזוי יענע וועלט זעט אויס. כ'ווייס אויך נישט וויאזוי דער שכר אין גן עדן און דער עונש אין גיהנום זעט אויס. דארט וואו מיר אלע וועלן סוף כל סוף אנקומען, איז א וועלט פון נשמות. אויסער די ידיעה איבער איר עקזיסטענץ, ווייסן מיר וועגן די נשמה נישט קיין סך פרטים, ווייל מיר געפינען זיך אין א וועלט פון גופים, וואס ארבעט לויט חוקי הטבע. מיר קענען זיך נישט מצייר זיין עפעס וואס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די טבע.
דארט אויפ'ן עולם האמת זענען נישט פאראן קיין גופים און מלבושים. דאהי קענען מיר זיך דרייען אנגעטאן אזוי שיין און מיאוס ווי מיר ווילן, אבער דארט קומען די זאכן נישט אן. די לבושים לאזן מיר איבער נאך מיט עטליכע שריט פריער ווי ביים אנקומען צום הימעלישן געריכט. די חברא-קדישא מיטגלידער דאהי, פה ארצות תבל ומלואה, מאכן שוין זיכער אז אין קבר זאלן מיר אלע זיין גלייך איינגעוויקעלט אינעם זעלבן ווייסן יוניפארם.
דאהי האט א מענטש די ברירה אנצוקומען אין געריכט זאל שיין אנגעטאן. די מלבושים מאכן א סטעיטמענט איבער דעם חשיבות פונעם בר נש. צי מען וויל יא אדער מען וויל נישט, מאכט עס אויס. דער שופט איז א מענטש, און א מענטש ווערט בטבעו נשפע פון וואס ער זעט. טיף אין קאפ פונעם ריכטער געפינען זיך הנחות קדומות און איינדרוקן, און זיין מהלך המחשבה ווערט דערפון בעאיינפלוסט.
דארט אויבן אבער טראגן די נשמות א פנים לויט זייערע מעשים אויף דער וועלט. די עלעגאנטע אנצוגן און די ריבסענע און קאלירטע בעקיטשעס לאזן אויף די נשמה נישט קיין זכר. א נשמה וואס איז פריער געזעצן אין אן אויסגעפאשעטן שיין-אנגעקליידעטען גוף, וועט דארט מעגליך זיך אריינשלעפן צום גרויסן בית דין איינגעהויקערט און צעקראכן ווי א וואנדערענדיגער ארחי פרחי מדורי דורות.
ס'איז דארט אויך נישטא קיין מזרח וואנט. מיר וועלן דארט אריינקומען צו א רונדעכיגן היכל, וואו יעדער אויסער די חברי בית דין זענען גלייך. דארט ענדיגן זיך אלע קונצן. רעדן מיט א קול בוכים ארבעט נישט. ארויסלאזן פרומע ברימערייען מיט העוויות משונות וואס קומען אויספילן דעם ריזיגן פוסטקייט וואס בלייבט נאך די ליידיגע ווערטער זענען דארט גארנישט ווערד. קיינעם וועט דארט אויך אפילו נישט איינפאלן צו ברענגען דעם לבוש און זיי מקום קבוע אויפ'ן אויבנאן אלס א זכות. נישט זכות אבות און אויך נישט די קעניגליכע לעצטע נעמען וועלן דארט העלפן.
מידות מושחתות, דא קונצליך באהאלטן אונטער די סחורה פון בעקיטשעס און שיינע דיזיין סוטס, וועלן זיך דארט באווייזן פאר'ן גאנצן עולם אין די גאנצע פראכט. ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין דער צער...
דעם ריינעם אמת, וואס זיי ווייסן זייער גוט טיף אין הארץ נאר פרובירן עס צו דערשטיקן מיט נארישע תירוצים, וועט מען זיי דארט טראגן אונטער די אויגן. עס וועלן דארט אויפ'ן עולם האמת נישט זיין קיין הענט זיך צו פארשטעלן די אויגן, און אויך די מעגליכקייט פון מאכן די אלע פאלשע, פארקרומטע חשבונות, און פארדרייען דעם קאפ פאר זיך און יענעם קומען דארט נישט מיט. דער אמת וועט אים פאטשען פנים.
אן איינגעשטעלטער אין א געוויסן היימישן מוסד האט מיר נישט לאנג צוריק געזאגט: "ס'איז פאראן א ספעציעלער גיהנום געווידמעט פאר [דעם נאמען פונעם מנהל אינעם מוסד וואו ער איז איינגעשטעלט]". יענער האט עס געזאגט לגבי א ספעציפישע פאל פון א קינד וואס איז אפגעזאגט געווארן פונעם מוסד וועגן אן פריוואטן חשבון פונעם מנהל. דער איינגעשטעלטער זעט אבער אזעלכע זאכן יעדן צווייטן טאג, אבער ער קען גארנישט טאן אדער אפילו רעדן.
און ער איז גערעכט, אויסער מיט איין פרט. ס'איז נישט קיין ספעציעלער גיהנום. ס'איז דער זעלבער גיהנום ווי אלע חייבים בדין וועלן גיין, נאר אויך דארט וועט זיין אן אויבנאן...

איך אויך » מיטוואך יוני 25, 2014 1:43 pm

· #208045
שמערל
  עס איז נאר א פאנטאזיע
שיק. 

גאליציאנער » זונטאג יוני 29, 2014 7:02 am

· #208429
@הוגה, גאר גוט געשריבען, צום פינקט, און שיין ארויסגעברענגט דיין נקודה.

נאר איין זאך וויל איך דא פארשטיין, פארוואס אלע ניקס פארשטיין אזוי גוט, אז דער ראש המוסדות וואס האלט נישט ביים אריין-נעמן דער קינד און זיין מוסדות איז גאר אן אכזר צו מיט רעכט אדער אהן. מה שאין כן די טאטע און מאמע זענען גאר אומשילדיג און די גאנצע מעשה.
איך פארשטיי נישט פארוואס א מאמע וואס "מיז" גיין מיט איר גאלדענע שיך, איז עפעס ווייניגער אן אכזר ווי דער מנהיג. זי ווייסט דאך גאנץ גוט אז דער מוסדות וויל נישט אריין נעמן איר קינד ווייל זי גייט מיט איר גאלדענע שיך, איז זי עקשנ'ט זיך ווייטער איין אז בשום אין אופן וועט זי טוישען דער לבוש אירע, אבער דער מוסודת "מיז" אריין נעמן איר קינד!
אלא מאי זי ווייסט אז דער עולם וועט נתפעל ווערן פון איר טרערן, און זי וועט בלייבען גערעכט, און דער אנדערע אן אכזר.

הוגה » זונטאג יוני 29, 2014 9:03 am

· #208436
מען קייט דא איבער און איבער די זעלבע זאכן. איך וועל עס שרייבן נאך איין מאל בקיצור נמרץ. די מאמע איז מעגליך אויך אן אכזר'טע (חוץ אין פעלער וואו זי האט נישט קיין ברירה), און זי איז נישט "גערעכט", און די ראש המוסד איז יא "גערעכט". אבער אפילו מיט'ן זיין גערעכט, איז די ראש המוסד נאך אלץ א רשע מרושע, און די אמאליגע מנהיגים האבן זיך נישט אזוי געפירט. פאר מער אריכות, ליין איבער מיין פריערדיגע תגובות אויף דער נושא.


נ. ב. איך האלט גראדע אז דער מאמע און אלע אנדערע מאמעס זענען נערנים פארן וועלן שוקן די קינדער אין אזעלכע מוסדות וואו די יסוד איז רשעות און סעלעקציעס, אבער דאס פארמינערט נישט דאס רשעות א כהוא זה.


.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יוני 29, 2014 3:19 pm

· #208490
שרייבער
אבער מיין הארץ זאגט אז די סיבה איז ער טוט א זאך וואס איז קעגן די תקנות המוסד, איז ווי אזוי קען ער זיין איבערגעצייגט אז דער ריכטיגער חינוך ליגט ביי יענעם מוסד וואו ער איז אויפגעוואקסן


למשל, שרייבן אויף קאווע שטיבל 😉