☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'

די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6598
בלאט: 1 2

מצטמק ויפה » מיטוואך יוני 11, 2014 5:05 pm

· #205568
די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'
דארף מען באלאנגען ערגעץ?? אוודאי אז יא! וואס איז די שאלה בכלל? אבער, האללא, ווער זאגט אז אזוי דארף זיין? פארוואס טאקע דארף אזוי זיין? וואס ברענגט מיך דאס, אז איך באלאנג ערגעץ?

די פשוט'סטע תירוץ אויף דעם וואלט געווען; קוק דיך פשוט אים אויף די געזעלשאפט וועסטו אליין זעהן פארוואס עס וועלט אויס. נישט אזוי ווייט פאר אונז ערוואקסענע אליין, אבער פאר די קינדער און משפחה זיכער. איך מיין אז ווען מען קוקט זיך אום יעדער אין זיין סביבה וועט זעהן אז אויף א געוויסע מהלך, די וואס האבן א רב, רבי, דיין, וואו זיי באלאנגען, האבן מצליח געווען מיט די קינדער בעסער און סטאבלאזירט'ער ווי די אנדערע.

און כש"כ די וואס זענען געגאנגען וואוינען אין פלעצער וואס האט נישט קיין געהעריגע הנהגה זענען נישט גוט ארויס געקומען. (סיגעיט, והגלילות של מאנסי יוכיח)

די שאלה איז אבער וואס איז טאקע פשט? פארוואס דארף איך באלאנגען ערגעץ? וואס גייט מיך עס ברענגען?

איך ווייס נישט דעם ריכטיגע ספעציפישע תירוץ אבער לאמיר עס אביסעל אויסשמוסן. קודם איז דא צוויי זאכן; רוחניות און גשמיות.

בגשמיות איז דא אסאך בענעפיטן פון באלאנגען צו א קהילה. ווי נישט ווי שטעלט יעדע קהילה צו געוויסע סערוויסעס וואס איז זייער נוצבאר, ווי למשל ביליגער פלייש, מצות, שמות. האסט וואו צו קויפן ד' מינים, א מקום קבירה לאחר מאה ועשרים, שטעלן צו שיערים, חברותא, דיינים וכו' וכו'. נאכדעם אויף קיין שום יוד געזאגט, אז איינער לייגט זיך אמאל אריין אין א פלאנטער, ער פארחובת'ט זיך, דארף חתונה מאכן ואין שם לחם לאכול, וכו'. איז אויב באלאנגסטו אויף א פלאץ, דאן ביסטו קיינמאל נישט אליין, מען וועט איבערדרייען א שטאט פאר דיר מיט'ן מאכ'ן טיי אווענטס, וועסט באקומען פונעם קרן חתנים קאסע. גאר א שווערע קעיס וועט די רבי אליין שאפן געלט, אא"וו.

דערנאך איז דא א נושא פון רוחניות; דהיינו אז די האסט נישט קיין מקום וואו די באלאנגסט האסטו נישט קיין שום התחייבת און קיין שום ענין, אויב ציסטו אמאל איבער דאס שטריקעל וועט דיך קיינער נישט זאגן, דו דארפסט קיינעם געפעלן אין קיין שום הינזיכט וכו' וכו'. איך פרוביר אבער צופארשטיין וואס ספעציפיש מאכט עס אויס? דהיינו וועלכע זאך קען איך נישט טוען ווען איך געהער צו א קרייז בעת וואס ווען איך בין א מענטש פאר זיך קען איך עס יא טוען?

דערנאך וויל איך וויסען אויב איינער קען מיט טיילען וועלכע זאכן ער שמועסט דורך מיט זיין רב דיין אין חלק היהדות נישט אין הלכה, איך פארשטיי אז דו פרעגסט נישט וועלכע זאקן צו קויפן איז וואס יא?

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 11, 2014 5:16 pm

· #205572
איך בין שטים איך קען דיר גארנישט ענטפערן
איין זאך יא די לעצטע שאלה וואס די פרעגסט וואס איך רעד מיט מיין רב קען איך ענטפערן עס קומט אויס בערך איינמאל אין יעדע אנדעט האלבע יאר ווען איך האב א קינד און איך וויל צולייגן נאך א נאמען צו די נאמען וואס איך וויל געבן פרעג איך אים ווי אזוי דאס קומט ווי לייג איך עס צו פריער ווי די אריגינעלע נאמען אדער שפעטער. אדער ווען איך דארף אראפנעמען א נאמען ווייל מיין שוויגער/מאמע/ווייב האט איין נאמען וועל איך אים פרעגן צו ווען מען נעמט אראפ דארף מען מען צולייגן א אנדערע.
און פאר איך האב געטוישט מיין דזשאב בין איך אים געגאנגען פרעגן וואס ער האלט וועגן דעם.

שרייבער » מיטוואך יוני 11, 2014 5:30 pm

· #205577
קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ

מצטמק ויפה » מיטוואך יוני 11, 2014 5:40 pm

· #205581
לית דין בר נש
איך בין שטים איך קען דיר גארנישט ענטפערן
איין זאך יא די לעצטע שאלה וואס די פרעגסט וואס איך רעד מיט מיין רב קען איך ענטפערן עס קומט אויס בערך איינמאל אין יעדע אנדעט האלבע יאר ווען איך האב א קינד און איך וויל צולייגן נאך א נאמען צו די נאמען וואס איך וויל געבן פרעג איך אים ווי אזוי דאס קומט ווי לייג איך עס צו פריער ווי די אריגינעלע נאמען אדער שפעטער. אדער ווען איך דארף אראפנעמען א נאמען ווייל מיין שוויגער/מאמע/ווייב האט איין נאמען וועל איך אים פרעגן צו ווען מען נעמט אראפ דארף מען מען צולייגן א אנדערע.
און פאר איך האב געטוישט מיין דזשאב בין איך אים געגאנגען פרעגן וואס ער האלט וועגן דעם.


א גרויסן דאנק לית דן בר נש פארן שרייבן. במחילת כבודך וואלט איך דאס געוואלט אביסל צולייגן.
בנוגע די נאמען ביסט גערעכט, און פאר דעם דארף מען טאקע
פרעגן א דיין רב וכדו', אבער בנוגע דיין ביזנעס, לאמיך פארשטיין וואס פונקטלעך האסטו געוואלט פון דיין רב? איך גלייב אז די האסט מחליט געווען צו טוישן דזאב, איז דאס געווען פאר א גוטע סיבה, ווי בעסערע שעות, בעסער באצאלט, וכו' איז וואס ווילסטו פון איהם? ער פארשטייט דען צו ביזנעס בעסער וואו א ביזנעס מאן?
(חוץ אויב ביסט געגאנגען פאר א ברכה.)

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 11, 2014 5:45 pm

· #205587
ביי מיר איז טאקע די אלע זאכן נישט גילטיג. איך האב אפאר ערליכע אידן וועמען איך פרעג און רעד זיך אדורך ווען איך האב א הלכה שאלה. פאר השקפה אדער ביזנעס שאלות האב איך פשוט'ערע קלוגע אידן, מוז נישט זיין קיין רשכבה"ג.

מצטמק ויפה

איך פרוביר אבער צופארשטיין וואס ספעציפיש מאכט עס אויס? דהיינו וועלכע זאך קען איך נישט טוען ווען איך געהער צו א קרייז בעת וואס ווען איך בין א מענטש פאר זיך קען איך עס יא טוען?
אין הכי נמי, כדלהלן

בגשמיות איז דא אסאך בענעפיטן פון באלאנגען צו א קהילה. ווי נישט ווי שטעלט יעדע קהילה צו געוויסע סערוויסעס וואס איז זייער נוצבאר, ווי למשל
ביליגער פלייש,
איך קען נישט אריינגיין אין סאטמאר בוטשער און באקומען ביליג פלייש? אפשר רעדסטו פון די דיסקאונטס וואס מעמבער'ס באקומען? מען קען זיך אן עצה געבן.

מצות,
איז פאראן גענוג ארגאניזאציעס וואס וועלן דיר צושטעלן פאר ביליג, א שטייגער ווי משמחי לב, אפגעזעהן וואו דו באלאנגסט, אויב בכלל

שמות,
איי מיען... איך האב טאקע א פעקעלע שמות ערב פסח, אבער וואס וואלט איך פארדינט אלס מעמבער? 10 דאלער א יאר?

האסט וואו צו קויפן ד' מינים,
איך האב גאר א פארקערטן פראבלעם אז איך ווייס נישט וואו יא צו קויפן, אויף יעדן ווינקל איז פאראן נאך א געשעפט און נאך א טרעילאר/מאביל, און עס קומען נאר צו פרישע ווי א יאר...

א מקום קבורה לאחר מאה ועשרים,
דאס קען מען קויפן סיי וואו, קייינער גיבט ממילא נישט גענצליך אומזיסט, נאר א מעמבער קען האבן ביליגער. יעדער האט נאך דערווייל געטראפן א מקום קבורה.. מאנכע חסידות'ער מאכן גאר פון דיר פאטאש פון א מקום קבורה, ממילא קען עס זיין א חסרון...

שטעלן צו שיעורים,
און נאר מעמבערס זענען ערלויבט הנאה צו האבן דערפון? איך טאר נישט גיין צו א שיעור אין פאפא לאנדאן ווייל איך בין נישט זייער א מענטש?

חברותא,
דא בין איך סטאק. אין ישיבה האב איך געדארפט איינער זאל מיר צושטעלן חברותא... אבער היינט? אפשר שטעלן זיי צו א וועקער אויכעט? (כ'מיין אז טייל חסידות טוען עס טאקע...) כ'קען זיך ב"ה אליינס פיין אנייצע געבן.

דיינים וכו' וכו'.
איך האב מיר מיינע דיינים וועמען איך טראסט, גארנישט איינגעשטויסן מיט די קהילה. אויב עפעס, איז דער צווינגען צו גיין נאר צו "היימישע" דיינים וואס ווערן געפיטערט דורך די קהילה און ממילא טאר נישט משנה קיין זיז כ"ש ע"פ רוב א גרויסע חסרון.

נאכדעם אויף קיין שום יוד געזאגט, אז איינער לייגט זיך אמאל אריין אין א פלאנטער, ער פארחובת'ט זיך, דארף חתונה מאכן ואין שם לחם לאכול, וכו'. איז אויב באלאנגסטו אויף א פלאץ, דאן ביסטו קיינמאל נישט אליין, מען וועט איבערדרייען א שטאט פאר דיר מיט'ן מאכן טיי אווענטס, וועסט באקומען פונעם קרן חתנים קאסע. גאר א שווערע קעיס וועט די רבי אליין שאפן געלט, אא"וו.
קרן חתנים גייט היינט דורך ישיבות, טיי אוענטס האט מיט חברים וידידים נישט מיט די קהלה, אדער סתם שטאט עסקנים, און אז דער רבי אליין זאל שאפן געלט.... עממ.... דאס פאסירט נישט נאר אויב דער רבי איז מצפה לתשלום גמול.. געווענליך איז דער רבי צו פארנומען (אין פלארידע וכדומה) זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע קלייניגקייטן. נאך מער, מצד שני אויב באלאנגסטו צו א קהלה איז מען דיר מחייב יעדן מאנטאג און דאנערשטאג מיט אנדערע צדקה צוועקן

דערנאך איז דא א נושא פון רוחניות; דהיינו אז דו האסט נישט קיין מקום וואו דו באלאנגסט האסטו נישט קיין שום התחייבת און קיין שום ענין, אויב ציסטו אמאל איבער דאס שטריקעל וועט דיך קיינער נישט זאגן, דו דארפסט קיינעם געפעלן אין קיין שום הינזיכט וכו' וכו'.
דאס איז א חסרון? טאמער ביסטו א נארמאלער ערליכער מענטש, פארוואס זאלסטו בחפץ לב זיך אריינלייגן אונטער שופטים ושוטרים?


די איינציגסטע אמת'דיגע מעלה וואס איז איך זעה איז בעיקר מוסדות פאר די קינדער. און אויב האט די קהלה א ישיבה (און דו שטעלסט זיך צו ווי פארלאנגט) האסטו נישט רוב שוועריגקייטן וואס אנדערע טאטעס מיט ישיבה בחורים דארפן אדורכגיין. אבער מצד שני נוצן דאס די מוסדות פאר א שטעקן איבער דיר, און דאס איז א גרויסער חסרון.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 11, 2014 5:48 pm

· #205588
דער אמת'ער סיבה פארוואס מענטשן זוכן דאס איז ווי איך האב געשריבן אין דער "משוגע לאותו דבר" אשכול, אז א מענטש האט א נאטורליכע דראנג צו שפירן אז ער באלאנגט ערגעץ. עס גיט רואיגקייט און צופרידנקייט. און זיכער האבן דיינע זאכן אויבן אויך א שטיקל השפעה דערויף, ער ווייסט אז אויב דארף ער הילף איז אביסל גרינגער צו באקומען, אבער עס איז בעיקר די "או חברותא או מיתותא" מענטאליטעט, עס איז א סאושעל לייף וואס רוב מענטשן שפירן זיי מוזן האבן. עס איז א פסיכאלאגיע אן קיין אמת'דיגן הסבר, פונקט ווי א מענטש האט ליב א קאמפלימענט.

ארטיסט » מיטוואך יוני 11, 2014 5:51 pm

· #205590
עס איז נישט אזוי וויכטיג אז דו זאלסט באלאנגען ערגעץ ווי דו זאלסטו האבן א רב. קנה לך רב, האב דיר א רב מיט וועמען דו זאלסט דיך באראטען אין אלע רוחניותדיגע געביטן און צומאל אויך עצות אין גשמיות. עס איז די בעסטע זאך וואס עס קען נאר זיין.

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 11, 2014 5:51 pm

· #205591
מצטמק איך האב געטוישט דזשאבס פאר א בעסערע פע"י אבער איך האב אביסל געקוקט אויף מיין Image אויך, די ערשטע דזשאב איז גיוועהן א שענערע איך האב גיפרעגט מיין רב ווער"י סימפע"ל ער קען מיך איך האב געוואלט פון אים הערן 1 צו ער קוקט עס אויך אהן פאר א נחות דרגא, 2 לו יהא עס איז א נחות דרגא אויב זאל איך עס עכ"ז טוהן פאר א בעסערע פע"י דאכט זיך אז דער שאלה דארף איך נישט פרעגן א בעל הבית.

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 11, 2014 5:59 pm

· #205593
שמעקעדיג איך וויל דיר ענטפערן, איך זאל ציטירן דיין גאנצע ציטיר און צושרייבן אין בלוי?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 11, 2014 6:22 pm

· #205598
זיי דיך שואל עצה מיט דיין רב און טוה וואס ער זאגט.

outspoken » מיטוואך יוני 11, 2014 6:35 pm

· #205600
א גרויסע חסרון איז ווען מ'גהערט צו א קהילה, אז ווען די א''ג רשעי הקהל גייען אין קארט איז מען א חלק כחלק יאכלו (עפ''י שיטת הויא''מ) איי מיין קהילה מעג עפ''י תורה נאר די אנדערע זענען די מרימי יד בתורת משה,איז א גרויסע חסרון אז מ'גהערט צו יענע קהילה...

פישלע העררינג » מיטוואך יוני 11, 2014 6:47 pm

· #205603
יעדער איינער געהערט ערגעץ. שמעקעדיג געהערט אויך צו די וואס געהערן זיך נישט אן אינערגעץ... אפילו די אפגעפארענערס געהערן צו קהל גורן האט"ד.

דאס וואס שמעקעדיג לייגט אזוי צום לעצט, בנוגע די ישיבות, איז די גרעסטע פראבלעם וואס עס איז נאר דא. א גרייטע ישיבה מיט אפענע ארעמס איז ווערד אלעס אין דער וועלט, אפילו אביסעלע הכנעה און קוויטל געלט.

כוכב » מיטוואך יוני 11, 2014 6:59 pm

· #205606
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די שמועס.
וואס מיינט באלאנגען?
דאווענען אין א געוויסע שול? קויפן א געוויסע צייטונג? גלייבן און זיך ווייקן ביים רבין? כאפן קנאבל? שטיין אויף די פאראנטשעס? קושן די רביס האנט? די נאמען וואס שטייט אויף מיינע קינדערס באס? קויפן טועמי ערב שבת? גיין מיט א שטריימל ביי די חתונה פון רבין? שעלטן א פלאץ? דארט ווי מיין טאטע האט א זשאב?
ביטע עלאבארירן.

אפטעמיסט » מיטוואך יוני 11, 2014 7:38 pm

· #205610
ס'זענען דא עטליכע פראזן וואס מאנכע האבן מקבל געוועהן מסיני, און מ'טאר זיך ח"ו נישט דינגן דערמיט. צום ביישפיל, די קנאים האלטן זיך צום חוק "אז ס'טוט וויי שרייט מען" און צום אפילו-מער-אומפארשטענדליכער פראזע "מ'דארף טון, נישט אויפטון". נו, וועסטו טענה'ן ס'מאכט נישט קיין סענס — אבער הלכה היא בידוע.

אט די זעלבע איז מיט געהערן ערגעץ. "מען מוז געהערן ערגעץ". מען מוז! פארוואס אבער, גאט אין הימל? אז מ'זאל קענען ניצען דיינע קינדער אלס א שטעקן? מ'זאל דיר קענען קאנטראלירן ווי א שעיר לעזאזל? אבער, איין מינוט, האט מ'נישט געשמועסט אז "מען מוז" געהערן ערגעץ?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 11, 2014 7:53 pm

· #205612
כוכב
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די שמועס.
וואס מיינט ליינען קאווע שטיבל?
קןקן אויפן סקרין? קוקן א געוויסע אשכול? די אויגן רוקן זיך? דער מח פראצעסירט אותיות און פראזן? צומאכן און עפענען אשכולות?
ביטע עלאבארירן.

כ'ציטיר נאר פאלש בדרך צחות, איך ווייס אז דו פארשטייסט גאנץ גוט די פשוט'ע אפטייטש פון "געזעלשאפט", נאר ס'איז עשה עצמו כאילו לא ידע.


פישל'ע העררינג
שמעקעדיג געהערט אויך צו די וואס געהערן זיך נישט אן אינערגעץ...

לאו דווקא, איך געהער יא, אבער נישט בכל תוקף. איך גיי וויפיל/ווען עס שמעקט מיר, אבער איך בין נישט ממש אדוק ומקושר, איך בין נישט שטארק "אין די זאך" (איך קען זיך דעריבער ערלויבן צו הערן דברי חירוף וגידוף אקעגן יענעם מקום אן ווערן גענצליך צעשאקעלט)
און ווי געזאגט, ערנסטע זאכן טו איך נישט מדעת עצמי, איך האב תורה'דיגע און וועלטליכע אויטאריטעטן וואס איך קען זיך שואל עצה זיין מיט זיי ווען עס פעלט זיך אויס.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 8:01 pm

· #205614
שרייבער
קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ

למשל ווען מ'באלאנגט אין בני יואל, און מ'זעהט א ריזיגן עולם בליעה"ר קומען קיין קרית יואל אויף א יום טוב, ווערט מען צופלאצט. דער עולם וואס קומט צו אט דעים ר' אהרן וועים מ'האט אלע יארן מבזה געוועין מיט די ערגסטע בזיונות און נאכגעשריגן איהם און זיין טאטע ווי פאר די ערגסטע שיכורים, און מ'האט זיי געצאפט דאס בלוט. האפנדיג אז מ'עט זיי פארטרייבן און מ'עט אליין קענען הערשן און איבערנעמען קאנטראל. און ס'האטציך נעבעך אלעס אויסגעלאזט מיט א בוידעם. די הארצווייטאג איז אזוי גרויס און שטארק אז מ'מוז גאר אייננעמען הארץ פיללן. אדער אוועקפאהרן ערגעץ אין די מרחקים. ארויס פון גלילות פון קר"י. אבער אויפגעיבן דעם פייט און די שנאת חינם און שיקן א דעלעגאציע איבערצובעיטן. מפייס זיין פאר די אלע צער און עגמת נפש וואס מ'האט גורם געוועין די אלע יארן. דאס נישט. אפשר אין קומענדיגן דור וועט עס מקויים ווערן...אנטשולדיגט. כ'האב נישט געמיינט אז דא איז צימעס... 😕 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😞 😉 😮

שרייבער » מיטוואך יוני 11, 2014 8:13 pm

· #205621
berlbalaguleh
שרייבער
קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ

למשל ווען מ'באלאנגט אין בני יואל, און מ'זעהט א ריזיגן עולם בליעה"ר קומען קיין קרית יואל אויף א יום טוב, ווערט מען צופלאצט. דער עולם וואס קומט צו אט דעים ר' אהרן וועים מ'האט אלע יארן מבזה געוועין מיט די ערגסטע בזיונות און נאכגעשריגן איהם און זיין טאטע ווי פאר די ערגסטע שיכורים, און מ'האט זיי געצאפט דאס בלוט. האפנדיג אז מ'עט זיי פארטרייבן און מ'עט אליין קענען הערשן און איבערנעמען קאנטראל. און ס'האטציך נעבעך אלעס אויסגעלאזט מיט א בוידעם. די הארצווייטאג איז אזוי גרויס און שטארק אז מ'מוז גאר אייננעמען הארץ פיללן. אדער אוועקפאהרן ערגעץ אין די מרחקים. ארויס פון גלילות פון קר"י. אבער אויפגעיבן דעם פייט און די שנאת חינם און שיקן א דעלעגאציע איבערצובעיטן. מפייס זיין פאר די אלע צער און עגמת נפש וואס מ'האט גורם געוועין די אלע יארן. דאס נישט. אפשר אין קומענדיגן דור וועט עס מקויים ווערן...אנטשולדיגט. כ'האב נישט געמיינט אז דא איז צימעס... 😕 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😞 😉 😮

בני יואל זענען פון די מענטשן וואס באלאנגן נישט אין ערגעץ, דאס איז א סארט פערזאן וואס האט נישט ליב קיין הכנעה, איין יאר פארט ער קיין טאהש און איין יאר קיין סקולען, פאר א נויט וועט ער נוצן פשעווארסק, אלעס ווי ס'קומט אים בעסער אויס.
בני יואל באדערט נישט נאר אז מהר"א האט כבוד, די עכטע בני יואל, די וואס ווייסן אז די רבי ז"ל האט געזאגט אז היינט נישטא קיין מנהיגים, די האבן פיינט אויך ווען מהרז"ל האט כבוד, די וואלטן געוואלט אז שבועות זאל מען זאגן אקדמות אין אהל הק' אויפן ציון, דארט זאל מען מאכן ברית'ן און אפשערנ'ס.
יעצט ווידער די זאליס, אויב איז ער א אמת'ע חסיד פון מהרז"ל, דארף אים נישט אנגיין די כבוד פון מהר"א, פונקט ווי רוב חסידי מהר"א גייט נישט אן די כבוד פון מהרז"ל, אויב גייט אים עס אן מיינט אז ער באלאנגט נישט דארט, ער באלאנגט נאר צו זעצן יענעם, באלד ווי דער בני יואל

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יוני 11, 2014 8:24 pm

· #205624
לפע"ד טויזענט פראצענט ס'לוינט זיך יא.
א חסידות שטייט ביי די האנט פון א מענטש זייער אפט.
זיכער אז אמאל נעמען זיי עדווענטיד'ז אבער די מעלות וועגעו איבער די חסרונות אין מיינע אויגן,
א אינגערמאן וואס געהערט נישט צו א פלאץ איז זיכער אז ער האט עס שווערע מיט כמה ענינים,
1. ס'זיכער אז טאמער געהערסטו קיין ערגעץ נישט אין דיין בחור ח"ו א משהו פראבלעימן אין בית מאיר, אדער געלדצעהלער וגו' האבן זיי נישט קיין שום התחייבות צו דיר, מיט א בלינק פון די אויגן איז דיין בחור אינדערויסען, משא"כ אז די געהערסט ערגעץ געווענדליך ווארפן זיי זיך נישט מיט דיין בחור ווי א ראזינקע,

2. מ'זאל נישט דארפן צו קומען אבער טאמער איינער האט נישט קיין געלט חתונה צו מאכן, געוענדליך אז מ'געהערט ערגעץ איז דא אין די חסידות א קרן אדער גמ"ח וואס העלפט ארויס, אין אזוי אויך טאמער איינער קען נישט באצאלען די שכר לימוד געבן זיי הנחות וגו'

3. טוען שידוכים מיט איינער פון די זעלבע חסידות וואלט איך געזאגט איז לייכטער אין באטאמטע סיי פאר די נייע קאפעל אין סיי פאר די מחותנים,

4. האבן א פלאץ ווי זיך צו דרייען ביי יעדער יומא דפגרא, ווי א חול המועד, לג בעומר, וגו'

5. אייביג דא זייטיגע זאכן וואס מ'קען נהנה זיין, צו ס'איז 10% אראפ פאר פסח אדער קאכן זיי פאר קימעטארענס, וגו'

6. טאמער עפענט איר א געשעפט איז געווענדליך דא מענטשן פון יענער חסידות וואס וועלען קומען איין קויפן ביי אייך.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 8:39 pm

· #205627
נ.ב.: ר' שטילע אינגערמאן: מיין תגובה איבער די בני יואל איז געוועין מיט א ביסל א סארקאסטישן טאן. אויב דו האסט באמערקט. אזוי ווי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו (י"א יגון ואנחה.). פלעיגט שרייבן אין זיינע ארטיקלען אין "דער איד" כהאי לישנא. "כל ליצנותא אסורא, בר מליצנותא דעבודה זרה. והנה.... דער בעלזער...הע הע הע... דער ליובאווייטשער... כא כא כא.... דער קלויזנבורגער (ציוני, שגץ, כלשונו הטמא, עפרא לפומיה. אכיה"ר....! עיין בגמרא מס' גיטין עונשו של הלועג על דברי חכמים והמבזה אותם. נידון בצואה רותחת... 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😈 😈 😉 😮 😲

דריידל » מיטוואך יוני 11, 2014 8:53 pm

· #205630
די אמת'ע תירוץ איז אז ס'ווענד זיך. ביסטי א יונגערמאן מיט א שכל הישר און גענוג שטארק מיט דיין אידישקייט, דארף מען נישט געהערן אין ערגעץ. נאכמער, מ'איז גאר פארעקעלט פון די מצומצם'דיגקייט וואס הערשט ביי די חסדיסין למיניהם.

טאמער אבער ביסטי א קרבן פון די סיסטעם ווי מ'האט דיך געברעינוואשט אלע יארן, אדער טאמער ביסטי נישט געניג אויסגעבויט אין השקפה, איז בעסער יא צו געהערן ערגעץ.

וועגן די מעלות בגשמיות, האט שוין שמעקי געזאגט אז עס קומט מיט אסאך התחייבות'ן און מעגליך אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו.

דאס וואס מצטמק שרייבט אז מ'איז מער מצליח מיט די קינדער ווען מ'באלאנגט ערגעץ, און ברענגט א ראי' פון מאנסי אין סיגעיט, איז די תירוץ אז אסאך פון זיי זענען אנטלאפן פון זייער קהילות ווייל זיי האבן געוואלט זיין שוואכער ווי די קהילה האט פארלאנגט, דאס הייסט אז זייערע קינדער וואלטן נישט געווען בעסער ווען זיי וואקסן אויף ערגעץ אנדערש. בני יואל, דארף מען אויך פארשטיין אז איינער וואס שטעלט זיך ארויס פייטן, איז עפעס ראונג מיט אים, און מסתמה בעניני חינוך טוט ער אויך זאכן וואס זענען נישט ריכטיג.

נעמטס בארא פארק פאר א משל. טויזענטער משפחות געהערן נישט אין ערגעץ און זיי זענען גארנישט שוואכער ווי די וואס געהערן יא, נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 11, 2014 10:36 pm

· #205642
איך האב זיך מתבונן געווען אביסל און איך בין נישט אינגאנצן גערעכט. למשל חברותא, איך האב טאקע פילע חברים אבער אז איך וויל עפעס לערנען, פארוואס זאל יענער מסכים זיין צו לערנען מיין לימוד. אבער אין א חסידות ווי יעדער לערנט די זעלבע, עס איז פאראן שיעורים און א גרויסן אויסוואל פון אידן וואס לערנען עס אינאיינעם, איז פיל גרינגער צו טרעפן א פאסיגע חברותא וועלכע זאל נישט אנהאלטן בלויז פון תענית אסתר ביז פורים.

פאר די מימיני מיכאל אידן (מערסטנס צווישן אונז) וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם צו גיין מיט די flow איז אויך די חסידות גאר גוט, בפרט אויב די חסידות איז נישט צו גרויס און דער מנהיג אדער רבי האט געוויסע שייכות מיטן חסיד, דער חסיד פילט רואיג, שמועסט אדורך זיינע ספיקות און איז מזכיר א שוועריגקייט. עס מאכט זיכער לעבן רואיגער אז איינער זארגט זיך (און טראכט) פאר דיר.

און דעם חלק האט אויך שטילע יונגערמאן ריכטיג ארויסגעברענגט, אז א מענטש האט וואו זיך צו דרייען אין א יו"ט אדער יומא דפגרא. אנשטאט גיין אין די שול נעקסט דאר, ווי דו קענסט זיך סך הכל מיט אפאר שכנים אפשר, האסטו א היימישע סביבה מיט א רבי'ן, מען קען שפירן א געשמאקערע טעם אין א יו"ט, אפילו א פשוטע שבת, ווער רעדט נאך אויב קומט פאר א באטע אדער טיש ווי מען זינגט אינאיינעם ווערט מען נתעורר פון דעם. און ווען עס איז דא א שמחה ביים רבי'ן איז דאך ליהודים היתה אורה שמחה וששון, מען לעבט און מען טאנצט אינאיינעם. רוף עס גשמיות רוף עס רוחניות אדער רוף עס קאשער אינטערטעינמענט, למעשה עס איז גוט פאר זיך און פאר די קינדער. און אפילו אויב דער מוסד מאכט א דינער וכדומה, האסטו כאטש א היימיש פלאץ וואו צו ארויסגיין פארברענגען מפעם לפעם ביי א שטיקל קוגל...

באדעם ליין איז, מען קען נישט אוועקמאכן די מעלות.

כוכב » מיטוואך יוני 11, 2014 11:50 pm

· #205646
שמעקעדיג, לאמיך מיך קלאר מאכן.
צו געניסן פון די מעלות פון א קרייז פארלאנגט זיך נישט מער ווי טאקע דאס אפלעקן די ביינער און נהנה זיין פון די סערוויס, און עס זאל גארנשיט מחייב זיין.
איך למשל געהער אין א ספעציפישע חסידית, מיין נאמען איז אריינגעדרוקט אין זייער אנשי שלומני ביכל, אבער איך גיי קיינמאל צו טישן, שמחות, כגענשישט געלט, כצאל נישט מעמבערשיפ. דעריבער איז מיין שאלה וואס מיינט באלאנגען? אז מיינע קינדער לערנען אין א געוויסע חדר וכו? ענזשוי די סערוויסעס, אבער פארוואס זאל איינער באלאנגען צו א פלאץ מיט דינען ווי אקס? ער האט גארנשיט דערפון.

הוגה » דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:01 am

· #205666
ווי עס זעהט מיר אויס זענען אלע תגובות אין דער אשכול געשריבן געווארן לויט די פערזענליכע עקספיריענס פונעם כותב התגובה. ואשר על כן גם אני אענה חלקי. שטייט ווייט כמתחוי קשת פון באלאנגן צו א קהלה. די מנהיגי הקהלה זענען נאר דורש כבוד עצמם. די מינוט וואס עס וועט זיך זיי לוינען וועלן זיי די שטעכן מיט די גרעסטע מאס רשעות וואס עס איז נאר פארהאן. ווען דו דארפסט זיי דאס מערסטע וועלן זיי נישט זיין בנמצא. סך הכל וועט עס דיר קאסטן געלט יאר איין און יאר אויס פאר אלע קהלה צוועקן און דו וועסט גארנישט צוריק באקומען. Don't waste your time and energy!

פון אלע תגובות ביז דא מוז איך זאגן אז די מערסטע שכל הישר'דיג איז @שמעקעדיג'ס תגובה, די משנה ראשונה.


.

כוכב » דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:15 am

· #205668
ובכגון דא נאמר ואל תתודע לרשות ודוק.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:26 am

· #205671
הוגה
ווי עס זעהט מיר אויס זענען אלע תגובות אין דער אשכול געשריבן געווארן לויט די פערזענליכע עקספיריענס פונעם כותב התגובה. ואשר על כן גם אני אענה חלקי. שטייט ווייט כמתחוי קשת פון באלאנגן צו א קהלה. די מנהיגי הקהלה זענען נאר דורש כבוד עצמם. די מינוט וואס עס וועט זיך זיי לוינען וועלן זיי די שטעכן מיט די גרעסטע מאס רשעות וואס עס איז נאר פארהאן. ווען דו דארפסט זיי דאס מערסטע וועלן זיי נישט זיין בנמצא. סך הכל וועט עס דיר קאסטן געלט יאר איין און יאר אויס פאר אלע קהלה צוועקן און דו וועסט גארנישט צוריק באקומען. Don't waste your time and energy!

פון אלע תגובות ביז דא מוז איך זאגן אז די מערסטע שכל הישר'דיג איז @שמעקעדיג'ס תגובה, די משנה ראשונה.


.

@הוגה איך האב געווארט אויף די תגובה צו קענען מגיב זיין
ס'איז זיכער אז רוב ראשי קהלה זענען דורש כבוד עצמם, די מינוט וואס עס וועט זיך זיי לוינען וועלן זיי די שטעכן מיט די גרעסטע מאס רשעות וואס עס איז נאר פארהאן. ווען דו דארפסט זיי דאס מערסטע וועלן זיי נישט זיין בנמצא. וביודעי ובמכירי קאמינא
דערפאר איז דא א דרך הממוצע, דו באלאנגסט צו א קהלה, דארפסט דיך אבער נישט מקריב זיין דערפאר, נעם ארויס די בענעפיטן, ווילסט געבן א פאר דאללער פאר הכרת הטוב, פארוואס נישט, אבער עד כדי הקרבה, אידן ווערן מורא'דיג אפסעט פונעם סיסטעם ווען מ'געבט זיך אוועק לייב און לעבן, און ווען מ'ווארט אויף אביסל הילף אויף צוריק איז נישטא צו וועם צו רעדן
האלט דיר די כלל פאר די אויגן
האב ליב דיין רבי/קהלה אהבת הנפש, אבער די אהבה צו דיר אליין זאל שטיין העכער

מקוה איד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:35 am

· #205687
ווען עס קומט צו שידוכום העלפט אסאך אז מ'בלאנגט צו א גרעסערע קרייז. כ'קען א איד מער פון די אזוי ג'רופענר 'מארדערנער' משפחות אין זיין חסידות, ווען זיין עלסטער זוהן איז געווארען 15 האט ער זיך איינגעשרובען אין די חסידות מיט'ן גאנצע קנאק ג'שיקט לערנען אין די ישיבה, חדר, ג'געסען זייער פלייש וכו' .על כולם האט ער ג'מאכט יערליכע נסיעות צום רבי.

שידוכום איז'ם ג'גאנגען ג'שמירט אלס פין יענעם קרייז,קינדער האט ער א dozen געלט נישט קיין פעני. א בארא פארקער אין זיין מצב וואלט זיך גיט ג'מוטשעט

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:06 pm

· #205699
I am very disappointed with the whole subject of belonging to a kehila. I grew up in a kehila that came with many benefits. that was in a time that a manhig new that in order to succed, I have to be here for my olam. 1
today when the one and only reson that a person is a manhig is because he is looking for power. and anything that will bring him closer to this matoro, he will do, even at the cheshbon of retzicha. I am a witness how people were rejected from mosdos of their own kehila because of stupid resons, the underlying reson was, because the rabbi needs 'his' kehila to be chushiv. 1
when he wants to give a shteler for his budy he gets it without qualification. although this may be on the chashbon of the children. 1
bh I had one of my children accepted in one of the prominent yeshevos a few years ago. but my son refused not to go to the yeshiva of my chasidus, he was brainwashed in the cheder to learn there. so I sent him lemokom sheliboi chufetz. 1
I think that there is today more obligations to a kehila that you belong to, than benefits, although maybe when I was young it wasn't like that. 1
in my opinion the relationship between a uman being and his kehila should be 'KABDAHU VECHASHDEIHU'. we should suck from them the most possible, and stay distanced from having to participate in obligations. 1
regarding what to disscusswith a rabbi/ruv/dayan: 1
remember they are dangerous and many times not smart. the only thing I ask my rebbe is, the names of my children. the reson is not that he knows better than me what name to give, but because anyways whats the difference if the babys name will be chaya or soshe, moshe or yankel. otherwise a chinuch question I will ask a smart person with many hands on experience in chinuch. a business question I will ask a smart person that has hands on many years in business. a health question I will do the same.

I strongly don't think that because you wear strukes and a kulpik you can know chinuch business refuah etc.. 1
a rebbe that answers business questions, can be a theiff. 1
a rebbe that answers health questions can be a rotzeach. 1
this reflects only my personal opinion . 1

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:10 pm

· #205700
ראש ישיבה א שאד אז דו שרייבסט אזעלכע שיינע תגובות אין ענגליש.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:18 pm

· #205701
דער אמת איז אז ס'ווענדט זיך אויך פון ווי מ'קומט און ווי אזוי מ'וויל די קינדער זאלן אויסזען, און דאס קלאפט אויס ביי שידוכים.

איך קען א איד, א חשובער בעה"ב, ער איז אויפגעוואקסן אזוי אין סאטמאר, אין ישיבה האט ער געלערנט ערגעץ אנדערש, ער האט חתונה געהאט, וואוינט אין ווילי טאון, אבער מאיזה סיבה שהוא האט ער נישט געשיקט זיינע טעכטער אין סאטמאר, דער איד האט פיינע טעכטער, אבער ממש ער מוטשעט זיך מיט שידוכים אז ס'איז א שרעק, זייער פשוט, די מיידל איז נישט קיין בית רחל, איז עס שוין נפסל ביי א גרויס חלק פון די סארט בחורים וואס ער זוכט, ווידער זוכן א בחור וואס זוכט דייקא נישט בית רחל איז עס שוין נישט לויט ווי ער וויל זיינע קינדער זאלן אויסקוקן, און אזוי בלייבט ער סטאק אינדערמיט.
איך האב געגעבן דעם משל מיט סאטמאר משום מעשה שהי', אבער הוא הדין ביי אנדערע חסידות'ער, דו מוזט וויסן ווי דו באלאנגסט און וואס דו ווילסט

אפטעמיסט » דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:25 pm

· #205702
בעצם וואלט געהערן צו א חסידות געדארפט זיין א גוטע און ווערדפולע זאך, בעיקר צוליב די מוסדות פריוויליגיע, אז מ'דארף נישט ארום קלעטערן זוכן מוסדות פאר די קינדער. ליידער היינט — און איך ווייס דאס פון דער נאנט ווייל כ'בין געוועהן פארמישט אין א קעיס — ווען ס'קומט צו אביסל א שוואכערער בחור "קענען" די מוסדות ווייזן די ריקן און זאגן לאו בעל דברים דידי את, (איך שרייב דייקא "קענען", ווייל נישט אייביג טוען זיי דאס, און בכלל, נישט אלע קהילות טוען דאס). ביז א יאר צוריק אויב וואלט מיר איינער געפרעגט די זעלבע שאלה, וואלט איך אים זיכער געענטפערט אז מ'מוז געהערן ערגעץ, אבער נאכ'ן אליין מיטהאלטן א קעיס וואו די אייגענע קהילה האט זיך ארומגעווארפן מיט זייערעס א בחור (נישט צוליב דעם בחור זיין א שלעכטער בחור, נאר צוליב'ן זיין א שוואכער בחור) האט זיך מיין בליק אינגאנצן געטוישט.

איך קען דאך אבער נישט די סדר אין אלע קהילות אויפ'ן ערד קוגעל, און ס'מעגליך אז אין געוויסע קהילות איז די מצב נישט אזוי געפערליך — איז דערפאר שווער צו זאגן בכלליות אז ס'לוינט נישט צו געהערן ערגעץ. אבער אין געוויסע קהילות איז זיכער דאס געהערן דארט יצא שכרו בהפסדו.

מבקר » דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:21 pm

· #205708
אויך די טעמע האב איך דורך געשמועסט מיט א רבי, דער פשעווארסקער. ער האט מיך געענעטפערט "מ'דארף באלאנגן צו א קהילה/חסידות 60% און די איבריגע 40% דארף מען זיין זעלבסטשטענדיג".

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:32 pm

· #205713
I think the Amshinover Rebbe answered similar to a friend of mine. but I think these 2 rebbes are the ones benefiting from the 40% independence! so the satmar or belzer or puper or skverer will 'also come to them! maybe that's why they like the fact that you leave 40% independence to go to a another rebbe?1

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:54 pm

· #205752
עטליכע חברים האבען מיר פארציילט זיי האבען זיך דורכגערעדט מיט דער אמשינאבער רבי שליט"א איבער דער נושא, און ער האט מסביר געווען אז א "פלאץ" באשטייט בעיקר פון דריי טיילען :1)דער רבי , 2) די חברים, 3) א געוויסע דרך/נוסח וואס א פלאץ פארמאגט. ער איז מייעץ אז טאמער זענען דא צוויי פון די דריי זאל מען בלייבען אין א פלאץ, למשל אפילו איינער איז נישט צופרידען פון דער רבי, אבער ער האט דארט חברים און א געשמאק אין דער נוסח, זאל ער בלייבען.

דאס איז אבער גערעדט בעיקר פון די מער נפשות'דיגע חלק פון באלאנגען, נישט פון די מער פראקטישע אדער גשמיות'דיגע חלקים, ווי מוסדות געלט וכדומה.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:03 pm

· #205753
לעיקוואד


דאס איז אבער גערעדט בעיקר פון די מער נפשות'דיגע חלק פון באלאנגען, נישט פון די מער פראקטישע אדער גשמיות'דיגע חלקים, ווי מוסדות געלט וכדומה.

But today you will only get the gashmius as long as your in line with the frumkeit of the chasidus. 1
if chas veshulem someones son is not as chasidish as they want they will dump him. 1
the only benefit today that you have is that when everything is good you have standard mosdos that will take yourchildren. but almost othing more. 1

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:07 pm

· #205754
פארוואס מאכסטו זיך נישט וויסענדיג פון די רוחניות'דיגע חלק? איך זאג נישט די היינטיגע חסידות פארקויפען עפעס הויך רוחניות, אבער יעדער פלאץ האט זיך זיין נוסח, זיין געשמאק. איינער וואס איז אויפגעוואקסען אין באבוב למשל וועט שווער זיין פילען א געשמאק אין א דאווענען שבת כל שכן ראש השנה וכדומה אויב וועט מען נישט זינגען די באבוער נוסח און ניגונים, מיט די אלע קנייטשען דאס באלאנגען צו א פלאץ מיט א געוויסע נוסח איז א שטארקע מעלה פאר די נפשות'דיגע קולטור פון א איד וואס האט שבתים ימים טובים וכו', עס איז מער פון א חיידר פאר די קינדער אדער שווארצע גלעזער.

Yossy » דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:50 pm

· #205764
איך קיק יעצט קליפס פון די בעלזע חתונה , די מענטשען זעען אויס עכט עכט העפי אז זייער רבי מאכט חתונה , עס זעט אויס ווי אלע זייערע פראבלעמען זענען gesolved שלום בית ,פרנסה , נחת פון די קינדער, די באנק איז געדעקט , עכ"פ אזוי קיקט עס אויס . עס וויל זיך אריינזומען אין די screen אין פרעגן , אינגערמאן לשמחה מה זו עושה ? קען מיר איינער מסביר זיין איך פארשטיי עס נישט .....

הוגה » דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:21 pm

· #205797
@לעיקוואד, ביסוד ביזטו אפשר גערעכט, אבער למעשה אין די היינטיגע סעטינג פון סאסייעטי און קהלות איז מוסדות די שטערקסטע קאנסערן פאר א משפחה. ווען מען האט נישט קיין security אין דער הינזיכט איז עס משפיע אויף אלע אנדערע חלקים פון די חיי משפחה.

בנוגע בעלז. דאכציך מיר אז פון אלע פלייש פעקטאריס טוט בעלזא די מערסטע פאר זייערע מיטגלידער, מגדול עד קטן. כ'האב נאך נישט געהערט אז מ'זאל זיך ווארפן מיט יונגערלייט און מיט קינדער אין בעלז. אזוי מיין איך. און פארדעם זענען זיי אלע אזוי אדוק אין בעלז.

מבקר » פרייטאג יוני 13, 2014 12:47 am

· #205819
הוגה
בנוגע בעלז. דאכציך מיר אז פון אלע פלייש פעקטאריס טוט בעלזא די מערסטע פאר זייערע מיטגלידער, מגדול עד קטן. כ'האב נאך נישט געהערט אז מ'זאל זיך ווארפן מיט יונגערלייט און מיט קינדער אין בעלז. אזוי מיין איך. און פארדעם זענען זיי אלע אזוי אדוק אין בעלז.

און וואס טוסטו מיט "פרשת קלוגער"?

הוגה » פרייטאג יוני 13, 2014 9:32 am

· #205847
איך טו גארנישט מיט פרשת קלוגער, @מבקר מכמה סיבות. איינס, ווייל איך ווייס נישט וואס איז פרשת קלוגער. צווייטענס, ווייל כ'האב נישט קיין שום נגיעה צו פארטיידיגן אדער באשמוצן בעלז, כ'האב ס"ה געמאכט אן אבזערוואציע.

שכל הישר » זונטאג יוני 15, 2014 2:27 pm

· #206063
שרייבער
קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ

טאמער באגייט דיין קהילה א פעלער, בזדון או בשגגה מוזט די זיך אויטאמאטיש אננעמהען און בארעכטיגען דעם פעהלר און דאס ברענגט צו ברעכען דעם חזקה "אין אדם מוריש שקר לבניו"

שכל הישר » זונטאג יוני 15, 2014 2:33 pm

· #206065
שמעקעדיג

די איינציגסטע אמת'דיגע מעלה וואס איז איך זעה איז בעיקר מוסדות פאר די קינדער. און אויב האט די קהלה א ישיבה (און דו שטעלסט זיך צו ווי פארלאנגט) האסטו נישט רוב שוועריגקייטן וואס אנדערע טאטעס מיט ישיבה בחורים דארפן אדורכגיין. אבער מצד שני נוצן דאס די מוסדות פאר א שטעקן איבער דיר, און דאס איז א גרויסער חסרון.

און דאס איז אויך שקר וכזב זיי האבען גארנישט קיין התחייבות

שכל הישר » זונטאג יוני 15, 2014 2:45 pm

· #206067
שרייבער
berlbalaguleh
שרייבער
קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ

למשל ווען מ'באלאנגט אין בני יואל, און מ'זעהט א ריזיגן עולם בליעה"ר קומען קיין קרית יואל אויף א יום טוב, ווערט מען צופלאצט. דער עולם וואס קומט צו אט דעים ר' אהרן וועים מ'האט אלע יארן מבזה געוועין מיט די ערגסטע בזיונות און נאכגעשריגן איהם און זיין טאטע ווי פאר די ערגסטע שיכורים, און מ'האט זיי געצאפט דאס בלוט. האפנדיג אז מ'עט זיי פארטרייבן און מ'עט אליין קענען הערשן און איבערנעמען קאנטראל. און ס'האטציך נעבעך אלעס אויסגעלאזט מיט א בוידעם. די הארצווייטאג איז אזוי גרויס און שטארק אז מ'מוז גאר אייננעמען הארץ פיללן. אדער אוועקפאהרן ערגעץ אין די מרחקים. ארויס פון גלילות פון קר"י. אבער אויפגעיבן דעם פייט און די שנאת חינם און שיקן א דעלעגאציע איבערצובעיטן. מפייס זיין פאר די אלע צער און עגמת נפש וואס מ'האט גורם געוועין די אלע יארן. דאס נישט. אפשר אין קומענדיגן דור וועט עס מקויים ווערן...אנטשולדיגט. כ'האב נישט געמיינט אז דא איז צימעס... 😕 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😞 😉 😮

בני יואל זענען פון די מענטשן וואס באלאנגן נישט אין ערגעץ, דאס איז א סארט פערזאן וואס האט נישט ליב קיין הכנעה, איין יאר פארט ער קיין טאהש און איין יאר קיין סקולען, פאר א נויט וועט ער נוצן פשעווארסק, אלעס ווי ס'קומט אים בעסער אויס.
בני יואל באדערט נישט נאר אז מהר"א האט כבוד, די עכטע בני יואל, די וואס ווייסן אז די רבי ז"ל האט געזאגט אז היינט נישטא קיין מנהיגים, די האבן פיינט אויך ווען מהרז"ל האט כבוד, די וואלטן געוואלט אז שבועות זאל מען זאגן אקדמות אין אהל הק' אויפן ציון, דארט זאל מען מאכן ברית'ן און אפשערנ'ס.
יעצט ווידער די זאליס, אויב איז ער א אמת'ע חסיד פון מהרז"ל, דארף אים נישט אנגיין די כבוד פון מהר"א, פונקט ווי רוב חסידי מהר"א גייט נישט אן די כבוד פון מהרז"ל, אויב גייט אים עס אן מיינט אז ער באלאנגט נישט דארט, ער באלאנגט נאר צו זעצן יענעם, באלד ווי דער בני יואל

דער בני יואל באלנגט אויך ערגעץ והא ראי' אז אויב וויל עהר חתונה מאכן און בית צבי מאיר און אויב עהר איז א האלב נארמאלער און ער וויל זיין טאטע, שווער, זיידע זאלען זיך יא פילעהן באקוועם ביי זייער שמחה קען עהר באשטיין יא צונעמען רשות. איז לא מיט א גרויסע א מעג עס אפילו זיין דער שארמאשער אליין!!!!!

שרייבער » זונטאג יוני 15, 2014 2:53 pm

· #206069
@שכל הישר קען זיין, אבער דיבור הישר נישט, כ'פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו שרייבסט

שרייבער » זונטאג יוני 15, 2014 2:55 pm

· #206070
שכל הישר
שרייבער
קודם לאמיר הערן די חסרונות וואס איז דא ווען מען באלאנגט ערגעץ

טאמער באגייט דיין קהילה א פעלער, בזדון או בשגגה מוזט די זיך אויטאמאטיש אננעמהען און בארעכטיגען דעם פעהלר און דאס ברענגט צו ברעכען דעם חזקה "אין אדם מוריש שקר לבניו"

ווענדט זיך וועלכע קהלה, דא גענוג און נאך קהלות וואס טוען פעלערס און די בני הקהלה האבן נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז זייער קהלה טוט א פעלער

דריידל » זונטאג יוני 15, 2014 3:07 pm

· #206073
קודם דארף מען קלאר מאכן וואס פונקטליך מיינט געהערן צו א קרייז. אויך דארף מען וויסן וואס מיינט דאס קרייז. איך פארשטיי אז עס רעכענט אריין סאטמאר, באבוב וויזניץ וכדומה, אבער וואס טוט זיך מיט א באבובער וואס וואינט אין וויליאמסבורג, געהערט ער צו א קרייז ווייל ער האט א רבי אין ב"פ אדער געהערט ער נישט ווייל אינדערוואכן דאווענט ער אין סאטמאר, די יונגלעך שיקט ער אין צעהלים, מיידלעך אין סקווירא, פלייש קויפט ער ביי מיעל מארט אין מצות ביי פאפא? נאכדעם קען זיין איינער וואס וואינט אין ב"פ אין איז אדוק אין בורשטינער רבי מיט וועם ער איז זיך שואל עצה, אויך דאווענט ער דארט און קומט צו אלע טישן. געהערט ער צו א קרייז?

שכל הישר » זונטאג יוני 15, 2014 3:18 pm

· #206076
מבקר
אויך די טעמע האב איך דורך געשמועסט מיט א רבי, דער פשעווארסקער. ער האט מיך געענעטפערט "מ'דארף באלאנגן צו א קהילה/חסידות 60% און די איבריגע 40% דארף מען זיין זעלבסטשטענדיג".

ווייל עהר שטעלט נאר צו 40% די אנדערע 60% דהיינו מוסדות התורה, קבורה, גמ"חים וכדומה שטעלט עהר נישט צו און פשעוורסק האט מען אלעמאהל געוויסט אז טאאלעטען שטעלט מען צו גוט אין סאטמאר.
און אפילו דאס וואס זיין זיידע און טאטע זענען געווען ביזי כל ימי חייהם צו גיין נאך געלט פאד יודענס וועגען האט עהר נעבעך נישט קיין צייט עהר איז ביזי צו לערנען יומם ולילה אזוי ר חיים עוזר

בר-כוכבא » מאנטאג יוני 16, 2014 12:56 pm

· #206249
היינט איז באלאנגען צו א קרייז מער חסרון ווי מעלה. עס איז דיר אסאך מער מחייב ווי אמאל, און פון די אנדערע זייט זענען זיי דיר אסאך ווייניגער מחוייב ווי אמאל. יש מקום לדון צי ס'איז נישט גרינגער צו זיין א איד און נארמאלער מענטש ווען מען באלאנגט נישט צו רוב פון די היינטיגע חסידות.

שרייבער » מאנטאג יוני 16, 2014 3:21 pm

· #206277
ס'איז א חילוק פון 'באלאנגען צו א קרייז', אדער 'זיך לאזן הרג'נען פאר א קרייז'
דאס צווייטע ביסטו גערעכט, און ס'לוינט נישט צו האבן מסי"נ, אסאך האבן חרטה שפעטער, און ווען מ'דארף אליין הילף ווייזט מען די רוקן, און ווי איך האב שוין געשריבן ערגעץ דא, זאלסט ליב האבן דיין קהלה זייער שטארק, אבער דיך נאך שטערקער
ווידער די ערשטע פארט, איז לענ"ד גאר וויכטיג, איך קום פון גאר א גרויסע משפחה, וביניהם איז דא ארונים זאלונים בני יואל נטו"ק, ממש פון אלע מינים, און איך קען אייך זאגן, מ'זעט באשיינפערליך א חילוק אויף די קינדער פון משפחה למשפחה, דער אינגערמאן וואס האט אביסל געגליטש און קומט פון א משפחה וואס האט געהאט א רבין אלעמאל (הגם היינט וויל ער נישט הערן פון קיין רבי'ס) קוקט אויס סאך שענער ווי דער געגליטשער יונגערמאן פון א משפחה וואס איז אויפגעוואקסן אז ס'איז נישטא היינט קיין מנהיגים און אלעס איז פאלטש, איך רעד פון זאכן וואס מען זעט עין בעין
דו מוזט גארנישט טון פאר דיין קרייז, אבער זאלסט וויסן איך באלאנג ערגעץ, ער איז מיין רבי ער איז מיין קהלה, און אים פאלג איך.

מצטמק ויפה » מאנטאג יוני 16, 2014 3:41 pm

· #206278
שרייבער, ענדליך רעדט שוין איינער מיין שפראך. דער עולם האט אנגעפירקעלט דעם אשכול בנוגע דעם גשמיות'דיגע חלק פון באלאנגען צו א קרייז, וואס דאס איז נישט געווען עכט מיין מטרה פון עפענען דעם אשכול ( איך בין אליין שולדיג פאר זיך נישט גוט ארויסברענגען) מיין נושא איז בעיקר די חלק הרוחניות, וואס די מציאות ווייסט אז די וואס האבן א מנהיג, מורה דרך, שטייען בעסער ווי די אנדערע. און ניין עס האט נישט מיט גיין צו טישן דווקא, אדער באצאלן מעמבער שיפ, און כאפן שיריים, עס איז סאך הכל איין זאך; די האסט א מורה דרך וואס ווייזט דיך דיין וועג און מיט איהם שמוסט מען זיך דורך.
און אויף דעם האב איך געשטעלט מיין פראגע, וואס מאכט אויס צו איך האב יא א מנהיג צו נישט? ועוד וועלכע שאלות פרעגט מען א מנהיג?
איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל פארן נישט גוט מסביר זיין.

איינגעמיירעט » מאנטאג יוני 16, 2014 4:22 pm

· #206283
ואענה גם אני את חלקי.
געהערען צו א פלאץ איז זייער א comfortable זאך פאר א מענטש וואס וויל נישט האבען זיין אייגענע לעבן,זיין אייגענע איידענטיטי,זייער אסאך פון די מענטשען וואס וואקסען אויף און די סארט פלעצער,ווייסען ניטאמאל וואס דאס מיינט האבען אן אייגענע איידענטיטי, און זיין א אינדעפענדינט מענטש.
פאר אזא סארט מענטש איז א פלאץ מער וואו געוואונטשען, זיי דארפען נישט מחנך זיין זייער קינדער די פלאץ טוט עס,זיי דארפען נישט אויסבויען זייער יודושקייט די פלאץ טוט עס, זיי דארפען נישט ארבעטען אויף קיין חברים די פלאץ טוט עס.וכו וכו וכו וואס די פלאץ שטעלט אלץ צו.

די פראבלעם פאנגט זיך אהן אז סאיז דא איינער וואס האט פערסאנאליטי און ער וויל אביסעל אליינס אויספארעמען זיין לעבן.
די חסידותן פארנעמען נישט אזא זאך, א מענטש מיט א אייגענע מיינונג,
אויב די ווילסט זיין א חלק פון די זאך און די ווילסט פילען עקסעפטעט מוזטו לאזען דיינע פילינגס און דער זייט, און די מוזט טרעפן געשמאק אונעם סיסטעם.
נארמאלערהייט פארט עס אזוי,מענטשען לייגען זייער אייגענקייט און דער זייט און פארען מיט די סיסטעם.
וואס טוט זיך אבער אויב א מענטש האט גאר א שטארקע פערסאנאליטי און גאר א שטארקע כאראקטער , אזא מענטש וועט געווענטליך נישט קענען מיט פארען.
מאידך גיסא וועט ער דארפען ארבעטען שווער, ער וועט מוזען פאר קויפען פאר זיינע קינדער עכטע יודושקייט, ער וועט מוזען זיך אליינס שטארק אוועקשטעלען, ער וועט מוזען טרעפן עקשען און זיין לעבן וכו וכו
בלאט: 1 2