☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט

מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט

111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6769
בלאט: 1 2 3

כאפצעם » מיטוואך מאי 27, 2015 9:10 am

· #278427
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
הקטן
היינט ב"ה אז מען קען גיין מיט די גאנצע לבוש און זיין טריקען אינגאנצען, אדער א פאל פלעשט כופר, קענען מיר אויך שוין דינען הקב"ה מיט אינזער אייגענע בחירה און בלתי לשם לבדו.


פארוואזשעט וועט ער גיין מיטן לבוש ווען ער איז א כופר?

די תירוץ איז ער גייט מיט די לבוש פאר די זעלבע סיבה פארוואס די גייסט מיטן לבוש... סיסטעם...

אין דאס איז די פראבלעם פין די מוסדות ביים אנעמען קינדער... מען וועהלט זיך לויט די חיצונית׳דיגן חלק פינם מענטש.. מען מאכט פינם עיקר א טפל... די פנימיות ווייסט דאך נאר דעם אייבערשטען ..

אין בכלל דאס גאנצע וועהלן איז נישט געוועהן ווען די סאטמאר רב, צעלים׳ע רב, ועוד, האבן געפענט די חדרים... זיי האבן טאקע נאר געמיינע בלתי לשם לבדו, אין זיי האבן אנגענימען יעדן אין נישט געקיקט בכלל אויף די עלטערען!! זיי האבן געוואלט אויפבויען אידישקייט אין אמעריקא נישט אויפבויען מוסדות מיט א גיטע נאמען!!!!!!

זענען געקימען די מוסדות אין געמאכט פינם עיקר א טפל... אלס אינגעל איז אין מיין חדר געוועהן דאס עררגסטע חטא שפילען ״באל״ ... מען האט גענומען דעם טפל אין געמאכט פאר אן עיקר..!!!!!
אין נאכדעם עקספעקט מען אז די אינגעלייט זאלן האבן פילטערס אויף די פאוין אין האבן א שעור!!!

הקטן » מיטוואך מאי 27, 2015 9:44 am

· #278439
כאפצעם

זענען געקימען די מוסדות אין געמאכט פינם עיקר א טפל... אלס אינגעל איז אין מיין חדר געוועהן דאס עררגסטע חטא שפילען ״באל״ ... מען האט גענומען דעם טפל אין געמאכט פאר אן עיקר..!!!!!
אין נאכדעם עקספעקט מען אז די אינגעלייט זאלן האבן פילטערס אויף די פאוין אין האבן א שעור!!!


עט וואט פוינט האסטו אויסגעפיגערט וואס איז א עיקר און וואס נאר א טפל?
פארוואס מיינסטו אז דיינע חברים קענען דאס נישט אויספיגערן פינקט וואו דו?
פארוואס מיינסטו אז זיי וועלן בלייבן נישט וויסען די חילק צווישען שפילן באל און א ראיה אסורה.

מיר דארפן לערנען די קינדער די עיקרים און אויך די טפלים
דו קענסט האלטן אז לבוש דארף קיין טפל אויך נישט זיין, ס'דא סברות לכאן ולכאן.
אבער אויב לבוש דארף יא זיין עט ליסט א טפל, וואו אזוי דארף מען דאס איבערגעבן פאר די קינדער?



כאפצעם
מען וועהלט זיך לויט די חיצונית׳דיגן חלק פינם מענטש.. מען מאכט פינם עיקר א טפל... די פנימיות ווייסט דאך נאר דעם אייבערשטען ..

זאגסט דאך אליין אז מען קען נאר קיקען אויף די חיצונית׳דיגן חלק פינם מענטש.

למען האמת, איינער וואס טוישט זיין לבוש אנדערש וואו זיינע סביבה\ עלטערן ווייזט דאס יא, געווענדליך, אויף עפעס פנימיות.
געווענדליך ווען איינער טוט אויס זיין לבוש וועסטו אים נישט זעהן דאווענען ערליכער שמונה עשרה

כאפצעם » מיטוואך מאי 27, 2015 11:14 am

· #278454
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
@הקטן

איים סארי אבער שפילען ״באל״ איז א טפל שבטפל וואס האט בעצם גארנישט מיט אידישקייט... ס׳קימט זיך נישט קיין שלעק פארן שפילען ״באל״

אין דעס וואס דו זאגסט אז ווען מען ווערט עלטער זעהט מען די חילוק פין אן עיקר אין א טפל... מיין פריינד... ליידער די היינטיגע אינגעלייט זעהן ״נישט״ קיין חילוק אין זיי מיינען אז גאנץ אידישקייט איז א זשאק!!! דאס איז א דירעקט הוצאה פין מנהלים וואס לייגען א שטארקע דגוש אויף נארישע שטותים מיט הבלים וואס האט גארנישט מיט אידישקייט, אין די קליינע אינגעלע ווען ער וואקסט אויף אן אינגערמאן, לאכט ער שוין נאכדעם פין אלעם!

הקטן » מיטוואך מאי 27, 2015 12:02 pm

· #278470
איך זעה נישט קיין פראבלעם היינט צוטאגס צו שפילן באל.
ניטאמאל א טפל שבטפל

איך קען נישט רעדן פאר דיין מנהל פארוואס דאס האט אים געשטערט

איך גלייב אבער אז א יעדער קען אליין אויספיגערן וואס אינזער כאפצעם האט אויסגעפיגערט, און קיינער געט נישט אויף פארדעם אידישקייט (אויב איז ער געווען א איד)

(א טפל שבטפל מיינט אז ס'איז נישט קיין עיקר, ס'גיט אז מען געט דאס איבער כל זמן מען לייגט דאס אין פרעספעקטיוו)

כאפצעם » מיטוואך מאי 27, 2015 12:25 pm

· #278477
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
הקטן
איך זעה נישט קיין פראבלעם היינט צוטאגס צו שפילן באל.
ניטאמאל א טפל שבטפל

איך קען נישט רעדן פאר דיין מנהל פארוואס דאס האט אים געשטערט

איך גלייב אבער אז א יעדער קען אליין אויספיגערן וואס אינזער כאפצעם האט אויסגעפיגערט, און קיינער געט נישט אויף פארדעם אידישקייט (אויב איז ער געווען א איד)


איך וועל דיר אביסעל מיטיילען מיין עקספיריענס אינם שמייליגען סיסטעם...

אין ישיבה קטנה בין איך געוועהן אן ערליכע חסודישע בחור.. געדאווענט מילה במילה יעדן טאג אין מיין תפילה בכונה סידור... בקיצור אן עכטע ערליכע בחור...
קיין סאך זיץ-פלייש האב איך נישט געהאט אין קיין געדולד אויסצוהערן דו שעורים אויך נישט... פלעג איך סתם שלאפן ביים שעור אדער קאטשקענען אויף א פאפיר...
איין מאל בין איך געוועהן אין אן התעוררות׳דיגן גיסטע האב איך מיר שטילערהייט געזעצען ביים שעור אין אריינגעבליקט אין א באר מים חיים׳ל

מיין מגיד שעור האט דאס באמערקט ס׳האט איהם נישט געשמעקט.. האט ער זיך גענומען מאכן שפאט פין מיר בפני כל עם ועדה... קיקטס רבותי אינז האבן דא איינעם פין די תלמידו בעל שם...

איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס האט איהם געבאדערט אז איך בליק אריין אין א חסודיש ספר אנשטאטס קאטשקענען אויף פאפירן...

אבער עני וועי... זייט דעמאלס האב איך נישט מער געפענט א חסודיש ספר...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2015 12:28 pm

· #278479
איך האב אמאל גערעדט מיט אן אדם גדול וועגען דער גאנצע ענין. ער האט מיר געזאגט "ווען די מנהלים מיינען לש"ש, וואלט געווען שייך צו רעדען וועגען תקנות. אבער היינט אז ס'איז נישט דא אזא הו"א, און די תקנות זענען לויט זייער ווילען לויט זייער נגיעות, וואס איז דא צו רעדען?"
האב איך איהם געפרעגט "אבער ווי וואלט געווען ווען איינער וויל פיהרען לש"ש? האט ער א רעכט צו מאכען א תקנה? מ'מוז דאך מחנך זיין יעדער קינד אין שטאט, ווי קען מען אפזאגען א חיוב ווייל מ'האט א טעלעוויזשען אין שטוב צו מ'היט נישט גאנץ תורה (אפילו אפענער חיובים, נישט עניינים והידורים אדער הנהגה'לעך)?"
האט ער גע'ענטפערט "דער מוסד דארף נעמען יעדער איינער אריין, ווייל זיי און נאר זיי קענען. איך האב נישט קיין חדר, און נישט די כוחות צו מאכען א חדר, ממילא בין איך נישט מחוייב צו מאכען א חדר פאר די קינדער. די חדר וואס מ'האט פארלאזט זי אויף א שותפות מיט'ן עלטערען. צוזאמען קענען זיי מחנך זיין. טאמער די עלטערען זענען נישט דא, מ'קען נישט ארבעטען מיט זיי ווייל זיי הייבען נישט אן צו פארשטייען וואז מ'רעדט, און ס'איז נישט דא קיין אייניגע שפראך, וואלט געווען א סברא אז דער מוסד איז פטור".

הנוגע לעניינינו, ווען געוויסע קינדער אין וומסב"ג קענען נישט קיין אידיש, קען מען נישט צווינגען די מוסדות צו טוהן עפעס פאר זיי מער ווי מ'קען צווינגען סיי ועלכע יחיד צו טוהן עפעס פאר זיי. די מוסדות קענען גארנישט טוהן. אבער דער חינוך פון א קינד האט גארנישט מיט זיין מאמע'ס זיך אפגאלען, און אויך נישט מיט וויפיל שטיקלעך איז דער קינד'ס קאפעל געמאכט און אויך נישט צו דער רעבע איז דער צדיק הדור צו גאר אן אנדערען. דאס איז אלס זייטיגע זאכען, און טאמער א חדר מאכט דאס פאר אן עיקר, איז נישט נאר מ'דארף נישט ארייננעמען נאך קינדער צו ווערען מאלעסטירט דארט, נאר מ'דארף ראטעווען די קינדער וואס זענען דארט משאול תחתית!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2015 12:55 pm

· #278483
כאפצעם
הקטן
איך זעה נישט קיין פראבלעם היינט צוטאגס צו שפילן באל.
ניטאמאל א טפל שבטפל

איך קען נישט רעדן פאר דיין מנהל פארוואס דאס האט אים געשטערט

איך גלייב אבער אז א יעדער קען אליין אויספיגערן וואס אינזער כאפצעם האט אויסגעפיגערט, און קיינער געט נישט אויף פארדעם אידישקייט (אויב איז ער געווען א איד)


איך וועל דיר אביסעל מיטיילען מיין עקספיריענס אינם שמייליגען סיסטעם...

אין ישיבה קטנה בין איך געוועהן אן ערליכע חסודישע בחור.. געדאווענט מילה במילה יעדן טאג אין מיין תפילה בכונה סידור... בקיצור אן עכטע ערליכע בחור...
קיין סאך זיץ-פלייש האב איך נישט געהאט אין קיין געדולד אויסצוהערן דו שעורים אויך נישט... פלעג איך סתם שלאפן ביים שעור אדער קאטשקענען אויף א פאפיר...
איין מאל בין איך געוועהן אין אן התעוררות׳דיגן גיסטע האב איך מיר שטילערהייט געזעצען ביים שעור אין אריינגעבליקט אין א באר מים חיים׳ל

מיין מגיד שעור האט דאס באמערקט ס׳האט איהם נישט געשמעקט.. האט ער זיך גענומען מאכן שפאט פין מיר בפני כל עם ועדה... קיקטס רבותי אינז האבן דא איינעם פין די תלמידו בעל שם...

איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס האט איהם געבאדערט אז איך בליק אריין אין א חסודיש ספר אנשטאטס קאטשקענען אויף פאפירן...

אבער עני וועי... זייט דעמאלס האב איך נישט מער געפענט א גמרא אדער א חסודיש ספר...


דו לאזט'ס צו דער מגי"ש פיהרען דיין גאניץ לעבען? לאז זיחך אפ פון איהם און טו וואס איז גוט פאר דיר. אז דו קוקס'ט נישט אין קיין ספר א גאנץ לעבען וועגען זיין שלעכ'ץ, הייסט'ס ער האט געוואונען. לאז איהם נישט.

כאפצעם » מיטוואך מאי 27, 2015 1:11 pm

· #278486
Re: מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
איך פארצייל נאר פאקטן

moshav zekeinim » מיטוואך מאי 27, 2015 5:35 pm

· #278569
די טעיסט און וויליגקייט פון לערנען און דאווענען און בכלל פון וועלן דינען געטריי די עיקר ערכים יהדות, דעוועלעפט מען דורך די עלטערן און די מחנכים, און אז איינע פון די קריטיקירן סיי וועלעכע חשק אינעם טריישאפט צו וואס זיי האבן אים ערצויגן, אפילו ער טוט עס נישט אויפן ריכטיגן פארמאט, איז עס א מעין דעמידזש. ספעציעל ווען די קריטיק איז קלאר אומוויכטיג. און אפילו עס איז עס איז גאר וויכטיג דארף עס ווערן געזאגט אויף אן אופן אז עס זאל נישט פוגם זיין אינעם עמוד התוך פון זיין טריישאפט צי זייערע עיקרים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2015 5:42 pm

· #278571
דער פסיכאלאגי"ע קען איך אויך פארשטייען. אבער ווען איינער קומט האקען אויפ'ן סיסטעם צו די מלמדים צו וואס, אבער ער איז גרייט צו לאזען זיין אידישקייט אין זייער הענט, נישט טוהן העכער ווי זייער השפעות לאזען, איז דאס א שיטה וואס איז זיך סותר. אדער לאז זיי פיהרען, אדער פיהר זיך אליינס, אבער נישט די קולות ב"ש וקולות ב"ה.

הקטן » מיטוואך מאי 27, 2015 6:59 pm

· #278594
דער פסיכאלאגי"ע איז די פסיכאלאגי"ע פון א לאזער, לאו דווקא ווען עס קימט צי אידישקייט, היא הדין במילי דעלמא.
איך זאג נישט אז ס'איז אייביג גרינג איבער ציקימען דאס וואס א קער-גיווער האט קאליע געמאכט אבער נעבעך א לאזער איז נאך אלץ א לאזער
בלאט: 1 2 3