נייעס פון סטאק מארקעט
279 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #536
נייעס פון סטאק מארקעט
אין דעם היינטיגן דינסטאג איז די DOW ארויף צו איבער 13,300 פינטעלעך, וואס איז צום ערשטן מאל אין 4 א האלב יאר, דהיינו זינט דעצעמבער 2007.
אין דעם היינטיגן טאג אליין האט שוין די DOW פארדינט ארום 0.85 פון א פראצענט, די S&P איבער א פראצענט, און די Nasdaq ארום א דריי פערטל פראצענט.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די הויפט נייעס וואס האלט די מארקעטס ארויף היינט איז די ISM רעפארט, דאס איז א אינדעקס וואס טוט מעסטען די פירמעס וואס מאניפעקטשערען, די נאמבער איז אריין געקומען ביי 54.8 ארויף פון די 53.4 פארגאענעם חודש טראץ דעם וואס רוב עקנאמיסטאן לויט א בלומבערג אויספרעג האבען גאר געהאלטען אז עס גייט פאלען צו 53. דאז איז דער גרעסטער שפרינג אויף ארויף זייט פארגאנגענעם JUNE.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די ADP פירמע וואס איז די גרעסטע פעיראל פירמע אין אמעריקא, האט אפאר מינוט צוריק ארויס געגעבען זייער שאצונג פאר די דזשאב וואקוס אינעם פארלאפענען חודש, לויט זיי האט די עקענאמיע צו געזעהן בלויז 119,000 דזשאבס, רוב עקענאמיסטען האבען געהאלטען אז עס וועט אריין קומען ביי 175,000, די ענדגילטיגע ציפער דארף ארויס געגעבן ווערן דורך די לעיבאר דעפערטמאנט אום פרייטאג, אויב וועט זיך ארויס שטעלן די שאצונג צו זיין ריכטיג וועט עס לכאורה האבען א נעגאטיווע אויסגאנג אויפען סטאק מארקעט, אזוי וואו עס איז געווען פארגאנגענעם חודש ווען די ציפער איז אריינגעקומען ביי 120,000, נאכדעם וואס די לעצטע פאר חדשים איז עס געווען ביי איבער 200,000.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געצילדי ADP פירמע וואס איז די גרעסטע פעיראל פירמע אין אמעריקא, האט אפאר מינוט צוריק ארויס געגעבען זייער שאצונג פאר די דזשאב וואקוס אינעם פארלאפענען חודש, לויט זיי האט די עקענאמיע צו געזעהן בלויז 119,000 דזשאבס, רוב עקענאמיסטען האבען געהאלטען אז עס וועט אריין קומען ביי 175,000, די ענדגילטיגע ציפער דארף ארויס געגעבן ווערן דורך די לעיבאר דעפערטמאנט אום פרייטאג, אויב וועט זיך ארויס שטעלן די שאצונג צו זיין ריכטיג וועט עס לכאורה האבען א נעגאטיווע אויסגאנג אויפען סטאק מארקעט, אזוי וואו עס איז געווען פארגאנגענעם חודש ווען די ציפער איז אריינגעקומען ביי 120,000, נאכדעם וואס די לעצטע פאר חדשים איז עס געווען ביי איבער 200,000.
ס'זעהט זיך שוין יעצט אן א שוואכקייט אינעם מארקעט.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די פעדעראלע רעגיגונג האט באריכטעט אז די צאל ארבעטסלאזע אפלעקאציעס פאר בענעפיטען איז געפאלען 365,000 פון די וואך בעפאר, אבער גלייכצייטיג איז די ציפערן פון פארגאנגענע וואך ארויף גערוקט געווארן פון 388,00 צו 392,000, די פיר וואכענדיגע דורכשניט איז ארויף גערוקט געווארן צו383,500 .
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די לעיבאר דעפארטמענט האט נארוואס ארויס געגעבן די דזשאבס ריפארט, דער באריכט שרייבט אז די עקענאמיע האט פארן חודש פון אפריל צוגעזעהן בלויז 115,000 דזשאבס, דאס איז מיט 4,000 ווייניגער וואו די 119,000 וואס עי. די. פי. האט געהאט פאראויס געשאצט און פיהל ווייניגער פון די 175,000 וואס רוב עקענאמיסטען האבען פאראויסגעשאצט, די ציפערן פון מערץ זענען ארויפגערוקט געווארן פון 120,000 צו 154,000 וואס דאס איז פיהל ווייניגער פון די 200,000 וואס עי. די. פי. האט געשאצט.
גלייכצייטיק האט די לעיבאר דעפארטמענט אראפגערוקט די ארבעטסלאזע ראטע פון 8.2% צו 8.1% אבער דאס קומט צוליב דעם וואס 342,000 האבען זיך ארויסגעצויגען פונעם ארבעטס קראפט, ממילא ווערן זיי נישט גערעכנט אין די ארבעטסלאזע קאטעגאריע וואס רעכנט נאר אריין די וואס זוכען ארבעט.
עס איז ערווארטעט אז די מארקעטס וועלן רעאגירען נעגאטיוו צו די פרישע באריכטען אזוי וואו עס זעהט זיך שוין אהן אין די פיאטשערס וואס זענען אין רויטע טערעטאריע.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די מארקעטס האבען זיך געפענט מיט די DOW אראפ איבער פיפציג פונקטען, איין פאזעטיווע זאך וואס איז ארויס געקומען איז אז א פעסעל אויל האלט ביי אונטער $101 טראצדעם וואס אינמיטען די וואך איז עס שוין אנגעקומען צו כמעט $107.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אויל איז דראמאטיש געפאלען אין האלט יעצט ביי $99.52 וואס איז א טראסק פון 2.95%, דערווייל איז דער DOW נידריגער מיט 113 פונקטען, די איינציגסטע מארקעט וואס איז ארויף היינט איז די די גאלד וואס איז העכער מיט איבער א האלבע פראצענט.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געצילדי איינציגסטע מארקעט וואס איז ארויף היינט איז די די גאלד וואס איז העכער מיט איבער א האלבע פראצענט.
זילבער אויך... (גוטע נייעס פאר די וואס פלאנען איינצוקעשן די אלטע גאלד און זילבער)
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פילטס נישט אהן די טאנק, אויל האלט יעצט ביי $97.90 א טראסק פון איבער 4.5%, די DOW איז יעצט נידריגער מיט 159 פונקטען אלעס צוליבן דזשאבס ריפארט.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
די דאו האט זיך געשלאסן היינטיגען טאג מיטען פארלירען 168.32 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 1.27% און עס שטייט יעצט ביי 13,038.27, די עס. ענד פי. האט פארלוירען 22.47 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 1.61% און שטייט ביי 1,369.96, די נעסדעק האט פארלוירען 67.96 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 2.25% און שטייט ביי 2,956.34. אויל איז שטארק געפאלן און האט זיך געשלאסן ביי $98.54 וואס דאס איז א פארלוסט פון 3.90% אינמיטען טאג איז אויל געווען כמעט א דאלער נידריגער.
(איינער איז נייגעריק???)
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געציל זייט ממשיך אויך ווייטער, מיר הערן אייך אויס.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
משה געציל, איך לייג אויך צו מיין שטימע צו יאנקל'ס און שמואל'ס.
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פאלגענד איז א קורצע איבערזיכט פון די מארקעטס פארגאנגענעם וואך, מאנטאג איז די מארקעטס געווען ארויף צוליב די בעסער וואו ערווארטעטע באריכט פון די איי. עם. עס. וואס טוט אנדייטען אז די מאנעפעקצירינג טייל פון די עקענאמיע איז געשטיגען בעסער וואו עקאנמיסטן האבען פאראויס געשאצט, דינסטאג און מיטוואך זענען די מארקעטס געווען און נעגעאטיווע טערעטאריע צוליב שפוקלאציעס אז די דזשאבס ריפארט פון פרייטאג גייט זיין אנטוישנד, פרייטאג זענען די מארקעטס געווען שטארק נידריג צוליב די דזשאבס ריפארט וואס איז געווען נאך שוואכער וואו ערווארטעט.
פארען וואך האט די דאו פארלוירען 190.04 פונקטען וואס דאס איז א פארלוסט פון 1.44%, די עס. ענד פי. האט פארלוירען 34.26 פונקטען וואס איז א פארלוסט פון 2.44%, די נעסדעק האט פארלוירען 112.86 פונקטען וואס איז א פארלוסט פון 3.68%, די עס. ענד פי. האט געהאט די שווערסטע וואך אינעם יאר.
איין פאזעטיווע אנטוויקלונג איז דער פאקט אז אויל האט זיך געשלאסן אינטער $98 וואס אויב עס זאל אנהאלטען א וואך צוויי אינטער $100 איז צו ערווארטען ביליגערע גאזאלין פרייזען.
וו אזוי ארבעט סטאקס?
אפשר מאכט מען אן אשכול וואס לערנט אויס וועגן סטאקס.
דא רעדט מען פון נאמבערס וכו'
קודם ברויך מען קענען די א-ב
שאלה גדולה שאלת, איך וועל פרובירען מסביר צו זיין אויפען שפיץ גאפעל וואו אזוי די מארקעטס ארבעטען.
דער סטאק מארקעט איז צוטיילט און צוויי הויפט חלקים, איינס איז די אינדאוודיאלע סטאקס פון א יעדע פאבליק פירמע, און דער צווייטער חלק איז די אינדעקסיס וואס נעמען אין זיך אריין מערערע סטאקס.
ווען א פירמע גייט פאבליק (וואס דאס אליינטס איז א גאנצע לאנגע שמועס ווי אזוי דאס ארבעט) פאנגט זי אהן איר מארקעט מיטן פארקויפן כך וכך שערס פאר כך וכך געלט, למשל אויב די פירמע ווערט געשאצט צו זיין ווערד צוואנציג ביליאן דאללער, וועט די פירמע פארקויפען שעירס אין די סכום פון צוואנציג ביליאן דאללער, עס קען געטוהן ווערען דורך צוטיילען די שעירס און צוואנציג ביליאן שעירס וואס אזוי ארום וועט אויסקומען אז א שעיר וועט קאסטען א דאללער, אדער קען זי לדוגמא צוטיילען די שעירס נאר אין צוויי ביליאן חלקים אזוי ארום וועט א שעיר קאסטען צען דאללער. פון דא און ווייטער וווערט אלעס געטרובען פון שפעקעלאציעס פון אינוועסטירער, און פון די פירמעס איינקופטען, למשל אויב די אינוועסטירער האלטען אז די פירמע איז נישט ווערט קיין צוואנציג ביליאן דאללער, קומט אויס אז א שעיר איז נישט ווערט קיין פון צען דאללער, קען די פרייז פאלען צו ניין דאללער און די שעיר האללדערס וועלן פרובירען צו פארקויפען פאר ניין דאללער כדאי נשט צודערלייגען מער פון דעם, אויב למעשה ווען עס קומט די ענדע פונעם קווארטעל (א קווארטעל באשטייט פון דריי חדשים) וואס דעמאלטס דארפן די פירמעס וואס זענען פאבליק ארויסגעבען זייערע באריכטען וויפיל זיי האבען פארדינט אדער דערלייגט אין דעם פארלאפענע קווארטעל, איז אויב די פירמע געט ארויס בעסער וואו ערווארטעטע באריכטען קען די זעלבע שעיר וואס איז נאר ווערט געווען ניין דאללער ארויפשפרינגען אסאך העכער.
דערנאך זענען דא די דריי גרויסע אינדעקסין וואס נעמען אין זיך אריין מערערע פירמעס אויף איינמאל, לדוגמא דער דאו נעמט אין זיך אריין די דרייסיג גרעסטע פאבליק פירמעס אין אמעריקא א שטייגער וואו, באוינג, סיטי בענק, וכדומה, דער דאו רעכנט צוזאם אלע סטאקס פון די פירמעס וואס זענען א חלק פון איר אין ווייזט די עוורידזש וויפיל די מארקעטס האבען אויפגעטוהן אדער דערלייגט.
עס קען אויס קומען אז אין די זעלבע צייט וואס די דאו איז נידריגער זענען אבער דא געוויסע פירמעס וואס זענען א טייל פונעם דאו וואס זענען העכער. און אנדערע פעלער קען זיך מאכען א סוטאציע וואס געוויסע סטאקס זאלען שטארק פאלען צוליב דעם וואס אינוועסטירער זענען באזארגט פון די ספעציפעשע פירמעס, און אנדערע אינוועסטירער וועלען געבען א קוק אויפען אינדעקס און זיי וועלען זעהן אז עס איז נעגאטיוו וועלען זיי שנעל פארקויפען אלע זייערע שעירס, אזוי ארום וועלען די סטאקס פון די אנדערע פירמעס אויך פאלען און עס וועט אנפאנגען ציען א קייט רעאקציעס, אלעס צוליב דעם וואס די אינוועסטירער האבען מורא צו האלטען זייער געלט אין די סטאקס ממילא וועלען זיי עס פארקויפען ביליגער וואו די ריכטיגע מארקעט פרייז און אזוי ארום וועלען די פרייזען אנפאנגען שטארק צו פאלען.
דאס איז ממש בארירט די מארקעטס בקציר העומר, אפשר ביי א צווייטע געלעגענהייט וועלען מיר אביסעל מער צונעמען די זאך.
אין פארנקרייך זענען היינט פארגעקומען פרעזעדענטליכע וואלען וואו די סאציאליסטישע קאנידאט האללאנד האט געוואונען איבער דעם ביז יעצטיגען פרעזעדענט סארקאזי, אזוי אויך אין גריכלאנד האבען די לינקע פארטייען אנגעצויגען זייער שטארק אין די פארלאמענט וואלען, וואס דאס ווערט אנגענומען אלטס זייער שלעכטע נייעס ביי עקענאמיסטין צוילב דעם וואס זיי פארשווענדען צו סאך געלט, און אזוי ארום טרייבט דאס שפעקעלאציעס אז די עקענאמיע דארטען וועט גיין בארג אראפ, בפרט אין גיכלאנד וואס די דארטיגע רעגירונג איז אנגעוויזען אין גרויסע בעיל-אט געלטער כדאי נישט אריין צו גיין אין גענצליכען באנקראט, און די אי. יא. אנטזאגט זיך ארויס צוהעלפען נאר מיטען תנאי אז גריכלאנד וועט זיך איינצוען די פאסיק, אויף וואס די לינקע פארטייען ווילען בשום אופן נישט איינגיין, און וואו פארשטענדלעך באזארגט דאס זייער די אינוועסטירער, (ליין די פריערדיגע תגובה ווי אזוי שפעקעלאציעס האבען אן אפעקט אויף די מארקעטס), און עס דערקענט זיך שוין אויף די מארקעטס אין שאנכיי און אין יאפאן, וואס זענען נידריגער מיט ארום 2.5% יעדער איינער, און אויל פיאטשערס וואס איז פריער אנגעקומען אזוי נידריג וואו $95.34.
ווען דעסייט אן אינוועסטירער צו פארקויפן זיינע שעירס און מאכן זיינע רווחים ? ארבעט עס בכלל אזוי ? לאמיר זאגן זיין שעיר איז 10 דאללער ווערט געווען און יעצט איז עס 20 דאלל, ווילאנג ווארט ער ארויסצונעמען די רווחים ? איך פארשטיי צו סטאקס אזווי כ'פארשטיי צו ספעיס.
עס האט זייער אסאך סיבות פאלגענד זענען צוויי שטארקע, איינס איז ווען ער האט אריין געלייגט זיין געלד אנצוקומען צו א געוויסע ציל למשל ער זאל עס האבען ווען ער ריטייערט, אזא איינער וועט עס ארויס נעמען ווען ער דארף עס, אדער ווען ער וועט אנקומען צום באשטימטען סומע וואס ער האלט ער דארף, צווייטענס איז וואו אויבען ברייטער מסביר געווען ווען די שאצונג פון עקענאמיסטען איז שלעכט, וואס אויס מורא פון א קראך און דערלייגען די גאנצע געלד וועט ער ארויס יאגען מיטען געלד וואו שנעל מעגליך, אפילו דאס זאל מיינען אז ער זאל גארנישט האבען געמאכט עפעס רווחים און מעגליך גאר דערלייגען אביסעל פונעם קרן.
wow משה געציל, אזוי קורץ און שארף הערליך שיין ערקלערט "תורה שלימה על רגל אחת"! כמותך ירבו
LONDON—The euro fell sharply early Monday and stocks opened lower in Europe after weekend elections in France and Greece resulted in votes against austerity, raising questions about the euro zone's ability to solve its sovereign-debt problems.
די מארקעטס אין גריכלאנד זענען מיט איבער 7% נידריגער צו פארדאנקען די נעכטיגע וואלען, עס איז אינטערעסאנט צו זעהן וואס פאר א אפעקט עס וועט האבען אויף וואל סטריט.
די מארקעטס האבען זיך טאקע געפענט נעגעטיוו מיטען דאו פארלירינדיג 52 פונקטען, צוליב די וואלען אין אייראפע, אבער דאך האט זיך עס בארוהיגט פון די פיאטשערס וואס זענען געווען א סאך נידריגער. איין סטאק וואס האט שטארק פארלוירען היינט איז די סטאק פון עי. איי. דזשי. וואס האט פארלוירען איבער 7% צוליב דעם וואס די רעגורינג וואס האט געהאט א סאך שעירס אינעם קאמפעני א דאנק די בעיל-אוט האט ארויס געלייגט זייער א סאך אויפן מארקעט, ברענגענדיג צו דעם אז דער סופליי איז געווארען גרעסער וואו דער דעמענד.
די מארקעט גייט צו בעסערונג, אויב האלט עס אן וועט די דאו זיך ענדיגן מיט א + היינט. (די אנדערע צוויי אינדעקסן זענען שוין יעצט א +).
כרגע זענען אלע דריי אינדעקסן אויפן וועג ארויף (מיט א +).
דער דאו האט ענדע האנדעלס טאג זיך געשלאסען מיט 29 פונקטען נידריגער, די עס. ענד. פי. און די נעסדעק זענען געווען ממש פלאך זייענדיג העכער מיט איינס צוויי פונקטען, די יורא האט היינט זיך געשלאסען ביי 1.3032 קעגען דעם דאללער, אינמיטען טאג איז עס אנגעקומען צו 1.295 די שוואכסטע אין די לעצטע דריי חדשים, די הויפט אורזאך פארען שוואכען יורא איז די נעכטיגע וואלען אין פראנקרייך און אין גריכלאנד וואו די עקסטרעם לינקע האבען אנגעצויגען זייער שטארק, וואו אויך א באריכט פון סיטי בענק וואס שאצט פאר אז עס איז דא א 75% שאנס אז גריכלאנד וועט ארויס פאלען פון די יורא וואס וועט פארשטייט זיך ברענגען גרויס כאאס אין די גאנצע אי. יא. זאנע.
די מארקעט איז טיף אין די אדמה היינט, מסתמא וועט משה געציל באלד מסביר זיין בטוב טעם ודעת די אורזאך.
די הויפט סיבות וואס טרייבען היינט די סטאקס נעגאטיוו איז די סוטאציע אין גריכלאנד וואו עס קוקט נישט אויס נאך די זונטאגדיגע וואלען עס זאל זיך פארמירען א געהעריגע פארלעמענט, וואס אויב די מצב דארטן איז נישט גענוג שלעכט ביז אהער לייגט דאס נאך צו צו די אומסטאבעלעטיט פון זייער גאנצע עקענאמיע, און אטאמאטיש טרייבט דאס אריין די גאנצע אי. יא. זאנע אין א נעגאטיווע בליק.
נאך נעגאטיווע נייעס איז א רייע ערנינג באריכטען פון גרויסע פירמעס וואס זענען אריין געקומען היבש שוואכער וואו דאס וואס עקענאמיסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט א שטייגער וואו די רעסטעראנט ריז מיק דאנעלד וואס זייער ריפארט האט היבש דערשראקען אינוועסטירער וואו מען זעט אויף זייער סטאקס וואס איז מיט 1.2% נידריגער, נאך א שטארקע פארלירער היינט איז די פירמע מיטען נאמען Electronic Arts Inc , וואס איז די צווייט גרעסטע פראדעצירער פון ווידיאו געימס, זייער סטאקס זענען נידריגער מיט ארום 5.2%, אויך צוליב די שוואכער וואו ערווארטעטע ערנינגס ריפארט.
א גאר שיינע דאנק משה געציל!
די וואונדער איז נאר פארוואס גאלד פאלט, געווענדליך ווען די מארקעט טראסקעט הייבט זיך די גאלד און זילבער פרייזן, ווייל דארט פילן זיך מענטשן מער פארזיכערט מיט די אינוועסטמענטס, איך ווארט צו הערן א שיינע הסבר פון ידידינו משה געציל.
איך בין נישט קלאר די פינקטליכע אורזאך, מיין השערה איז וויבאלד די יורא איז שטארק געפאלען, אטמאטיש איז די דאללער א סאך שטערקער, און ווען דער דאללער איז שטארק קען עס אראפ טרייבען די פרייזען פון קאמאדעטיס אינטערנאציענאל, צוליב דעם וואס אויסלענדישע אינוועסטירער פארקויפען ביליגער פארען דאללער, וויבאלד אין זייער וואלוטע קענען זיי פארדינען די זעלבע ווייל זיי באקומען דאך מער אויף א יעדען דאללער.
זייער אינפארמאטיוו יישר כח משה
די גוטע נייעס פון די אלע זאכן איז אז געז טראסקעט
היינט נאכען קלאזינג בעל, האט דיזני לענד וואס ווערט פארעכענט צו זיין די וועלטס גרעסטע פילם און אינטערטימענט פראדעצירער, ארויס געגעבען איר איינקופטען באריכט, וואס ווייזט אז אירע איינקופטען זענען געשטיגען מיט 21%, דאס איז פיל העכער וואו דאס וואס אנאליסטען האבען געהאט פאראויס געשאצט, עס איז אינטערעסאנט צו זעהן וואס פאר א אפעקט עס וועט האבען אויף וואל סטריט מארגען, נאכדעם וואס א סאך אינוועסטירער האבען זיך זייער קאנצעטריט אויף דעם ריפארט.
דערווייל זעהט נישט אויס ווי ס'זאל האבן אן עפעקט לטובה.
גריכלאנד... גריכלאנד... גריכלאנד... עס קריכט שוין טאקע פון די נאז, אבער דאס איז נאכאלטס דעם הויפט פאקטאר פארוואס די דאו איז שוין צום זעקסטען טאג אין א צו אין נעגאטיווע טערעטאריע, למעשה האט זיך עס היבש צוריק געכאפט פון אנפאנג האנדעלס טאג צוליב דעם וואס עס איז מיט בערך א האלבע שעה צוריק איז ארויס געקומען א באריכט פון די אי. יא. אז זיי פלאנען ווייטער צו געבען די נוטיגע פאנדען וואס פעלט זיך אויס פאר גריכלאנד צו באצאלען אירע חובות, ברענגענדיג צו דעם אז דער דאו וואס איז געווען נידריגער אינמיטען טאג מיט איבער 150 פונקטען האט צוריק פארדינט טייל פון די פארלוסטען און שטייט יעצט נידריגער מיט ארום 60 פונקטען.
א צווייטער גרויסער שפילער היינט איז געווען שפאניע וואס אירע אינדעקסען זענען געפאלען מיט ארום 6% אויס זארג אז זיי שטייען אויס א נאצינאלע בענק קריזיס וואו עטליכע גרויסע בענק וועלען גיין געבראכען.
איין אינטערעסאנטע סטאק היינט איז געווען די סטאק פון די ריזען קליידער פירמע מעסיס, טראץ דעם וואס די פירמע האט ארויס געגבען בעסער וואו ערווארטעטע ערנינגס ריפארט, דאך איז עס געווען מיט איבער 4% נידריגער אלטס צוליב דעם וואס אין די באריכט איז אויך געשטאנען אז די פירמע האט גענידערט די ערווארטונגען אויף די איינקופטען פינעם גאנצען יאר.
קוקט אויס אז ס'וועט זיין א גוטע טאג היינט אויפן מארקעט.
מיר ווארטן אויף א אויספירליכע באריכט פון משה געציל.
היינט אינדערפרי איז ארויס געקומען די נייעס אז די גריכישע האבען באוויזען צו פארמירען א פארמאלען פארלמענט, דאס ווערט אויסגעטייטשט דורך אנאליסטן אלטס גוטע נייעס, פארשטארקענדיג די האפענונגען אז די גריכיען וועלען פארבלייבען אינעם אי. יא.
אין אנדערע צופרידן שטעלענדע נייעס, באריכטעט די לעיבאר דעפארטמענט, אז די וועכענטליכע צאל אפלאקאציעס פאר ארבעטסלאזע בענעפיטען איז געווען ביי 367,000 וואס דאס בארוהיגט אינוועסטירער נאכדעם וואס ביז פאריגע וואך האט אויסגעקוקט אז די ציפערן ריקען זיך נענטער צו 400,000, וואס א נאמבער העכער 400,000 ווערט פארעכענט שלעכט.
אין נישט אזעלעכע געשמאקע נייעס, איז די האנדעלס דעפעציט באריכט וואס איז ארויסגעגעבען געווארען היינט אינדערפרי, דער באריכט צייגט אז די אימפארטינג איז געווען מיט 14.5% מער וואו עקספארטינג אינעם פארלאפענעם קווארטעל , כדאי די GDP זאל וואקסען וואו עס ברויך פעלט זיך אויס אז די עקספארטינג זאל זיין נענטער צו אימפארטינג און אפילו שטערקער, אפשר שפעטער אויב איך וועל האבען אביסעל צייט, וועל איך פרובירען אביסעל מסביר צו זיין ווי אזוי דאס ארבעט.
פון די מארקעטס וואס האבען זיך נארוואס געפענט קוקט אויס אז די אינוועסטירער זענען צופרידען מיט די גוטע נייעסען היינט, וואו די דאו שטייט מיט 42 פונקטען העכער.
היינט איז א געמישטע טאג אויפן מארקעט... אלע דריי אינדעקסן האבן זיך אנגעהויבן מיטן פיטום אראפ, דערנאך ארויף מיט א שיינע פאר פונקטן, יעצט צוריק אויפן וועג אראפ, און מסתמא וועט באלד זיין צוריק ארויף, וכן חוזר חלילה...
צום סוף האט די דאו און די עס ענד פי זיך געשלאסן מיט פארלוסטן, בלויז די נעסדעק האט זיך געשלאסן מיט א קליינע פארדינסט פון 0.01 פראצענט.
היינט איז זייער א שלעכטע טאג אין וואל סטריט... אלע דריי אינדעקסן זענען כרגע מיט בערך 1 פראצענט נידריג.
גוטע נייעס איז אז אויל האלט ביי 93 מיט טשעינדזש א פעסל.
איך מיין אז היינט זענען די מארקעטס דאון פשוט ווייל ר' געציל האט אויפגעהערט אפדעיטען.
גאנץ גוט היינט (עכ"פ דערווייל).
[מסתמא ווייל מ'שאצט אז משה געציל וועט היינט יא אפדעיטן 😉 ].
אזוי ווי משה געציל האט למעשה נישט געאפדעיט, האט זיך עס געגעבן א דריי איבער לרעה... אלע דריי אינדעקסן האבן היינט פארלוירן.
היינטיגע טאג אויפען מארקעט איז געווען היבש אינטערעסאנט, אנגעפאנגען האט זיך די טאג מיט די מארקעטס אויף ארויף, צוליב דעם וואס אינוועסטירער האבען שוין פארדייט אביסעל די נייעס פון דזשעי. פי. מארגען און גריכלאנד, אבער למעשה האט עס געמאכט א שארפען דריי אויף צוריק, אבער היות איך האב נישט געשריבען די לעצטע פאר טעג לאמיר געבען א קורצען בליק אויף צוריק. (והנני בזה לגלות דעתי, אז איך גיי בכלל נישט זיין בייז אז א צווייטער שרייבט אויך דא).
פרייטאג אינדערפרי האט דזשעי. פי. מארגען -וואס ווערט פארעכענט צו זיין די גרעסטע אינוועסטמענט באנק אין אמעריקא- ארויס געגעבען זייער באריכטען אויף די ערשטען קווארטאל, אין די באריכט איז אויך געשטאנען אז די פירמע האט דערלייגט צוויי ביליאן דאללער אויף א געוויסע וועט, למעשה האבען די מארקעטס נישט געשפירט די שטארקע אפעקט פון די נייעס צוליב דעם וואס די קאנסומערס קאנפעדענץ ריפארט, -וואס רעכענט די קאנפעדענץ וואס קאנסומערס האבען- איז ארויס געקומען פרייטאג אינדערפרי פיל שטערקער ווי דאס וואס אנאליסטין האבען געהאט פאראויס געשאצט, די ציפער איז געווען ביי 77.7 די שטערקסטע צופער זייט אנפאנג 08', און ווי באקאנט זענען די קאנסאמערס פון די שטערקסטע קראפט טרייבערס פאר א געזונטע עקענאמיע, ממילא האבען די אינוועסטירער פארקוקט אויפען פאקט אז דזשעי. פי. מארגען האט דערלייגט צוויי ביליאן דאללער, דאס איז געווען די הויפט פאקטאר וואס האט אפגעהאלטען די מארקעטס פון פארלירען שווערע פראצענטען, טראץ דעם וואס די פינאנציעלע סטאקס, א שטייגער ווי, סיטי, בענק אף אמעריקא, זענען געווען שטארק נידריג איבערהויפט דזשעי. פי. מארגען וואס איז געווען ביי א געוויסע פונקט אזוי נידריג וואו 9%, מיט דעם אלעם האט די דאו דערלייגט נאר 34 פונקטען. למעשה נעכטען האבען די אינוועסטירער אנגעפאנגען זיין באזארגט פון די דזשעי. פי. מארגען באריכט איבערהויפט נאכדעם וואס די פירמע האט געמאלדען אז זיי זאגען אפ דריי הויפט עקזעקאטיווס, און דאס האט געטריבען די מארקעטס אויף אראפ און די דאו האט פארלוירען 125 פונקטען.
היינט אינדערפרי האבען די אינוועסטירער אביסעל פארדייט די נייעס, איבערהויפט האבען זיי געלייגט האפענונג אויף די קאנפרענץ אין גריכלאנד ווי עס האט אויסגעקוקט אז די גריכישע זענען גאר נאנט זיך צו פאראייניגען אויף א פרישע רעגירונג, ווי אויך האט מען באגריסט די נייעס אז די דייטשע עקענאמיע איז געוואקסען פיל שטערקער ווי דאס וואס מען האט געהאט גערעכענט, אפשוואכענדיג די מעגליכקייט אז די אי. יא. האלט בעפאר א פרישע רעסעסיע, למעשה האט זיך אלעס איבערגעדרייט און די לעצטע שעה צוויי פינעם האנדעלס טאג ווען די גריכישע פרעזעדענט האט געמאלדען אז ער פארריפט פרישע וואלען אויף יוני 10, וואס דאס האט פון פריש ארויף געברענגט די שפעקעלאציעס אז גריכלאנד גייט זיך גענצליך אפטיילען פון די יורא וואלאטע, וואס דאס קען אויך באוועגען אנדערע לענדער צו טוהן דאס זעלבע און ברענגען צו א טאטאלע צוזאמפאל פון די יורא, די נייעס האט זיך אנגעזעהן אויפען סטאקס ווי דער דאו האט גענדיגט דעם טאג מיט 63 פונקטען נידריגער, און בעיקר האט זיך עס דערקענט אויפען יורא וואס איז געפאלען צו 1.27 קעגען דעם דאללער, און אויך אויף אויל וואס האט זיך געשלאסען ביי 93.17.
מארגעידזש ראטע געפאלן צו פרישע רעקארד נידריגקייט, אלס רעזולטאט איז די מארקעט דאון.
די דאו האט שוין פארלוירן קרוב צו 1000 פוינטס די לעצטע צוויי וואכן.
די מארקעט כאפט זיך היינט אביסל צוריק נאך צוויי וואכן פון שווערע פארלוסטן.
און היינט איז עס גאר שלעכט.