☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס פון סטאק מארקעט

נייעס פון סטאק מארקעט

279 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #536
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 5:42 pm

· #33858
צום סוף האבן זיך אלע דריי אינדעקסן געענדיגט אויף ארויף.

די דאו האט היינט פארדינט 0.32 פראצענט.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:10 pm

· #34606
שוואכע טאג היינט אויפן מארקעט

משה געציל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:24 pm

· #34661
דאס מאל פאר א טויש, זענען די מארקעטס שוואך צוליב אזיע און נישט צוליב אייראפע.

די יאפאנעזער רעגירונג האט היינט ארויסגעגעבן די וואוקס ציפערן פון זייער עקענאמיע פארן צווייטן קווארטאל, די באריכט צייגט אז זייער עקענאמיע איז געוואקסן צו א יערליכע ראטע פון בלויז %1.4,דאס איז היבש נידריגער פון די %2.3 וואוקס וואס עקנאמיסטן אין אלגעמיין האבן געהאט פאראויסגעשאצט, און לאמיר נישט פארגעסן א וואוקס פון %2.3 איז אויך נישט אזוי געשמאק, בפרט ווען די רעדע איז פון די וועלטס דריטע גרעסטע עקענאמיע נאך אמעריקא און כינע.

ווי אויך האט בענק אויף אמעריקא היינט ארויס געגעבן זייער שאצונג וואס שאצט פאר אז כינעס עקענאמיע וועט פארן יאר האבן געוואקסן בלויז %7.7 אראפ פון די %8 וואוקס וואס זיי האבן געהאט פאראויס געשאצט אנפאנג יאר.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:49 pm

· #36358
די דאו האט היינט פארדינט 0.65% זיך שליסענדיג ביי 13,250.11

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:50 pm

· #36640
אלע דריי אינדעקסן זענען יעצט כרגע אויף ארויף.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:54 pm

· #39057
שמואל הלוי
שוואכע טאג היינט אויפן מארקעט

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:32 pm

· #40270
עפעס האב איך געהערט היינט האלבע ווערטער אז סעמסאנג סטאקס זענען שטארק געפאלען, ארום 7%, און עפל סטאקס האבן זיך געהויבן, פילייכט א ריזאלט פונעם דזשורי רולינג לטובת קופערטינו.

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:49 pm

· #40997
די מארקעטס זענען לייכט העכער היינט מיטן דאו פארדינענדיג ארום 30 פונקטן. די מארקעטס האבן זיך געפענט אין נעגעטיווע טערעטאריע, אבער האט שפעטער געטוישט ריכטונג נאך דעם וואס די רעגירונג האט ארויס געגעבן איבערגעמאכטע ציפערן וואס צייגט אז די דזשי. די. פי. אינעם צווייטן קווארטאל איז געוואקסן אויף א יערליכע ראטע פון %1.7, ארויף פון די %1.5 וואס עס איז געווען באריכטעט ארגינעל. הגם א וואוקס פון %1.7 איז גאר שוואך אפילו אין א געזונטע עקענאמיע, כ״ש ווען מען ערהוילט זיך פון א רעסעסיע, דאך האבן די אינוועסטירער זיך ארויף געכאפט אויף דעם אזוי ארום געהאלפן איבער דרייען די מארקעטס.
אויל איז נידריגער מיט ארום 75 צענט, דאס קומט נאך דעם וואס עס האט זיך ארויס געשטעלט אז האריקעין אייזיק איז נישט אזוי געפארפול ווי מען האט מורא געהאט, וואס דאס האט געהאט ארויף געטריבן די אויל פרייזן די לעצטע פאר טאג אלטס זארג אז די רעפיינערס וועלן געשעדיגט ווערן.

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 1:46 pm

· #43103
די מארקעטס זענען נידריגער היינט מיטן דאו נידריגער איבער אכציג פונקטן ביי 13,008, עטוואס העכער פון פריער אינעם טאג ווען עס איז געווען אינטער 13,000.

די הויפט אורזאך פונעם טראסק היינט איז צוליב די באריכט פון די אינסטעטאט אף סאפליי מענעדזשמענט (באקאנט אלטס די ISM), וואס צייגט אז די מעניאפעקטשרינג סעקטע פון די עקענאמיע איז געפאלן אינעם פארלאפענעם חודש, שטעלענדיג די אינדעקס ציפער צו 49.6 ווי אויך איז די ציפער פון די חודש בעפאר איבער געמאכט געווארן אויף אראפ -פון 50 ארגינעל באריכטעט- צו 49.8.

א ציפער העכער פופציג ווערט פארעכענט אלטס גוט, אונטער פופציג ווערט פארעכענט שוואך און קען אמאל זיין א שטארקע אנדייטונג אז די עקענאמיע גייט אריין אין א רעסעסיע, בפרט ווען עס קומט אריין מער ווי איין חודש נאכאנאנד אונטער פופציג.

די באריכט איז געווען א היבשער שאק, נאכדעם וואס א אויספרעג דורך בלומבערג האט געוויזן אז אין דורכשניט האבן די עקענאמיסטן געהאלטן אז די ציפער וועט שטייגן העכער פופציג.  

אין גוטע נייעס האבן די ריזן קאר פירמעס דזשי. עם. און קרייסלער היינט אינדערפרי באריכטעט גאר גוטע סעילס פארן פארלאפענעם חודש, מיט קרייסלערס סעילס שטייגענדיג מיט איבער דרייצן פראצענט, און דזשי. עם׳ס. סעילס שטייגענדיג צען פראצענט, טראץ דעם וואס אנאליסטן האבן געהאט פאראויסגעשאצט אז עס וועט וואקסן צו בלויז דריי פראצענט.

 

שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:27 pm

· #43953
היינט איז גאר א גוטער טאג אויפן מארקעט, אלע דריי אינדעקסן זענען מיט ארום צוויי פראצענט העכער.

די דאו שטייט יעצט ביי 13,280.

ברוין » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:00 pm

· #44044
גוטע נייעס פאר אבאמא היינט אנצופאנגן זיין ספיעטטש

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:04 am

· #45423
די דאו האלט יעצט ביי 13,342.49, צום ערשטן מאל זייט נאוועמבער 2007, דאס הייסט אין קרוב צו 5 יאר.

שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:46 pm

· #46452
היינט איז געווען נאך א גאר גוטע טאג אויפן סטאק מארקעט ביי אלע דריי אינדעקסן.

די דאו האט זיך געשלאסן ביי 13,539.86.

משה געציל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:32 pm

· #54914
די מארקעטס האבן היינט גאר שטארק פארלוירן, הויפטזעכטליך דער דאו וואס האט פארלוירן 243 פונקטן וואס קומט אויס א רעדוקציע פון %1.82. די גרעסטע פארלוסט זינט אנפאנג יולי.

די הויפט פאקטאר וואס האט היינט געדרייט די מארקעטס מיטן פיטעם אראפ איז די איינקונפנט באריכטן וואס קומען ארויס אין די טעג פארן פארלאפענעם קווארטאל, וואס צייגט אז רוב פירמעס זענען אריינגעקומען פיל שוואכער ווי דאס וואס אנאליסטען האבן געהאט פאראויס געשאצט. אויב איז דאס נישט גענוג געווען האבן אסאך פירמעס אראפגערוקט די ערווארטונגען פאר די קומענדע קווארטאל, ברענגענדיג פרישע זארג ביי אינוועסטירער אז די עקענאמיע זאל זיך נישט פון פריש אריינגליטשן אין א רעסעסיע.

איין פאזטיווע נייעס איז געווען היינט ווען א פעסל אויל איז אינמיטן טאג אנגעקומען אזוי נידריג ווי $86, דאס איז אויך געקומען אין א קייט רעאקציע פון די שוואכע איינקונפטן, ווייל אז ביזנעס איז שוואך איז ווי פארשטענדליך די געברויך און באניץ פון אויל פיל שוואכער.

אויף די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט נאך א רייע באריכטן, די הויפט נייעס וואס מען ערווארטעט אבער איז די באריכט וואס דארף ארויסקומען פרייטאג אינדערפרי דורך די פעדעראלע רעגירונג איבער די וואוקס (אדער ווער ווייסט גאר די פארלוסט) ראטע פון דזשי. די. פי. פאר די פארלאפענע דריי חדשים.

gehlungen » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:40 am

· #54931
שמואל הלוי
שוואכע טאג היינט אויפן מארקעט

I think Facebook went up. !

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:31 pm

· #63012
משה געציל, א אפדעיט פליז.

משה געציל » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:57 pm

· #63024
ווען איך וועל האבן צייט און געדולד...

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:27 pm

· #63181
משה געציל
ווען איך וועל האבן צייט און געדולד...


איך האף אז עס וועט זיין בעסערע נייעס ביז דעמאלס...

שמואל הלוי » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:47 am

· #82074
דאו האלט ביי 13,811.62

שוין נישט קיין סאך אריבערצושפרייזן די 14,000 מארק, און פון דארטן נאך אביסעלע ביזן פריערדיגן רעקארד וואס איז געשאפן געווארן אקטובר 9 2007, ביי 14,164.53.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:50 am

· #82076
AAPL 4.60

Ouch.

שמואל הלוי » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:15 am

· #82090
לעמאן דזשוס
AAPL 4.60

Ouch.

פרייז פון עפל פאלט לכבוד חמשה עשר.

boxcover » מאנטאג פעברואר 4, 2013 12:33 pm

· #84484

שמואל הלוי » דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:13 pm

· #86323
דאו איז אצינד העכער 14.000 פינטעלעך

אלס ווייסער » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 9:58 pm

· #183885
א גוטע וואך, גוגל איז פרייטיג אריבער געגאנגען דעם "1200" מארק שליסנדיג זיך ביי 1202.80 מיט א מארקעט ווערד פון 403.9 ביליאן דאלאר,
עפל האט זיך געשלאסן ביי 543.99 מיט א מארקעט ווערד פון 485 ביליאן דאלאר,

צו זעהן דעם מצב מיט גוגל ווס. עפל דארף מען צוריק גיין און זעהן וויפיל ביידענס ווערט זענען געשטיגן אינעם לעצטן יאר:

גוגלס סטאק האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 787.22, ד.מ. עס איז געשטיגן מיט איבער 415 פוינטס אין איין יאר,
עפלס סטאק האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 455.08 ד.מ. עס איז געשטיגן מיט אונטער 90 פוינטס אינעם לעצטן יאר.

אינעם מארקעט ווערד איז:
גוגלס מארקעט ווערד האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 259.72 ביליאן דאלאר, ד.מ. עס איז געשטיגן מיט איבער 144 ביליאן דאלאר אין איין יאר,

עפלס מארקעט ווערד האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 438.16, ד.מ. עס איז געשטיגן מיט 47 ביליאן דאלאר אינעם לעצטן יאר,

בקיצור, אויב גייען זיי ביידע אויפן זעלבן רעיט אין די קומענדיגע האלבע יאר (און עס לייגט זיך אויפן שכל אז עפל וועט נישט אויפקומען מיט קיין גרויסע חידושים אין די קומענדיגע שטיק צייט משא״כ גוגל גייט לכאורה ארויסקומען מיט עטליכע נייע זאכן ווי גוגל גלעזער און נאך) גייט גוגל איבער שטייען עפל ווערנדיג די פירמע מיט די גרעסטע מארקעט ווערט

Sent from my APPLE iPhone

petergrifin » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 10:02 pm

· #183889
און צו צילײגען זאלץ אויף די װאונדן ״Sent from my APPLE iPhone״.

אלס ווייסער » זונטאג פעברואר 16, 2014 12:10 am

· #183922
דאס איז געווען צו פראוון אז איך האב גארנישט קעגן עפל (אדער פארקערט...)

גנדי » זונטאג פעברואר 16, 2014 12:13 am

· #183923
לוינט זיך צו קויפן גוגל סטאקס?

דריידל » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:49 pm

· #225062
שוין צו שפעט. איך וואלט געזאגט אז יעצט האט עס א גרעסערע טשענס צו גיין אויף אראפ ווי ארויף. אבער ווי גייט די סלאגאן פון נ. י. לאטטא? העי, יא נעווער נא!

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:38 pm

· #321522
אינטערסאנטע אמתע meme אויף פעיסבוק
?Why is Bernie Madoff the only Wall Street criminal to face jail time
!Because he robbed the 1 percent not the 99%

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 10:25 pm

· #443473
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אוי איז דאס אמת!

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 10:31 pm

· #443474
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
שרעקעדיג.
די דאו האט פארלוירן כמעט דאס גאנצע פארדינסט פון די לעצטע יאר צייט.

📎 dow-jones-industrial-average-last-10-years-2020-02-27-macrotrends.jpg

החוקר » מאנטאג מערץ 9, 2020 10:10 am

· #443724
די סטאק מארקעט קראכט!
ווען די מארקעט האט זיך אויף געמאכט האבן זאכן אנגעהויבן פליען אויף אראפ. עד כדי כך, אז מען האט געדארפט אפשטעלן טרעידינג אויף 15 מינוט אז זאכן זאלן זיך אביסל בארוהיגן.

אין די ערשטע פאר מינוט האט די מארקעט געטראסקעט מיט איבער 1,800 פוינטס צו אונטער 24,000 וואס דאס איז א פארלוסט פון העכער 7 פראצענט. צו פארשטיין ווי סאך דאס איז, צוויי וואכן צוריק האט די מארקעט פארלוירן 1,190 פוינטס וואס איז די גרעסטע פארלוסט אין היסטאריע (פון פוינטס).

ביזדערווייל האט זיך עס עטוואס צוריק געכאפט, און עס האלט יעצט ביי בערך 24,200 וואס איז נאך אלס גאר אסאך פארלוירן. וועלמיר צו ווארטן און זען וויאזוי זאכן שפילן אויס דורכאויס דעם טאג.

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2020 2:14 pm

· #443730
ווען די מארקעט קראכט איז עס זייער שלעכט פאר די ״בעלי בתים״ פון אמעריקע. אבער ס׳געט א טשאנס פאר אנדערע מענטשען זיך ארויפצוכאפן אויפן וואגן פון דאסניי.

די פרעזידענט פון אמעריקע האט היינט געטוויט דאס:

!The Obama/Biden Administration is the most corrupt Administration in the history of our Country

הא הא הא...

ממש ווי א קליין קינד ווען זיין באבל קראכט...!

אלעס איז יענער שולדיג, ער איז דאך א מוראדיגער פירער וואס זאגט אז מענשטען מיט קורונוויירוס זאלן ווייטער גיין צו די ארבעט, און אלעס איז אבאמא, ביידען און די דעמאקראטן שולדיג און פארדעם טאקע האט ער ניטאמאל קיין פופציג פראצענט עפראוועל אין זיין לאנד ווייל ער איז די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל געהאט אפילו בעסער פון אברהם לינקלאן- אסאך בעסער!!! און קיין שום שאלה אז ביידען איז שולדיג אין די וויירוס...

יעדע מאל ווען עפעס גייט אים נישט זיין וועג חזרט ער נאכמאל איבער די זעלבע ליגענט אז אבאמא און ביידען זענען געוועהן די מערסטע קאראפטירט- בשעת אבאמא און ביידען זענען אין פאקט געוועהן די ווייניגסטע קאראפטירט און אין זיין אדמינסטראציע זענען די מערסטע מענטשען געגעאנגען זיצן פאר קאראפציע!

קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 9, 2020 2:53 pm

· #443731
שבת אחים
ווען די מארקעט קראכט איז עס זייער שלעכט פאר די ״בעלי בתים״ פון אמעריקע. אבער ס׳געט א טשאנס פאר אנדערע מענטשען זיך ארויפצוכאפן אויפן וואגן פון דאסניי.

די פרעזידענט פון אמעריקע האט היינט געטוויט דאס:

!The Obama/Biden Administration is the most corrupt Administration in the history of our Country

הא הא הא...

ממש ווי א קליין קינד ווען זיין באבל קראכט...!

אלעס איז יענער שולדיג, ער איז דאך א מוראדיגער פירער וואס זאגט אז מענשטען מיט קורונוויירוס זאלן ווייטער גיין צו די ארבעט, און אלעס איז אבאמא, ביידען און די דעמאקראטן שולדיג און פארדעם טאקע האט ער ניטאמאל קיין פופציג פראצענט עפראוועל אין זיין לאנד ווייל ער איז די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל געהאט אפילו בעסער פון אברהם לינקלאן- אסאך בעסער!!! און קיין שום שאלה אז ביידען איז שולדיג אין די וויירוס...

יעדע מאל ווען עפעס גייט אים נישט זיין וועג חזרט ער נאכמאל איבער די זעלבע ליגענט אז אבאמא און ביידען זענען געוועהן די מערסטע קאראפטירט- בשעת אבאמא און ביידען זענען אין פאקט געוועהן די ווייניגסטע קאראפטירט און אין זיין אדמינסטראציע זענען די מערסטע מענטשען געגעאנגען זיצן פאר קאראפציע!


הוילע סאציאליסטישע פראפעגאנדע אונטעגעשלאגן מיט טראמפ דירענזש סינדראם! מארמאראשע שטירן אפפאל און וויזניצע נפיחות....

החוקר » מאנטאג מערץ 9, 2020 3:03 pm

· #443732
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
קאך_לעפל
הוילע סאציאליסטישע פראפעגאנדע אונטעגעשלאגן מיט טראמפ דירענזש סינדראם! מארמאראשע שטירן אפפאל און וויזניצע נפיחות....

דאס קען מען אויך קויפן אויף די מארקעט?
איך האב געוואוסט אז שטירן איז א קאמאדאטי, האבעך נישט געוואוסט אז די אפפאל איז אויך.

החוקר » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:12 am

· #443772
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
קוקט אויס ווי היינט גייט זיין הויך יו"ט אין די מארקעט.

החוקר » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:41 am

· #443775
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
היינט האט מען נאכאמאל געדארפט אפשטעלן טרעידינג פאר פופצען מינוט נאך וואס די מארקעט האט געטראסקעט 7%. דאס איז שוין דאס צווייטע מאל עס פאסירט די וואך.

כמעט דריי יאר וואס די מארקעט האט נישט געשמעקט אזעלכע נידריגע נומערן.

החוקר » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 6:19 pm

· #443785
החוקר
קוקט אויס ווי היינט גייט זיין הויך יו"ט אין די מארקעט.

WOW!

אבער נאך ווי יו"ט...

החוקר » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:22 pm

· #443787
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
וואס איז דאס? דארף איך טאקע אליינס שלעפן די לאסט פון די אלע טויזענטער סטאקס אויף מיין פלייצע? רעד איך צו מיר אליינס דא?

גייט איינעם אן אין די לינקע פיאה מהנעשה והנשמע בעולם הסטאקס?

גראף » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:47 pm

· #443788
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
החוקר
וואס איז דאס? דארף איך טאקע אליינס שלעפן די לאסט פון די אלע טויזענטער סטאקס אויף מיין פלייצע? רעד איך צו מיר אליינס דא?

גייט איינעם אן אין די לינקע פיאה מהנעשה והנשמע בעולם הסטאקס?
עהעם. איך אזוי ווי די מאנכע מענטשן דא, מסתם דער רוב האנדלן און אינוועסטען נישט אין סטאקס. און א וועג קוק איך עס אן היות איך קען נישט דער ליין אלס א געמבעל און איך געמבעל נישט. אבער למעשה די וואך טראכט איך אז אפשר איז יעצט יא כדי צו קויפן סטאקס ווייל יעצט קען מען אפשר עפארדען צו קויפן ווען עס איז נידריג און עס לוינט זיך אין דער לאנג טערם. אבער וואס ווייס איך.
איז אפשר א געדאנק אז דו אלס איינער וואס דיעלט מיט דעם זאלסט אביסל שרייבן צו עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:23 pm

· #443789
די עולם האלט פיין מיט. וואס איז דא צו זאגן. ס'איז ווידער אן געלעגנהייט צו אינוועסטירן אויף א פרייז פון צוויי יאר צוריק. מ'דארף זעהן אנצוהאלטן וואס מ'האט עד שיעבור זעם. און אויב מעגליך אפי' משקיע זיין נאך. אסאך הצלחה.

פאר די וואס ווילן אינוועסטירן וואלט איך מציע געווען צו קויפן א פאנד וואס טרעקט די גאנצע מארקעט א שטייגער ווי ווענגארד ַVTSAX אדער VTI.

קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 13, 2020 10:14 am

· #443807
העפטיגע פארהאנדלונגען גייען אצינד אן צווישן די אדמיניסטראציע און די לעגיסלאטור. עס איז ערווארטערט אז קאנגרעס וועט אין גיכן דורכפירן א פינאנציאלע הילפס פעקל, און דאס וועט ווארשיינליך ענדערן די לאגע אינעם סטאק מארקעט צום גינסטן.

דער פראבלעם איז בלויז אז זינט די דורכגעפאלענע סאציאליסטישע אימפישטמענט סימוטאכע, שטייט דער פרעזידענט נישט אין ווארט מיט ספיקער פעלאוסי. אלע פארהאנלונגען ווערן בלויז געפירט דורך דעם פינאנץ מיניסטער סטיווען מענאטשען. און ער קען זיך שווער באכלעפטשענען מיט אזא קרוק און רשענטע ווי פעלאוסי, וועלכע זיכט אויסצונוצן די קאטאסטראפע דורכצופירן אירע לינקע שייגץ שטיק. ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, איינמאל א פינאנציאלע הילפס פעקל וועט אריין גיין אין געזעץ וועט זיך די מארקעט עטוואס סטאבאלירן.

מאן דאמר » זונטאג מערץ 15, 2020 1:45 am

· #443830
די Dow Jones איז געשטיגען 1,985 אדער 9.36 % פרייטאג דורכן טאג

החוקר » מאנטאג מערץ 16, 2020 9:53 am

· #443861
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
מען האט ווידער געדארפט אפשטעלן האנדל וואנדל אויף די בערזע.

די דריי אינדעקסעס האבן שווער געטראסקעט ביים עפענען די מארקעט.

S&P 500 −306.18 (11.29%) 2,404.84

Nasdaq −893.98 (11.35%) 6,980.90

Dow −2,778.78 (11.98%) 20,406.84

זעקעל » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:45 am

· #445878
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
איך האב געקויפט עטליכע סטאקס פון SHOP ווייל מאטל דער נער האט מיר אזוי גע׳עצה׳ט, איז מיין קשיא איז מאטל א טראסטבארען מקור?

זעקעל » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:47 am

· #445879
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
זעקעל
איך האב געקויפט עטליכע סטאקס פון SHOP ווייל מאטל דער נער האט מיר אזוי גע׳עצה׳ט, איז מיין קשיא איז מאטל א טראסטבארען מקור?

קורקלענד » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:48 am

· #445880
מאטל דער מער איז נישט קיין טראסטבארע מקור.

אבער נישט נאר זיי, קיינער איז נישט 'טראסטבאר', פשוט ווייל ס'איז אומעגליך צו וויסן.

און אז איינער ווייסט שוין יא, וועט ערַדיר עס נישט פארציילן. עכ''פ בחינם זיכער נישט.

זעקעל » דינסטאג אפריל 14, 2020 11:00 am

· #445881
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
איך האב דערפאר באצאלט a monthly fee

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 14, 2020 11:06 am

· #445883
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
יא ר' מאטל האט גראדע יא א פיינע רעפוטאציע,
אבער האלט פאר די אויגן אז דאס איז אלץ פארן לאנגען טערמין.


And I do think the $SHOP is a good stock for the long run.

זעקעל » דינסטאג אפריל 14, 2020 3:05 pm

· #445898
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
PSTI any advice on it?
בלאט: 1 2 3 4 5 6