☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס פון סטאק מארקעט

נייעס פון סטאק מארקעט

279 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #536
בלאט: 1 2 3 4 5 6

זעקעל » דינסטאג אפריל 14, 2020 3:13 pm

· #445900
Re: נייעס פון סטאק מארקעט

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 14, 2020 3:22 pm

· #445903
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
זעקעל
PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.

אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!

94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!

אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.

געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).

א פרייליכן יום טוב.

זעקעל » דינסטאג אפריל 14, 2020 5:34 pm

· #445936
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
פאליטיקאנט

איך קום שוין פון ריעל עסטעיט - עמעזאן - און פארשידענע אנדערע עסקים, ווי קען מען יא מאכן א דאלער ?

פאליטיקאנט » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:25 pm

· #446050

עמעזאן?
אויב איך מעג פרעגן, וואס די האסט געטון דארט?
(איך בין פשוט נייגעריג ווייל איך טו דאס אויך).

מ'קען איבעראל מאכ'ן געלט מיט א סאליד סטראטעגיע, געדולד און שטייצעך סייעתא דשמיא.
א גרינגן דאלער קומט נישט! און אויב יא איז עס נאר קורצשטרעקיג.

קורקלענד » זונטאג אפריל 19, 2020 3:19 am

· #446080
איך זיך שוין יארן דער גרינגער דאלער. אבער ליידער איז עס דערווייל אן ערפאלג. ווער ס'האט עפעס אינפאו אויף די גרינגער דאלער זאל ביטע אריינקומען אין אישי.

נ.ב. נישט לייגן פאבליק. נאר אין אישי......

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אפריל 19, 2020 3:41 am

· #446082
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
קורקלענד
איך זיך שוין יארן דער גרינגער דאלער. אבער ליידער איז עס דערווייל אן ערפאלג. ווער ס'האט עפעס אינפאו אויף די גרינגער דאלער זאל ביטע אריינקומען אין אישי.

נ.ב. נישט לייגן פאבליק. נאר אין אישי......
וואס עפעס אין אישי דייקא? אז איינער האט שוין יא עפעס א גוט'ס לאז א צווייטן אויך הנאה האבן!

קורקלענד » זונטאג אפריל 19, 2020 3:47 am

· #446083
איר זענט שוין געזארגט אז איר פארפאסט עפעס... נישט געזארגט ס'קומט גארנישט אריין.....

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:27 pm

· #447324
@פאליטיקאנט איך האב לעצטענס אנגעהויבן אריינקוקן אין פארשידענע אינוועסטינג פלעטפארמס נאכ'ן באקומען א רעפערעל פון א חבר צו אינוועסטן מיט WeBull
אפשר מאכסטו עפעס א ליסט פון די באקאנטע פלעטפארמס און די pros and cons?
תודה למפרע אויף אלע אנדערע ליסטינגס

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:36 pm

· #447326
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אינגערמאנטשיקל
@פאליטיקאנט איך האב לעצטענס אנגעהויבן אריינקוקן אין פארשידענע אינוועסטינג פלעטפארמס נאכ'ן באקומען א רעפערעל פון א חבר צו אינוועסטן מיט WeBull
אפשר מאכסטו עפעס א ליסט פון די באקאנטע פלעטפארמס און די pros and cons?
תודה למפרע אויף אלע אנדערע ליסטינגס
ס'זעט מיר נישט אויס ווי די עולם איז אינטערעסירט דערין, אבער אז מ'בעט וועל איך עס מאכ'ן מארגן.

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:39 pm

· #447328
פאליטיקאנט
אינגערמאנטשיקל
@פאליטיקאנט איך האב לעצטענס אנגעהויבן אריינקוקן אין פארשידענע אינוועסטינג פלעטפארמס נאכ'ן באקומען א רעפערעל פון א חבר צו אינוועסטן מיט WeBull
אפשר מאכסטו עפעס א ליסט פון די באקאנטע פלעטפארמס און די pros and cons?
תודה למפרע אויף אלע אנדערע ליסטינגס
ס'זעט מיר נישט אויס ווי די עולם איז אינטערעסירט דערין, אבער אז מ'בעט וועל איך עס מאכ'ן מארגן.
איך רעדט פאר מיר, איך בין אבער זיכער ס'דא נאך אסאך וואס ס'אינטערעסירט.

אויב איז עס צופיל ארבעט, וועל איך דיר מוחל זיין.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:40 pm

· #447329
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אבער זעענדיג אז די ביסט ניי צום מארקעט בעט איך דיך בכל לשון, שפרינג נישט!
אויב די נעמסט עצות פון א חבר וואס האט עקספיריענס פאלג עם ביז'ן סוף! קויף נישט מער וויפיל ער האט געזאגט און אויב זאגט ער פארקויפן טו עס!

בכלל וואלט איך געזאגט זאלסט ווארטן א שיינע ביסל צייט פאר די הייבסט אן אינוועסטירן, און מאך אפ א קליינע סכום וואס די ביסט גרייט צו פארלירן, "און לייג נישט צו"!!!!

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג מאי 1, 2020 1:07 am

· #447342
פאליטיקאנט
אבער זעענדיג אז די ביסט ניי צום מארקעט בעט איך דיך בכל לשון, שפרינג נישט!
אויב די נעמסט עצות פון א חבר וואס האט עקספיריענס פאלג עם ביז'ן סוף! קויף נישט מער וויפיל ער האט געזאגט און אויב זאגט ער פארקויפן טו עס!

בכלל וואלט איך געזאגט זאלסט ווארטן א שיינע ביסל צייט פאר די הייבסט אן אינוועסטירן, און מאך אפ א קליינע סכום וואס די ביסט גרייט צו פארלירן, "און לייג נישט צו"!!!!
כ'האב גראדע אביסל סעיווינגס ליגן דארט פאר'ן לאנגען טערמין (כ'ניץ acorns פשוט ווייל מיט זיי האב איך נישט געדארפט וועלן ווי איך וויל עס לייגן, נאר ווי א גרויסע ריסק איך וויל נעמען).
יעצט זיצענדיג אין קווארענטין האב איך אנגעהויבן מער אריינקוקן אין אקטואל טרעידען, און איך האב אויספרובירט WeBull ווייל זייער סיין אפ באנוס איז מיר געפאלען, און ס'זעהט אויס גאנץ GUI.

פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 1, 2020 1:09 am

· #447343
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
עס איז זייער א גוטע צייט צו אינוועסטירן יעצט, נישט צו שפילן.

איך קען דיר אפשר רעקאמענדירן אפאר סטאקס אין אישי, אבער איך נעם זערא אחריות.

סאנטיאגא » דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:18 pm

· #452083
שלום מיינע טייערע ברודער, איך האב מיך אריינגעווארפן אינעם סטאק מארקעט ערגעצוואו אין מארש, איך האב שוין אריינגעגאסן עטליכע מאה'לעך נישט קיין סאך, מיין גרעסטע דילעמע פארן באשליסן צו קויפן א סטאק/סעקיוריטי איז שפילן א געסינג געים, ס'הייסט אזוי וויבאלד מיין שיטה איז לאנג טערמין וואס די סטראטעגיע איז buy low sell high יעצט לאמיר זאגן די קאמפעני in question האט שוין ריקאווערט מיט 12-15 פראצענט פונעם קריזיס, און די באלישע חסידים שפירן אז ס'גייט שוין מער ווייניגער צום בעסערן, דא ווערט די דילעמע: היות די פארטפאליא האלט שוין נישט ביים נידריגסטן פונקט און נאכנישט ביים העכסטן נעם א דוגמא ווי Disney זייער סטאק האלט נאך 17% נידריגער ווי פארן פענדעמיק אבער דאך נישט די 52 week נידריגסטע ציפערן, ברעך איך מיך קאפ צו ווי ס'האלט יעצט איז טייער אין פארגלייך צום טראסק, אדער ניין ס'איז בעצם נידריג פאר לאנג טערמין און ס'קען נאך זייער מעגליך ביטן די high's און אויב אזוי קומט אויס אז אין היינדסייט איז דאס נישט געווען טייער פאר די טיים ביאינג. כ'האב עס מיט נאך סטאקס און כ'בין נייגעריג צו נאך איינער פילט דאס און וויאזוי עס אנצוקוקן.

קורקלענד » דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:40 pm

· #452087
וויסנשאפטלער זאגן אז ס'איז כמעט נישט מעגליך צו געסן, וויבאלד א מענטש קען נישט זיין אויפריכטיג מיט זיך וויבאלד די עמאציעס מאכן קליא. דערפאר פירן זיך די געזעצענע צו קויפן ווען מ'האט געלט אריינצולייגן, און פארקויפן ווען מ'דארף די געלט צו ניצן. ריגארדלעס אויף וואס די פונדיטן שרייען. זיי ווייסן נישט ווען ס'איז אויבן, און ווייסן נישט ווען ס'איז אונטען, אלעס שפעקולאציעס געבויט אויף אסאמפציעס באזירט אויף מציאות'ן וואס האלטן זיך אין איין טוישן.

מהיכי תיתי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 3:52 pm

· #452097
קורקלענד
וויסנשאפטלער זאגן אז ס'איז כמעט נישט מעגליך צו געסן, וויבאלד א מענטש קען נישט זיין אויפריכטיג מיט זיך וויבאלד די עמאציעס מאכן קליא. דערפאר פירן זיך די געזעצענע צו קויפן ווען מ'האט געלט אריינצולייגן, און פארקויפן ווען מ'דארף די געלט צו ניצן. ריגארדלעס אויף וואס די פונדיטן שרייען. זיי ווייסן נישט ווען ס'איז אויבן, און ווייסן נישט ווען ס'איז אונטען, אלעס שפעקולאציעס געבויט אויף אסאמפציעס באזירט אויף מציאות'ן וואס האלטן זיך אין איין טוישן.

וכן אני נוהג.
"מאך טראנזאקציעס אויפן מארקעט באזירט אויף דיין timing, נישט אויף די מארקעטס טיימינג"

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:45 pm

· #452137
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
@סאנטיאגא יעדע קאמפעני עקסטער איז א דארף מען דורכגיין זייער ווערט און אסאך פאקטארן.

די משל וואס די האסט גענומען וועגן דיזני:
דיזני איז א שטארקע קאמפעני מיט אסאך רעוועניו סטרימס, פארקס, מאוויס, סטרימינג (זייער סוקסעספול דערווייל), לייסענסינג, און פראדוקטן.
איז אויפ'ן לאנגן טערמין איז עס פשטות א רעלאטיוו גוטע און זיכערע אינוועסטירונג און די אלע ראטעס און רעכענונגען מאכן נישט עכט אויס, אבער דאס אז די ווילסט אריינגיין ווייל עס איז נאך נידריגער ווי פאר די פאל,מיינט אז די ווילסט עס יעצט קויפן ביליג.... איז אויף דעם איז די תירוץ אז לאו דוקא און עס מיינט בכלל נישט אז זיי זענען יעצט אונטערגעשאצט ווייל זיי האבן ערנסט דערלייגט, און זיי דערלייגן ווייטער.
(אינטערעסאנט צוצולייגן אז באפעלט האט שטארק חרטה געהאט פארן ארויסצוגעבן פון דיזני יארן צוריק - עס וואלט געווען פון זיינע בעסטע אינוועסטמענטס)

אבער אויף וואס די פרייז גייט זיין, דאס קען קיינער פאראויס זאגן.....

איין זאך בעט איך דיר בלייב ביי די עטליכע מאות און לייג נישט צו (אזוי שנעל) אפי' דו זעסט הצלחה.

סאנטיאגא » דאנערשטאג יוני 18, 2020 7:14 pm

· #452143
קורקלענד
מאטל דער מער איז נישט קיין טראסטבארע מקור.

אבער נישט נאר זיי, קיינער איז נישט 'טראסטבאר', פשוט ווייל ס'איז אומעגליך צו וויסן.

און אז איינער ווייסט שוין יא, וועט ערַדיר עס נישט פארציילן. עכ''פ בחינם זיכער נישט.

הונדערט פראצענט, אויב ווייסט ער וויאזוי צו מאכן געלט וואלט ער נישט געהאט קיין ביזנעס פון מאכן אנדערע מענטשן עשירים ער וואלט עס געהאלטן פאר זיך.

מיט אזויפיל אומזיכערקייט אין די מארקעט - אפילו אין נארמאלע אומשטענדן איז אוממעגליך אלס צוצטרעפן, מאטלי פול גרויסט זיך אייביג מיט פאראויסזאגן עמעזאן און נעטפליקס ווען ס'איז נאך געווען אין די ווינדלען, אבער ער וועט דיר נישט זאגן די אלע פרידיקשאנס וואס האבן נישט מצליח געווען...

חוץ פון דעם ס'איז דא גענוג און נאך צו ליינען און וואטשן בחנם און מ'דארף אויך אליין נאכקוקן די ביזנעסער צו ס'איז נישט דא קיין רעד פלעגס. דארט קען איך גראדע יא נוצן א בעסערע פלאטפארמע, געווענליך קוק איך אויף <a class="postlink" href="http://Old.nasdaq.com">http://Old.nasdaq.com</a> אבער ס'פארמאגט עדס וויאזוי ווערט מען פטור דערפון?

א שטיק צייט האב איך דעס גענוצט, אבער ס'האט נישט אזויפיל in depth דעטאלן, אויב איינער ווייסט פון עפעס בעסערס אדרבא. ווי מ'קען מאניטארן באלאנס שיטס, און אלעס ארום כ'זוך בעיקר פאר דיווידענד רעיטס א פרי זייטל/עפפ דעס קאסט געלט און טייער, נאר צו וויסן אויב א קאמפעני גייט יא אדער נישט שניידן די dividend payments
Crude Oil Price Today | WTI OIL PRICE CHART | OIL PRICE PER BARREL | Markets Insider
<a class="postlink" href="https://markets.businessinsider.com/commodities/oil-price/usd?type=wti">https://markets.businessinsider.com/com ... d?type=wti</a>

בכל אופן איך וועל צאלן צו ליינען א גוטע בוך איבער אינוועסטינג פאר איך צאל פאר א ענעליסט, אסאך מאל איז עס נישט וויסן וואס מ'קויפט נאר 'פארוואס' מ'קויפט און וויאזוי מ'קויפט

לאמיר שוין זאגן ס'לוינט צו צאלן און זיי האבן א גוטן טרעק רעקארד, אבער וואס האסטו דערפון? די מינוט ס'טראסקעט וועסט עס פארקויפן ווייל דו האסט עס געקויפט בלינדערהייט ווייל יענער עדווייסאר האט געזאגט צו גוט, ענדערש לערן דיך אליינס אויס אויף וואס צו קוקן... דאס געבט די חיזוק אנצוהאלטן דעם אינוועסטמענט אין שווערע צייטן

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:30 pm

· #452151
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
לדעתי איז די עיקר קונץ צו וויסן ווען צו פארקויפן!
דהיינו סיי וויסן ווען ארויסצוטרעטן און נעמען די פארלוסט, און סיי ווען עס איז צייט צו נעמען די רווחים.

סאנטיאגא » פרייטאג יוני 19, 2020 12:26 am

· #452190
פאליטיקאנט
זעקעל
PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.

אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!

94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!

אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.

געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).

א פרייליכן יום טוב.

פון וואו נעמסטו דאס? מילא דעי טרעדינג איז זייער ריזיקאליש, פארבס געט אן אז די סוקסעס ראטע פון דעי טרעדינג איז 10% ווען 90% זעצן אן

“The success rate for day traders is estimated to be around only 10%, so … 90% are losing money.” Cory Michael at Vantage Point Trading is even more pessimistic (or realistic) when he says, “Only 1% of [day] traders really make money.” He says it’s because of the “social mood.” Put simply, by definition, if you are buying, someone else must be selling; that is the social part. The markets are a real-time thermometer; buying and selling, action and reaction. If someone is making money, someone else is losing money. You would have to join the crowd as the market is moving up and be smarter than that crowd to get out before they do, if it starts to fall

אבער אז איינער געט אוועק 2 שעה א וואך און לערנט דורך די מארקעט בעיון איז שלעכט? כ'רעד אוודאי long term
Day trading זעה איך נאר ארבעטן פאר א ריכטיגע פראפעשינעל א מענטש וואס ווייסט וואס ער טוט, ס'איז נישט גענוג נאר ארויסצוהאבן די קאמפעני, מ'דארף גרינטליך קלאר ארויסהאבן די טשארטס און אלע אנאליזן און דעטאלן וואס מיר פשוטע מענטשן פארשטייען נישט, אויסער דעם ברויך מען האבן גאר סאפיסטיקירטע קאפיוטער טעכנעלאגיע און בליץ שנעלע אינטערנעט ספידס צו מאניטערן און טריגערן סעילס, ווייל מ'רעדט דא פון סעקונדעס! אויב פארפאסט מען דעם טרעיד מיט א האלבע מינוט קען מען דערלייגן שווערע געלטער, און אפגערעדט אז צו דעי טרעידן דארף מען אריינגיין מיט גרעסערע געלטער וואס מ'קען גרינג פארשפילן

און ווארען באפעט איז נישט הייליג, ער האט שוין אסאך טעותים געמאכט, מאנכע טענה'ן ער האט געמאכט א פארדריסליכע טעות מיטן זיך ארויסציען פון די עירליין סעקטאר, איך האב אים אנגעפיפן יעצט מאכט מען שיין, קען זיין ער איז גערעכט מיט די פאקט אז ס'גייט נאך נעמען א היבשע שטיק צייט ביז ס'גייט ריבאונדן און ס'לוינט זיך אים נישט צו בלייבן שטעקן, באט דעס מוז נישט מיינען די זעלבע פאר ביגינערס, איך האב געפילט אז ער פעניקט אביסל

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 19, 2020 12:39 am

· #452192
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
סאנטיאגא
פאליטיקאנט
זעקעל
PSTI any advice on it?
א גוטן ר' זעקל.
איך האלט מיך נישט פאר קיין פינאנציעלע ראטגעבער, אבער אסאך עקספיריענס האב איך.

אויב טוט איר פרעגן יענעמ'ס מיינונג אויף א סטאק, מיינט עס איר פארשטייט נישט דערצו (אזויווי יעדער) דעריבער בעט איך דיר פאר קיין טובה 'לאז דיך ארויס פונעם מארקעט'!

94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)!

אויב שוין יא, דאן לייגט נאר אין הויכע קוואַליטעט סטאקס (bluechip) פארן גאר לאנגען טערמין, און לייג דיך שלאפן.
עס איז טאקע נישט די געלטגייציגע פראצענטן אבער עס איז די בעסטע וועג.

געדענק די ציל פון יעדע פראפעסיאנאלע אינוועסטאר איז צו דערשלאגן (to beat) די עס & פי אינדעקס - און רוב קומען נישט צו דערצו!!!
(אגב ווארען באפעלט זאגט אלץ אז ווען נישט ער האט זיין קאמפעני וואלט ער אריינגעלייגט אין די עס & פי).

א פרייליכן יום טוב.

פון וואו נעמסטו דאס? מילא דעי טרעדינג איז זייער ריזיקאליש, פארבס געט אן אז די סוקסעס ראטע פון דעי טרעדינג איז 10% ווען 90% זעצן אן

“The success rate for day traders is estimated to be around only 10%, so … 90% are losing money.” Cory Michael at Vantage Point Trading is even more pessimistic (or realistic) when he says, “Only 1% of [day] traders really make money.” He says it’s because of the “social mood.” Put simply, by definition, if you are buying, someone else must be selling; that is the social part. The markets are a real-time thermometer; buying and selling, action and reaction. If someone is making money, someone else is losing money. You would have to join the crowd as the market is moving up and be smarter than that crowd to get out before they do, if it starts to fall

אבער אז איינער געט אוועק 2 שעה א וואך און לערנט דורך די מארקעט בעיון איז שלעכט?
לערנט דורך די מארקעט בעיסד אויף וואס?
ער פארשטייט דערצו?

דאס האב איך געשריבן, אז אויב די דארפסט זיך פארלאזן אויף יענעם'ס דעה, דאן איז עס נישט פאר אייך.

סאנטיאגא » פרייטאג יוני 19, 2020 2:33 am

· #452202
קורקלענד
וויסנשאפטלער זאגן אז ס'איז כמעט נישט מעגליך צו געסן, וויבאלד א מענטש קען נישט זיין אויפריכטיג מיט זיך וויבאלד די עמאציעס מאכן קליא. דערפאר פירן זיך די געזעצענע צו קויפן ווען מ'האט געלט אריינצולייגן, און פארקויפן ווען מ'דארף די געלט צו ניצן. ריגארדלעס אויף וואס די פונדיטן שרייען. זיי ווייסן נישט ווען ס'איז אויבן, און ווייסן נישט ווען ס'איז אונטען, אלעס שפעקולאציעס געבויט אויף אסאמפציעס באזירט אויף מציאות'ן וואס האלטן זיך אין איין טוישן.

כ'קען נישט עגריען מיט אזא אפראוטש, וואס איז אויב כ'דארף עס מארגן? שיין וועל איך אויסזעהן, אוי וועט זיין losses היסטאריע האט געוויזן אז מ'קען זיך נישט רישן צו מאכן רווחים פאר 3 ביז 5 יאר און אז מ'ווייסט פארוואס מ'האט געקויפט און מ'האלט זיך פעסט נעמען נישט די געפילן איבער. ס'איז אויך גוט נישט צו ווערן צו אדיקטעד צום מארקעט, איך קוק עס מערסטנס 2 מאל א וואך, און ס'איז שוין אויך צו סאך

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 19, 2020 7:20 am

· #452207
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
היינט איז "פירפאכיג עקספיירעישן" טאג (quadruple witching) דאס מיינט אז פיר מיני דעריוויעטיווס גייען היינט עקספייערן.
אפשענס און פיוטשערס פון אינדיווידואלע סטאקס און פון אינדעקסעס.

ד.מ. אז אסאך געלט שטייט אויפן טיש.... היסטאריש איז עס א אומסטאבילע מארקעט (ספעציעל די לעצטע פאר שעה)

סאנטיאגא » פרייטאג יוני 19, 2020 12:29 pm

· #452247
פאליטיקאנט
@סאנטיאגא יעדע קאמפעני עקסטער איז א דארף מען דורכגיין זייער ווערט און אסאך פאקטארן.

די משל וואס די האסט גענומען וועגן דיזני:
דיזני איז א שטארקע קאמפעני מיט אסאך רעוועניו סטרימס, פארקס, מאוויס, סטרימינג (זייער סוקסעספול דערווייל), לייסענסינג, און פראדוקטן.
איז אויפ'ן לאנגן טערמין איז עס פשטות א רעלאטיוו גוטע און זיכערע אינוועסטירונג און די אלע ראטעס און רעכענונגען מאכן נישט עכט אויס, אבער דאס אז די ווילסט אריינגיין ווייל עס איז נאך נידריגער ווי פאר די פאל,מיינט אז די ווילסט עס יעצט קויפן ביליג.... איז אויף דעם איז די תירוץ אז לאו דוקא און עס מיינט בכלל נישט אז זיי זענען יעצט אונטערגעשאצט ווייל זיי האבן ערנסט דערלייגט, און זיי דערלייגן ווייטער.
(אינטערעסאנט צוצולייגן אז באפעלט האט שטארק חרטה געהאט פארן ארויסצוגעבן פון דיזני יארן צוריק - עס וואלט געווען פון זיינע בעסטע אינוועסטמענטס)

אבער אויף וואס די פרייז גייט זיין, דאס קען קיינער פאראויס זאגן.....

איין זאך בעט איך דיר בלייב ביי די עטליכע מאות און לייג נישט צו (אזוי שנעל) אפי' דו זעסט הצלחה.

אוי וויי דו האסט שוין אנגעזעצט? איך ב''ה קיין פרוטה נאכנישט פארלוירן, אבער איך האב שוין געהאט שלעכטע עקספירענס אין געוויסע סעקטארס, סתם אפגעזיצן פאר וואכן אן די מינדעסטע surge

קודם א דאנק דיר פאר דיין עדווייס, נאכאמאל קוק אהער דיזני - ווי אנדערע מעכטיגע קאמפעניס אין די ביליאנען - פעסט אהערגעשטעלט אבער די טריקי פארט איז, אז די market cap פון א קאמפעני און זייערע פארשידענע קאמפאונענטס די עפפ מיט די אנדערע זאכן, די פארקס, די שפילצייגן, און די פילמס, זאגט דיך גארנישט וועגן די סוקסעס פון זייער סטאק, פונקט ווי די סטאק מארקעט געט נישט דעם קלארן בילד איבער די גאנצע עקענאמיע, יעדע צווייטע מאוומענט אויפן מארקעט האט בכלל נישט צוטוהן מיט די מארקעט נאר מיט נארישקייטן און נייעסלעך, די מתנגדים ווילן ס'זאל פאלן אזוי מאכן זיי געלט אויף זייערע בעטס, די חסידים טוען זיך די זייעריגע לויט זייערע שיטות ס'קראכט אריין איינס אינעם צווייטן, בקיצור ס'איז נישט אלעמאל אפגעשפיגלט, סא דעס איז די צומישעניש פארשטייסט, דיזני קען ווערן רייכער מיט נאך 200 ביליאן דאלער און דאבלען זייער valuation און ס'וועט נישט בארירן זייער שעיר פרייז (כ'זאג נישט עס וועט, כ'זאג עס קען, ווייל מ'זעהט עס גענוג מיט אנדערע סטאקס) סא דעס אז די פארקס און די טיטערס גייען צוריק געעפנט ווערן האפענטליך בקרוב מוז נישט מיינען ערנסטע רווחים, אוודאי האף איך אז יא, כ'זאג סתם ס'איז דא אזויפיל אנדערע קאמפעניס וואס הייסן סוסקסעפול אין די גאס, עפעס אין די מארקעט גייט עס זיי נישט.

למשל כ'געדענק נישט די לעצטע מאל כ'האב מיך אנגעשטויסן אין א פארטפאליא וואס זאל זיין ווערט אונטער א ביליאן דאלער וואס זאל האבן עפעס לייטישע growth דו ווייסט וואס מיינט א קאמפעני valuation פון 800 מיליאן? דאס מיינט אז די קאמפעני איז געקומען היבש ווייט נישט אזוי? איז וואס איז עס נישט מצליח אלס א פובליקלי טרעידעד קאמפעני? פארוואס פארווען... גיי פיגער

פארקערט יעצט איז עס טייערער ווי אנהייב קראך, איך וויל אריינגיין אבער איך בין סקעפטיש וועגן לאנג טערמיניגע growth פון יעצט ביז די היי'ס איז סך הכל נאך דרייסיג דאלער איז פארוואס זאל איך עס קויפן נאר ווייל ס'איז א blue chip? ווייס איך נישט

סאנטיאגא » פרייטאג יוני 19, 2020 12:40 pm

· #452249
מהיכי תיתי

"מאך טראנזאקציעס אויפן מארקעט באזירט אויף דיין timing, נישט אויף די מארקעטס טיימינג"

אייגענטליך די סעאינג איז:
"It's not about timing the market, it's about time in the market"

סאנטיאגא » פרייטאג יוני 19, 2020 1:05 pm

· #452252
פאליטיקאנט

94% סוחרים (טרעידערס) פארלירן געלט (אנהייב האט מען נאך יא אביסל סוקסעס)

איך מוז זעהן דיין סארס אויף דעם, שנעל שליידער אהער א לינק

סאנטיאגא

אבער אז איינער געט אוועק 2 שעה א וואך און לערנט דורך די מארקעט בעיון איז שלעכט?

פאליטיקאנט
לערנט דורך די מארקעט בעיסד אויף וואס?
ער פארשטייט דערצו?

דאס האב איך געשריבן, אז אויב די דארפסט זיך פארלאזן אויף יענעם'ס דעה, דאן איז עס נישט פאר אייך.

די זעלבע וועג ווי דו האסט דיך געלערנט, מ'קוקט אביסל יוטוב ס'איז דא גענוג objective עקספערטס, 100% פרי און בעטן דיר נישט צו קויפן זייער קאורס ביי די ענד פונעם שיעור... אגב איך זעה זייער שטארק מיט יוטוב אויף סיי וועלכע נושא, איינמאל דו הערסט א טערם אדער א קאנסעפט ווערט עס פיל גרינגער צו גיין און ליינען וועגן דעם ווייל אינו דומה קריאה לשמיעה ולראיה דאפלט איז שטערקער, אז דו הערסט א מענטש נוצן א זאך זעצט זיך עס גרינגער אריין אין קאפ, שפעטער ווען דו גייסט און דו קוקסט עס אויף האסטו שוין א שטיקל אהנונג פשוט ווייל דו האסט שוין אויפגעכאפט אביסל קאנטעקסט דערוועגן.

כ'זעה נישט עכט פארוואס עניוואן זאל זיך נישט קענען אויסלערנען, עקספירענס איז אלעס, באט מ'דארף נישט קיין קאלידזש דעגרי און הארעווען יארן עס צו פארשטיין, דאס וואס איך און דו קענען נישט ענטפערן, קען דאך קיינער מיר נישט אויסלערנען. עדזשוקעישען איז די וויכטיגסטע זאך לאו דוקא אין סטאקס נאר אין די ביזנעס וועלט בכלל, נאשן נאלידזש פון ווי מ'קען אויב ס'וואלט געווען סימפל וואלט דאך יעדער פארדינט... יא מ'דארף גוט קענען די טערמינען, מ'דארף דעוועלאפן א סטראטעגיע, וויסן ווי מ'צילט, לאנג טערמין אדער צו מאכן א גרינגע (שווערע) דאלער, וויסן דיין "וואס" און "פארוואס" און פארשטייט זיך נישט אריילייגן געלט וואס מ'קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן... וואס נאך, עוואוידן די בלינדקייט ווען ס'קומט צו אינוועסטן גערופן the herd mentality ס'מיינט אז ווייל יעדער גייט דארט, לאמיך אויך אריינגיין דארט אן קיין שום חשבון...
און מ'דארף זיך אליין קענען אויך, סיי אלס געפיל און סיי אלס סבלנות.

5 חדשים צוריק האב איך פארשטאנען צו די מארקעט אזוי ווי דו צו spaceX

מהיכי תיתי » פרייטאג יוני 19, 2020 5:08 pm

· #452267
סאנטיאגא
מהיכי תיתי

"מאך טראנזאקציעס אויפן מארקעט באזירט אויף דיין timing, נישט אויף די מארקעטס טיימינג"

אייגענטליך די סעאינג איז:
"It's not about timing the market, it's about time in the market"

איך האב נישט געדענקט די פונקטליכע קוואט, שכוח פארן צוברענגען.

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 19, 2020 6:26 pm

· #452273
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
@סאנטיאגא יא איך האב אנגעזעצט פיר יאר צוריק (ווען איך האב מיך צום ערשט אריינגעלאזט דערין) בגדול.
אבער ב"ה זייט דעמאלטס האב איך מיך אסאך געלערנט און איך שטיי אין א גרויסע פלאס.

אלמלא עס קומט מיר אן שווער צו שרייבן אידיש וואלט איך דיר געענטפערט במלואו אויף יעדע פרט, אבער עס איז מיר אן אפקומעניש.

די ביסט זייער קאנפידענט אין זיך אפי' דו ביסט קוים אריין דערין און דאס איז די פראבלעם, יא מ'קען זיך לערנען אסאך אויף יו טיוב, אבער דאס מיינט נישט אז דו (און איך) פארשטייסט צום מארקעט, עס איז דא אסאך אסאך זיך צו לערנען, און א חלק קומט מיט עקספיריענס.

ס'זעט מיך אויס ווי די מישט אביסל אויס טרעידינג און אינוועסטינג (ווי אויך טעקניקעל מיט פאנדאמענטל אנאליז), דאס אז די מארקעט רעפלעקטירט נישט די אונטערליגענדע ווערט פון א סטאק, איז פשוט ווייל עס איז א מארקעט ווי מ'קען אריין און ארויס ווען מ'וויל און דערפאר זענען דא אסאך גורמים וואס רוקן די פרייז "מאמענטאל". - דאס איז טאקע זייער וויכטיג פאר טרעידינג.

אבער אויב זעסטו צו אינוועסטירן פארן לאנגן טערמין, דאן איז דאס פונקט וואס די זיכסט, "א סטאק וואס איז ווייניגער ווי איר אמת'ע ווערט (אנדערוועליוד)" ווייל יעצט טאקע איז עס ווייניגער משום איזה סיבה, אבער אויב אלעס איז כשורה גייט עס מיט די צייט ארויפגיין צו איר אמת'ע ווערט+ (אגב, דאס איז איין וועג פון אינוועסטירונג, גערופן, וועליו אינוועסטינג, וואס מאנכע מיינען איז באפעט'ס שיטה)

אויף אינוועסטירונג איז דא גאר אסאך זיך צו לערנען און כמעט נישטא אויף יו טיוב.

איינער האט דא געזאגט אז מ'זאל אריינגיין ווען מ'קען און ארויסשלעפן ווען מ'דארף.
דאס איז אויסדרוקליך נישט די ריכטיגע וועג - לייגט נאר אריין געלט וואס איר גייט בכלל נישט דארפן אין די קומענדיגע עטליכע יאר!

(איך וויל שוין לאנג שרייבן מער אויף אינוועסטירונג און פערסאנעל פיינענסינג, אבער עס קומט נישט אונטער)

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 9:07 am

· #452304
פאליטיקאנט: איך האב געליינט אין איינע פון דיינע שורות אז ס'קומט דיר אן זייער שווער צו שרייבן אידיש. ווילל איך דיר זאגן 2 זאכן. איינס. אז מ'קומט אפ א סאך זאכן מיט דעם. דאס הייסט אז אויב איך פרעג דיר א פראוואקאטיווע שאלה. און דו מוזסט ענטפערן. ווערט דאס פאררעכנט ווי א שטיקל גהינום. און ביז 120 יאר וועסטו אי"ה האבן א ..."קליען סלעיט"...!

צווייטנס. זאג מיר אין וועלכע שפראך דו פילסט באקוועם צו שרייבן. וועלל איך מיך בלי"נ פרובירן צו צושטעללן. או.קעי. אידיש נישט. אפשר ענגליש.פראנצויזיש. ביידע די קוויבעק'ער אדער די עכט פראנצויזישע/בעלגישע. ספאניש. אויך די זעלבע. דו האסט א טשאויס. די שפראך און אקסענט וואס די מעהיקאנאוס רעדן. אדער די ארגענטינישע. אדער אונגאריש . רוסיש. וואס איך קען נאר א ביסל. אבער איך קען ליינען די רוסישע אלפאבעט (סירילליק). ס'וועט נעמען א יאר מיט א מיטוואך. אבער איך וועלל עס פארשטיין...!

קורקלענד » זונטאג יוני 21, 2020 9:28 am

· #452306
די מער איך לערן אדער לייען אויף די מארקעט, די מער פארשטיי איך אז פארשטיין העלפט נישט אדער איז כמעט נישט שייך.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 1:06 pm

· #452328
קורקלענד: דו ביסט גערעכט. נאר איך מיין אז סיי אין 1929 און סיי אין 2008 האט מען געוואוסט ( די יודעי דבר) אז דער מארקעט גייט כאפן א קראך. אין '29 איז עס געווען ווייל דאס האנדלען מיט סטאקס פאר פשוט'ע מענטשן (און נישט פראפעשיאנאל טרעידערס) האט איבערגעהיצט דעם מארקעט ארויס פון א יעדן פראפארץ. און די בראוקערס האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס גייט קראכן. נאר זיי האבן עס געטריבן ווייטער. זיי האבן צוגערעדט זייערע קליענטן אז זיי זאללן צריק אינוועסטן זייער געלט כדי צו ווערן נאך רייכער. אבער די מענטשן וועלכע האבן איבערגעטראכט דעם מצב מיט שכל. אדער זענען זיי געווען גאר מזל'דיג. און זיי האבן איינגעקעשט זייערע סטאקס. טראץ די עקשנות פון די בראוקערס און די שוועריגקייטן וואס זיי האבן געמאכט צוריקצוגעבן דאס געלט פאר זייערע קאסטומערס, זענען געווארן גרויסע עשירים ווען דער מארקעט האט געקראכט.

די זעלבע איז געווען אין 2008. ווען די מארגעדזש אינדוסטרי איז ארויס פון א יעדן קאנטראל. ווער ס'איז געווען באקאנט מיט דעם מצב האט גאנץ גוט געוואוסט אז דאס גייט קראכן. נאר עטליכע גרויסע פינאנציעלע אינסטיטושאנס האבן ווייטער געטריבן דעם מארקעט. און ס'זענען טאקע געווען א סאך שווינדלערס וועלכע האבן געזוכט צו פראפיטירן און מאכן א שנעללן דאללער פאר ס'גייט קראכן. און זייער א סאך מענטשן האבן דאן פארלוירן זייער גאנץ געלט מיט די פראפערטיס.

די פעדעראלע רעגירונג האט טאקע אינוועסטיגעיטעד די גאנצע קרעדיט אינדוסטרי. און א סאך פון די שולדיגע האבן געמאכט א דיעל מיט די רעגירונג צוריק צו צאללן די געלטער. אויך מיט גרויסע שטראפן. אבער זיי זענען נישט געגאנגען אין דזשעיל. אנדערע זענען יא געגאנגען זיצן פאר יארן...!

קורקלענד » זונטאג יוני 21, 2020 1:48 pm

· #452347
דאס אז איינער וואס ליגט דערין ראשו ורבו קען מעגליך וויסן איז נישט קיין סתירה. אבער אפי' דאן ווייסט מען נישט ווען און וויאזוי ס'גייט גיין א גאנג. און אפי' אזוי האבן עס רוב א''ג מבינים פארזעהן די גאנצע זאך. אין 2008 האבן געוויסע פינאנציעלע ריזן געטוהן מעשים אשר לא יעשו, אבער רוב און בעיקר די ריזיגע שולדיגע, נישט נאר האבן זיך ארויסגעדרייט פון יוסטיץ, נאר זיי האבן נאך געקריגן א בעילאויט!

סאנטיאגא » מאנטאג יוני 22, 2020 8:02 pm

· #452562
ספאטיפיי איז ארויף מיט איבער הונדערט דאלער דורכאויס די לעצטע דריי חדשים, נאך די 2 לעטעיסט דעוועלאפמענטס איינס אין מאי, און איינס פארגאנגענע וואך, אין מאי איז באריכטעט געווארן א דיל וואס זיי האבן געשלאסן מיט דעם בארימטן קאמידיען און פאדקעסטער Joe Rogan צו ווערן עקסקלוסיוו אויף זייער פלעטפארם, Rogan איז איינער פון די גרעסטע און מערסט געזוכטע פאדקעסטס אויף די וועלט, און מ'וועט עס קענען סטרימען פאר פרי דאס הייסט non premium users וועלן עס אויך קענען הערן, און לעצטע וואך מיטוואך איז געקומען די נייעס אז ספאטיפיי האט געשלאסן א פרישע דיל מיט רעאליטי טיווי סטאר קים קארדאשיען צו האוסטן א פאדקעסט איבער criminal justice reform דא קענט איר ליינען מער איבער די אנטוויקלונג
Kim Kardashian West signs exclusive podcast deal with Spotify
<a class="postlink" href="https://www.theverge.com/2020/6/17/21294863/kim-kardashian-west-spotify-exclusive-podcast-innocence-project-deal-announced">https://www.theverge.com/2020/6/17/2129 ... -announced</a>
📎 Screenshot_20200622-185839_Robinhood.jpg

סאנטיאגא » דינסטאג יוני 23, 2020 1:36 am

· #452675
פאליטיקאנט

אלמלא עס קומט מיר אן שווער צו שרייבן אידיש וואלט איך דיר געענטפערט במלואו אויף יעדע פרט, אבער עס איז מיר אן אפקומעניש.

דו מיינסט צו פאראידישן ענגלישע ווערטער איז דיר שווער? ווייל דו האסט גאנץ א פיינעם אידיש דאכט זיך מיר. ענגליש פארשטיי איך אויך.

פאליטיקאנט

די ביסט זייער קאנפידענט אין זיך אפי' דו ביסט קוים אריין דערין און דאס איז די פראבלעם, יא מ'קען זיך לערנען אסאך אויף יו טיוב, אבער דאס מיינט נישט אז דו (און איך) פארשטייסט צום מארקעט, עס איז דא אסאך אסאך זיך צו לערנען, און א חלק קומט מיט עקספיריענס.

נכון. באט מיין שיטה איז; אמת ס'איז קאמפליצירט, אבער ווייל ס'איז קאמפליצירט מיינט נישט אז מ'זאל עס נישט דורכטוהן, פונקט ווי אין יעדע נושא/לימוד איז דא אזויפיל עלעמענטן, אבער איינמאל דו האסט ארויס איין קאנצעפט איז עס ביי דיר פיל קלארער, נאר די איין הינזיכט, נעע דאס איז עפעס? יא ס'איז עפעס! ס'איז אסאך אייגנטליך, די מער מ'ווייסט מאכט מען בעסערע אינוועסטמענט דיסידזשענס, אוודאי וואלט איך געוואלט קענען אלעס אבער כאטש וואס כ'האב גוט ארויס איז הכל ריווח נישט אזוי? כ'זאג נישט כ'קען עס בעסער ווי דיר אבער ס'מיינט נישט אז מ'זאל נישט לערנען...

פאליטיקאנט

ס'זעט מיך אויס ווי די מישט אביסל אויס טרעידינג און אינוועסטינג (ווי אויך טעקניקעל מיט פאנדאמענטל אנאליז), דאס אז די מארקעט רעפלעקטירט נישט די אונטערליגענדע ווערט פון א סטאק, איז פשוט ווייל עס איז א מארקעט ווי מ'קען אריין און ארויס ווען מ'וויל און דערפאר זענען דא אסאך גורמים וואס רוקן די פרייז "מאמענטאל". - דאס איז טאקע זייער וויכטיג פאר טרעידינג.

איך מיש נישט האסט פשוט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך זאג די סטאק מארקעט בכלליות, as a whole שפיגלט לאו דוקא אפ די גאנצע עקענאמיע, דאס צו וויסן דארף מען קוקן אויף די GDP און אזעלכע זאכן, אבער דאס איז סתם א זייטיגע געדאנק וואס כ'האב ארויפגעברענגט, אמאל קען יא זיין אז די מארקעט זאל פארזאגן וואס גייט געשעהן אין די נעקסטע קווארטל און וכך הווה, ס'מיינט אבער נישט אז יעדעס מאל ס'קומט א decline איז פשט אז די עקאנאמיע האט געכאפט א גליטש...

פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 23, 2020 2:06 am

· #452680
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
ב'"ה איך האב א פיינעם אידיש, נאר דאס עצם שרייבן / טייפן קומט מיר אן שווער.

גערעכט אז וואס מער מען ווייסט אלץ בעסער שטייט מען, אבער אויב הייבט מען אן אינוועסטירן מיטן אייגענעם שכל (לאפוקי אנגענומענע פלענער ווי אינוועסטן אין אינדעקסעס פאר די לאנגן טערמין), אן גאנץ גוט דורך טון און מיטהאלטן די פינאנציעלע וועלט א שטיק צייט דאן זענען די שאנסן צו דערלייגן געלט גאר הויעך.

דעריבער בעט איך דיר, יא אינוועסט / שפיל דיך אינעם מארקעט, אבער לייג נישט צו אזוי שנעל אפי' דו זעסט הצלחה.

סאנטיאגא » דינסטאג יוני 23, 2020 11:57 am

· #452721
פאליטיקאנט

אבער אויב זעסטו צו אינוועסטירן פארן לאנגן טערמין, דאן איז דאס פונקט וואס די זיכסט, "א סטאק וואס איז ווייניגער ווי איר אמת'ע ווערט (אנדערוועליוד)" ווייל יעצט טאקע איז עס ווייניגער משום איזה סיבה, אבער אויב אלעס איז כשורה גייט עס מיט די צייט ארויפגיין צו איר אמת'ע ווערט+ (אגב, דאס איז איין וועג פון אינוועסטירונג, גערופן, וועליו אינוועסטינג, וואס מאנכע מיינען איז באפעט'ס שיטה)

נאכאמאל דאס איז די ריסק, מיט וויפיל קען עס ארויפגיין.
אינטערסאנט, כ'האב נאכנישט געהערט פון וועליו אינוועסטינג ס'איז נישט נאך א ווארט פאר פעסיוו אינוועסטינג? פון דעם ווייס איך, העמיר אריינקוקן דערין, און אז ס'איז גוט וועסטו דעמאלטס באקומען פון מיר דעם שכח...

פאליטיקאנט

אויף אינוועסטירונג איז דא גאר אסאך זיך צו לערנען און כמעט נישטא אויף יו טיוב.

ווי יא?

פאליטיקאנט

איינער האט דא געזאגט אז מ'זאל אריינגיין ווען מ'קען און ארויסשלעפן ווען מ'דארף.
דאס איז אויסדרוקליך נישט די ריכטיגע וועג - לייגט נאר אריין געלט וואס איר גייט בכלל נישט דארפן אין די קומענדיגע עטליכע יאר!

מ'דארף פארגעסן אז די געלט עקזעסטירט, די פראבלעם איז מ'ברויך פארדינען גענוג מעיקרא צו האבן פון וואס צו פארגעסן... ערנסט גערעדט היסטאריע ווייזט אז אין א געזונטע יאר אינקריסט די מארקעט מיט זיבן פראצענט, בעת ווען די באנק געט דיך נאר איין פראצענט

פאליטיקאנט

(איך וויל שוין לאנג שרייבן מער אויף אינוועסטירונג און פערסאנעל פיינענסינג, אבער עס קומט נישט אונטער)

שרייב אוועק, מיר ווילן ליינען!

סאנטיאגא » פרייטאג יולי 24, 2020 1:21 pm

· #455087
<a class="postlink" href="https://youtu.be/9QbwphRMZnA">https://youtu.be/9QbwphRMZnA</a>

טיכטיגער » פרייטאג יולי 24, 2020 1:30 pm

· #455089
טעסלא האט היינט און נעכטן געכאפט א גוטן טראסקע, ווי ערווארטעט, נאכדעם וואס עס איז געשטיגן מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט, איז צו ערווארטן אז יעצט וועט זיך עס סטאביליזירן.

<a class="postlink" href="https://markets.businessinsider.com/news/stocks/tesla-stock-price-falls-rally-takes-breather-earnings-beat-sp500-2020-7-1029429190#">https://markets.businessinsider.com/new ... 029429190#</a>

קורקלענד » פרייטאג יולי 24, 2020 2:41 pm

· #455090
סטאביליזירן זאגט מען פאראויס? מיט אפאר טאג צוריק האט מען געזאגט אז הערשט איצט גייט עס שטייגן ווייל זיי האבן שוין פארדינסטן פאר פיר קווארטלען, און גייען אט אט אריין אין די עספּי500,.... אלא מאי..... ס'טוישן זיך די פאראויסגעזאגאכטס יעדן טאג לויט ווי די ווינט בלאזט יענער טאג.... צוויי טעג צוריק ווען ס'איז ארויסגעקומען די פארדינסטן און ס'איז געשטיגן האט מען פאראויסגעזאגט אויף ארויף. צוויי טעג שפעטער ווען ס'געגאנגען אראפ זאגט מען פאראויס סטאביליזאציע. כאילו ס'ווייסט איינער וואס ס'גייט זיין......

טיכטיגער » פרייטאג יולי 24, 2020 3:18 pm

· #455094
ריכטיג, ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן, אבער ווען א פירמע שפרינגט ארויף מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט איז עס נישט פויגלדיג, און רוב מאל נאר א "הייפ" און אפילו זייער סטאק גייט ווארשיינליך פארבלייבן גאר ווערדפול, גייט זיך די עקסטאז אויסוועפן, און ס'גייט זיך סטאביליזירן

קורקלענד » פרייטאג יולי 24, 2020 5:01 pm

· #455098
מען זינגט שוין דער ניגון זייט טעסלע איז געבוירן.....

סאנטיאגא » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:08 am

· #456266
טיכטיגער
ריכטיג, ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן, אבער ווען א פירמע שפרינגט ארויף מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט איז עס נישט פויגלדיג, און רוב מאל נאר א "הייפ" און אפילו זייער סטאק גייט ווארשיינליך פארבלייבן גאר ווערדפול, גייט זיך די עקסטאז אויסוועפן, און ס'גייט זיך סטאביליזירן

עמעזאן איז אויך אזוי געווען פרעג סיי ווער וואס האט דעמאלט אינוועסטירט אין די מארקעט, ס'איז געשטיגן און געשטיגן אן קיין פארדינסטן און מיטאמאל האט עס אויפגעריסן. און דערווייל האט עס נאכנישט סטאביליזירט.

אגב וואס האלטן די מבינים דא אויף מיוטשועל פאנדס? וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות? פארהאן צענדליגע מינע, אבער מ'מיינט די וואס טוען אנגעבליך איבערשטייגן די index funds ווי די דאו און די עס ענד פי

קורקלענד » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:50 am

· #456267

האט איר ערפינדן איין ביישפיל פון צען טויזנט פירמעס וואס האט מצליח געווען שלא כדרך הטבע. וואס מאכט אייך גלויבן אז די נעקסטע איינצעלער פירמע וואס גייט אזוי ארויפשפרינגן וועט טאקע זיין יענע וואס איר גייט וועלן?

אויף מיוטשעל פאנדס האלטן די מבינים אז די מבינים פארשטייען נישט און דעריבער איז געאייגענט אז מ'זאל זיצן אין פשוטע אינדעקס פאנדס, אמווייניגסטנס די ספּ500 אדער די מהדרין טוען די גאנצע אמעריקאנער מארקעט און די מהדרין מן המהדרין טוען די גאנצע וועלט מארקעט.

dan » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 2:37 pm

· #456289
א גיטן,
קען איינער פּליז מסבּיר זיין די חילוק פין Index Funds And ETF? ווי קען מען קויפן אינדעקס פאנדס?
איז כּדי יעצט צי קויפן אפילו די מארקעט איז עט אלל טיים היי?
איך רעד פין לאנג טערם.

פאליטיקאנט » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 3:54 am

· #456325
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אינדעקס פאנדס זענען אי טי עף'ס (ETF) וועלכע טרערן א געוויסע אינדעקס.

דהיינו א אי טי עף איז א באנדל פון סטאקס, לאמיר נעמען א ביישפיל XLF דאס איז א אי טי עף וועלכע האט אין זיך די פינאנציעלע סעקטאר, אזוי אז מיט'ן קויפן די אי טי עף טוט איר אינוועסטירן אין די פינאנציעלע מארקעט - און יעדע סטאק פון די אי טי עף האט איז זיך איין סטאק (אדער א חלק) פון צענדליגע פינאנציעלע קאמפעניס א שטייגער ווי בענק.
נאך א משל איז USO וועלכע איז א Crude oil אי טי עף.....

די מעלה פון אי טי עף'ס איז אז מען פארמינערט ריזיקע, ווייל אויב אויב אפאר קאמפעניס גייען אראפ האסטו נאך אלס די אנדערע קאמפאניס, משא"כ אויב איינער אינוועסטירן נאר אין געוויסע סטאקס צ.ב. אויב איינער האלט אז די פינאנציעלע וועלט גייט האבן שטארקע רווחים אין די קומענדיגע פאר יאר, איז ענדערש אריינצוגיין אין XLF ווי איידער בלויז אין טשעיס אדער באנק פון אמעריקא, ווייל אזוי איז ער מער פארזיכערט צו פארדינען.

צוריק צום שאלה: אינדעקס פאנדס איז א אי טי עף פון די דאזיגע אינדעקס, צ.ב. די באקאנטע SPY האט אין דיל אלע סטאקס פון די s&p 500.

מ'קען עס קויפן ביי יעדע בראקערידש פונקט ווי געהעריגע סטאקס.

צו עס לוינט יעצט צו קויפן?
די כלל ביי לאנג טערמיניגע אינוועסטמענטס איז אז נישט קיין חילוק ווי די מארקעט שטייט, לייגט מען אריין.

אבער איך פערזענליך וועלט געזאגט זאלסט נאר אריינלייגן א חלק, און האלטן די איבעריגע קעש, פאר 'אפורטוניטיס' ווען די מארקעט ציט צוריק אביסל.....

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:13 am

· #456332
dan
א גיטן,
קען איינער פּליז מסבּיר זיין די חילוק פין Index Funds And ETF? ווי קען מען קויפן אינדעקס פאנדס?
איז כּדי יעצט צי קויפן אפילו די מארקעט איז עט אלל טיים היי?
איך רעד פין לאנג טערם.

ETFs און אינדעקס פאנדס זענען צוויי אנדערע זאכן וואס זענען נישט תלוי זה בזה.

ETF איז א מין סטרוקטור וויאזוי א פאנד איז געשטעלט, ס'האט אירע אייגענע רעגולאציעס אויף אלע פרטים. א מיוטשעל פאנד איז א אנדערע מין סטרוקטור, און ס'דא נאך פאנד סטרוקטורן ווי למשל א פארמאכטע פאנד וכו'. יעדעס איין'ס האט זיך זיינע מעלות וחסרונות. אבער אפגעזען פון וועלכע מען סטרוקטור האט עס נישט צו טוהן מיט וואס די אינהאלט און אינוועסטמענטס אין די פאנד זענען. יעדעס איינס פון די אויבן דערמאנטע קען טעכניש אנטהאלטן יעדע מין אינוועסטמענט.

יעדעס פאנד, אפגעזען פון וועלכע מען סטרוקטור אנטהאלט אינוועסטמענטס, און יעדע פאנד האט א אייגנארטיגע מהלך און פרינציפן וויאזוי זיי באהאנדלען זייערע אינהאלטן. רוב פאנדס זענען אקטיוולי געמענעדזשט דורך פאנד מענעדזשערס וואס אנאלעזירן אינוועסטמענטס און גייען אריין און ארויס פון אינוועסטמענטס לויט וויאזוי זיי פארשטייען. אין קאנטראסט איז אבער דא אינדעקס פאנדס, דאס זענען אזעלכע פאנדס וואס וועלן פשוט בלינדערהייט אינוועסטירן אין א געוויסע ליסטע אדער קלאס פון סטאקס אפגעזען צו זיי זענען גוט אדער שלעכט. א שטייגער איז א פאנד וואס גייט נאך די ספּ500 ליסטע אדער א פאנד וואס גייט נאך די גאנצע אמעריקאנער מארקעט, אדער א פאנד וואס קויפט אלע טעכנאלאגישע סטאקס, אדער אלע אוויאציע סטאקס, אדער נאר קליינע פירמעס, אדער נאר גרויסע וכו'וכו'. דאס אלעס איז איז דא סיי אין מיוטשעל פאנדס און סיי אין אינדעקס פאנדס.

די מארקעט איז טאקע אויף א אלל טיים היי, אבער ווער ווייסט וואס נאך ס'גייט קומען. ס'קען זיין אז ס'גייט טראסקענען און ס'קען זיין אז נישט. איינער וואס וויל אריינלייגן דארף זיין גרייט אויסצוזיצן א ירידה פון בערך פופציק פראצענט. אויב ווילט איר אריינלייגן פאר איבער פינעף יאר דאן איז עס געאייגענט פאר אייך. אויב נישט דאן דארפט איר טרעפן א בעסער פראדוקט וואס איז מער געאייגענט פאר אייך.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:21 am

· #456336
SPY אנטהאלט די זעלבע אינהאלט ווי VOO און VOO איז א דריטעל די פרייז.

חסיד פון ליטא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:24 am

· #456337
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
אזוי ווי לי לעצטענס זענען אסאך יונגעלייט אריין אינעם סטאק מארקעט דורך ראבינהוד, און ניינציג פראצענט פארלירן געלט דארט, וויל איך מציע זיין צוויי סארט וועגן פון כמעט זיכער ארויסגיין מיט רווח אויף א וועכנטליכן פארנעם.

אפציע איינס: קויפן קרעדיט ספרעדס.

אפציע צוויי: קויפן ביליגע סטאבילע סטאקס פער הונדערט און פארקויפן קאללס.

אפציע איינס דארף מען קויפן און פארקויפן דארט וואו איר זענט זיכער אז די מארקעט וועט נישט דערגרייכן אינעם צייט אפשניט ביז דעם עקספירעישן דאטום.

אפציע צוויי זאלט איר נאר אינוועסטירן אין א סטאק וואס איר גלייבט דערין און איר זענט מסכים דאס צו האלטן לאנג טערם, וויבאלד די פרייז קען מעגליך פאלן אינעם שארט טערם. (לדוגמה, gopro אדער visa ודומיהן).

פאר מער אינפארמאציע איבער די סטראטעגיעס, מאכט א סירטש אויף יוטוב.

Sent from my SM-G973U using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:31 am

· #456338
אדער זאלן זיי גיין צו א סלאַט מאשין, יענץ איז אסאך מער פאָן.

אינוועסטירן איז איין זאך אין שפעקולירן איז צווייטע זאך. די אלע ראָבּינהאָדערס זענען געמבלערס. און אז איר מיינט אז איר האט אנגעטראפן די גאלדענע סטראטעגיע האט איר א ריזיגע טעות. העמער רעדן אין אפאר חדשים.

חסיד פון ליטא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:40 am

· #456339
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
קורקלענד
אדער זאלן זיי גיין צו א סלאַט מאשין, יענץ איז אסאך מער פאָן.

אינוועסטירן איז איין זאך אין שפעקולירן איז צווייטע זאך. די אלע ראָבּינהאָדערס זענען געמבלערס. און אז איר מיינט אז איר האט אנגעטראפן די גאלדענע סטראטעגיע האט איר א ריזיגע טעות. העמער רעדן אין אפאר חדשים.
קענטיג האט איר קיין השגה אין די זאכן, והשתיקה היה יפה לך.
אז איר ווילט קענט איר מאכן ריסערטש.

Sent from my SM-G973U using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6